זינט כּתרילעװקע איז אַ שטאָט געדענקט דאָרט קײנער נישט אַזאַ לװיה, װי עס האָט געהאַט רב מלך דער חזן.
רב מלך דער חזן איז געװען אַ ייִד אַן אָרעמאַן, אַן עני ואבֿיון, גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער בעלי־בתּים, און האָט פֿאַרדינט אַזאַ לװיה נאָר דערפֿאַר, װאָס ער איז געשטאָרבן יום־כּיפּור צו נעילה.
אַזױ שטאַרבט אַ צדיק, אַ גרױסער צדיק.
די זון האָט שױן געהאַלטן בײַ אונטערגײן, זיך געזעגנט מיט כּתרילעװקע און אַרײַנגעקוקט דורך די פֿענצטער פֿונעם אַלטן בית־המדרש און באַלײַכט די טױטע אױסגעמוטשעטע פּנימער, די געלע טליתים מיט די װײַסע קיטלען פֿון די בעלי־בתּים, װאָס האָבן אױסגעזען װי לעבעדיקע מתים.
דאָס, װאָס װערט אָנגערופֿן הונגער, האָבן שױן די דאָזיקע לעבעדיקע מתים לאַנג אױפֿגעהערט צו פֿילן. זײ האָבן נאָר געפֿילט, אַז עס לאָזן זיך אױס די כּוחות, אַז עם גײט זײ אױס דאָס חיות. זײ זײַנען געזעסן איבער די מחזורים, געשאָקלט זיך, געקװיקט זיך װער מיט „חלש־טראָפּנס“ און װער מיט אַ שמעק־טאַביקע, און געזונגען, אונטערגעהאָלפֿן רב מלך דעם חזן.
רב מלך דער חזן, אַ שײנער ייִד מיט אַ לאַנגער באָרד, מיט אַ ברײטן קאָלנער, איז פֿון גאַנץ פֿרי אָן געשטאַנען פֿאַרן עמוד אױף די פֿיס; ער איז געשטאַנען פֿאַרן רבונו־של־עולם מיט אױפֿגעהױבענע הענט, געדאַװנט געטרײַ, געשמאַק, געװײנט און געבעטן בײַ אים רחמים פֿאַר די באַלעבאַטים, װאָס האָבן אים געשיקט פֿאַר אַ שתּדלן, אַ כאָדאַטײַ, מע זאָל זײ מוחל זײַן זײערע גרױסע זינד און מע זאָל זײ אָנחתמענען אַ גוט קװיטל, אָנצײכענען זײ אַ גוט יאָר.
אױף אַזאַ אַדװאָקאַט, װי רב מלך, האָבן זיך די באַלעבאַטים פֿון דעם אַלטן בית־מדרש, נישקשה, געקאָנט פֿאַרלאָזן.
ערשטנס, די געמבע; אַלטע באַלעבאַטים דערצײלן, אַז אין דער יוגנט האָט ער, זאָגט מען, געהאַט אַ שאַרפֿע שטימע, אַ „שאגת־ארי“; האָט ער געעפֿנט אַ מױל, האָבן געציטערט די װענט פֿונעם בית־המדרש און עס האָבן געקלונגען די פֿענצטער.
הײַנט איז ער געװען אַ גרױסער בעל־בכי, פֿלעגט װײנען, גיסן, װי אַ בערעזענע, און אױף אים קוקנדיק ― דער גאַנצער עולם.
אױף דער עלטער איז בײַ אים די שטימע געװאָרן אַביסל צוגעלעגערט און ס'איז אים פֿאַרבליבן נאָר דאָס װײנען ― נאָר אַזאַ װײנען, װאָס קאָן נעמען אַ װאַנט, אױפֿװעקן אַ טױטן.
רב מלך הײבט אױף בײדע הענט און טענהט זיך אױס מיטן רבונו־של־עולם מיטן געװיסן װײנענדיקן ניגון פֿון נעילה:
― אױ־װײ, טאַטע! אױ־װײ, פֿאָטער! אױ־װײ, אױ־װײ!…
און איטלעכער בשעת־מעשׂה האָט חרטה אױף זײַנע גרױסע זינד, בעט בײַ גאָט, ער זאָל אָפּמעקן, מוחל זײַן, פֿאַרגעסן, און שענקען זײ אַ גוט יאָר פֿאַר זײ און פֿאַר זײערע נאַקעטע, באָרװעסע הונגעריקע קינדערלעך.
