מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער

שלום עליכם (אַלע װערק)

די ערשטע קאָמונע ― אַ מעשׂה לכּבֿוד פּסח

א. אַ מענטש װערט מיט אַלצדינג געװױנט

הערט איר? ס'איז גאָר נישטאָ די צרה אױף דער װעלט, װאָס אַ מענטש זאָל מיט איר ניט קאָנען געװױנט װערן. דאַכט זיך, װאָס קאָן שױן זײַן ערגער פֿון צײנװײטיק? פֿונדעסטװעגן קאָן איך אײַך ברענגען אַ ראַיה פֿון מײַן רבין רב מאָניש. מײַן רבי רב מאָניש האָט געזאָגט, אַז װען ער זאָל חלילה לײַדן אױף צײנװײטיק, װאָלט ער זיך מעשׂה אָנגעטאָן. כּך הוה. אַז ס'איז געקומען די צײַט, װאָס ער האָט אָנגעהױבן רײַסן זיך אױף די צײן, האָט ער תּחילת געשריגן נישט מיט זײַן קול, געקראָכן אױף די גלײַכע װענט, אַרומגעטאַנצט איבער דער שטוב און צעטריבן דעם גאַנצן חדר אַהײם. אױף מאָרגן, אַז מיר זײַנען געקומען אין חדר אַרײַן, האָבן מיר אים געטראָפֿן מיט אַן אונטערגעבונדענער באַק און מיט אַן אױפֿגעטראָגענער ליפּ, און ער האָט שױן געקרעכצט שטילערהײט. אױף איבערמאָרגן זײַנען שױן געװען בײַ אים אַרומגעלײגט בײדע באַקן מיט קישעלעך, דאָס פּנים האָט געגלאַנצט, װי באַשמירט מיט פּוטער, און געזעסן איז ער שטיל, װי אַ קעצעלע, ניט אַרױסגעלאָזט אַפֿילו קײן פּיפּס.

― װאָס הערט זיך, רבי, מיט אײַער צאָן?

― װאָסער צאָן? ― מאַכט צו אונדז דער רבי מיט אַ ביטער שמײכעלע: ― עס רײַסן מיך שױן, ברוך־השם, אַלע צײן.

איך האָב דאָס אײַך געבראַכט אַהער, בכדי עס זאָל אײַך קײן חידוש ניט זײַן, װאָס מיר זײַנען זיך געװױנט געװאָרן מיט הערשקע מאַמציסעס דירה, כּמעט פֿאַרגעסן שױן, אַז מיר האָבן געהאַט אַמאָל אַן אײגענע דירה, אַ גרױסע דירה, מיט אַ הױף, און מיט אַ גאָרטן, און מיט אַ סוכּה, און מיט אַ שפּיזאַרניע, און מיט װאָס ניט? אמת, די מאַמע האָט נאָך אַלץ גאַנץ אָפֿט אונטערגעזיפֿצט און געגעבן אָנצוהערעניש דעם טאַטן, אַז ס'איז נישטאָ װוּ עפּעס אַװעקצולײגן פֿון דאַנען אַהין. דערױף האָט איר דער טאַטע, געװײנטלעך, אָדער גאָרניט געענטפֿערט, אָדער געענטפֿערט מיט אַ זיפֿץ… און זי האָט אים גוט דערגאַנגען מיט װערטער, אױסגעװיזן מיט ראַיות, אַז אין באַלעבאַטישקײט מוז מען האָבן אַ שטיקל קעמערל, כאָטש אַ װינקעלע אַ באַזונדערס, האָט איר דער טאַטע אַ זאָג געטאָן: „זינדיק נישט, דאַנקען גאָט דערפֿאַר“. און דאָס איז שױן געװען אַ תּירוץ אױף אַלצדינג: אױף דעם, װאָס זײ דאַרפֿן, דרײַ בעל־הביתטעס, שטײן בײַ אײן אױװן; אױף דעם װאָס אַלע דרײַ שכנים באַדאַרפֿן שעפּן װאַסער פֿון אײן דײזשקע און גיסן אין אײן פּאָמעניצע; אױף דעם, װאָס פֿאַר אַלע עופֿות איז פֿאַראַן סך־הכּל אײן שטײַג, און אױף דעם, װאָס אַז עמעצנס ציגן טוען־אָן שאָדן ― װײס מען אַפֿילו ניט װעמענס.

― צבֿיה־לאה, אײַער ציג טוט מיר צום טױט: זי האָט מיר הײַנט געפּטרט דאָס מילכיקע טעפּל! ― קלאָגט זיך די מאַמע פֿאַר דער בעל־הביתטע.

― און אַז אײַער ציג האָט מיר נעכטן אױסגעזעצט אַ טאַפֿליע? ― ענטפֿערט איר אָפּ צבֿיה־לאה, אַ ייִדענע אַ גראָבע מיט אַ קול פֿון אַ מאַנצביל.

― פֿון װאַנעט װײסט איר, אַז מײַן ציג האָט אײַך אױסגעזעצט אַ טאַפֿליע? ― זאָגט די מאַמע.

― פֿון װאַנעט װײסט איר, אַז מײַן ציג האָט אײַך צעבראָכן דאָס טעפּל? ― זאָגט צבֿיה־לאה.

― מײַנע געװיס ניט! ― מישט זיך אַרײַן די דריטע שכנה, אַ קלײן װײַבל מיט שװאַרצע אײגעלעך, װאָס הײסן הײסט זי פּערעלע, און רופֿן רופֿט מען זי „שװעבעלע“, דערפֿאַר, װאָס זי צינדט זיך גיך אָן און װערט באַלד פֿאַרלאָשן ― פּונקט דער היפּוך פֿון איר מאַן, אונדזער אַלטן באַקאַנטן משה, דעך װאָס מע רופֿט אים „שױן אײנמאָל משה“. איר דאַרפֿט אים געדענקען פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם סוכּות, אױב איר האָט געלײענט מײַן מעשׂה „שױן אײנמאָל אַ סוכּה“.

ב. אַ ים שכנות ― װאָלװל שלײערס

די װאָס מײנען, אַז די דרײַ שכנות, װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ אײן אױװן, גענומען װאַסער פֿון אײן דײזשקע, געגאָסן אין אײן פּאָמעניצע און אַזױ װײַטער, האָבן חלילה שטענדיק געהאַט צװישן זיך אַ שלעכט לעבן, ― האָבן זײ אַ גרױסן טעות. אמת, מע קאָן ניט זאָגן, אַז ס'איז בײַ זײ געװען אַ לעבן װי אונטער אױװן; מע זאָל זיך, הײסט דאָס, שטאַרק ליב האָבן, חלשן אײנס נאָך דאָס אַנדערע ― דאָס אױך ניט. אַ מענטש איז אומעטום, קודם־כּל, נישט מער װי אַ מענטש, און מענטשן בכלל האָבן זיך ליב נאָר פֿון דער װײַטן. די אַלע שײנע בילדער, װאָס מענטשן מאָלן־אָפּ, װיִאַזױ מע װעט לעבן אַמאָל אַלע אינאײנעם גאַנץ ברידערלעך, אַלע אױף אײן קעשענע, מע װעט צעשטױסן די שװערדן אױף גראָבאײַזנס און ביקסן אױף שנײַדמעסערס, און מע װעט זיך מער נישט קריגן, נישט זידלען, נישט טאָן אױף צו־להכעיס, לעבן װי גאָט אין אָדעס ― דאָס אַלצדינג װעט זײַן, אַז משיח װעט קומען. און ביז דעמאָלט װעלן דרײַ שכנות, װאָס שטײען בײַ אײן אױװן, מוזן אַמאָל צעקריגן זיך, צעאַמפּערן זיך, רעכט אױסזידלען זיך און אפֿשר נאָך עפּעס ערגער אױך…

מילא, פֿון צבֿיה־לאהן, הערשקע מאַמציסעס װײַב, שמועסט מען ניט. זי איז דאָך די בעל־הביתטע פֿון דער שטוב, האָט אַן אײגענע „נחלה“, מײנט זי גלאַט, אַז אַלע באַדאַרפֿן האָבן פֿאַר איר דרך־ארץ, און אָן אַ „זײַט־זשע מוחל“ טאָר מען גאָר מיט איר ניט רײדן. בײַ מײַן מאַמען האָט זי דאָס דװקא געפּועלט; מײַן מאַמע רעדט גאָר אַנדערש נישט מיט איר:

― זײַט־זשע מוהל, צבֿיה־לאה, די פּאָמעניצע איז שײן פֿול, װי אַן אױג.

