מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער

שלום עליכם (אַלע װערק)

ל″ג־בעמר

א

― אַנו, קומט נאָר אַהער, קינדער, איך באַדאַרף אײַך עפּעס זאָגן אַ נײַס! ― אַזױ רופֿט זיך אָן צו אונדז אַ טאָג פֿאַר ל″ג־בעומר דער רבי רב יודל מלאך־המװת, און מיר שטעלן אױף מױל און אױערן, װאָס װעט אונדז עפּעס דער רבי זאָגן פֿאַר אַ „נײַס“?

איך זע, װײַסע חבֿרהניקעס, אַז איר װילט, איך זאָל אײַך דאָ אָפּמאָלן מײַן רבין, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט ― טו איך אײַך צוליב; נאָר בתּנאַי, איר זאָלט מיך ניט קװעטשן, פֿאַרװאָס מען האָט אים גערופֿן מיטן נאָמען „מלאך־המות“. אַ קלוג ייִנגעלע װעט זיך אַלײן שטױסן פֿאַר װאָס: מחמת מיר האָבן פֿאַר אים מורא געהאַט, װי פֿאַר אַ מלאך־המװת. װעט איר דאָך פֿרעגן: פֿאַרװאָס האָבן מיר פֿאַר אים מורא געהאַט, װי פֿאַר אַ מלאך־המװת? מחמת ער פֿלעגט אונדז שמײַסן מיט אײַזערנע ריטער ביז בלוט זאָל גײן. אַי, פֿאַרװאָס האָט ער אונדז געשמיסן מיט אײַזערנע ריטער ביז בלוט זאָל גײן, ― מסתּמא האָבן מיר פֿאַרדינט; מיר האָבן ניט געװאָלט לערנען… למאַי האָבן מיר ניט געװאָלט לערנען, מסתּמא זײַנען מיר געװען גרױסע שקצים… הקיצור, ס'איז דאָך אַ מעשׂה אָן אַ סוף ― מע האָט אים גערופֿן „רב יודל מלאך־המװת“, און זײַט זיכער, אַז ער האָט דעם נאָמען פֿאַרדינט כּשר, כאָטש אױסזען האָט ער אױסגעזען דװקא ניט װי אַ מלאך־המװת: אַ קלײנס, אַ נידעריקס, אַ טרוקנס, װי אַ גרוגרת דרבי צדוק, װי אַ פֿײַג הײסט דאָס; דאָס פּנים טונקל־גרין־געלבלעך, װי אַ פֿאַראַיאָריקער לולבֿ, און געקנײטשט, װי אַ מצה־שמורה; די באַקן אײַנגעפֿאַלן; אַ בערדל קױם־קױם װאָס סע שפּראָצט, אי דאָס ― נאָר ערטערװײַז; אַ נאָז, זעט איר, גראָד אַ היפּשע; הײבט זיך אָן דין און לאָזט זיך אױס גראָב, און אױסגעבױגן, װי אַ שופֿר; און אין גאָרגל אַ קנאָפּ, װאָס גליטשט זיך אַראָפּ און אַרױף, גלײַך װי עס װאָלט אַרומגעלאָפֿן דאָרטן אינעװײניק אַ מײַזל…

― װאָס פֿאַר אַ טאָג האָבן מיר מאָרגן, ― פֿרעגט אונדז דער רבי מיט אַ ניגון, בײגט אײַן דעם קאָפּ און מאַכט צו אײן אױגל.

― ל″ג―בעומ ־ ־ ר! ― שרײַען מיר אױס אַלע אין אײן קול, װי די ציגעלעך, אַז זײ שרײַען: „מעעע!“…

― װאָס איז ל″ג־בעומר? ― פֿרעגט ער אונדז װײַטער מיטן אײגענעם נוסח.

― דרײַ און דרײַסיק טאָג אין דער ספֿירה! ― ענטפֿערן מיר אים.

― װאָס טוען חדר־ייִנגלעך ל″ג־בעומר?

― חדר־ייִנגלעך ל″ג־בעומר לײגן זיך צונױף אַלע אינאײנעם און מאַכן אַ סעודה.

― װאָס נאָך טוט מען ל″ג―בעומר?

― מע נעמט די „פֿײַלנבױגנס“ מיט די „ראָדביקסלעך“ און מע גײט געװאָפֿנט מיט כּלי־זין און מיט געזאַנג װײַט־װײַט הינטערן שטאָט אַרױס.

― אָט אַזױ ― רופֿט זיך אָן דער רבי און עפֿנט אױף דאָס אױגל ― אָט אַזױ האָב איך אײַך ליב! אָט אַזױ זײַט איר װױלע ייִנגלעך! און דערפֿאַר לאָז איך אײַך אָפּ פֿרײַ כּמעט אױף אָנדערטהאַלבן מעת־לעת.

דערהערט דאָס װאָרט „פֿרײַ“ און נאָך „אױף אָנדערטהאַלבן מעת־לעת“, טוען מיר אַ שטײ אױף אַלע פֿון די ערטער און װילן זיך לאָזן לױפֿן אַהײם; נאָר אײן קוק פֿונעם רבינס קלײנע אײגעלעך איז גענוג, אַז מיר זאָלן בלײַבן צוגעקאָװעט צו אונדזערע ערטער.

― אַהאַ. ― רופֿט זיך אָן דער רבי שױן גאָר מיט אַן אַנדער נוסח. ― זע נאָר, זע. שױן פֿאַרטיק אױפֿן פּידפּאַליק?! איר האָט נאָר דערהערט דאָס װאָרט „פֿרײַ“, האָט איר שױן פֿאַרגעסן דעם עול פֿונעם חדר און זײַט שױן גרײט צו שפּרינגען, װי די װילדע צאַפּקעלעך ― האָץ־האָץ־האָץ! זאָג איך אײַך אָן, טאָמער חלילה… איר װײסט דאָך שױן װאָס איך מײן? לאָם איך זען אױף עמעצן פֿון אײַך אַ ריס אױף דער קאַפּאָטע, אָדער אַ דראַפּ אױפֿן פּנים, אָדער אַזױ עפּעס אַ סימן פֿון שקאָצערײַ, ― מאַך איך פֿון אײַך…

דער רבי רב יודל נעמט אַרױס דעם קאַנטשיק פֿון דער גמרא „מסכת מכּות“ און מאַכט צו אונדז אַזױ:

― װײסט איר װאָס, קינדער? װאָס טױג אונדז װערטער? מוסר? שטראָפֿערײַ? ― נאַרישקײטן! איר װעט דאָך מיך געװיס ניט פֿאָלגן, װעל איך דאָך אײַך נאָכדעם געװיס דאַרפֿן שמײַסן; אַמער, לײגט זיך שױן אײנציקװײַז אַנידער, לאָם איך אײַך געבן לעת־עתּה צו עטלעכע שמיצלעך, אַן אַדערױף הײסט דאָס… אַי װאָס? טאָמער װעט דאָס זײַן קאַרגלעך? האָט קײן יסורים ניט: אם־ירצה־השם, נאָך ל″ג־בעומר װעל איך אײַך, נישקשה, פֿאַרבעסערן… נו, חבֿרה, מאַכט זשע ניט, איך בעט אײַך, קײן לאַנגע שהיות, הײבט אָן שפּיליען די הײַזלעך, אַן עבֿירה די צײַט, דער טאָג שטײט ניט!…

און דער רבי באַטראַכט די ריטלעך פֿונעם קאַנטשיק גאַנץ רויִק, װי מע באַטראַכט, אַ שטײגער, ערבֿ שבת די פֿאָדעם פֿון די ציצית אינעם טלית־קטן; ער גלײַכט זײ אױס, פּרוּװט זיך פֿריִער מיט זײ אַביסל אױף דער לופֿט; נאָכדעם שטײט ער אױף, גײט צו צו דער לאַנגער באַנק, נעמט אַ גוטן שמעק טאַביקע און איז אָנגעברײט צו דער אַרבעט… מיר לאָזן זיך לאַנג ניט בעטן, װי יצחק בשעת אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים געפֿירט צו דער עקדה. מיר שטײען אױף אײנציקװײַז און גײען צו צו דער באַנק, ציִען אַראָפּ די הײַזלעך און לײגן זיך אַנידער שטיל, אָן װערטער, דאָס העמדעלע אַרױף, מיטן פּנים אַראָפּ, װי אײנער רעדט: „נאַט אײַך, רבי לעבן, דאָס װאָס איר האָט געװאָלט“…

― אָט אַזױ, יאָסעלע, האָב איך דיך ליב! ― מאַכט צו מיר דער רבי און שענקט מיר עטלעכע גרינגע שמיצלעך דערפֿאַר, װאָס איך האָב מיך געלײגט דער ערשטער. ― אָט אַזױ, קעצעלע: אײנס… צװײ… דרײַ… פֿיר… פֿינף… זעסטו? אַיאָ, אַז דער רבי שמײַסט אָפּ, װערט מען גאָר אַן אַנדער מענטש?… אַצינד, מאָטעלע, ― מאַכט ער צו מײַן ברודער מאָטל ― קום נאָר דו הער!… די „יאָסעלעך“ מיט די „מאָטעלעך“ האָב איך ליב דערפֿאַר, װאָס זײ לאָזן זיך ניט לאַנג בעטן. זײ, אַז מע זאָגט „לײג זיך“, לײגן זײ זיך… שמואליקל, נשמה מײַנע, ליג, ליג, נאַרעלע, עס װעט לאַנג ניט געדױערן, ניט מער זאָל דער ייִדישער גלות געדױערן!… און דו, לײבעניו, װאָס געדױערט בײַ דיר אַזױ לאַנג דאָס צעשפּיליען זיך? מאַך עס בקיצור!… אַבֿרהמעלע, מײַן טײַערס, דיר בין איך שולדיק אַ חובֿ נאָך פֿון נעכטן. עס װעט שױן זײַן בײַ אונדז אינאײנעם אײן רעכענונג… שימעלע! װאָס מאַכט עפּעס די ציג, װאָס דו ביסט געפֿאָרן אױף איר רײַטנדיק? דו מײנסט, אַז איך האָב שױן פֿאַרגעסן?… הערשל דער קלײנער! זאָג הערשל דעם גרױסן, ער זאָל זיך מטריח זײַן פֿאַרקאַטשען דאָס העמדל; נישקשה, דאָ זײַנען גאָלע מאַנצבילן… קום נאָר אַהער, טאָפּעלע טוטעריטו! האָב קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך בין דיך מכבד מיט „אַחרון“; דער טאַטע דײַנער דער שמשׂ איז ניט געװױנט געװאָרן צו גרעסערע כּיבודים…

אָפּגעשמיסן קאָפּלען אױך, גלײַכט זיך דער רבי אױס די בײנער, נעמט זיך מיטן גראָבן פֿינגער בײַם גאָרגל, אױפֿן חזנישן שטײגער, און זינגט אױס מיטן ניגון, װאָס מע רופֿט אױף אַ חתן, און ציקלט זיך בשעת־מעשׂה, פּונקט װי רב הערש־בער דער חזן:

― יע־מוד הח־תן יום־טובֿ ליפּמאַן ברב שלום־אײַזיק מפֿ־טיר!… נישקשה, שעם זיך ניט, רבֿ ליפּע, דו ביסט טאַקע אַ בר־מיצװה־ייִנגל, און אַ חתן דערצו, מיט אַ זײגער און מיט אַ זילבערנער קאָפּערטע, נאָר פֿונדעסטװעגן, אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן ― לכּבֿוד ל″ג־בעומר מעגסטו זיך מטריח זײַן אַנידערלײגן אָט דאָ אױפֿן בענקל. איך װעל דיר חלילה קײן שלעכטס ניט טאָן, איך װעל דיר נאָר אָפּשמײַסן, מער גאָרניט!… איך בין דיר ערבֿ, אַז ביז דער חתונה װעט זיך פֿאַרהײלן… ליפּע, ליג גלײַך, ליפּע, מאַך ניט קײן אָנשטעלן, איך האָב קײן כּוח ניט צו באָרען זיך מיט אַזאַ בחורעץ, װי דו! אָט אַזױ, לאָז אײַך װױל באַקומען!… אַצינד פֿאַרשפּיליעט זיך גאַנץ פֿײַן, קינדערלעך, װאַשט די הענט און דאַװנט אײַך אָפּ מנחה און ― מאַרש אַהײם. נאָר שטיל, פֿײַן, שײן, אַזױ װי איך האָב ליב… און, אם־ירצה־השם, איבערמאָרגן גאַנץ פֿרי זאָלט איר מיר זײַן אָט דאָ אַלע אױפֿן אָרט, נאָר װי עס געהער צו זײַן, פֿײַנטשיק! איר האָרכט, װאָס מע רעדט צו אײַך? לאָם איך זען אױף עמעצן אַ שפּרינקעלע! אַ האָר!… אַ גוטע נאַכט, גײט געזונט, און האָט אײַך אַ פֿרײלעכן יום־טובֿ!