און דערמאָנען זײ זיך אָן זײערע הונגעריקע, נאַקעטע און באָרװעסע קינדערלעך, די אומשולדיקע נפֿשות נעבעך, װערט זײ דאָס האַרץ צעגאַנגען אַזױ װי װאַקס, און זײ זײַנען גרײט צו פֿאַסטן נאָך דרײַ טעג מיט נאָך דרײַ נעכט, אַבי אױסבעטן בײַ דעם װאָס לעבט אײביק אַ גוט יאָר…
און רב מלך דער חזן, אַביסל אָפּגערוט זיך און איבערגעכאַפּט דעם אָטעם, טוט ער זיך אַ קאַטשע אױפֿן האַלדז, אַ ציקל אױפֿן אַלטן שטײגער:
― אַטונעם־נעם־נעם־דע־ע־עיאָתאנו לחלות פּניך?! אַטונעם־נעם־נעם־דע־ע־עי! ע־ע־עי!… ― און לאָזט אױס װידער מיט אַ געבעט און מיט אַ געװײן:
― אױ־װײ! אױ־װײ! אױ־װײ! אױ־װײ!…
און פּלוצעם װערט מיט אַ מאָל שטיל, און עס הערט זיך עפּעס אַ פֿאַל און אַ קלאַפּ און אַ שטופּערײַ און אַ שושקערײַ:
― ששש… שאַ… שאַ! ממ… ממ!… אי־אָ־נו! שמשׂ! שמשׂ!…
לױפֿט צו חײם שמשׂ און כאַפּט אונטער רב מלך דעם חזן אונטער די הענט, און רב מלך דער חזן פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ אַרונטער, די אױגן האַלב־אָפֿן, דאָס פּנים װײַס װי קאַלך, די ליפּן טױט, און עפּעס אַ שמײכעלע, אַ ביטער שמײכעלע שפּילט אױף זײ.
דער עולם טוט זיך אַ װאָרף. מע טראָגט אים אונטער חלש־טראָפּן צו דער נאָז, מע שפּריצט אים אָפּ מיט װאַסער, מע קװעטשט אים בײַ די שלײפֿן ― בלאָטע! רב מלך דער חזן איז טױט. רב מלך דער חזן איז געשטאָרבן.
אַ װאָלף אַז עס כאַפּט זיך אַרײַן אין דער טשערעדע און פֿאַרצוקט אַ שעפֿעלע, װערט צװישן די איבעריקע שאָף אַ טומל, אַ מהומה אױף אַ װײַלע; נאָכדעם שלאָגט מען זיך צונױף אַלע אינאײנעם און מע הײבט אָן ציטערן מיט אַלע גלידער.
אַזױ איז געװען אינעם אַלטן בית־המדרש, בשעת רב מלך דער חזן איז געשטאָרבן.
עס איז געװאָרן אױף אַ װײַלע אַ טומל, אַ גערודער; פֿון דער װײַבערשער שול האָט זיך געלאָזט הערן אַ מאָדנער קװיטש ― דאָס האָט צבֿיה די חזנטע געחלשט, און אױף איר קוקנדיק זײַנען געפֿאַלן חלשות נאָך עטלעכע װײַבער.
האָט רב יוזיפֿל דער רבֿ אַ װוּנק געטאָן צו די גבאָים, און די גבאָים האָבן אַ פּאַטש געטאָן אין די סטענדערס, ס'זאָל זײַן שטיל. און חײם דער שמשׂ (ער איז טאַקע געװען בעל־שחרית) איז צוגעגאַנגען צום עמוד און האָט זיך געשטעלט דאַװנען װײַטער. און דער גאַנצער עולם האָט געדאַװנט װײַטער, ביז רב ניסל בעל־תּוקע האָט געגעבן דעם לעצטן בלאָז.
נאָכדעם האָט מען געמאַכט אַ ברכו, זיך געשטעלט דאַװנען דעם װאָכנדיקן מעריבֿ, און אַז מע האָט אָפּגעדאַװנט דעם װאָכנדיקן מעריבֿ, איז מען געגאַנגען מחדש זײַן די לבֿנה, און אַז מע האָט מחדש געװען די לבֿנה, איז מען ערשט דעמאָלט געגאַנגען אַהײם זיך אָפּפֿאַסטן, װער מיט אַ פֿערטל עוף פֿון די כּפּרות און מיט אַ גלעזל װאַרעמס, און װער מיט אַ שטיקל ברױט מיט הערינג און מיט גלאַט אַ טרונק װאַסער.