אָדער:

― זײַט־זשע מוחל, צבֿיה־לאה, אײַער קלײנינקער האָט שױן דאָרטן מחילה אָנגעאַרבעט אַ שײנע חתונה!…

דערפֿאַר טאַקע האַלט צבֿיה־לאה פֿון מײַן מאַמען אַן עולם־ומלואו, און זי זאָגט דאָס איר אַלע מאָל אין די אױגן, בשעת זי צעקריגט זיך מיט דער דריטער שכנה, מיט פּערעלען.

― איר װײסט, בתיה־לעבן, ― זאָגט זי צו איר מיט אַ זיס שמײכל: ― איר װײסט, פֿאַרװאָס איך האַלט מיט אײַך אַזױ? נאָר דערפֿאַר, װאָס איר זײַנט ניט קײן שװעבעלע.

פּערעלע פֿאַרשטײט דעם שטאָך, רופֿט זי זיך אָן הױך צו מײַן מאַמע, און אױך זיס, װי קאַנדל־צוקער:

װײסט איר, בתיה־לעבן, פֿאַרװאָס איך האָב אײַך אַזױ ליב? נאָר דערפֿאַר, װאָס איר האָט ניט קײן אײגענע „כאַטע“, װאָס סע רינט פֿון די װענט און סע קאַפּעט פֿון דער סטעליע, און װאָס איר מײנט נישט, אַז סע שפּילט זיך מיט אײַך דער מלאך־המװת.

און אַזױ טענהן זיך אױס בײדע װײַבער מיט מײַן מאַמען, גיבן איר צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס מע האָט זי ליב, און רעכענען איר אױס אַזעלכע מעלות, װאָס האָבן ניט קײן שיעור.

די גרעסטע פֿון אַלע מעלות אָבער, װאָס מײַן מאַמע האָט באמת, איז די מעלה, װאָס זי האָט ליב שלום. זי צענעמט די צדדים, פֿאַררעדט זײ די צײן.

― װאָס טױג אײַך, זײַט־זשע מוחל, מיר דערצײלן, פֿאַרװאָס איר האָט מיך ליב? איר דערצײלט מיר בעסער, זײַט־זשע מוחל, צבֿיה־לאה־לעבן, װיִאַזױ איז אײַך געגאַנגען מיטן לעצטן טראָגן.

אָדער:

― איר דערצײלט אונדז בעסער, זײַט־זשע מוחל, פּערל־קרױן, נאָך אַמאָל, פֿאַרװאָס האָט איר זיך צעקריגט איבער־אַ־נײַס מיט אײַער שװעגערין רחלע די גרינע? איר האָט דאָך ניט לאַנג איבערגעבעטן זיך מיט איר!

יאָ, װען ניט מײַן מאַמע, װאָלט געװען, װי מע זאָגט, דרײַ שלײערס אַ גראָשן. ס'איז אַזױ אױך געװען, מאָלט אײַך, גענוג בזיונות, אַז מײַן מאַמע, װאָס האָט, זאָגט זי, קײנמאָל ניט געהערט קײן גראָבהײט, באַדאַרפֿט אױסהערן אַזעלכע װערטער מיט אַזעלכע קללות, און מיט אירע אײגענע הענט צענעמען די דאָזיקע צװײ װײַבער, װאָס אַז זײ װערן אין כּעס, זײַנען זײ ערגער, זאָגט זי, פֿון די חיות רעות; זײ זײַנען גרײט אײנס דאָס אַנדערע אָדער אָפּבײַסן די נעז, אָדער אַרױסרײַסן די אױגן! װיפֿל געזונט דאָס קאָסט דער מאַמע ― דאָס װײס איך. איך האָב ניט אײנמאָל געטראָפֿן די מאַמע זיצן און װײנען )אױף אַלצדינג װײנט זי( און באַקלאָגן זיך אױף װאָס פֿאַר אַ לעבן זי איז איבערגעקומען! און קומט דער טאַטע, װישט זי אױס די אױגן, גלײַך װי גאָרניט געװען.

― װאָס איז? ― פֿרעגט זי דער טאַטע דערשראָקן.

― װאָס „װאָס איז“? ― מאַכט די מאַמע תּמעװאַטע.

― װאָס ביסטו פֿאַרװײנט?

― איך? ― זאָגט די מאַמע כּלומרשט פֿרײלעך, און טרערן קײַקלען זיך פֿון אירע שײנע אױגן איבער אירע װײַסע שײנע באַקן. װען איך שעם זיך ניט פֿאַרן טאַטן, פֿאַל איך איר אױפֿן האַלדז און קוש איר אױס יעדער גליד, מײַן טײַערער־טײַערער מאַמען!

ג. מען רעדט פֿון קלײנװאַרג און פֿון װײַבער

און מיר, קלײנװאַרג, קינדער פֿון די דרײַ שכנים אין אײן שטוב, װערן דאָ אַװדאי װאָס װײַטער אַלץ נענטער, און מיט דער צײַט ― די לעצטע גוטע ברידער, װי עס געהער צו זײן חבֿרים! און איבערהױפּט ― די ייִנגלעך. אַרום און אַרום זײַנען מיר זיבן ייִנגלעך. איר מוז אײַך זײ אױסרעכענען בײַ די נעמען: הערשקע מאַמציסעס פֿיר בנים, צװײ רױטע און צװײ שװאַרצע ― אײַזיק, איציק, היליק און ישׂראליק; „שױן־אײנמאָל־משהס“ צװײ ייִנגלעך ― יואליקל און שואליקל; און איך ― אַבֿרהמל, דער מחבר פֿון דער דאָזיקער געשיכטע. אַחוץ די זיבן ייִנגלעך, זײַנען פֿאַראַן זעקס מײדלעך: צװײ צבֿיה־לאהס טעכטערלעך און בײדע מיט געלע הערעלעך: איטקע און בײלקע; און פֿיר פּערעלעס מײדלעך: רײזעלע און פֿײגעלע און חנהלע און יענטעלע.