ב

אױף מאָרגן האָט גאָט אַרױסגעצױגן די זון פֿון איר פּוטער־פֿאַס און האָט אונדז געשענקט אַ שײנעם, אַ ליכטיקן, אַ פֿרײלעכן זומער־טאָג, אײנעם פֿון יענע שײנע ליכטיקע זומער־טעג, װאָס אַפֿילו אין דעם פֿינצטערן װיסטן כּתרילעװקע, װאָס ליגט בײַם טײַך „שטונקײַלאָ“, איז די לופֿט שמעקנדיק, פֿריש, מחיה־נפֿשות. דער הימל איז לױטער בלױ. די פֿײגעלעך זינגען. עס גלוסט זיך אין דרױסן אַרױס, אױף דער לופֿט. עס ציט אַהין, װײַט־װײַט פֿון דער בלאָטיקער שטאָט אַרױס, דאָרט, װוּ עס שפּראָצט אַ גרעזעלע, און די בײמער זײַנען באַדעקט מיט גרינע בלעטעלעך, דאָרט, װוּ גאָטס פֿײגעלעך טאַנצן און שפּרינגען, פּישטשען און זינגען… אין יענעם פֿרימאָרגן האָבן מיר זיך געכאַפּט, איך און מײַן ברודער מאָטל, אױפֿשטײן װאָס פֿריִער, אָפּדאַװענען װאָס גיכער, נעמען דעם אָנבײַסן מיט זיך ― און מאַרש צו ליפּע שלום־אײַזיקס! װאָס עפּעס צו ליפּע שלום־אײַזיקס? װײַל, ערשטנס, איז ליפּע שלום־אײַזיקס דער עלטסטער פֿון די תּלמידים, אַ בר־מיצװה־ייִנגל, און אַ חתן דערצו, מיט אַ זײגער און מיט אַ זילבערנער קאָפּערטע; און, צװײטנס, איז דאָרט פֿאַראַן אַ הױף אַ גרױסער, װאָס דאָרט פֿלעגן מיר פֿאַרברענגען דעם אַנדערן האַלבן טאָג פֿרײַטיק, שפּרינגען אױף אײן פֿוס, שפּילן אין „קוציבאַבע“, אין „אקח־און־מקח“, אָדער אין „קאַמער־קאַמער־הױז“, אָדער אין „באַהעלטערלעך“, אָדער אין „טרעפֿענישן“…

אַז מיר זײַנען געקומען, איך און מײַן ברודער מאָטל, צו ליפּע שלום־אײַזיקס, האָבן מיר שױן דאָרטן געטראָפֿן די גאַנצע חבֿרה )אַרום און אַרום זײַנען מיר געװען פֿיר און פֿערציק פּאַרשױן, תּלמידים פֿון צװײ חדרים: פֿון „רב יודל מלאך־המװת“ און פֿון „רב אפֿרים תּלין“(.

― אָט זײַנען שױן די „יאָסעלעך“ און די „מאָטעלעך“ אױך דאָ! װײַזט, װאָס האָט איר געבראַכט? ― רופֿט זיך אָן ליפּע שלום־אײַזיקס און ער הײבט אָן צונױפֿנעמען די מתּנות, װאָס יעדער האָט געבראַכט צו דער סעודה, און אױסרופֿן אױף אַ קול איטלעכן צום גראַם:

― מענדל, מע מעג עסן פֿון דײַן פֿענדל! אַנו, װײַז װאָס האָסטו דאָרטן? צװײ אײער־בײגל, אַ שטיק לעקעך, אײן אײ מיט זעקס גראָשן.

― איציק־שפּיציק, נאָדל־טעשל! גײ אין קלײט, כאַפּ אַ פֿלעשל! עפּעס זע איך בײַ דיר, קײן עין־הרע ניט, אַ גאַנצן אוצר: צװײ קיכלעך, דרײַ אײער, אַ שטיק דאַרע קישקע, עטלעכע צוקער־לעקעכלעך מיט מאַנדל־בײגעלעך, און האָזענע ניסלעך עפּעס גאָר אַ גוזמא ― אַהאַ! און נאָך צען גראָשן דערצו! מאָלאָדיעץ!…

― יענקעלע־בענקעלע־פֿלעשעלע ― בול־בול־בול! באַװײַז זיך אַרױס מיט דײַן גוטס: אַ בולקע אַ גאַנצע, אַ פֿערטל עוף, אַ גלעזל גענדזן־שמאַלץ ― װאָס איז דאָס? אַ פֿלעשל מעד? הערסטו, ביסט דאָך עפּעס גאָר אַ מזיק, כ'לעבן!…

― שימהלע־שטױסעלע, קלאַפּ אין שול! אַלטע װײַבער שלאָפֿן! קום נאָר אַהער, האָסט געבראַכט בראָנפֿן? ― האָב איך דיך ליב, װאָרעם װוּ האָט איר געזען אַ „סעודה“ אָן בראָנפֿן?…

― אָבי ― פֿאָטער, קלמן ― טאָטער, טאָטער ― קלמן, שניאור ― זלמן, זלמן ― שניאור, שלאָף אין שלײער! באַװײַז, באַװײַז, שעם זיך ניט! אַ האַלב אײ סך־הכּל?… אַ שטיקל ברױט מיט האָניק?… אױך אַ מטבע! גיב אַהער, נישקשה, עס מאַכט ניט אױס! דערױף איז דאָס ל″ג־בעומר, אַ שותּפֿותדיקע סעודה!…

― טאָפּעלע טוטעריטו! װײַז װאָס האַלטסטו דאָרטן? אַ טאָפּיטע מיט אַ שטיטל בולטע מיט אַ טעפּל טנאָבל? װאָס האָט דיר די מאַמע אַזױ װינציט דעדעבן?… ― ליפּע שלום־אײַזיקס מאַכט אים נאָך, װי ער רעדט מיט דער „טוף“, און חבֿרה קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער, און קאָפּל אַלײן לאַכט אױך.

