מאָטל פּײסי דעם חזנס

שלום עליכם (אַלע װערק)

ערשטער טײל

הײַנט איז יום־טובֿ ― מען טאָר נישט װײנען!

― א ―

איך גײ מיט אײַך אין געװעט אױף װיפֿל איר װילט, אַז קײנער אין דער װעלט איז נישט געװען אַזױ צופֿרידן מיטן װאַרעמען ליכטיקן נאָך־פּסח, װי איך, פּײסי דעם חזנס ייִנגל, מאָטל, און דעם שכנס קעלבל, װאָס מע רופֿט דאָס „מעני“ (דאָס האָב איך, מאָטל, דעם אַ נאָמען געגעבן „מעני“).

בײדע גלײַך האָבן מיר דערפֿילט די ערשטע שטראַלן פֿון דער װאַרעמער זון אינעם ערשטן װאַרעמען נאָך־פּסחדיקן טאָג, בײדע גלײַך האָבן מיר דערשמעקט דעם ריח פֿונעם ערשטן גרינעם גרעזעלע, װאָס קריכט, שפּראָצט־אַרױס פֿון דער נאָר־װאָס אָפּגעדעקטער ערד, און בײדע גלײַך זײַנען מיר אַרױסגעקראָכן פֿונעם פֿינצטערן ענגשאַפֿט צו מקבל־פּנים זײַן דעם ערשטן זיסן ליכטיקן װאַרעמען פֿרילינגס־מאָרגן. איך, פּײסי דעם חזנס ייִנגל, מאָטל, בין אַרױס פֿון אַ טװאַן, פֿון אַ קאַלטן נאַסלעכן קעלער, װאָס שמעקט מיט זױערטײג און מיט רפֿואות פֿון דער אַפּטײק; און מעני, דעם שכנס קעלבל, האָט מען אַרױסגעלאָזט נאָך פֿון אַן ערגערן עיפּוש: פֿון אַ קלײן, פֿינצטער, בלאָטיק, פֿאַרפּאַסקודיקט שטעלעכל מיט אױסגעקרימטע צעפֿליקטע װענט, װאָס װינטער בלאָזט־אַרײַן אַהין דער שנײ און זומער שמײַסט אַרײַן דער רעגן.

אַרױסגעכאַפּט זיך אױף גאָטס פֿרײַער ליכטיקער װעלט, האָבן מיר בײדע, איך און מעני, אױס דאַנקבאַרקײט צו דער נאַטור, זיך גענומען אױסדריקן אונדזער צופֿרידנקײט. איך, פּײסי דעם חזנס ייִנגל, האָב אױפֿגעהױבן בײדע הענט אַרױף, אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל און אַרײַנגעצױגן אין זיך די פֿרישע װאַרעמע לופֿט אַזױ פֿיל, װיפֿל איך האָב געקאָנט, ― און עס האָט זיך מיר אױסגעדאַכט, אַז איך װאַקס אין דער הײך, און עס ציט מיך אַרױף־אַרױף, אין דער טיפֿער־טיפֿער בלױער יאַרמעלקע אַרײַן, דאָרט װוּ די שיטערע רױכיקע װאָלקנס שװעבן, דאָרט װוּ די װײַסע פֿײגל טוקן זיך, באַװײַזן זיך און װערן פֿאַרשװוּנדן מיט אַ קװיטש און מיט אַ צװיטשער, און עס רײַסט זיך אַרױס פֿון מײַן אָנגעפֿילטער ברוסט, אָן מײַן װיסן, אַ מין געזאַנג, נאָך שענער װי יום־טובֿ מיטן טאַטן בײַם עמוד, אַ געזאַנג אָן װערטער, אָן נאָטן, אָן שום מאָטיװ, אַ מין נאַטור־געזאַנג פֿון אַ װאַסער־פֿאַל, פֿון יאָגנדיקע כװאַליעס, אַ מין שיר־השירים, אַ געטלעכע התפּעלות, אַ הימלשע באַגײַסטערונג: אױ־װײ, טאַטע! אױ־װײ, פֿאָטער! אױ־װײ, לעבעדיקער גאָאָאָאָאָט!!!

אָט אַזױ האָט אַרױסבאַװיזן זײַן צופֿרידנקײט מיטן ערשטן פֿרילינג־טאָג פּײסי דעם חזנס ייִנגל. גאַנץ אַנדערש האָט דאָס אױסגעדריקט מעני, דעם שכנס קעלבל.

מעני, דעם שכנס קעלבל, האָט קודם אַרײַנגעשטעקט די שװאַרצע נאַסע מאָרדע אין מיסט אַרײַן, אַ שאַר געטאָן מיטן פֿאָדערשטן פֿיסל די ערד אונטער זיך אַ מאָל דרײַ, פֿאַרריסן דעם עק, אױפֿגעשפּרונגען נאָכדעם אױף אַלע פֿיר, און אַרױסגעלאָזט אַ טומפּיקן „מע!“ דער „מע“ האָט מיר אױסגעװיזן אַזױ קאָמיש, אַז איך האָב מיך געמוזט צעלאַכן און נאָכמאַכן פּונקט דעם אײגענעם „מע“ מיטן זעלביקן נוסח, װאָס מעני. מענין איז דאָס, װײַזט אױס, געפֿעלן, װאָרעם עס האָט לאַנג נישט גענומען, האָט דאָס קעלבל איבערגעחזרט דאָס אײגענע נאָכאַמאָל, מיטן זעלביקן נוסח און מיטן זעלביקן שפּרונג. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז איך האָב דאָס באַלד נאָכגעטאָן מיט אַלע פּיטשעװקעס, מיטן קול און מיטן שפּרונג. אַזױ עטלעכע מאָל: איך אַ שפּרונג, דאָס קעלבל אַ שפּרונג; דאָס קעלבל אַ „מע“, איך אַ „מע“. װער װײס, ביז װאַנען דאָס שפּיל װאָלט זיך אַזױ געצױגן, װען נישט אַ שנײַד פֿון הינטן אין האַלדז אַרײַן פֿון מײַז עלטערן ברודער אליהו מיט אַלע זײַנע פֿינף פֿינגער:

― אײַנגעזונקען זאָלסטו װערן! אַ בחורל פֿון כּמעט נײַן יאָר שטעלט זיך אַװעק טאַנצן מיט אַ קעלבל!… אין שטוב אַרײַן גײ, דו הולטײַ אײנער!… דער טאַטע װעט דיר שױן געבן!…

― ב ―

בלאָטע! דער טאַטע װעט מיר נישט „געבן“ גאָרנישט. דער טאַטע איז קראַנק. ער דאַװנט שױן נישט פֿאַרן עמוד פֿון שׂימחת־תּורה אָן. גאַנצע נעכט הוסט ער. עס גײט צו אונדז דער שװאַרצער דאָקטער, אַ גראָבער מיט שװאַרצע װאָנצעס און מיט לאַכנדיקע אױגן ― אַ פֿרײלעכער דאָקטער. מיך רופֿט ער „פּופּיק“ און שנעלט מיר מיט די פֿינגער אין בײַכל אַרײַן. ער זאָגט אָן אַלע מאָל דער מאַמען, מע זאָל מיך נישט שטאָפּן מיט קײן קאַרטאָפֿליעס, און דעם קראַנקן זאָל מען געבן נאָר בוליאָן און מילך, מילך און בוליאָן. די מאַמע הערט אים אױס, און אַז ער גײט אַװעק, באַהאַלט זי דאָס פּנים אין פֿאַרטעך און די אַקסלען טרײסלען זיך בײַ איר… נאָכדעם װישט זי אױס די אױגן, רופֿט־אָפּ מײַן ברודער אליהו אױף אַ זײַט, און מע סודעט זיך שטילערהײט. װאָס זײ רײדן ― װײס איך נישט. נאָר מיר דאַכט, זײ קריגן זיך, די מאַמע שיקט אים ערגעץ, ער װיל נישט גײן. ער זאָגט צו איר:

― אײדער אָנקומען צו זײ, װעל איך דיר בעסער גײן אין דער ערד אַרײַן!… איך װעל בעסער שטאַרבן הײַנטיקן טאָג!…

― בײַס דיר אָפּ די צונג, משומד אײנער, װאָס רעדסטו?

אַזױ ענטפֿערט אים די מאַמע שטיל, ציפּעט צונױף די צײן, מאַכט צו אים מיט די הענט, איז גרײט אים דורס זײַן. זי װערט אָבער באַלד װײך און מאַכט צו אים:

― װאָס זאָל איך טאָן, מײַן זון, אַ רחמנות אױפֿן טאַטן … מע מוז דאָך אים ראַטעװען! …

― פֿאַרקױפֿט מען עפּעס. ― זאָגט מײַן ברודער אליהו און כאַפּט אַ קוק אױף דער גלעזערנער שאַפֿע. און די מאַמע קוקט אױך אױף דער זעלבער שאַפֿע, װישט די אױגן און זאָגט שטיל:

― װאָס זאָל איך פֿאַרקױפֿן? די נשמה? שױן נישטאָ װאָס צו פֿאַרקױפֿן. סײַדן די לײדיקע שאַפֿע?

― פֿאַרװאָס נישט? ― זאָגט איר מײַן ברודער אליהו.

― רוצח! ― ענטפֿערט אים די מאַמע מיט רױטע אױגן. ― פֿון װאַנען האָבן זיך צו מיר גענומען אַזעלכע רוצחים קינדער?!

די מאַמע פֿײַערט און קאָכט, װײנט זיך אױס, װישט־אױס די אױגן און בעט זיך באַלד איבער. אַזױ איז געװען אױך מיט די ספֿרים, מיט דער זילבערנער עטרה פֿונעם טלית, מיט די צװײ געגילטע בעכערלעך, מיט איר זײַדן מלבוש, און מיט אַלע איבעריקע זאַכן, װאָס זײַנען פֿאַרקױפֿט געװאָרן בײַ אונדז אײנציקװײַז, און אַלעמאָל אַן אַנדער קונה.

די ספֿרים האָט אַװעקגעקױפֿט מיכל דער פּאַקנטרעגער, אַ ייִד מיט אַ שיטער בערדל, װאָס ער האַלט דאָס אין אײן קראַצן. מײַן ברודער אליהו איז נעבעך געגאַנגען צו אים דרײַ מאָל, אײדער ער האָט אים אַראָפּגעבראַכט. די מאַמע האָט זיך מחיה געװען, אַז זי האָט אים דערזען, און באַװיזן אים מיטן פֿינגער, ער זאָל רײדן שטיל, בכדי דער טאַטע זאָל נישט הערן. מיכל האָט פֿאַרשטאַנען, פֿאַרריסן דעם קאָפּ אַרױף אױף דער פּאָליצע, זיך געקראַצט אונטערן בערדל און אַ זאָג געטאָן:

― אַנו װײַזט, װאָס האָט איר דאָרטן?

מיט אַ װוּנק האָט מיר די מאַמע באַװיזן, איך זאָל אַרױף אױפֿן טיש און דערלאַנגען די ספֿרים. צװײ מאָל איבערחזרן איז נישט געװען נײטיק. איך בין מיט אײן שפּרונג אַרױף מיט אַזאַ גדולה, אַז איך האָב מיך אױסגעצױגן איבערן טיש און נאָך געכאַפּט אַ צוגאָב פֿון מײַן ברודער אליהו, איך זאָל נישט שפּרינגען, װי אַ משוגענער. מײַן ברודער אליהו האָט זיך אַלײן מטריח געװען אױפֿן טיש און האָט דערלאַנגט מיכלען אַלע ספֿרים. מיכל האָט מיט אײן האַנט געבלעטערט די ספֿרים, מיט דער אַנדערער זיך געקראַצט דאָס בערדל און געזאָגט חסרונות. יעדער ספֿר האָט זײַן חסרון: דאָרט איז דער בונד געװען נישט גוט. בײַ דעם איז דער רוקן שטאַרק צעגעסן. דאָ איז דער ספֿר אַלײן קײן ספֿר נישט. און אַז ער האָט שױן גאַנץ גוט איבערגעקוקט אַלע ספֿרים, מיט אַלע בונדן, מיט אַלע רוקנס, האָט ער זיך אַ קראַץ געטאָן אין בערדל:

― ס'זאָל זײַן משניותן, אַ גאַנצער גאַנג, װאָלט איך זײ אפֿשר אַװעקגעקױפֿט.

די מאַמע איז געװאָרן טױט װי די װאַנט, און מײַן ברודער אליהו איז, פֿאַרקערט, געװאָרן רױט װי פֿײַער; ער איז אָנגעפֿאַלן אױפֿן פּאַקנטרעגער:

― האָט איר דאָך לכתּחילה געקאָנט זאָגן, אַז איר קױפֿט נאָר משניותן! װאָס זײַט איר געקומען דולן אַ ספּאָדיק און דרײען אַ מוח?

― לאָז זײַן שטיל! ― בעט זיך בײַ אים די מאַמע, און עס הערט זיך אַ הײזעריקע שטים פֿונעם צװײטן אַלקער, װוּ דער טאַטע ליגט:

― װער איז דאָרטן?

― קײנער נישט! ― ענטפֿערט אים די מאַמע און שיקט אָפּ מײַן ברודער אליהון צום קראַנקן, און אַלײן האַנדלט זי מיט מיכל דעם פּאַקנטרעגער, פֿאַרהאַנדלט אים די ספֿרים, אַ פּנים, פֿאַר זײער װינציק געלט, װאָרעם אַז מײַן ברודער אליהו קומט־אַרױס פֿונעם טאַטנס אַלקער און פֿרעגט זי: „װיפֿל?“ ― שטופּט זי אים אָפּ און זאָגט אים: „ס'איז נישט דײַן עסק!“ … און מיכל כאַפּט די ספֿרים גיך־גיך, פּאַקט זײ אײַן אין אַ זאַק אַרײַן און מאַכט פּליטה.

― ג ―

פֿון די אַלע זאַכן, װאָס מיר האָבן אױספֿאַרקױפֿט פֿון שטוב, האָט מיר קײנע פֿון זײ ניט צוגעשטעלט אַזױ פֿיל פֿאַרגעניגן, װי די גלעזערנע שאַפֿע.

אמת, די זילבערנע עטרה פֿונעם טאַטנס טלית אַז מע האָט באַדאַרפֿט אָפּטרענען, איז אױך געװען פֿאַר מיר אַ שטיקל יום־טובֿ. קודם ― דאָס דינגען זיך מיט יאָסל דעם גאָלדשמיד, אַ בלײכער ייִד מיט אַ רױטער פּליאַמע אױפֿן פּנים. דרײַ מאָל איז ער אַװעקגעגאַנגען צוריק ― און אױסגעפֿירט האָט ער. נאָכדעם האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אַ פֿוס איבער אַ פֿוס צום פֿענצטער מיטן טאַטנס טלית, אַרױסגענומען אַ קלײן מעסערל מיט אַ געל קלעצל פֿון הירשנבײן, אױסגעבױגן דעם מיטלסטן פֿינגער און גענומען טרענען די עטרה אַזױ קונציק, אַז װען איך קאָן אַזױ טרענען עטרות, װאָלט איך, דאַכט זיך, געװען אײנער אַ גליקלעכער! און פֿונדעסטװעגן, האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן דעמאָלט די מאַמע מײַנע, װי אַזױ זי האָט זיך עס אַ ביסל צעװײנט! אַפֿילו מײַן ברודער אליהו, װאָס ער איז שױן אַ בחור אַ חתן, האָט זיך עפּעס אױך מאָדנע אױסגעבױגן מיטן פּנים צו דער טיר, כּלומרשט געשנײַצט די נאָז מיט אײן פֿינגער, פֿאַרקרימט דאָס פּנים און אַרױסגעלאָזט אַ מאָדנעם קװיטש פֿונעם האַלדז און געװישט מיט דער פּאָלע די אױגן.

― װאָס איז דאָרטן? ― פֿרעגט דער טאַטע פֿון זײַן קראַנקן־אַלקער.

― גאָרניט! ― ענטפֿערט אים די מאַמע און װישט די רױטע אױגן, און די אונטערשטע ליפּ מיט איר גאַנצן האַלבן פּנים טרײסלט זיך אַזױ, אַז מע דאַרף זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן, מע זאָל ניט פּלאַצן פֿאַר געלעכטער. נאָר װי קומט דאָס צו דער גלעזערנער שאַפֿע?

ערשטנס, װאָס הײסט מע װעט זי צונעמען? מיך האָט זיך תּמיד געדאַכט, אַז אונדזער גלעזערנע שאַפֿע איז צונױפֿגעװאַקסן מיט דער װאַנט, ― װי אַזױ װעט מען זי נעמען? צװײטנס, װוּ װעט די מאַמע פֿאַרשליסן דאָס ברױט, מיט דער חלה, מיט די טעלער, מיט די בלײַענע לעפֿל און גאָפּלען )צװײ זילבערנע לעפֿל און אײן גאָפּל אַ זילבערנעם האָבן מיר געהאַט, האָט זײ די מאַמע שױן לאַנג פֿאַרקױפֿט!(, און װוּ װעלן מיר האַלטן פּסח די מצה? די געדאַנקען זײַנען מיר געקומען אױפֿן קאָפּ, בשעת נחמן דער סטאָליער איז געשטאַנען און געמאָסטן די שאַפֿע מיט זײַן גרױסן רױטן נאָגל פֿונעם גראָבן פֿינגער פֿון דער אױסגעשמידטער האַנט. ער האָט אַלץ געדרונגען, אַז די שאַפֿע װעט ניט אַרױס פֿון דער טיר. אַ סימן: אָט האָט איר אײַך די ברײט פֿון דער שאַפֿע און אָט האָט איר די טיר ― אָסור אױב זי װעט אַרױס!

― װי אַזױ זשע איז זי אַרײַן? ― פֿרעגט אים מײַן ברודער אליהו.

― גײ פֿרעג זי! ― ענטפֿערט אים נחמן מיט כּעס. ― איך װײס, װי אַזױ זי איז אַרײַן? מע האָט זי אַרײַנגעטראָגן, איז זי אַרײַן!…

אײן מינוט איז געװען אַזעלכע, װאָס איך האָב מורא געהאַט פֿאַר דער שאַפֿע. דאָס הײסט, איך האָב געמײנט, זי בלײַבט בײַ אונדז. עס האָט אָבער לאַנג נישט גענומען, און נחמן דער סטאָליער איז געקומען מיט זײַנע צװײ בנים, אױך סטאָליאַרעס, און מע האָט געגעבן אַ נעם אונדזער גלעזערנע שאַפֿע, טאַקע נאָר װי דער רוח דעם מלמד; פֿריִער איז געגאַנגען נחמן, נאָכדעם בײדע בנים, הינטן ― איך. דער פֿאָטער האָט געקאָמאַנדעװעט: „קאָפּל, אָן אַ זײַט! מענדל, רעכטס! קאָפּל, ניט לױף! מענדל, האַלט!“… איך האָב זײ געהאָלפֿן נאָכטאַנצן. די מאַמע און מײַן ברודער אליהו האָבן ניט געװאָלט העלפֿן. זײ זײַנען געשטאַנען, געקוקט אױף דער לײדיקער װאַנט, װאָס איז געװען באַדעקט מיט שפּינװעבס, און האָבן געװײנט… אַן אַקציע מיט די צװײ ― נאָר זײ װײנען!… פּלוצעם ― טראַך! סאַמע בײַ דער טיר האָט געפּלאַצט דאָס גלאָז. און דער סטאָליער מיט די בנים האָבן גענומען זידלען זיך, אַרױפֿלײגן אײנס אױף דאָס אַנדערע די באָד: „אַ ריר פֿון אַ בלײַענעם פֿױגל!“, „בערישע פֿיס!“, „דער רוח כאַפּט אים אַװעק!“, „ברעך דעם קאָפּ, צון אַל די שװאַרצע יאָר!…

― װאָס איז דאָרטן? ― הערט זיך אַ הײזעריק קול פֿונעם קראַנקן־אַלקער.

― גאָרנישט! ― ענטפֿערט די מאַמע און װישט די אױגן.

― ד ―

די בעסטע שׂימחה פֿון אַלע שׂימחות איז געװען בײַ מיר, אַז ס'איז געקומען צו מײַן ברודער אליהוס קאַנאַפּקע און צו מײַן בעטל. מײַן ברודער אליהוס קאַנאַפּקע איז פֿריִער געװען אַ קאַנאַפּע, װאָס מע פֿלעגט אױף איר זיצן. נאָך זינט מײַן ברודער אליהו איז געװאָרן אַ חתן און האָט אָנגעהױבן צו שלאָפֿן אױף דער קאַנאַפּע און איך אױף זײַן בעטל, איז די קאַנאַפּע געװאָרן אַ „קאַנאַפּקע“. אַ מאָל, אין די גוטע יאָרן, אַז דער טאַטע איז געװען געזונט און געדאַװנט מוספֿים אין דער קצבֿישער קלױז מיט פֿיר משוררים, האָט די קאַנאַפּע געהאַט אין זיך „שפּרינזינעס“. איצט זײַנען שױן די „שפּרינזינעס“ געװען מײַנע. איך האָב פֿון זײ געמאַכט כּל־המינים פֿאָקוסן שבעולם: צעקאַליעטשעט די הענט, שיִער ניט אַרױסגענומען זיך אַן אױג, אָנגעטאָן זײ אײן מאָל אױפֿן האַלדז און געשטאַנען אַ מינוט אױף צו דערװאָרגן װערן. ביז מײַן ברודער אליהו האָט מיך גוט אָנגעבוכעט און פֿאַרװאָרפֿן די „שפּרינזינעס“ אױפֿן בױדעם און צוגענומען דעם לײטער.

אָפּגעהאַנדלט די קאַנאַפּע מיטן בעטל האָט חנה די ייִדענע. אײדער חנה האָט דאָס מעבל אָפּגעקױפֿט, האָט זי די מאַמע נישט צוגעלאָזט אַרײַנקוקן אינעװײניק אין תּוך אַרײַן: „אָט דאָס, װאָס איר זעט, דאָס קאָנט איר האַנדלען; קוקן איז נישטאָ װאָס!“ נאָך אַז חנה האָט זיך אױסגעדונגען און געגעבן אַן אױפֿגאָב, איז זי צוגעגאַנגען צו דער קאַנאַפּע און צום בעטל, אױפֿגעהױבן דאָס בעטגעװאַנט, פּאַװאָלינקע אַרײַנגעקוקט אין אַלע פֿאַרבאָרגענע ערטער און האָט שטאַרק געשפּיגן… די מאַמע איז געװען ברוגז פֿאַרן שפּײַען, געװאָלט אומקערן דעם אױפֿגאָב, האָט זיך אַרײַנגעמישט מײַן ברודער אליהו:

― געקױפֿט, איז פֿאַרפֿאַלן!

אױסגעבעט אױף דער ערד, האָבן מיר זיך אױסגעצױגן בײדע, איך און מײַן ברודער אליהו, װי די גראַפֿן, צוגעדעקט זיך בײדע מיט אײן קאָלדרע )זײַנע האָט מען פֿאַרקױפֿט(, און ס'איז מיר געװען זײער אײַנגענעם צו הערן פֿון מײַן עלטערן ברודער, אַז אױף דער ערד צו שלאָפֿן איז גאָר ניט אַזױ שלעכט.

איך װאַרט־אָפּ ביז ער לײענט־אָפּ קריאת־שמע און װערט אַנטשלאָפֿן, דעמאָלט נעם איך מיך קאַטשען איבער דער גאַנצער ערד. פּלאַץ איז הײַנט דאָ, ברוך־השם, גענוג. אַ פֿעלד, אַ פֿאַרגעניגן, אַ גן־עדן!…

― ה ―

― װאָס טוט מען װײַטער?

אַזױ זאָגט די מאַמע צו מײַן ברודער אליהו אײנמאָל אין אַ פֿרימאָרגן און באַטראַכט מיט אַ געקנײטשטן שטערן די לײדיקע פֿיר װענט. איך און מײַן ברודער אליהו העלפֿן איר באַקוקן די פֿיר װענט. מײַן ברודער אליהו קוקט אױף מיר פֿאַרזאָרגט און מיט רחמנות.

― גײ אין דרױסן! ― מאַכט ער צו מיר שטרענג. ― מיר דאַרפֿן דאָ עפּעס רײדן…

אױף אײן פֿוס שפּרינג איך אַרױס אין דרױסן אַרױס ― און, פֿאַרשטײט זיך, גלײַך צום שכנס קעלבל.

די לעצטע צײַט האָט זיך „מעני“ געגעבן אַ הײב אױף די פֿיסלעך, קײן עין־הרע אױסגעװאַקסן, געװאָרן שײן, דאָס שװאַרצע מאָרדעלע חנעװדיק, די קײַלעכיקע אױגן קלוג, מיט פֿאַרשטאַנד, װי להבֿדיל אַ מענטש, אַ בר־דעת, קוקט־אַרױס, מע זאָל דעם עפּעס געבן אין מױל אַרײַן, האָט ליב, אַז מע קראַצט דעם מיט צװײ פֿינגער אונטערן העלדזל.

― שױן? דו האָסט זיך שױן װידער צונױפֿגעקאָמפּאַניעט מיטן קעלבל? קאָנסט זיך גאָר נישט צעשײדן מיט דײַן טײַערן חבֿר?

אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו שױן אָן קללות און נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט און זאָגט, אַז ער גײט מיט מיר צו הערש־בער דעם חזן. בײַ הערש־בער דעם חזן, זאָגט ער, װעט מיר זײַן גוט. ערשטנס, זאָגט ער, װעל איך האָבן װאָס צו עסן. אין דער הײם איז ניט גוט, זאָגט ער; דער טאַטע, זאָגט ער, איז קראַנק, מע דאַרף אים, זאָגט ער, ראַטעװען. מיר ראַטעװען אים, זאָגט ער, װי װײַט מיר קאָנען. און מײַן ברודער אליהו צעשפּיליעט די קאַפּאָטע און װײַזט מיר אױף זײַן זשילעט:

― אָט האָב איך געהאַט אַ זײגער, אַ מתּנה פֿון מײַן מחותּן, האָב איך אים פֿאַרקױפֿט. דער מחותּן זאָל װיסן, װאָלט זיך געטאָן חושך! די װעלט װאָלט זיך איבערגעקערט!…

איך דאַנק און לױב גאָט, װאָס זײַן מחותּן װײס ניט פֿונעם זײגער און װאָס די װעלט קערט זיך נאָך נישט איבער. װײ! װײ! װען חלילה, די שעה זאָל גאָר נישט זײַן, עס קערט זיך איבער די װעלט, װאָס װאָלט דעמאָלט זײַן מיט מענין, מיטן שכנס קעלבל? אַ שטומע צונג!…

― אָט זײַנען מיר געקומען! ― מאַכט צו מיר מײַן ברודער אליהו, װאָס װערט צו מיר אַלע מינוט מער צוגעלאָזט און פֿרײַנטלעך.

הערש־בער דער חזן איז אַ ייִד אַ „מנגן“. דאָס הײסט, ער אַלײן קאָן נישט זינגען; ער האָט נעבעך קײן קול נישט. אַזױ האָב איך געהערט פֿון טאַטן. נאָר ער פֿאַרשטײט נגינה. און זינגערלעך האָט ער אַ שטיקלעך פֿופֿצן, און איז אַ בײזער מענטש ― סכּנות! ער פֿאַרהערט מיך זינגען. איך זאָג אים אַ „מגן־אָבֿות“ מיט אַ „דרײדל“. ער גלעט מיך און זאָגט צו מײַן ברודער, אַז איך האָב אַ „סאָפּראַנאָ“. מײַן ברודער זאָגט, אַז ניט נאָר אַ סאָפּראַנאָ, נאָר אַ סאָפּראַנאָ שבסאָפּראַנאָ!… מײַן ברודער אליהו דינגט זיך מיט אים, נעמט אַן אױפֿגאָב און זאָגט מיר, אַז איך בלײַב שױן דאָ, בײַ רב הערש־בער דעם חזן. איך זאָל אים פֿאָלגן, זאָגט ער, און איך זאָל ניט בענקען!…

אים איז גרינג צו זאָגן, איך זאָל נישט בענקען! װיִאַזױ זאָל איך ניט בענקען זומער־לעבן? די זון באַקט, דער הימל איז װי אַ קרישטאָל, די בלאָטע האָט שױן לאַנג אױסגעטריקנט. אין דרױסן בײַ אונדז לעבן שטוב ליגן קלעצער. ניט אונדזערע, דאָס איז יאָסיע דעם נגידס קלעצער. ער קלײַבט זיך בױען אַ שטוב, האָט ער צוגעגרײט קלעצער, האָט ער ניט װוּ זײ אָפּצולײגן, האָט ער זײ אָפּגעװאָרפֿן לעבן אונדז. לאַנג לעבן זאָל ער, יאָסיע דער נגיד! װאָרעם פֿון די קלעצער קאָן איך מיר מאַכן אַ „קרעפּאָסט“, און צװישן די קלעצער װאַקסן שטעכלקעס מיט קריגעלעך. די שטעכלקעס זײַנען גוט אױף צו שטעכן, און די קריגעלעך בלאָזט מען אָן און מע טוט זײ אַ קנאַק אָן שטערן ― פּלאַצן זײ.

מיר איז גוט. מענין, אונדזער שכנס קעלבל, איז אױך גוט. איך און מעני זײַנען די אײנציקע באַלעבאַטים אָט דאָ, „אינעװײניק אין דרױסן“, און װיִאַזױ זאָל איך ניט בענקען נאָך מענין, אונדזער שכנס קעלבל?…

―ו ―

עס איז שױן באַלד דרײַ װאָכן, װי איך בין בײַ הערש־בער דעם חזן, און זינגען זינג איך כּמעט גאָרניט. איך האָב אַן אַנדער אַרבעט. איך טראָג מיך אַרום מיט דאָבציען. דאָבציע איז אַ קינד אַ הױקער. קײן צװײ יאָר אַלט, און פֿונדעסטװעגן איז זי, קײן עין־הרע, אַ שװערינקע, שװערער פֿון מיר. איך רײַס מיר אײַן דאָס געזונט, זי טראָגנדיק. דאָבציע האָט מיך ליב. זי כאַפּט מיך אַרום מיט אירע דאַרע הענטלעך און טשעפּעט זיך אָן מיט די דינע פֿינגערלעך. זי רופֿט מיך „קיקאָ“. װאָס עפּעס קיקאָ, װײס איך ניט. דאָבציע האָט מיך ליב. לאָזט מיך ניט שלאָפֿן גאַנצע נעכט: „קיקאָ, קי!“ ― דאָס הײסט, איך זאָל זי װיגן. דאָבציע האָט מיך ליב. אַז איך עס, רײַסט זי בײַ מיר פֿונעם מױל: „קיקאָ, פּי!“ ― דאָס הײסט: גיב עס מיר!… עס ציט מיך אַהײם. דאָס עסן איז דאָ אױך ניט אײַ־אײַ־אײַ… יום־טובֿ. שבֿועות אױף דער נאַכט. עס װילט זיך גײן אין דרױסן זען, װי דער הימל שפּאַלט זיך. דאָבציע לאָזט ניט. דאָבציע האָט מיך ליב: „קיקאָ, קי!“ ― איך זאָל זי װיגן. איך װיג זי און װיג זי און װער אַנטשלאָפֿן. און עס קומט צו מיר אַ גאַסט ― מעני דעם שכנס קעלבל, קוקט אױף מיר מיט אױגן, װי אַ בר־דעת, און זאָגט מיר: קום! און מיר לאָזן זיך גײן באַרג־אַראָפּ, צום טײַך. נישט לאַנג געטראַכט, פֿאַרקאַטשע איך די הײזלעך: האָפּ! איך בין שױן אין טײַך. איך שװים, און מעני שװימט מיר נאָך. אױף יענער זײַט איז גוט. ניטאָ קײן חזן, ניטאָ קײן דאָבציע, ניטאָ קײן קראַנקער טאַטע… איך כאַפּ זיך אױף ―. ס'איז נאָר אַ חלום. אַנטלױפֿן! אַנטלױפֿן! אַנטלױפֿן! װיִאַזױ אַנטלױפֿט מען? װוּהין? אַהײם, געװײנלעך. הערש־בער דער חזן איז שױן אָבער אױפֿגעשטאַנען פֿריִער פֿון מיר. ער האָט אַ גרױסן קאַמערטאָן, פּרוּװט אים מיט די צײן, טראָגט־צו צום אױער. ער הײסט מיר אָנטאָן זיך אױף גיך און גײן מיט אים אין שול. מע װעט הײַנט צו מוסף זאָגן „אַן אױסגעשטעלטע זאַך“. אין שול זע איך מײַן ברודער אליהו. װי קומט ער אַהער? ער דאַװנט דאָך גאָר בײַ די קצבֿים, דאָרט װוּ דער טאַטע איז חזן! װאָס באַדײַט עס?… מײַן ברודער אליהו רעדט עפּעס מיט הערש־בער דעם חזן. הערש־בער דער חזן איז ניט צופֿרידן. ער זאָגט:

― געדענק־זשע, למען־השם, תּיכּף נאָכן עסן!…

― קום! װעסט זיך זען מיטן טאַטן! ― אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו, און מיר גײען אַהײם אין צװײען. ער גײט, און איך שפּרינג. איך לױף, איך פֿלי.

― האָב צײַט! װאָס פֿליסטו אַזױ? ― זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו און האַלט מיך צו. אים װילט זיך, אַ פּנים, מיט מיר אַביסל רײדן.

― דו װײסט? דער טאַטע איז קראַנק, זײער־זײער קראַנק!… גאָט װײס, װאָס ס'װעט זײַן מיט אים… מע דאַרף אים ראַטעװען, ניטאָ מיט װאָס… קײנער װיל ניט העלפֿן… אין „הקדש“ װיל די מאַמע אים נישט לאָזן בשום־אופֿן! זי װעט פֿריִער שטאַרבן, זאָגט זי, אײדער לאָזן אים אין הקדש!… שאַ, אָט גײט די מאַמע.

― ז ―

מיט אױסגעשטרעקטע הענט גײט אונדז די מאַמע אַנטקעגן, פֿאַלט מיר אױפֿן האַלדז, און איך פֿיל אױף מײַנע באַקן אַ פֿרעמדע טרער. מײַן ברודער אליהו גײט צום קראַנקן טאַטן, און איך מיט דער מאַמען בלײַבן שטײן אין דרױסן. מע האָט זיך אונדז אַרומגעשטעלט פֿון אַלע זײַטן: אונדזער שכנס װײַב פּעסיע די גראָבע, און איר טאָכטער מינדל, און איר שנור פּערל, און נאָך אַ צװײ װײַבלעך.

― איר האָט אַ גאַסט אױף שבֿועות? גאָט ליב אײַך מיט אײַער גאַסט!

די מאַמע לאָזט־אַראָפּ די אָנגעשװאָלענע אױגן.

― אַ גאַסט. מישטײנס געזאָגט, אַ קינד. געקומען געװאָר װערן דעם קראַנקן טאַטן. פֿאָרט אַ קינד…

אַזױ זאָגט די מאַמע צו דער גאַנצער כּנופֿיא װײַבער, און צום שכנס װײַב, צו פּעסיען, זאָגט זי עקסטרע, שטילערהײט, בשעת פּעסיע שאָקלט מיטן קאָפּ:

― אַ שטאָט! עמעצער זאָל זיך אַפֿילו אַרומקוקן… דרײַ און צװאַנציק יאָר אָפּגעקלאַפּט בײַם עמוד… דאָס געזונט אַװעקגעלײגט… איך װאָלט אים אפֿשר ראַטעװען ― נישטאָ מיט װאָס… אַלץ, ברוך־השם, פֿאַרקױפֿט… דאָס לעצטע קישעלע… דאָס קינד באַשטעלט בײַ אַ חזן… אַלץ צוליב אים … אַלץ צוליבן קראַנקן …

אַזױ באַקלאָגט זיך די מאַמע פֿאַר איר שכנה פּעסיע, שטײענדיק אין דרױסן. איך דרײ דעם קאָפּ אױף אַלע זײַטן.

― װעמען זוכסטו? מאַכט צו מיר די מאַמע.

― װעמען זוכט אַ קונדס? דאָס קעלבל מן הסתּם…

אַזױ זאָגט פּעסיע אונדזער שכנה און מאַכט צו מיר מיט אַ מאָדנע פֿרײַנדשאַפֿט:

― ע, ייִנגעלע! נישטאָ קײן קעלבל! געמוזט פֿאַרקױפֿן דאָס דעם קצבֿ. אַ ברירה האָט מען? גענוג אַז מע דאַרף האָדעװען אײן סקאַטינעскотина: בהמה ― נאָך צװײ סקאַטינעס טראָגן אױפֿן קאָפּ!…

איז שױן בײַ איר דאָס קעלבל, דאַנקען גאָט, אױך געװאָרן אַ סקאַטינע?…

אַ מאָדנע ייִדענע אָט די פּעסיע. אומעטום שטופּט זי אַרײַן איר נאָז. זי דאַרף װיסן, צי האָבן מיר אַ מילכיקע סעודה?

― אַקעגן װאָס פֿרעגט איר דאָס? ― פֿרעגט בײַ איר די מאַמע.

― גלאַט אַזױ! ― זאָגט פּעסיע, הײבט אױף די שאַל און שטופּט דער מאַמען אַ טעפּל מיט סמעטענע. די מאַמע שטופּט־אָפּ דאָס טעפּל מיט בײדע הענט.

― גאָט איז מיט אײַך, פּעסיע! װאָס טוט איר דאָס? װאָס זײַנען מיר? חלילה עפּעס װײס איך װער? איר קענט מיך נישט?

― אַדרבא, ― פֿאַרענטפֿערט זיך פּעסיע ― טאַקע װײַל איך קען אײַך. דאָס בהמהלע, קײן עין־הרע ניט, האָט זיך די לעצטע צײַט פֿאַרריכט. פֿאַראַן, קײן עין־הרע, קעז און פּוטער. איך לײַ אײַך אױס… איר װעט מיר, אם־ירצה־השם, אָפּגעבן…

און פּעסיע די שכנה רעדט נאָך לאַנג מיט דער מאַמען, און מיר ציט דאָס האַרץ צו די קלעצער, צום קעלבל, צום קעלבל, צום קעלבל!… איך זאָל מיך ניט שעמען, װאָלט איך מיך צעװײנט…

― אַז דער טאַטע װעט דיך פֿרעגן, זאָלסטו זאָגן: אַ דאַנק גאָט!

אַזױ זאָגט מיר אָן די מאַמע, און מײַן ברודער אליהו גיט דאָס מיר צו פֿאַרשטײן אַביסל ברײטער:

― זאָלסט זיך ניט באַקלאָגן, ניט דערצײלן קײן פּיזמונות, נעכטיקע טעג. זאָלסט נאָר זאָגן: אַ דאַנק גאָט. דו הערסט, װאָס מע רעדט צו דיר?

און מײַן ברודער אליהו פֿירט מיך אַרײַן אין קראַנקן־חדר. דער טיש איז אָנגעשטעלט מיט פֿלעשעלעך, פּודעלעך, באַנקעלעך. סע שמעקט אַפּטײק. דאָס פֿענצטער איז צוגעמאַכט. לכּבֿוד שבֿועות האָט מען אים צוגעקליבן דעם חדר מיט גרינס, צוקאָפּנס איבערן בעטל האָט מען אים אױפֿגעהאַנגען אַ מגן־דוד פֿון „ליוביסטיקLevisticum officinale“. דאָס איז מײַן ברודער אליהוס אַרבעט. אױף דער ערד איז אױסגעשפּרײט שמעקנדיק גראָז. דער טאַטע דערזעט מיך, רופֿט מיך צו צו זיך מיט אַ לאַנגן דאַרן פֿינגער. מײַן ברודער אליהו שטופּט מיך אונטער. איך גײ־צו צום טאַטן. איך האָב אים קױם דערקענט. דאָס פּנים װי לײם. די גרױע האָר גלאַנצן, שטאַרצן אײנציקװײַז, װי אַרײַנגעשטרײַכטע, פֿרעמדע האָר. די שװאַרצע אױגן זיצן טיף, װי אַרײַנגעפֿאַסטע, פֿרעמדע אױגן. די צײן זעען־אױס, װי אַרײַנגעזעצטע, פֿרעמדע צײן. דער האַלדז איז אַזױ דין, אַז קױם װאָס דער קאָפּ האַלט זיך אײַן אױף אים. אַ גליק, װאָס ער קאָן ניט זיצן… מיט די ליפּן מאַכט ער עפּעס מאָדנע, װי אַ מענטש בשעת ער שװימט: מפּפֿו!… ער לײגט־אַרױף אױף מײַן פּנים אַ הײסע האַנט מיט בײנערדיקע פֿינגער, דאָס פּנים מאַכט אַ קרומען שמײכל, װי אַ מת.

אין דעם קומט־אָן די מאַמע. נאָך איר דער דאָקטער, דער פֿרײלעכער שװאַרצער דאָקטער מיט די גרױסע װאָנצעס. ער באַגעגנט מיר, װי אַן אַלטן גוטן ברודער. ער איז מיך מכבד מיט אַ שנעל אין בײַכל און מאַכט צום טאַטן פֿרײלעך:

― איר האָט אַ גאַסט אױף שבֿועות? גאָט ליב אײַך מיט אײַער גאַסט!

― אַ דאַנק! ― זאָגט די מאַמע און װינקט צום דאָקטער, ער זאָל באַטראַכטן דעם חולה און זאָל אים עפּעס פֿאַרשרײַבן. דער שװאַרצער דאָקטער עפֿנט דאָס פֿענצטער מיט אַ רעש און בײזערט זיך אױף מײַז ברודער אליהו, פֿאַרװאָס מע האַלט דאָס פֿענצטער צו.

― איך האָב אײַך טױזנט מאָל געזאָגט, אַז אַ פֿענצטער האָט ליב, אַז מע האַלט אים אָפֿן!

מײַן ברודער אליהו װינקט אױף דער מאַמען, אַז דאָס איז די מאַמע שולדיק: זי לאָזט נישט עפֿענען קײן פֿענצטער, האָט מורא פֿאַרן טאַטן, ער זאָל זיך חלילה נישט פֿאַרקילן. די מאַמע װינקט צום דאָקטער, ער זאָל שױן באַטראַכטן גיכער דעם חולה און זאָל אים עפּעס פֿאַרשרײַבן… דער שװאַרצער דאָקטער נעמט אַרױס דעם זײגער, אַ גרױסן גאָלדענעם זײגער. מײַן ברודער אליהו קוקט זיך אײַן מיט בײדע אױגן אינעם דאָקטערס זײגער. דער דאָקטער באַמערקט דאָס.

― איר װילט װיסן, װוּ האַלט דער זײגער? אָן פֿיר האַלב עלף. װיפֿל איז בײַ אײַך?

― מײַן זײגער שטײט. ― ענטפֿערט אים מײַן ברודער אליהו און װערט מאָדנע רױט פֿון דעם שפּיץ נאָז ביז אױף יענער זײַט אױערן.

די מאַמע רוט ניט. זי װאָלט גערן, מע זאָל שױן באַטראַכטן דעם חולה און אים עפּעס פֿאַרשרײַבן… דער דאָקטער האָט אָבער צײַט. ער פֿרעגט זיך אױס בײַ דער מאַמען זײַטיקע ענינים: װען איז מײַן ברודערס חתונה? און װאָס זאָגט הערש־בער דער חזן אױף מײַן שטים? בײַ מיר דאַרף זײַן, זאָגט ער, אַ גוטע שטים. אַ שטים, זאָגט ער, גײט בירושה. די מאַמע עקט זיך! מיטאַמאָל טוט זיך דער דאָקטער אַ דרײ־אױס מיטן בענקל צום קראַנקן טאַטן, נעמט אים אָן בײַ דער טרוקענער הײסער האַנט:

― נו, חזן, װיִאַזױ דאַװנט מען עפּעס בײַ אונדז הײַנטיקן שבֿועות?

― אַ דאַנק גאָט! ― ענטפֿערט אים דער טאַטע מיט אַ שמײכל פֿון אַ מת.

― דהײַנו? װינציקער געהוסט? גוט געשלאָפֿן? ― פֿרעגט אים דער דאָקטער און בײגט זיך אײַן צו אים גאַנץ נאָענט.

― נײן! ― ענטפֿערט אים דער טאַטע, קױם װאָס ער כאַפּט דעם אָטעם. ― אַדרבא… הוסטן הוסט מען… און שלאָפֿן שלאָפֿט מען דװקא ניט… נאָר דאַנקען גאָט… ס'איז שבֿועות… אַזאַ טאָג… מקבל געװען די תּורה… הײַנט אַ גאַסט… אַ גאַסט אױף שבֿועות…

אַלעמענס אױגן קוקן אױפֿן „גאַסט“, און דער „גאַסט“ קוקט אַראָפּ אױף דער ערד, און דער קאָפּ איז אים אין דרױסן, ערגעץ בײַ די קלעצער. בײַ די שטעכלקעס, װאָס שטעכן, בײַ די קריגעלעך, װאָס קנאַקן, בײַם שכנס קעלבל דעם בר־דעת, װאָס איז שױן געװאָרן אַ „סקאַטינע“, בײַם טײַכל, װאָס רױשט דאָרט באַרג־אַראָפּ, אָדער גאָר אין דער הױכער, ברײטער, טיפֿער, בלױער יאַרמלקע, װאָס מע רופֿט דאָס הימל…

― ח ―

דאָס ביסל „מילכיקס“, װאָס אונדזער שכנה, פּעסיע די גראָבע, האָט אונדז „אױסגעליִען“, איז אונדז, נישקשה, צו נוץ געקומען. איך און מײַן ברודער אליהו האָבן דאָס געמאַכט אַ מילכיקע סעודה, געטונקען בײדע פֿון אײן שאָל פֿרישע חלה אין דער קאַלטער סמעטענע, און ס'איז טאַקע געװען גאָרניט שלעכט.

„אײן חסרון, װאָס אַזױ װינציק“. ― האָט באַמערקט מײַן ברודער אליהו, װאָס איז דעם טאָג געװען זײער האָפֿערדיק, אַזױ האָפֿערדיק, אַז ער האָט מיר צוליב געטאָן, איך זאָל ניט גײן אַזױ גיך צוריק צו הערש־בער דעם חזן און איך זאָל זיך נאָך אַביסל שפּילן אין דער הײם.