די ייִנגלעך מיט די מײדלעך זײַנען צװישן זיך פֿײַער מיט װאַסער… מע האָט זיך אַזױ פֿײַנט, אַז ממש מע קאָן זיך אײנס דאָס אַנדערע ניט אָנקוקן. טאָמער טרעפֿט זיך עפּעס אין שטוב אַ שאָדן, לײגט מען אַרױף די באָד אײנס אױף דאָס אַנדערע, די ייִנגלעך אױף די מײדלעך און די מײדלעך אױף די ייִנגלעך, ביז מע הײבט זיך אָן געבן קלעפּ. מיר ייִנגלעך, פּלאָנטען זיך אײַן אין די רױטע הערעלעך פֿון די מײדלעך, און זײ, די מײדלעך, מאַכן אַזאַ קװיטשערײַ, ביז עס קומט צו לױפֿן הערשקע מאַמציס, אַ בײזער ייִד, װאָס האָט פֿײַנט „ספּראַװעס“; ער גיט פּעטש פֿון דער פֿולער האַנט אױף אַלע זײַטן: „פּיטש־פּאַטש ― זאָגט ער ― אי ניקאַקיךі нікакіх: און גאָרניט!“ אַ גליק, װאָס סע מישט זיך אַרײַן „שױן־אײנמאָל־משה“, רײַסט־אַרױס די ייִנגלעך פֿון הערשקעס הענט:

― לאָז שױן זײַן אײנמאָל אַן עק!

אַ מאָדנער מענטש דער „שױן־אײנמאָל־משה“ ― אַ קינדערשע נשמה בײַ אים. טאָג װי נאַכט װאָלט ער זיך מיט אונדז אָפּגעגעבן. פֿון העלפֿן אונדז מאַכן, בױען, צונױפֿשטעלן, צונױפֿלײגן וכדומה ― פֿון דעם שמועסט מען ניט; דערױף איז דאָך עפּעס „שױן־אײנמאָל־משה“ אַ בעל־מלאָכה, װאָס האָט אַ שם אױף דער װעלט. װי קאָן ער שטײן און קוקן בשעת יענער שניצט, שנײַדט, טוט עפּעס? „גיב אַהער, דו שײגעץ אײנער, װעל איך דיר װײַזן, װיִאַזױ מע שניצט מיט אַ מעסער!“ ― נאָר דאָס איז בלאָטע. איך דאַרף אײַך זאָגן בסוד, אַז „שױן־אײנמאָל־משה“ האָט זיך ניט געפֿױלט פֿאַרקאַטשען די פּאָלעס און כאַפּן מיט אונדז אינאײנעם אַ שפּיל אין „קאַמער־קאַמער־הױז“, „אקח־און־מקח“, „אום־צי־גראָד“ וכדומה. און מיט אים שפּילן איז געװען, זאָג איך אײַך, אַ פֿאַרגעניגן! פֿרײלעכער, װי שׂימחת־תּורה! װאָס־זשע טוט גאָט? באַדאַרף ער אים געבן אַ װײַב פּערעלע, װאָס מע רופֿט זי „שװעבעלע“, לאָזט זי אים נישט מישן זיך צװישן קינדער. אָט אַן אומגליק! איך װעל זאָגן מיטן לשון פֿון מײַן רבין רב מאָניש. מײַן רבי רב מאָניש, אַז די רביצין האָט אים דאָקוטשעט מיט געלט, פֿלעגט ער זיך כאַפּן בײַ דער לינקער פּאה און שרײַען: „גװאַלד! װער האָט אױסגעטראַכט דאָס מין װײַב אױף דער װעלט?“… אין יענער צײַט, װען איך בין, למשל, קיסר און מען קומט צו מיר און מע פֿרעגט מיך: װאָס טוט מען מיט װײַבער? ― װאָלט איך געװיס געזאָגט: מע זאָל זײ אַלע אױסקױלען, װי די גענדז, נאָר אײנע זאָל מען איבערלאָזן ― די מאַמע מײַנע.

אַצינד, אַז מיר האָבן זיך אַביסל באַקענט מיט אַלע שכנים און שכנות, װאָס זיצן בײַ הערשקע מאַמציס, און מיט זײערע געזינדלעך, ― גײען מיר אַריבער צום ענין־המעשׂה, דאָס הײסט צו דער „קאָמונע“ גופֿא, פֿון װאַנען זי האָט זיך גענומען, װיִאַזױ זי אין געװאָרן, און װאָס מיט איר איז געװען דער סוף.

ד. דער ערשטער געדאַנק פֿון „קאָמונע“

ס'איז שױן לאַנג ידוע פֿאַר דער גאַנצער װעלט, אַז אַלע גרעסטע אידעען קומען אומגעריכט, דורך אַ קלײניקײט. אױך די אידעע פֿון „קאָמונע“ בײַ אונדזערע דרײַ שכנות איז געבױרן געװאָרן אומגעריכט, דורך אַ נאַרישקײט. ס'איז אַזױ געװען די מעשׂה: באַלד נאָך פּורים, אַז דער עולם האָט אָנגעהױבן שמועסן מכּוח מצה אױף פּסח און אױסרעכענען װיפֿל יעדער באַדאַרף האָבן מעל, האָט זיך געטראָפֿן אַ מאָדנער נס: עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז מיר אַלע באַדאַרפֿן האָבן גלײַך, ניט מער און ניט װינציקער. אָט האָט איר אײַך דעם חשבון פֿון אױבן־אױף: דער טאַטע, די מאַמע און איך ― זײַנען דרײַ אירע; הײַנט װאַרטן מיר, עס דאַרפֿן קומען צו אונדז געסט: מײן עלטערע שװעסטער אסנה מיט איר מאַן דניאל מיט דרײַ קינדערלעך פֿון אַ קלײן שטעטל פֿון בעסאַראַביע )עס איז זײ הײַנט נעבעך נישט גוט די צײַט און זײ קלײַבן זיך קײן אַמעריקע( ― האָט איר אַ קײַמא־לן פֿון אַכט אירע. הײַנט הערשקע מאַמציס מיטן װײַב, מיט זײערע פֿיר בנים און מיט צװײ טעכטערלעך ― האָט אין אײַך פּונקט אַכט. איצט נעמט „שױן־אײנמאָל־משהן“ מיטן װײַב, מיט צװײ ייִנגלעך און פֿיר מײדלעך. ― װידעראַמאָל אַכט.

― פּלאי־פּלאָים! טאַקע נאָר מן־השמים! ― האָבן אַ זאָג געטאָן די מאַנצבילן אױף צו־כּלומרשט.

― אַ באַשערטע זאַך! ― האָבן אונטערגעכאַפּט די װײַבער שױן אַביסל ערנסטער.

― הערט נאָר אױס, ייִדישע קינדער, טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרא, אַז מע זאָל מאַכן אױף די אַכט טאָג אַ מין יד־אַחת?

אַזױ האָט זיך אַ זאָג געטאָן אײנער פֿון די מאַנצבילן, דאַכט זיך, „שױן־אײנמאָל־משה“, און הערשקע מאַמציס האָט אים אונטערגעכאַפּט:

― אַ מין שותּפֿות, בחבֿרותא הײסט דאָס, װאָס גאָט גיט, אַבי אינאײנעם, אי ניקאַקיך!

― אױף זײער לשון װערט דאָס אָנגערופֿן „קאָמונע“. ― שטעלט אַרײַן דער טאַטע, און „שױן־אײנמאָל־משה“ מאַכט דערױף אַ פּירוש, צעלײגט די זאַך אױף טעלערלעך:

― „קאָמונע“ הײסט: מײַנס־דײַנס, שלי־שלך, שלך־שלי, אײן שיסל, אײן קעשענע, אײן דעה.