― יואליק־בײליק האָט דעם גרעסטן חלק! דו ביסט דאָך עפּעס אַ נגידס אַ ייִנגל, בײַ דיר קער אַװדאי זײַן אַ גאַנצער אוצר פֿון ביצים און פֿון שמאַלץ, פֿון װײַן און פֿון בראָנפֿן און פֿון כּל־טובֿ! אַיאָ, איך האָב געטראָפֿן? צװײ בולקעס, אַ גאַנצע האַלבע געבראָטענע קאַטשקע, אָהאָ! אַ צענדליק אײער, און טײ און צוקער. הײַנט ניסלעך, מיט באָקסערן, מיט ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, און פּאָמעראַנצן, און אַ לימענע אױך ― ניט געדאַכט זאָלסטו װערן! קום אַהער, לאָם איך דיר כאָטש זאָגן אַ דאַנק!

יואליק דעם נגידס גײט צו, די הענט אין די קעשענעס, מיט גרױס גדלות, און ליפּע שלום־אײַזיקס דערלאַנגט אים אַ שנעל אין נעזל אַרײַן, צװישן עולם װערט אַ געלעכטער.

― אַצינד, קינדער, זעצט זיך אױס אַלע אָט אָ דאָ, צװישן די קלעצער, ― זאָגט ליפּע שלום־אײַזיקס, ― לאָמיר זיך אַקאָרשט נעמען צו דער סעודה. בראָקט און עסט און „לאָז אײַך װױל באַקומען“, װי דער רבי זאָגט, אַז ער שמײַסט אונדז אָפּ… װער האָט אַ גלעזל? גיב אַהער, לאָמיר טרינקען לחײם! לחײם, מלך! אַז מע טרינקט, איז מען פֿרײלעך! לחײם, נח! פֿון פֿלעשל ציט מען כּוח! קום אַהער, ניסל, נעם בראָנפֿן אַביסל! לחײם, שעפּסל! מאַך אַ שנעפּסל! לחײם, אַבֿרהם־משה! דו האָסט דאָך ליב אַ כּוסע אַ גרױסע! לחײם, טאָפּעלע! דאָט זאָל דעבן דעזונט מיט דליט מיט אַלדאָס דוטס! טרינט אױס דאָס דאַנצע דלעזל, אַניט ריס איך דיר אַרײַן אין דאָרדל מיט דװאַלד, װעסטו ערדער מאַכן!…

אַלע לאַכן, און קאָפּל אַלײן לאַכט אױך.

― קינדער! זאָגט, װוּהין גײען מיר הײַנטיקס יאָר? ― טוט אַ פֿרעג ליפּע שלום־אײַזיקס נאָך דער סעודה.

עס װערט אַ געשרײ, אַ געפּילדער. איטלעכער זאָגט זײַן מײנונג, װוּהין מע זאָל גײן.

― אױף יענער זײַט בית־עולם! ― זאָגט מלך דער אַלמנהס.

― אױף דער לעװאַדע! ― מאַכט נח דעם שוחטס.

― צו דער ציגעלניע! ― שרײַט אױס אַבֿרהם־משה דעם װײַנערס אױף אַ הילכיק קול.

― צו דער ציגעלניע! צו דער ציגעלניע! ― העלפֿן אים אונטער עטלעכע קולות מיטאַמאָל.

― דאָרט איז פֿאַראַן הינט, איר האָט שױן פֿאַרגעסן? ― רופֿט זיך אָן ניסל, אַ ייִנגל אַ בלײכס מיט אַן איבערגעשראָקענעם קוק.

― װער האָרכט זײ? װער האָט מורא פֿאַר הינט? ― זאָגט יואליק דעם נגידס מיט שטאַרקײט.

― דו אַלײן האָסט מורא פֿאַר אַ הונט אימת־מװת! ― האַקט אים איבער דודל־צעהאַקטע־ליפּ.

― ניט פֿאַר אַ הונט, אַפֿילו פֿאַר אַ קאַץ!… ― כאַפּט אונטער שעפּסל, אַ ייִנגל מיט אַן אָפּגעבריטער באַק, און צװישן חבֿרה װערט אַ געלעכטער.

יואליק דעם נגידס װערט אָנגעצונדן, למאַי מע לאַכט פֿון אים, גײט ער צו צו שעפּסלען מיט דער אָפּגעבריטער באַק און טראָגט אים אונטער אַ פֿײַג גלײַך אונטער דער נאָז; כאַפּט ער אַ זעץ פֿון דודל־צעהאַקטע־ליפּ אין זײַט אַרײַן; ענטפֿערט ער צוריק; הײבט ער אָן כאַפּן פּעטש פֿון אַלע זײַטן… אין אַן אַנדער צײַט װאָלט זיך קײנער ניט אײַנגעשטעלט אַרױסטרעטן פֿראַנק און פֿרײַ קעגן אַ נגידס אַ ייִנגל, נאָר ל″ג־בעומר מאַכט ניט אױס, ל″ג־בעומר איז מען פֿרײַ…

― שאַט! ― רופֿט זיך אָן ליפּע שלום־אײַזיקס. ― גענוג אײַך קריגן זיך! װײסט איר װוּהין מיר זאָלן גײן הײַנטיקן ל″ג־בעומר?

― װוּהין? װוּהין?

― קײן גאַלאַגאַנאָװקע!

― קײן גאַלאַגאַנאָװקע! קײן גאַלאַגאַנאָװקע! ― שרײַען אַלע אין אײן קול, און אַפֿילו קוקעריקו העלפֿט קװיטשען אױף זײַן דין קולכל: דאַלאַדאַנאָװטע! דאַלאַדאַנאָװטע!“…

און ס'איז געבליבן, אַז מיר גײען קײן גאַלאַגאַנאָװקע.