― דו ביסט דאָך בײַ אונדז אַן אורח אױף שבֿועות, ― האָט ער מיר געזאָגט און דערלױבט צו שפּילן זיך אין דרױסן אױף די קלעצער, נאָר מיט אַ תּנאַי, איך זאָל ניט קלעטערן צופֿיל און חלילה ניט צערײַסן די אײנציקע פּאָר הײזלעך.

כאַ־כאַ־כאַ! נישט צערײַסן די אײנציקע פּאָר הײזלעך? נישטאָ װער ס'זאָל לאַכן, װי איך בין אַ ייִד! איר זאָלט זען אַ פּאָר הײזלעך ―. נו־נו! לאָמיר בעסער ניט רײדן פֿון קײן הױזן!… לאָמיר בעסער רײדן פֿון יאָסיע דעם נגידס קלעצער. אײַ, קלעצער, קלעצער! יאָסיע דער נגיד מײנט, אַז די קלעצער זײַנען זײַנע קלעצער. אַ נעכטיקער טאָג! די קלעצער זײַנען מײַנע קלעצער! איך האָב מיר געמאַכט פֿון זײ אַ פּאַלאַץ מיט אַ װײַנגאָרטן. איך בין דער פּרינץ. דער פּרינץ שפּאַצירט אַרום פֿראַנק און פֿרײַ בײַ זיך אין װײַנגאָרטן, רײַסט־אָפּ אַ קריגעלע ― אַ קנאַק אָן שטערן, נאָך אַ קריגעלע ― אַ קנאַק אָן שטערן … אַלע זײַנען מיר מקנא. אַפֿילו יאָסיע דעם נגידס ייִנגל, הענעך מיטן אײגל, פֿאַרגינסט מיר ניט מײַן גוטס. ער גײט פֿאַרבײַ אין זײַנע נײַע ליוסטרירענע מלבושימלעך און װײַזט מיר אױף מײַנע הױזן און לאַכט און קרימט דאָס אײגל און זאָגט צו מיר:

― זע נאָר, זאָלסט עפּעס ניט פֿאַרלירן…

― גײ בעסער אַװעק מיט גוטן, ― זאָג איך אים ― אַניט, רוף איך אַרױס מײַן ברודער אליהו!…

פֿאַר מײַן ברודער אליהו האָבן אַלע ייִנגלעך דרך־ארץ, און הענעך מיטן אײגל טראָגט זיך אָפּ, און איך בלײַב װידער אַלײן, װידער דער זעלבער פּרינץ בײַ זיך אין װײַנגאָרטן… אַן עבֿירה נאָר, װאָס „מעני“ איז דאָ ניטאָ! אונדזער שכנס קעלבל איז שױן מער קײן קעלבל. ס'איז שױן אַ „סקאַטינע“ )אַזױ זאָגט אונדזער שכנה פּעסיע(. װאָס הײסט דאָס אַ סקאַטינע? און צוליב װאָס האָט מען דאָס פֿאַרקױפֿט צום קצבֿ? שױן זשע אױף אַװעקצוקױלען? צוליב דעם איז דאָס געבױרן געװאָרן, מע זאָל דאָס נאָכדעם קױלען?… צו װאָס װערט געבױרן אַ קעלבל און צו װאָס װערט געבױרן אַ מענטש?…

פּלוצעם דערהער איך פֿון שטוב אַרױס אַ מאָדנע אױסגעשרײ מיט אַ געװײן… איך דערקען דער מאַמעס קול… איך הײב אױף די אױגן ― אַן אײַנגעלױף בײַ אונדז אין שטוב… ייִדן און װײַבער… דער אַרױס, דער אַרײַן… איך ליג אױף אַ קלאָץ מיטן בױך אַראָפּ. מיר איז גוט!… שאַט־שאַט! אָט גײט יאָסיע דער נגיד! יאָסיע דער נגיד איז גבאי אין הער קצבֿישער קלױז, דאָרט װוּ מײַן טאַטע איז חזן שױן דרײַ און צװאַנציק יאָר. יאָסיע איז אַלײן געװען אַמאָל אַ קצבֿ. הײַנט האַנדלט ער מיט אָקסן און מיט פֿעל און איז אַ נגיד, אַ גרױסער נגיד! יאָסיע מאַכט מיט די הענט, בײזערט זיך אױף דער מאַמע און טענהט:

― סטײַטץ, סטײַטץ! װאָס האָט מען מיר ניט געזאָגט, אַז פּײסי דער חזן איז אַזױ סלאַף? )ער קאָן ניט אױסרײדן קײן שין(. װאָס האָט

איר געסװיגן?

― װאָס זאָל איך שרײַען? ― פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר אים די מאַמע און גיסט מיט טרערן. ― די גאַנצע שטאָט האָט געזען, װי איך מוטשע מיך, געװאָלט אים ראַטעװען… און ער אַלײן האָט אױך געבעטן זיך, מע זאָל אים ראַטעװען…

און די מאַמע קאָן נישט רײדן װײַטער, פֿאַרברעכט מיט די הענט, פֿאַרװאַרפֿט מיטן קאָפּ. מײַן ברודער אליהו כאַפּט זי אונטער:

― מאַמע! װאָס דאַרפֿסטו זיך פֿאַרענטפֿערן? מאַמע! פֿאַרגעס ניט, מאַמע, ס'איז יום־טובֿ, ס'איז שבֿועות, מע טאָר ניט װײנען, מאַמע!…

און יאָסיע דער נגיד הערט ניט אױף צו פֿײַערן אױף מײַן מאַמע:

― װאָס דערצײלט איר מיר ― די גאַנצע סטאָט! װער איז די סטאָט? זאָגן זאָלט איר מיר! למען־הסם, צו מיר! אַלצדינג אױף מײַן חסבון! חבֿרה־קדיסא, סאַמאָסים, תּכריכים ― אַלץ אױף מיר, אַלצדינג אױף מײַן חסבון!… און טאָמער דאַרף מען עפּעס טאָן פֿאַר די יתומים, זאָלט איר גײן צו מיר, איר זאָלט זיך גאָר ניט סעמען!

יאָסיע דעם נגידס װערטער באַרויִקן אָבער װינציק־װאָס מײַן מאַמע. זי האַלט אין אײן יאָמערן און אין אײן חלשן בײַ מײַן ברודער אליהו אױף די הענט. און מײַן ברודער אליהו, װאָס האַלט אַלײן אין װײנען, הערט נישט אױף צו דערמאַנען איר, אַז „הײַנט איז יום־טובֿ, מאַמע, הײַנט איז שבֿועות, מאַמע! מאַמע, מע טאָר ניט װײנען, מאַמע!“…

און מיטאַמאָל װערט מיר אַלץ קלאָר. און עס טוט מיר אַ קלעם דאָס האַרץ, אַ צי בײַ דער נשמה, און עס גלוסט זיך מיר װײנען, און איך װײס ניט אױף װעמען… און רחמנות האָב איך אױף דער מאַמע, און איך קאָן ניט זען װי זי װײנט, און װי זי חלשט, און װי זי צאַפּלט בײַ מײַן ברודער אױף די הענט. און איך פֿאַרלאָז מײַן פּאַלאַץ, מיט מײַן װײַנגאָרטן, און איך גײ־צו צו איר פֿון הינטן, און איך זאָג איר מיטן זעלבן לשון, װאָס מײַן ברודער אליהו, און טרערן קאַפּען פֿון מײַנע אױגן:

― מאַמע! הײַנט איז יום־טובֿ, מאַמע, הײַנט איז שבֿועות, מאַמע! מאַמע, מע טאָר ניט װײנען, מאַמע!…

II

מיר איז גוט ― איך בין אַ יתום!

― א ―

פֿון זינט איך בין צו מײַן שׂכל געקומען, געדענק איך ניט, איך זאָל זײַן אַזאַ מיוחס, װי אַצינד. װאָס איז מיט מיר דער ייִחוס? ― מײַן טאַטע, פּײסי דער חזן, װײסט איר דאָך, איז געשטאָרבן דעם ערשטן טאָג שבֿועות, און איך בין געבליבן אַ יתום.

פֿון דעם ערשטן טאָג נאָך שבֿועות האָבן מיר אָנגעהױבן זאָגן קדיש ― איך און מײַן ברודער אליהו. ער טאַקע האָט מיך אױסגעלערנט זאָגן קדיש.

מײַן ברודער אליהו איז אַ געטרײַער ברודער, אָבער נישט קײן גוטער רבי. ער איז אַ כּעסן, ער שלאָגט זיך! ער האָט אױפֿגעעפֿנט אַ סידור און האָט זיך אַװעקגעזעצט מיט מיר און האָט אָנגעהױבן מיט מיר שטודירן:

― יתגדל ויתקדש שמיה רבה… ער װיל, אַז איך זאָל שױן קאָנען אױסנװײניק. ער חזרט־איבער מיט מיר נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, פֿון אָנהײב ביזן סוף, און הײסט מיר, אַז איצט זאָל איך שױן זאָגן אַלײן. איך זאָג אַלײן, אָבער עס גײט ניט.

ביז „ויצמח פּורקניה“ איז נאָך װי עס איז, און קומט צו „ויצמח פּורקניה“, פֿאַרטשעפּע איך מיך. דערלאַנגט ער מיר מיטן עלנבױגן און זאָגט מיר, אַז דער קאָפּ איז מיר, אַ פּנים, ערגעץ אין דרױסן )גלײַך װי געטראָפֿן(, אָדער ערגעץ בײַם קעלבל )גלײַך װי ער איז געװען דערבײַ(… ער פֿױלט זיך ניט און חזרט אײַן מיט מיר נאָכאַמאָל. איך האָב מיך קױם דערשלאָגן ביז „לעילא ולעילא מן כּל ברכתא ושירתא תּושבחתא“ ― און װײַטער נישט אַ טראָט! ער נעמט מיך אָן פֿאַרן אױער און זאָגט, אַז דער טאַטע זאָל אױפֿשטײן און זען, װאָס פֿאַר אַ זון ער האָט!…

― װאָלט איך פֿאַרשפּאָרט זאָגן קדיש…

אַזױ זאָג איך צו מײַן ברודער אליהו און כאַפּ פֿון אים אַ געשמאַקן פּאַטש מיט דער לינקער האַנט אין דער רעכטער באַק אַרײַן. דערהערט די מאַמע און גיט אים אַ פּסק, ער זאָל מיך ניט שלאָגן, װאָרעם איך בין אַ יתום.

― גאָט איז מיט דיר! װאָס טוסטו? װעמען שלאָגסטו? האָסט פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַז דאָס קינד איז אַ יתום?!

שלאָפֿן שלאָף איך מיט דער מאַמען אינעם טאַטנס בעט ― דאָס אײנציקע שטיקל מעבל אין שטוב. די קאָלדרע גיט זי אָפּ כּמעט אינגאַנצן מיר.

― דעק דיך אײַן, זאָגט זי צו מיר, און װער אַנטשלאָפֿן, מײַן טײַערער יתום. עסן איז ניטאָ װאָס…

דעקן דעק איך מיך אײַן, אָבער שלאָפֿן שלאָף איך ניט. איך חזר מיר דעם קדיש, אױף אױסנװײניק. אין חדר גײ איך ניט, לערנען לערן איך ניט, דאַװענען דאַװן איך ניט, זינגען זינג איך ניט. פּטור פֿון אַלצדינג.

מיר איז גוט ― איך בין אַ יתום.

― ב ―

מזל־טובֿ! איך קאָן שױן גאַנץ קדיש אױף אױסנװײניק. רבנן־קדיש אױך. אין שול שטײ איך אױף אַ באַנק און קלאַפּ דעם קדיש, װי אַ מזיק. אַ קול־נגינה האָב איך אױך, בירושה פֿון מײַן טאַטן, אַן אמתע סאָפּראַנאָ. אַלע ייִנגלעך שטעלן זיך אױס אַרום מיר און זײַנען מיר מקנא. װײַבער װײנען. באַלעבאַטים שענקען מיר אַ קאָפּיקע. יאָסיע דעם נגידס ייִנגל, הענעך מיטן אײגל )ער איז אַ מוראדיקער ניט־פֿאַרגינער!(, אַז עס קומט צו רבנן־קדיש, שטעלט ער מיר אַרױס אַ צונג, ― ער װיל, ער גײט אױס, ער חלשט, איך זאָל מיך צעלאַכן. אים אױף צו־להכעיס װעל איך ניט לאַכן! האָט דערזען אַהרן דער שמשׂ, האָט ער אים גענומען פֿאַר אַן אױער און האָט אים צוגעפֿירט צו דער טיר. אַ מיצװה אױף אים! מחמת איך זאָג קדיש אינדערפֿרי און אױף דער נאַכט, גײ איך שױן מער ניט צו הערש־בער דעם חזן און טראָג מיך ניט אום מיט זײַן דאָבציען. איך בין פֿרײַ. אַ גאַנצן טאָג געפֿין איך מיך בײַם טײַך ― אָדער איך כאַפּ פֿיש, אָדער איך באָד מיך. כאַפּן פֿיש האָב איך מיך אױסגעלערנט פֿון זיך אַלײן. אַז איר װילט, קאָן איך אײַך אױך אױסלערנען. מע טוט־אױס דאָס העמד און מע פֿאַרקניפּט דעם אַרבל און מע גײט פּאַװאָליע ביזן האַלדז אין װאַסער. מע דאַרף גײן לאַנג ― לאַנג. אַז איר פֿילט, אַז דאָס העמד איז שװער, איז אַ סימן, אַז ס'איז פֿול, גײט איר אַרױס װאָס גיכער און טרײסלט אױס דאָס גאַנצע גראָז מיט דער בלאָטע און קוקט זיך גוט צו. אין גראָז ליגן פֿאַרפּלאָנטערט אָפֿטמאָל קלײנע זשאַבקעלעך ― װאַרפֿט זײ אַרײַן צוריק אין װאַסער אַרײַן, ס'אַ צער־בעלי־חײם. אין דער געדיכטער בלאָטע קאָנט איר אַמאָל געפֿינען אַ פּיאַװקע. פּיאַװקעס איז געלט ― פֿאַר אַ צענדליק פּיאַװקעלעך קאָנט איר באַקומען דרײַ גראָשן, אָנדערטהאַלבן קאָפּיקעס. עס גײט נישט צופֿוס… קײן פֿיש זאָלט איר ניט זוכן. אַמאָל איז געװען פֿיש אױך, הײַנט איז נישטאָ. איך יאָג זיך ניט נאָך קײן פֿיש. איך בין צופֿרידן, עס זאָל כאָטש זײַן פּיאַװקעס. ניט אַלעמאָל איז דאָ פּיאַװקעס. הײַנטיקן זומער איז ניט געװען אײן פּיאַװקע! פֿון װאַנען האָט זיך דערװוּסט מײַן ברודער אליהו, אַז איך כאַפּ פֿיש ― װײס איך ניט. ער האָט מיר שיִער ניט אָפּגעריסן אַן אױער פֿאַר די פֿיש. אַ גליק, װאָס פּעסיע די גראָבע, אונדזער שכנה, האָט דערזען. אַן אײגענע מאַמע דאַרף זיך אַזױ ניט אײַנשטעלן פֿאַר איר קינד.

― אָט אַזױ שלאָגט מען אַ יתום?…

מײַן ברודער אליהו האָט זיך פֿאַרשעמט און האָט מיר אָפּגעלאָזט דעם אױער. אַלע שטעלן זיך אײַן פֿאַר מיר. מיר איז גוט ― איך בין אַ יתום.

― ג ―

אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע, האָט זיך אין מיר פֿאַרליבט. זי האָט זיך צוגעטשעפּעט צו דער מאַמען, װי אַ קלעשטש, איך זאָל דערװײַל זײַן בײַ איר, בײַ פּעסיען, הײסט עס.

― װאָס װעט אײַך אַרן? ― האָט זי געטענהט. ― עס גײען בײַ מיר צום טיש צװעלף, װעט ער זײַן אַ דרײַצנטער. בײַ דער מאַמען האָט זי קױם געפּועלט. האָט זיך אָבער אַרױסגעשטעלט מײַן ברודער אליהו.

― װער װעט אױף אים אַכטונג געבן, ער זאָל גײן זאָגן קדיש?

― איך װעל אַכטונג געבן, ער זאָל גײן זאָגן קדיש. נו, שױן? האָט איר צו מיר גאָרניט?

פּעסיע איז נישט קײן גבֿירטע. איר מאַן איז אַן אײַנבינדער און הײסט משה. ער האָט אַ שם פֿאַרן בעסטן בעל־מלאָכה. דאָס אַלײן איז אָבער קאַרג. מע דאַרף נאָך האָבן מזל אױך. אַזױ זאָגט פּעסיע צו מײַן מאַמען. מײַן מאַמע גיט איר נאָך. זי זאָגט, אַז צום שלימזל דאַרף מען אױך האָבן מזל. פֿאַר אַ סימן נעמט זי מיך. אָט בין איך אַ יתום, און אַלע װילן מיך. פֿאַראַן בעלנים, װאָס װילן מיך צו זיך אױף שטענדיק, נאָר װי לאַנג קרענקען אירע שׂונאים, װי לאַנג זי װעט מיך אַװעקגעבן אױף שטענדיק! אַזױ זאָגט די מאַמע און װײנט. זי האַלט זיך אַן עצה מיט מײַן ברודער אליהו.

― װי מײנסטו? זאָל ער זײַן דערװײַל בײַ פּעסיען?

מײַן ברודער אליהו איז שױן אַ גרױסער. אַניט, װאָלט מען זיך מיט אים ניט געהאַלטן קײן עצה. ער גלעט זיך מיט דער האַנט דאָס רײנע נאָך ניט באַװאַקסענע פּנים, גלײַך װי ער װאָלט שױן געהאַט אַ באָרד, און רעדט װי אַ גרױסער:

― מהיכא־תּיתי, אַבי ער זאָל נאָר ניט זײַן קײן שײגעץ.

און עס בלײַבט, אַז איך װעל זײַן דערװײַל בײַ אונדזער שכנה פּעסיע, נאָר בתּנאַי, איך זאָל ניט זײַן קײן שײגעץ. אַלצדינג הײסט בײַ זײ אַ שײגעץ! אָנהענגען דער קאַץ אַ פּאַפּיר אױפֿן עק, זי זאָל זיך דרײען ― הײסט בײַ זײ אַ שײגעץ. קלאַפּן מיט אַ שטעקל איבער די גראַטעס פֿונעם גלחס הױף, אַלע הינט זאָלן זיך צונױפֿלױפֿן ― הײסט בײַ זײ אַ שײגעץ. אָפּשטעקן בײַ לײבקע דעם װאַסער־פֿירער דעם צאַפּן פֿון דער פֿאַס, ס'זאָל אױסלױפֿן העכער האַלב װאַסער ― הײסט בײַ זײ אַ שײגעץ.

― דײַן גליק, װאָס דו ביסט אַ יתום! ― זאָגט צו מיר לײבקע דער װאַסער־פֿירער. ― אַניט, װאָלט איך דיר איבערגעבראָכן אַ האַנט מיט אַ פֿוס! מעגסט מיר גלײבן אױף נאמנות.

איך גלײב אים אױף נאמנות. איך װײס, אַז איצט װעט ער מיך ניט אָנרירן, װײַל איך בין אַ יתום.

מיר איז גוט ― איך בין אַ יתום.

― ד ―

אונדזער שכנה פּעסיע, זאָל מיר מוחל זײַן, האָט געזאָגט אַ גרױסן ליגן. צװעלף, האָט זי געזאָגט, גײען בײַ איר צום טיש. לױט מײַן רעכענונג, בין איך דער פֿערצנטער. אַ פּנים, זי האָט פֿאַרגעסן אַרײַנרעכענען דעם בלינדן פֿעטער ברוך. און אפֿשר האָט זי אים ניט אַרײַנגעשטעלט צװישן די עסערס דערפֿאַר, װײַל ער איז שױן זײער אַלט און האָט קײן צײן ניט אױף צו קײַען. איך װעל מיך ניט שפּאַרן. קײַען קאָן ער נישט, דערפֿאַר אָבער שלינגט ער, װי אַ גאַנדז, און כאַפּט. אַלע כאַפּן זײ. זײער כאַפּן איז חוץ לדרך־הטבֿע. איך כאַפּ אױך. שלאָגן זײ מיך. מיט די פֿיס אונטערן טיש שלאָגן זײ מיך. מער פֿון אַלע שלאָגט זיך ושתּי. ושתּי איז אַ רוצח. הײסן הײסט ער הערשל, נאָר מחמת ער האָט אַ גוליע אױפֿן שטערן, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן „ושתּי“. אַלע האָבן זײ דאָ נעמען און צונעמען: „קלעצל“, „קאָטער“, „טשערנאָהוז“, „בופֿלאַקס“, „פּעטעלעלע“, „גיב־מיר־נאָך“, „שמיר־מיט־פּוטער“…

האָט קײן יסורים ניט ― יעדער נאָמען האָט זיך זײַן שורש. פּיניע הײסט „קלעצל“ דערפֿאַר, װײַל ער איז גראָב און קײַלעכיק, װי אַ קלעצל. װעלװל איז אַ שװאַרצער, רופֿט מען אים „קאָטער“. חײם איז אַ בופֿלאַקס, הײסט ער „בופֿלאַקס“. מענדל האָט אַ שפּיצעכיקע נאָז, איז ער אַ „טשערנאָהוז“, „פּעטעלעלע“ האָט מען אַ נאָמען געגעבן פֿײַטלען דערפֿאַר, װײַל ער קאָן נישט רײדן. בערל איז אַ גרױסער נאַשער: אַז מע גיט אים אַ שטיקל ברױט מיט שמאַלץ, זאָגט ער: „גיב מיר נאָך“. זרחן האָט מען געגעבן אַ מיאוסן נאָמען „שמיר־מיט־פּוטער“ איבער אַ מיאוסן חסרון, װאָס נישט ער איז שולדיק. שולדיק קאָן זײַן איז די מוטער, װאָס זי האָט דאָס פֿאַרלאָזט און קינדװײַז װינציק געצװאָגן. און אפֿשר איז זי אױך ניט שולדיק? איך װעל זיך נישט גײן שפּאַרן. שלאָגן זיך אַװדאי נישט! קורץ, ס'איז אַ שטוב, װאָס יעדער האָט אַ צונעמעניש. װאָס דאַרפֿט איר מער ― די קאַץ, שױן גאָר אַ שטומע צונג, שױן געװיס גאָט די נשמה שולדיק, הײסט זי בײַ זײ: „פֿײגע־לאה די גבאיטע“. איר װײסט, פֿאַרװאָס? דערפֿאַר, װאָס זי איז אַ גראָבע, און פֿײגע־לאה נחמן דעם גבאיס װײַב איז אױך אַ גראָבע. װיפֿל, מײנט איר, האָבן זײ שױן געכאַפּט פּעטש דערפֿאַר, זײ זאָלן נישט רופֿן קײן קאַץ מיט אַ מענטשלעכן נאָמען? װי אַן אַרבעס אין װאַנט! האָבן זײ געגעבן עמעצן אַ צונעמעניש, איז פֿאַרפֿאַלן!

― ה ―

מיר האָבן זײ אַ נאָמען געגעבן ― טרעפֿט װי אַזױ? „מאָטל מיט די לעפֿצן“… לעפֿצן איז אַ דײַטשיש װאָרט. אױף אונדזער לשון הײסט דאָס „ליפּן“. אַ פּנים, זײ איז נישט געפֿעלן מײַנע ליפּן. זײ זאָגן, אַז איך עס, מאַך איך מיט די ליפּן. איך װאָלט װעלן זען יענעם מענטשן, װאָס זאָל עסן און נישט מאַכן מיט די ליפּן! איך בין נישט פֿון די האָנאָריסטע, װאָס מע טאָר זײ נישט אָנרירן זײער כּבֿוד. נאָר איך װײס נישט פֿאַרװאָס ― מיר איז דאָס צונעמעניש שטאַרק נישט געפֿעלן! און װײַל ס'איז מיר נישט געפֿעלן, רײצן זײ זיך מיט מיר און רופֿן מיך דװקא אַזױ. אײַנגעגעסענע ברואים ― איר האָט נאָך אַזעלכע נישט געזען! פֿריִער האָב איך בײַ זײ געהײסן: „מאָטל מיט די לעפֿצן“. נאָכדעם: גלאַט „מיט די לעפֿצן“. שפּעטער: „די לעפֿצן“. גאָר שפּעטער: „לעפֿצן“.

― לעפֿצן! װוּ זײַט איר געװען?

― לעפֿצן! װישט אָפּ די נאָז!

עס פֿאַרדריסט מיך און עס ברענט מיך, און איך װײן. דערזעט דער פֿאָטער זײערער, פּעסיעס מאַן, משה דער אײַנבינדער, אײנמאָל, אַז איך װײן, פֿרעגט ער מיך: װאָס װײן איך? זאָג איך אים: װיִאַזױ זאָל איך ניט װײנען, אַז איך הײס מאָטל און מע רופֿט מיך „לעפֿצן“! פֿרעגט ער: װער? זאָג איך: „ושתּי“. װיל ער שלאָגן „ושתּין“, זאָגט „ושתּי“: ס'איז נישט איך, ס'איז „קלעצל“. װיל ער שלאָגן „קלעצלען“, זאָגט „קלעצל“: ס'איז נישט איך, ס'איז „קאָטער“.

אײנער אױפֿן אַנדערן, דער אַנדערער אױפֿן דריטן ― אַ מעשׂה אָן אַן עק! איז זיך מישבֿ דער פֿאָטער, משה דער אײַנבינדער, און לײגט זײ אַװעק אַלע אײנציקװײַז און שמײַסט זײ אָפּ מיט אַ טאָװל פֿון אַ „קרבן־מנחה“ און זאָגט זײ:

― ממזרים! איך װעל אײַך װײַזן, װיִאַזױ צו לצעװען פֿון אַ יתום! עס װעט אַ רוח אין אײַער טאַטנס ערד אַרײַן!…

אָט אַזױ. יעדער נעמט זיך אָן מײַז קריװדע. אַלע, אַלע שטעלן זיך אײַן פֿאַר מיר.

מיר איז גוט ― איך בין אַ יתום…

III

װאָס װעט זײַן פֿון מיר?

― א ―

אַנו, טרעפֿט, װוּ איז דער גן־עדן? איר װעט נישט טרעפֿן. װײסט איר פֿאַר װאָס? װײַל בײַ איטלעכן איז ער אױף אַן אַנדער אָרט. למשל, די מאַמע זאָגט, אַז דער גן־עדן איז דאָרטן, װוּ מײַן טאַטע, פּײסי דער חזן, געפֿינט זיך. דאָרטן, זאָגט זי, געפֿינען זיך אַלע ערלעכע נשמות, װאָס זײַנען נעבעך אָפּגעקומען אױף דער װעלט; דערפֿאַר װאָס זײ האָבן ניט די װעלט, קומט זײ יענע װעלט. דאָס איז דאָך קלאָר, װי דער טאָג. דער בעסטער באַװײַז איז טאַקע דער טאַטע מײַנער. װאָרעם װוּ דען זאָל ער זײַן, אַז ניט אין גן־עדן? קאַרג האָט ער זיך אָנגעמוטשעט אױף דער װעלט?… אַזױ זאָגט די מאַמע מײַנע און װישט זיך בשעת־מעשׂה די אױגן, װי איר שטײגער איז, אַז זי רעדט פֿונעם טאַטן. פֿרעגט זשע אָבער בײַ מײַנע חבֿרים, װעלן זײ אײַך דערצײלן מעשׂיות, אַז דער גן־עדן געפֿינט זיך ערגעץ אױף אַ באַרג פֿון סאַמע קרישטאָל, הױך ביזן הימל. ייִנגלעך לױפֿן דאָרט אַרום פֿראַנק און פֿרײַ, לערנען לערנט מען ניט, נאָר מע באָדט זיך גאַנצע טעג אין מילך און מע עסט האָניק מיט פֿולע הױפֿנס. זײַט איר שױן פֿאַרטיק? קומט צו גײן אַ ייִד אַן אײַנבינדער און טוט זיך אַ זאָג, אַז דער אמתער גן־עדן איז גאָר פֿרײַטיק אין באָד. איך האָב עס אַלײן געהערט פֿון אונדזער שכנהס מאַן, משה דעם אײַנבינדער, איך זאָל אַזױ הערן אַלדאָס גוטס! הײַנט גײט דערגײט אַן עק! מע זאָל, אַ שטײגער, פֿרעגן מיך, װאָלט איך געזאָגט, אַז דער גן־עדן ― דאָס איז מנשה דעם רופֿאס גאָרטן. זינט איר לעבט, האָט איר נאָך אַזאַ גאָרטן ניט געזען. דאָס איז דער אײנציקער גאָרטן נישט נאָר אױף אונדזער גאַס, נישט נאָר בײַ אונדז אין שטאָט, ― איך האָב מורא, אַז אױף דער גאַנצער װעלט איז נישטאָ נאָך אַזאַ גאָרטן. נישט געװען און סע װעט נישט זײַן! דאָס װעלן אײַך אַלע זאָגן. װאָס װילט איר, זאָל איך אײַך באַשרײַבן פֿריִער: מנשה דעם רופֿא מיט זײַן װײַב מנשהכע די רופֿאטע? צי איך זאָל אײַך מאָלן פֿריִער דעם גן־עדן, מײן איך דעם גאָרטן זײערן? איך רעכן, אַז פֿריִער פֿון אַלץ זאָל איך אײַך דערצײלן פֿון מנשהן מיט מנשהכען. זײ זײַנען דאָך די באַלעבאַטים, קומט זײ פֿריִער דער כּבֿוד.

― ב ―

מנשה דער רופֿא טראָגט סײַ װינטער סײַ זומער אַ הענג־קאָלנער. ער טוט נאָך דעם שװאַרצן דאָקטער. אײן אױג האָט ער אַ קלײנס, און דאָס מױל איז אים, ניט אין מײַן מאָס, אַ ביסל אױף אַ זײַט. דאָס הײסט, ניט אַביסל, נאָר אַ סך, טאַקע גאָר אַ סך. פֿון אַ װינטל איז דאָס אים געקומען. אַזױ זאָגט מנשה דער רופֿא אַלײן. איך פֿאַרשטײ נישט, װי אַזױ װערט דאָס פֿון אַ װינטל דאָס גאַנצע מױל אױף אַ זײַט? װיפֿל װינטן, גרױסע און קלײנע, בין איך, אַ שטײגער, אױסגעשטאַנען אין מײַן לעבן! דער גאַנצער קאָפּ װאָלט שױן אַצינד באַדאַרפֿט זײַן בײַ מיר פֿון יענער זײַט פּלײצעס. איך רעכן, אַז ס'איז נאָר אַ רגילות, װיִאַזױ מע געװײנט זיך אײַן. אָט, למשל, פֿאַראַן בײַ מיר אַ חבֿר בערל, פּינטלט ער מיט די אױגן. נאָך אַ חבֿר האָב איך, װעלװל, זופּט ער לאָקשן מיט יױך װען ער רעדט. אַלצדינג אױף דער װעלט איז אַ רגילות. און כאָטש דאָס מױל איז אים אױף אַ זײַט, פֿונדעסטװעגן מאַכט מנשה בעסער פֿון אַלע דאָקטױרים. ערשטנס, איז ער בײַ זיך ניט אַזאַ פּריץ, װי אַנדערע דאָקטױרים. אַז מע רופֿט אים, קומט ער באַלד צו לױפֿן אַ פֿאַרשװיצטער. און צװײטנס, איז בײַ אים נישט קײן מאָדע שרײַבן רעצעפּטן. רפֿואות מאַכט ער אַלײן. אַנומלטן האָט מיך אַ כאַפּ געטאָן אַ מין שטעכעניש מיט אַ קעלט, מיט אַ ציטערניש (אַ פּנים, פֿון צופֿיל ליגן אין טײַך?), איז די מאַמע באַלד אַװעקגעלאָפֿן און האָט אַראָפּגעבראַכט מנשה דעם רופֿא. האָט ער מיך באַטראַכט און אַ זאָג געטאָן מיטן קרומען מױל צו דער מאַמען:

― איר האָט זיך ניט װאָס צו שרעקן. ס'איז אַ געלעכטער. דער שײגעץ האָט זיך צוגעקילט די לונג.

און מיט די װערטער נעמט ער אַרױס פֿון קעשענע אַ בלױ פֿלעשעלע און שיט אױס אין זעקס שטיקלעך פּאַפּיר עפּעס אַ װײַסע זאַך. דאָס װערט אָנגערופֿן „פּראָשקעס“. אײן פּראָשיק הײסט ער מיר, איך זאָל אײַננעמען באַלד. דרײ איך מיך און קנײטש מיך אױף אַלע זײַטן. דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז עס דאַרף זײַן ביטער, װי דער טױט. כּך הוה. איך האָב דאָך טאַקע געטראָפֿן! ביטער צו ביטער איז ניט גלײַך. פֿרישע קאָרע פֿון קלײנע בײמעלעך האָט איר אַמאָל פֿאַרזוכט? אָט אַזאַ טעם האָבן זײַנע פּראָשקעס. איר זאָלט האָבן אַ כּלל: װיבאַלד פּראָשקעס, מוזן זײ זײַן ביטער. עס האָט מיר ניט געהאָלפֿן קײן שום רבונו־של־עולם. איך האָב דעם פּראָשיק אײַנגענומען און געזען זיך מיטן טױט… די איבעריקע פֿינף פּראָשקעס, האָט ער אָנגעזאָגט דער מאַמען, זאָל איך אײַננעמען אַלע צװײ שעה אַ פּראָשיק. געפֿונען אַ בעלן אױף אײַננעמען גאַל! די מאַמע האָט זיך נאָר אָפּגעקערעװעט אױף אַ מינוט, געגאַנגען אָנזאָגן מײַן ברודער אליהו, אַז איך בין קראַנק, האָב איך אַלע פֿינף פּראָשקעס אױסגעשאָטן אין פּאָמעניצע און אָנגעשאָטן אין די פּאַפּירלעך אַ ביסל מעל. אַ גוט שטיקל אַרבעט האָט אױף זיך געהאַט די מאַמע: אַלע צװײ שעה האָט זי געמוזט לױפֿן צו אונדזער שכנה פּעסיע קוקן אױפֿן זײגער. נאָך יעדן פּראָשיק, װאָס איך האָב אײַנגענומען, האָט זי באַמערקט, אַז עס װערט מיר בעסער. נאָך דעם זעקסטן פּראָשיק בין איך אױפֿגעשטאַנען אַ געזונטער מענטש.

― אָט דאָס הײסט אַ דאָקטער! ― האָט זי געזאָגט און נישט געלאָזט מיך גײן אין חדר, געהאַלטן אַ גאַנצן טאָג אין שטוב און געגעבן מיר זיסן טײ מיט װײַסער בולקע.

― מנשה איז מער דאָקטער פֿון אַלע דאָקטױרים, געבן זאָל אים גאָט געזונט און אַ סך יאָרן! ער האָט אַזעלכע פּראָשקעס, װאָס זײַנען מחיה־מתים, מאַכן פֿון טױט לעבעדיק…

אַזױ האָט זיך די מאַמע נאָכדעם באַרימט פֿאַר דער גאַנצער װעלט, בשעת־מעשׂה זיך געװישט די אױגן, װי איר שטײגער איז.

― ג ―

מנשה דעם רופֿאס װײַב רופֿט מען אױף איר מאַנס נאָמען: „מנשהכע די רופֿאטע“. זי איז אַ טריפֿה ייִדענע. אַזױ זאָגן אַלע. װײסט איר, פֿאַרװאָס? װײַל זי איז אַ רשעטע. אַ פּנים האָט זי, װי אױף צו־להכעיס, אַ מאַנצבילשן, אַ קול פֿון אַ מאַנצביל, טראָגט מאַנצבילשע שטיװל און אַז זי רעדט, דאַכט זיך אײַך אױס, אַז זי בײזערט זיך. זי האָט אַ שײנעם שם אױף דער װעלט. זינט זי לעבט, האָט נאָך קײן אָרעמאַן בײַ איר קײן שטיקל ברױט ניט אױפֿגעגעסן. און אַ שטוב איז בײַ איר פֿון כּל־טובֿ. בײַ איר קאָנט איר געפֿינען אײַנגעמאַכטסן פֿון פֿאַר־אַ־יאָרן, פֿון פֿאַר דרײַ יאָרן און פֿון פֿאַר צען יאָרן. װאָס דאַרף זי, למשל, אַזױ פֿיל אײַנגעמאַכטס? פֿרעגט זי, אַ שטײגער, װײס זי אַלײן ניט. אָט אַזאַ טבֿע איז בײַ איר. אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, איר װעט זי שױן נישט איבערמאַכן. זי װײס, אַז עס קומט דער זומער, האַלט זי אין אײן פּרעגלען אײַנגעמאַכטס. איר מײנט, זי פּרעגלט אױף קױלן? װער־װאָס? זי קאָן באַשטײן אױף שטעכלקעס, שישקעס, אָפּגעפֿאַלענע בלעטלעך. זי מאַכט אָן אַזאַ רױך אױף דער גאַנצער גאַס, אַז מע קאָן דערשטיקט װערן. טאָמער װעט זיך אײַך מאַכן אַמאָל קומען צו אונדז זומער־צײַט און איך װעט דערפֿילן אַ רױך פֿון „סמאַלינע“, זאָלט איר זיך נישט שרעקן, ס'איז ניט קײן שׂרפֿה. דאָס פּרעגלט מנשהכע די רופֿאטע אײַנגעמאַכטס, אַלײן, מיט אירע אײגענע הענט, פֿון אירע אײגענע פּירות, אין איר אײגענעם גאָרטן. און אָט אַזױ קומען מיר צו צום גאָרטן, װאָס כ'האָב אײַך צוגעזאָגט.

― ד ―

װאָס פֿאַר אַ פּירות געפֿינט איר נישט אינעם דאָזיקן גאָרטן? עפּל, און באַרן, און װײַנשל, און פֿלױמען, און קאַרשן, און אַגרעסן, און װײַמפּערלעך, און פֿערשקעס, און שפּאָנקעס, און מאַרעלן, און מאַלינעס, און אָזשעניצעס, און שאָלקעװיצעס, און װאָס ניט? װאָס דאַרפֿט איר מער ― אַפֿילו װײַנטרױבן ערבֿ ראָש־השנה אױף שהחיינו װוּ קריגט מען? ― בײַ איר, בײַ מנשהכע דער רופֿאטע! אמת, די װײַנטרױבן אַז מע פֿאַרזוכט, דערזעט מען קראָקע מיט לעמבערג. אַזױ שטאַרק זױער זײַנען זײ! פֿונדעסטװעגן, נעמט זי אָפּ פֿאַר זײ גוט געלט! פֿון אַלצדינג מאַכט זי געלט. אַפֿילו פֿון די סאָנישניקעס. גאָט זאָל אײַך היטן, איר זאָלט בײַ איר בעטן אױסרײַסן אַ סאָנישניק! זי װעט אײַך ניט געבן! אַ צאָן זיך אױסרײַסן פֿונעם מױל איז בײַ איר גרינגער, װי אױסרײַסן אַ סאָנישניק בײַ איר פֿונעם גאָרטן. הײַנט װער רעדט פֿון אַן עפּל, אַ באַר, אַ װײַנשל, אַ פֿלױם? חיות ניט זיכער! איך בין באַקאַנט מיטן דאָזיקן גאָרטן, װי אַ ייִד אין אַשרי. איך װײס אַפֿילו, װוּ איטלעכס בײמעלע געפֿינט זיך, און װאָס עס װאַקסט אױף דעם, און צי ס'איז הײַנטיקס יאָר געראָטן אָדער נישט אַזױ געראָטן. פֿון װאַנען װײס איך דאָס? שרעקט אײַך נישט, איך בין דאָרטן נאָך קײנמאָל נישט געװען. װי אַזױ האָב איך געקאָנט זײַן, אַז דער גאָרטן איז אַרומגעצױמט מיט אַ הױכן פּאַרקאַן, איבערגעדעקט מיט מוראדיקע שטעכלקעס? זײַט איר שױן פֿאַרטיק? איז אינעװײניק דאָ אַ הונט. ניט קײן הונט, נאָר אַ װאָלף! אױף אַ לאַנגן שטריק שטײט ער צוגעבונדן ― אָט דער דאָזיקער כּלבֿ־שבכּלבֿים, און אַנו, לאָז נאָר עמעצער דורכגײן פֿאַרבײַ, אָדער לאָז זיך אים דאַכטן, אַז עמעצער גײט פֿאַרבײַ, הײבט ער אָן צו רײַסן זיך, שפּרינגען און בילן מיט אַזאַ כּעס, גלײַך װי דער רוח כאַפּט אים אַװעק! פֿרעגט זיך אַ קשיא: װיבאַלד אַזױ, װי קום איך אין גאָרטן אַרײַן? הערט־זשע, װעל איך אײַך דערצײלן.

― ה ―

מענדל דעם שוחטס קענט איר, צי נײן? קענט איר דאָך מענדל דעם שוחטס דירה אַװדאי נישט. זי איז די אַנדערע פֿון מנשה דעם רופֿאס און קוקט גלײַך צו אים אין גאָרטן אַרײַן. בײַ מענדל דעם שוחטס אַז מע זיצט אױפֿן דאַך, קאָן מען זען אַלצדינג, װאָס בײַ מנשה דעם רופֿא אין גאָרטן טוט זיך. די גאַנצע קונץ איז, װיִאַזױ קלעטערט מען אַרױף צו מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך? מיר איז דאָס גאָרנישט. װײסט איר, פֿאַרװאָס? װײַל מענדל דעם שוחטס דירה איז די אַנדערע פֿון אונדז און איז אַ סך נידעריקער פֿון אונדזער דירה. אַז מע דראַפּעט זיך אַרױף צו אונדז אױפֿן בױדעם (איך טו דאָס אָן אַ לײטער; איך װעל אײַך אפֿשר אַמאָל זאָגן װיִאַזױ), און שטעלט איר אַרױס אַ פֿוס פֿונעם קלײנעם פֿענצטערל, אַזױ זײַט איר שױן בײַ מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך. דאָרטן לײגט איר זיך אַװעק װי אַזױ איר װילט: אָדער מיטן פּנים אַרױף, אָדער מיטן פּנים אַראָפּ. יעדנפֿאַלס, לײגן זיך מוזט איר, אַנישט ― קאָן מען אײַך חלילה דערזען: װאָס טוט איר בײַ מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך? איך האָב אױסגעקליבן תּמיד אַ צײַט פֿאַרנאַכטלעך, צװישן מנחה און מעריבֿ, װען איך בין געגאַנגען אין שול אַרײַן קדיש זאָגן. דעמאָלט איז נישט טאָג און נישט נאַכט, די בעסטע צײַט. פֿון דאָרטן אַראָפּגעקוקט אין גאָרטן אַרײַן, שװער איך אײַך, אַז ס'איז אַ גן־עדן שבגן־עדן!…

אַז דער זומער הײבט זיך אָן און די בײמער הײבן אָן צו בליִען, זיך באַדעקן מיט װײַסע פֿעדערלעך, קאָנט איר האָפֿן, אַז נישט הײַנט איז מאָרגן ― װעלן זיך באַװײַזן אין די קורצע שטעכלדיקע בײמעלעך גרינע אַגרעסן. דאָס איז די ערשטע פּרי, װאָס עס גלוסט זיך אײַך פֿאַרזוכן. פֿאַראַן מענטשן, װאָס װאַרטן ביז די אַגרעסן װערן רױט. נאַראָנים! איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס גרינערהײט זײַנען זײ אַ סך מער באַטעמט און געשמאַק. איר װעט זאָגן, זײ זײַנען זױער? עס װערט פֿון זײ הײַליק די צײן? נו, װאָס־זשע איז? אַ זױערס קװיקט דאָס האַרץ, און צו הײַליקע צײן איז דאָ אַ סגולה: זאַלץ. מע שיט אַרױף זאַלץ אױף די צײן און מע האַלט אָפֿן דאָס מױל אַקעגן אַ האַלבע שעה, קאָן מען נאָכדעם עסן װידעראַמאָל די זעלבע אַגרעסן. נאָך די אַגרעסן קומען־אױף די װײַמפּערלעך. רױטינקע, מיט שװאַרצע פּיסקעלעך, מיט געלע קערעלעך, און צענדליקער־צענדליקער אױף אײן צװײַגעלע. אײן צװײַגעלע אַז איר פֿירט דורך צװישן די ליפּן, באַקומט איר אַ פֿולע מױל מיט װײַמפּערלעך, װײַניקע, שמעקנדיקע, מחיה־נפֿשות! אַז זײ קומען אױף, קױפֿט מיר די מאַמע פֿאַר אַ גראָשן אַ קװערטעלע װײַמפּערלעך אױף שהחיינו ― עס איך זײ מיט ברױט. בײַ מנשהכע דער רופֿאטע אין גאָרטן זײַנען דאָ צװײ רײען קלײנע בײמעלעך, האַרט בײַ דער ערד, אָנגעזעצט מיט װײַמפּערלעך. אױף דער זון ברענען זײ און פֿינקלען אָפּ, און עס גלוסט זיך כאָטש אײן צװײַגעלע, כאָטש אײן װײַמפּערל מיט צװײ פֿינגער געבן אַ ריס־אָפּ און גלײַך אין מױל אַרײַן! איר װעט מיר גלײבן? אַז איך רײד פֿון גרינע אַגרעסן מיט רױטע װײַמפּערלעך, װערט מיר שױן הײַליק די צײן. לאָמיר בעסער רײדן פֿון װײַנשל. װײַנשל האַלטן זיך נישט לאַנג גרין. װײַנשל װערן גיך פֿאַרטיק. איך קאָן אײַך שװערן בײַ װאָס איר װילט, אַז איך אַלײן האָב באַמערקט, ליגנדיק בײַ מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך, עטלעכע װײַנשעלעך זײַנען אינדערפֿרי געװען גרין װי גראָז. איך האָב זײ גוט באַמערקט, געמאַכט אױף זײ אַ סימן. בײַ טאָג האָבן זײ פֿון דער זון באַקומען רױטע בעקעלעך. דעם זעלבן טאָג פֿאַרנאַכט זײַנען זײ שױן געװען רױט װי פֿײַער! װײַנשל פֿלעגט מיר אױך די מאַמע ברענגען אױף שהחיינו. אָבער װיפֿל װײַנשל? פֿינף שטיק אױף אַ פֿאָדעם. װאָס טוט מען מיט פֿינף װײַנשל? מע שפּילט זיך מיט זײ אַזױ לאַנג, ביז מע װײס ניט, װוּ זײ זײַנען אַהינגעקומען…

― ו ―

װיפֿל שטערן אין היטל ― אַזױ פֿיל װײַנשל בײַ מנשה דעם רופֿא אין גאָרטן. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז איך בין אַ בעלן געװען אױף אײן צװײַגעלע איבערצײלן די װײַנשל. האָב איך געצײלט, און נישט געקאָנט איבערצײלן!… װײַנשל האָבן אַ טבֿע, זײ האַלטן זיך שטאַרק אױף די ריטלעך. זעלטן־זעלטן װען עס פֿאַלט אַראָפּ אַ װײַנשל אױף דער ערד ― ער מוז שױן זײַן איבערצײַטיק, שװאַרץ אַזױ װי אַ פֿלױם. זעט איר, פֿערשקעס ― די פֿאַלן אָפּ, װיבאַלד נאָר זײ װערן רעכט געל. אַך, פֿערשקעס! פֿערשקעס! איך האָב זײ ליב מער פֿון אַלע פּירות. איך האָב אױף מײַן לעבן געגעסן נישט מער װי אײן פֿערשקע, ליגט זי מיר נאָך אין טעם. דאָס איז געװען מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, איך בין דעמאָלט נאָך נישט אַלט געװען קײן פֿינף יאָר. מײַן טאַטע האָט נאָך געלעבט, און אין שטוב איז נאָך געװען בײַ אונדז אַלצדינג: די גלעזערנע שאַפֿע, מיט דער קאַנאַפּע, מיט די ספֿרים, מיטן גאַנצן בעטגעװאַנט. קומט צו גײן אײנמאָל דער טאַטע פֿון שול אַהײם און מאַכט צו מיר און צו מײַן ברודער אליהו, און לײגט אַרײַן די האַנט אין דער הינטערשטער קעשענע, דאָרט װוּ מען האַלט די נאָזפֿאַטשײלע:

― קינדער! פֿערשקעס װעט איר עסן? איך האָב אײַך געבראַכט פֿערשקעס. אַ פּאָר פֿערשקעס.