― ובפֿרט פּסח, ― זאָגן שױן אַלע מאַנצבילן מיטן אײן מאָל, ― װאָס אַלע ייִדן עסן אײן ברױט, די אָרעמע מצה, אַלע ייִדן טרינקען אײן משקה, צימוקים־װײַן, און אַלע ― צו פֿיר כּוסות, און אַלע עסן אײן מאכל, מרור, און אַלע זאָגן פֿון אײן הגדה. פּסח איז דער בעסטער יום־טובֿ. פּסח װאָלטן אַלע ייִדן געמעגט מאַכן „קאָמונע“.

אָפּגעזאָגט, האָבן די מאַנצבילן געכאַפּט אַ קוק אױף די װײַבער: װאָס װעלן זײ עפּעס זאָגן דערױף? די װײַבער האָבן אָבער גאַנץ קלוג אונטערגעשװיגן. זײ האָבן זיך, אַ פּנים, געטראַכט: „װאָס דאַרפֿן מיר, װײַבער, נעמען אױף זיך דעם האַרמידער? איר װילט „קאָמונע“ ― לאָז זײַן „קאָמונע“! אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, טאָמער מאַכט זיך נאָכדעם, עס לאָזט זיך אױס אַ בױדעם, ― זאָלט איר אױף אונדז ניט אַרױפֿלײגן די באָד“… בקיצור, די װײַבער האָבן דאָס אָפּגעאַרבעט גאַנץ דיפּלאָמאַטיש, װי געװײנלעך װײַבער, און דער פּלאַן פֿון „קאָמונע“ איז אָנגענומען געװאָרן, נאָר ניט מיט אַמאָל, ביסלעכװײַז.

קודם־כּל האָבן אַלע דרײַ שכנות געקױפֿט בשותּפֿות אַ זעקל מעל, און מען איז אַװעק אין אײן קלאַפּ באַקן מצות. און די מצות זײַנען דאָס יאָר דװקא געראָטן. און מע האָט געבראַכט צו פֿירן די מצות, און מע האָט זיך געװינטשעװעט אײנס דאָס אַנדערע, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר מיט די מאַנען און מיט די קינדערלעך געזונטערהײט און מע זאָל װידער אַלע אינאײנעם באַקן מצות. ס'איז געװען אַ חיות אָנצוקוקן די גוטפֿרײַנדשאַפֿט מיט דער ליבשאַפֿט פֿון די װײַבער, גלײַך װי מע האָט זיך קײנמאָל נישט געקריגט, נישט געזידלט, נישט פֿאַרביטן מיט קײן װאָרט אַפֿילו. און נישט נאָר די װײַבער ― די מאַנצבילן, און אױך מיר, קלײנװאַרג, האָבן זיך אין יענעם טאָג געפֿילט אַזױ גוט, װי נאָך קײנמאָל ניט, זינט מיר זיצן אַלע אונטער אײן דאַך. און מערקװירדיק! אַפֿילו הערשקע מאַמציס, װאָס איז תּמיד בײז און אין כּעס אױף דער גאַנצער װעלט )דערפֿאַר, װאָס זײַנע צװײ שװאָגעריקעס האָבן אַמאָל געװאָלט אױסלאָדן בײַ אים די דירה(, איז דעם טאָג געװען עפּעס מאָדנע אױפֿגעלײגט, נישט געגעבן פּעטש, „פּיטש־פּאַטש אי ניקאַקיך“, װי זײַן שטײגער איז, און האָט גאָר אונטערגעזונגען לידלעך שטילערהײט! און צבֿיה־לאהס מאַנצבילשע שטימע איז יענעם טאָג געװען עפּעס דינער און װײכער. מיט אײנעם װאָרט, אַ גוטער מלאך איז דורכגעפֿלױגן איבער הערשקע מאַמציסעס דירה. די שכינה האָט גערוט אױף איר.

געפּטרט די מצות, האָבן די װײַבער אַװעקגעשטעלט אַלע אינאײנעם אַ דײזשקעלע באָרשט )דאָס דײזשקעלע האָט פֿאַרזאָרגט, געװײנלעך, „שױן־אײנמאָל־משה“(, און מע האָט װידעראַמאָל געװוּנטשן זיך, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר מיט די מאַנען און מיט די קינדערלעך געזונטערהײט און מע זאָל װידער שטעלן אַלע אינאײנעם פּסחיקן באָרשט, און אין שטוב איז װידער געװען שׂשׂון־ושׂימחה, גוט אױפֿן האַרצן. נאָכדעם האָט מען אָנגעקױפֿט אַלע אינאײנעם עטלעכע פֿאָר עופֿות מיט אַ פּאָר אינדיקעס, װאָס גאָט האָט זיך צוגעשיקט אַ כּשרע מציאה )אַ משוגענער גױ האָט זיך מער ניט געהײסן באַצאָלן װי צען גילדן פֿאַר צװײ אינדיקעס, װי די קעלבלעך די גרױס(, און מע האָט אַלע עופֿות פֿאַרװאָרפֿן אין אײן שטײַג )די שטײַג האָט צורעכט געמאַכט, געװײנלעך „שױן־אײנמאָל־משה“(, און די אינדיקעס האָט מען געלאָזט שפּאַצירן איבער דער שטוב, און פֿאַר אונדז, קלײנװאַרג, איז דאָס געװען אַ שטיקל געשעפֿט: מיר האָבן זיך מיט זײ גערײצט, מיר האָבן צי זײ געפֿײַפֿט, און זײ האָבן געשריגן: „האָלדער־האָלדער!“ ― און קײנער האָט אונדז ניט געזאָגט קײן װאָרט. און די װײַבער האָבן זיך געװינטשעװעט, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר מיט די מאַנען און מיט די קינדערלעך געזונטערהײט און מע זאָל װידער קױפֿן בשותּפֿות אַלע אינאײנעם אַזעלכע עופֿות און אַזעלכע אינדיקעס. נאָכדעם האָט מען געקױפֿט אַלע אינאײנעם צװײ זעקלעך קאַרטאָפֿליעס אין גלײַכן געלט, און אײער עפּעס גאָר אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ ― דרײַ גילדן אַ שאָק! גאָט האָט זײ צוגעשיקט אַ גױע מיט אײער, אױף קײן שלעכט אָרט זאָל זי ניט שטײן! ― און די װײַבער האָבן געלאַכט פֿון דער גױע, אַ נאַרישע גױע אַ געשלײערטע האַנדזיע! און מע האָט זיך װידער געװינטשעװעט, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר מיט די מאַנען און מיט די קינדערלעך געזונטערהײט און מע זאָל װידער אײַנקױפֿן אַלע אינאײנעם בחבֿרותא אַזעלכע געראָטענע קאַרטאָפֿליעס און אַזעלכע פֿרישע אײער! װאָס דאַרפֿט איר מער? פּסחדיקע קױלן צום סאַמאָװאַר האָט מען געקױפֿט אַלע אינאײנעם אַ זעקל כּמעט אומזיסט, ס'איז גאָר אַ חרפּה אױסצוזאָגן פֿאַר װיפֿל; הײַנט כרײן און פּאַסטערנאַק און שאָר־ירקות ― אַלצדינג בזיל הזול! „אַן ערבֿ פּסח פֿון גאָלע מציאות“ ― האָבן געזאָגט די װײַבער און האָבן געלאַכט, און מיר, קלײנװאַרג, האָבן געפֿײַפֿט צו די אינדיקעס, און די אינדיקעס האָבן געשריגן: „האָלדער־האָלדער!“, און מען האָט זיך געװינטשעװעט, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר מיט די מאַנען און מיט די קינדערלעך געזונטערהײט און מע זאָל װידער מאַכן אינאײנעם אַלע אײן פּסח. מע האָט אַרױסגעזען באַשײַנפּערלעך, אַז עס קאָן גאָרניט זײן קײן גרעסערע חכמה אױף דער װעלט, װי אַז מע מאַכט יד־אַחת.