ג

גאַלאַגאַנאָװקע איז אַ דערפֿל, ניט װײַט פֿון כּתרילעװקע. אַז איר פֿאָרט צו אונדז קײן כּתרילעװקע, מוזט איר פֿריִער דורכפֿאָרן דאָס דאָזיקע דערפֿל; אַז איר פֿאָרט דורך דאָס דאָזיקע דערפֿל, מוזט איר באַגעגענען אַ גאַנצע טיטשקע מיט קלײנע שקצימלעך מיט גרױסע היטלען, װאָס לױפֿן אײַך נאָך נאָכן װאָגן, װאַרפֿן שטײנדלעך, רײצן אָן די הינט, מאַכן משוגענע העװיות און זינגען בשעת־מעשׂה עפּעס אַ פּאַסקודנע לידל:

זשיד, זשיד, פּאַרכאָװיקייִד, ייִד, פּאַרך!
זאַהוביװ טשערעװיקЗагубив черевик: האָסט פֿאַרלאָרן אַ שוך!
אַ יאַ שאָװі я пішов: איך בין געגאַנגען
טאַי נאַשאָװто і я знайшов: איך האָב אים געפֿונען,
טאַי פּידניאַװто і я піднопив: איך האָב אים אױפֿגעהױבן,
טאַי פּישאָװто і я пішов און בין מיר אַװעקגעגאַנגען…!

און כאָטש די דאָזיקע װערטער האָבן ניט קײן טעם און קײן ריח, פֿונדעסטװעגן פֿאַרדריסט דאָס אײַך גאַנץ גוט; און ניט אַזױ די װערטער, װי דאָס געלעכטערל זײערס; און ניט אַזױ דאָס געלעכטערל, װי די שטײנדלעך, װאָס זײ װאַרפֿן; און ניט אַזױ די שטײנדלעך, װי די הינט, װאָס זײ רײצן אָן אױף אײַך…

― װאָס װעלן מיר אָבער טאָן, ― פֿרעגט אײנער פֿון אונדז ― טאָמער חלילה פֿאַלן אָן אױף אונדז די שקצימלעך?

― װאָס האָרכן מיר שקצימלעך, ― זאָגט ליפּע שלום־אײַזיקס ― אַז מיר זײַנען, קײן עין־הרע, פֿיר־און־פֿערציק פּאַרשױן, אָנגעװאָפֿנט מיט כּלי־זײן, מיט „פֿײַלן־בױגנס“, מיט „ראָדביקסלעך“ און גלאַט מיט שטעקלעך? אַדרבה, לאָזן זײ זיך פּרוּװן אָנפֿאַלן אױף אונדז!

― מיר װעלן זײ באַװײַזן װער מיר זײַנען! ― זאָגט יואליק דעם נגידס, װאָס האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז מע האָט אים נאָר־װאָס אױסגעלאַכט און „אָנגעבוכעט“.

― מיר װעלן זײַן די „בני־ישׂראל“, און זײ װעלן זײַן די „פּלישתּים“! ― פֿאַלט מײַן ברודער מאָטל אױף אַ המצאה, און דאָס געפֿעלט אַלעמען.

― איר זאָלט מיך װעלן פֿאָלגן, ― לײגט פֿאָר חײם, אַ גמרא־ייִנגל פֿון רב אפֿרים תּלינס חדר ― װאָלטן מיר זיך באַדאַרפֿט אײַנטײלן אין צװײ מחנות: אײן מחנה װעט הײסן „ יהודה “ און די אַנדערע ― „ אפֿרים“. לאָז ליפּע שלום־אײַזיקס זײַן דער פֿירער פֿון דער „מחנה יהודה“, דאָס הײסט, פֿון „יודל מלאך־המװתעס“ חדר, און מענדל לאָשיק װעט זײַן דער פֿירער פֿון דער „מחנה אפֿרים“, דאָס הײסט, פֿון „אפֿרים תּלינס“ חדר.

― גערעכט, װי איך בין אַ ייִד! ― העלפֿן אים אונטער עטלעכע מיטאַמאָל. ― יעקבֿ אָבֿינו, בשעת ער איז געגאַנגען מלחמה האַלטן מיט עשׂון, האָט אױך אַזױ געטאָן; ער האָט זיך געטראַכט: טאָמער פֿאַלט אָן דער שׂונא און צעשלאָגט אײן מחנה, װעט די אַנדערע מחנה מאַכן אַ פּליטה…

― קײנער, קײנער װעט ניט מאַכן קײן פּליטה! ― זאָגט ליפּע שלום־אײַזיקס. ― מיר װעלן שלאָגן די „פּלישתּים“ עד־חרמה ― מאַכן פֿון זײ אַ תּל! קינדער, נעמט די כּלי־זײן און קומט אױף די פּלישתּים!

― לאָמיר זינגען עפּעס אַ לידל, קינדער!

― אַ לידל! אַ לידל!

― װאָסער אַ לידל זאָלן מיר זינגען?

ראַז, דװאַ, דרי, טשעטירעРаз два три четыре: אײנס צװײ דרײַ פֿיר!
פּאָידעם, פּאָידעם נאַ קװאַטירעПойдем пойдем на квартиры: לאָמיר גײען צו די דירות
אַכטער, באַכטער, קאָלישקאַ!
װאָסיעם דענגי ראַבאָשקאַВосемь деньги рабошка: אַכט־געלטער אַרבעטער!

― פֿע, פֿע! אַ ייִדיש ליד! אַ ייִדיש!…

און נח דעם שוחטס ציט אױס מיט אַ ניגון אױף זײַן שײן קולכל:

אָמר ד' ליעקב ―
סקאַזאַל פּאַן־באָג דאָсказал пан-бог до : האָט דער הער גאָט געזאָגט צו יעקבֿ:
אַל תּירא, עבֿדי יעקבֿ!
ניע פּוגאַיסיאַ, באַריןнє пугайся, барин: האָב ניט קײן מורא, הער יעקבֿ!

און מיר אַלע כאַפּן אונטער פֿרײלעך אױף רוסיש:

ניעט, ניעט, ניטשאַװאָНет нет ничаво: נײן, נײן, גאָרניט,
ניע באָיִמסיאַ ניקאַװאָНе боимся никаво: מיר האָבן מורא פֿאַר גאָרניט,
טאָלקאָ באָגאַ אַדנאַװאָТолько Бога однаво: נאָר פֿאַר גאָט אַלײן!…

ד

― װוּ נעמט מען איצטער עטלעכע פּלשתּים? ― רופֿט זיך אָן יואליק דעם נגידס און ציט־אָן דעם פֿײַלנבױגן.