און ער נעמט אַרױס די האַנט פֿון דער הינטערשטער קעשענע, דאָרט װוּ מע האַלט די נאָזפֿאַטשײלע, און טראָגט אונדז אונטער, מיר און מײַן ברודער אליהו, צװײ גרױסע געלע קײַלעכיקע שמעקנדיקע פּירות. מײַן ברודער אליהו האָט קײן צײַט נישט. ער מאַכט אַ ברכה, הױך אױף אַ קול, „בורא פּרי העץ“, און כאַפּט־אַרײַן די גאַנצע פּרי אין מױל אַרײַן. איך קאָן באַשטײן פֿריִער זיך אָנשפּילן, זיך אָנשמעקן, אָנשפּיגלען, און נאָכדעם שױן װעל איך זי עסן. אי דאָס ― נישט אױף אײן מאָל, נאָר שטיקלעכװײַז, און מיט ברױט. פֿערשקעס זײַנען גוט מיט ברױט. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך מער קײן פֿערשקעס נישט פֿאַרזוכט, נאָר דעם טעם פֿון יענער ערשטער פֿערשקע קאָן איך נישט פֿאַרגעסן! איצטער שטײט פֿאַר מיר אַ גאַנצער בױם מיט פֿערשקעס, און איך ליג בײַ מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך און קוק און קוק און זע, װי עס פֿאַלט אַ פֿערשקע נאָך אַ פֿערשקע. אײנע אַ געלע, אַזש אַ רױטלעכע, האָט זיך פֿאַרשפּאָלטן און געעפֿנט. עס זעט זיך אַרױס פֿון איר דאָס בײַכיקע קערל. װאָס װעט זי טאָן, די רופֿאטע, מיט אַזױ פֿיל פֿערשקעס? זי װעט זײ אָפּטרײסלען מן הסתּם און װעט פּרעגלען פֿון זײ אײַנגעמאַכטס. דעם אײַנגעמאַכטס װעט זי פֿאַררוקן װײַט אין דער הרובע. װינטער װעט זי אים אַװעקשטעלן אין קעלער אַרײַן, און דאָרטן װעט ער שטײן אַזױ לאַנג, ביז ער װעט װערן געצוקערט און כאַפּן אַ שימל.

נאָך די פֿערשקעס קומען־אױף פֿלױמען. נישט אַלע פֿלױמען מיטאַמאָל. איך האָב צװײ סאָרטן פֿלױמען בײַ מנשה דעם רופֿא אין גאָרטן. אײן בױם האָב איך מיט „טשערניקעס“. דאָס איז אַ מין קײַלעכיקע, זיסע, האַרטע, שװאַרצע פֿלױם. דער אַנדערער בױם איז אַ בױם פֿון פּראָסטע פֿלױמען. דאָס איז אַ מין פֿלױמען, װאָס מע רופֿט זײ „עמערפֿלױמען“. מע פֿאַרקױפֿט זײ אױפֿן עמער. זײ האָבן אַ דין הײַטל, זײַנען גליטשיק און קלעפּעדיק און װאַסעריק אױפֿן טעם. פֿונדעסטװעגן זײַנען זײ נישט אַזױ שלעכט, װי איר מײנט. הלװאַי װאָלט מען זײ נאָר װעלן געבן. מנשהכע די רופֿאטע איז אָבער נישט פֿון די איבעריקע געבערקעס. זי מאַכט בעסער פֿון די פֿלױמען פּאָװידלע אױפֿן װינטער. װען װעט זי אױפֿעסן אַזױ פֿיל פּאָװידלע?

― ז ―

אַראָפּגעפּטרט די װײַנשל מיט די פֿערשקעס מיט די פֿלױמען, הײבט זיך אָן פֿאַר מיר אַ סדרה עפּל. עפּל, דאַרפֿט איר װיסן, איז נישט קײן באַרן. באַרן, זײ מעגן זײַן די בעסטע באַרן אין דער װעלט („בערגאַמאָטן“), װיבאַלד זײ זײַנען נישט רעכט פֿאַרטיק, קאָנט איר מיט זײ גאָרנישט מאַכן. גײט קײַט האָלץ! עפּל מעגן זײַן װי גרין, די קערעלעך מעגן זײַן װי װײַס, האָבן זײ שױן אַ טעס פֿון עפּל. איר שטעקט אַרײַן די צײן אין אַ גרינעם עפּל, װערט אײַך זױער אין מױל. װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך װעל אײַך נישט אַװעקגעבן קײן האַלבן גרינעם עפּל פֿאַר צװײ צײַטיקע. אױף צײַטיקע דאַרף מען װאַרטן ביז העט־העט, און גרינע עפּל קאָנט איר האָבן תּיכּף, נאָכדעם װי דאָס בײמעלע האָט אָפּגעבליט. עס װענדט זיך נאָר אין דער גרױס. װאָס װײַטער אַן עפּל װאַקסט, װערט ער גרעסער, װי, להבֿדיל, אַ מענטש… עס איז נישט קײן ראַיה, אַז אַ גרױסער עפּל דאַרף זײַן גוט. אַמאָל מאַכט זיך, אַ קלײן עפּעלע זאָל זײַן בעסער פֿונעם גרעסטן עפּל. למשל, נעמט „ארץ־ישׂראל־עפּעלעך“. זײ זײַנען װײַניק, אָבער געשמאַק. צי, אַ שטײגער, קיסליצעס, אָדער קװאַסעפּעלעך, װאָס גײט זײ אָפּ? הײַנטיקן זומער איז אױף זײ אַ מוראדיק גערעטעניש. עס װעט זײַן אַזױ פֿיל, אַז מע װעט זײ פֿירן מיט װעגן. אַזױ האָב איך געהערט פֿון מנשהכע דער רופֿאטעס מױל. זי האָט דאָס געזאָגט צו „ראובֿן דעם עפּל־ייִד“, בשעת די עפּל זײַנען נאָך געװען אין רעכטן בליִען. ראובֿן דער עפּל־ייִד איז געקומען צו גײן אָנקוקן דעם גאָרטן. ער האָט געװאָלט אָפּהאַנדלען בײַ איר די עפּל מיט די באַרן אױפֿן בױם. אױף עפּל און אױף באַרן איז ראובֿן שױן אײן מאָל אַ מבֿין. ער, אַז ער טוט אַ קוק מיט אײן אױג אױף אַ בױם, װעט ער אײַך באַלד זאָגן, װיפֿל פּרנסה דער בױם קאָן געבן. ער װעט אײַך קײנמאָל ניט האָבן קײן טעות אױף אָט אַזױ פֿיל. סײַדן עס װעלן זײַן גרױסע װינטן, און די עפּל װעלן אָפּפֿאַלן פֿאַר דער צײַט, אָדער אַ װאָרעם װעט זיך אַרײַנכאַפּן, אַ „האָסעניצעгусенице: שלײערל“ װעט זיך זעצן. דאָס איז אַלץ אַזעלכע זאַכן, װאָס אַ מענטש קאָן נישט װיסן. אַ װינט איז דאָך פֿון גאָט, און „האָסעניצעס“ אױך. כאָטש אַפֿילו איך װײס נישט, אױף װאָס דאַרף גאָט װערעם מיט „האָסעניצעס“? סײַדן צוליב דעם, זײ זאָלן צונעמען בײַ ראובֿן דעם עפּל־ייִד דאָס שטיקל ברױט?… ראובֿן זאָגט, אַז ער פֿאַרלאַנגט נישט מער פֿון אַ בױם, װי אַ שטיקל ברױט. ער האָט, זאָגט ער, אַ װײַב און קינדער און זוכט פֿאַר זײ אַ שטיקל ברױט. מנשהכע זאָגט אים צו נישט נאָר אַ שטיקל ברױט, נאָר ברױט מיט פֿלײש. זי װינטשט זיך אַזאַ מזל, װאָס פֿאַר בײמער זי גיט אים. ס'איז דען בײמער? ס'איז גאָלד, נישט קײן בײמער.

― איר װײסט, אַז איך בין אײַך, חלילה, נישט קײן שׂונאטע. ― זאָגט אים מנשהכע. ― װאָס איך װינטש אײַך, מעג עס מיר אָנקומען.

― אָמן! ― מאַכט צו איר ראובֿן מיט אַ שמײכל אױף זײַן גוט רױט פּנים, װאָס סע שײלט זיך פֿון דער זון. ― איר גיט מיר אַרױס אַ כּתבֿ פֿאַר װינטן, װערעם און האָסעניצעס, גיב איך אײַך נאָך מער װיפֿל איר װילט.

מנשהכע טוט אױף אים אַ מאָדנעם קוק פֿון אונטן אַרױף און מאַכט צו אים מיט אַ מאַנצבילשער שטים:

― גיט מיר אַרױס אַ כּתבֿ, אַז איר גײט אַװעק פֿון דאַנען און גליטשט זיך נישט אױס אױפֿן גלײַכן װעג און ברעכט זיך נישט אױס אַ פֿוס.

― פֿון אױסגליטשן זיך און אױסברעכן זיך אַ פֿוס איז קײנער נישט באַװאָרנט! ― זאָגט ראובֿן און קוקט אױף איר מיט זײַנע גוטע שמײכלענדיקע אױגן. ― דאָס קאָן זיך טרעפֿן מיט אַ נגיד נאָך גיכער װי מיט אַן אָרעמאַן, װײַל אַ נגיד האָט מיט װאָס צו קרענקען.

― איר זײַט אַ ייִד אַ חכם! ― ענטפֿערט אים מנשהכע מלא־גזלן. ― נאָר אַ מענטש, װאָס װינטשט דעם אַנדערן זיך אױסברעכן אַ פֿוס, קאָן אים אָפּדאַרן די צונג אַזױ, אַז ער זאָל גאָרנישט װיסן, פֿון װאַנען ס'איז אים געקומען.

― פֿאַרװאָס נישט? ― זאָגט זיך ראובֿן אַלץ מיטן זעלבן שמײכעלע. ― פֿאַר נױט איז אַ צונג אױך נישקשה, אַבי נישט חלילה בײַם קבצן…

― ח ―

אַן עבֿירה, װאָס דער גאָרטן איז נישט אַריבער צו ראובֿן דעם עפּל־ייִד אין רשות אַרײַן. מיר װאָלט דאָס געװען אַ סך מער ניחא, װי בײַ דער מכשפֿהטע. איר האָט נאָך אַזאַ צרה נישט געזען. לאָז אַראָפּפֿאַלן אײן עפּעלע אַ װערעמדיקס, אַן אײַנגעדאַרטס, אַן אײַנגעקנײטשטס, װי בײַ אַן אַלטער באַבעצע דאָס פּנים, װעט זי זיך ניט פֿױלן זיך אָנבײגן, אױפֿהײבן, אַרײַנלײגן אין פֿאַרטעך אַרײַן און אַװעקטראָגן. װוּהין טראָגט זי זײ? אַ פּנים, אױפֿן בױדעם, און אפֿשר אין קעלער? עס װײַזט אױס, אַז אין קעלער. מחמת איך האָב געהערט דערצײלן, אַז פֿאַראַיאָרן איז בײַ איר פֿאַרפֿױלט געװאָרן אַ קעלער מיט עפּל. איז נישט אַ מיצװה, מע זאָל בײַ איר רײַסן עפּל? יאָ, אָבער װיִאַזױ רײַסט מען זײ? אַרײַנכאַפּן זיך אין גאָרטן בײַ דער נאַכט, װען אַלע שלאָפֿן, און אָנשטופּן פֿולע קעשענעס, װאָלט אַװדאי געװען אַ שׂכל. װאָס־זשע װעט אָבער זאָגן דער כּלבֿ? און װי אױף צו־להכעיס װאַקסן הײַנטיקן זומער עפּל אײנס אין אײנס. זײ בעטן זיך, זײ חלשן, מע זאָל זײ אָפּרײַסן! װאָס טוט מען? ס'זאָל זײַן אַזאַ שפּרוך, אַ מין כּישוף, די עפּל זאָלן גײן צו מיר!… איך קלער אַזױ לאַנג, ביז איך דערקלער. נישט קײן שפּרוך און נישט קײן כּישוף, נאָר אַן אַנדער זאַך. אַ שטעקן, אַ לאַנגן שטעקן מיט אַ טשװאָק בײַם שפּיץ. מיט דעם שטעקן אַבי איר טרעפֿט נאָר מיטן טשװאָק בײַם הענגערל פֿונעם עפּל און טוט אַ צי צו זיך ― איז דער עפּל אײַערער. איר דאַרפֿט נאָר זען האַלטן דעם שטעקן אַזױ, אַז דער עפּל זאָל חלילה נישט אַראָפּפֿאַלן אױף דער ערד. און טאָמער פֿאַלט דער עפּל אַראָפּ, איז אױך אָן אַן אומגליק. זי װעט מײנען, אַז דאָס האָט אים דער װינט אַראָפּגעשלײַדערט. פֿאַרשטײט זיך, איר דאַרפֿט דעם עפּל נישט אָנרירן מיטן טשװאָק, זי זאָל זיך נישט שטױסן… איך שװער אײַך בנאמנות, אַז איך האָב אײן עפּל נישט צעשלאָגן. און אַראָפּגעפֿאַלן איז בײַ מיר אױך נישט. בײַ מיר פֿאַלן נישט קײן עפּל. איך װײס, װיִאַזױ מע דאַרף האַלטן אַ שטעקן, אַז מע רײַסט עפּל. דער עיקר איז, מע זאָל זיך ניט כאַפּן. װאָס האָט איר קײן צײַט נישט? איר האָט דערטאַפּט אַן עפּל? עסט אים אױף שטילערהײט, רוט זיך אָפּ אַ ביסל און רײַסט װײַטער. איך בין אײַך ערבֿ, אַז קײן פֿױגל װעט נישט װיסן!

גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז די מכשפֿה װעט גאָר װיסן דעם חשבון פֿון די עפּל נאָך אױפֿן בױם! אַ פּנים, זי האָט זײ איבערגעצײלט בײַ טאָג און האָט זיך געכאַפּט אױף מאָרגן, אַז עס פֿעלן איר עטלעכע שטיק. האָט זי זיך באַהאַלטן בײַ זיך אױפֿן בױדעם און גענומען אונטערקוקן זיך, טאָמער װעט איר געראָטן כאַפּן דעם גנבֿ. אַזױ דענק איך. מחמת פֿון װאַנען דען האָט זי געקאָנט דערװיסן זיך, אַז איך ליג בײַ מענדל דעם שוחטס אױפֿן דאַך און אַרבעט מיטן שטעקן? נעכײַ װאָלט זי מיך כאָטש געכאַפּט אַלײן אָן עדות, װאָלט איך מיך געקאָנט אָפּבעטן בײַ איר. פֿאָרט אַ יתום ― טאָמער װעט זי האָבן אױף מיר רחמנות? איז זי זיך אָבער מישבֿ און גײט אַװעק צו מײַן מאַמען און צו אונדזער שכנה פּעסיע און צו דער שוחטקע און נעמט זײ אַלע דרײַ מיט זיך און קלעטערט מיט זײ אַרױף צו אונדז אױפֿן בױדעם )אַ מכשפֿה קאָן!(. פֿונעם בױדעם איז זײ שױן געװען נישט שװער צו זען דורכן פֿענצטערל, װיִאַזױ איך אַרבעט מיטן שטעקן.

― נו? װאָס זאָגט איר אױף אײַער תּכשיט? אַצינד גלײבט איר שױן?

די װערטער האָבן געהערט צו דער רופֿאטע. איך האָב דערקענט איר מאַנצבילשע שטים. איך האָב אױסגעדרײט דעם קאָפּ צום בױדעם און האָב דערזען אַלע פֿיר װײַבער. איך האָב דעם שטעקן מיטן עפּל נישט אַװעקגעװאָרפֿן. זײ זײַנען אַלײן אַרױסגעפֿאַלן. אַ גליק, װאָס איך אַלײן האָב מיך געהאַלטן אױף די פֿיס. איך האָב נישט געקאָנט קוקן קײנעם אין די אױגן אַרײַן. דער הונט זאָל נישט ליגן אין גאָרטן, װאָלט איך זיך דערהרגעט פֿאַר בזיון. ערגער פֿון אַלץ איז מיר געװען דער מאַמעס טרערן. זי האָט נישט אױפֿגעהערט צו קלאָגן און צו יאָמערן און צו באַװײנען מיך:

― װײ איז מיר! װינד אין מיר! צו װאָס איך האָב מיך דערלעבט! איך האָב געמײנט, אַז מײן יתום גײט אין שול אַרײַן זאָגן קדיש נאָכן טאַטן, צום סוף ליגט ער גאָר אױף אַ בױדעם, אַ דונער איז מיר, און רײַסט עפּל פֿון אַ פֿרעמדן גאָרטן!…

און די מכשפֿה שטײט איבער איר און לײגט צו מיט איר מאַנצבילשער שטים:

― שמײַסן דאַרף מען אים, אָט אַזאַ משומד! קאַטעװען! גנאָטעװען, בלוט זאָל גײן! אַ ייִנגל זאָל װיסן דאָס אַנדערע מאָל, װי אַזױ צו זײַן אַ ג…

די מאַמע דערלאָזט נישט אַרױסזאָגן דאָס װאָרט „גנבֿ“.

― ער איז אַ יתום! נעבעך אַ יתום! ― טענהט די מאַמע צו דער רופֿאטע און קושט איר אין די הענט אַרײַן און בעט בײַ איר, אַז זי זאָל מיר מוחל זײַן, אַז מער װעט דאָס שױן נישט זײַן! זי שװערט איר מיט כּל־השבֿועות־שבעולם, אַז דאָס איז דאָס לעצטע מאָל, אַנישט ― זאָל זי אָדער אַלײן שטאַרבן, אָדער זי זאָל חלילה מיך באַגראָבן!…

― לאָז ער שװערן, אַז ער װעט שױן מער אַפֿילו נישט אַרײַנקוקן צו מיר אין גאָרטן אַרײַן! ― פֿאָדערט די רופֿאטע מיט איר מאַנצבילשער שטים אָן אַ קאַפּ רחמנות צו אַ יתום.

― לאָז מיר אָפּדאַרן די הענט! לאָז מיר אַרױס די אױגן! ― זאָג איך, און גײ מיט דער מאַמען אַהײם און הער אױס איר מוסר מיט איר װײנען, און צעװײן מיך אַלײן אױך גאַנץ געשמאַק.

― איך פֿרעג דיך נאָך, װאָס װעט פֿון דיר זײַן? ― פֿרעגט מיך די מאַמע מיט טרערן, און שטעלט מיר צו אַ בענקעלע פֿאַר מײַן ברודער אליהו. מײַן ברודער אליהו הערט אױס די מעשׂה מיט די עפּל און װערט בלאַס. אַ פּנים, פֿאַר כּעס. די מאַמע דערזעט, אַז ער איז אױסער זיך. זי האָט מורא, ער זאָל מיך ניט שלאָגן. זי רױמט אים אײַן אַ סוד, ער זאָל מיך ניט שלאָגן, װאָרעם איך בין אַ יתום.

― װער טשעפּעט אים? ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. ― איך בין נאָר אַ בעלן צו װיסן, װאָס װעט זײַן פֿון אים? װאָס װעט זײַן פֿון אים?!!

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און קריצט מיט די צײן און קוקט אױף מיר, איך זאָל אים זאָגן, װאָס װעט זײַן פֿון מיר? איך װײס, װאָס װעט זײַן פֿון מיר? אפֿשר װײסט איר, װאָס װעט זײַן פֿון מיר?

IV
מײַן ברודער אליהו האָט חתונה
― א ―

מזל־טובֿ! איר װײסט? מײַן ברודער אליהו האָט חתונה!

װײ־װײ, װאָס סע טוט זיך! עס קאָכט די שטאָט. די װעלט װיגט זיך! אַזױ זאָגט אונדזער שכנה, פּעסיע די גראָבע. זי זאָגט, אַז עם װעט זײַן אַ געהױבענע חתונה. אַזאַ חתונה, זאָגט זי, איז שױן לאַנג נישט געװען בײַ אונדז אין שטאָט!

װאָס איז די מעשׂה? נאָר מצד רחמנות. מחמת די מאַמע איז אַן אַלמנה און דער חתן איז אַ יתום. און אַ ביסל איז טאַקע צוליב זכות־אָבֿות. דעם טאַטנס נאָמען! דער טאַטע, עליו־השלום, האָט איבערגעלאָזט אַ שײנעם נאָמען! פֿאַרן לעבן האָט מען עפּעס נישט געהערט, עמעצער זאָל פֿון אים אַזױ שטאַרק רײדן. איצט, נאָכן טױט, איז פּײסי דער חזן געהױכט און געקרױנט. סכּנת נפֿשות! איך הער, װאָס מענטשן זאָגן דער מאַמע מײַנער. זײ זאָגן איר, אַז דער מחותּן איז נישט קראַנק צו נעמען אױף זיך אַלע הוצאָות און נאָך עפּעס צוצאָלן אױך. ער טאָר נישט פֿאַרגעסן, זאָגן זײ, אַז ער נעמט פּײסי דעם חזנס זון פֿאַר אַ חתן! מײַן ברודער אליהו הערט דאָס. ער פֿאַרשעמט זיך, גלעט זיך דאָס בערדל, װי אַ גרױסער, װי אַ מאַנצביל. ער איז שױן אַ מאַנצביל. ערשט אָט דאָ ניט לאַנג האָט זיך אים אָנגעהױבן שיטן אַ בערדל. געװיס איז דאָס אים געקומען פֿון רױכערן. פֿון זינט דער טאַטע איז געשטאָרבן, האָט ער אָנגעהױבן רױכערן. די ערשטע צײַט האָט ער זיך געמוטשעט, פֿלעגט זיך פֿאַרהוסטן. איצט פֿאַרציט ער זיך שױן און קאָן אַרױסלאָזן דעם רױך דורך דער נאָז. אַ טײַערע מציאה! איר מײנט, אַז איך קאָן דאָס נישט? די גאַנצע צרה, װאָס איך האָב נישט קײן טיטון! רױכער איך פּאַפּיר, רױכער איך שטרױ, רױכער איך דער רוח װײס װאָס. איז געװאָר געװאָרן דערפֿון מײַן ברודער אליהו. האָט ער מיר געגעבן! ער מעג, און איך טאָר ניט! באשר איך בין נאָך נישט אַלט קײן גאַנצע נײַן יאָר, אם־כּן װאָס בין איך שולדיק? איך האָב אים געגעבן דאָס װאָרט, איך האָב אים געשװאָרן בײַ אַ חומש, אַז אַן עק, מער רױכער איך ניט. װי מײנט איר, לאַנג האָב איך געהאַלטן װאָרט? איך בעט אײַך, װער רױכערט נישט הײַנטיקע צײַטן?

― ב ―

באַלד װעט זיך איבערקערן די װעלט. אַזױ זאָגט פּעסיע, אונדזער שכנה. זי איז געקומען צו גײן פֿונעם מחותּן אַ געקאָכטע. ס'איז אַ מיאוסע מעשׂה. דער מחותּן איז געװאָר געװאָרן, אַז דער חתן )מײַן ברודער אליהו( האָט נישט דעם זײגער. דער זײגער איז געװען אַ גוטער זײגער, אַן אמתער אַ זילבערנער זײגער. דאָס האָט אים דער מחותּן געקױפֿט אַ מתּנה. װוּ איז אַהינגעקומען הער זײגער? ער האָט אים, חלילה, ניט פֿאַרשפּילט אין קאָרטן. ער האָט אים פֿאַרקױפֿט און דאָס געלט אױסגעגעבן אױף דאָקטױרים און רפֿואות. ער האָט געװאָלט ראַטעװען דעם טאַטן ― װאָס קומט אים דערפֿאַר? אַזױ האָט געטענהט פּעסיע. דער מחותּן איז אָבער אַ פּראָסטער ייִד. ער פֿרעגט, װאָס געהער זיך אָן אַ פֿרעמדער טאַטע צו זײַן זײגער? ער איז ניט מחויבֿ, זאָגט ער, מיט זײַנע זײגערס אױסצוהאַלטן פֿרעמדע טאַטעס. פֿונעם זײגער איז שױן בײַ אים געװאָרן „זײגערס“ און פֿונעם טאַטן ― „טאַטעס“! פּעסיע זאָגט, אַז פֿון אַ חזירשן עק קאָן מען קײן שטרײַמל נישט מאַכן!… דאָס מײנט זי אונדזער מחותּן. ער איז אַ פּראָסטער נפֿש. אַ בעקער איז ער און הײסט יונה דער בײגל־בעקער. ער באַקט בײגל. „איר מעגט שױן ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל“. אַזױ זאָגט אים פּעסיע, מסתּמא אױף קאַטאָװעס. און אפֿשר מײנט זי טאַקע אױף דער אמתן? איך פֿאַרשטײ נישט, װי אַזױ קאָן מען ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל: װער װעט זײ דאָרטן קױפֿן?… ער איז אַ ייִד אַ נגיד. אונדזער מחותּן. פּעסיע דרינגט, אַז ער איז אַן אַדיר! זי זאָגט אים אין די אױגן, אַז װען זי פֿאַרמאָגט האַלב פֿון אים, טוט זי מיט אים קײן שידוך נישט. זי האָט פֿײַנט אַ חזיר. ער מוז אָפּשװײַגן, װאָרעם צו איר אַז מען פֿאַלט אַרײַן, איז דאָס בעסטע ― שװײַגן. ער איז שױן מוחל דעם חתן דעם זײגער, אַבי לאָז דאָס האָבן אַ סוף. זאָגט אָבער פּעסיע, אַז זי איז נישט מוחל. זי װיל, ער זאָל קױפֿן דעם חתן אַ נײַעם זײגער. עס פּאַסט נישט, זאָגט זי, אַ חתן זאָל גײן צו דער חופּה אָן אַ זײגער. טענהט ער: װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט זי מיט זײַן חתן? זאָגט זי: עם האָט אַ שײַכות. דערפֿאַר, װאָס דער חתן איז פּײסי דעם חזנס אַ זון, און ער, יונה דער בײגל־מאַכער, איז בײדע זאַכן: אי אַ נגיד, אי אַ חזיר. פֿאַרדריסט דאָס אים, טוט ער אַ קלאַפּ מיט דער טיר און זאָגט: „לאָז דאָס גײן אין דער ערד אַרײַן!“ זאָגט אים פּעסיע: „אױף גײן אין דער ערד אַרײַן זײַט איר בילכער ― איר זײַט אַ בעקער!“…

די מאַמע האָט שטאַרק מורא, טאָמער חלילה שיקט ער אָפּ די תּנאָים. זאָגט פּעסיע, זי זאָל שלאָפֿן רויִק: אַ יתום שיקט מען נישט אָפּ קײן תּנאָים. איר מײנט, װער האָט אױסגעפֿירט? מיר! דער מחותּן האָט געקױפֿט דעם חתן )מײַן ברודער אליהו( אַ נײַעם זײגער, אױך אַ זילבערנעם. נאָך אַ בעסערן פֿון יענעם. דער מחותּן האָט אים אַלײן געבראַכט צו טראָגן. אױ, װען איך האָב אַזאַ זײגער! װאָס מײנט איר, װאָלט געװען? קודם װאָלט איך אַרױסגענומען די געדערים און דערגאַנגען דעם שׂכל, פֿאַרװאָס אַ זײגער גײט. און נאָכדעם? נאָכדעם װײס איך שױן װאָס ס'װאָלט געװען. די מאַמע װינטשעװעט אים, דעם מחותּן, ער זאָל דערלעבן אים קױפֿן אַ גאָלדענעם זײגער. דער מחותּן װינטשעװעט איר אָפּ צוריק, זי זאָל דערלעבן חתונה מאַכן דעם מיזיניק. דאָס מײנט מען מיך. איך בין צופֿרידן אַפֿילו הײַנטיקן טאָג, אַבי אַ זײגער. די מאַמע גלעט מיך און זאָגט, אַז עס װעט נאָך גענוג װאַסער איבערלױפֿן, און בשעת־מעשׂה זײַנען איר די אױגן נאַס. איך פֿאַרשטײ נישט, װאָס דאַרף לױפֿן אַזױ פֿיל װאַסער אײדער איך גײ חתונה האָבן, און װאָס דאַרף מען דערבײַ װײנען? װײנען איז בײַ איר אַ װאָכעדיקער גאַנג, און דאָס מוז זי אַלע טאָג. װײנען איז בײַ איר, װי, למשל, בײַ אײַך דאַװענען, אָדער עסן. דער שנײַדער האָט אָפּגעבראַכט דעם חתן די מלבושים, װאָס דער מחותּן האָט באַשטעלט ― דאַרף זי װײנען. פּעסיע האָט איר אָפּגעבאַקן לעקעך צו דער חתונה ― דאַרף מען װײנען. מאָרגן אין דער צײַט איז די חופּה ― װידער געװײנט! איך פֿאַרשטײ נישט, פֿון װאַנען נעמען זיך בײַ מענטשן אַזױ פֿיל טרערן?…

― ג ―

עס גיט זיך אױס אַ מאָל אַ טאָג ― אַ גן־עדן! אין דרױסן איז חצי־אלול, און טאַקע חצי־אלולדיק. די זון בראָט נישט אױף צו שװיצן, אױף צו װעלן באָדן זיך. זי װאַרעמט און גלעט און קושט אַזױ װי אַ מאַמע. דער הימל איז אױסגעצװאָגן שבתדיק. דער גאַנצער אינדרױסן פֿרײט זיך, װאָס מײַן ברודער אליהו האָט חתונה. גאַנץ פֿרי האָט זיך אױסגעשטעלט אַ יריד אין שטעטל. װיבאַלד אַ יריד, מוז איך דאָרטן זײַן. איך האָב ליב אַ יריד דאָס חיות. ייִדן לױפֿן־אַרום, װי פֿאַרסמטע מײַז. שװיצן, שרײַען, פּילדערן זיך, רײַסן די גױים פֿאַר די פּאָלעס, גײען אױס לײזן געלט ― אַ טעאַטער מיט זײ! און די גױים האָבן צײַט; זײ גײען דװקא פּאַװאָליע, די היטלען אַרױף, קוקן, טאַפּן, קראַצן זיך, דינגען זיך, װילן האַנדלען מציאות. גױעס מיט משונה מאָדנע שלײערס, מיט ברײטע אָפֿענע פּאַזוכעס, מע זעט אַרױס די בריסט. אין די פּאַזוכעס כאַפּן זײ אַרײַן אַמאָל, אַז מע זעט נישט, אַ שטיקל סחורה. ייִדן װײסן שױן, קוקן מיט אױגן. אַז מע דערזעט, טרײסלט מען אױס, און עס װערט אַ חתונה. אַמאָל מאַכט זיך, אַז אַן ערלית קױפֿט אַ ליכטל אין קלױסטער אַרײַן און פֿאַרשטעקט דאָס אין שלײער. יונגע לײַט האָבן נישט װאָס צו טאָן, װילן זיך מאַכן אַ שטיקל יום־טובֿ, צינדן זײ איר אָן שטילערהײט דאָס ליכטל. אַלע קוקן אױף דער ערלית און לאַכן. די ערלית װײס נישט װאָס די ייִדן לאַכן. הײבט זי אָן צו שילטן אַלע ייִדן מיט טױטע קללות. לאַכט מען נאָך מער. אַמאָל װערט דערפֿון אַ געשלעג צװישן גױים מיט ייִדן. איך זאָג אײַך ― מע דאַרף נישט קײן טעאַטער!… שענער פֿון אַלץ איז די „קאָנעконе: פֿערד“. װײסט איר, װאָס דאָס הײסט? דאָס איז דער פֿערד־מאַרק. דאָרט קױפֿט מען און מען פֿאַרקױפֿט פֿערד. דאָרט זעט איר פֿערד, ציגײַנער, בײַטשן, ייִדן, גױים און פּריצים. דער טומל איז דאָ חוץ לדרך הטבֿע, מע קאָן טױב װערן. די ציגײַנער שװערן זיך, ייִדן פּאַטשן איבער די הענט, פּריצים קנאַקן מיט די בײַטשן און פֿערדלעך לױפֿן אַהין און אַהער פֿײַל אױסן בױגן. איך האָב ליב צו קוקן, װי פֿערדלעך לױפֿן, און װער שמועסט לאָשיקלעך! איך גײ־אױס, איך שטאַרב נאָך אַ לאָשיקל! און נישט נאָר קלײנע לאָשיקלעך האָב איך ליב ― אַלצדינג װאָס איז קלײן: קלײנע הינטלעך, קלײנע קעצלעך. איר װײסט? אַפֿילו אוגערקעלעך קלײנינקע, קאַרטאָפֿל יונגיטשקע, ציבעלקעלעך, קנעבעלעך ― אַלץ װאָס קלײן איז ליב. אַ חוץ חזירימלעך. חזירים האָב איך פֿײַנט אַפֿילו קלײנערהײט… איך קער מיך אום צו די פֿערדלעך. די פֿערד לױפֿן. די לאָשיקלעך לױפֿן נאָך די פֿערד. איך לױף נאָך די לאָשיקלעך. אַלע לױפֿן מיר. אױף לױפֿן בין איך אַ פֿײַער. איך האָב זײער גרינגע פֿיס. דערצו גײ איך באָרװעס און זײער לײַכט אָנגעטאָן: אַ העמדל, אַ הױז, און פֿון אױבן אַ סיצן אַרבע־כּנפֿותל. אַז איך לױף אַראָפּ אַ באַרג און ס'איז אַ װינטל און די ציצית צעלאָזן זיך, מאָלט זיך מיר אױס, אַז איך האָב פֿליגל און איך פֿלי.

― מאָטל! גאָט איז מיט דיר! שטײ אַ װײַלע!

אַזױ שרײַט צו מיר פּעסיעס מאַן, משה דער אײַנבינדער. ער לױפֿט פֿונעם יריד אַהײם מיט אַ פּאַק באַבולע פּאַפּיר. איך האָב מורא, ער זאָל מיר ניט צושטעלן אַ בענקעלע פֿאַר דער מאַמען, און איך זאָל ניט כאַפּן קײן פּסק פֿון מײַן ברודער אליהו. איך הער־אױף צו לױפֿן, גײ־צו פּאַמעלעך, מיט אַראָפּגעלאָזטע אױגן, צו אונדזער שכנהס מאַן. ער לײגט־אָפּ דאָס פּעקל פּאַפּיר, װישט זיך מיט דער פּאָלע דעם שװײס און זאָגט מוסר:

― װי שעמט זיך דאָס נישט אַ ייִנגעלע אַ יתום דרײען זיך צװישן ציגײַנערס און לױפֿן משוגענערהײט מיט אַלע פֿערד? און נאָך אין אַזאַ טאָג! שױן באַלד די חופּה בײַ דײַן ברודער ― דאָס װײסטו? קום אַהײם!

― ד ―

― װוּ ביסטו געװען? אַ דונער איז מיר!

אַזױ זאָגט צו מיר די מאַמע מיט אַ פּליעסק מיט די הענט און באַטראַכט מײַן צעריסן הײזל, מײַנע צעבלוטיקטע פֿיס און מײַן פֿאַרפֿלאַמט, פֿאַרשװיצט פּנים. לאַנג לעבן זאָל משה דער אײַנבינדער. קײן װאָרט האָט ער נישט דערצײלט פֿאַר קײנעם. די מאַמע װאַשט מיך אַרום, טוט מיר אָן אַ פּאָר נײַע הײזלעך מיט אַ קאַשקעטל צו דער חתונה. די הײזלעך זײַנען געמאַכט געװאָרן איך װײס נישט פֿון װאָסער אַ מאַטעריע: אַז מע שטעלט זײ אַװעק, שטײען זײ, און אַז מע גײט, שרײַען זײ. מאָדנע הײזלעך!

― אַז דו װעסט צערײַסן אָטאָ די הײזלעך, איז שױן עק װעלט!

אַזױ זאָגט די מאַמע, און איך מײן אױך אַזױ. אַזעלכע הױזן קאָנען זיך שױן נישט צערײַסן. סײַדן מע זאָל זײ צעברעכן. דאָס קאַשקעטל איז גאָר פֿון די אַנטיקן, און אַ דאַשיקל האָט דאָס אַ שװאַרצס, אַ גלאַנצעדיקס. אַז עס הערט אױף צו גלאַנצן, באַשפּײַט מען דאָס, הײבט עס אָן אױפֿסנײַ צו גלאַנצן. די מאַמע קוקט אױף מיר און קװעלט, און טרערן קײַקלען זיך אױף אירע געקנײטשטע באַקן. איר װילט זיך זײער, אַז איך זאָל אױף דער חתונה אױסנעמען. זי זאָגט צום חתן:

― אליהו! װי מײנסטו? איך װעל מיט אים נישט פֿאַרשעמט װערן? ער גײט אָנגעטאָן, קײן עין־הרע, װי אַ מאָנאַרכס אַ קינד.

מײַן ברודער אליהו באַטראַכט מיך, גלעט זיך דאָס בערדל און קוקט אױף מײַנע פֿיס. איך װײס, װאָס באַדײַט זײַן קוקן. ער קוקט, װאָס דעם „מאָנאַרכס קינד“ גײט באָרװעס… די מאַמע פֿאַרשטײט אױך זײַן קוק, נאָר זי מאַכט זיך נישט װיסנדיק… אַלײן גײט זי אָנגעטאָן אין אַ מאָדנע געל מלבוש, װאָס איך האָב עס אױף איר קײנמאָל נישט געזען. דאָס מלבוש איז אױף איר מגושם ברײט. איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך האָב עס אַמאָל געזען אױף אונדזער שכנה פּעסיע… דערפֿאַר טראָגט זי אױפֿן קאָפּ אַ זײַדענע פֿאַטשײלע, אַ שפּאָגל־נײַע, נאָך מיט אַלע קנײטשן. דעם קאָליר פֿון דער פֿאַטשײלע איז שװער צו באַשרײַבן. מען קאָן זאָגן װײַס, מע קאָן זאָגן געל, מע קאָן זאָגן רױז ― עס װענדט זיך אָן דער צײַט. בײַ טאָג איז דאָס העל־רױז, פֿאַרנאַכט קוקט דאָס אױס געלבלעך, און בײַ נאַכט ― װײַס. גאַנץ פֿרי מאָלט זיך עס אױס גרינלעך, און אַמאָל, אַז מע קוקט זיך שטאַרק אײַן, פֿאַלט דאָס גאָר אַרײַן אין „אַנטיק־מאָרע“, דאָס הײסט: העל־רױטלעך־בלױ־טונקלגרין־פּאָפּעליאַטע. זאָגן אױף דער פֿאַטשײלע אַ חסרון קאָן מען נישט, װאָרעם ס'איז אַ זעלטענע פֿאַטשײלע. נישט מער, אױף דער מאַמע זעט זי אױס פֿרעמד, שטאַרק פֿרעמד. עפּעס קלעפּט זיך נישט די פֿאַטשײלע צום פּנים. די פֿאַטשײלע איז פֿאַר זיך, און דאָס פּנים איז פֿאַר זיך. אַ װײַבערשע פֿאַטשײלע איז װי, להבֿדיל, אַ מאַנצבילש היטל. דאָס היטל מיטן פּנים באַדאַרפֿן זיך פּאָרן, זײַן װי צונױפֿגעגאָסן. אָט, למשל, מײַן ברודער אליהו. ער גײט אָנגעטאָן אַ קאַרטוזל, איז דאָס װי אױסגעװאַקסן בײַ אים אױפֿן קאָפּ. די פּאות האָט מען אים אינגאַנצן אָפּגעשאָרן. און נישט נאָר אָפּגעשאָרן, נאָר אָפּגעגאָלט. אַ מאַנישקע האָט ער אָנגעטאָן אַ װײַסע מיט אַ האַרטן קאָלנער, מיט אָפּגעלײגטע שפּיצן. און אַ שניפּסל האָט ער געקױפֿט אַ װײַס מיט רױטע, גרינע און בלױע פּינטעלעך. אַ רײַכער שניפּס! שטיװל מיטן גלאַנץ און מיטן סקריפּ און אױף שטאַרק הױכע אָפּצאַסן ― ער זאָל אױסזען אַ ביסל העכער. עס װעט אים אָבער העלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס: ער איז זײער קלײן געװאַקסן. ער איז נישט אַזױ קלײן, װי זי איז גרױס און הױך און מאַנצבילדיק, און רױט און ראַבעטינע, און אַ שטימע האָט זי אַ מאַנצבילשע. איך רײד פֿון דער כּלה, פֿון יונה דעם בעקערס טאָכטער. ברכה הײסט זי. אַ פֿאַרגעניגן געװען צו זען דאָס פּאָרל אונטער דער חופּה. איך האָב קײן צײַט נישט צו קוקן אױף חתן־כּלה. איך בין פֿאַרנומען. איך דאַרף זען די כּלי־זמר. און ניט אַזױ די כּלי־זמר, װי זײערע כּלים. מער װי אַלץ ― דעם קאָנטערבאַס מיטן קעסל־פּױק. שײנע צװײ כּלים! דער חסרון, װאָס מע קאָן נישט צוגײן נאָענט אַ פּרוּװ טאָן די כּלים. באַלד עפּעס גיבן זײ איבער די הענט, אָדער דרײען אײַך אָן אַן אױער. דער רוח כאַפּט זײ אַװעק, טאָמער רירט איר זיך צו מיט אַ פֿינגער! איר װעט זײ אָפּבײַסן! אַך, װען די מאַמע זאָל זײַן אַ גוטע מאַמע, װאָלט זי מיך געמאַכט פֿאַר אַ כּלי־זמר. איך װײס אָבער, אַז זי װעט דאָס נישט װעלן. נישט מחמת זי איז אַ שלעכטע, נאָר מחמת די װעלט װעט נישט דערלאָזן, אַז פּײסי דעם חזנס ייִנגל זאָל זײַן אַ כּלי־זמר. נישט קײן כּלי־זמר און נישט קײן בעל־מלאָכה. מע האָט שױן גערעדט דערפֿון נישט אײן מאָל, װאָס װעט זײַן פֿון מיר דער תּכלית. די מאַמע, מײַן ברודער אליהו, אונדזער שכנה פּעסיע און איר מאַן, משה דער אײַנבינדער. ער האָט חשק מיך נעמען צו דער אַרבעט. דערלאָזט נישט פּעסיע. זי זאָגט, אַז פּײסי דער חזן, עליו־השלום, האָט נישט פֿאַרדינט, אַז זײַן זון זאָל זײַן אַ בעל־מלאָכה… איך האָב מיך פֿאַררעדט און גאָר פֿאַרגעסן פֿון דער חתונה. ס'איז שױן לאַנג נאָך דער חופּה. מע גרײט שױן צום טיש. װײַבער און מײדלעך טאַנצן אַ קאַדריל. איך האָב מיך אַרײַנגעפּלאָנטעט מיט מײַנע הילצערנע הױזן אין מיטן. די װאָס קוקן װי מע טאַנצט האָבן מיך גענומען װאַרפֿן אײנער צום אַנדערן, װי אַ מיאַטש. „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פּריטשעפּע?“ זאָגט אײנער. „עפּעס אַ שלימזל!“ זאָגט דער אַנדערער. „אַ רעשטל צו די צרות!“ זאָגט אַ דריטער. דערזעט אונדזער שכנה און צעשרײַט זיך )זי איז שױן הײזעריק װי די װאַנט(:

― צי איר זײַט משוגע, צי חסר־דעה, צי מטורף, צי גערירט, צי פֿונעם זינען, צי ניט בײַ אַלע געדאַנקען? דאָס איז דאָך דעם חתנס ברודערל!!!…

אַהאַ! עס האָט זײ גענומען! אַװדאי האָט מען מיך אַװעקגעזעצט בײַם טיש גלײַך מיט כּלהס צד. און װײסט איר, מיט װעמען מע האָט מיך באַזעצט? אַז איר װעט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר אױך נישט טרעפֿן! מיט דער כּלהס שװעסטערל. יונה דעם בעקערס קלײן טעכטערל. אַלטע הײסט זי. זי איז עלטער פֿון מיר סך־הכּל מיט אײן יאָר און טראָגט צװײ צעפּלעך, צונױפֿגעבונדן פֿון אונטן מיט אַ סטענגעלע און זעען אױס, װי אַ געפֿלאָכטענער בײגל. איך און אַלטע עסן פֿון אײן טעלער ניט װײַט פֿון חתן־כּלה. דער חתן, מײַן ברודער אליהו, קוקט אױף מיר, איך זאָל זיצן װי אַ מענטש, איך זאָל עסן מיט אַ גאָפּל און זאָל נישט כאַפּן, און זאָל אַכטונג געבן אױף דער נאָז. איר װײסט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך האָב קײן הנאה נישט פֿון דער װעטשערע. איך האָב פֿײַנט, אַז מע קוקט אױף מיר. צו די אַלע זאַכן טראָגט אָן דער גוטער יאָר אונדזער שכנה פּעסיע.