― קאָמונע! איר שפּילט זיך מיט קאָמונע? ― האָבן אַ זאָג געטאָן די מאַנצבילן אױף אַ לצנות. און די װײַבער האָבן אונטערגעכאַפּט דאָס װאָרט „קאָמונע“, נאָר גערופֿן האָבן זײ דאָס „קאָמונעס“, און האָבן אַרױסגעזאָגט בפֿירוש, אַז זײ װאָלטן זיך ניט אָפּגעזאָגט, ס'זאָל אַ גאַנץ יאָר זײַן בײַ זײ „קאָמונעס“. און די װײַבער זײַנען געװען אױפֿגעלײגט, און די מאַנצבילן ― אַװדאי, און מיר, קלײנװאַרג, ― אַװדאי און אַװדאי!

געבליבן איז אױפֿן לעצטן טאָג נאָר פֿיש און פֿלײש און װײַן אױף אַרבע־כּוסות, מילא, פֿיש ― דאָס האָט גענומען אױף זיך, געװײנלעך, „שױן־אײנמאָל־משה“, װאָרעם װוּ האָט איר אױף דער װעלט נאָך אַזאַ בריה אױף קױפֿן פֿיש, װי ער? ער װעט ברענגען צו טראָגן פֿיש, װעט זײַן שױן אײנמאָל פֿיש! מיט װײַן און מיטן חרוסת האָט מען זיך פֿאַרלאָזט אינגאַנצן אױף מײַן טאַטן, מחמת דער מבֿין אױף װײַן איז ער. און טובֿלען דאָס געפֿעס האָט מען געשיקט אונדז, ייִנגלעך )פֿאַר די מײדלעך האָט מען געפֿונען אַן אַנדער אַרבעט: העלפֿן די מאַמעס כּשרן און רײַבן און שײַערן און פּוצן(, און מיר האָבן פֿאַרקאַטשעט די הײַזלעך און זײַנען אַװעק צום טײַך לעבעדיק, פֿרײלעך. בקיצור, ס'איז געװען „ליהודים“, אַלע זײַנען געװען פֿאַרנומען, אַלע הענט האָבן געאַרבעט, קײנער איז ניט געזעסן לײדיק אַ מינוט אַפֿילו, ביזן לעצטן טאָג ערבֿ פּסח, ביז מע האָט פֿאַרברענט דעם חמץ, געגאַנגען אַלע אין מרחץ אַרײַן, געקומען אַהײם, איבערגעטאָן זיך אַלע יום־טובֿדיק און מע האָט גענומען גרײטן זיך צום סדר.

ה. די זײַלן פֿון דער קאָמונע שאָקלען זיך

עס פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך אַלײן, אַז צונױפֿשטעלן די טישן מיט די בענקלעך, אױסשטעלן די כּוסות מיט די קערות און אױסבעטן די הסב־בעטן האָט גענומען אױף זיך „שױן־אײנמאָל־משה“. װער עס האָט אים נישט געזען אַרומטאַנצן דעם דאָזיקן פֿאַרנאַכט, דער האָט גאָר קײן שײנס ניט געזען! די בעקלעך האָבן אים געפֿלאַמט, דאָס היטל איז אים אַראָפּגעפֿאָרן אױף אַ זײַט, אײן װאָנצע, די לאַנגע, האָט זיך בײַ אים אױסגעצױגן נאָך לענגער. ער האָט אױסגעזען, װי אַ קאָמאַנדיר פֿון אַ שיף, אָדער װי אַ פֿעלדמאַרשאַל אױף דער מלחמה, אָדער װי אַ גבאי צו הקפֿות. ער האָט נישט געלאָזט קײנעם זיך צורירן צו קײן זאַך: אַלײן האָט ער צונױפֿגעטראָגן בענקלעך, אַלײן צונױפֿגעשטעלט די כּוסות, אױסגעשטעלט דאָס זאַלצװאַסער מיטן חרוסת מיט די שאָר־ירקות, און אַלײן אױסגעבעט אַלע פֿיר הסב־בעטן )מײַן שװאָגער דניאל איז אױך געװען פֿאַררעכנט אין קאָן(. און אַז ס'איז געקומען צו די הסב־בעטן, האָט ער געקאָמאַנדעװעט, מע זאָל אים צונױפֿטראָגן װאָס מער קישנס.

― נאָך אַ קישן!

― נאַט אײַך נאָך אַ קישן.

― נאָך אַ קישן!

― נאַט אײַך נאָך אַ קישן.

― נאָך אַ קישן!

― װאָס טױג אײַך אַזױ פֿיל קישנס?

― נאָך אַ קישן!

און ס'איז אױסגעװאַקסן פֿיר הױכע הסב־בעטן… װאָס זאָג איך הסב־בעטן? פֿיר הױכע מױערן, װאָס אַז מע איז געקומען פֿון שול, האָבן די פֿיר באַלעבאַטים באַדאַרפֿט זיך מיט אַנגסטן אַרױפֿדראַפּען אַרױף. און אַז זײ האָבן זיך אַרױפֿגעדראַפּעט אַרױף און באַזעצט זיך, האָבן זײ מורא געהאַט, זײ זאָלן חלילה ניט אַראָפּפֿאַלן.

דער ערשטער האָט זיך אַרױפֿגעכאַפּט דער בעל־הבית, הערשקע מאַמציס. ער האָט ניט געזאָגט חס־ושלום קײן שום חסרון אױף די הסב־בעטן; ער האָט נאָר אַ קנײטש געטאָן מיט די פּלײצעס, אַ מאַך געטאָן מיט כּעס:

― נ־נ־אָ, אַ עסעבעט!

― האַ? שױן אײנמאָל אַ עסעבעט? ― האָט זיך אָנגערופֿן צו אים „שױן־אײנמאָל־משה“ מיט אַ שמײכעלע פֿון אַ גרױסן קינסטלער, װאָס איז אַלײן צופֿרידן מיט זײַן אַרבעט.

― ס'זאָל ניט זײַן דאָס אײגענע, װאָס מיט דער סוכּה. ― רופֿט זיך אָן דער בעל־הבית, הערשקע מאַמציס, מיט אַ שטאָך.

― איך האָב שױן אױך געקלערט דאָס אײגענע. ― זאָגט דער טאַטע מײַנער און מעסט זיך אױף דעם הסב־בעט, האַלט זיך מיט בײדע הענט אָן גאַרטל און טרעט־אײַן די קישנס, װי מע טרעט־אײַן אַ װאָגן הײ.

― מיט פֿרעמדע הענט איז גוט פֿײַער שאַרן. ― רופֿט זיך אָפּ די בעל־הביתטע צבֿיה־לאה מיט גאַל, און „שװעבעלע“ שטעלט זיך אײַן פֿאַר איר משהן און טוט אַ זאָג צום מאַן מיט כּעס:

― אומעטום באַדאַרפֿסטו אַרױסבאַװײַזן, אַז דו קאָנסט! עסעבעטן װאָלט איך זײ געבעט! לאָזן זײ זיך בעטן!