אין אַ שעה אַרום נאָכן אָפּפֿאַסטן זיך איז דער גאַנצער שול־הױף שױן געװען פֿאַרפֿלײצט מיט מענטשן. ס'איז נישט געװען קײן שפּילקע דורכצוּװאַרפֿן.
ייִדן און װײַבער, ייִנגלעך און מײדלעך, קינדער פֿון די װיגעלעך ― אַלע זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אױף דער לװיה.
באַלעבאַטים האָבן זיך אַלײן מתעסק געװען אין דער מיצװה. נישט צוגעלאָזט די שמשׂים. אַ קלײניקײט ― אַזאַ מת!
די נאַכט איז געװען אַ ליכטיקע און אַ װאַרעמע. די לבֿנה האָט אַראָפּגעשײַנט אױף כּתרילעװקע און האָט אָנגעקװאָלן פֿון די אָרעמעלײַט, װאָס זײַנען געקומען אָפּגעבן כּבֿוד רב מלך דעם חזן פֿאַר זײַן אַװעקגײן אַהין אין זײַן װײַטן װעג אַרײַן. און אַז מע האָט זיך אָפּגעשטעלט מיט דער מיטה קעגן אַלטן בית־המדרש, האָט זיך רב יוזיפֿל דער רבֿ אַװעקגעשטעלט מאַכן אַ הספּד, און דער גאַנצער עולם האָט געװײנט.
רב יוזיפֿל דער רבֿ האָט אױסגעװיזן מיט פּסוקים און מיט מדרשים אַ סך, אַז רב מלך דעם חזנס טױט איז נישט קײן געװײנלעכער טױט פֿון אַ געװײנלעכן מענטשן, אַז אַזױ שטאַרבן שטאַרבט נאָר אַ צדיק, און אַ גרױסער צדיק, אַז אַזאַ צדיק גײט פֿון דאַנען גלײַך אין גן־עדן אַרײַן. אַזאַ צדיק באַדאַרף איטלעכער מקנא זײַן, און איטלעכער באַדאַרף זיך װינטשן אַזאַ טױט, װאָרעם נישט איטלעכער איז זוכה צו שטאַרבן יום־כּיפּור צו נעילה בײַם עמוד, װען גאָט האָט מוחל געװען אַלע זינד ― און אַזאַ צדיק, אַז ער פֿאָרט־אָפּ פֿון שטאָט, באַדאַרף די גאַנצע שטאָט אים גײן באַגלײטן, און אַזאַ צדיק, אַז ער שטאַרבט־אָפּ אין שטאָט, באַדאַרף די גאַנצע שטאָט װײנען און קלאָגן.
― װײנט־זשע, ייִדן, און קלאָגט אױף דעם צדיק, װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָרן, און בעט אים, ער זאָל דאָרט זײַן אַ מליץ־יושר פֿאַרן כּסא־הכּבֿוד צום נײַעם יאָר, טאָמער װעט ער טאַקע אױסבעטן פֿאַר אונדז אַלעמען אַ גוט־יאָר, ― שױן צײַט גאָט זאָל רחמנות האָבן אױף כּתרילעװקע און אױף אירע ייִדן!…
דער גאַנצער עולם האָט געװײנט, געגאָסן מיט טרערן און געגלױבט, אַז זײ האָבן אַװעקגעשיקט פֿאַר זיך אַ גוטן שליח, אַ רעכטן שתּדלן צום אײבערשטן.
אין דער מינוט האָט זיך איטלעכער געװוּנטשן צו זײַן אױף רב מלך דעם חזנס אָרט.
און רב יוזיפֿל האָט, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, אַז ער רעדט מיט אַ טױטן, און האָט אױסגעלאָזט זײַן הספּד מיט די דאָזיקע װערטער:
― לך לשלום ― גײ געזונטערהײט און זײַ מצליח!…
לאַנג־לאַנג נאָכדעם האָט מען נישט אױפֿגעהערט צו דערצײלן אין כּתרילעװקע פֿון רב מלך דעם חזנס טױט און פֿון דער לװיה, װאָס ער האָט געהאַט, און מע האָט געזאָגט מיט אַ זיפֿץ:
― יאָ, אים מעג מען מקנא זײַן…