― זאָלט איר זײַן געזונט! ― שרײַט זי מיט אַלע כּוחות צו דער מאַמע. ― טוט נאָר אַ קוק אַהער. פֿאַרװאָס זאָל נישט זײַן קײן שידוך?… אַ זיװג מן־השמים!

אױף איר הײזעריקן געשרײ קומט אָן דער מחותּן, יונה דער בעקער, אָנגעטאָן שבתדיק, און עס װערט אַ שמועס, אַז איך און אַלטע זײַנען חתן־כּלה. יונה דער בעקער לאַכט מיט אַ האַלבן מױל. דאָס הײסט: די אױבערשטע ליפּ בײַ אים לאַכט, די אונטערשטע װײנט. דער גאַנצער עולם קוקט אױף אונדז. מיר בײדע, איך און אַלטע, לאָזן אַראָפּ די אױגן אונטערן טיש און שטיקן זיך פֿאַר געלעכטער. בכדי איך זאָל ניט אױסשיסן, האַלט איך מיך צו בײַ דער נאָז און בלאָז מיך אָן װי אַ פּאָכיר. נאָך אַ מינוט װעט דער פּאָכיר פּלאַצן, און ס'װעט זײַן אַ סקאַנדאַל. אַ גליק, װאָס די כּלי־זמר טוען אַ זעץ אַ שײנעם ניגון, אַ װאָלעך. דער גאַנצער עולם װערט פֿאַרטראַכט. איך הײב־אױף דעם קאָפּ און דערזע די מאַמע מיטן געלן פֿרעמדן מלבוש און מיט דער זײַדענער פֿאַטשײלע. זי טוט דאָס, װאָס אַלע מאָל: זי װײנט! איר װײסט ניט, זי װעט אַמאָל אױפֿהערן צו װײנען?…

V
איך האָב אַ רײַכע שטעלע
― א ―

די מאַמע האָט מיר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז איך האָב שױן אַ שטעלע. נישט חלילה בײַ אַ בעל־מלאָכה ― אירע שׂונאים, זאָגט זי, װעלן דאָס ניט דערלעבן, אַז פּײסי דעם חזנס זון זאָל זײַן אַ בעל־מלאָכה. מײַן שטעלע, זאָגט זי, איז אַ רײַכע שטעלע, אַ גרינגע שטעלע. אַ גאַנצן טאָג װעל איך גײן אין חדר, אין תּלמוד־תּורה הײסט עס, און בײַנאַכט װעל איך גײן שלאָפֿן צום אַלטן לוריא. דער אַלטער לוריא איז אַ גרױסער גבֿיר, זאָגט זי. ער איז נאָר אַ קראַנקער, דאָס הײסט, אַזױ איז ער געזונט, עסט און טרינקט און שלאָפֿט, נאָר ניט בײַנאַכט. בײַנאַכט קאָן ער נישט שלאָפֿן. קײן אײן אױג מאַכט זיך אים ניט צו. האָבן די קינדער מורא אים לאָזן אײנעם אַלײן בײַנאַכט. דאַרף מען האָבן אַ מענטש זאָל זײַן מיט אים. עס מעג זײַן אַ קינד, אַבי אַ מענטש. אַװעקזעצן צו אים אַן אַלטן ייִדן פּאַסט נישט. אַ קינד ― גאָרנישט, עלעהײ אַ קעצל. פֿינף רובל אַ װאָך האָבן זײ צוגעזאָגט, און װעטשערע פֿאַר דיר אַלע פֿאַרנאַכט, װען דו קומסט פֿון תּלמוד־תּורה )אַזױ זאָגט מיר די מאַמע מײַנע(. אַ גוטע װעטשערע, אַ נגידישע. װאָס בײַ זײ פֿאַלט אַראָפּ קאָן עס זײַן גענוג פֿאַר אונדז אַלע. גײ, מײַן קינד, אין חדר, פֿאַרנאַכט װעסטו קומען, װעל איך דיך אָפּפֿירן אַהין. װעסט נישט האָבן קײן שום אַרבעט. אַ נגידישע װעטשערע און אַ געלעגער אױך אַ גוטן. און פֿינף רובל אַ װאָך. איך װעל דיר מאַכן אַ פּאָר מלבושימלעך, שטיװעלעך דיר קױפֿן.

דאַכט זיך, גוט ― אַיאָ? װאָס־זשע דאַרף מען װײנען? קאָן זי אָבער אַנדערש ניט, די מאַמע מײַנע. װײנען מוז זי!

― ב ―

אין תּלמוד־תּורה גײ איך דערװײַל אַזױ. לערנען לערן איך ניט. נישטאָ פֿאַר מיר קײן כּיתּה. העלף איך דער רביצין אין שטוב און שפּיל מיך מיט דער קאַץ. דער רביצינס אַרבעט איז נישט קײן שװערע אַרבעט. אױסקערן די שטוב, העלפֿן אַרײַנטראָגן האָלץ, גײן אַ גאַנג ― ס'איז בלאָטע, ס'איז נישט קײן אַרבעט. אַבי נישט לערנען. לערנען איז ערגער. דערפֿאַר אָבער די קאַץ ― אַ סך מער אײַנגענעם. אַ קאַץ, זאָגט מען, איז אַ טמא. איך זאָג: ס'אַ ליגן. אַ קאַץ איז אַ רײנע חיה. אַ קאַץ, זאָגט מען, איז אַ מזיק. איך זאָג: ס'אַ ליגן. אַ קאַץ איז אַ צוגעלאָזטע זאַך. אַ הונט האָט אין זיך חניפֿה, אַ הונט דרײט מיטן עק. אַ קאַץ לאַשטשעט זיך, און אַז מע גלעט זי איבערן קעפּל, מאַכט זי צו די אײגעלעך און הײבט־אָן מורקען. איך האָב ליב אַ קאַץ, ― װאָס קומט מיר דערפֿאַר? רעדט־זשע אָבער מיט זײ, מיט מײַנע חבֿרים, װעלן זײ אײַך דערצײלן טױזנט מעשׂיות. אַז מע האַלט אַ קאַץ, דאַרף מען װאַשן די הענט. אַז מע האַלט אַ קאַץ, שאַט צום זכּרון. זײ װײסן שױן ניט װאָס אױסצוטראַכטן. זײ האָבן אַ טבֿע ― לאָז צוגײן צו זײ די קאַץ, דערלאַנגען זײ איר אַ שנײַד מיטן פֿוס אין זײַט אַרײַן. איך קאָן נישט זען, װי מע שלאָגט אַ קאַץ. לאַכן זײ פֿון מיר. בײַ זײ איז ניטאָ קײן צער בעלי־חײם. איך רעד פֿון די קינדער, װאָס מיט מיר אין דער תּלמוד־תּורה. זײ זײַנען רוצחים. פֿון מיר לאַכן זײ. זײ רופֿן מיך: „די הילצערנע הױזן“, און מײַן מאַמע ― „די קלאָגעדיקע“, װײַל זי װײנט שטענדיק.

― אָט גײט דײַן קלאָגעדיקע מאַמע! ― זאָגן זײ צו מיר.

דאָס איז זי געקומען מיך אָפּנעמען פֿון חדר און אָפּפֿירן אױף מײַן רײַכע שטעלע.

― ג ―

אױפֿן װעג באַקלאָגט זיך די מאַמע, אַז איר איז ביטער און פֿינצטער )ביטער אַלײן איז קאַרג(. גאָט האָט איר געגעבן צװײ קינדער, און זי דאַרף זײַן אַלײן. מײַן ברודער אליהו האָט, זאָגט זי, חתונה געהאַט, קײן עין־הרע, זײער גוט, אַרײַן אין אַ שמאַלץ־גרוב. איז אָבער דער חסרון, װאָס דער שװער איז אַ גראָבער יונג. אַ בעקער, מישטײנס געזאָגט. װאָס קאָן מען פֿאַרלאַנגען פֿון אַ בעקער? אַזױ טענהט מיט מיר די מאַמע, און מיר קומען אױף מײַן רײַכער שטעלע, צום אַלטן לוריא. דער אַלטער לוריא זיצט אין אַ קײזערלעכן פּאַלאַץ. אַזױ זאָגט די מאַמע. אין אַ קײזערלעכן פּאַלאַץ בין איך אַ בעלן זײַן. דערװײַלע זײַנען מיר אין קיך. איך און די מאַמע. אין קיך איז אױך ניט מיאוס. דער אױװן איז װײַס און גלאַנצט, און די כּלים גלאַנצן, און אַלצדינג גלאַנצט. מע בעט אונדז זיצן. עס קומט אַרױס אַ װײַבל אָנגעטאָן װי אַ פּריצה. זי רעדט מיט דער מאַמע און װײַזט אױף מיר. די מאַמע שאָקלט צו מיטן קאָפּ, װישט אַלע מאָל די ליפּן און װיל ניט זיצן. איך זיץ דװקא יאָ. די מאַמע גײט אַװעק, זאָגט מיר אָן, איך זאָל זיך האַלטן װי אַ מענטש. דערבײַ כאַפּט זי דערװײַל אַ װײן און אַ װיש די אױגן. מאָרגן װעט זי קומען נאָך מיר און װעט מיך אָפּפֿירן, זאָגט זי, אין חדר אַרײַן. מע גיט מיר עסן. יױך מיט קױלעטש )אינדערװאָכן קױלעטש!( און פֿלײש ― אַ גוזמא פֿלײש! אָפּגעגעסן, הײסט מען מיר גײן אַרױף. װײס איך נישט, װאָס הײסט „אַרױף“? פֿירט מיך אָפּ די קעכין. חנה הײסט זי. זי איז אַ שװאַרצע מיט אַ לאַנגער נאָז. מע פֿירט מיך אַרױף אױף טרעפּ. די טרעפּ זײַנען אױסגעבעט מיט װײכן. מיט באָרװעסע פֿיס איז אַ מחיה צו גײן. ס'איז נאָך נישט רעכט נאַכט, און בײַ זײ ברענען שױן לאָמפּן. אָן אַ שיעור לאָמפּן. די װענט זײַנען אױסגעקלעפּט מיט צאַצקעס און מיט מענטשעלעך. די שטולן זײַנען באַדעקט מיט לעדער. די סטעליע איז צעמאָלט, װי להבֿדיל אין בית־המדרש. נאָך שענער װי אין בית־המדרש. מע האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין אַ גרױסן אַלקער. דער אַלקער איז אַזױ גרױס, אַז װען איך זאָל זײַן אײנער אַלײן, װאָלט איך געלאָפֿן פֿון אײן װאַנט ביז דער אַנדערער, אָדער איך װאָלט מיך גאָר אַנידערגעלײגט און געקאַטשעט זיך אױף דער סאַמעטענער קאָלדרע, װאָס איז אױסגעשפּרײט איבער דער גאַנצער ערד. אױף אַזאַ קאָלדרע דאַרף זײַן נישט שלעכט צו קאַטשען זיך. שלאָפֿן דאַרף זײַן אױך נישקשהדיק.

― ד ―

אַ שײנער ייִד, אַ הױכער, מיט אַ גרױער באָרד, מיט אַ ברײטן שטערן, אַ זײַדענער כאַלאַט, אַ יאַרמלקע פֿון גאָלע סאַמעט, שטעקשיך אױף די פֿיס, אױך פֿון סאַמעט מיט בליטשקע אױסגענײט, ― אָט דאָס איז דער אַלטער לוריא. ער זיצט איבער אַ גרױסן גראָבן ספֿר. זאָגן זאָגט ער גאָרנישט, נאָר ער קײַט די שפּיצן פֿונעם באָרד, קוקט־אַרײַן אין ספֿר, שאָקלט מיט אַ פֿוס און ברומט שטילערהײט צו זיך אַלײן. אַ מאָדנער ייִד אָט דער אַלטער לוריא. איך קוק אױף אים און טראַכט: ער זעט מיך, צי ער זעט מיך נישט? װײַזן װײַזט אױס, אַז נײן. װאָרעם קוקן קוקט ער נישט, און געזאָגט האָט מען אים גאָרנישט. מע האָט מיך נאָר אַרײַנגעלאָזט אַהער און מע האָט פֿאַרשלאָסן די טיר פֿון יענער זײַט. פּלוצעם רופֿט זיך אָן דער אַלטער לוריא, און קוקן קוקט ער אַלץ נאָך נישט אױף מיר:

― קומט אַהער, װעל איך אײַך װײַזן אַ שטיקל רמב″ם.

צו װעמען רעדט ער דאָס? צו מיר? מיר זאָגט ער „איר“? איך קוק מיך אום אױף אַלע זײַטן. אַחוץ מיר איז נישטאָ דאָ קײנער. דער אַלטער לוריא ברומט אױס נאָכאַמאָל אױף זײַן גראָבער שטים:

― קומט אַהער, װעט איר זען, װאָס דער רמב″ם זאָגט!

איך בין אַ בעלן צוצוגײן צו אים נאָענט.

― מיך רופֿט איר?

― אײַך, אײַך, װעמען דען?

אַזױ מאַכט צו מיר דער אַלטער לוריא און קוקט אין גרױסן בוך אַרײַן און נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט און טײַטלט מיט אײן פֿינגער און גיט מיר צו פֿאַרשטײן װאָס דער רמב″ם זאָגט. און װאָס װײַטער, רעדט ער העכער און מיט אַלץ מער היץ. ער צעקאָכט זיך אַזױ שטאַרק, אַז ער װערט אַזש רױט. ער דרײט מיטן גראָבן פֿינגער, און מיטן עלנבױגן דערלאַנגט ער מיר אַלע מינוט אין זײַט אַרײַן און מאַכט צו מיר:

― נו, װאָס זאָגט איר? אַיאָ, עס איז גוט?

ס'זאָל זײַן שטאַרק גוט ― זע איך נישט. דעריבער שװײַג איך. איך שװײַג, און ער קאָכט זיך. ער קאָכט זיך, און איך שװײַג. עס הערט זיך אַ קלונג פֿון אַ שליסל פֿון יענער זײַט. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן די זעלבע װאָס גײט פּריציש אָנגעטאָן. זי גײט צו צום אַלטן לוריא און רעדט אים גלײַך אין אױער אַרײַן. אַ פּנים, ער איז אַ טױבער. אַנישט ― װאָס דאַרף זי שרײַען? זי זאָגט אים, ער זאָל מיך אָפּלאָזן, װאָרעם איך דאַרף שױן שלאָפֿן. זי נעמט מיך צו פֿון זײַנע הענט און באַלײגט מיך אױף אַ סאָפֿע מיט „שפּרינזינעס“. דאָס בעטגעװאַנט איז װײַס אַזױ װי שנײ. אַ קאָלדרע אַ זײַדענע, אַ װײכע ― טעם גן־עדן! די װאָס גײט פּריציש אָנגעטאָן דעקט מיך אײַן, גײט אַװעק און פֿאַרשליסט די טיר פֿון יענער זײַט. דער אַלטער לוריא גײט אַרום איבער דער שטוב, די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער, קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די שײנע שטעקשיך, און ברומט, און באָמקעט, און מאַכט עפּעס מאָדנע מיט די ברעמען. מיר קלעפּן זיך די אױגן. איך װיל שלאָפֿן. פּלוצעם גײט צו צו מיר דער אַלטער לוריא און זאָגט מיר:

― דו װײסט? איך װעל דיך אױפֿעסן.

איך קוק און פֿאַרשטײ נישט װאָס ער זאָגט.

― שטײ אױף, איך װעל דיך אױפֿעסן.

― װעמען? מיך?

― דיך! דיך! איך מוז דיך אױפֿעסן! אַנדערש קאָן דאָס נישט זײַן!

אַזױ זאָגט דער אַלטער לוריא. ער גײט אַרום איבער דער שטוב, האַלט דעם קאָפּ אַראָפּ, די הענט אַרונטער, דעם שטערן פֿאַרקנײטשט. ער רעדט אָבער אַלעמאָל שטילער, צו זיך אַלײן. איך הער זיך צו צו איטלעכס װאָרט. קױם װאָס איך כאַפּ דעם אָטעם. ער אַלײן פֿרעגט בײַ זיך און ענטפֿערט זיך אַלײן. אָט װאָס דער אַלטער לוריא זאָגט:

― דער רמב″ם זאָגט, אַז די װעלט איז נישט קײן קדמון. פֿון װאַנען איז געדרונגען? װײַל אַ סיבה מוז האָבן אַ מסבבֿ! מיט װאָס קאָן איך דאָס באַװײַזן? מיט מײַן רצון! װיִאַזױ? אָט װיל איך אים אױפֿעסן, עס איך אים אױף. אַי װאָס? רחמנות? עס קער זיך גאָרנישט אָן. איך טו מײַן רצון. דער רצון איז נישט דער תּכלית. איך עס אים אױף. איך װיל אים אױפֿעסן. איך מוז אים אױפֿעסן!…

― ה ―

אַ גוטע בשׂורה האָט ער מיר אָנגעזאָגט, אָט דער אַלטער לוריא. ער מוז מיך אױפֿעסן! װאָס װעט די מאַמע זאָגן? עס פֿאַלט אָן אױף מיר אַ פּחד. עס ציטערט אױף מיר דאָס לײַב. די סאָפֿע, װאָס איך ליג אױף איר, איז אָפּגערוקט פֿון דער װאַנט. ביסלעכװײַז רוק איך מיך צו דער װאַנט און גליטש מיך אַראָפּ אױף דער ערד, צװישן סאָפֿע און צװישן װאַנט. עס קלאַפּט מיר אַ צאָן אָן אַ צאָן. איך הער מיך אײַן און װאַרט, װען װעט ער מיך עסן. און װיִאַזױ? שטילערהײט רוף איך די מאַמע און פֿיל, װי נאַסע טראָפּנס קאַטשען זיך מיר איבער די באַקן, פֿון די באַקן אין מױל אַרײַן. די טראָפּנס זײַנען געזאַלצן. איך האָב קײנמאָל אַזױ נישט געבענקט נאָך דער מאַמע, װי אַצינד. נאָך מײַן ברודער אליהו בענק איך אױך, נאָר נישט אַזױ. און אָן דעם טאַטן דערמאָן איך מיך, װאָס איך זאָג נאָך אים קדיש, װער װעט נאָך מיר זאָגן קדיש, אַז דער אַלטער לוריא װעט מיך אױפֿעסן?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַ פּנים, איך בין גוט געשלאָפֿן? װאָרעם אַז איך כאַפּ מיך אױף, קוק איך מיך אַרום, װוּ בין איך אין דער װעלט? איך טאַפּ די װאַנט. איך טאַפּ די סאָפֿע. איך שטעק אַרױס מײַן קאָפּ ― אַ גרױסער, אַ ליכטיקער אַלקער. סאַמעטענע קאָלדרעס אױף דער ערד. די װענט אױסגעקלעפּט מיט מענטשעלעך. די סטעליע ― װי להבֿדיל אין בית־המדרש. דער אַלטער לוריא זיצט נאָך אַלץ איבער יענעם גרױסן ספֿר, װאָס ער רופֿט אים רמב″ם. מיר געפֿעלט דער נאָמען „רמב″ם“. עס קומט אױס בײַ מיר װי „בימבאָם“. פּלוצעם דערמאָן איך מיך, אַז דער אַלטער לוריא האָט מיך ערשט נעכטן געװאָלט אױפֿעסן. איך האָב מורא, ער זאָל מיך נישט דערזען און װידער װעלן עסן. באַהאַלט איך מיך צוריק צװישן װאַנט און צװישן סאָפֿע און שװײַג. עס עפֿנט זיך די טיר מיט אַ קלונג פֿון יענער זײַט. עס קומט אַרײַן אַלץ יענע, װאָס גײט אָנגעטאָן װי אַ פּריצה. נאָך איר גײט נאָך די קעכין, װאָס מע רופֿט זי חנה, מיט אַ גרױסן בעקן. אױפֿן בעקן שטײען קריגעלעך מיט קאַװע, הײסע מילך און פּוטער־בולקעס פֿרישע.

― װוּ איז דאָס בחורל? ― פֿרעגט חנה און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן. זי דערזעט מיך צװישן װאַנט און צװישן סאָפֿע.

― ביסט אַ רעכטער שײגעץ, װי איך זע! װאָס טוסטו דאָ? קום אַראָפּ צו מיר אין קיך. דאָרט װאַרט אױף דיר די מאַמע.

איך טו אַ שפּרונג אַרױס פֿון מײַן באַהעלטעניש און לױף אַראָפּ איבער די אױסגעבעטע טרעפּ מיט די באָרװעסע פֿיס און זינג מיר אונטער צום טאַקט: ראַם־באָם, בים־באָם! בים־באָם, ראַם־באָם! ― ביז איך קום אין קיך אַרײַן.

― כאַפּט זיך נישט! ― זאָגט חנה די קעכין צו דער מאַמע. ― לאָז ער אױסטרינקען כאָטש אַ גלעזל קאַװע מיט אַ פּוטער־געבעקסל! און איר אַלײן, נישקשה, מעגט אױכעט נעמען אַ גלעזל קאַװע. דער גוטער יאָר װעט זײ נישט נעמען. זײ האָבן גענוג.

אַזױ זאָגט חנה די שװאַרצע, און די מאַמע דאַנקט איר און זעצט זיך אַװעק, און מע דערלאַנגט אונדז הײסע שמעקעדיקע קאַװע מיט פֿרישע פּוטערגעבעקס.

איר האָט אַמאָל געגעסן אײער־קיכלעך מיט צוקער? ― אָט דאָס זײַנען די נגידישע פּוטער־געבעקסלעך. און אפֿשר נאָך בעסער. דעם טעם פֿון דער קאַװע קאָן איך אײַך נישט באַשרײַבן. טעם גן־עדן! די מאַמע האַלט דאָס גלאָז און זופּט און קװיקט זיך און גיט מיר פֿון איר פּוטער־געבעקסל העכער האַלב. דערזעט חנה די קעכין און מאַכט אַ גװאַלד, גלײַך װי מע האָט זי געקױלעט:

― װאָס טוט איר דאָס? עסט, עסט, ס'איז דאָ גענוג!

און חנה די קעכין גיט מיר נאָך אַ פּוטער־געבעקסל. האָב איך שױן צװײ מיט אַ האַלבן. איך הער מיך צו צו זײער שמועס. דער שמועס איז מיר באַקאַנט. די מאַמע קלאָגט זיך אױף איר מזל. אַן אַלמנה, צװײ קינדער, אײנער אין אַ שמאַלץ־גרוב, דער אַנדערער נעבעך אַזױ. איך װאָלט װעלן װיסן, װי אַזױ איז דאָס מײַן ברודער אליהו אין אַ שמאַלץ־גרוב? אַ גרוב מיט שמאַלץ? תּמיד פֿלײשיק? חנה הערט אױס די מאַמע, שאָקלט מיטן קאָפּ. נאָכדעם הײבט אָן חנה רײדן, קלאָגן זיך אױף איר מזל, װאָס זי דאַרף זײַן בײַ יענעם. זי איז אַ טאַטנס אַ קינד. איר טאַטע איז געװען אַ ייִד אַ בעל־הבית, איז ער אָפּגעברענט געװאָרן. נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן קרענקען. נאָכדעם איז ער געשטאָרבן. איר טאַטע, זאָגט זי, זאָל אַצינד אױפֿשטײן און געבן אַ קוק אױף זײַן חנה, װי זי שטײט בײַ אַ פֿרעמדן אױװן! זי קאָן זיך נישט באַקלאָגן. דאַנקען גאָט דערפֿאַר. זי האָט אַ גוטע שטעלע. אײן חסרון ― דער אַלטער בעל־הבית איז אַ ביסל…

װאָס „אַ ביסל“ ― װײס איך נישט. חנה װײַזט עפּעס מיטן פֿינגער אױפֿן שטערן. די מאַמע הערט אױס חנהן, שאָקלט מיטן קאָפּ. נאָכדעם הײבט אָן װידער די מאַמע רײדן. חנה הערט אױס די מאַמע, שאָקלט מיטן קאָפּ. אױפֿן װעג גיט זי מיר מיט נאָך אַ פּוטער־געבעקסל, און איך װײַז די ייִנגלעך אין תּלמוד־תּורה. זײ רינגלען מיך אַרום און קוקן אין די אױגן, װי איך עס. אַ פּנים, בײַ זײ איז דאָס אַ גאַנצער אַנטיק? איך גיב זײ אַלעמען צו קלײנע שטיקעלעך. זײ לעקן די פֿינגער.

― װוּ האָסטו גענומען אַזאַ מאכל?

איך שטופּ אָן בײדע באַקן, שטעל זיך אַװעק אַקעגן זײ מיט די הענט אין די טיפֿע קעשענעס פֿון מײַנע הילצערנע הױזן, און קײַ און שלינג און טאַנץ אונטער אױף מײַנע באָרװעסע פֿיס אָן װערטער, װי אײנער רעדט:

― עך, קבצנישע טאָרבעס װאָס איר זײַט! אַ טײַערע מציאה פּוטערגעבעקס, כאַ־כאַ־כאַ! איר זאָלט נאָך פּרובירן מיט קאַװע, װאָלט איר ערשט דעמאָלט געװוּסט װאָס הײסט טעם גן־עדן אױף דער װעלט!…

VI
אַ שמאַלץ־גרוב
― א ―

דאָס אײנציקע שטיקל גליק, װאָס האַלט מײַן מאַמען אױף די פֿיס, איז דאָס, װאָס מײַן ברודער אליהו איז, דאַנקען גאָט, גוט. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ שמאַלץ־גרוב. אַזױ זאָגט די מאַמע מײַנע, און פֿאַר גרױס נחת כאַפּט זי אַ װיש די אױגן, װי איר שטײגער איז. זי האָט אים שױן פֿאַרזאָרגט, זאָגט זי, אױף אײביק. איר שנור, זאָגט זי, איז אַפֿילו נישט קײן אײַ־אײַ־אײַ )איך מײן אױך אַזױ!(. האָט אים אָבער גאָט צוגעשיקט דערפֿאַר אַ רײַכן שװער. ער איז אַ בעקער. יונה רופֿט מען אים, יונה דער בעקער. דאָס הײסט, ער אַלײן באַקט נישט. באַקן באַקן אַנדערע. ער קױפֿט נאָר מעל און פֿאַרקױפֿט ברױט. פּסח באַקט ער מצות פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. ער איז צו בעקערײַ אַ ברען, און דערצו איז ער אַ בײזער ייִד ― סכּנות. איך מעג זאָגן, אַז ער איז אַ רוצח. ער האָט מיך אײנמאָל געכאַפּט, בשעת איך בין געװען צו גאַסט בײַ מײַן ברודער אליהו און האָב מיך מכבד געװען מיט אַן אײער־בײגל. דער בײגל איז געװען אַ פֿרישער, אַ װאַרעמער, נאָר־װאָס פֿונעם אױװן. האָט דער רוח באַדאַרפֿט אָנטראָגן יונה דעם בעקער. איר זאָלט געװען זען זײַן רציחהדיק פּנים מיט זײַנע גזלעװױע אױגן! פֿון דעמאָלט אָן גײ איך נישט מער אַהין. מײַן פֿוס װעט שױן דאָרט נישט זײַן מער, איך זאָל װיסן גאָלד! אַ ייִד זאָל האָבן אַ טבֿע אָננעמען פֿאַרן קאָלנער און אַרױסװאַרפֿן אױף יענער זײַט טיר, און נאָך געבן גוטע דרײַ סטוסאַקעס פֿון הינטן! איך האָב עס דערצײלט דער מאַמען, איז זי באַלד אַװעקגעלאָפֿן אַהין ― זי האָט אים געװאָלט אָפּשפּילן אַ חתונה, װי אים קומט. האָט אָבער מײַן ברודער אליהו נישט דערלאָזט. ער האָט אים אָפּגעגעבן דעם גערעכט. ער האָט געדרונגען דער מאַמען, אַז ער האָט דורך מיר בזיונות. אַלעמאָל, װען איך קום צו אים, עס איך, זאָגט ער, בײגל. ער װעט מיר בעסער געבן, זאָגט ער, אַ קאָפּיקע און לאָם איך גײן ערגעץ אַנדערש זיך קױפֿן אַ בײגל. זאָגט אים די מאַמע, אַז ער האָט אױף מיר קײן קאַפּ רחמנות נישט, אַז עס אַרט אים נישט, װאָס דאָס קינד איז אַ יתום. זאָגט איר מײַן ברודער אליהו, אַז מע קאָן זײַן אַ יתום און מע טאָר נישט כאַפּן קײן בײגל פֿון אַ פֿרעמדן אױװן. זאָגט אים די מאַמע, ער זאָל רײדן אַביסל שטילער. זאָגט איר מײַן ברודער אליהו, אַז ער װעט דװקא שרײַען הױך, בכדי אַלע זאָלן װיסן, אַז איך בין אַ גנבֿ. דאָס װאָרט „גנבֿ“ קאָן מײַן מאַמע נישט הערן. זי װערט אַלערלײ פֿאַרבן און זאָגט צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל נישט פֿאַרגעסן, אַן ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט. מיט גאָט שפּילט מען זיך נישט. גאָט װעט נישט שװײַגן. ער איז אַן אַבֿי־יתומים. ער װעט זיך אָננעמען פֿאַרן יתום. נישקשה, ער איז אַ גרױסער גאָט. ער קאָן. אַז גאָט װיל, קאָן יונה דער בעקער נישט פֿאַרמאָגן װאָס אַ בײגל איז װערט!… אַזױ זאָגט־אָפּ די מאַמע צו מײַן ברודער אליהו. זי נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט, טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר, און מיר גײען אַהײם.

― ב ―

הערט איר, אַ פּנים, אַז מיט גאָט טאָר מען זיך טאַקע נישט שפּילן! איר װאָלט װיסן װאָסער אַ סוף יונה הער בעקער האָט געהאַט! איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז ער אַלײן באַקט נישט. באַקן באַקן אַנדערע. עפּעס צװײ ייִדן שװאַרצע מיט דרײַ װײַבער פֿרעמדע, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, מיט רױטע װאַרעמע פֿאַטשײלעס אױפֿן קאָפּ )כאָטש אין דרױסן איז אַ היץ ― סכּנת נפֿשות!(. האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. נישט אײן מעשׂה, נאָר עטלעכע מעשׂיות. דער עולם האָט זיך געקלאָגט, אַז מע געפֿינט אין די בולקעלעך פֿאָדעם, און טאַשמעס, און טאַראַקאַנעס, און שטיקלעך גלאָז. אײנער אַ קריסט האָט געבראַכט צו טראָגן צו דעם בעקער אַ גאַנצן זשמוט מיט האָר, שװאַרצע האָר. פֿאַר אַ קריסט האָט זיך יונה דער בעקער איבערגעשראָקן. ובפֿרט דער קריסט האָט געסטראַשעט מיט פּאָליצײ. מע האָט זיך גענומען צו די בעקערס, פֿאַרגלײַכן װעמענס האָר. די מאַנצבילן האָבן געזאָגט אױף די װײַבער. די װײַבער האָבן געזאָגט אױף די מאַנצבילן. די װײַבער האָבן געטענהט, אַז זײ האָבן אַלע געלע האָר. די מאַנצבילן האָבן געטענהט: װוּ האָט איר געזען בײַ מאַנצבילן אַזעלכע לאַנגע האָר? ביז די װײַבער האָבן זיך צעקריגט. און אַז די װײַבער האָבן זיך צעקריגט, איז מען געװאָר געװאָרן שײנע זאַכן: אײנע האָט פֿאַרלױרן אַ זאָקנבענדל אין דער חלה. אײנע האָט פֿאַרקנאָטן אין טײג אַ זאַניטעצע פֿון אַ קראַנקן פֿינגער. נאָך אײנע פֿלעגט זיך לײגן אַלע בײַנאַכט צוקאָפּנס די אױפֿגעיױרענע חלה. זי האָט געשװאָרן מיט כּל השבֿועות שבעולם, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ. סך־הכּל האָט זיך דאָס געטראָפֿן אײן מאָל, אָדער, העכסטנס, צװײ מאָל. זי האָט נישט געהאַט קײן קישן…

די גאַנצע שטאָט האָט זיך געװיגט. יונה דער בעקער האָט נעבעך געהאַט דאָס לױפֿעניש. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שום רבונו־של־עולם. מע האָט נישט געװאָלט נעמען זײַן געבעקס אין די הענט אַרײַן! כאָטש װאַרף עס אַרױס פֿאַר די הינט! אַ מיצװה אױף אים!

― ג ―

יונה דער בעקער איז אָבער אַ יונג מיט בײנער. ער האָט צעטריבן די בעקערס, די ייִדן מיט די װײַבער, און האָט צוגענומען אַנדערע בעקערס. שבת האָט ער געלאָזט אױסרופֿן אין אַלע שילן, אַז ער האָט צוגענומען נײַע בעקערס, און אַז פֿון הײַנט אָן און װײַטער גיט ער אַכטונג אַלײן, ס'זאָל זײַן רײן און ציכטיק. ער איז ערבֿ מיט צען רובל שטראָף, טאָמער געפֿינט מען בײַ אים אין דער חלה אײן האָר אַפֿילו. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אָנגעהױבן לײזן געלט. דער עולם האָט געזוכט האָר בײַ אים אין די געבעקס און מע האָט דװקא נישט געפֿונען. אַפֿילו אַז מע האָט יאָ עפּעס געפֿונען און מע האָט אים געבראַכט, האָט ער אַרױסגעטריבן. ער האָט געזאָגט, אַז דאָס האָט מען אומיסטנע אַרײַנגעלײגט, בכדי צו באַקומען די צען רובל שטראָף. מע װײס די מעשׂיות!… אַ רעכטער חבֿרה־מאַן אָט דער יונה דער בעקער! גאָט האָט אָבער געװאָלט זיך אָפּרעכענען מיט אים, האָט ער אים צוגעשיקט אַ נײַעם אומגליק. אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן זײַנען אַלע זײַנע בעקערס אױפֿגעשטאַנען, צונױפֿגענומען די קלומקעס און זײַנען אַװעק. זײ װעלן מער נישט באַקן בײַ אים פֿאַר קײן געלט. סײַדן ער װעט זײ העכערן דעם פּרײַז אױף אַ קערבל אַ װאָך, און װעט זײ לאָזן אױף בײַנאַכט אַהײם שלאָפֿן, און װעט זײ נישט שלאָגן מיט די הענט גלײַך אין די צײן אַרײַן. בײַ יונה דעם בעקער איז אַזאַ טבֿע: באַלד עפּעס ― גיט ער מיט די הענט אין די צײן אַרײַן. יונה איז געװאָרן אָנגעצונדן. ער איז שױן אַ בעל־הבית פֿון היפּשע עטלעכע יאָר, האָט זיך אים נאָך נישט געטראָפֿן, אַז אַ בעל־מלאָכה זאָל גאָר זאָגן אַ דעה, װי אַזױ צו שלאָגן זיך! פֿון העכערן דעם פּרײַז איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן. ער קאָן קריגן צען אַנדערע אױף זײער אָרט. אַ טײַערע מציאה אַרבעטער! קאַרג מענטשן שטאַרבן פֿון הונגער? ער איז אַװעק זוכן בעקערס. נישטאָ קײן בעקערס. קײנער װיל נישט גײן. װאָס איז די מעשׂה? אַלע בעקערס האָבן זיך געמאַכט יד־אַחת. זײ װעלן צו אים נישט גײן, ביז ער װעט נישט צונעמען אַלע פֿריִעריקע בעקערס, און ביז ער װעט נישט מקײם זײַן אַלע דרײַ זאַכן: (1) אַ קערבל אַ װאָך. (2) בײַנאַכט אַהײם שלאָפֿן. (3) נישט שלאָגן זיך מיט די הענט אין די צײן… שײן געװען אָנצוקוקן, װי יונה האָט זיך געקאָכט, געפּינעט, געקלאַפּט מיט די הענט אין טיש און געשאָלטן זיך. אַי האָב איך געהאַט אַ נקמה! נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט אַקעגן דעם װאָס ס'איז געװען װײַטער.

― ד ―

אַ הײסער זומערטאָג. נאָר װאָס זײַנען אױפֿגעקומען דיניעס מיט קאַװענעס )אַרבוזן(. דאָס איז די בעסטע צײַט אין יאָר. שפּעטער אַ ביסל הײבן זיך אָן די װײנענדיקע טעג. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד ― איך האָב פֿײַנט די װײנענדיקע טעג. איך האָב בעסער ליב, אַז ס'איז פֿרײלעך. און װאָס קאָן זײַן פֿרײלעכער פֿון אַ פֿולן מאַרק מיט דיניעס און מיט קאַװענעס? אומעטום, װוּ איר טוט זיך אַ קער, איז אָדער דיניעס, אָדער קאַװענעס. די דיניעס זײַנען געל און שמעקן װי אתרוגים. די קאַװענעס זײַנען רױט )אינעװײניק(, װי פֿײַער, און קערלעך האָבן זײ שװאַרצע, און די זיסקײט זײערע איז װי אַ גוטער האָניק. מײַן מאַמע האַלט נישט פֿון קאַװענעס. זי זאָגט, אַז דיניעס זײַנען שפּאָרעװדיקער. אַז זי קױפֿט, זאָגט זי, אַ דיניע, האָט זי אױף צװײ טעג פֿאַר אונדז בײדן ― אױף אָנבײַסן, אױף װאַרעמעס און אױף װעטשערע. און אַ קאַװענע, זאָגט זי, איז אַ נאַשערײַ: פּױזשעט נאָר אָן אַ פֿולן בױך מיט װאַסער. איך מײן, אַז זי האָט אַ טעות. איך זאָל זײַן אַ קײסער, װאָלט איך אַ גאַנץ יאָר געגעסן קאַװענע מיט ברױט. עס מאַכט נישט אױס, װאָס ס'איז דאָ אין זײ אַ סך קערלעך. אַ גוטע קאַװענע אַז מע טוט אַ רעכטן טרײסל, טוען די קערלעך אַ פֿאַל אַרױס ― און דעמאָלט עסט װיפֿל איר װילט אַלײן! אָהאָ! זעט נאָר, איך האָב מיך אַזױ פֿאַררעדט פֿון די קאַװענעס, אַז איך האָב פֿאַרגעסן פֿון װאָס איך האָב אָנגעהױבן. איך האַלט בײַ מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דעם בײגל־בעקער. ס'איז געקומען אױף אים אַ רעכטע מפּלה. קײנער האָט זיך אױף אַזעלכעס נישט געריכט. שטעלט אײַך פֿאָר, מיר זיצן מיט מײַן מאַמען בײַם טיש און עסן װאַרעמעס: דיניע מיט ברױט. עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן מײַן ברודער אליהו מיט אַ חומש אין האַנט, דעם טאַטנס חומש. נאָך אים שלעפּט זיך נאָך זײַן װײַב ברכה. אין אײן האַנט האַלט זי אַ פֿוטערנעם קאָלנער מיט װײדעלעך, אין דער אַנדערער האַנט ― אַ פּאַרעװן „דורכשלאָג“. איר װײסט נישט, װאָס הײסט אַ דורכשלאָג? אַזאַ כּלי, װאָס מע זײַט אָפּ אױף דעם די לאָקשן. מײַן ברודער אליהו איז טױט, װי די װאַנט. מײַן שװעגערין ברכה איז רױט, װי אַ העליש פֿײַער.

― שװיגער, מיר זײַנען געקומען צו אײַך. ― זאָגט מײַן שװעגערין ברכה.

― מאַמע, מיר זײַנען קױם אַרױס מיטן לעבן. ― זאָגט מײַז ברודער אליהו.

און בײדע זעצן זיך אַװעק װײנען, און די מאַמע העלפֿט זײ אונטער. װאָס האָט זיך געטראָפֿן? אָפּגעברענט געװאָרן? אַרױסגעטריבן? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דער בעקער, האָט זיך געשטעלט. אָנגעזעצט הײסט דאָס בײַ אונדז. זײַנען געקומען די בעלי־חובֿות און האָבן אים אָפּגעשריבן פֿון קאָפּ ביז פֿיס. זײ האָבן צוגענומען בײַ אים ביז אַ פֿאָדעם. אַלץ װאָס אין שטוב, און אַפֿילו די שטוב אַלײן אױך, נאָך מיט װאָסערע בזיונות! מע האָט אים געבעטן מחילה, ער זאָל אָפּרײניקן די שטוב. דאָס הײסט, מע האָט אים אַרױסגעװאָרפֿן, זאָגט ער, אױף דרײַ שפּענדלעך.

― װײ איז מיר! ― זאָגט די מאַמע און ברעכט די הענט. ― װוּ איז אַהינגעקומען זײַן געלט? ער איז דאָך געװען אַ נגיד!

ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו, אַז, ערשטנס, איז ער גאָר ניט געװען אַזאַ נגיד. און צװײטנס… דאָ מישט זיך אַרײַן מײן שװעגערין ברכה, אַז איר טאַטע איז דװקא יאָ געװען אַ נגיד. חוץ זײַן שאָדן אױף איר געזאָגט געװאָרן כאָטש האַלב. נאָר װאָס דען? איר חתונה האָט אים אָפּגעקאָסט אַן אוצר! זי האָט ליב רײדן פֿון איר חתונה. אַלע מאָל, װען זי קומט צו אונדז, הערט איר נאָר פֿון איר חתונה. אַזאַ חתונה, װי איר חתונה, איז נישט געװען, זאָגט זי, אױף דער גאַנצער װעלט. דאָס געבעקס װאָס אױף איר חתונה, די געבראָטנס װאָס אױף איר חתונה, די טאָרטן מיט די לעקעכער, מיט די שטרודלען, מיט די מלכות־ברױטלעך, מיט די אײַנגעמאַכטסן װאָס אױף איר חתונה!… דערװײַל איז זי געבליבן װי זי שטײט און גײט, מיט אַ פֿוטערן קעלנערל און מיט אַ פּאַרעװן דורכשלאָג. דאָס נדן, װאָס איר פֿאָטער האָט צוגעזאָגט, שמועסט מען נישט, אַז ס'איז פֿאַרפֿאַלן. מײַן ברודער אליהו האָט נאָך געהאַט רװחים: מע האָט אים אָפּגעשריבן זײַנע שבתדיקע מלבושים, מיטן טלית, מיטן בעטגעװאַנט. דעם זײגער אױך. ער איז געבליבן װי אױפֿן װאַסער. מײַן מאַמע האָט אײַנגעלײגט די װעלט. ס'טײַטש, אַזאַ־נ־אומגליק! װער האָט זיך געקאָנט ריכטן? איר האָבן דאָך אַלע מקנא געװען אױפֿן שידוך! אַ פּנים, לײַט האָבן איר אַ גוט אױג געגעבן, אָדער זי אַלײן האָט אים דעמאָלט מיט איר מױל פֿאַרשאָלטן?… װי אַזױ די מעשׂה איז, איר האָט דאָס געטראָפֿן, זאָגט זי, מער פֿון אַלעמען. אַ שמאַלץ־גרוב האָט זיך איר פֿאַרגלוסט!

― די שמאַלץ רינט אױס, די גרוב בלײַבט איבער. זײַ דערװײַל בײַ מיר, מײַן קינד, ביז גאָט װעט רחמנות האָבן…

אַזױ זאָגט די מאַמע און טרעט אָפּ דער שנור איר בעט, דאָס אײנציקע שטיקל מעבל, װאָס בײַ אונדז אין שטוב.

VII
מײַן ברודער אליהוס געטראַנק
― א ―

„פֿאַר אײן רובל ― הונדערט רובל! הונדערט רובל אַ מאָנאַט און מער קאָן פֿאַרדינען יעדער אײנציקער, װער עס װעט זיך באַקענען מיטן אינהאַלט פֿון אונדזער בוך, װאָס קאָסט סך־הכּל אײן רובל מיט פּאָרטאָ. לױפֿט, קױפֿט! סטאָפּ, כאַפּט ― איר װעט פֿאַרשפּעטיקן!“

אָט אַזאַ מין זאַך האָט אױסגעלײענט ערגעץ אױף די בלעטער מײַן ברודער אליהו באַלד װי ער איז אַראָפּ פֿון קעסט. און אַראָפּ פֿון קעסט איז מײַן ברודער אליהו נישט דערפֿאַר, װײַל עס איז אים „אױסגעגאַנגען די יאָרן“. צוגעזאָגט האָט מען אים, אײגנטלעך, קעסט גאַנצע דרײַ יאָר, און געהאַלטן האָט מען אים אַפֿילו נישט קײן דרײַ פֿערטל יאָר. עס האָט זיך מיט זײַן רײַכן שװער געטראָפֿן אַן אומגליק. יונה דער בעקער האָט אָנגעזעצט און איז געװאָרן פֿון אַ נגיד אַ קבצן. פֿון װאַנען דער בראָך איז געקומען ― האָב איך אײַך שױן דערצײלט. צװײ מאָל אײן זאַך דערצײל איך קײנמאָל נישט, סײַדן מע בעט מיך. איצטיקס מאָל װעט זיך נישט העלפֿן קײן בעטן אױך, װײַל איך בין זײער פֿאַרנומען. איך פֿאַרדין געלט. איך טראָג אַרום אַ געטראַנק, װאָס מײַן ברודער אליהו מאַכט אים אַלײן מיט זײַנע אײגענע הענט. ער האָט זיך אױסגעלערנט מאַכן דאָס פֿון אַ בוך, װאָס קאָסט סך־הכּל אײן רובל, און פֿאַרדינען קאָן מען מיט דעם הונדערט רובל אַ חודש און מער. מײַן ברודער אליהו, װיבאַלד ער האָט איבערגעלײענט, אַז ס'איז דאָ אַזאַ בוך אױף דער װעלט, אַזױ האָט ער באַלד אַװעקגעשיקט אױף דער פּאָסט אַ קערבל )דאָס לעצטע קערבל( און האָט אָנגעזאָגט דער מאַמען אַ בשׂורה, זי זאָל נישט זאָרגן מער.

― מאַמע! דאַנקען גאָט, מיר זײַנען געהאָלפֿן. מיט פּרנסה זײַנען מיר שױן פֿאַרזאָרגט אָט אַזױ װײַט )ער װײַזט מיט דער האַנט אױפֿן האַלדז(.