― איך װאָלט זיך אָן זײ נוקם געװען! ― מאַכט יאַנקל און שטעלט אָן דאָס ראָדביקסל.

― געמאַכט פֿון זײ אַ תּל! ― רופֿט זיך אָן חײם און צעלאָזט זיך מיט אַ שטעקל.

― צעריסן אױף צװײען! ― זאָגט אַבֿרהם־משה און באַװײַזט מיט די הענט, װי אַזױ ער װאָלט צעריסן אַ פּלישתּי אױף צװײען.

― שאַט, קינדער! ― רופֿט זיך אָן אײנער. ― אָן פֿאָרט אונדז אַקעגן אַ „פּלישתּי“ מיט אַ פּאָר אָקסן!

דאָס איז זיך געפֿאָרן פֿון דאָרף אין שטאָט אַרײַן אַ גױ מיט אַ גרױס שמױסן היטל, זיך געזעסן גאַנץ רויִק אין װאָגן, געפּיפּקעט אַ ליולקע, געדרײט מיט דער בײַטש און אונטערגעטריבן די אָקסן: „הײ, הײ, סאָב סאָלאָװײ!“

― קינדער! ציט אָן די פֿײַלנבױגנס! ― קאָמאַנדעװעט ליפּע שלום־אײַזיקס צו דער „מחנה יהודה“.

― קינדער! צילט אײַך מיט די ראָדביקסלעך גלײַך אױפֿן „פּלישתּי“! ― קאָמאַנדעװעט מענדל־לאָשיק צו דער „מחנה אפֿרים“.

מיר ציִען אָן אונדזערע פֿײַלנבױגנס און צילן זיך מיט די ראָדביקסלעך, און נח דעם שוחטס ציט־אױס מיט אַ ניגון:

בחר ד' ביעקבֿ ―
אַזבראַל פּאַן־באָגИзбрал пан Бог: האָט גאָט אױסגעקליבן ביעקבֿ;
אַל תּירא, עבֿדי יעקבֿ ―
ניע פּוגאַסיאַ, באַרין יעקבֿ ―

און מיר כאַפּן אונטער אַף רוסיש:

ניעט, ניעט, ניטשאַװאָ,
ניע באָיִמסאַ ניקאַװאָ,
טאָלקאָ באָגאַ אַדנאַװאָ!…

דער „פּלישתּי“ האָט זיך, אַ פּנים, שטאַרק איבערגעשראָקן פֿאַר אונדזערע „צװײ מחנות“. ער האָט אַראָפּגענומען דאָס היטל, האָט זיך איבערגעצלמט דרײַ מאָל, אױסגעשפּיגן און האָט זיך אָנגערופֿן צו אונדז מיט אַ גראָב קול:

― װי טשאָהאָ, זשידעניאַטאַ, נעכריסטי פּראָקליאַטעיעВы чего жиденята нехристи проклятые װאָס טוט איר דאָ ייִדעלעך, נישט קײן געטױפֿטע, פֿאַרשאָלטענע? ― און האָט אונדז געמאַכט אַ רעכטן „מי־שברך“ און האָט געװאָלט אַראָפּ פֿונעם װאָגן מיט דער בײַטש און זיך שטעלן מיט אונדז מלחמה האַלטן.

― װײסט איר װאָס, לאָמיר דעם דאָזיקן פּלישתּי לאָזן צורו! ― זאָגט יואליק דעם נגידס. ― װאָס האָט ער אונדז געטאָן? מיר גײען דאָך מלחמה האַלטן מיט די קלײנע „פּלישתּימלעך“…

― גערעכט, װי איך בין אַ ייִד, גערעכט! ― שרײַען מיר אױס אַלע מיט אַ שׂימחה, און גורטן אָן אונדזערע לענדן, און לאָזן זיך לױפֿן, װי די גיבורים, אַלץ מיט דעם אײגענעם ניגון:

גאל ד' את יעקבֿ ―
ספּאַסאַלспасал: געראַטעװעט פּאַן־באָג את יעקבֿ;
אַל תּירא, עבֿדי יעקבֿ ―
ניע פּוגאַסיאַ, באַרין יעקבֿ!…

און מיר אַלע כאַפּן אונטער אױף רוסיש:

ניעט, ניעט, ניטשאַװאָ,
ניע באָיִמסאַ ניקאַװאָ,
טאָלקאָ באָגאַ אַדנאַװאָ!…

― אַצינד, קינדער, לאָמיר זיך צוזעצן אַ ביסעלע אָפּרוען! ― קאָמאַנדעװען אונדזערע בײדע קאָמאַנדירן, ליפּע שלום־אײַזיקס און מענדל־לאָשיק, און מיר פֿאַרקאַטשען די קאַפּאָטקעלעך און זעצן זיך אױס אַלע אין פֿעלד, אױפֿן גרינעם גראָז, און ציִען זיך אױס אױף דער ערד, און קוקן אַרױף, אין רײנעם בלױען הימל אַרײַן, װוּ עס שװימען שטיקלעך װאָלקנס, װײַסע װי זילבער און דינע װי רױך, װוּ אַ לאַנגע שורה פֿײגעלעך שװעבן שטילערהײט, טוקן זיך אין טיפֿן הימל און װערן פֿאַרשװוּנדן.

― װוּ זײַנען, אַ שטײגער, אַהינגעקומען די פֿײגעלעך? ― טוט אַ פֿרעג אײן ייִנגל בײַם אַנדערן און קוקט אין הימל אַרײַן.

― זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון די בערג „אַררט“, ― ענטפֿערט אים דאָס אַנדערע ייִנגל, גלײַך װי ער װאָלט דאָס געװוּסט פֿאַר געװיס.

― װאָס עפּעס אַררט? ― טוט אים יענער אַ פֿרעג נײַגעריק.

― װײַל אַררט איז דער העכסטער פֿון אַלע בערג! ― ענטפֿערט אים יענער, װי אַ מענטש, װאָס װײס אַלצדינג אױף דער װעלט.