עס פֿאַרשטײט זיך, אַז צבֿיה־לאה קאָן דאָס נישט איבערטראָגן און טוט אַ זאָג צו מײַן מאַמען כּלומרשט אין גוטן מוט:

― איר זעט, בתיה־לעבן? דאָס שװעבעלע האָט זיך שױן אָנגעצונדן…

― און „שװעבעלע“ בײגט זיך אָן צו מײַן מאַמען און רױמט איר אײַן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד:

― איר הערט, בתיה־לעבן? דער סאַמאָװאַר, ברוך־השם, זידט שױן…

און אַלע דערפֿילן, אַז אַ כמאַרע רוקט זיך אָן אױף הערשקע מאַמציסעס שטוב, און די פֿרײלעכקײט מיט דער לעבעדיקײט, װאָס ס'איז געװען ערבֿ פּסח, איז ניטאָ ― אַװעק, אַװעק מיטן װינט און מיטן רױך.

― זאָלט איר מיר זײַן געזונט און שטאַרק, צבֿיה־לאה־לעבן און פּערל קרױן, פֿאַרגעסט נישט, אַז ס'איז יום־טובֿ און מיר זיצן בײַ אײן טיש! ― זאָגט זײ די מאַמע שטילערהײט, און אױף איר פּנים ליגט אַזױ פֿיל טרױער, אַזױ פֿיל אַנגסט, אַז עס נעמט מיך בײַם האַרצן.

איך פֿאַרשטײ איר טרױער, איך פֿיל איר אַנגסט. איך האָב באַמערקט נאָך בשעת ליכט־בענטשן, אַז זי װײנט, װײנט אױף דער דירה, װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָרן, און װאָס מיר באַדאַרפֿן זיצן אין שכנות מיט אַזעלכע גראָבע מענטשן, זיצן מיט זײ בײַ אײן טיש, בײַ אײן סדר! ערשט פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט איז געװען בײַ אונדז אַביסל אַ שענערער טיש, אַביסל אַ רײַכערער סדר. פֿאַראַיאָרן איז דער טאַטע געװען אײן מלך, די מאַמע איז געװען אײן מלכּה, און איך בין געװען אײן פּרינץ. הײַנט זיצן דאָ צונױפֿגעקװעטשט עטלעכע מלכים, עטלעכע מלכות, און אַ סך־אַ סך פּרינצן, און אַלע פּרינצן גײען אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אַזױ שײן, װי איך, און אפֿשר נאָך אַביסל שענער… נײן, זאָגט אײַך װאָס איר װילט, ס'איז נישט דער פֿאַראַיאָריקער פּסח! ס'איז נישט דער פֿאַראַיאָריקער סדר!

מאַמע, איך פֿאַרשטײ דײַן טרױער! איך פֿיל דײַן אַנגסט!

ו. דער פּרינץ נעמט זיך איבער

און כאָטש עס זיצן דאָ אַ סך פּרינצן, און אַלע גײען אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אַזױ שײן, װי איך, און אפֿשר נאָך שענער ― דאָך פֿיל איך, אַז איר בין נישט דאָס, װאָס אַלע. און כאָטש עס זיצן דאָ עטלעכע מלכים מיט עטלעכע מלכות, דאָך פֿיל איך, אַז מײַן טאַטע איז נישט דאָס, װאָס אַלע טאַטעס, און מײַן מאַמע איז נישט דאָס װאָס אַלע מאַמעס. אױב יענע זײַנען מלכים, איז ער אַ מלך איבער די מלכים, װאָרעם ער איז דאָ דער שענסטער און דער אײדלסטער פֿון אַלע; און אױך די מאַמע איז די שענסטע און די אײדלסטע פֿון אַלע. ער קוקט־אַרײַן אין סידור אַרײַן, פֿירט דאָס רעדל, װי אַן עלטערער, װי אַ פֿעלדמאַרשאַל, און אױף אים קוקנדיק װאָס ער טוט, טאָן אים נאָך אַלע. אױך די מאַמע איז אַ װעג־װײַזער פֿאַר די איבעריקע װײַבער, האַלט פֿאַר זיך אַ גרױסן

גראָבן קרבן־מנחה, מישט־מישט די בלעטלעך מיט אירע שײנע װײַסע פֿינגער, און דאָס װײַס, ליכטיק פּנים בשעת־מעשׂה שײַנט איר, װי די זון, און די איבעריקע װײַבער זעען־אױס קעגן איר עפּעס מאָדנע שװאַרץ, װי די ציגײַנערינס. מאָלט אײַך, מײַן שװעסטער אַסנה איז, קאָן מען זאָגן, אױך נישט קײן מיאוס װײַבל, נאָר װי קומט זי צו דער מאַמע! אַנו, פֿאָרט־אױס די גאַנצע װעלט און געפֿינט מיר נאָך אַזאַ יפֿת־תּואר, װי מײַן מאַמע! אַן עבֿירה, װאָס פֿונעם אָפֿט װײנען, װאָס זי װײנט, װאַקסן איר קישעלעך אונטער די אױגן. אַן עבֿירה, װאָס פֿונעם קאָכן, װאָס זי קאָכט אַלײן, װערן איר די שײנע װײַסע הענט באַצױגן װי מיט אַ קאָרע פֿון אױבן. אַן עבֿירה, װאָס צוליב מײַן שװעסטער אַסנה האָט זי נעבעך געמוזט נישט־לאַנג פֿאַרקױפֿן די פּערל אירע מיט די אױערינגלעך מיט די פֿינגערלעך, און זי קאָן זיך איצט נישט באַװײַזן מיט איר גאַנצער שײנקײט און מיט איר גאַנצן גלאַנץ פֿון אַמאָל. די מוטער רחל, אסתּר המלכּה, שולמית פֿון שיר־השירים, די מלכּה־שבֿאָ ― די זײַנען נאָר אַ דמיון! גיט איר אָפּ צוריק די פּערל מיט די אױערינגלעך מיט די פֿינגערלעך, װעט איר זען, װאָס הײסט אַ יפֿת־תּואר!… נאָר פֿאַרפֿאַלן! ניטאָ קײן פּערל! ניטאָ קײן אױערינגלעך! ניטאָ קײן פֿינגערלעך! אױסגעטאָן! אַװעקגעגעבן! גװאַלד, װאָס האָט צו אונדז דער רבונו־של־עולם? פֿאַר װאָס שטראָפֿט ער אונדז אַזױ?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ק־ד־ש! ― זינגט־אױס דער מלך פֿון די מלכים, דאָס הײסט, דער טאַטע מײַנער, קױם־קױם װאָס ער קריכט־אַרױס פֿון דעם הסב־בעט, נעמט דעם כּוס אין אײן האַנט, שפּאַרט זיך אָן מיט דער אַנדערער האַנט אָן טיש, פֿאַררײַסט דעם קאָפּ אַרױף, מאַכט־צו די אױגן און הײבט־אָן דעם שײנעם פּסחיקן קידוש מיטן שײנעם פּסחיקן נוסח, נאָר מיט עפּעס אַ מאָדנעם טרױעריקן ניגון, ― נײן, ס'איז נישט דער ניגון, װאָס פֿאַראַיאָרן! און עס מאָלט זיך מיר אױס, אַז אינעם טאַטנס קידוש הערט זיך אַ קלאָג צום בית־דין־של־מעלה, אַ קלאָג פֿאַר דער דירה, פֿאַר דעם אין־שכנות־זיצן, פֿאַר דער מאַמעס פּערל מיט די אױערינגלעך מיט די פֿינגערלעך און פֿאַר די איבעריקע צרות, יסורים און האַרצװײטיק, װאָס גאָט האָט אונדז מיט זײ באַװיליקט הײַנטיקס יאָר פֿון זײַן ברײטער האַנט.