― װאָס איז דען? ― פֿרעגט די מאַמע. ― האָסט געקריגן אַ שטעלע?

― נאָך בעסער פֿון אַ שטעלע! ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו, און די אױגן בײַ אים לײַכטן. אַ פּנים, פֿון גרױס שׂמחה. ער הײסט איר װאַרטן נאָך עטלעכע טעג, ביז דאָס בוך װעט אים אָנקומען.

― װאָסער בוך? ― פֿרעגט אים די מאַמע.

― ס'איז שױן אײן מאָל אַ בוך! ― זאָגט איר מײַן ברודער אליהו און פֿרעגט זי, אױב זי װעט זײַן צופֿרידן מיט הונדערט רובל אַ חודש? לאַכט פֿון אים די מאַמע און זאָגט אים, אַז זי װאָלט געװען צופֿרידן מיט הונדערט רובל אַ יאָר, אַבי זיכערע. ענטפֿערט איר דערױף מײַן ברודער אליהו, אַז בײַ איר איז צו אַ קלײנע השׂגה, און ער לאָזט זיך גײן אױף דער פּאָסט. אַלע טאָג גײט ער אױף דער פּאָסט און פֿרעגט זיך נאָך אױפֿן בוך. שױן העכער אַ װאָך, אַז ער האָט אַװעקגעשיקט דאָס קערבל, און קײן בוך איז נישטאָ! דערװײַל דאַרף מען לעבן. „די נשמה אױסשפּײַען קאָן מען נישט“. אַזױ זאָגט די מאַמע. איך פֿאַרשטײ נישט, װי אַזױ שפּײַט מען דאָס אױס אַ נשמה?

― ב ―

שאַט, שױן דאָ אַ בוך! מיר האָבן דאָס נאָר אױסגעפּאַקט, האָט מײַן ברודער אליהו זיך אַװעקגעזעצט לײענען דאָס בוך. װײ־װײ, װאָס ער האָט דאָרטן אױסגעלײענט! װיפֿל סגולות אױף צו מאַכן געלט דורך פֿאַרשײדענע רעצעפּטן! אַ רעצעפּט אױף צו פֿאַרדינען הונדערט רובל אַ חודש דורך מאַכן די בעסטע טינטן. אַ רעצעפּט אױף צו פֿאַרדינען הונדערט רובל אַ חודש דורך מאַכן גוטע שװאַרצע שוּװאַקס. אַ רעצעפּט אױף צו פֿאַרדינען הונדערט רובל אַ חודש דורך אַרױסטרײַבן מײַז, טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. אַ רעצעפּט אױף צו פֿאַרדינען הונדערט רובל אַ חודש און מער דורך מאַכן ליקערן, זיסע בראָנפֿנס, לימאָנאַד, סאָדע־װאַסער, קװאַס און אַנדערע נאָך מער ביליקע געטראַנקען.

מײַן ברודער אליהו האָט זיך אָפּגעשטעלט אױפֿן לעצטן רעצעפּט. ערשטנס, װײַל דורך אים קאָן מען פֿאַרדינען נאָך מער פֿון הונדערט רובל אַ חודש. אַזױ שטײט דאָך בפֿירוש געשריבן אין בוך. צװײטנס, מע דאַרף זיך נישט פּאַטשקען מיט טינט און מיט שוּװאַקס און נישט האָבן צו טאָן מיט מײַז, טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. די פֿראַגע איז נאָר, צו װאָסער געטראַנק זאָל מען זיך נעמען? צו ליקערן און זיסע בראָנפֿנס דאַרף מען האָבן ראָטשילדס פֿאַרמעגן. צו לימאָנאַד און סאָדע־װאַסער דאַרף מען האָבן אַ מאַשינע אַזעלכע, עפּעס אַ מין שטײן, װאָס קאָסט מי־יודע װיפֿל! בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: קװאַס! קװאַס איז אַזאַ מין געטראַנק, װאָס קאָסט װאָלװל און עס גײט אַ סך. ובפֿרט נאָך אין אַזאַ הײסן זומער, װי הײַנט. פֿון קװאַס, דאַרפֿט איר װיסן, איז בײַ אונדז ברוך דער קװאַסניק געװאָרן אַ גבֿיר. ער מאַכט „בוטל־קװאַס“. זײַן קװאַס האָט אַ שם אױף דער װעלט. ער שיסט פֿון די פֿלעשער, װי פֿון אַ האַרמאַט. װאָס איז דער שׂכל, װאָס סע שיסט, װײס קײנער נישט. דאָס איז ברוכס סוד. מע זאָגט, אַז ער לײגט אַרײַן אינעװײניק עפּעס אַזעלכעס, װאָס שיסט. אַנדערע זאָגן ― אַ ראָזשינקע. אַנדערע זאָגן ― האָפּן. קומט דער זומער, האָט ער נישט קײן הענט. אַזױ פֿיל לײזט ער געלט!

אונדזער קװאַס, װאָס מײַן ברודער אליהו מאַכט נאָכן רעצעפּט, איז נישט קײן בוטל־קװאַס און שיסט נישט. אונדזער קװאַס איז אַן אַנדער מין געטראַנק. װי אַזױ ער װערט געמאַכט ― קאָן איך אײַך נישט זאָגן. מײן ברודער אליהו לאָזט קײנעם נישט צו, בשעת ער מאַכט אים. אַז ער גיסט װאַסער ― זעען אַלע. נאָר אַז ער האַלט אין רעכטן מאַכן, פֿאַרשליסט ער זיך אין דער מאַמעס אַלקער. נישט איך, נישט די מאַמע, נישט מײַן שװעגערין ברכה ― קײנער האָט נישט די זכיה צו זײַן דערבײַ. נאָר אױב איר זאָגט מיר צו, אַז ס'װעט זײַן אַ סוד, קאָן איך אײַך זאָגן, װאָס אין דעם געטראַנק געפֿינט זיך. איך װײס דאָך װאָס ער גרײט צו. דאָרטן געפֿינט זיך שאָלעכץ פֿון לימענע, שיטערער האָניק )מעליסмеліс: Melissa officinalis(, אַ זאַך װאָס מע רופֿט דאָס קרימעטאַרטערום און װאָס איז זױערער פֿון עסיק, און דאָס איבעריקע ― װאַסער. װאַסער איז דאָרטן דאָ מער פֿון אַלצדינג. װאָס מער װאַסער ― מער קװאַס. דאָס אַלץ װערט גוט אױסגעמישט מיט אַ פּראָסטן שטעקן, אַזױ שטײט געשריבן אין בוך, און דאָס געטראַנק איז פֿאַרטיק. נאָכדעם װערט ער אַרײַנגעגאָסן אין אַ גרױסן קרוג, און מע װאַרפֿט אַרײַן אַהין אַ שטיק אײַז. אײַז איז דער עיקר! אָן אײַז טױג דאָס גאַנצע געטראַנק אױף תּישעה נײַנציק כּפּרות. דאָס זאָג איך אײַך נישט פֿונעם בוך, נאָר איך האָב אײנמאָל אַלײן פֿאַרזוכט אַ ביסל קװאַס אָן אײַז, האָב איך געמײנט, אַז ס'איז אַן עק פֿון מײַן לעבן!

― ג ―

געמאַכט דאָס ערשטע פֿעסל קװאַס, איז געבליבן, אַז אַרױסטראָגן פֿאַרקױפֿן אים אױף דער גאַס זאָל איך. װער דען, אַז נישט איך? מײַן ברודער אליהון פּאַסט נישט. ער איז דאָך שױן אַ באַװײַבטער. דער מאַמען ― אַװדאי נישט. מיר װעלן גאָרנישט דערלאָזן, אַז די מאַמע זאָל אַרומגײן מיט אַ קרוג איבערן מאַרק און שרײַען: „קװאַס! קװאַס! ייִדן, קװאַס!“ אַלע האָבן געפּסקנט, אַז דאָס דאַרף זײַן מײַן אַרבעט. איך אַלײן האָב אױך אַזױ געדענקט. איך האָב מיך מחיה געװען, אַז איך האָב דערהערט דאָס נײַס. מײַן ברודער אליהו האָט גענומען מיך לערנען, װי אַזױ איך זאָל טאָן. דעם קרוג זאָל איך האַלטן אין אײן האַנט אױף אַ שטריקל, דאָס גלאָז אין דער אַנדערער האַנט, און בכדי דער עולם זאָל זיך אָפּשטעלן, זאָל איך זינגען הױך, און מיט אַ ניגון, אָט אַזױ:

ייִדן, אַ געטראַנק!
אַ קאָפּיקע אַ גלאָז!
קאַלט און זיס ―
אַ דערקװיקעניש!…

אַ קול, האָב איך אײַך שױן לאַנג געזאָגט, אַז איך האָב אַ שײנס. אַ סאָפּראַנאָ־שטימע, בירושה פֿון מײַן טאַטן, עליו־השלום. איך האָב געגעבן אַ זינג־אַרױס אױף אַ קול און האָב איבערגעדרײט דעם פּסוק מיט די פֿיס אַרױף:

זיסער קװאַס אַ גלאָז!
אַ קאָפּיקע אַ ייִד!
אַ קװיק און אַ קאַלט ―
אַ דערטרינקעניש!…

איך װײס נישט: צי מײַן געזאַנג איז אַזױ געפֿעלן געװאָרן? צי דאָס געטראַנק איז טאַקע געװען אַזױ גוט? צי אפֿשר װײַל דער טאָג איז געװען זײער אַ הײסער? איך האָב דעם ערשטן קרוג אױספֿאַרקױפֿט אין אײן האַלבע שעה און בין געקומען אַהײם מיט כּמעט פֿינף גילדן פּדיון. מײַן ברודער אליהו האָט אָפּגעגעבן דאָס געלט דער מאַמען, און מיר האָט ער באַלד אָנגעגאָסן אַ פֿרישן קרוג. ער האָט געזאָגט, אַז אױב איך װעל מיך אױסדרײען אַזױ פֿינף־זעקס מאָל דורכן טאָג, װעלן מיר האָבן פֿאַרדינט פּונקט הונדערט רובל אַ חודש. איצט רעכנט, זײַט מוחל, אַראָפּ די פֿיר טעג שבת, װאָס אין חודש, װעט איר שױן אַלײן װיסן, װיפֿל דאָס געטראַנק קאָסט אונדז און װאָס פֿאַר אַ פּראָצענט מיר פֿאַרדינען בײַ אים? דאָס געטראַנק קאָסט אונדז זײער װאָלװל. מען קאָן זאָגן כּמעט גאָרנישט. דאָס גאַנצע געלט גײט אַװעק אױפֿן אײַז. דעריבער דאַרף מען זען, װאָס גיכער אױספֿאַרקױפֿן דעם קרוג מיטן געטראַנק, בכדי דאָס שטיקל אײַז זאָל צו ניץ קומען אױפֿן צװײטן קרוג, און אױפֿן דריטן קרוג, און אַזױ װײַטער. דעריבער דאַרף מען מיטן געטראַנק גײן גיך, טאַקע לױפֿן. נאָך מיר לױפֿן נאָך ייִנגלעך שקצים, אַ גאַנצע טיטשקע. זײ קרימען מיך איבער, װי איך זינג. איך הער זײ אָבער מיטן קאָטער. איך זע װאָס גיכער אױסברענגען דעם קרוג און לױפֿן אַהײם נעמען נאָך אַ קרוג. װיפֿל איך האָב געמאַכט דעם ערשטן טאָג ― װײס איך אַלײן נישט. איך װײס נאָר, אַז מײַן ברודער אליהו מיט מײַן שװעגערין ברכה מיט מײַן מאַמען האָבן מיך שטאַרק געלױבט. װעטשערע האָט מען מיר געגעבן אַ שטיק דיניע מיט אַ שטיק קאַװענע מיט צװײ פֿלױמען אונגערישע. פֿון קװאַס שמועסט מען נישט. קװאַס טרינקען מיר אַלע אַזױ װי װאַסער. פֿאַרן שלאָף בעט מיר אױס די מאַמע אױף דער ערד און פֿרעגט מיך, צי עס טוט מיר נישט װײ חלילה די פֿיס. מײַן ברודער אליהו לאַכט פֿון איר. ער זאָגט אױף מיר, אַז איך בין אַזאַ ייִנגל, װאָס מיר טוט קײנמאָל נישט װײ קײן זאַך.

― געװיס! ― זאָג איך. ― אַ סימן, אױב איר װילט, גײ איך באַלד מיט אַ קרוג אינמיטן האַלבע נאַכט.

אַלע דרײַ צעלאַכן זיך פֿון מײַן בריהשאַפֿט. נאָר אױף דער מאַמעס אױגן זע איך טרערן. נו, דאָס איז דאָך אַן אַלטער כּלל ― אַ מאַמע דאַרף װײנען! איך װאָלט װעלן װיסן: אַלע מאַמעס װײנען אַזױ שטענדיק, װי מײַן מאַמע?

― ד ―

עס גײט אונדז, קײן עין־הרע, דורך טיר און דורך טױער. אײן טאָג איז הײסער פֿונעם אַנדערן. עס ברענט! מענטשן גײען אױס פֿאַר היץ, קינדער פֿאַלן אַזױ װי פֿליגן. װען נישט דאָס גלעזל קװאַס, װאָלט מען פֿאַרברענט געװאָרן. איך קער מיך אום מיטן קרוג, בלא־גוזמא, צען מאָל אַ טאָג! מײַן ברודער אליהו קוקט אַרײַן אין פֿאַס אַרײַן מיט אײן אױג און זאָגט, אַז עס טאָגט שױן. פֿאַלט ער אױף אַן עצה און גיסט צו נאָך אַ פּאָר עמער װאַסער. אױף דער עצה בין איך געפֿאַלן נאָך פֿריִער פֿון אים. איך מוז מיך מודה זײַן פֿאַר אײַך, אַז איך האָב אָפּגעטאָן אַ שפּיצל שױן עטלעכע מאָל. כּמעט אַלע טאָג כאַפּ איך מיך אַרײַן צו אונדזער שכנה פּעסיע און גיב איר פֿאַרזוכן אַ גלעזל פֿון אונדזער אײגענעם געטראַנק. איר מאַן, משה דעם אײַנבינדער, גיב איך צװײ גלעזלעך. ער איז אַ גוטער מענטש. די קינדער אַלע גיב איך אױך צו גלעזלעך קװאַס. לאָזן זײ אױך װיסן, װאָס פֿאַר אַ געטראַנק מיר קאָנען מאַכן. דעם בלינדן פֿעטער גיב איך אױך אַ גלעזל קװאַס אױף צו פֿאַרזוכן. אַ רחמנות, ער איז נעבעך אַ קאַליקע. אַלע מײַנע באַקאַנטע גיב איך קװאַס. אומזיסט, אָן אַ קאָפּיקע געלט. און בכדי ס'זאָל נישט זײַן קײן שאָדן, דערגיס איך דעם קרוג מיט װאַסער. אױף איטלעכס גלעזל קװאַס, װאָס איך גיב אַװעק אומזיסט, דערגיס איך צװײ גלעזער װאַסער. דאָס אײגענע טוט מען אין דער הײם אױך. למשל, מײַן ברודער אליהו טרינקט אױס אַ גלעזל קװאַס, דערגיסט ער באַלד מיט װאַסער. ער איז גערעכט. ס'איז אַן עבֿירה אַ קאָפּיקע. מײַן שװעגערין ברכה טרינקט אױס אַ פּאָר גלעזלעך קװאַס )זי האָט ליב מײַן ברודער אליהוס קװאַס ― סכּנות!(, דערגיסט זי באַלד מיט װאַסער. די מאַמע פֿאַרזוכט אַמאָל אַ גלעזל קװאַס )זי דאַרף מען בעטן. אַלײן װעט זי נישט נעמען!(, דערגיסט מען באַלד מיט װאַסער. הכּלל, עס גײט נישט חסר קײן טראָפּן, און מיר מאַכן, קײן עין־הרע, פֿײַן געלט. די מאַמע האָט זיך אַרומגעצאָלט מיט אַ סך חובֿות. אױסגעלײזט אַ פּאָר נײטיקע משכּנות, דאָס בעטגעװאַנט. אין שטוב האָט זיך באַװיזן אַ טישל, אַ בענקל. אױף שבת האָבן מיר פֿיש און פֿלײש און װײַסע קױלעטשן. מיר האָט מען צוגעזאָגט, אם ירצה השם, אױף ימים־טובֿים אַ פּאָר שטיװעלעך נײַע. מיר דאַכט, אַז קײנעם איז נישט אַזױ גוט, װי מיר!

― ה ―

גײט זײַט אַ נבֿיא און טרעפֿט, אַז מ'װעט זיך טרעפֿן אַזאַ מין אומגליק, און אונדזער געטראַנק װעט װערן פּסול, כאָטש נעמט גיסט אים אַרױס אין פּאָמעניצע! נאָך אַ גליק, װאָס מע האָט מיך נישט פֿאַרנומען אין פּאָליצײ. הערט אַ מעשׂה! אײנמאָל האָב איך פֿאַרבלאָנדזשעט מיטן קרוג קװאַס צו אונדזער שכנה פּעסיע. דער גאַנצער עולם האָט גענומען צו גלעזלעך קװאַס, און איך אַלײן אױך מיט זײ. אױסגערעכנט, אַז עס פֿעלט מיר אַ גלעזלעך צװעלף־דרײַצן געטראַנק, האָב איך מיך אַרײַנגעכאַפּט איז הױז, דאָרטן װוּ דאָס װאַסער שטײט בײַ זײ. אָנשטאָט דער דײזשע מיט װאַסער האָב איך, אַ פּנים, געטראָפֿן צו דער באַלײע, װוּ מע װאַשט גרעט, און אַרײַנגעפּליושקעט אַ פֿופֿצן־צװאַנציק גלעזער צו מיר אין קרוג אַרײַן, און בין אַװעק אין גאַס אַרײַן מיט אַ נײַעם ניגון, װאָס איך אַלײן האָב צוגעטראַכט:

ייִדן, אַ געטראַנק!
טעם גן־עדן!
אַזאַ יאָר אױף מיר,
אױף אײַך און אױף אונדז בײדן!

שטעלט מיך אָפּ אַ ייִד, באַצאָלט מיר אַ קאָפּיקע און ער הײסט זיך אָנגיסן אַ גלעזל קװאַס. ער טרינקט אױס דאָס גאַנצע גלאָז און פֿאַרקרימט זיך.

― ייִנגעלע! װאָס איז דאָס בײַ דיר פֿאַר אַ געטראַנק?

איך הער אים אין טראָק. עס שטײען נאָך צװײ ייִדן און װאַרטן, איך זאָל זײ שױן אָנגיסן. אײנער זופּט־אָפּ אַ האַלבע גלאָז, דער אַנדערער אַ דריטל. זײ באַצאָלן, שפּײַען אױס און גײען אַװעק. נאָך אײנער טראָגט צו דאָס גלאָז צו די ליפּן. ער פֿאַרזוכט און זאָגט, אַז סע שמעקט מיט זײף און ס'איז, דאַכט זיך, געזאַלצן. נאָך אײנער טוט אַ קוק אױפֿן גלאָז און גיט מיר אָפּ צוריק מיט די װערטער:

― װאָס איז דאָס בײַ דיר?

― אַזאַ געטראַנק. ― זאָג איך.

― אַ געשטאַנק? ― מאַכט ער צו מיר. ― אַ געשטאַנק, נישט קײן געטראַנק!

אײנער גײט צו, פֿאַרזוכט און טוט אַ פּאָליאָסקע אױס דאָס גלאָז גלײַך מיר אין פּנים אַרײַן. אין אַ מינוט אַרום שטײען אַרום מיר אַ גאַנץ רעדל מיט ייִדן, װײַבער און קינדער. אַלע רײדן, מאַכן מיט די הענט, קאָכן זיך. דערזעט אַ יװן, אַז מע קלײַבט זיך, גײט ער צו און פֿרעגט, װאָס איז דאָ? דערצײלט מען אים. גײט ער און קוקט אַרײַן צו מיר אין קרוג אַרײַן און הײסט זיך געבן פֿאַרזוכן. גיס איך אים אָן אַ גלעזל מיט קװאַס. דער יװן טוט אַ טרונק אָפּ און שפּײַט אױס און װערט מלא־רציחה.

― װוּ האָסטו גענומען אַזעלכע פּאַמױעס? ― פֿרעגט ער מיך.

― דאָס איז פֿון אַ בוך, זאָג איך אים, מײַן ברודערס מלאָכה. מײַן ברודער אַלײן מאַכט דאָס.

― װער איז דײַן ברודער? ― פֿרעגט ער מיך.

― מײַן ברודער אליהו. ― זאָג איך אים.

― װאָסער אליהו? ― פֿרעגט ער מיך.

― דבר נישט, דו נאַרישער יאָלד, אױף דײַן אָחי! ― זאָגן צו מיר עטלעכע ייִדן אַלע מיטאַמאָל. עס װערט אַ טומל, אַ רעש, אַ מהומה. אַלע מינוט קומען צו נײַע מענטשן. דער יװן האַלט מיך פֿאַר אַ האַנט און װיל אונדז אָפּפֿירן )מיך מיטן געטראַנק( גלײַך אין פּאָליציע אַרײַן. דער טומל װערט נאָך גרעסער: „אַ יתום! נעבעך, אַ יתום!“ ― הער איך פֿון אַלע זײַטן. דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז איך האַלט שמאָל. איך קוק אױפֿן עולם, װאָס אַרום מיר: „ייִדן, האָט רחמנות!“… מע װיל אַרײַנרוקן דעם יװן אַ מטבע. דער יװן נעמט נישט. רופֿט זיך אָן צו מיר אײנער, אַן אַלטער ייִד מיט גנבֿהשע אױגן, פֿאַרשטעלט, אױף לשון־קודש:

― מאָטל! רײַס אַרױס דעם יד פֿונעם יװן און הײב אױף די רגלים און מאַך פּליטה!

איך טו זיך אַ רײַס־אױס, נעם די פֿיס אױף די פּלײצעס און מאַרש אַהײם! ניט טױט, ניט לעבעדיק, פֿאַל איך אַרײַן אין שטוב אַרײַן.

װוּ איז דער קרוג? ― פֿרעגט מיך מײַן ברודער אליהו.

― אין פּאָליציע! ― ענטפֿער איך אים און פֿאַל־צו צו דער מאַמען מיט אַ געװײן.

VIII
מיר פֿאַרפֿלײצן די װעלט מיט טינט
― א ―

אױ, בין איך געװען אַ נאַר! דערפֿאַר, װאָס איך האָב פֿאַרקױפֿט ניט אַזאַ גוטן קװאַס, האָב איך געמײנט, אַז מע װעט מיך קעפּן! צום סוף ― גאָרנישט. אומזיסט איבערגעשראָקן. יענטע מעג פֿאַרקױפֿן חלבֿ פֿאַר גענדזנשמאַלץ? און גדליה דער קצבֿ האָט ניט געהאָדעװעט די שטאָט אַ קײַלעכיק יאָר מיט טריפֿה פֿלײש? אַזױ האָט אונדזער שכנה פּעסיע אױסגערעדט מײַן מאַמע דאָס האַרץ. אַן אַקציע מיט מײַן מאַמען! אַלצדינג נעמט זי זיך צום האַרצן. דערפֿאַר האָב איך ליב מײַן ברודער אליהו. מײַן ברודער אליהו פֿאַלט ניט אַראָפּ בײַ זיך דערמיט, װאָס מיר האָבן זיך אָפּגעבריט אױפֿן קװאַס. אַבי ער האָט דעם בוך, איז אים גוט. ער האָט געקױפֿט אַ בוך פֿאַר אַ רובל. דאָס בוך הײסט „פֿאַר אַ רובל הונדערט!“ ער זיצט און לערנט אים אױף אױסנװײניק. דאָרטן זײַנען דאָ אָן אַ שיעור רעצעפּטן, װי אַזױ מע מאַכט געלט. ער קען שױן כּמעט אַלע רעצעפּטן. ער װײס שױן, װיִאַזױ מע מאַכט טינט, װי אַזױ מע מאַכט שוּװאַקס, װי אַזױ מע טרײַבט־אַרױס מײַז און טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. ער רעכנט, קודם־כּל, זיך נעמען צו טינט. טינט, זאָגט ער, איז אַ גוטער אַרטיקל. אַלע לערנען זיך שרײַבן. ער איז אַ בעלן געװען פֿרעגן בײַ יודל דעם שרײַבער, װיפֿל גײט אַװעק בײַ אים טינט? זאָגט ער: אַ פֿאַרמעגן! יודל דער שרײַבער האָט אפֿשר זעכציק מײדלעך, װאָס ער לערנט זײ שרײַבן. ייִנגלעך לערנען ניט בײַ אים. מע האָט פֿאַר אים מורא. ער שלאָגט זיך. ער שלאָגט מיט אַ װירע איבער די הענט. מײדלעך קאָן מען ניט שלאָגן. שמײַסן אַװדאי ניט. עס טוט מיר באַנג, װאָס איך בין נישט געבױרן געװאָרן בעסער אַ מײדל. ערשטנס, װאָלט איך פֿאַרשפּאָרט דאַװענען יעדן טאָג. ס'איז מיר נימאס געװאָרן. אַלע טאָג אײן זאַך. הײַנט װאָלט איך נישט געװוּסט פֿון קײן תּלמוד־תּורה. אַ האַלבן טאָג גײ איך אין תּלמוד־תּורה. לערנען לערן איך אױפֿן שפּיץ מעסער, נאָר פּעטש כאַפּ איך אָן אַ שיעור. איר מײנט, פֿונעם רבין? דװקא פֿון דער רביצין. איר עסק, װאָס איך האָדעװע די קאַץ! איר זאָלט אָנקוקן בײַ איר אַ קאַץ ― אַ גאָטס רחמנות! תּמיד איז זי הונגעריק. ניאַװקען ניאַװקעט זי שטילערהײט, מיט אַ געװײן, װי להבֿדיל אַ מענטש. עס רײַסט־אױס אַ שטיק האַרץ! בײַ זײ איז אָבער ניטאָ קײן קאַפּ רחמנות. װאָס האָבן זײ צו איר? לאָז זי צוגײן צו עמעצן אַ שמעק טאָן ― טוט מען אױף איר אַ געשרײ: אַ טפּרוסס! פֿליט זי אַװעק װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט. קײן קאָפּ לאָזט מען איר ניט אױפֿהײבן. אַנומלטן איז זי גאָר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אױף עטלעכע טעג. איך האָב געמײנט, אַז זי איז חלילה געפּגרט. צום סוף האָט זי זיך געקעצלט… איך קער מיך אום צו מײַן ברודער אליהוס טינט.

― ב ―

מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז די װעלט איז געװאָרן גאָר נישט דאָס, װאָס אַמאָל. אַמאָל, אַז מע פֿלעגט װעלן מאַכן טינט, האָט מען, זאָגט ער, באַדאַרפֿט קױפֿן גאָליש־עפּעלעך. די גאָליש־עפּעלעך צעקלאַפּן, נאָכדעם קאָכן זײ אױפֿן פֿײַער, װײס איך װיפֿל, נאָכדעם אַרײַנװאַרפֿן קופּער־װאַסער; און בכדי די טינט זאָל גלאַנצן, האָט מען נאָך געמוזט צוגעבן אַ שטיקל צוקער ― אַ גאַנצער טאַראַראַם! הײַנט, זאָגט ער, איז אַזאַ חיות! איך קױף מיר, זאָגט ער, אין דער אַפּטײק אַ „פּראָשיק“ אַזעלכן מיט אַ פֿלעשל „גליצערינע“, מיש דאָס אױס מיט װאַסער, אַ זיד אױפֿן פֿײַער ― און פֿאַרטיק טינט. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. ער איז אַװעק אין דער אַפּטײק און האָט געבראַכט אַ גוזמא „פּראָשקעס“, און „גליצערינע“ אַ גאַנצע פֿלאַש. נאָכדעם האָט ער זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַלקער און האָט עפּעס געטאָן. װאָס ― װײס איך ניט. ס'אַ סוד. אַלצדינג איז בײַ אים אַ סוד. אַז ער האַרף זאָגן דער מאַמען, למשל, זי זאָל אים געבן דאָס אײבערשטע פֿונעם שטױסל, רופֿט ער זי אָפּ אױף אַ זײַט און זאָגט איר שטילערהײט: „מאַמע! דאָס אײבערשטע פֿונעם שטױסל“. די „פּראָשקעס“ מיט דער „גליצערינע“ האָט ער אױסגעמישט אין אַ גאַנץ גרױסן טאָפּ )אַ נײַעם טאָפּ געקױפֿט(. דעם טאָפּ מיטן געמישעכץ האָט ער פֿאַררוקט אין אױװן און האָט געבעטן דער מאַמע שטילערהײט, זי זאָל פֿאַרקײטלען די טיר. מיר אַלע האָבן געמײנט, מי־יודע װאָס. די מאַמע האָט אַלע מינוט געכאַפּט אַ קוק צום אױװן. אַ פּנים, זי האָט מורא געהאַט, דער אױװן זאָל ניט צעפֿאַלן װערן אױף שטיקלעך. נאָכדעם האָט מען אַרײַנגעקאַטשעט אין שטוב אַרײַן דאָס פֿעסל פֿון קװאַס. נאָכדעם האָט מען פּאַװאָלינקע אַרױסגענומען דעם טאָפּ פֿונעם אױװן און מע האָט פּאַװאָלינקע אַרײַנגעגאָסן דאָס געמישעכץ אין פֿעסל אַרײַן. נאָכדעם האָט מען אָנגעהױבן גיסן אין פֿעסל אַרײַן װאַסער. אַז דאָס פֿעסל איז געװאָרן אָנגעפֿילט העכער האַלב, האָט מײַן ברודער אליהו אַ זאָג געטאָן: „גענוג!“ און האָט זיך גענומען צום בוך װאָס „פֿאַר אַ רובל ― הונדערט“. געקוקט און געהײסן שטילערהײט זיך ברענגען אַ פֿרישע פּען מיט אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר. „װאָס מע שרײַבט פּראָשעניעס“ ― האָט ער אַ זאָג געטאָן שטילערהײט דער מאַמען אױפֿן אױער. אײַנגעטונקען די פּען אין פֿאַס און געגעבן אַ שרײַב עפּעס אױפֿן װײַסן בױגן פּאַפּיר מיט אַ דרײדל און מיט אַ צוק. דאָס אָנגעשריבענע האָט ער צוגעטראָגן פֿריִער צו דער מאַמען, נאָכדעם צו מײַן שװעגערין ברכה. די בײדע האָבן געגעבן אַ קוק־אַרײַן און אַ זאָג צו אים:

― סע שרײַבט!

באַלד נאָכדעם האָט מען זיך גענומען װידער צו דער פֿריִערדיקער אַרבעט. אָנגעגאָסן נאָך אַ פּאָר עמער װאַסער, האָט מײַן ברודער אליהו אױפֿגעהױבן די האַנט: „גענוג!“ װידער אַ מאָל אײַנגעטונקען די פּען אין פֿאַס, װידער אַ מאָל געגעבן אַ שרײַב־אַרײַן אין װײַסן פּאַפּיר אַרײַן און װידער אַ מאָל צוגעטראָגן דאָס אָנגעשריבענע פֿריִער צו דער מאַמען און נאָכדעם צו מײַן שװעגערין ברכה. די בײדע האָבן װידער געגעבן אַ קוק־אַרײַן אין פּאַפּיר אַרײַן און אַ זאָג:

― סע שרײַבט!

אָט אַזױ עטלעכע מאָל, ביז דאָס פֿאַס איז געװאָרן פֿול װי אַן אױג. עס איז שױן ניט געװען װוּהין צו גיסן װאַסער. דעמאָלט האָט מײַן ברודער אליהו געגעבן אַ הײב־אױף די האַנט „גענוג!“ ― און מיר אַלע פֿיר האָבן זיך געזעצט עסן.

― ג ―

נאָכן עסן האָבן מיר זיך גענומען צום צעגיסן די טינט אין פֿלעשער. פֿלעשער האָט מײַן ברודער אליהו צונױפֿגעבראַכט פֿון דער גאַנצער װעלט. אַלערלײ פֿלעשער און פֿלעשלעך. גרױסע און קלײנע. פֿלעשער פֿון ביר, פֿלעשער פֿון װײַן, פֿלעשער פֿון קװאַס, פֿלעשער פֿון בראָנפֿן. און גלאַט פֿלעשער. אױך פּראָבקעס האָט ער אײַנגעהאַנדלט אַלטע, ס'זאָל קאָסטן װעלװעלער, און אַ „לײקע“ האָט ער געקױפֿט אַ נײַע, און אַ קװערטל אַ בלעכנס, אױף צו גיסן די טינט פֿון פֿאַס אין די פֿלעשער. דאָ האָט ער װידער אײַנגערױמט דער מאַמען אַ סוד, זי זאָל פֿאַרקײטלען די טיר. נאָכדעם האָט מען זיך אַלע פֿיר גענומען צו דער אַרבעט. די אַרבעט איז געװען אײַנגעטײלט דװקא גוט. מײַן שװעגערין ברכה האָט די פֿלעשער דורכגעשװענקט און איבערגעגעבן צו דער מאַמען. די מאַמע האָט אַרײַנגעקוקט אין יעדער פֿלאַש און איבערגעגעבן צו מיר אין די הענט אַרײַן. איך האָב נאָר באַדאַרפֿט אַרײַנשטעקן אין פֿלאַש אַרײַן די „לײקע“ און צוהאַלטן מיט אײן האַנט די לײקע, מיט דער אַנדערער די פֿלאַש. און מײַן ברודער אליהו האָט געהאַט אײן אַרבעט: אָננעמען מיטן קװערטל פֿון פֿאַס און גיסן צו מיר איבער דער „לײקע“. אַן אַרבעט איז דאָס זײער אַ װױלע, אַ פֿרײלעכע. אײן חסרון נאָר: ס'איז טינט ― עס פֿלעקט די פֿינגער, די הענט, די נאָז, דאָס גאַנצע פּנים. מיר בײדע, איך און מײַן ברודער אליהו, האָבן זיך געמאַכט שװאַרץ װי די שדים. דאָס ערשטע מאָל זע איך, מײַן מאַמע זאָל לאַכן. פֿון מײַן שװעגערין ברכה שמועסט מען ניט: יענע איז שיִער צעזעצט געװאָרן פֿאַר געלעכטער. מײַן ברודער אליהו האָט פֿײַנט, אַז מע לאַכט פֿון אים, בײזערט ער זיך אױף מײַן שװעגערין ברכה, און פֿרעגט זי, װאָס זי לאַכט. לאַכט זי נאָך שטאַרקער. װערט ער נאָך מער אין כּעס, לאַכט זי נאָך מער. אַלע מינוט כאַפּט זי אָן אַ ספּאַזמע. ממש זי נעמט אײַן אַ מיתה־משונה! ביז די מאַמע הײבט זיך אָן בעטן, עס זאָל האָבן אַ סוף, און אונדז זאָגט זי, מיר זאָלן זיך אײַנװאַשן. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער קײן צײַט נישט. אים קריכט נישט אין קאָפּ װאַשן זיך. אים ליגט דער קאָפּ אין פֿלעשער. ניטאָ קײן פֿלעשער! װוּ קריגט מען נאָך פֿלעשער? ער רופֿט־אָפּ מײַן שװעגערין ברכה אױף אַ זײַט, גיט איר געלט און רױמט איר אײַן אַ סוד, זי זאָל גײן נאָך פֿלעשער. הערט זי אים אױס, טוט אים אַ קוק אין פּנים אַרײַן און שיסט אױס אַ געלעכטער. װערט ער אין כּעס און רופֿט אַװעק די מאַמע אױפֿן זעלבן סוד. די מאַמע גײט אַװעק קױפֿן פֿלעשער, און מיר נעמען זיך גיסן װאַסער אין פֿאַס אַרײַן. פֿאַרשטײט זיך, ניט מיט אַמאָל ― ביסלעכװײַז. נאָך יעדן עמער װאַסער טוט ער אַ הײב־אױף די האַנט און אַ זאָג צו זיך אַלײן: „גענוג!“ נאָכדעם טוט ער אַ טונק־אײַן די פּען אין פֿאַס און אַ שרײַב אַרײַן אין װײַסן פּאַפּיר אַרײַן און אַ זאָג צו זיך אַלײן:

― סע שרײַבט!

און אַזױ עטלעכע מאָל, ביז די מאַמע קומט צו גײן מיט אַ נײַעם טראַנספּאָרט פֿלעשער. מיר נעמען זיך װידער צו דער פֿריִערדיקער אַרבעט: גיסן טינט פֿון פֿאַס אין פֿלאַש. ביז מיר בלײַבן װידער אָן פֿלעשער.

― ביז װאַנען איז דער שיעור? ― טוט אַ זאָג מײַן שװעגערין ברכה.

― קײן עין־הרע ניט! ― מאַכט די מאַמע, און מײַן ברודער אליהו טוט אױף ברכהן אַ בײזן קוק, װי אײנער רעדט:

― ביסט מיר טאַקע אַ װײַב, נאָר אַ בהמה ביסטו, זאָל זיך גאָט דערבאַרעמען!

― ד ―

װיפֿל טינט מיר האָבן ― קאָן איך אײַך ניט זאָגן. איך האָב מורא, אױב ניט טױזנט פֿלעשער! נאָר װאָס קומט אַרױס ― ס'איז ניטאָ זײ װוּ אַהינצוטאָן. מײַן ברודער אליהו איז געװען שױן אומעטום. פֿאַרקױפֿן לאחדים, פֿלעשלעכװײַז ― איז נישט קײן פּלאַן. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו צו אונדזער שכנהס מאַן, משה דעם אײַנבינדער. אַז ער איז אַרײַנגעקומען צו אונדז און דערזען, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל פֿלעשער, האָט ער זיך דערשראָקן און זיך געגעבן אַזש אַ װאָרף צוריק. דערזעט מײַן ברודער אליהו, און עס קומט פֿאָר צװישן די צװײ אַ מאָדנער שמועס. איך גיב אײַך איבער דאָ דעם שמועס װאָרט בײַ װאָרט:

אליהו: װאָס האָט איר זיך אַזױ דערשראָקן?

אײַנבינדער: װאָס איז בײַ דיר אין די פֿלעשער?

אליהו: װאָס זאָל זײַן? װײַן!

אײַנבינדער: װאָסער װײן? ס'דאָך טינט!

אליהו: הײַנט װאָס זשע פֿרעגט איר?

אײַנבינדער: װאָס װעסטו טאָן מיט אַזױ פֿיל טינט?

אליהו: טרינקען.

אײַנבינדער: נײן, איך מײן אָן קאַטאָװעס. װעסט פֿאַרקױפֿן לאחדים אױך?

אליהו: װאָס בין איך, אַ משוגענער? אַז פֿאַרקױפֿן, װעל איך פֿאַרקױפֿן צען פֿלעשער, צװאַנציק פֿלעשער, פֿופֿציק פֿלעשער. דאָס װערט אָנגערופֿן „הורט“. איר װײסט, װאָס הײסט „הורט“?

אײַנבינדער: איך װײס, װאָס הײסט הורט. װעמען װעסטו פֿאַרקױפֿן?

אליהו: װעמען? דעם רבֿ! מײַן ברודער אליהו גײט־אַװעק צו די קרעמער. געקומען צו אײנעם, אַ גרױסן הורטאָװניק, הײסט ער זיך ברענגען אַ פֿלעשל. ער װיל עס אָנקוקן. דעם אַנדערן האָט ער געבראַכט אַ פֿלאַש טינט, װיל ער נישט נעמען אין די הענט אַרײַן, װײַל ס'איז אָן אַ קװיטל. אױפֿן פֿלעשל דאַרף זײַן, זאָגט ער, אַ שײן קװיטל מיט אַ צאַצקע. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו: „איך מאַך נישט קײן צאַצקעס, איך מאַך טינט“. ענטפֿערט ער אים: „מאַכט געזונטערהײט“. האָט ער זיך אַ װאָרף געטאָן צו יודל דעם שרײַבער. האָט אים יודל דער שרײַבער געזאָגט עפּעס זײער אַ מיאוס װאָרט. ער האָט שױן, זאָגט ער, זיך אָנגעקױפֿט מיט טינט אױף אַ גאַנצן זומער. פֿרעגט אים מײַן ברודער אליהו: „װיפֿל פֿלעשער טינט האָט איר דאָס אײַנגעהאַנדלט?“ זאָגט אים יודל דער שרײַבער: „פֿלעשער? איך האָב געקױפֿט אַ פֿלאַש טינט, װעל איך האָבן און האָבן, ביז ס'װעט אױסגײן, װעל איך קױפֿן נאָך אַ פֿלאַש“… אָט האָסטו דיר אַ געשעפֿט! אַ שרײַבערוק קאָן! פֿריִער האָט ער געזאָגט, אַז אױף טינט גײט בײַ אים אַװעק אַ פֿאַרמעגן; איצט קױפֿט ער אַ פֿלאַש טינט, װעט ער האָבן און האָבן!… מײַן ברודער אליהו איז נעבעך אױס מענטש. ער װײס נישט, װאָס זאָל ער טאָן מיט אַזױ פֿיל טינט? פֿריִער האָט ער געזאָגט, אַז לאחדים פֿאַרקױפֿט ער נישט קײן טינט, נאָר הורט. איצט איז ער בעסער געװאָרן. ער װעט שױן אָנהײבן, זאָגט ער, פֿאַרקױפֿן לאחדים. איך װאָלט שױן אַ בעלן זײַן װיסן, װאָס הײסט „לאחדים“?

אָט װאָס „לאחדים“ הײסט. איר מעגט דאָס האָרכן.

― ה ―

מײַן ברודער אליהו האָט געבראַכט צו טראָגן אַ גרױסן בױגן פּאַפּיר. ער האָט זיך אַװעקגעזעצט און אָנגעשריבן מיט גרױסע סידור־אותיות:

דאָ פֿאַרקױפֿט מען טינט הורט
און לאחדים גוט און װאָלװל.

די צװײ װערטער „לאחדים“ און „װאָלװל“ זײַנען געװען אַזױ גרױס, אַז זײ האָבן פֿאַרנומען כּמעט דעם גאַנצן בױגן. אַז דאָס אָנגעשריבענע האָט זיך אױסגעטריקנט, האָט ער דאָס פּאַפּיר אױסגעהאַנגען בײַ אונדז אױף דער טיר פֿון יענער זײַט. אַ סך מענטשן זײַנען דורכגעגאַנגען און האָבן זיך אָפּגעשטעלט קוקן. איך האָב עס געזען דורכן פֿענצטער. מײַן ברודער אליהו קוקט אױך אין פֿענצטער אַרײַן און ברעכט די פֿינגער. אַ סימן, אַז ער איז צעטראָגן. ער מאַכט צו מיר:

― װײסטו װאָס? גײ אומיסטנע, שטעל זיך אַװעק בײַ דער טיר און הער זיך צו, װאָס זאָגט מען?

מיך דאַרף מען לאַנג נישט בעטן. איך שטעל מיך אַװעק בײַ דער טיר און הער זיך צו, װאָס זאָגט מען: װער עס שטעלט זיך אָפּ און װאָס מע רעדט. אָפּגעשטאַנען אַקעגן אַ האַלבע שעה, קום איך אַרײַן צוריק אין שטוב. מײַן ברודער אליהו גײט צו צו מיר און פֿרעגט מיך שטיל:

― נו?

― װאָס נו?

― װאָס האָבן זײ געזאָגט?

― װער?

― די מענטשן, װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרבײַ.

― זײ האָבן געזאָגט, אַז ס'איז שײן אָנגעשריבן.

― און מער גאָרנישט?

― מער גאָרנישט.

מײַן ברודער אליהו זיפֿצט. װאָס זיפֿצט ער? די מאַמע פֿרעגט אים אױך דאָס זעלבע.

― װאָס זיפֿצטו, נאַרעלע? װאַרט אױס אַ קאַפּ, אין אײן טאָג װילסטו זאָל אױספֿאַרקױפֿט װערן די גאַנצע סחורה?

― כאָטש אַ פּעטשאַטעק!… ― זאָגט איר מײַן ברודער אליהו מיט טרערן אין האַלדז.

― ביסט אַ גרױסער נאַר, זאָג איך דיר. װאַרט אױס, מײַן קינד, דו װעסט, אם ירצה השם, האָבן אַ פּעטשאַטעק אױך.

אַזױ זאָגט צו אים די מאַמע און גרײט צום טיש. מיר װאַשן זיך און גײען עסן. מיר שפּאַרן זיך צונױף אַלע פֿיר אינאײנעם. איבער די פֿלעשער איז ענג אין שטוב ― סכּנות. נאָר װאָס מיר האָבן געמאַכט המוציא, לױפֿט אַרײַן אַ בחורל. אַ טשיקאַװע בחורל. ער איז שױן אַ חתן. איך קען אים. קאָפּל הײסט ער. דער טאַטע זײַנער איז אַ שנײַדער. אַ דאַמסקע שנײַדער.

― דאָ פֿאַרקױפֿט זיך טינט לאחדים?

― יאָ, װאָס איז דען?

― איך האָב געװאָלט אַ ביסל טינט.

― װיפֿל דאַרפֿסטו טינט?

― גיט מיר פֿאַר אַ קאָפּיקע טינט.

מײַן ברודער אליהו איז אױסער זיך. ער זאָל זיך נישט שעמען פֿאַר דער מאַמען, װאָלט ער אָט דעם חתן קאָפּל פֿריִער דורכגעפּאַטשט און נאָכדעם אַרױסגעװאָרפֿן פֿון שטוב. ער האַלט זיך אײַן און גיסט אים אָן פֿאַר אַ קאָפּיקע טינט. עס גײט נישט אַװעק קײן פֿערטל שעה, קומט אַרײַן אַ מײדל. דאָס מײדל קען איך נישט. זי קאַלופּעט מיטן פֿינגער די נאָז און רעדט צו מײַן מאַמען:

― דאָ מאַכט מען טינט?

― יאָ, װאָס איז דען?

― די שװעסטער האָט געבעטן, טאָמער קאָנט איר איר לײַען אַ ביסל טינט? זי דאַרף אַװעקשרײַבן אַ בריװל קײן אַמעריקע צו איר חתן.

― װער איז דײַן שװעסטער?

― בתיה די נײטאָרין.

― אַ? זע נאָר, װי זי איז אױסגעװאַקסן! קײן עין־הרע! איך האָב דיך גאָרנישט דערקענט. אַ טינטערל האָסטו?