איך ליג און הער זיך צו צו די דאָזיקע רײד פֿון די צװײ ייִנגלעך, און איך פֿאַרשטײ נישט, װי קומט אַהער אַררט? אַררט איז דאָך אין ארץ־ישׂראל, און מיר זײַנען אין חוץ־לאָרץ! נאָר באַלד צוריק פֿאַרענטפֿער איך מיר אַלײן די קשיא מיט אַ נײַער קשיא: למאַי די פּלישתּים? די פּלישתּים זײַנען דאָך אױך דאָרטן, פֿונדעסטװעגן גײען מיר דאָך אױף די פּלישתּים!…

יענע צװײ באַרעדעװדיקע חבֿרה־לײַט הערן נישט אױף צו רײדן צװישן זיך. אײנער פֿרעגט, דער אַנדערער ענטפֿערט.

― װאָס װעט זײַן נאָכדעם, אַ שטײגער, אַז מיר װעלן, אם־ירצה־השם, אײַננעמען די פּלישתּים?

― װאָס האָסטו געװאָלט, זאָל זײַן?

― איך מײן, װאָס װעלן מיר טאָן מיט זײער לאַנד?

― װאָס האָסטו געװאָלט, זאָלן מיר טאָן?

― איך מײן, צי מיר זאָלן דאָס לאַנד „פֿאַרװיסטן“, די שטעט „פֿאַרברענען“ און זײערע װײַבער מיט זײערע קלײנע קינדער „שלאָגן צום שאַרפֿן שװערד“?

― למאַי זאָלן מיר ברענען שטעט? און װאָס האָסטו צו די קלײנע קינדער נעבעך?

― סטײַטש, סע שטײט דאָך אָבער אַזױ געשריבן אין פּסוק!

― אַ משל! יענץ איז געװען אַמאָל, און דאָס איז הײַנט! עס װעט זײַן גענוג פֿון זײערט װעגן, אַז מיר װעלן אױף זײ אַרױפֿלײגן מס, זײ זאָלן אונדז צאָלן צינדז…

דער שמועס פֿון די צװײ װײַסע־חבֿרהניקעס, די װײכע װאַרעמע לופֿט, דער בלױער הימל, דאָס גרינע גראָז און דער ריח פֿון דער ערד װאַרפֿן־אָן אױף אונדז עפּעס אַ מין זיסקײט, אַ דרעמל, װאָס צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים. מיר װאָלטן אַזױ געלעגן אַ גאַנצן טאָג, עס זאָל זיך נישט געװען אױפֿכאַפּן אײנער מיט אַ געשרײ:

― פּלישתּים! פּלישתּים!…

ה

אַז מיר האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט אױף די פֿיס, האָבן מיר דערזען פֿאַר זיך אַ טשערעדע פֿון שעפֿעלעך, און עטלעכע יונגע פּאַסטעכער מיט גרױסע בולאַװעס זײַנען געשטאַנען, אונדז באַטראַכט און איבערגעשמועסט זיך אײנער מיטן אַנדערן אױף זײער לשון:

― שאָ צע טאַקע, הריציוШо це таке, харітсю: װאָס איז דאָס, טײַערע?

― מאַבוט, נעטשיסטאַМабуть нечиста: אַ פּנים, רוחלעך?

― ני, צע זשידעניאַטאַ איז קאַסרילאָװציНі, це жиденята із касрілавці: נײן, ס'איז כּתרילעװקער ייִדעלעך.

― נעכריסטי סאָבאַטשיНехристи собачьи ייִדן ― כּלבֿים!

― טאַי שטשע סלאָמאַקאַמי, דיװיסТай ще с ломаками дивись: און נאָך מיט שטעקעלעך, זע!

― דאַװאַי, כלאָפּצי, טרעשטשאַטיДавай хлопци трещати: נעמט, חבֿרה, קלאַפּט זײ!

― סאָבאַק נאַצקאָװאַטיСобак нацковати: די היט אָנרײצן!

― דערזשי, כלאָפּציДержи хлопці: האַלט, חבֿרה!

― הײ, כלאָפּצי, כלאָפּציהײ, חבֿרה חבֿרה!…

― װאָס שװײַגט איר, קינדער? ― רופֿן זיך אָן צו אונדז אונדזערע צװײ קאָמאַנדירן, און מיר שטעלן אָן די פֿײַלנבױגנס מיט די ראָדביקסלעך, און נח זינגט:

דרך כּוכבֿ מיעקבֿ ―
אַל תּירא, עבֿדי יעקבֿ ―
װזאָשלאַ זװיעזדאַвзошла звєзда: אַ שטערן איז אַרױף אין יעקבֿ;
ניע פּוגאַסיאַ, באַרין יעקבֿ!

און מיר כאַפּן־אונטער אַף אַ קול:

ניעט, ניעט, ניטשאַװאָ,
ניע באָיִמסיאַ ניקאַװאָ,
טאָלקאָ באָגאַ אַדנאַװאָ!

און די מלחמה פֿון די „בני־ישׂראל“ מיט די „פּלישתּים“ האָט זיך אָנגעהױבן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

קװעטשט מיך נישט, ייִדישע קינדער, איך זאָל אײַך דערצײלן, װי אַזױ איז געגאַנגען די מלחמה צװישן די „בני־ישׂראל“ און צװישן די „פּלישתּים“! פֿרעגט מיך נישט, װער פֿון זײ האָט גובֿר געװען? למאַי זאָלט איר מיר אָנטאָן יסורים?… איך קאָן אײַך נאָר עדות זאָגן, אַז די „קינדער פֿון ישׂראל“ האָבן זיך געשטאַרקט, װי די לײבן, געלאָפֿן װי די הירשן, און געשלאָגן זיך מיט מסירות־נפֿש, װי די אמתע גיבורים, אַזױ אַז אַפֿילו „טאָפּעלע טוטעריטו“ איז געשפּרונגען אין פֿײַער אַרײַן, װי אַ מזיק, און האָט געקװיטשעט אױף זײַן דין קולכל:

― טינדער! טלאַפּט זײ! האַרדעט זײ! זײ זאָלן אונדז דעדענטען!…

נאָר, אױ װײ, װאָס האָבן נעבעך געקאָנט טאָן די „בני־ישׂראל“, אַז עס האָבן זיך אַרײַנגעמישט די כּלבֿים, די הינט פֿון די „פּלישתּים“, און האָבן אָנגעמאַכט אַ שרעקלעכע מהומה, אַ טומל אין אונדזערע צװײ מחנות, און די „בני־ישׂראל“ האָבן געמוזט אַנטלױפֿן צוריק מיט בזיונות )פֿריִער פֿון אַלע איז געלאָפֿן יואליק דעם נגידס פֿײַל אױסן בױגן!( נישט אַזױ פֿאַר די „פּלישתּים“, װי פֿאַר זײערע הינט, װאָס האָבן אונדז נאָכגעיאָגט ביז אין שטאָט אַרײַן… אױ װײ, פֿון אונדזערע צװײ מחנות איז געװאָרן אײן מחנה! מיר האָבן שױן מער נישט געזונגען קײן „אַל תּירא עבֿדי יעקבֿ, ניע פּוגאַסיאַ באַרין יעקבֿ“… נײן! מיר האָבן שױן געזונגען אַן אַנדער לידל. מיר האָבן געשריגן:

― גװאַלד, רבונו־של־עולם! הושענא!… שמע־ישׂראל!!!…

ו

געקומען אַהײם זײַנען מיר שױן שפּעטלעך, אַרום מנחה־צײַט, און האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט, איך און מײַן ברודער מאָטל, אײנציקװײַז, און האָבן זיך באַזעצט אין אַ װינקעלע שטיל, װי די טײַבעלעך, מע זאָל חלילה נישט דערזען אױף אונדז קײן סימנים, די צעפֿליקטע קאַפּאָטקעלעך. באַדאַרף אָבער דער גוטער יאָר אָנטראָגן אַ גאַסט, אונדזערע אַ מומע רײזל פֿון יאַמפּעלע. אַ גדולה, זי האָט זיך נישט געזען מיט אונדז שױן אָנדערהאַלבן יאָר!

― יאָסל! מאָטל! ― רופֿט אונדז די מאַמע. ― די מומע רײזל איז געקומען!

מיר רירן זיך נישט פֿון די ערטער.

― װוּ זײַט איר ערגעץ? ― שרײַט די מאַמע. ― װאָס האָט איר זיך באַגראָבן דאָרטן?

מיר שװײַגן שטיל.

גײט צו די מאַמע, דערזעט אונדז און טוט אַ פּליעסק מיט די הענט:

― אַ דונער איז מיר! אַ שלאַק איז מיר! ירחמיאל, װוּ ביסטו? קום נאָר אַהער, װעסטו זען אַ שײנס!

גײט צו דער טאַטע, אַ ייִד אַ קראַנקער, פֿון זינט איך געדענק אים הוסט ער, בלײַבט שטײן, באַטראַכט אונדז בײדן פֿון קאָפּ ביז פֿיס, און עס הײבט זיך אָן אַ חתונה ― מיר זאָלן אים זאָגן: װוּ זײַנען מיר געװען? װאָס האָבן מיר געטאָן? און מיט װעמען האָבן מיר זיך געשלאָגן? מיר שטײען בײדע, איך און מײַן ברודער מאָטל, און קוקן אַראָפּ אױף דער ערד און טראַכטן זיך: „הלװאַי װאָלט זיך איצטער געעפֿנט אַ קבֿר, װאָלטן מיר פּטור געװאָרן פֿון אַלע צרות!“… און דער טאַטע הערט נישט אױף צו פֿרעגן:

― נו, זאָגט שױן: װוּ זײַט איר געװען? װאָס האָט איר געטאָן? מיט װעמען האָט איר זיך געשלאָגן?

און די מאַמע שטײט בײַ דער זײט און טאָטשעט אים:

― אױך מיר אַ טאַטע! ער זאָל דאָס זאָגן אַ קרום װאָרט! בײַ לײַטן אַ טאַטע לײגט אַנידער און פֿיצקעט אַן, אַ קינד זאָל װיסן דאָס אַנדערע מאָל! סע זאָל פֿילן! סע זאָל געדענקען!…

דער טאַטע אָבער שלאָגט אונדז נישט. ער שלאָגט אונדז קײנמאָל נישט. ער נעמט אונדז נאָר מיט װערטער. ער הערט אונדז נישט אױף צו פֿרעגן: װאָס װעט זײַן פֿון אונדז דער תּכלית? ער עסט זיך אָפּ דאָס האַרץ. ער פֿאַרהוסט זיך און זאָגט, אַז מיר זײַנען אים מקצר ימים… װײנען מיר שטילערהײט, און זאָגן זאָגן מיר נישט אַ װאָרט נישט.

― װאַרט! װאַרט! ― זאָגט צו אונדז די מאַמע. ― לאָמיר נאָר דערלעבן מאָרגן, אם־ירצה־השם, איך װעל אײַך שױן צושטעלן אַ בענקעלע בײַם רבין!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אױף מאָרגן נאָך ל″ג־בעומר, אַז מיר זײַנען געקומען אין חדר אַרײַן, האָבן מיר שױן געטראָפֿן די מאַמע אין חדר מיט נאָך עטלעכע מאַמעס, װאָס זײַנען געקומען אונדז צושטעלן בענקעלעך צום רבין. און דער רבי, רב יודל מלאך־המװת, האָט זיך דװקא נישט געלאָזט לאַנג בעטן און האָט אונדז מקײם פּסק געװען אַלעמען פֿון זײַן ברײטער האַנט, אַזױ װי ער האָט אונדז צוגעזאָגט, חלילה נישט דורכגעלאָזט קײנעם. און אַז ס'איז געקומען צו ליפּא שלום־אײַזיקס, האָט ער מיט אים לאַנג־לאַנג געראַנגלט זיך, געבאָרעט. ליפּא, אַ בר־מיצװה־ייִנגל און אַ חתן מיט אַ זײגער און מיט אַ זילבערנער קופּערטע, האָט נישט געװאָלט בשום־אופֿן זיך לײגן פֿאַר די װײַבער ― און ליפּא האָט אױסגעפֿירט זײַנס: די װײַבער זײַנען זיך צעגאַנגען, און דער רבי האָט אים אַרײַנגעצימבלט אַריבער פֿופֿציק.

פֿון דעמאָלט אָן האָבן מיר זיך געגעבן דאָס װאָרט, און אײַך, קינדער, זאָג איך אױך אָן דאָס אײגענע, אַז איר זאָלט קײנמאָל, קײנמאָל נישט מלחמה האַלטן מיט די „פּלישתּים“!…

געשריבן אין יאָר 1901.