איר װײסט נישט, װאָס האָט צו אונדז דער רבונו־של־עולם? פֿאַר װאָס שטראָפֿט ער אונדז אַזױ?!…

ז. די זײַלן סון דער קאָמונע הײבן אָן פֿאַלן

װי אַלע גרױסע אידעען, אַזױ אױך אַלע גרעסטע אומגליקן, װאָס טרעפֿן זיך אױף דער װעלט, נעמען זיך אָפֿטמאָל פֿון אַ קלײניקײט, פֿון אַ נאַרישקײט. אױך די „קאָמונע“, װאָס װערט באַשריבן בײַ אונדז אָט דאָ, איז פּלוצעם אַנידערגעפֿאַלן אין סאַמע אָנהײב, און איבער אַ קלײניקײט, איבער אַ נאַרישקײט. ומעשׂה־שהיה כּך־היה:

װי באַלד דער טאַטע האָט אָפּגעמאַכט דעם קידוש און האָט צוריק אַרײַנגעזעצט זיך אין דעם הסב־בעט, האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט בײדע מיט אַ מאָל, מײן שװאָגער דניאל און אונדזער בעל־הבית הערשקע מאַמציס, און האָבן זיך אָבער באַלד בײדע צוריק אַנידערגעזעצט, געװאָרן רױט, װי פֿײַער, זיך פֿאַרשעמט, אַ פּנים.

מאַכט דער טאַטע צו הערשקע מאַמציס אױף שטום־לשון )מחמת נאָך קידוש טאָר מען שױן נישט מפֿסיק זײַן(: „נו־אָ!“ ― דאָס הײסט, ער איז אים מכבד, ער זאָל מאַכן פֿריִער קידוש. ענטפֿערט אים הערשקע מאַמציס אױף דער זעלביקער שפּראַך: „אי־אָ!“ ― און באַװײַזט מיט דער האַנט אױף מײַן שװאָגער דניאל )אַ גראָבער יונג! ער מײנט, אַז ער טאָר שױן אױך נישט מפֿסיק זײַן!(. רופֿט זיך אָן מײַן שװאָגער דניאל און מאַכט מיטן קאָפּ: „אי־אי!“ ― דאָס הײסט: איך ניט, לאָז אַן אַנדערע מאַכן פֿריִער קידוש! מישט זיך אַרײַן „שױן־אײנמאָל־משה“ )ער האָט תּמיד ליב אַרײַנמישן זיך!( און טוט אַ מאַך מיט די הענט: „מי־אָ־נו?“ ― דער פּשט איז: „ממה־נפֿשך, אָדער דער, אָדער יענער!“ ענטפֿערט אים דערױף דער טאַטע אַלץ אױפֿן װוּנק: „מע־אָ־אי!“ ― דאָס הײסט: „אַז נישט דער און נישט יענער ― טאָ מאַכט שױן איר פֿריִער קידוש!“

איך װײס ניט, װאָס פֿאַר אַ פֿרײלעכקײט עס ליגט פֿאַרבאָרגן אין דער דאָזיקער מימיקע, נאָר אױף אונדז, קלײנװאַרג, פֿאַלט־אָן דערפֿון פּלוצעם אַ געלעכטער, און נאָך װאָס פֿאַר אַ געלעכטער! מיר שטיקן זיך שטילערהײט אין די קולאַקעס, האָבן מורא אַ קוק טאָן אײנס אױף דאָס אַנדערע, מע זאָל חלילה נישט אױסשיסן. נאָר װיפֿל קאָן זיך אַ מענטש אײַנהאַלטן? אַ מענטש איז דאָך נישט קײן אײַזן, ובפֿרט, אַז סע זיצן בײַם טיש, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל קלאַפּערס, װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס קאָנען לאַכן, ― איז גענוג, אַז עמעצער פֿון אונדז זאָל געבן אַ כליפּ, אַ הוסט, אָדער אַ שלוקערץ, זאָל זיך דער איבעריקער חבֿרה אױסװײַזן, אַז דאָס האָט שױן אײנער געװיס אױסגעשאָסן. אין אַזעלכע מאָמענטן, הערט איר, איז געפֿערלעך, מע שפּילט זיך מיט פֿײַער, װאָרעם װאָס מער מע האָט מורא ― מער לאַכט מען. איר קאָנט דאָס פּרוּװן אױף אײַערע קינדער. לאָזט־אַרױס אַ באַפֿעל, אַז מע טאָר בײַם טיש נישט לאַכן, װעט איר זען װאָס ס'װעט זיך טאָן: תּחילת װעט מען זיך שטיקן װי װײַט מע װעט קאָנען, נאָכדעם װעט װערן אַזאַ שיסערײַ, אַז איר װעט סוף־כּל־סוף אַלײן אױך אױסשיסן אַ געלעכטער. דעם שׂכל דערפֿון װײסן מיר נישט; לאָזן די חכמים, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט אַלערלײ חכמות, אױפֿקלערן די דאָזיקע חכמה אױך, און מיר װעלן זיך אומקערן צוריק צו אונדזער קידוש.

אַז גאָט האָט געהאָלפֿן, די מלכים האָבן שױן מיט גאָטס הילף אַלע אָפּגעמאַכט קידוש, און ס'איז געקומען צו אונדז קלײנװאַרג, איז אױפֿגעשטאַנען הערשקע מאַמציסעס בן, דער עלטערער )אײַזיק(, און האָט אָנגעהױבן זאָגן דעם „סבֿרי מרנן ורבנן ורבותי“ אױף אַ מאָדנעם קול, גלײַך װי עמעצער װערגט אים. האָט דער ייִנגערער ברודער זײַנער )איציק( אַרױסגעלאָזט אַ מין „קכי“. האָט זיך דער דריטער )היליק( צעלאַכט, און דער קלײנער )ישׂראליק( ― נאָך אים, און נאָך זײ שױן מיר אַלע, און אײַזיק אַלײן אױך בתוכם, און אַזױ איז ער זאַסטרעמפּעטзастремпіт: געאײַלט געװאָרן אין מיטן, ניט אַהין, ניט אַהער, אַזש געװאָרן ברױן און בלױ, ס'איז געװען אַ רחמנות צו קוקן אױף אים! איז אױפֿגעשטאַנען הערשקע מאַמציס און האָט אים אַראָפּגעלאָזט אַ פּאַטש פֿון אױבן אַראָפּ און אַרױסגעװאָרפֿן אים פֿונעם טיש און אַ זאָג געטאָן דערבײַ, װי זײַן שטײגער איז: „פּיטש־פּאַטש אי ניקאַקיך!“ און אַ מאַך געטאָן צום אַנדערן )צו איציקן(, ער זאָל אױפֿשטײן מאַכן קידוש.