― װי קומט צו אונדז אַ טינטערל? מײַן שװעסטער האָט געבעטן, טאָמער האָט איר אַ פּען, זי װעט נאָר אָנשרײַבן דאָס בריװעלע קײן אַמעריקע, גיט זי אײַך אָפּ צוריק די טינט און פּען.

מײַן ברודער אליהו איז נישטאָ בײַם טיש. ער איז אין אַלקער. ער גײט אַרום מיט שטילע טריט, קוקט אַראָפּ און בײַסט די נעגל.

― ו ―

― װאָס האָסטו אָנגעמאַכט אַזױ פֿיל טינט? האָסט, אַ פּנים, געװאָלט פֿאַרזאָרגן די װעלט מיט טינט, טאָמער װעט זײַן אַ הונגער אױף טינט?

אַזױ האָט אים געזאָגט אונדזער שכנהס מאַן, משה דער אײַנבינדער. אַ מאָדנער ייִד אָט דער אײַנבינדער! ער האָט אײַך אַ טבֿע זאַלצן יענעם אױף די װוּנדן. אַזױ איז ער, דאַכט זיך, נישקשה פֿון אַ מענטש, נאָר אַ ביסל אַ נודניק. האָט ליב זיך אײַנעסן יענעם אין דער גרגרת. מײַן ברודער אליהו האָט אים אָבער גוט געגעבן! ער האָט אים געזאָגט, אַז ער זאָל בעסער אַכטונג געבן אױף זיך אַלײן, ער זאָל נישט פֿאַרבײַטן די יוצרות. נישט בינדן אַ הגדה מיט אַ סליחה אינאײנעם… משה דער אײַנבינדער װײס שױן, װאָס דער שטאָך באַדײַט! ער האָט אַמאָל גענומען אַ שטיקל אַרבעט בײַ אַ ייִדן אַ בעל־עגלה. אַ הגדה האָט אים דער בעל־עגלה געגעבן אײַנבינדן. האָט זיך געטראָפֿן אַן אומגליק: על־פּי טעות, האָט דער אײַנבינדער אַרײַנגעבונדן אין דער הגדה אַ שטיק פֿון אַ פֿרעמדער סליחה. דער בעל־עגלה װאָלט זיך אפֿשר נישט כאַפּן, האָבן די שכנים דערהערט, אַז אָנשטאָט „שפֿוך חמתך על הגױים“ האָט דער בעל־עגלה געגעבן אַ זינג אױס מיט אַ װײנענדיקן ניגון פֿון סליחות „הנשמה לך והגוף פּעלך“… ס'איז געװאָרן זײער אַ גרױס געלעכטער. אױף מאָרגן איז דער בעל־עגלה געקומען צו אונדזער שכן דעם אײַנבינדער און האָט אים געװאָלט צערײַסן אױף צװײען.

― גזלן, װאָס האָט איר געהאַט צו מיר? למאַי האָט איר אַרײַנגעהאַקט אין מײַן פּסחדיקער הגדה אַ חמצדיקע סליחה? אָט רײַס איך אײַך אַרױס די קישקעס פֿון בױך!…

יאָ, מיר האָבן געהאַט דעמאָלט אַ פֿרײלעכן פּסח.

נאָר האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך בין אַרײַן מיט אַ פֿרעמדער מעשׂה. איך קער מיך באַלד אום צוריק צו אונדזערע גאָלדענע געשעפֿטן.

IX
נאָכװײענישן פֿון דער טינט־פֿאַרפֿלײצונג
― א ―

מײַן ברודער אליהו גײט אַרום אין אײנע צרות. װאָס טוט מען מיט דער טינט?

― װידער אַמאָל טינט? ― זאָגט אים די מאַמע.

― איך רײד נישט פֿון קײן טינט! ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו. ― כאַפּט דער רוח די טינט! איך רײד פֿון די פֿלעשער! עס ליגט אַ קאַפּיטאַל אין די פֿלעשער! מע דאַרף זען אױסלײדיקן די פֿלעשער און מאַכן פֿון זײ געלט!…

פֿון אַלצדינג מאַכט ער געלט! און עס בלײַבט, אַז מע דאַרף די טינט אױסגיסן צו אַלדי שװאַרצע יאָר! שלעכט איז נאָר אײן זאַך: װוּהין גיסט מען אױס אַזױ פֿיל טינט? עס איז פּשוט אַ בזיון!…

― עם װעט זיך ניט העלפֿן. ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. ― מע װעט מוזן צוּװאַרטן ביז בײַנאַכט. בײַנאַכט איז פֿינצטער, װעט קײנער ניט זען.

קױם דערלעבט נאַכט. אױף צו־להכעיס, שײַנט די לבֿנה, װי אַ לאַמטערן. דעמאָלט װען מע דאַרף, װעט זי זיך באַהאַלטן. איצט איז זי דאָ. מע האָט געשיקט נאָך איר!… אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און מיר טראָגן־אַרױס אַ פֿלאַש נאָך אַ פֿלאַש ― און פּליוך אין דרױסן אַרױס. פֿון גיסן אױף אײן אָרט װערט אַ טײַך. מע דאַרף נישט גיסן כּסדר אױף אײן אָרט. אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו, און איך פֿאָלג אים. איך זוך אױס אַלע מאָל אַ פֿריש אָרט. יעדע פֿלאַש האָט בײַ מיר אַן אַנדער אָרט. דער שכנהס װאַנט ― פּליוך! דעם שכנס פּאַרקאַן ― פּליוך! צװײ ציגן ליגן אַקעגן דער לבֿנה און מעלה־גרהן ― פּליוך!

― הײַנטיקס מאָל גענוג! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, און מיר גײען שלאָפֿן. שטיל און פֿינצטער. עס לאָזט זיך הערן דער טשירקון. פֿון אונטערן אױװן הערט זיך אַ מרוקען פֿון דער קאַץ. אַ גרױסע פּעפֿערין: טאָג װי נאַכט װאָלט זי זיך נאָר געװאַרעמט און געדרימלט. אין הױז אױף יענער זײַט טיר הערן זיך שטילע טריט. אפֿשר אַ ניט־גוטער?… די מאַמע שלאָפֿט נאָך ניט. זי שלאָפֿט, דאַכט זיך, קײנמאָל ניט. איך הער זי שטענדיק, װי זי קנאַקט די פֿינגער, זיפֿצט און קרעכצט און רעדט צו זיך אַלײן. אַזאַ טבֿע בײַ איר. אַלע נאַכט טענהט זי זיך אױס אַביסל. זי דערצײלט אירע גרױסע צרות. מיט װעמען רעדט זי דאָ? מיט גאָט?… אַלע מינוט לאָזט זי אױס מיט אַ קרעכץ:

― אױ, גאָט! גאָט!…

― ב ―

איך ליג נאָך אױף מײַן געלעגער, אױף דער ערד, און הער פֿונעם שלאָף אַ הו־האַ. עס לאָזן זיך הערן אַלערלײ באַקאַנטע קולות. ביסלעכװײַז עפֿן איך אױף די אױגן ― ס'איז שױן גרױסער טאָג. די שײַן פֿון דער זון האָט זיך אַרײַנגעריסן דורכן פֿענצטער. רופֿט מיך אין דרױסן אַרױס. איך װיל מיך דערמאָנען, װאָס איז געװען נעכטן ― אַהאַ! טינט!… איך כאַפּ מיך אױף און טו זיך אָן אױף גיך. מײַן מאַמע איז פֿאַרװײנט )װען איז זי ניט פֿאַרװײנט?(. מײַן שװעגערין ברכה איז אין כּעס )װען איז זי ניט אין כּעס?(. און מײַן ברודער אליהו שטײט אין מיטן שטוב, דעם קאָפּ אַראָפּ, כאָטש מעלק אים אױס. װאָס איז די מעשׂה? ניט אײן מעשׂה, נאָר עטלעכע מעשׂיות! אונדזערע שכנים זײַנען אױפֿגעשטאַנען אינדערפֿרי, האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה ― מע האָט זײ געקױלעט. אײנעם האָט מען אָפּגעשפּריצט די גאַנצע װאַנט מיט טינט. דעם אַנדערן האָט מען אָפּגעגאָסן דעם פּאַרקאַן, אַ נײַעם פּאַרקאַן. דער דריטער האָט געהאַט צװײ װײַסע ציגן. האָט מען זײ אים געמאַכט שװאַרץ, ניט צו דערקענען. דאָס אַלץ װאָלט נאָך געװען צו דערלײַדן, װען ניט דעם שוחטס זאָקן. אַ נײַע פּאָר זאָקן, װײַסע זאָקן, האָט די שוחטקע אױסגעהאַנגען בײַ אונדזער שכנה אױפֿן פּאַרקאַן, האָט מען פֿון זײ געמאַכט אַ תּל. עמעצער האָט זי געבעטן, זי זאָל אױסהענגען זאָקן אױף אַ פֿרעמדן פּאַרקאַן. די מאַמע האָט איר צוגעזאָגט אָפּקױפֿן אַ פּאָר נײַע זאָקן, אַבי ס'זאָל זײַן שטיל. װאָס־זשע װעט זײַן מיט דער װאַנט? מיטן פּאַרקאַן? ס'איז געבליבן, אַז מײַן מאַמע מיט מײַן שװעגערין ברכה זאָלן מחילה זיך אַװעקשטעלן מיט צװײ בערשטלעך און מיט װײַסער לײם און פֿאַרשמירן די פֿלעקן.

― אײַער גליק, װאָס איר האָט אָנגעטראָפֿן אױף ערלעכע שכנים. װען איר טרעפֿט מיט אײַער טינט אױף מנשה דעם רופֿאס גאָרטן, װאָלט איר געװוּסט װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן!

אַזױ זאָגט אונדזער שכנה פּעסיע צו מײַן מאַמען.

― װאָס־זשע מײנט איר? צו שלימזל באַדאַרף מען אױך האָבן מזל! ― ענטפֿערט איר די מאַמע און קוקט אױף מיר.

― װאָס מײנט זי, אַ שטײגער?…

― ג ―

― איצט װעל איך שױן זײַן קליגער. ― מאַכט צו מיר מײַן ברודער אליהו. ― לאָז נאָר װערן נאַכט, אַזױ טראָגן מיר אָפּ די פֿלעשלעך צום טײַך.

גערעכט, װי איך בין אַ ייִד! װאָס קאָן זײַן נאָך קליגער דערפֿון? סײַ װי סײַ גיסט מען אין טײַך אַרײַן כּל־הפּאַסקודסטװעס! דאָרט װאַשט מען גרעט, דאָרט באָדט מען פֿערד, דאָרט פּאָליאָסקען זיך חזירים. איך בין מיטן טײַך אַ נאָענטער מחותּן. איך האָב אײַך שױן אַמאָל באַשריבן, װי איך כאַפּ דאָרטן פֿיש. דערפֿון װעט איר לײַכט פֿאַרשטײן, װי איך האָב אַרױסגעקוקט אױף דער מינוט, װען מיר װעלן גײן צום טײַך. עס איז נאָר געװאָרן נאַכט, האָבן מיר אָנגעפּאַקט פֿולע קױשן מיט פֿלעשער און גענומען טראָגן זײ צום טײַך. אױסגעגאָסן די טינט, אָפּגעטראָגן די לײדיקע פֿלעשער אַהײם און אָנגענומען װידעראַמאָל פֿולע פֿלעשער. אַ גאַנצע נאַכט האָבן מיר אַזױ געאַרבעט. איך האָב שױן לאַנג נישט געהאַט אַזאַ גוטע פֿרײלעכע נאַכט. שטעלט אײַך פֿאָר: די שטאָט שלאָפֿט. דער הימל איז אױסגעשטערנט. די לבֿנה שײַנט אַראָפּ אין טײַכל אַרײַן. ס'איז שטיל־מחיה. דאָס טײַכל איז אַ לעבעדיק טײַכל. קומט נאָך פּסח, אַז עס צעגײט דאָס אײַז, אַרבעט דאָס מעשׂים! בלאָזט זיך אָן, צעשפּרײט זיך און צעגיסט זיך. װאָס װײַטער װערט דאָס קלענער, שמעלער און פּלאַטשיקער. צום סוף זומער װערט דאָס גאָר אַנטשװיגן. עס כאַפּט אַ דרעמל. עמעצער אױפֿן דנאָ אין בלאָטע מאַכט: בול־בול־בול. אַ פּאָר זשאַבקעס רופֿן זיך אָפּ פֿון יענער זײַט: קרואַ־קרואַ! ס'איז אַ בזיון, ניט קײן טײַך! איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז איך קאָן אים איבערגײן צופֿוס פֿון ברעג צו ברעג, נישט אױסגעטאָן די הױזן!

פֿון אונדזער טינט איז דאָס טײַכל געװאָרן אַביסל גרעסער. אַ קלײניקײט, אפֿשר טױזנט פֿלאַש טינט! דערפֿאַר אָבער האָבן מיר זיך אָנגעהאָרעװעט, װי די אָקסן. אַנטשלאָפֿן געװאָרן זײַנען מיר, װי די געהרגעטע. אױפֿגעװעקט האָט אונדז די מאַמע מיט אַ געװײן:

― פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן און װײ איז מײַן װעלט! װאָס האָט איר געטאָן אַזעלכעס מיטן טײַך?…

עם האָט זיך אַרױסגעשטעלט, אַז מיר האָבן אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע שטאָט: די װעשערינס האָבן ניט װוּ צו װאַשן גרעט. די בעלי־עגלות האָבן ניט װוּ אָנצוטרינקען די פֿערד. די װאַסער־פֿירער… אָט װעלן זײ זיך צונױפֿנעמען אַלע אינאײנעם און װעלן קומען זיך רעכענען מיט אונדז. אַזױ זאָגט אונדז אָן די מאַמע אַ בשׂורה. מיר אָבער װילן אױף זײ ניט װאַרטן. מיר װילן ניט זען, װיִאַזױ װאַסערפֿירערס װעלן זיך מיט אונדז רעכענען. איך און מײַן ברודער אליהו נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און ― מאַרש צו זײַנעם אַ חבֿר פּיניע.

― דאָרט לאָזן זײ אונדז זוכן, אַז זײ באַדאַרפֿן!…

אַזױ זאָגט מיר מײַן ברודער אליהו, נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט, און מיר לאָזן זיך גיך און געשװינד באַרג־אַראָפּ, צו זײַן חבֿר פּיניע. אַז מיר װעלן זיך זען, װעל איך אײַך אַמאָל באַקאַנט מאַכן מיט מײַז ברודער אליהוס חבֿר פּיניע. ס'איז כּדאַי, איר זאָלט זיך מיט אים באַקענען: ער האָט אױך אין זיך גוטע געדאַנקען.

X
אַ גאַס ניסט
― א ―

װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ סדרה עס גײט בײַ אונדז הײַנט? ― מײַז! מײַן ברודער אליהו האָט אַ גאַנצע װאָך געלערנט דאָס בוך, װאָס מע מאַכט דורך דעם געלט, „פֿאַר אַ רובל ― הונדערט“. ער האָט זיך שױן אױסגעלערנט, זאָגט ער, אַרױסטרײַבן מײַז, טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. שטשערעס אױך. לאָז מען אים נאָר אַרײַנלאָזן ערגעץ מיט זײַן פּראָשיק ― אַזױ בלײַבט נישט אײן מױז. זײ צעלױפֿן זיך. אַ סך פּגרן אַװעק. נישטאָ מער קײן מײַז! װיִאַזױ ער מאַכט דאָס ― װײס איך ניט. ס'איז אַ סוד. פֿונעם סוד װײס נאָר דאָס בוך און ער, װײַטער קײנער ניט. דאָס בוך האַלט ער אין בוזעם־קעשענע. דעם פּראָשיק אין אַ פּאַפּיר. דער פּראָשיק איז רױטלעך און צעריבן דין, װי שמעק־טאַבאַק.

רופֿן רופֿט זיך עס „שעמעריצי“.

― װאָס הײסט דאָס שעמעריצי?

― טערקישער פֿעפֿער.

― װאָס הײסט דאָס טערקישער פֿעפֿער?

― איך װעל דיר געבן אַ „װאָס־הײסט־דאָס“, װעסטו בײַ מיר עפֿענען מיטן קאָפּ די טיר!

אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו. ער האָט פֿײַנט, אַז מע פֿרעגט אים קשיות סאַמע בײַ דער רעכטער אַרבעט. איך קוק און שװײַג. איך זע, אַז חוץ דעם רױטן פּראָשיק, איז דאָ בײַ אים נאָך אַ פּראָשיק. אױך גוט צו מײַז. נאָר מע דאַרף זײַן מיט דעם געהיט!

― סם־המװת! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו אפֿשר הונדערט מאָל דער מאַמען, ברכהן און מיר. דער עיקר ― מיר, איך זאָל מיך חלילה צו דעם ניט צורירן ― ס'איז סם!

די ערשטע פּרוּװ האָבן מיר געמאַכט אױף אונדזער שכנה פּעסיעס מײַז. דאָרט האַלטן זיך מײַז אָן אַ שיעור. איר װײסט דאָך, אַז איר מאַן איז אַן אײַנבינדער. משה רופֿט מען אים. תּמיד איז בײַ אים אַ פֿולע שטוב מיט ספֿרים. מײַז האָבן ליב ספֿרים. און ניט אַזױ ספֿרים, װי פּאַפּ. פּאַפּ איז דאָס, װאָס מע קלעפּט מיט דעם ספֿרים. צוליב דעם פּאַפּ עסן זײ שױן ספֿרים אױך. טוען אים אָן גרױסע שאָדנס. אַנומלטן האָבן זײ אים דורכגעלעכערט אַ מחזור. אַ שפּאָגל־נײַעם מחזור. סאַמע דאָרט, װוּ ס'איז מיט גרױסע אותיות געװען אָפּגעדרוקט דער „המלך“. זײ האָבן זיך דאָס אַביסל צוגעכאַפּט צום „המלך“! איבערגעלאָזט נאָר דאָס אײבערשטע קעפּל פֿון דעם למ″ד.

― לאָזט מיך אױף אײן נאַכט! ― בעט זיך מײַן ברודער אליהו בײַם אײַנבינדער. דער אײַנבינדער װיל נישט. ער זאָגט:

― איך האָב מורא, זאָלסט מיר נישט איבערפֿירן די ספֿרים.

― מיט װאָס װעל איך אײַך איבערפֿירן הי ספֿרים? ― פֿרעגט אים מײַן ברודער אליהו.

― איך װײס אַלײן נישט מיט װאָס, נאָר איך האָב מורא. ס'איז פֿרעמדע ספֿרים.

נו, גײט רעדט מיט אַן אײַנבינדער! קױם געפּועלט, ער זאָל אונדז צולאָזן אױף אײן נאַכט.

― ב ―

די ערשטע נאַכט איז אונדז נישט געראָטן. נישט געכאַפּט אײן מױז אַפֿילו! מײַן ברודער אליהו זאָגט אַפֿילו, אַז ס'איז אַ גוטער סימן. די מײַז, זאָגט ער, האָבן דערשמעקט דעם פּראָשיק, זײַנען זײ זיך צעלאָפֿן. דער אײַנבינדער דרײט מיטן קאָפּ און שמײכלט מיט אײן ליפּ. אַ פּנים, ער גלײבט נישט. פֿונדעסטװעגן, איז אַרױס אַ קלאַנג אין שטאָט, אַז מיר פֿאַרטרײַבן מײַז. דער קלאַנג האָט זיך גענומען פֿון אונדזער שכנה פּעסיע. זי איז אַװעק גאַנץ פֿרי אין מאַרק און האָט צעפּױקט איבער דער גאַנצער שטאָט, „אַז אַזױ װי מיר פֿאַרטרײַבן מײַז, פֿאַרטרײַבט קײנער נישט“. זי האָט אונדז געמאַכט אַ נאָמען. פֿריִער מיטן קװאַס האָט זי אױך געפּױקט איבער דער גאַנצער שטאָט. נאָכדעם האָט זי אױסגעפּױקט, אַז מיר מאַכן אַזאַ טינט, װאָס סע עקט זיך די װעלט. װאָס האָט אָבער געהאָלפֿן איר פּױקן, אַז קײנער דאַרף נישט קײן טינט? מײַז איז נישט דאָס װאָס טינט. מײַז זײַנען פֿאַראַן אומעטום, כּמעט אין יעדער שטוב. יעדער בעל־הבית האָט אַ קאַץ. נאָר װאָס העלפֿט אײן קאַץ קעגן אַזױ פֿיל מײַז? ובפֿרט שטשערעס! שטשערעס הערן אַ קאַץ, װי המן דעם גרעגער. אַ סבֿרה, אַז פֿאַר שטשערעס האָט אַ קאַץ אַלײן אױך מורא. אַזױ זאָגט בערע דער שוסטער. ער דערצײלט זיך אָן פֿון שטשערעס אַזעלכע מעשׂיות, אַז אַ שרעק! מע האַלט אים אַפֿילו פֿאַר אַ שטיקל בעל־מגזם. נאָר לאָז זײַן, אַז ס'איז נאָר האַלב אמת, איז דאָס אױך שײן. ער זאָגט, אַז די שטשערעס האָבן בײַ אים אױפֿגעגעסן אַ פּאָר נײַע שטיװל. ער שװערט מיט אַזעלכע שבֿועות, אַז מע מעג גלײבן אַ משומד. ער זאָגט, אַז ער האָט אַלײן געזען, װי צװײ גרױסע שטשערעס זײַנען אַרױס פֿון זײערע נאָרעס און האָבן פֿאַר זײַנע אױגן אױפֿגעגעסן אַ פּאָר שטיװל. בײַנאַכט איז דאָס געװען. צוגײן נאָענט האָט ער מורא געהאַט ― צװײ מוראדיקע שטשערעס, װי קעלבלעך די גרױס. פֿון דער װײַטן האָט ער זײ געטריבן, געפֿײַפֿט אױף זײ, געטופּעט מיט די פֿיס, געשריגן: קיש־קיש־קיש־קיש! עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן זאַך. ער האָט זײ אַ װאָרף געטאָן אַ קאָפּיטע פֿון אַ שטיװל, האָבן זײ אַ קוק געטאָן אױף אים און געטאָן זײערס. נאָכדעם האָט ער זײ אַ שמיץ געטאָן אין פּנים די קאַץ. זײַנען זײ אָנגעפֿאַלן אױף דער קאַץ און האָבן זי אױך אױפֿגעגעסן. קײנער האָט אים נישט געװאָלט גלײבן, נאָר אַז אַ מענטש שװערט!

― לאָזט מיך קאָרשט אױף אײן נאַכט, ― זאָגט צו אים מײַן ברודער אליהו, ― װעל איך אײַך אַרױסטרײַבן אַלע שטשערעס!

― אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! ― זאָגט בערע דער שוסטער. ― איך װעל אײַך נאָך זאָגן אַ דאַנק!…

― ג ―

אַ גאַנצע נאַכט זײַנען מיר אױסגעזעסן בײַ בערע דעם שוסטער. בערע אַלײן איז אױך געזעסן מיט אונדז. אַך, װאָסערע שײנע מעשׂיות ער דערצײלט זיך אָן! ער דערצײלט פֿון דער טערקישער מלחמה (ער איז אַן אױסגעדינטער סאָלדאַט). ער איז געװען אין אַזאַ אָרט, װאָס סע הײסט „פּלעװנעПлевен, בולגאַריע“. האָט מען דאָרט געשאָסן מיט האַרמאַטן. איר װײסט, װיפֿל אַ האַרמאַט האַלט די גרױס? זײַט זיך משער, אַז אײן קױל איז גרעסער פֿון דער גאַנצער שטוב, און װאַרפֿן װאַרפֿט זי אַרױס אין אַ מינוט אפֿשר טױזנט אַזעלכע קױלן. זײַט איר צופֿרידן? די קױל, אַז זי פֿליט, שרײַט זי אַזױ, אַז מע װערט טױב. אײנמאָל איז ער געשטאַנען אױף דער װאַך ― אַזױ דערצײלט בערע דער שוסטער. פּלוצעם דערהערט ער אַ קנאַק, און סע טראָגט אים אין דער לופֿטן, הױך טראָגט דאָס אים, ביז אַריבער דער כמאַרע, און דאָרט צערײַסט זיך די קױל אױף טױזנט שטיקלעך. אַ גליק, זאָגט ער, װאָס ער איז געפֿאַלן אױף אַ װײכן אָרט. אַנישט, װאָלט ער זיך צעשלאָגן דעם קאָפּ. מײַן ברודער אליהו הערט אױס די מעשׂה, און די ברעמען בײַ אים שמײכלען. דאָס הײסט, ער אַלײן לאַכט נישט, נאָר די ברעמען לאַכן. אַ מאָדנער געלעכטער. בערע דער שוסטער באַמערקט דאָס נישט. ער הערט נישט אױף צו דערצײלן זײַנע װוּנדערלעכע מעשׂיות. אײן מעשׂה איז מוראדיקער פֿון דער אַנדערער. אָט אַזױ זײַנען מיר אָפּגעזעסן ביז טאָג. און שטשערעס? איר זאָלט זאָגן ― אײן שטשאָר אַפֿילו.

― איר זײַט אַ כּישוף־מאַכער! ― זאָגט בערע דער שוסטער צו מײַן ברודער אליהו. און ער גײט אַרױס אין שטאָט און דערצײלט זיך אָן חידושים, װי אַזױ מיר האָבן בײַ אים מיט אַ שפּרוך צעטריבן אַלע שטשערעס אין אײן נאַכט. ער שװערט, אַז ער האָט אַלײן געזען, װי אַזױ מײַן ברודער אליהו האָט עפּעס געשעפּטשעט, זײַנען אַרױס די שטשערעס פֿון די נאָרעס און האָבן זיך געלאָזט לױפֿן באַרג־אַראָפּ, אַהין, צום טײַך צו, אַריבערגעשװוּמען דעם טײַך און אַװעק װײַטער. ער װײס נישט װוּהין…

― ד ―

― דאָ טרײַבט מען מײַז? ― אַזױ קומט מען אַלע מאָל צו אונדז מיט אַ נײַס און מע רופֿט אונדז, מיר זאָלן זיך מטריח זײַן קומען אַרױסטרײַבן די מײַז מיט אונדזער שפּרוך…

מײַן ברודער אליהו איז אָבער אַן אמתער מענטש. ער האָט פֿײַנט „ליגינים“. ער זאָגט, אַז טרײַבן טרײַבט ער מײַז נישט מיט קײן שפּרוך, נאָר מיט אַ פּראָשיק. ער האָט אַ פּראָשיק אַזעלכן, װאָס אַז די מײַז דערשמעקן אים, צעלױפֿן זײ זיך.

― לאָז זײַן אַ פּראָשיק, לאָז זײַן אַ שװאַרץ יאָר, אַבי איר זאָלט מיר אַרױסטרײַבן די מײַז!… װיפֿל װעט דאָס קאָסטן?

מײַן ברודער אליהו האָט פֿײַנט דינגען זיך. ער זאָגט, אַז פֿאַרן פּראָשיק קומט אים אַזױ פֿיל, און פֿאַר דער טירחה אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל. געװײנלעך, זאָגט ער אַלעמאָל טײַערער. אַלע טאָג העכערט ער דעם פּרײַז. דאָס הײסט, נישט ער העכערט, נאָר מײַן שװעגערין העכערט.

― ממה־נפֿשך, ― זאָגט זי ― עסט מען חזיר, זאָל רינען איבערן באָרד. אַז דו ביסט שױן יאָ געװאָרן אַ מײַזנטרײַבער, נעם כאָטש געלט.

― נו, און יושר װוּ איז? װוּ איז גאָט? ― אַזױ מישט זיך אַרײַן די מאַמע. און מײַן שװעגערין ברכה ענטפֿערט איר אָפּ:

― יושר? אָט איז יושר! (זי װײַזט איר אָן אױפֿן אױװן.) גאָט? אָט איז גאָט! (זי טוט זיך אַ פּאַטש איבער דער קעשענע.)

― ברכה! װאָס האָסטו געזאָגט?! גאָט איז מיט דיר!!!

אַזױ שרײַט אױס די מאַמע און טוט אַ בראָך מיט די הענט.

― װאָס רעדסטו מיט אַ בהמה?! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, שפּאַצירט איבער דער שטוב און ציפּעט זיך דאָס בערדל. ער האָט שױן אַ היפּש בערדל. סע װאַקסט בײַ אים מיט רוחות. ער ציפּעט דאָס, און סע װאַקסט. מאָדנע װאַקסט דאָס בערדל. אױפֿן האַלדז גאָר האָט זיך עס בײַ אים צעװאַקסן. דאָס פּנים איז גלאַט, נאָר דער האַלדז איז פֿול מיט באָרד. איר האָט געזען אַמאָל אַזאַ באָרד?

אַן אַנדערס מאָל װאָלט אים מײַן שװעגערין ברכה פֿאַרן װאָרט „בהמה“ אָפּגעשפּילט אַ פֿרימאָרגן, אַז עס װאָלט אים פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. איצט האָט זי אים פֿאַרשװיגן, װײַל ער פֿאַרדינט געלט. אַלעמאָל, װען מײַן ברודער אליהו פֿאַרדינט געלט, װערט ער בײַ איר אַ מיוחס. איך װער אױך בײַ איר טײַערער, װאָרעם איך העלף מײַן ברודער פֿאַרדינען געלט. אַזױ רופֿט זי מיך „שלעפּער“ אָדער „שלימזל“, אָדער „קבצנישע קישקע“. איצט האָט זי מיך פֿאַרצױגן. איך הײס שױן בײַ איר „מאָטעלע“:

― מאָטעלע! דערלאַנג מיר די שיך.

― מאָטעלע! נעם מיר אָן אַ קװאָרט װאַסער.

― מאָטעלע! טראָג אַרױס דאָס מיסט.

אַז מע פֿאַרדינט געלט, איז גאָר אַנדערע װערטער.

― ה ―

דער חסרון פֿון מײַן ברודער אליהו ― װאָס ער האָט ליב אַ סך. קװאַס ― אַ דײזשקע. טינט ― טױזנט פֿלעשער. אַ פּראָשיק פֿון מײַז ― אַ פֿולער זאַק. אונדזער שכנהס מאַן, דער אײַנבינדער, האָט אים אָבער געזאָגט: „װאָס דאַרף מען אַזױ פֿיל?“ ― האָט אים נאָך מײַן ברודער אליהו גוט מכבד געװען. װאָלט מען כאָטש דעם זאַק פֿאַרשלאָסן ערגעץ אין אַ שאַפֿע. גײען זײ אַלע אַװעק און לאָזן מיך איבער אײנעם אַלײן מיטן זאַק. װאָס קומט מיר דערפֿאַר, װאָס איך האָב מיך אַװעקגעזעצט אױף אים אַ װײַלע רײַטנדיק? עלעהײ ס'איז אַ פֿערדל! זאָל איך זײַן אַ נבֿיא, אַז דער זאַק װעט פּלאַצן, און עס װעט זיך געבן אַ שאָט אױס פֿון אים עפּעס אַ געלע זאַך! דאָס איז טאַקע דער פּראָשיק, װאָס מײַן ברודער אליהו פֿאַרטרײַבט מיט אים די מײַז. ער האָט אַזאַ שאַרפֿן ריח, אַז מע קאָן חלשן! איך בײג מיך אָן, איך װיל צונױפֿנעמען דאָס, װאָס האָט זיך צעשאָטן, פֿאַלט אָן אױף מיר אַ ניסערײַ. איך זאָל אַרײַנציִען אין נאָז אַרײַן אַ גאַנצע פּושקע מיט שמעקטאַבעק, װאָלט איך נישט באַדאַרפֿט אַזױ שטאַרק ניסן. איך ניס אַזױ לאַנג, ביז איך כאַפּ מיך אַרױס אין דרױסן. טאָמער װעל איך אױפֿהערן ניסן. װער־װאָס? עס קומט אָן די מאַמע און דערזעט, איך ניס. פֿרעגט זי מיך: װאָס איז? איך קאָן איר ענטפֿערן נאָר טשכי! און טשכי! און װידעראַמאָל טשכי!

― װינד איז מיר, װוּ האָסטו געכאַפּט אַזאַ קאַטאַר? ― זאָגט צו מיר די מאַמע און ברעכט די הענט. איך הער נישט אױף צו ניסן און װײַז איר מיט דער האַנט אַהין, אין שטוב אַרײַן. זי גײט אַרײַן און לױפֿט אַרױס צוריק נאָך מיט אַן ערגערער ניסערײַ, װי איך. קומט אָן מײַן ברודער אליהו און דערזעט אונדז בײדע ניסן. פֿרעגט ער: װאָס איז דאָס? װײַזט אים די מאַמע מיט דער האַנט אַהין, אין שטוב אַרײַן. ער כאַפּט זיך אַרײַן און לױפֿט אַרױס צוריק מיט אַ גװאַלד:

― װער האָט דאָס צע ― טשכי! טשכי! טשכי!…

איך האָב שױן לאַנג נישט געזען מײַז ברודער אליהו אין כּעס, אַזױ װי אַצינד. ער לאָזט זיך מיט בײדע הענט גלײַך אױף מיר. אַ גליק, װאָס ער ניסט, אַנישט ― װאָלט איך פֿון זײַנע הענט אַרױס אַ קאַליקע. מײַן שװעגערין ברכה קומט אָן, טרעפֿט זי אונדז אַלע דרײַ האַלטן זיך בײַ די זײַטן און ניסן.

― װאָס איז מיט אײַך? װאָס האָט איר זיך פּלוצעם צעגיסט?

װאָס זאָלן מיר איר זאָגן? מיר קאָנען דען אױסרעדן אַ װאָרט? װײַזן מיר איר מיט דער האַנט אַהין, אין שטוב אַרײַן. כאַפּט זי זיך אַרײַן, און לױפֿט באַלד אַרױס צוריק רױט, װי העליש פֿײַער, און פֿאַלט אָן אױף מײַן ברודער אליהו:

― װאָס האָב איך דיר גע ― טשכי! טשכי! טשכי!…

קומט אָן אונדזער שכנה, פּעסיע די גראָבע. זי רעדט צו אונדז, נאָר קײנער קאָן איר נישט ענטפֿערן קײן װאָרט. מיר װײַזן איר מיט דער האַנט אַהין, אין שטוב אַרײַן. זי גײט אַרײַן און לױפֿט אַרױס צוריק:

― װאָס האָט איר אַזעלכעס גע ― טשכי! טשכי! טשכי!…

אונדזער שכנה מאַכט מיט בײדע הענט. עס קומט אַרױס איר מאַן, דער אײַנבינדער. דער אײַנבינדער קוקט אױף אונדז און לאַכט.

― װאָס איז דאָס אױף אײַך אָנגעפֿאַלן פּלוצעם פֿאַר אַ ניסערײַ?

― זײַט זיך מטריח אַהי ― טשכי! טשכי! טשכי! ― זאָגן מיר צו אים און װײַזן אים אַלע אַהין, אין שטוב אַרײַן. דער אײַנבינדער גײט אַרײַן צו אונדז אין שטוב אַרײַן, און שפּרינגט אַרױס צוריק מיט אַ געלעכטער:

― איך װײס שױן װאָס דאָס איז! איך האָב אַ שמעק געטאָן! דאָס איז שעמע ― טשכי! טשכי!

און ער כאַפּט זיך מיט בײדע הענט בײַ די זײַטן און ניסט געשמאַק. נאָך יעדן ניס טוט ער אַ שפּרונג אונטער, בלײַבט שטײן אױף די שפּיץ פֿינגער און טוט אַ ניס, און װידער אַ שפּרונג אונטער, און װידער אַ ניס, און אַזױ װײַטער. אין אײן האַלבע שעה ניסן שױן אַלע אונדזערע שכנים און שכנות מיט זײערע פֿעטערס און מומעס און גליד־שװעסטערקינדער און זײערע באַקאַנטע ― די גאַנצע גאַס, פֿון אײן עק ביזן אַנדערן, האַלט אין אײן ניסן!

װאָס האָט זיך מײַן ברודער אליהו אַזױ דערשראָקן? אַ פּנים, ער האָט מורא, מע זאָל נישט אױסלאָזן דעם כּעס צו אים פֿאַרן ניסן, װאָס מע ניסט? ער נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט, און ניסנדיק לאָזן מיר זיך בײדע גײן באַרג־אַראָפּ, צו זײַן חבֿר פּיניע. עס נעמט גוטע אָנדערהאַלבן שעה, ביז מיר זענען אימשטאַנד צו רײדן אַזױ װי מענטשן. מײַן ברודער אליהו דערצײלט זײַן חבֿר פּיניע די גאַנצע מעשׂה. זײַן חבֿר פּיניע הערט אים אױס מיט קאָפּ, אַזױ װי אַ דאָקטער הערט אױס אַ חולה. אַז מײַן ברודער אליהו האָט געענדיקט, מאַכט צו אים זײַן חבֿר פּיניע:

― אַנו, װײַז נאָר אַהער דאָס בוך.

מײַן ברודער אליהו נעמט אַרױס דאָס בוך פֿון בוזעם־קעשענע און גיט דאָס איבער צו זײַן חבֿר פּיניע. זײַן חבֿר פּיניע לײענט איבער דאָס אױבערשטע בלעטל: „פֿאַר אײן רובל ― הונדערט רובל! אַ סגולה װי אַזױ פֿון גאָרנישט, מיט די פֿינף פֿינגער, מאַכן הונדערט רובל אַ חודש און מער“… ער נעמט דאָס בוך און טוט דאָס אַ װאָרף אַרײַן אין אױװן אַרײַן גלײַך אױפֿן פֿײַער. מײַן ברודער אליהו טוט זיך אַ לאָז מיט בײדע הענט צום פֿײַער. זײַן חבֿר פּיניע שטעלט אים אָפּ:

― פּאַװאָליע, נישט געכאַפּט!

נאָך אַ פּאָר מינוט ― און מײַן ברודער אליהוס בוך, װאָס לערנט, װי אַזױ צו מאַכן הונדערט רובל אַ חודש און מער, איז געבליבן נישט מער װי אַ בערגל אױפֿגעבלאָזענע אַש. פֿון אײן זײַט איז פֿאַרבליבן אַ שטיקל נישט־פֿאַרברענט פּאַפּיר, קױם־קױם װאָס מע האָט געקאָנט איבערלײענען: ש־ע־מ־ע־ר־י־צ־י.

XI
אונדזער חבֿר פּיניע
― א ―

געדענקט איר, איך האָב אײַך אַמאָל געזאָגט, אַז איך װעל אײַך באַקענען מיט מײַן ברודער אליהוס חבֿר פּיניע? איך האָב אײַך צוגעזאָגט באַקענען, װײַל ער האָט אין זיך גוטע געדאַנקען. נאָר אײדער איך װעל אײַך דערצײלן פֿון פּיניען, מוז איך אײַך דערצײלן פֿריִער פֿון זײַן זײדן, נאָכדעם פֿון זײַן טאַטן, נאָכדעם פֿון זײַן פֿעטער, און ערשט נאָכדעם שױן פֿון פּיניען אַלײן.

שרעקט אײַך נישט ― איך װעל דאָס אײַך מאַכן בקיצור. איך הײב אָן פֿון זײדן.

פֿון רב העסיע דעם גלעזער האָט איר אַמאָל געהערט? דאָס איז פּיניעס זײדע. ער איז אַ גלעזער, און אַ שפּיגל־מאַכער, און אַ פֿאַרבער, און קאָן מאַכן טאַביקע. הײַנט האָט ער אַװעקגעװאָרפֿן אַלע אַרבעט און פֿאַרנעמט זיך נאָר דערמיט, װאָס ער רײַבט טאַביקע און פֿאַרקױפֿט. כּל־זמן, זאָגט ער, אַ מענטש לעבט, דאַרף ער אַרבעטן, ניט אָנקומען צו קײנעם. ער איז אַ הױכער, אַ דאַרער, מיט רױטע אױגן און מיט אַ מוראדיקער נאָז, אונטן ברײט, אױבן שמאָל, און אױסגעבױגן װי אַ שופֿר. איך האָב מורא, אױב עס איז אים נישט געקומען פֿון דעם, װאָס ער שמעקט טאַביקע. ער איז אַ זקן. ער איז אַלט אפֿשר הונדערט יאָר, און איז נאָך בײַ אַלע געדאַנקען. ס'איז אַ סבֿרה, אַז ער האָט נאָך הײַנט מער שׂכל װי זײַנע צװײ זין: הערש־לײב דער מעכאַניק און שניאור דער זײגער־מאַכער. הערש־לײב דער מעכאַניק איז אױך אַזױ דין און הױך, װי רב העסיע. ער האָט אױך אַ גרױסע נאָז, נאָר ער שמעקט נישט קײן טאַביקע. אפֿשר װעט ער אַמאָל שמעקן. דערװײַל נאָך נישט. ער איז אַ מעכאַניק פֿון אױװנס. ער מאַכט אױװנס. אַלע זאָגן אױף אים, אַז ער איז אַ קאָפּמענטש. ער האָט טאַקע אַ גרױסן שטערן. מע זאָל אים געװען זאָגט ער, לערנען אַ מלאָכה, װאָלט ער זײַן אײנער אין דער װעלט. עס איז גאָר נישטאָ קײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס ער זאָל עס נישט פֿאַרשטײן מיטן שׂכל. אַזױ זאָגט ער אַלײן אױף זיך. אַלצדינג כאַפּט ער מיטן קוק. אױװנס מאַכן האָט ער זיך אױסגעלערנט פֿון זיך אַלײן. ער האָט געזען אַ פּאָר מאָל, װי איװאַן פּיטשקור מאַכט אױװנס, האָט ער זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן פֿון געלעכטער. ער האָט געזאָגט, אַז דער גױ הײבט נישט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט אַן אױװן. ער איז געקומען אַהײם און האָט צעװאָרפֿן דעם אױװן און האָט אַװעקגעשטעלט, טאַקע פֿון די זעלבע ציגל, אַן אַנדער אױװן. די ערשטע צײַט האָט דער אױװן גערױכערט, מע האָט געקאָנט דערשטיקט װערן. האָט ער צעװאָרפֿן דעם אױװן און געשטעלט אַ נײַעם אױװן. אַזױ עטלעכע מאָל, ביז ער איז געװאָרן אַ באַרימטער מעכאַניק. ער האָט מיט זײַן אײגענעם שׂכל דערקלערט אַזאַ מין אױװן, װאָס ס'איז גענוג, מע זאָל אים הײצן אײן מאָל אין אַכט טעג. דער גאַנצער חסרון, ער האָט נאָך ניט די ציגל, זאָגט ער, װאָס מע דאַרף דערצו האָבן. װען מע גיט אים, זאָגט ער, „קאַכליאָװע“ ציגל, שטעלט ער אײַך אױף אַן אױװן, װאָס מע דאַרף אים גײן זען אױף חידושים! ער זאָגט, אַז אין אַן אױװן ליגט מער שׂכל, װי אין אַ זײגער. דאָס זאָגט ער שױן אױף צו־להכעיס זײַן ברודער שניאור. זײַן ברודער שניאור איז ייִנגער פֿון אים און העכער פֿון אים, און האָט אױך אַ לאַנגע נאָז, און איז אַ זײגער־מאַכער. געזאָלט האָט ער גאָר זײַן אַ רבֿ, אָדער אַ שוחט, אָדער אַ מלמד. אַזאַ קאָפּ האָט ער געהאַט צום לערנען! האָט ער בעסער געװאָלט זײַן אַ זײגער־מאַכער. װי קומט צו אים זײגער־מאַכערײַ? װעט איר הערן.

אַז ער איז נאָך געװען אַ ייִנגל און האָט געלערנט אין חדר, אַזױ דערצײלט שניאור אַלײן, האָט אים דער קאָפּ געטראָגן אױף גרױסע זאַכן. למשל, דערגײן דעם שׂכל פֿון אַ שלאָס, פֿאַרװאָס, אַז מע טוט אַ דרײ רעכטס, עפֿנט עס זיך, און אַז מע טוט אַ דרײ לינקס, פֿאַרשליסט עס זיך? אָדער װיִאַזױ גײט אַ זײגער? פֿאַרװאָס שלאָגט ער אַקוראַט דעמאָלט, װען דער גרױסער װײַזער קומט צו צום צװעלף? דאָס ערשטע מאָל, אַז ער האָט, זאָגט ער, דערזען אַ זײגער מיט אַ פֿױגל, איז ער שיִער ניט אַראָפּ פֿון זינען. דעם זײגער מיטן פֿױגל האָט דער אַלטער רב העסיע באַקומען אַ מתּנה פֿון אַן אױסגעדינטן פּאָלקאָװניק, װאָס פֿלעגט אים געבן אַרבעט. אַלע שעה, אַז דער זײגער האָט באַדאַרפֿט קלינגען, האָט זיך אױפֿגעעפֿנט אַ טירל, און ס'איז אַרױס אַ פֿױגל מיט אַ קו־קו! דער פֿױגל איז געװען נאַטירלעך, װי לעבעדיק. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו די קאַץ האָט געהאַט אַ טעות. אַלע מאָל װען דער פֿױגל איז אַרױס מיט אַ קו־קו, פֿלעגט זיך די קאַץ אָנבלאָזן און פֿלעגט אים װעלן כאַפּן. שניאור האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט, אַז ער מוז דערגײן דעם שׂכל פֿונעם פֿױגל. אײנמאָל, אַז קײנער איז ניט געװען אין דער הײם, האָט ער זיך צוגעכאַפּט צום זײגער. ער האָט אים אַראָפּגענומען פֿון װאַנט, אָפּגעדרײט אַלע שרײַפֿלעך און אַרױסגענומען די געדערים. איז אָנגעקומען דער פֿאָטער, האָט ער אים אַזױ געשלאָגן, אַז מע האָט שױן נישט געהאַלטן פֿון זײַן לעבן. עד־היום, זאָגט ער, שטײען בײַ אים סימנים אױפֿן לײַב. ער האָט אָבער אױסגעפֿירט זײַנס ― ער איז אַ זײגער־מאַכער. איך װײס ניט, צי ער איז פֿון די בעסטע, נאָר ער נעמט נישט טײַער און מאַכט גיך. מײַן ברודער אליהו האָט בײַ אים שױן װיפֿל מאָל צורעכט געמאַכט דעם זײגער. כּמעט אַ װאָך איבער אַ װאָך פֿאַרריכט ער אים דעם זײגער. אַ מאָדנער זײגער בײַ מײַן ברודער אליהו: אָדער ער לױפֿט משוגענערװײַז, אָדער ער גײט אײַנגעהאַלטן מיט אַ שעה פֿיר, אָדער ער שטעלט זיך גאָר אַװעק ― און טוט אים עפּעס! מײַן ברודער אליהו װאָלט אפֿשר געגאַנגען צו אַן אַנדער זײגער־מאַכער, פּאַסט אים ניט פֿאַר זײַן חבֿר פּיניע. זײַן חבֿר פּיניע זאָגט, אַז שולדיק איז מסתּמא דער זײגער, ניט דער פֿעטער שניאור. װאָרעם ממה־נפֿשך: איז דער זײגער אַ זײגער, װעט דאָך אים יעדער זײגער־מאַכער קאָנען צורעכט מאַכן. אלא װאָס דען? דער זײגער אַלײן איז קײן זײגער ניט, הײַנט װאָס װעט אים העלפֿן דער זײגער־מאַכער?

גײט זאָגט, אַז ער איז אומגערעכט!

― ב ―

מײַן ברודער אליהוס חבֿר פּיניע איז אױך אַ קאָפּמענטש, אַזױ װי זײַן טאַטע הערש־לײב דער מעכאַניק און אַזױ װי זײַן פֿעטער שניאור דער זײגער־מאַכער. אַ נאָז האָט ער אױך אַ לאַנגע, אַזױ װי זײ. נעזעריק זײַנען זײ אַלע, די גאַנצע משפּחה זײערע. זײ האָבן אַ מומע קרײנע, האָט זי אַ טאָכטער מלכּה, האָט זי אַ נאָז, װאָס מע דאַרף גײן קוקן אױף חידושים. און ניט אַזױ די נאָז, װי דאָס פּנים. ס'איז גאָרנישט קײן מענטשלעך פּנים. זעט אױס װי אַ פֿױגל, אָדער װי אַ חיה. זי שעמט זיך אַרױסגײן אױף דער גאַס. ס'איז אױף איר אַ גאָטס רחמנות! פּיניע איז אַביסל אין איר געראָטן, נאָר ער איז אַ מאַנצביל. אַ מאַנצביל מאַכט נישט אױס. ער זעט אַפֿילו אױס מאָדנע. אַז איר טוט אױף אים אַ קוק, מוזט איר זיך צעלאַכן. נישט גענוג, װאָס ער איז דין און הױך, האָט ער אַ פּאָר לאַנגע אױערן, אַ לאַנגע נאָז, װי אַ גאָנער, און אַ נידעריקע ראיה דערצו. װוּ ער זאָל ניט גײן, מוז ער זיך מיט עמעצן צעבוצקען. שטעלט ער זיך אַװעק, מוז ער עמעצן אָנטרעטן אױפֿן פֿוס. אײן הױז מוז בײַ אים זײַן פֿאַרקאַטשעט. אײן זאָק מוז זײַן אַראָפּגעלאָזט. דאָס העמד מוז זײַן צעשפּיליעט. דאָס שניפּסל מוז זײַן פֿון יענער זײַט. און אַז ער רעדט, כאָרכלט ער, און האָט ליב צוקערקעס. װען איר זאָלט אים נישט באַגעגענען, האַלט ער עפּעס אין מױל און סמאָצקעט. דערפֿאַר איז ער אָבער אַ געראָטענע כּלי. ניטאָ אײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס ער זאָל ניט קאָנען. מיט זײַן לערנען האָט ער, זאָגט מען, אַריבערגעיאָגט דעם רבֿ. מיט זײַן שרײַבן װעט ער פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע קענערס. אַחוץ װאָס ער האָט אַ זעלטענע האַנטשריפֿט, איז ער אַ גרױסער בריה אױף גראַמען. װאָס ער זאָל ניט שרײַבן, שרײַבט ער מיט גראַמען. ער האָט שױן באַשריבן די גאַנצע שטאָט: דעם רבֿ, דעם שוחט, די גבאָים, די יאַטקעס, זײַן אײגענע משפּחה ― אַלעמען האָט ער שױן באַשריבן, און אַלעמען אין גראַמען. פּיניעס גראַמען זײַנען אַ צײַט אַרומגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט און מע האָט זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער. אַנדערע האָבן זײ אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק. למשל, איך געדענק אַ פּאָר פֿון זײַנע גראַמען:

אונדזער גבאי,
רב שמואל־אַבא,
האָט אַ גרױסן בױך;
זיצט בײַם טישל,
לקחנט פֿון דער שיסל,
אַזש עס גײט אַ רױך!
זײַן װײַב נחמה,
אַ כּשרע נשמה ―
איך װיל פֿון איר ניט רײדן.
זי אין קליג,
װי דעם רבינס ציג ―
כאַפּט דער רוח זײ בײדן…

די גאַנצע שטאָט האָט געקאָכט מיט די דאָזיקע גראַמען. אײנער האָט צוגעמאַכט צו דעם אַ ניגון פֿון זמירות. די גאַנצע שטאָט האָט זיך אַרומגעטראָגן מיטן לידל, ביז ס'איז אָנגעקומען צום גבאי מיט דער גבאיטע. האָבן זײ געשיקט רופֿן צו זיך דעם פֿאָטער, הערש־לײב דעם מעכאַניק, און האָבן געװײנט פֿאַר אים מיט טרערן. זײ האָבן אים געפֿרעגט: װאָס האָט צו זײ זײַן פּיניע?… געקומען אַהײם, האָט דער פֿאָטער, הערש־לײב, דער מעכאַניק, אַרײַנגערופֿן פּיניען אין שטוב אַרײַן, פֿאַרשלאָסן טיר און טױער און האָט אים גוט אַרײַנגעצימבלט. ער האָט אים אַזױ לאַנג געשמיסן, ביז פּיניע האָט אים געמוזט געבן תּקיעת־כּף, אַז ער װעט שױן מער קײן גראַמען ניט שרײַבן, װײַל ער װעט לעבן.

― ג ―

פֿון דעמאָלט אָן שרײַבט שױן פּיניע מער ניט קײן גראַמען. עס קריכן אים שױן ניט אין קאָפּ קײן גראַמען. ער איז אױף גרױסע צרות. אַזױ זאָגט אױף זיך פּיניע אַלײן. עס האָט זיך אים פֿאַרגלוסט חתונה האָבן. דאָס הײסט, ניט אים, זײַן טאַטן הערש־לײב האָט זיך פֿאַרגלוסט, אַז פּיניע זאָל חתונה האָבן און װערן אַ „מענטש“. פּיניע האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַ מילנערס אַ טאָכטער. דער מילנער האָט אים געעפֿנט אַ קלײטל פֿון מעל. מײַן ברודער אליהו איז אים מקנא, װאָס ער האָט אַ געשעפֿט. פּיניע לאַכט פֿון אים. ער זאָגט: ס'איז אַ געשעפֿט, נאָר ניט פֿאַר אים. װאָס איז דאָס, זאָגט ער, פֿאַר אַן עובֿדה פּאַטשקען זיך מיט מעל? דאָס פּאַסט, זאָגט ער, פֿאַר אַ גראָבן יונג, פֿאַר אַ מילנער… װאָס איז ער, זאָגט ער, שולדיק, אַז ער קאָן ניט זיצן אין קלײט? ער קאָן ניט, זאָגט ער. דער קאָפּ טראָגט אים, דער קאָפּ פֿליט. ס'איז בײַ זײ, זאָגט ער, אַזאַ משפּחה פֿון פֿליִענדיקע קעפּ…

אַזױ זאָגט פּיניע און װיל ניט גײן אין קלײט אַרײַן. ער װעט בעסער, זאָגט ער, זיצן איבער אַ ביכל, װעט ער מער הנאה האָבן. זײַן שװער, דער מילנער, איז דערפֿאַר גוט ברוגז, נאָר ער מוז שװײַגן. ער האָט מורא פֿאַרן אײדעם, ער זאָל אים ניט באַשרײַבן, און אױסער דעם איז די טאָכטער בײַ אים זײער ציטעריק. זי איז אַ בת־יחידה. טײַבל הײסט זי. זי איז אַביסל קאַסאָקע אױף אײן אױג, נאָר זײער אַ גוטע. מײַן מאַמע זאָגט אױף איר, אַז זי איז אָן אַ גאַל. איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס הײסט, זי איז אָן אַ גאַל? װוּ איז אַהינגעקומען איר גאַל?… גאַנצע טעג זיצט זי אין קלײט, און פּיניע איז אין דער הײם. מיר קומען צו אים מיט מײַן ברודער אליהו כּמעט אַלע טאָג. ער רעדט זיך אױס פֿאַר אונדז דאָס האַרץ. אַלע מאָל, װען מיר קומען צו אים, זיפֿצט ער און קרעכצט און באַקלאָגט זיך אױף זײַן פֿינצטער מזל. ס'איז אים דאָ ענג, זאָגט ער, און דושנע. ער פֿילט, זאָגט ער, אַז ער װערט דערװאָרגן. ער זאָל זײַן, זאָגט ער, אין אַן אַנדער שטאָט, װאָלט געװען גאָר אַנדערש. װען מע לאָזט אים, זאָגט ער, אַרױס פֿון דאַנען כאָטש אױף אײן יאָר, קערט ער איבער די װעלט! אַזױ זאָגט ער צו מײַן ברודער אליהו. קײנעם פֿאַרגלײבט ער נישט אַזױ פֿיל, װיפֿל מײַן ברודער אליהו. ער װײַזט אים בריװ, װאָס ער האָט. די בריװ זײַנען פֿון גרױסע מענטשן. די „גרױסע מענטשן“ שרײַבן אים, אַז ער האָט אין זיך עפּעס אינעװײניק. פּיניע זאָגט, אַז ער אַלײן פֿילט אױך, אַז ער האָט אין זיך עפּעס אינעװײניק. איך קוק אױף אים און טראַכט מיר: „רבונו של עולם! װאָס האָט ער אַזעלכעס אין זיך אינעװײניק?“…

― ד ―

אײנמאָל קומט צו אונדז פּיניע און רופֿט אַרױס מײַן ברודער אליהו אױף אַ סוד. װיבאַלד אַ סוד, מוז איך װיסן. איך האָב ליב װיסן אַלע סודות. איך גײ זײ נאָך פֿון הינטן און הער זיך אײַן און כאַפּ װערטער. פּיניע רעדט, און מײַן ברודער אליהו רעדט. איך גיב אײַך איבער זײערע בײדנס װערטער:

פּיניע: װאָס װעלן מיר דאָ אױסזיצן?

אליהו: איך זאָג אױך דאָס אײגענע.

פּיניע: אָט האָב איך געלײענט, אַז אײנער איז אַװעקגעפֿאָרן אַהין מיט פֿינף פֿינגער, אַ האַלב יאָר געשלאָפֿן אין דרױסן, געקערט די גאַסן פֿאַרן שטיקל ברױט.

אליהו: נו, און הײַנט?

פּיניע: אױף אונדז בײדן געזאָגט געװאָרן.

אליהו: אַזױ?

פּיניע: אַזױ! אַזױ! װאָס־זשע? איך װעל דיך אָפּנאַרן? איך האָב שױן גערעדט מיט מײַן טײַבלען.

אליהו: װאָס־זשע זאָגט זי?

פּיניע: װאָס זאָל זי זאָגן? זי פֿאָרט.

אליהו: זי פֿאָרט? נו, און דער שװער?

פּיניע: װער הערט אים? אַז איך װעל אַװעקפֿאָרן אַלײן, װעט אים זײַן בעסער? ער זעט דאָך, אַז דער קאָפּ טראָגט מיך, איך קאָן דאָ ניט זײַן!

אליהו: און איך, מײנסטו, קאָן דאָ זײַן?

פּיניע: טאָ לאָמיר זיך אױפֿהײבן און לאָמיר פֿאָרן.

אליהו: אױפֿהײבן און פֿאָרן? מיט װאָס?

פּיניע: שיפֿסקאַרטן גיט מען דאָך אונדז אומזיסט, נאַרעלע.

אליהו: װאָס הײסט, אומזיסט?

פּיניע: אױף אױסצאָלן. מיר װעלן זײ אַמאָל אױסצאָלן. דערװײַל האָבן מיר זײ אומזיסט.

אליהו: נו, און ביזן שיף? הוצאָות? הײַנט בילעטן? באַן?

פּיניע: װיפֿל בילעטן דאַרפֿן מיר דען האָבן, נאַרעלע?

אליהו: אַדרבא, װיפֿל דאַרפֿן מיר האָבן?

פּיניע: רעכן אױס: איך און מײַן טײַבל איז ניט צװײ. דו און דײַן ברכה צװײ, איז ניט פֿיר.

אליהו: און די מאַמע איז ניט פֿינף.

פּיניע: איז פֿינף.

אליהו: נו, און מאָטל?

פּיניע: פֿאַר אים איז גענוג אַ האַלבער בילעט. און אפֿשר קײן האַלבער אױך ניט… מיר װעלן זאָגן, אַז ער איז נאָר ניט אַלט קײן דרײַ יאָר.

אליהו: ביסט משוגע?

װאָס זאָל איך טאָן? איך קאָן מיך מער נישט אײַנהאַלטן. פֿאַר גרױס פֿרײד לאָז איך אַרױס אַ קװיטש. בײדע דרײען זיך אױס צו מיר.

― אַװעק, דו שײגעץ! װאָס פֿאַר אַ תּנועה זיך אונטערהערן, אַז גרױסע רײדן צװישן זיך?

איך לאָז מיך לױפֿן, שפּרינג אונטער און פּאַטש מיך מיט בײדע הענט אין די ליטקעס פֿון די פֿיס. אַ קלײניקײט ― איך פֿאָר!… שיף!… באַן!… בילעט!… אַ האַלבער בילעט!… װוּהין אַ שטײגער, פֿאָרן מיר? איך װיל גאָרניט װיסן װוּהין. װאָס גײט עס מיך אָן װוּהין? איך פֿאָר ― און גענוג! איר װײסט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? אַז מיר זאָלן זיך װעלן גוט אױסרעכענען, בין איך דאָך נאָך קײנמאָל אױף מײַן לעבן אין ערגעץ נישט געפֿאָרן. איך װײס אַפֿילו נישט דעם טעם, װאָס הײסט דאָס פֿאָרן? אַביסל האָב איך יאָ פֿאַרזוכט דעם טעם. איך בין אַמאָל זיך דורכגעפֿאָרן אױף אונדזער שכנס ציג, האָט דאָס מיך געקאָסט טײַער. אַחוץ װאָס איך בין געפֿאַלן און צעבלוטיקט די נאָז, האָב איך נאָך געכאַפּט אַ פּאָר פּעטש אױך. דערפֿאַר רעכן איך ניט די נסיעה.

איך בין דעם גאַנצן טאָג װי אַ צעמישטער. איך האָב פֿאַרלאָרן דעם אַפּעטיט צום עסן. בײַנאַכט חלומט זיך מיר, אַז איך פֿאָר. ניט איך פֿאָר, נאָר איך פֿלי. איך האָב פֿליגל, װי אַ טױב, און איך פֿלי. לעבן זאָל אונדזער חבֿר פּיניע! ער באַקומט אין מײַנע אױגן טױזנט מאָל מער חן, װי פֿריִער. איך זאָל מיך ניט שעמען, װאָלט איך אים געקושט און געהאַלדזט. אַ טײַערער פּיניע דאָס איז!

נו, האָב איך אײַך נישט געזאָגט, אַז ער האָט אין זיך גוטע געדאַנקען?

XII
שאַט, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע!
― א ―

שאַט, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע! װוּ איז אַמעריקע? ― װײס איך ניט. איך װײס נאָר, אַז ס'איז װײַט, שרעקלעך װײַט. מע דאַרף אַהין פֿאָרן און פֿאָרן אַזױ לאַנג, ביז מע קומט. און אַז מע קומט, איז פֿאַראַן אַ „קעסטל־גאַרטל“. דאָרט, אין „קעסטל־גאַרטל“, טוט מען אײַך אױס נאַקעט און מע קוקט אײַך אין די אױגן. האָט איר געזונטע אױגן, איז גוט. אלא ניט, פֿאָרט, זײַט מוחל, צוריק! דאַכט זיך, איך האָב געזונטע אױגן. אײנמאָל נאָר האָב איך געהאַט צו טאָן מיט די אױגן. ייִנגלעך פֿון דער שקאָלע האָבן מיך דערטאַפּט, אַװעקגעלײגט און אַרײַנגעבלאָזן מיר אין די אױגן אַרײַן טאַבאַק. אַי, האָט זײ מײַן ברודער אליהו געפּאַטשט! איצט זײַנען בײַ מיר די אױגן לױטער, װי קרישטאָל. זעט איר, מיט מײַן מאַמען איז ניט פֿרײלעך. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. װער איז שולדיק? אַז טאָג װי נאַכט װײנט זי. זײַט דער טאַטע איז געשטאָרבן האָט זי נאָך גאָרניט אױפֿגעהערט צו װײנען.

― אום גאָטעס װילן! דו האָסט קײן רחמנות ניט אױף אונדז! איבער דיר װעלן מיר חלילה אַלע דאַרפֿן פֿאָרן צוריק!

אַזױ טענהט מיט איר מײַן ברודער אליהו, און זי ענטפֿערט אים:

― נאַריש קינד װאָס דו ביסט! איך װײן דען? עס װײנט זיך אַלײן, אָן מיר!…

אַזױ זאָגט די מאַמע, װישט די אױגן אין פֿאַרטעך און נעמט זיך צום בעטגעװאַנט, צו די קישנס. מע דאַרף איבערשיטן אַלע קישנס. אַמעריקע איז אַ לאַנד, װוּ ס'איז ניטאָ קײן קישנס. אַלצדינג איז דאָרט דאָ, נאָר ניט קײן קישנס. װיִאַזױ שלאָפֿן דאָרט די מענטשן ― פֿאַרשטײ איך ניט. עס דאַרף זײ זײַן האַרט צוקאָפּנס! מײַן שװעגערין ברכה העלפֿט איר איבערשיטן די קישנס. מיר האָבן, ניט צו פֿאַרזינדיקן, היפּשע עטלעכע קישנס. דרײַ גרױסע איבערבעטן מיט זעקס קישנס מיט פֿיר קלײנע קישעלעך. ממזרימלעך הײסן זײ. פֿון אַלע פֿיר ממזרימלעך מאַכט די מאַמע אײן קישן. אַן עבֿירה. איך האָב ליב די קלײנע ממזרימלעך בעסער פֿון די גרױסע. איך שפּיל זיך מיט זײ אַמאָל אינדערפֿרי. איך מאַך פֿון זײ אַ המן־טאַש, אַ ספּאָדיק…

― מיר װעלן קומען, אם ירצה השם, געזונטערהײט אַהין, װעלן מיר זײ צוריק איבערשיטן אין קלײנע ממזרימלעך.

אַזױ זאָגט די מאַמע צו מיר און צו מײַן שװעגערין ברכה און גיט איר אָנצוהערעניש, אַז זי זאָל אױך אַזױ טאָן. מײַן שװעגערין ברכה טוט אױך אַזױ, כאָטש זי איז פֿון דער נסיעה ניט צופֿרידן. ס'איז איר שװער זיך שײדן מיט איר טאַטע־מאַמע. מע זאָל איר געװען, זאָגט זי, זאָגן פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט, אַז זי װעט פֿאָרן קײן אַמעריקע, װאָלט זי יענעם, זאָגט זי, אָנגעשפּיגן אַ פֿולן פּנים.

― מע זאָל מיר געװען זאָגן פֿאַראַיאָרן, אַז איך װעל זײַן אַן אַלמנה…

אַזױ זאָגט די מאַמע און צעװײנט זיך. דערזעט מײַן ברודער אליהו און מאַכט אַ גװאַלד:

― װידעראַמאָל געװײנט? װילסט אונדז, אַ פּנים, אַלעמען אומגליקלעך מאַכן?!…

― ב ―

טאָמער איז קאַרג, טראָגט עס אָן אונדזער שכנה פּעסיע. דערזען אונדז בײַ דער אַרבעט, װי מיר שיטן איבער די קישנס, שטעלט זי זיך אַװעק אונדז אױסרײדן אַביסל דאָס האַרץ. זי לײענט אונדז אַ גאַנצע תּחינה:

― פֿאָרט איר, הײסט עס, טאַקע קײן אַמעריקע? הלװאַי דער אײבערשטער זאָל געבן, איר זאָלט קומען געזונטערהײט און זאָלט דאָרט באַגליקן. בײַ גאָט איז אַלץ מעגלעך. אָט איז פֿאַראַיאָרן אַװעקגעפֿאָרן מײַנע אַן אײגענע, ריװל הײסט זי, מיט איר מאַן היליע. שרײַבן זײ, אַז זײ מוטשען זיך, נאָר זײ מאַכן אַ לעבן… װיפֿל מע בעט זיך בײַ זײ, זײ זאָלן שרײַבן װי מענטשן: װאָס און װען און װי אַזױ? ענטפֿערן זײ: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿאַר אַלעמען. יעדער מוטשעט זיך און מאַכט אַ לעבן… האָט איר עפּעס צו זײ? נאָך גוט, װאָס זײ שרײַבן כאָטש. די ערשטע צײַט האָבן זײ גאָרנישט געשריבן, פֿאַרגעסן דעם זײַ־געזונט. מיר האָבן שױן געמײנט, אַז זײ זײַנען חלילה אַרײַנגעפֿאַלן אין ים אַרײַן. ערשט העט װײס איך װען, קומט אָן אַ ידיעה, אַז זײ זײַנען שױן, אַ דאַנק גאָט, אין אַמעריקע. זײ מוטשען זיך און מאַכן אַ לעבן!… אַװדאי, זאָג איך אײַך, איז כּדאַי דער גאַנצער טאַרעראַם, מיטן ברעכן זיך, מיטן איבערשיטן דאָס בעטגעװאַנט, מיטן פֿאָרן איבערן ים, מיט נאָך אַזעלכע זאַכן!

― איך בעט אײַך, איר װעט אַמאָל אױפֿהערן לײגן קנײטלעך?

אַזױ פֿאַלט אָן מײַן ברודער אליהו אױף אונדזער שכנה פּעסיע און באַקומט פֿון איר אַ פּאָרציע:

― לײגן קנײטלעך? זע נאָר, אַ גאַנצער חכם פֿון דער מה־נשתּנה! ער פֿאָרט קײן אַמעריקע זיך מוטשען און מאַכן אַ לעבן! װי לאַנג האָב איך דיך געהאַלטן אױף די הענט, זיך געניאַנטשעט, געהאַט צו טאָן? אַנו, פֿרעג נאָך די מאַמע דײַנע, װאָס איך האָב געהאַט מיטן בײנדל, װאָס דו האָסט קינדװײַז אײַנגעשלונגען אײנמאָל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ די פֿיש. װען נישט איך טו דיך אַ כאַפּ פֿון הינטן אײנס־צװײ־דרײַ, װאָלטסטו שױן איצטער נישט געפֿאָרן קײן אַמעריקע זיך מוטשען און מאַכן אַ לעבן!…

אונדזער שכנה פּעסיע װאָלט נאָך גערעדט און גערעדט. אַ גליק, װאָס די מאַמע מישט זיך אַרײַן און הײבט אָן צו איר מיט גוטן:

― איך בעט אײַך, פּעסעניו, נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו, זאָלט איר מיר זײַן געזונט און שטאַרק!…

מער קאָן די מאַמע נישט רײדן. זי צעװײנט זיך. דערזעט מײַן ברודער אליהו, אַז זי װײנט, װערט ער אָנגעצונדן. ער טוט אַ װאָרף די אַרבעט און לױפֿט אַרױס פֿון שטוב מיט אַ קלאַפּ די טיר:

― לאָז דאָס גײן אין דר'ערד אַרײַן!

― ג ―

אין שטוב איז שױן בײַ אונדז פּוסט ― אַ חורבֿה. דער אַלקער איז פֿול מיט פּעקלעך און מיט בעטגעװאַנט. דאָס בעטגעװאַנט פֿאַרנעמט כּמעט ביז דער סטעליע. אַז קײנער איז נישטאָ, דראַפּע איך מיך אַרױף אױף אַלע קישנס און גליטש מיך אַראָפּ, װי אױף אַ שליטן. מיר דאַכט זיך, אַז אַזױ גוט, װי איצט, איז מיר נאָך קײנמאָל נישט געװען. קאָכן קאָכט מען שױן נישט בײַ אונדז פֿון לאַנג. מײַן ברודער אליהו ברענגט פֿון מאַרק אַ געטריקנט פֿישל, עסן מיר דאָס מיט ציבעלע. פֿישל מיט ציבעלע ― װאָס קאָן זײַן נאָך בעסער פֿון דעם? אונדזער חבֿר פּיניע עסט אױך מיט אונדז. ער איז דאָך פֿון תּמיד אַ פֿאַרטראָגענער. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. נאָר פֿון זינט מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע, איז ער גאָר צעדולט. אַזױ זאָגט אױף אים די מאַמע. אײן הױז איז בײַ אים פֿאַרקאַטשעט אַרױף, אײן זאָק אַראָפּ. דאָס האַלדזטיכל שפּאַרט שױן אָן אױף יענער זײַט. און קומט ער אַרײַן צו אונדז אין שטוב, אַזױ מוז ער כאַפּן אַ זעץ אין שטערן. אַלעמאָל האָט צו אים די מאַמע די זעלבע טענה:

― דו זעסט דאָך, אַז דו ביסט הױך אױסגעװאַקסן, בײגט מען זיך אײַן אַ ביסל.

― ער האָט אַ נידעריקע ראיה, מאַמע!

אַזױ פֿאַרענטפֿערט אים מײַן ברודער אליהו, און בײדע גײען זײ מאַכן אַן עק מיט אונדזער האַלבער דירה. מע דאַרף זיך צעשרײַבן. מיר האָבן אונדזער האַלבע דירה שױן לאַנג פֿאַרקױפֿט. אונדזער האַלבע דירה האָט אַװעקגעקױפֿט זיליע דער שנײַדער. אַזױ גיך קױפֿט אַ שנײַדער אַ דירה! אַ גרױסער נודניק אָט דער זיליע דער שנײַדער! פֿריִער איז ער דרײַ מאָל אַ טאָג געקומען אָנקוקן אונדזער האַלבע דירה אײנער אַלײן. געשמעקט די װענט, געטאַפּט דעם קױמען, געקראָכן אױפֿן בױדעם, באַטראַכט דעם דאַך. נאָכדעם האָט ער געבראַכט דאָס װײַב. מעני הײסט זי. װען איך קוק אױף איר, מוז איך מיך צעלאַכן. אונדזער שכנהס קעלבל האָט אױך געהײסן „מעני“. בײדע „מעניס“ האָבן אײן פּנים. מעני דאָס קעלבל האָט געהאַט אַ װײַסע מאָרדע מיט קײַלעכיקע אױגן. מעני דעם שנײַדערס אױך אַזױ… שפּעטער האָט זיליע דער שנײַדער אָנגעהױבן פֿירן מבֿינים אָנקוקן די דירה. צום מײנסטן, שנײַדערס. יעדער האָט געפֿונען אױף אונדזער האַלבער דירה אַן אַנדער חסרון. ביז ס'איז געבליבן, מע זאָל אַראָפּברענגען פּיניעס טאַטן, הערש־לײב דעם מעכאַניק. הערש־לײב דער מעכאַניק איז אַ מבֿין אױף דירות. ער איז אַן ערלעכער מענטש. אױף אים קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן. הערש־לײב טוט צוליב. ער באַטראַכט אונדזער האַלבע דירה פֿון אַלע זײַטן. ער הײבט אױף דעם קאָפּ װי הױך ער איז, פֿאַרקאַטשעט דאָס היטל, טוט זיך אַ קראַץ אונטערן האַלדז און אַ זאָג:

― אָט די דירה קאָן שטײן, בלי־גוזמא, אַ יאָר הונדערט, אױב נישט מער.

כאַפּט זיך אַרױס אײנער אַ שנײַדער, פֿון זיליע דעם שנײַדערס מבֿינים.

― געװיס! אַבי מע זאָל זי נאָר איבערשיטן מיט ציגל, אונטערשפּאַרן מיט אַ פּאָר גוטע אַבאַפּאָלקעסобополка: ליפּעס, אַרײַנכמאַליען פֿיר נײַע װענט און אַרױפֿצימבלען אַ בלעכענעם דאַך, װעט זי שטײן און שטײן, אם ירצה השם, ביז משיח װעט קומען!

מע זאָל געװען הערש־לײב דעם מעכאַניק, אַ שטײגער, אױסשילטן אין טאַטן אַרײַן, אָדער אָפּגיסן מיט אַ טאָפּ זודיק װאַסער, װאָלט ער נישט באַדאַרפֿט װערן מער אין כּעס. ער האָט נאָר געװאָלט װיסן אײן זאַך: „װי האָט דאָס אין זיך אַ ייִד אַ פּאַרך, אַ שנײַדער, אַ גנבֿ, אַ פֿאַליקע, אַזאַ פּאָטעפֿאַלנאָסט צו רײדן מיט אים, מיט הערש־לײב דעם מעכאַניק, אַזעלכע װערטער, מיט אַזעלכע רײד, מיט אַזעלכע דיבורים, מיט אַזאַ שפּראַך, און מיט אַזאַ לשון?!“ איך בין אומזיסט געװען פֿרײלעך: איך האָב געמײנט, אָט־אָט פֿליִען פּעטש. צום סוף האָבן זיך אַרײַנגעלײגט מענטשן )אומעטום װאַקסן אױס „מענטשן“!( און מע האָט זײ צענומען, און מע האָט געמאַכט שלום, און מע האָט זיך אָנגעהױבן דינגען, און מע האָט זיך אױסגעגלײַכט מיטן מקח, און מע האָט געשיקט נאָך בראָנפֿן און מע האָט געטרונקען לחײם. מע האָט אונדז געװינטשעװעט, מיר זאָלן פֿאָרן געזונט, און קומען געזונט, און מאַכן גוטע געשעפֿטן, און פֿאַרדינען אַ סך געלט, און קומען צוריק, אם ירצה השם…

― פּאַװאָליע! נישט אַזױ גיך קומט מען צוריק פֿון אַמעריקע! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, און עס פֿאַרבינדט זיך אַ שמועס װעגן אַמעריקע. הערש־לײב דער מעכאַניק װינטש זיך אַזאַ שטיק גאָלד, װי מיר װעלן אַלע, אם ירצה השם, קומען צוריק פֿון אַמעריקע. װען נישט דער „פּריזיװ“, װאָלט ער זײַן פּיניען, זאָגט ער, ניט געלאָזט פֿאָרן קײן אַמעריקע. אַמעריקע, זאָגט ער, איז פֿע! פֿרעגט אים זיליע דער שנײַדער: ער זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, מיט װאָס איז אַמעריקע פֿע? ענטפֿערט אים הערש־לײב: דערפֿאַר, װײַל אַמעריקע איז אַ פּאַסקודנע לאַנד. פֿרעגט אים װידעראַמאָל זיליע דער שנײַדער: ער זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, פֿון װאַנען װײס ער, אַז אַמעריקע איז אַ פּאַסקודנע לאַנד? ענטפֿערט אים הערש־לײב, אַז ער פֿאַרשטײט דאָס אַל־פּי שׂכל. זאָגט אים זיליע, ער זאָל אים געבן צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל. הײבט אָן הערש־לײב מעכאַניק צו שטאַמלען מיט דער צונג, געבן צו פֿאַרשטײן על־פּי שׂכל. נאָר עס קלעפּט זיך נישט אַ װאָרט צו אַ װאָרט, מחמת ער איז שױן אַ ביסל אונטערן גלעזל. אַלע זײַנען אונטערן גלעזל. אַלע פֿילן זיך גוט, אױסגעצײכנט גוט. איך אױך. נאָר די מאַמע מײַנע באַהאַלט אַלע מינוט דאָס פּנים אין פֿאַרטעך און װישט די אױגן. מײַן ברודער אליהו קוקט אױף איר און זאָגט צו איר שטילערהײט:

― גזלנטע! דו האָסט קײן רחמנות נישט אױף די אױגן! דו קױלעסט אונדז!…

― ד ―

איצט האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע חתונה ― געזעגענען זיך. פֿון שטוב צו שטוב גײען מיר זיך געזעגענען. מיר זײַנען שױן געװען בײַ אַלע אונדזערע קרובֿים, שכנים און באַקאַנטע. בײַ אונדזער מחותּן, יונה דעם בעקער, האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן טאָג. אונדזערע מחותּנים האָבן געמאַכט פֿאַר אונדז אַ װאַרמעס, צונױפֿגערופֿן די משפּחה, געשטעלט ביר צום טיש. מיך האָט מען אַװעקגעזעצט באַזונדערס מיט מײן שװעגערינס שװעסטערל. אַלטע הײסט זי. איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט פֿון איר. זי איז עלטער פֿון מיר מיט אַ יאָר און טראָגט צװײ צעפּלעך, צונױפֿגעדרײט פֿון אונטן װי אַ בײגל. מע האָט זי מיר אַמאָל גערעדט פֿאַר אַ כּלה. פֿון דעמאָלט אָן, אַז מע זעט אונדז בײדן, רופֿט מען אונדז: „די חתן־כּלה“. פֿונדעסטװעגן, שעמען מיר זיך נישט רײדן צװישן זיך. זי פֿרעגט בײַ מיר, אױב איך װעל נאָך איר בענקען? ― געװיס װעל איך נאָך איר בענקען! נאָכדעם פֿרעגט זי מיך, אױב איך װעל איר שרײַבן בריװלעך פֿון אַמעריקע? ― געװיס װעל איך שרײַבן בריװלעך פֿון אַמעריקע!

― װי אַזױ װעסטו שרײַבן? דו קאָנסט דען שרײַבן?

― אַ טײַערע מציאה אין אַמעריקע זיך אױסלערנען שרײַבן! ― זאָג איך און האַלט די הענט אין די קעשענעס. אַלטע קוקט אױף מיר און שמײכלט. איך װײס, װאָס זי שמײכלט. זי מאַכט זיך אַ האַרץ. זי איז מיר מקנא, װאָס איך פֿאָר און זי נישט. אַלע זײַנען מיר מקנא, אַפֿילו יאָסיע דעם נגידס ייִנגל, הענעך מיטן אױגל, זאָל מיך קענען דערטרינקען אין אַ לעפֿל װאַסער! ער שטעלט מיך אָפּ און מאַכט צו מיר מיטן אױגל:

― הער נאָר, דו, דו פֿאָרסט קײן אַמעריקע!

― יאָ, איך פֿאָר קײן אַמעריקע.

― װאָס װעסטו דאָרטן טאָן? גײן איבער די הײַזער?

זײַן גליק, װאָס מײַן ברודער אליהו איז דערבײַ נישטאָ. ער װאָלט אים געגעבן אַ „גײן איבער די הײַזער“!… איך װיל זיך מיט אים נישט אָנהײבן, מיט אַזאַ לאָבוס. איך װײַז אים נאָר אַ צונג און לױף אַװעק צו אונדזער שכנה פּעסיע זיך געזעגענען מיט דער כאַליאַסטרע. אַ היפּשע כאַליאַסטרע. איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט פֿון זײ. אַכט שטיק, אײנס אין אײנס. אַלע אַכט רינגלען מיך אַרום. זײ פֿרעגן מיך, צי בין איך צופֿרידן, װאָס איך פֿאָר קײן אַמעריקע? אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע! װאָס טױג מיר גרױס ― זײ זײַנען מיר גוט מקנא. מער פֿון אַלע איז מיר מקנא הערשל. אָט דער, װאָס מע רופֿט אים „ושתּי“, דערפֿאַר װאָס ער האָט אַ גוליע אױפֿן שטערן. ער לאָזט פֿון מיר קײן אױג נישט אַראָפּ. ער זיפֿצט און זאָגט צו מיר: „דו װעסט זיך עס אָנזען אַ װעלט!“

יאָ, איך װעל זיך אָנזען אַ װעלט! װי דערלעבט מען שױן!…

― ה ―

שױן געקומען לײזער מיט די „אָדלערס“. דרײַ ברענענדיקע פֿערד! זײ קאָנען נישט אײַנשטײן אױף אײן אָרט. אָדער זײ טופּען מיט די פֿיס, אָדער זײ פּאָרשקען מיט די נאָזלעכער און באַשפּריצן מיר דאָס פּנים. איך װײס נישט װאָס איך זאָל טאָן פֿריִער: צי איך זאָל קוקן אױף די פֿערד, צי איך זאָל העלפֿן טראָגן די פּעקלעך מיט די קישנס אין װאָגן אַרײַן? איך קאָן באַשטײן בײדע זאַכן: איך שטײ בײַ די פֿערד און זע, װי מע טראָגט די פּעקלעך מיט די קישנס. אַ פֿולער װאָגן מיט פּעקלעך און מיט קישנס. אַ גאַנצער באַרג מיט בעטגעװאַנט. שױן צײַט אױפֿצוזעצן זיך און פֿאָרן. מיר האָבן פֿינף און פֿערציק װיאָרסט צו דער באַן. אַלע זײַנען שױן דאָ: איך, און מײַן ברודער אליהו, און מײַן שװעגערין ברכה, און אונדזער חבֿר פּיניע, און זײַן װײַב טײַבל, און די גאַנצע משפּחה זײערע: פּיניעס טאַטע, הערש־לײב דער מעכאַניק, שניאור דער זײגער־מאַכער, פּיניעס שװער און שװיגער, דער מילנער מיט דער מילנערקע, און דער מומע קרײניס טאָכטער מיטן פֿױגלש פּנים, און אַפֿילו דער אַלטער זײדע רב העסיע איז אױך געקומען אָנזאָגן פּיניען, װיִאַזױ ער זאָל זיך פֿירן אין אַמעריקע. פֿון אונדזער משפּחה זײַנען געװען נאָר אונדזערע מחותּנים, יונה דער בעקער מיט זײַנע בנים. אַן עבֿירה, װאָס איך האָב אײַך ביז אַהער נאָך נישט באַקענט מיט זײ. איצט איז נישט די צײַט. מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע. אַלע דרײען זיך אַרום אונדז, קוקן אױף אונדז, געבן אונדז עצות, מיר זאָלן זײַן געהיט פֿאַר גנבֿים.

― אין אַמעריקע איז נישטאָ קײן גנבֿים.

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און טאַפּט זיך בײַ דער קעשענע, װאָס די מאַמע האָט אים אײַנגענײט אין אַזאַ אָרט, װאָס קײן גנבֿ אין דער װעלט װעט נישט אײַנפֿאַלן, אַז דאָרט זאָל זײַן אַ קעשענע. דאָרט ליגט דאָס גאַנצע געלט, װאָס מיר האָבן אָפּגעלײזט פֿאַר אונדזער האַלבע דירה. אַ פּנים, ס'איז דאָרט אַ היפּשע פּותּיקא. װאָרעם אַלע פֿרעגן אים, צי האָט ער כאָטש גוט באַהאַלטן דאָס געלט?

― גוט! גוט! האָט קײן יסורים נישט! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. עס איז אים שױן פּשוט נימאס געװאָרן איטלעכן באַזונדערס אָפּגעבן דין־וחשבון פֿאַרן געלט. דער עולם הײבט אָן זאָגן, מע זאָל זיך געזעגענען. אַלע הײבן אָן זיך גרײטן צום געזעגענען. מע טוט זיך אַ כאַפּ ― נישטאָ די מאַמע! װוּ איז די מאַמע? קײנער װײס נישט, װוּ איז די מאַמע! מײַן ברודער אליהו איז אױסער זיך. אונדזער חבֿר פּיניע האָט אינגאַנצן פֿאַרלאָרן דאָס האַלדזטיכל. לײזער טרײַבט האַלדז און נאַקן. ער זאָגט, אַז מיר קאָנען פֿאַרשפּעטיקן די באַן. שאַט! אָן גײט די מאַמע. דאָס פּנים איז איר רױט. די אױגן פֿאַרשװאָלן. מײַן ברודער אליהו פֿאַלט צו צו איר.

― װאָס איז מיט דיר? װוּ ביסטו געװען?

― אױפֿן הײליקן אָרט, זיך געזעגענען מיטן טאַטן…

מײַן ברודער אליהו קערעװעט זיך אָפּ אָן אַ זײַט. אַלע בלײַבן שטײן אָן לשון. זינט מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע איז דאָס דאָס ערשטע מאָל, װאָס דער טאַטע קומט טיר אױפֿן זינען. עס טוט מיר אַ צופּ בײַם האַרצן. איך טראַכט מיך: „אַלע פֿאָרן קײן אַמעריקע, און דער טאַטע נעבעך בלײַבט דאָ, אױפֿן הײליקן אָרט, אײנער אַלײן“… לאַנג טראַכטן לאָזט מען מיך נישט. מע טוט אױף מיר אַ הוק און מע הײסט טיר קריכן אױפֿן װאָגן. װי אַזױ קאָן איך קריכן אױף אַזאַ הױכן װאָגן מיט אַזאַ באַרג מיט בעטגעװאַנט? ס'איז דאָ אַן עצה: לײזער שטעלט מיר אונטער זײַנע ברײטע פּלײצעס. פּלוצעם װערט אַ קושערײַ מיט אַ געװײן, אַ יללה. ערגער װי תּשעה־באָבֿ. מער פֿון אַלע װײנט די מאַמע. זי פֿאַלט אונדזער שכנה פּעסיע אױפֿן האַלדז און זאָגט: „איר זײַט מיר געװען אַ שװעסטער, געטרײַער פֿון אַ שװעסטער!“… אונדזער שכנה פּעסיע װײנט נישט, נאָר איר גראָבער גױדער טרײסלט זיך, און גרױסע טרערן, װי באָב, קײַקלען זיך איבער אירע פֿעטע גלאַנצנדיקע באַקן. אַלע האָבן זיך שױן צעקושט, נאָר פּיניע נאָך נישט. זען פּיניען קושן זיך ― דאַרף מען נישט קײן טעאַטער. מחמת ער האָט אַ נידעריקע ראיה, טרעפֿט ער נישט װוּ מע דאַרף. אָדער ער קושט אין באָרד אַרײַן, אָדער אין שפּיץ נאָז, אָדער ער טוט זיך גאָר אַ בוצקע אין שטערן. דערצו האָט ער אַ טבֿע, אַז ער גײט, שפּרינגט ער אונטער און פֿאַרטשעפּעט זיך בײַ זײַנע אײגענע פֿיס. איך זאָג אײַך, פֿון פּיניען קאָן מען בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק. דאַנקען השם־יתברך, מיר זיצן שױן אין װאָגן. דאָס הײסט, איך האָב געװאָלט זאָגן: אױפֿן װאָגן. אױבן־אָן, אױף די קישנס און צװישן די קישנס, זיצן: די מאַמע, ברכה און טײַבל. פּאָריטשאַקעגן ― מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע; איך מיט לײזערן ― אױף דער קעלניע. די מאַמע װיל אַפֿילו, איך זאָל מיך אַװעקזעצן בײַ איר צופֿוסנס. זאָגט אָבער מײַן ברודער אליהו, אַז אױף דער קעלניע װעט מיר זײַן בעסער. געװיס װעט מיר זײַן בעסער! אױף דער קעלניע זע איך פֿאַר זיך די גאַנצע װעלט, און די גאַנצע װעלט זעט מיך. לײזער נעמט זיך צו דער בײַטש. דער עולם געזעגנט זיך נאָך. די װײַבער װײנען.

― זײַט געזונט!

― פֿאָרט געזונט!

― שרײַבט אונדז פֿון אײַער געזונט!

― זײַט מצליח!

― פֿאַרגעסט אונדז נישט!

― שרײַבט אַלע װאָך! למען־השם, יעדע װאָך אַ בריװ!

― לאָזט גריסן משהן, מיט בתיהן, מיט מאירן, מיט זלאַטען, מיט חנה־פּערלען, מיט שׂרה־רחלען, מיט זײערע קינדער.

― גאָר פֿרײַנטלעך! זײַט געזונט! זײַט געזונט!

אַזױ שרײַען מיר אַלע פֿונעם װאָגן אַרױס, און איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז מיר פֿאָרן שױן. לײזער האָט געשענקט אַלע דרײַ אָדלערס צו רעכטע שמיץ. אײנעם האָט ער מכבד געװען מיטן שטעקן אַחוץ. די רעדער קאַטשען זיך. מיר שאָקלען זיך און העצקען זיך. איך שפּרינג אונטער אױף דער קעלניע און פֿאַל שיִער נישט אַראָפּ פֿאַר פֿרײד. עס קיצלט מיך, עם גענדזלט מיך אין האַלדז. עס גלוסט זיך מיר זינגען. מיר פֿאָרן, מיר פֿאָרן, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע!

XIII
מיר גנבֿענען די גרענעץ
― א ―

פֿאָרן מיט דער באַן איז אַ גן־עדן! מיט דער פֿור איז אױך נישט שלעכט, נאָר סע טרײסלט, און די זײַטן טוען נאָכדעם װײ סכּנות. לײזערס פֿערד פֿליִען טאַקע װי די אָדלערס, פֿונדעסטװעגן האָבן מיר זיך גענוג געשלעפּט, ביז מיר זײַנען געקומען צו דער סטאַנציע. און אַז מיר זײַנען געקומען צו דער סטאַנציע, האָבן מיר נישט געקאָנט אַרױס. מיר איז געװען גרינגער פֿון אַלעמען. איך בין דאָך געזעסן מיט לײזערן אױף דער קעלניע. האַרט איז טאַקע געװען, און די בײנער האָבן גוט װײ געטאָן. דערפֿאַר האָט מען געקאָנט אַראָפּשפּרינגען אין אײן מינוט. זײ האָבן שױן נישט געקאָנט שפּרינגען. איר װײסט דאָך װער: מײַן ברודער אליהו מיט מײַן שװעגערין ברכה, אונדזער חבֿר פּיניע מיט זײַן װײַב טײַבל, און די מאַמע מײַנע. ערגער פֿון אַלע איז געװען די װײַבער. זײ זײַנען אַרײַן און פֿאַרהרוזנעט געװאָרן! מע האָט פֿריִער באַדאַרפֿט אַרױסװאַרפֿן פֿונעם װאָגן אַלע פּעקלעך מיטן גאַנצן בעטגעװאַנט, און ערשט נאָכדעם שלעפּן די װײַבער אײנציקװײַז. און דאָס האָט אַלץ געטאָן לײזער. ער איז טאַקע אַ בײזער ייִד און שילט מיט טױטע קללות. ער איז אָבער אַן ערלעכער, אַ געטרײַער בעל־עגלה. אַן עבֿירה, װאָס ער האָט אונדז אָפּגעװאָרפֿן מיט די פּעקלעך און מיטן בעטגעװאַנט אױף דער סטאַנציע פֿון דער באַן, און אַלײן איז ער אַװעק זוכן פּאַרשױנען אױף צוריק. מיר זײַנען געבליבן אָן אים עלנט, װי אױפֿן װאַסער. ערשטנס, האָט אונדז דער גױ פֿון דער באַן אָנגעטאָן צרות. ער האָט זיך געטשעפּעט צו אונדז פֿאַר די פּעקלעך. און נישט אַזױ פֿאַר די פּעקלעך, װי פֿאַרן בעטגעװאַנט. זײַן עסק, װאָס מיר פֿירן אַ סך קישנס. די מאַמע רעדט צו אים מיט גוטן. זי זאָגט אים, אַז מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע. װערט ער גזלן און זאָגט אונדז, אַז מיר זאָלן פֿאָרן אין אַזאַ אַן אָרט, װאָס איך שעם מיך אױסצוזאָגן.