האָט זיך איציק אױפֿגעכאַפּט, װי אַ מזיק, און אַ זאָג געטאָן דעם אײגענעם „סבֿרי מרנן ורבנן ורבותי“ שױן אַביסל צו הױך, צו גײַציק, אַזױ אַז ער האָט זיך, אַ פּנים, אַלײן איבערגעשראָקן פֿאַר זײַן קול און האָט זיך געװאָלט אַראָפּלאָזן נידעריקער מיט אַ טאָן. האָט אײנער פֿון דער חבֿריא אַ מאַך געטאָן: „עהיט!“ ― האָט שױן איציק דערפֿאַר נישט געקאָנט זאָגן אַ װאָרט, אַזױ שטאַרק האָט דאָס אים געשטיקט. האָט ער נעבעך געכאַפּט פֿון זײַן טאַטן, הערשקע מאַמציס, דעם זעלבן פּסק, װאָס אײַזיק, דאָס הײסט: „פּיטש־פּאַטש אי ניקאַקיך!“ און אױף איציקס אָרט איז שױן געשטאַנען דער דריטער )היליק(.

דער דאָזיקער היליק האָט נאָר אָפּגעזאָגט אַ האַלבן „סבֿרי מרנן“ ― דעם „ורבנן ורבותי“ האָט ער שױן נישט געקאָנט אַרױסזאָגן. אים איז געפֿעלן געװאָרן גראָד אַצינד אַ קוק טאָן אױף מײַן שװאָגער דניאלס קינדערלעך און דערזען, װי די דרײַ האַלטן זיך בײַ די נעזלעך, אָנגעבלאָזן די בעקלעך, װי די פּאַכירלעך, אָט־אָט װערן זײ צעזעצט.

און אָט אַזױ האָט איטלעכער באַזונדער באַקומען פֿון הערשקע מאַמציס זײַן פּסק: „פּיטש־פּאַטש אי ניקאַקיך!“, געמוזט אָפּטרעטן דעם אָרט אײנער דעם אַנדערן, ביז ס'איז געקומען צו „שױן־אײן־מאָל־משהס“ קינדער )צו יואליקלען מיט שואליקלען(. און אַז יואליקל האָט זיך אַװעקגעשטעלט מאַכן קידוש, האָט ער שױן ניט געקאָנט אַרױסלאָזן אַפֿילו דאָס ערשטע װאָרט „סבֿרי“ און האָט זיך באַלד אױפֿן אָרט פֿאַרגאַנגען אױף טױט. דעמאָלט איז אָנגעפֿאַלן אַ געלעכטער שױן אױף אַלעמען. עס האָבן געלאַכט גרױס און קלײן: דער טאַטע און די מאַמע און „שױן־אײן־מאָל־משה“ און אַלע װײַבער. עס האָט זיך מיר אױסגעװיזן אין דער מינוט, אַז עס לאַכן די כּוסות, די טעלער מיט די לעפֿל, מיט דעם לאָמפּ, מיט די װענט ― אַלע און אַלץ האָט געלאַכט.

נישט געלאַכט האָט נאָר אײן הערשקע מאַמציס מיט די בײזע אױגן. ער האָט געלאָזט יואליקלען אַביסל זיך אױסלאַכן; נאָכדעם איז ער אױפֿגעשטאַנען, פֿאַר כּעס, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, אַז יואליקל האָט אַלײן אַ טאַטן ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, אַ טאַטן, װאָס האָט אַלײן אױך הענט און קאָן זיך אַלײן אָפּרעכענען מיט זײַן קינד, און ער האָט אים אַראָפּגעלאָזט דעם אײגענעם „פּיטש־פּאַטש אי ניקאַקיך!“, װאָס זײַנע אײגענע פֿיר בנים, און דער גאַנצער עולם איז געװאָרן איבערראַשט. געװײנטלעך, האָט די דאָזיקע מעשׂה באַדאַרפֿט פֿאַרדריסן יואליקלס מאַמע, און „שװעבעלע“ האָט אַ בלישטשע געטאָן מיט די אײגעלעך און אַ זאָג געטאָן צו צבֿיה־לאהן:

― טאָמער װאָלט איר געזאָגט אײַער מאַן, סע זאָל אים אָפּדאַרן די הענטעלעך?

האָט צבֿיה־לאה לאַנג נישט געקלערט און באַלד אױפֿן אָרט אַ זאָג געטאָן צו „שױן־אײן־מאָל־משהן“ אױף איר מאַנצבילשער שטימע:

― טאָמער װאָלט איר געזאָגט אײַער װײַב, ס'זאָל זיך איר שטעלן דאָס שװאַרצע פּיסקעלע אױף אַ זײַט?

װאָס װײַטער איז געװען ― קאָן איך אײַך נישט באַשרײַבן. דאָס הײסט, קאָנען קאָן איך, נאָר איך װיל נישט. עס פּאַסט נישט. ס'איז נישט שײן פֿאַר קײן מלכּהס, װאָס זיצן אױבן־אָן בײַ דער רעכטער האַנט פֿון זײערע מלכים, ס'איז נישט שײן נישט פֿאַר זײ און נישט פֿאַר אונדז און נישט פֿאַר אײַך, ס'איז אַ חרפּה, אַ בזיון פֿאַר לײַטן… לאָמיר בעסער מאַכן אַ שװײַג.

עפּילאָג פֿון דער קאָמונע

אױף מאָרגן, צום צװײטן סדר, איז שױן יעדער געזעסן בײַ זיך, בײַ זײַן טיש, און אָפּגעריכט דעם סדר, װי גאָט האָט געבאָטן, ― געזעסן טאַקע אַלע אין אײן חדר, בײַ הערשקע מאַמציס אין זאַל, נאָר אײנס צום אַנדערן מיטן הינטן, שטאַרק אָנגעדרודלט… און מע האָט קױם דערלעבט דעם ערשטן טאָג חול־המועד, מע זאָל זיך קאָנען צעטײלן צוריק מיט די מצות, מיט דער שמאַלץ און מיט די אײער און מיט די קאַרטאָפֿליעס און מיט די שאָר־ירקות, אַפֿילו דאָס דײזשקעלע באָרשט האָט מען געמוזט צעגיסן אין באַזונדערע טעפּ, און בשעת־מעשׂה האָבן די װײַבער, געװײנטלעך, נישט געלײגט קײן כּבֿוד אײנע אױף דער אַנדערער, זיך דורכגעװאָרפֿן מיט שטעכװערטלעך און אָנצוהערענישן אױף די מאַנצבילן.

― „קאָמונעס“ האָט זיך זײ פֿאַרגלוסט! משוגעים האָבן דאָס אױסגעטראַכט און נאַראָנים טאַנצן נאָך! נאַט אײַך גאָר „קאָמונעס“! זיבעצן „קאָמונעס“ די שׂונאים אין קאָפּ און אין האַרצן און אין די קישקעס!

נאָך פּסח איז דער טאַטע געגאַנגען איבער דער שטאָט זוכן אַן אַנדער דירה אױף צו דינגען, און אױף אים קוקנדיק ― אױך „שױן־אײן־מאָל־משה“. צבֿיה־לאה איז אַפֿילו געװאָרן װײך װי טײג, און הערשקע מאַמציס האָט אַ זאָג געטאָן, כּלומרשט פֿאַרבײַגײענדיק, אַז תּיכּף נאָך שבֿועות, אם־ירצה־השם, שטעלט ער זיך איבערדעקן דעם דאַך; עס האָט זײ אָבער געהאָלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס. מײַן מאַמע האָט געזאָגט שטילערהײט דעם טאַטן, אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז אומזיסט װיל זי דאָ אױך נישט זיצן! אין דרױסן חלילה, אַבי נישט בײַ הערשקע מאַמציס!

אָט אַזױ האָט זיך פֿון דער ערשטער „קאָמונע“ בײַ אונדז אין כּתרילעװקע אױסגעלאָזט אַ טײַך.

געשריבן אין יאָר 1904.