― מע דאַרף מיטן ערל שלאָגן בלאַט, אים עפּעס נתנען אױף דער יד…

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו צו אונדזער חבֿר פּיניע. אונדזער חבֿר פּיניע איז אונדזער פֿירער, אונדזער קאָפּ. ער קאָן רײדן גוט רוסיש. אַ חסרון, װאָס ער איז אַ ביסל צו אַ היציקער. מײַן ברודער אליהו איז אױך אַ גוטער כּעסן, אָבער נישט אַזױ היציק, װי פּיניע. באַלד צינדט ער זיך אָן װי אַ פֿײַער, און זידלט זיך. ער גײט צו צום גױ און טוט מיט אים אַ שמועס אױף רוסיש. איך גיב עס אײַך איבער מיט זײַן רוסישער שפּראַך און זעץ עס אײַך באַלד איבער אױף אונדזער לשון:

― סלוכײַ נאָ, טשאָלאָװיקו! טשאָרט טאָבי נע װזיאַװ קאַק מי פּאָיעכאַלי װ'אַמעריקו איז מנאָזשעסטװענע טשיסלאָ פּאָדושקי אי פּאָדושעטשקו קאַטאָרע מי טאָבי דאַל נאַ װאָדקע אי מאָלטשי סװיניאַ!

אױף ייִדיש קומט דאָס אױס אַ סך שענער:

― הער נאָר, דו מענטשל! דער שװאַרץ־יאָר װעט דיך נישט נעמען, װאָס מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע מיט אַ סך קישנס און קישעלעך, פֿאַר װעלכע מיר געבן דיר אַ טרונק בראָנפֿן ― און שװײַג, חזיר!

אַװדאי האָט אים דער גױ ניט אָפּגעשװיגן. ער האָט אים אָנגערופֿן מיט אַלערלײ נעמען: „זשיד כאַלאַמײז“, „הינטישע מאָרדע“, „חזירשער אױער“, „פּאַהאַנער גלױבן“. מיר האָבן מורא געהאַט פֿאַר אַ סקאַנדאַל, פֿאַר פּאָליציע. מײַן מאַמע האָט שױן געבראָכן די הענט, געװײנט פֿאַר פּיניען:

― װער האָט דיך געבעטן, זאָלסט אַרױס מיט דײַן צונג, באַװײַזן, אַז דו קענסט?

― האָט קײן מורא נישט, דער ערל װעט נעמען אַ חצי רו״כּ, און מע װעט זיך איבערבעטן.

כּך הוה. זײ האָבן זיך טאַקע איבערגעבעטן. פּיניע האָט נישט אױפֿגעהערט צו שיטן מיט רוסיש. דער ערל האָט נישט אױפֿגעהערט צו שילטן און האָט איבערגעטראָגן אַלע פּעקלעך מיט אַלע קישנס אין אַ גרױסע שטוב מיט הױכע פֿענצטער, װאָס מע רופֿט דאָס „װאָקזאַל“. און ערשט דאָ הײבט זיך אָן די רעכטע חתונה. װאָס איז שױן װײַטער? דער גױ זאָגט, אַז מע װעט אונדז נישט אַרײַנלאָזן אין װאַגאָן אַרײַן מיט אַזױ פֿיל קישנס און מיט אַזױ פֿיל שמאַטעס (דאָס מײנט ער, אַ פּנים, די קאָלדרעס: אַ ביסל צעריסן דער אונטערשלאַק, זעט זיך אַרױס די װאַטע, הײסט דאָס שױן בײַ אים שמאַטעס!). עס בלײַבט, מע זאָל גײן צום „נאַטשאַלניק“. װער זאָל גײן? געװײנלעך, פּיניע! פּיניע גײט מיטן גױ צום „נאַטשאַלניק“. איך גײ זײ נאָך. מיטן „נאַטשאַלניק“ שטעלט זיך אַװעק פּיניע אױסטענהן שױן גאָר מיט אַן אַנדער לשון. ער בײזערט זיך שױן נישט אַזױ שטאַרק, נאָר ער רעדט און מאַכט מיט די הענט. ער זאָגט אים עפּעס מאָדנע װערטער, װאָס איך האָב זײ קײנמאָל נישט געהערט: „קאָלומבוס“… „ציװיליזאַציע“… „אַלעקסאַנדער פֿאָן הומבאָלדAlexander von Humboldt 1769-1859“… „סלאָנימסקיחיים זעליק בן יעקבֿ סלאָנימסקי 1810־1904“… „מאַטעמאַטיקע“… די איבעריקע װערטער האָב איך שױן פֿאַרגעסן. דער „נאַטשאַלניק“ האָט אים גוט אױסגעהערט, אָנגעקוקט און אָפּגעשװיגן. אַ פּנים, אַז פּיניע האָט אים גוט דערלאַנגט! פֿונדעסטװעגן, האָט דאָס אױך נישט געהאָלפֿן. מע האָט געמוזט אַװעקגעבן דאָס גאַנצע בעטגעװאַנט אין באַגאַזש און אַרױסנעמען אַ קװיטאַנציע. די מאַמע איז געװען אױסער זיך: אױף װאָס װעלן מיר שלאָפֿן?

― ב ―

די מאַמע האָט זיך אומזיסט געזאָרגט: אױף װאָס װעלן מיר שלאָפֿן? איך בין אײַך שױן מוחל דאָס שלאָפֿן. איך װאָלט אַ בעלן געװען, ס'זאָל כאָטש זײַן װוּ צו זיצן. װי אױף צו־להכעיס, איז אין װאַגאָן אַזױ ענג, אַז מע קאָן דערשטיקט װערן. אַחוץ אונדז, פֿאָרן נאָך אַ סך פּאַרשױנען, ייִדן און קריסטן, און מע שלאָגט זיך פֿאַר די ערטער. איבערן בעטגעװאַנט האָבן מיר פֿאַרשפּעטיקט אַלע בעסטע ערטער. מיר האָבן קױם באַזעצט די װײַבער מיט די פּעקלעך אױף דער ערד. די מאַמע איז אײן זײַט װאַגאָן, ברכה און טײַבל אין דער אַנדערער זײַט װאַגאָן. אַז זײ װילן רײדן, מוזן זײ שרײַען הױך איבערן גאַנצן װאַגאָן. לאַכט מען פֿון זײ. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע זײַנען געבליבן הענגען װי אין דער לופֿטן, ניט אַהין, ניט אַהער. פּיניע איז בלינד, כאַפּט ער אַלע מאָל אַ קלאַפּ אין שטערן. און איך? פֿאַר מיר זאָרגט אײַך נישט. מיר איז גוט. מיר איז אױסגעצײכנט. מע קװעטשט מיך טאַקע פֿון אַלע זײַטן. איך שטײ אָבער בײַ אַ פֿענצטער. דאָס, װאָס איך זע, האָט איר געװיס קײנמאָל ניט געזען. פֿאַר מײַנע אױגן פֿליִען שטיבער, װיאָרסטן, בײמער, מענטשן, פֿעלדער, װעלדער ― ס'איז ניט צו באַשרײַבן! און װיִאַזױ פֿליט די באַן! און װיִאַזױ קלאַפּן די רעדער! װיִאַזױ טראַסקעט דאָס! װיִאַזױ פֿײַפֿט דאָס! װיִאַזױ קװיטשעט דאָס! די מאַמע האָט מורא, איך זאָל ניט אַרױספֿאַלן דורכן פֿענצטער, שרײַט זי אַלע מינוט אױף אַ קול: „מאָטל! מאָטל?“ און עפּעס אײנער אַ פּריצל מיט בלױע ברילן קרימט איר איבער און זאָגט איר נאָך מיטן אײגענעם ניגון: „מאָטל! מאָטל?“ אַלע קריסטן לאַכן. די ייִדן מאַכן זיך ניט װיסנדיק. די מאַמע הערט זײ אַװדאי װי דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ. זי הערט ניט אױף צו שרײַען: „מאָטל! מאָטל?“ װאָס װיל זי װײַטער? זי װיל, איך זאָל עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. מיר פֿירן מיט זיך פֿון כּל־טובֿ: רעטעך, און ציבעלעס, און קנאָבל, און גרינע אוגערקעס, און האַרטע אײער, אױף יעדן אײנציקן אַן אײ. איך האָב שױן לאַנג נישט אַזאַ הנאה געהאַט פֿונעם עסן. אַביסל האָט אונדז פֿאַרשטערט די סעודה טאַקע פּיניע אַלײן. ער דאַרף זיך אָננעמען דעם ייִדנס קריװדע. ער קאָן ניט לײַדן, למאַי די קריסטן לאַכן, װאָס מיר עסן ציבלקעס מיט קנאָבל. ער ציט זיך אױס, װי לאַנג ער איז, און רופֿט זיך אָן צום פּריצל, װאָס מיט די בלױע ברילן, אױף זײַן רוסישער שפּראַך:

― אַ קאַק װי קושאַיעטע סװיניאַ? )און אַז איר עסט חזיר?(

די דאָזיקע װערטער האָבן דערלאַנגט די קריסטן ביזן בײן אַרײַן. אײנעם פֿון זײ האָט דאָס, אַ פּנים, אָנגענומען בײַ דער לעבער. ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט און האָט אַראָפּגעלאָזט אונדזער חבֿר פּיניען אַ פּאַטש, אַז עס האָט געגעבן אַ קלונג. פּיניע האָט פֿײַנט אָפּשװײַגן. ער האָט אים געװאָלט געבן צװײ צוריק. איז ער דאָך אָבער בלינד. טרעפֿט ער אין אַן אַנדער קריסט. אַ גליק, װאָס עס קומט אַרײַן דער קאָנדוקטאָר מיטן אָבער־קאָנדוקטאָר, און עס װערט אַ טומל, אַ מהומה. אַלע רײדן. די ייִדן קלאָגן זיך אױף די קריסטן. אײנעם האָט מען אָפּגעקװעטשט אַ פֿינגער פֿון פֿוס מיט אַ טשעמאָדאַן. אײנעם האָט מען אַרױסגעװאָרפֿן דאָס היטל דורכן פֿענצטער. די קריסטן שרײַען: ס'אַ ליגן! ס'אַ בילבול! די ייִדן שטעלן עדות, און דװקא צװײ קריסטן. אײנער פֿון זײ איז אַ גלח. אַ גלח װעט ניט זאָגן קײן ליגן. די קריסטן זאָגן, אַז די ייִדן האָבן אונטערגעקױפֿט דעם גלח. דער גלח האַלט אַ גאַנצע דרשה. עס לױפֿן אָפּ אַזױ עטלעכע סטאַנציעס. אױף יעדער סטאַנציע לײדיקט אױס דער װאַגאָן אַ פּאָר פּאַרשױנדלעך. עס װערט אַלע מאָל גראַמער. אונדזערע װײַבער זיצן שױן, װי די פּריצות, אױף די בענק מיט זײערע פּעקלעך. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע האָבן זיך מחיה געװען. זײ האָבן די בעסטע ערטער. ערשט דאָ דערזעט טײַבל, אַז בײַ איר מאַן פּיניע איז אױפֿגעלאָפֿן אַ באַק, און מע קאָן דערקענען פֿינגער. טײַבל איז אױס מענטש. זי האָט אױף אים רחמנות. פּיניע שװערט איר, אַז ער פֿילט ניט קײן זאַך. ער פֿילט נאָר, װי סע שמאַרצט. ס'װעט באַלד איבערגײן. ער האָט פֿײַנט רײדן פֿון אַזעלכע זאַכן. ער רעדט בעסער מיט די ייִדן. ער פֿרעגט זײ, װוּהין זײ פֿאָרן. אַ סך פֿון זײ פֿאָרן קײן אַמעריקע. דערהערט, אַז קײן אַמעריקע, װערט אױף אונדז אַ גדולה.

― סטײַטש, װאָס־זשע האָט איר געשװיגן ביז אַהער? מיר פֿאָרן דאָך אױך קײן אַמעריקע!

אַזױ זאָגט זײ פּיניע, און מיר װערן גיך באַקאַנט. מיר װײסן אַלע, פֿון װאָסער אַ שטאָט איטלעכער פֿאָרט און צו װעמען.

― איר קײן ניו־יאָרק? מיר קײן פֿילאַדעלפֿיע!

― װאָס איז דאָס פֿילאַדעלפֿיע?

― אױך אַ שטאָט, װי ניו־יאָרק.

― פּאַװאָליע, האַלט זיך אײַן! פֿילאַדעלפֿיע קעגן ניו־יאָרק איז אַזױ װי אײשישאָק קעגן װילנע, דראַזשנע קעגן אַדעס, אָטװאָצק קעגן װאַרשע, סעמיאָנעװקע קעגן פּעטערבורג, קאָזעלעץ קעגן כאַרקאָװ…

― טע־טע־טע! איר זײַט דאָך עפּעס אױסגעװען אַ װעלט, קײן עין־הרע!

― לאָם איך עס פֿאַרמאָגן! אױב איר װילט, װעל איך אײַך אױסרעכענען אַלע שטעט, װאָס איך בין דאָרט געװען…

דאָס לאָזט איבער אױף שבת. זאָגט בעסער, ייִדן, װאָס טו איך מיט דער גרענעץ?

― איר װעט טאָן דאָס, װאָס מיר טוען, דאָס װאָס אַלע טוען.

דאָ רוקן זיך צונױף אַלע ייִדן אינאײנעם, און מע שמועסט װעגן גנבֿענען די גרענעץ. איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס הײסט דאָס „גנבֿענען די גרענעץ“? מיר זײַנען דען גנבֿים?… װעמען פֿרעגט מען? די מאַמע איז אַ ייִדענע. װאָס װײס אַ ייִדענע? מײַן ברודער אליהו האָט פֿײַנט, אַז מע דולט אים אַ קאָפּ. אַ ייִנגעלע װי איך, זאָגט ער, דאַרף זיך ניט אַרײַנמישן צװישן גרױסע. פּיניע איז פֿאַרטראָגן. ער רעדט. אַלע רײדן. איטלעכער דערצײלט אַן אַנדער מעשׂה פֿון אַן אַנדער גרענעץ. אײנער זאָגט, אַז די בעסטע גרענעץ אױף צו גנבֿענען איז נאָװאָסעליץ. דער אַנדערער זאָגט, אַז אױף בראָד איז בעסער װי אומעטום. קומט צו גײן אַ דריטער און זאָגט, אַז אונגעני איז אױך ניט שלעכט. װערט אַ געלעכטער: „אונגעני אױך מיר אַ גרענעץ! רומעניע אױך מיר אַ לאַנד! ימח־שמם זאָלן זײ װערן מיט זײער לאַנד און מיט זײער גרענעץ!“…

― שאַט! מיר זײַנען שױן בײַ דער גרענעץ!

― ג ―

„די גרענעץ“, האָב איך געמײנט, איז מיט הערנער. צום סוף ― גאָרנישט: די אײגענע הײַזער, די אײגענע ייִדן מיט די אײגענע גױים, װאָס בײַ אונדז. אַפֿילו אַ מאַרק מיט קלײטן, מיט שטעלעכלעך ― אַלצדינג װי בײַ אונדז. מײַן שװעגערין ברכה און אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב טײַבל זײַנען געגאַנגען אין מאַרק אײַנקױפֿן. איך װיל אױך מיט זײ גײן ― לאָזט מיך די מאַמע ניט אָפּ פֿון זיך אױף אײן מינוט. זי האָט מורא, מע זאָל מיך ניט אַװעקגנבֿענען סאַמע בײַ דער גרענעץ. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע זײַנען נישטאָ. זײ דרײען זיך אַרום מיט פֿרעמדע ייִדן, װאָס איך קאָן זײ ניט. די מאַמע זאָגט, אַז דאָס זײַנען אַגענטן. די אַגענטן װעלן מיט אונדז גנבֿענען די גרענעץ. אײנער זעט טאַקע אױס װי אַ גנבֿ. אַ גרינע קאַפּאָטע, אַ װײַסער שירעם, און אױגן גנבֿישע. דער אַנדערער איז דװקא אַ פֿײַנער מענטש מיט אַ קאַפּעליוש. און אַ ייִדענע דרײט זיך אױך אַרום אין קאָן. די ייִדענע װײַזט אױס אַ פֿרומע, אַן ערלעכע. זי טראָגט אַ שײטל אױפֿן קאָפּ און רעדט מיט גאָט. זי פֿרעגט די מאַמע, װוּ װעט זי בענטשן ליכט, אױב מיר האַלטן דאָ שבת? די מאַמע זאָגט, אַז מיר האַלטן דאָ ניט קײן שבת. שבת װעלן מיר שױן, זאָגט זי, מיט גאָטס הילף זײַן אױף יענער זײַט. די ייִדענע מאַכט אַ פֿרום פּנים און זאָגט: אָמן, רבונו־של־עולם! זי האָט אָבער מורא, זאָגט זי, אַז מע פֿירט אונדז אין באָד אַרײַן. די אַגענטן, זאָגט זי, װאָס מיר האַנדלען מיט זײ, זײַנען פּראָסטע גנבֿים. זײ װעלן אױסנאַרן בײַ אונדז דאָס געלט, זאָגט זי, און װעלן אונדז אַרײַנפֿירן אין אַ בלאָטע אַרײַן. אױב מיר װילן, זאָגט זי, גנבֿענען די גרענעץ, זאָלן מיר גנבֿענען מיט איר, װעט אונדז זײַן, זאָגט זי, אַז װױל און גוט!… אַזױ? איז זי, הײסט עס, אױך אַ גנבֿטע? הײַנט װאָס טראָגט זי אַ שײטל און רעדט מיט גאָט?…

שױן געקומען מײַן ברודער אליהו מיט אונדזער חבֿר פּיניע. בײדע זײַנען עפּעס שטאַרק צעטראָגן. אַ פּנים, זײ האָבן זיך צעקריגט? אײנער זאָגט אױפֿן אַנדערן, אַז איבער אים װעלן מיר דאָ מוזן שבת האַלטן. שבת האַלטן אַלײן איז נאָך גאָרנישט. מיר װערן געװאָר, אַז בײדע אַגענטן האָבן זיך באַרימט, אַז מע װעט אונדז מסרן, אַז מיר װילן גנבֿענען די גרענעץ. ביז עפּעס װאָס ― די מאַמע װײנט דערװײַלע. מײַן ברודער אליהו בײזערט זיך אױף איר, װאָס זי מאַכט אַ תּל פֿון די אױגן. איבער אירע אױגן, זאָגט ער, װעט מען אונדז אַלעמען נישט אַרײַנלאָזן קײן אַמעריקע! מײן ברודער אליהו און פּיניע הערן אױף צו האַנדלען מיט די אַגענטן. זײ זאָגן: אַן עק, מיר פֿאָרן ניט קײן אַמעריקע און גנבֿענען ניט די גרענעץ! מיר רײַסט זיך אָפּ אין האַרצן. איך מײן ס'איז טאַקע אַן אמת. צום סוף, איז דאָס נאָר אַ מאַניפֿאָרגע. פּיניעס קאַפּ! דאָס האָבן זײ אומיסטנע אַזױ געזאָגט, בכדי זיך אָפּטשעפּען פֿון די אַגענטן. און מיר האָבן גענומען האַנדלען מיט דער ייִדענע. די ייִדענע האָט גענומען אַן אױפֿגאָב און האָט אונדז געזאָגט, מיר זאָלן זײַן גרײט אױף הײַנט אַרום האַלבע נאַכט. די נעכט זײַנען פֿינצטערע נעכט. סוף חודש. אױסגעצײכנט גוט אױף צו גנבֿענען די גרענעץ. איך װאָלט שױן געװאָלט דערלעבן זען, װאָס הײסט דאָס „גרענעץ“ און װיִאַזױ װעלן מיר דאָס גנבֿענען?

― ד ―

אַ גאַנצן טאָג זײַנען מיר געװען באַשעפֿטיקט מיט די זאַכן. מיר האָבן אַלצדינג באַדאַרפֿט אײַנפּאַקן און אַװעקגעבן דאָס דער ייִדענע. די זאַכן װעט זי אונדז איבערפּעקלען נאָכדעם. דער עיקר איז בײַ איר, זאָגט זי, די נפֿשות. און זי זאָגט אונדז אָן, װיִאַזױ מיר זאָלן זיך פֿירן. אַז ס′װעט װערן, זאָגט זי, האַלבע נאַכט, זאָלן מיר אַרױסגײן הינטער דער שטאָט. דאָרט איז פֿאַראַן, זאָגט זי, אַ בערגל. זאַלן מיר, זאָגט זי, דאָס בערגל דורכלאָזן, און נעמען זיך לינקס, און גײן און גײן, ביז מיר װעלן דערזען נאָך אַ בערגל. פֿון דעם בערגל זאָלן מיר זיך נעמען, זאָגט זי, רעכטס, און גײן אַזױ לאַנג, ביז מיר װעלן קומען צו אַ שענקל. אין שענקל זאָל אַרײַנגײן נאָר אײנער פֿון אונדז, ניט אַלע. אין שענקל װעלן מיר טרעפֿן, זאָגט זי, צװײ ערלים טרינקען בראָנפֿן בײַ אײן טישל, זאָלן מיר צוגײן, זאָגט זי, צו די ערלים און אַ זאָג טאָן „חײַמאָװאַ“ ― איז שױן גענוג. װיבאַלד זײ װעלן דערהערן, זאָגט זי, דאָס װאָרט „חײַמאָװאַ“ )ס'איז איר נאָמען(, אַזױ װעלן זײ אױפֿשטײן און גײן מיט אײַך ביזן װעלדל. אין װעלדל װעלן אױף אײַך װאַרטן נאָך פֿיר גױים. טאָמער װעלן זײ שלאָפֿן, זאָלט איר זײ אױפֿװעקן. אין װעלדל אַז איר װעט גײן, זאָלט איר, זאָגט זי, זײַן שטיל, קײן פּיפּס ניט אַרױסלאָזן, מע זאָל חלילה ניט דערהערן און אױסשיסן. אױף יעדן טריט, זאָגט זי, איז דאָ אַ סאָלדאַט מיט אַ ביקס און שיסט… פֿון װעלדל, זאָגט זי, װעלן אײַך שױן די ערלים אַרױספֿירן אױפֿן רעכטן װעג, באַרג־אַראָפּ, און אָט זײַט איר שױן אױף יענער זײַט…

מיר איז די מעשׂה מיטן בערגל, מיטן שענקל, מיטן װעלדל שטאַרק געפֿעלן. די מאַמע האָט אַביסל מורא. ברכה און טײַבל ― אױך. מיר לאַכן פֿון זײ. נקבֿות ציטערן פֿאַר אַ קאַץ אױך!…

קױם דערלעבט נאַכט. אָפּגעדאַװנט מעריבֿ, אָפּגעגעסן װעטשערע, האָבן מיר אָפּגעװאַרט ביז עס װעט װערן רעכט פֿינצטער. פּונקט צװעלף דעם זײגער האָבן מיר זיך אַלע, זאַלבע זעקסט, געלאָזט אין װעג אַרײַן. פֿריִער זײַנען געגאַנגען מיר, מאַנצבילן. נאָך אונדז זײַנען נאָכגעגאַנגען די װײַבער, װי געװײנלעך. אַזױ װי די ייִדענע האָט נבֿיאות געזאָגט, אַזױ איז טאַקע געװען. אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט, האָבן מיר דערזען אַ בערגל. האָבן מיר דורכגעלאָזט דאָס בערגל און זיך גענומען לינקס. פֿון דאָרטן זײַנען מיר געגאַנגען און געגאַנגען און דערזען נאָך אַ בערגל. פֿון דעם בערגל האָבן מיר זיך גענומען, װי זי האָט אונדז אָנגעזאָגט, רעכטס און זײַנען געגאַנגען אַזױ לאַנג, ביז מיר האָבן דערזען אַ שענקל. אין שענקל איז אַרײַן אײנער פֿון אונדז. װער? געװײנלעך, פּיניע. מיר װאַרטן אַ האַלבע שעה, אַ שעה, צװײ שעה ― נישטאָ פּיניע. הײבן אָן די װײַבער זאָגן, מע זאָל גײן זען, װוּ איז פּיניע? װער זאָל גײן? מײַן ברודער אליהו. זאָגט די מאַמע: זי װיל ניט. זאָג איך: „אָט־אָ גײ איך“. זאָגט די מאַמע: זי האָט מורא. שאַט! אָט איז פּיניע. „װוּ ביסטו געװען אַזױ לאַנג?“ ― „אין שענקל“. ― „װוּ זײַנען די ערלים?“ „זײ שלאָפֿן“. ― „פֿאַרװאָס האָסטו זײ נישט געװעקט?“ ― „פֿון װאַנען װײסט איר, אַז איך האָב זײ ניט געװעקט?“ ― „פֿאַרװאָס האָסטו זײ ניט געזאָגט „חײַמאָװאַ?“ ― „פֿון װאַנען װײסט איר, אַז איך האָב זײ ניט געזאָגט?“ „נו?“ ― „נו־נו!“ ― „איז דאָך שלעכט!“ ― „װער זאָגט דען, אַז ס'איז גוט?“…

― ה ―

מײַן ברודער אליהו איז טאַקע אַ חכם. ער זאָגט, זײ זאָלן גײן בײדע אין שענקל אַרײַן, פּרוּװן זיך נאָכאַמאָל אױפֿװעקן די ערלים. כּך־הװה. עס האָט ניט גענומען קײן האַלבע שעה, מיר טוען אַ קוק, זײ גײען מיט די צװײ ערלים. די ערלים זײַנען נאָך פֿאַרשלאָפֿן, אַביסל שיכּורלעך און שפּײַען און שילטן זיך ― סכּנת נפֿשות. דאָס װאָרט „טשאָרט“ װערט איבערגעחזרט אפֿשר הונדערט מאָל. די װײַבער הײבן אָן, דאַכט מיר, מורא האָבן. איך דערקען נאָך זײער זיפֿצן און זײער קרעכצן און נאָך דעם „רבונו־של־עולם“, װאָס די מאַמע דערמאָנט אַלע מינוט שטילערהײט. הױך האָט זי מורא. מע הערט ניט פֿון אונדז קײן פּיפּס. מיר גײען און גײען, און מער קײן גױים זעען מיר ניט. װוּ זײַנען די איבעריקע פֿיר? פּלוצעם שטעלן זיך אָפּ אונדזערע צװײ ערלים און רופֿן זיך אָפּ צו אונדז, מיר זאָלן זײ זאָגן, װיפֿל געלט מיר האָבן. עס פֿאַלט אָן אױף אונדז אַזאַ פּחד, אַז מיר קאָנען ניט רײדן קײן װאָרט. שטעלט זיך אַרױס די מאַמע און זאָגט, אַז מיר האָבן נישט קײן געלט. זאָגן זײ: ס'אַ ליגן. אַלע ייִדן האָבן געלט. און נעמען אַרױס צװײ לאַנגע מעסערס און טראָגן אונדז צו גלײַך צום פּנים און זאָגן: „װעט איר אונדז נישט אָפּגעבן באַלד אינגאַנצן װאָס איר האָט, זײַט איר געקױלעטע!“… אַלע שטײען אָן לשון און ציטערן, װי די לעמעלעך. רופֿט זיך אָפּ די מאַמע צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל אױפֿבינדן די קעשענע און אָפּגעבן דאָס געלט )דאָס איז דאָס געלט, װאָס מיר האָבן אָפּגעלײזט פֿאַר אונדזער האַלבע דירה(. אין דער מינוט געפֿעלט מײַן שװעגערין ברכה צו פֿאַלן חלשות. דערזען, אַז ברכה איז געפֿאַלן, שרײַט די מאַמע: גװאַלד! אױף איר קוקנדיק, שרײַט טײַבל אױך: גװאַלד! פּלוצעם ― טראַך־טאַרעראַך!!!… דאָס האָט מען אױסגעשאָסן. דער שאָס צעטראָגט זיך מיט אַ װידערקול איבערן גאַנצן װאַלד. די ערלים זײַנען אױסגעטריקנט געװאָרן. ברכה האָט זיך אױפֿגעכאַפּט. די מאַמע כאַפּט מיך מיט אײן האַנט און מײַן ברודער אליהו מיט דער אַנדערער האַנט:

― קינדער! לאָמיר לױפֿן! … דער שומר־ישׂראל איז מיט אונדז!…

איך װײס ניט, װוּ עס נעמט זיך צו איר אַזױ פֿיל כּוח אױף צו לױפֿן? אַלעמאָל פֿאַרטשעפּען מיר זיך אָן אַ בױם און פֿאַלן. מיר שטײען אױף און לױפֿן װײַטער. אַלעמאָל דרײט אױס די מאַמע דעם קאָפּ און טוט אַ פֿרעג שטילערהײט:

― פּיניע, דו לױפֿסט? ברכה, דו לױפֿסט? טײַבל, דו לױפֿסט? לױפֿט, לױפֿט, דער שומר־ישׂראל איז מיט אונדז!

װיפֿל מיר זײַנען אַזױ געלאָפֿן ― קאָן איך אײַך ניט זאָגן. פֿונעם װאַלד זײַנען מיר שױן לאַנג אַרױס. עס הײבט אָן װערן װי טאָגלעך. עס בלאָזט אַ קיל װינטל. נאָר אונדז איז הײס סכּנות. מיר דערזעען פֿאַר זיך אַ גאַס, און נאָך אַ גאַס. אַ װײַסן קלױסטער, גערטנער, הױפֿן, שטיבלעך. אַ פּנים, דאָס איז דאָס שטעטל, װאָס די ייִדענע האָט אונדז געזאָגט נבֿיאות. װיבאַלד אַזױ, זײַנען מיר דאָך שױן פֿון „יענער זײַט“. מיר באַגעגענען אַ ייִדן, מיט אַזעלכע פּאות, װאָס איך האָב אױף מײַן לעבן ניט געזען. אַ קאַפּאָטע טראָגט ער אַ לאַנגע, אַ צעפֿליקטע. אױפֿן האַלדז אַ גרינעם שאַל. ער טרײַבט אַ ציג. מיר שטעלן אים אָפּ מיט דער ציג און גיבן אים „שלום“. דער ייִד פֿון דער ציג באַטראַכט אונדז פֿון קאָפּ ביז פֿיס. פּיניע פֿאַרבינדט מיט אים אַ שמועס. דער ייִד פֿון דער ציג רעדט עפּעס מאָדנע. טאַקע אונדזער לשון, נאָר מיט פּתחן. פּיניע פֿרעגט אים, צי ס'איז נאָך עפּעס װײַט צו דער גרענעץ? דער ייִד פֿון דער ציג קוקט אים אָן: „װאָסער גרענעץ?“… עס לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז מיר זײַנען שױן לאַנג אױף דער זײַט, מיר זײַנען שױן װײַט פֿון דער רוסישער גרענעץ.

― װיבאַלד אַזױ, הײַנט װאָס־זשע לױפֿן מיר, װי די משוגעים?

עס פֿאַלט אָן אױף אונדז אַלעמען אַ מוראדיק געלעכטער. די װײַבער פֿאַלן אַזש צו דער ערד לאַכנדיק. נאָר די מאַמע הײבט אױף די הענט אַרױף: „איך דאַנק דיר, גאָטעניו!“ ― און צעװײנט זיך.

XIV
מיר זײַנען שױן אין בראָד!
― א ―

װײסט איר, װוּ מיר שפּאַרן אָן? אַזש אין בראָד! איך מײן, אַז מיר זײַנען שױן נאָענט צו אַמעריקע. אַ שײנע שטאָט אָט דאָס בראָד! ס'איז גאָרניט די שטאָט, די גאַסן, די מענטשן, װאָס בײַ אונדז. אַפֿילו די ייִדן זײַנען דאָ ניט די ייִדן, װאָס בײַ אונדז. דאָס הײסט, די ייִדן זײַנען די אײגענע ייִדן, װאָס בײַ אונדז. און אױב איר װילט, זײַנען זײ נאָך מער ייִדן, װי אונדזערע ייִדן. די פּאות אַ סך לענגערע, װי בײַ אונדזערע. די קאַפּאָטעס בײַ זײ זײַנען כּמעט ביז דער ערד. זײ טראָגן מאָדנע קאַפּעליושלעך, גאַרטעלעך, מיט שיך און זאָקן, און די װײַבער ― פּאַרוקן. נאָר דאָס לשון זײערס ― אױ, דאָס לשון! דײַטש רופֿט מען דאָס. ס'איז גאָרניט דאָס, װאָס בײַ אונדז. דאָס הײסט, די װערטער זײַנען די אײגענע װערטער, װאָס בײַ אונדז, נאָר מיט פּתחן. למשל: „װאָס“ איז „װאַס“, „דאָס“ איז „דאַס“, „שלאָפֿן“ איז „שלאַפֿן“, „ברױט“ איז „ברײַט“, „פֿלײש“ איז „פֿלײַש“, „מאיר“ איז „מײַער“, אַ „בהמה“ איז „בעהײַמע“, אַ „שײגעץ“ איז „שײַגעץ“, „מילך“ איז „מעלך“, „ליכט“ איז „לעכט“, אַ „ייִד“ איז אַ „יאַיד“, אַ „ייִדענע“ ― אַ „יאַידענע“, „קינד“ איז „קונד“, אַ „טינטערל“ איז אַ „טונטירל“, אַ „ציבעלע“ איז אַ „צײבעלע“, אַ „סירניקל“ ― אַ „שװיבעלע“. הײַנט דאָס רײדן זײערס! אַז זײ רײדן, זינגען זײ. עס קומט אױס גלײַך, װי זײ װאָלטן שטענדיק מעבֿיר געװען די סדרה. מיר האָבן באַלד געכאַפּט דעם שניט. דער ערשטער איז געװען אונדזער חבֿר פּיניע. ער האָט אָנגעהױבן רײדן דײַטש כּמעט פֿונעם ערשטן טאָג, װאָס מיר זײַנען געקומען. אים איז געװען גרינגער, װײַל דײַטש האָט ער געלערנט נאָך אין דער הײם. מײַז ברודער אליהו זאָגט, אַז כאָטש ער האָט קײן דײַטש קײנמאָל ניט געלערנט, פֿונדעסטװעגן פֿאַרשטײט ער נישט װינציקער פֿון אים. איך הער מיך צו, װי מע רעדט אױף דײַטש, און לערן מיך. אין אַ פֿרעמד לאַנד מוז מען קענען די שפּראַך. אַזױ זאָגט פּיניע. זײַן װײַב טײַבל רעדט שױן אױך האַלב דײַטש, האַלב ייִדיש. מײַן שװעגערין ברכה, אליהוס װײַב, װאָלט אפֿשר אױך װעלן רײדן דײַטש, קאָן זי נעבעך ניט. אַ גראָבער קאָפּ בײַ איר! זעט איר, די מאַמע װיל ניט הערן פֿון קײן דײַטש. זי װעט, זאָגט זי, רײדן אַזױ װי זי האָט גערעדט אין דער הײם. ברעכן זיך די צונג צוליב די דײַטשן איז זי ניט מחויבֿ. זי איז גאָר אױף זײ ברוגז. זי האָט געמײנט, אַז די דײַטשן זײַנען ערלעכע מענטשן. צום סוף, איז זי געװאָר געװאָרן, אַז זײ זײַנען אױך ניט קײן גרױסע צדיקים. אַנומלט איז זי געװען אין מאַרק, האָט מען זי אָפּגענאַרט אױף דער װאָג. זי האָט געזאָגט, מע זאָל איר געבן אַ פֿונט, און געגעבן האָט מען איר ― זי װײס אַלײן ניט װיפֿל.

אַזױ דערצײלט די מאַמע און לאָזט אױס, אַז צװישן די דײַטשן זײַנען, אַ פּנים, אױך דאָ גנבֿים. דערהערט מײַן שװעגערין ברכה, כאַפּט זי זיך אױף און פֿײַערט און מאַכט מיט די הענט:

― גנבֿים זאָגט איר, שװיגער? אַ גנבֿ אױף אַ גנבֿ! אײן גנבֿ גרעסער פֿונעם אַנדערן! מע דאַרף זיך פֿאַר זײ היטן ערגער װי בײַ אונדז! בײַ אונדז װײס מען כאָטש, אַז אַ גױ איז אַ גנבֿ.

― בײַ אונדז, נאַרעלע, װײס דער גױ אַלײן, אַז ער איז אַ גנבֿ.

אַזױ זאָגט די מאַמע און דערצײלט אַ מעשׂה מיט כימקען. ס'איז געװען בײַ אונדז אַ שיקסע כימקע. דער טאַטע, עליו־השלום, האָט נאָך דעמאָלט געלעבט. איז די כימקע געװען זײער אַ װױלע שיקסע, נאָר אַ ביסל אַ גנבֿטע. אַז אַלע זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון שטוב, פֿלעגט זי נישט װעלן בלײַבן אַלײן. זי האָט מורא געהאַט פֿאַר זיך אַלײן, זי זאָל עפּעס נישט אַװעקגנבֿענען…

― ב ―

אַלצדינג איז בײַ די דײַטשן אַנדערש. אַפֿילו דאָס געלט איז אױך נישט, װי בײַ אונדז. דאָ װײס מען נישט פֿון קאָפּיקעס, גריװנעס, צװאַנציקער, פֿערציקער. דאָ װײס מען נאָר גרײַצערס. אַלצדינג פֿאַרקױפֿט זיך דאָ אױפֿן גרײַצער. פֿאַר אונדזערן אַ רובל גיט מען אײַך אָן אַ שיעור גרײַצערס. מײַן מאַמע געפֿינט, אַז ס'איז נישט קײן געלט. ס'איז קנעפּלעך. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז זײ צעגײען זיך עפּעס אונטער די פֿינגער, אַזױ װי שנײ. אַלע טאָג זעצט ער זיך אַװעק אין אַ װינקעלע, און טרענט אױף די קעשענע, און נעמט אַרױס אַ רובל, און פֿאַרנײט די קעשענע צוריק. אױף מאָרגן טרענט ער װידער אױף די קעשענע, נעמט אַרױס אַ רובל און פֿאַרנײט צוריק. אָט אַזױ אַלע טאָג. און די טעג גײען אַװעק, און אונדזערע פּעקלעך מיט אונדזער בעטגעװאַנט זײַנען נאָך אַלץ נישטאָ. די ייִדענע, װאָס האָט מיט אונדז געגנבֿעט די גרענעץ, האָט אונדז, אַ פּנים, אָנגעטאָן אַ רעכטן ספּאָדיק. אַ חוץ װאָס מען איז אונדז באַפֿאַלן אין װאַלד, טאַקע אירע שומרים אַלײן, װעלן מיר נאָך אפֿשר בלײַבן אָן זאַכן. די מאַמע הערט נישט אױף צו ברעכן די הענט און צו װײנען אױף די זאַכן. „דאָס בעטגעװאַנט! די קישנס! װי אַזױ װעלן מיר זיך רירן קײן אַמעריקע אָן בעטגעװאַנט, אָן קישנס?“… פּיניע פֿאַלט אַלעמאָל אױף אַן אַנדער פּלאַן. ער װעט גײן, זאָגט ער, מיט אַ „זאַיאַװלעניעзаявление: אָנװענדונג“ דורך דער באַן, מיט אַ „פּראָשעניע“ צום „נאַטשאַלניק“ פֿון דער גרענעץ. ער װעט זיך אַריבערכאַפּן אַהין צו דער ייִדענע און װעט איר מאַכן אַ פֿינצטערן סוף. ער װעט זי פֿרעגן: היתּכן?!… ס'איז אָבער קאַלטע פּריפּאַרקעס! עס װעט ניט העלפֿן קײן „זאַיאַװלעניעס“ מיט קײן „פּראָשעניעס“. אַריבערכאַפּן זיך צו דער ייִדענע װעט אים טײַבל נישט לאָזן, ס'איז בלאָטע, מע זאָל איר אָנשיטן די שטוב מיט גאָלד. אַזױ האָט זי געזאָגט בפֿירוש. עס ליגט איר נאָך אין טעם דאָס „גנבֿענען די גרענעץ“. מיר אַלע געדענקען נאָך דעם טעם פֿון דער גרענעץ. מיר דערצײלן איטלעכן די מעשׂה, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט די גרענעץ, װי אַזױ די ייִדענע האָט אונדז געגעבן ערלים אױף אַריבערצופּעקלען אונדז, װי אַזױ די ערלים האָבן אונדז געפֿירט און פֿאַרפֿירט אין אַ װאַלד און געװאָלט אונדז קױלען. אַ גליק, װאָס מײַן שװעגערין ברכה האָט אַ טבֿע פֿון חלשן און װאָס מײַז מאַמע האָט געמאַכט אַ גװאַלד. האָבן דערהערט די סאָלדאַטן און האָבן אָנגעהױבן שיסן. זײַנען זיך די ערלים צעלאָפֿן, און מיר זײַנען גענעזן געװאָרן. אַזױ דערצײלט די מאַמע. מײַן ברודער אליהו דערצײלט די אײגענע מעשׂה, נאָר אַ ביסל אַנדערש. שלאָגט אים ברכה איבער און דערצײלט טאַקע דאָס אײגענע, נאָר אַ ביסל אַנדערש. זאָגט אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב, טײַבל, אַז ברכה געדענקט נישט אַקוראַט, װאָרעם ברכה האָט געחלשט. און טײַבל װיל אָנהײבן דערצײלן די מעשׂה פֿון אָנהײב אָן, האַקט איר פּיניע איבער און זאָגט, אַז זי װײס גאָרנישט. אָט װעט ער דערצײלן נאָכאַמאָל פֿון אָנהײב ביזן סוף. אַלע טאָג און איטלעכן באַזונדער דערצײלן מיר די מעשׂה, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט די גרענעץ. אַלע די, װאָס הערן, שאָקלען מיט די קעפּ, שמוצערן מיט די ליפּן. זײ זאָגן, אַז מיר זײַנען גליקלעכע! מיר דאַרפֿן בענטשן גומל!

― ג ―

אױף דער זײַט גרענעץ איז אונדז גוט, בעסער װי אין דער הײם. טאָן טוען מיר נישט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער. אָדער מיר זיצן אױף דער אַכסניא, אָדער מיר גײען אױפֿן שפּאַציר, אָנקוקן בראָד. אַ שײנע שטאָט. איך װײס נישט, װאָס מײַן שװעגערין ברכה האָט צו דער שטאָט. אַלע טאָג געפֿינט זי אַן אַנדערן חסרון אױף דער שטאָט. דאָס געפֿעלט איר נישט ― ס'איז בלאָטיק. דאָס זאָגט זי ― סע שטינקט, ערגער װי בײַ אונדז. אײנמאָל בײַנאַכט כאַפּט זי זיך אױף מיט אַ געװאַלד: מע האָט זי באַפֿאַלן. מיר זײַנען אַלע אַראָפּ פֿון די געלעגערס:

― װער האָט דיך באַפֿאַלן? גזלנים?

― װאָסערע גזלנים? װאַנצן!…

אינדערפֿרי דערצײלן מיר דעם בעל־הבית פֿון דער אַכסניא, װײס ער ניט מיט װאָס מען עסט דאָס. גיט אים פּיניע צו פֿאַרשטײן אױף דײַטש, װאָס דאָס איז. זאָגט ער, אַז בײַ זײ װײס מען נישט דערפֿון. אין זײער דײַטשעס לאַנד זעט מען דאָס נישט. דאָס האָבן מיר, זאָגט ער, מסתּמא געבראַכט מיט זיך פֿון דער הײם… אַי, איז ברכה געװען אין כּעס! זי האָט פֿײַנט, זאָגט זי, דעם ייִדן, ערגער װי אַ משומד! איך װײס נישט, פֿאַרװאָס. דאַכט זיך, זײער אַ פֿײַנער מענטש. אַז ער רעדט, האַלט ער אַ ביסל דאָס מױל אױף אַ זײַט און שמײכלט. הײַנט האָט ער ליב געבן עצות. װוּהין מיר זאָלן גײן, בײַ װעמען מיר זאָלן קױפֿן און בײַ װעמען נישט. און אַז מיר גײען עפּעס קױפֿן, גײט ער מיט. און קױפֿן קױפֿן מיר, צום מײנסטן, מלבושים. מיר האָבן אָנגעהױבן צו ביסלעך אױסקלײדן זיך. אונדזער חבֿר פּיניע זאָגט, אַז ס'איז ניט שײן, װאָס מיר גײען, װי די שלעפּערס. אין אַ פֿרעמדער שטאָט דאַרף מען, זאָגט ער, אַרױסגײן װי מענטשן. ובפֿרט דאָ, אין אױסלאַנד, װוּ עס איז האַלב אומזיסט. דאָס איז דאָך באַװוּסט אױף דער גאַנצער װעלט. קודם־כּל האָט ער זיך געקױפֿט אַ קאַפּעליושל, װי מע טראָגט בײַ די דײַטשן, און אַ פּידזשאַק אַ קורצן ביז די קני מיט אַ נײַעם שניפּס. אָנקוקן פּיניען אין זײַנע דײַטשע מלבושים דאַרף מען זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן. לאַנג און דין איז ער. אַ נידעריקע ראיה האָט ער. און אַז ער גײט, שפּרינגט ער. הײַנט די נאָז? די מאַמע זאָגט, אַז ער האָט אַ פּנים פֿון חוזק. מײַן ברודער אליהו געפֿינט, אַז ער זעט אױס װי אַ „װענגער“ אָדער װי אַ „קאַטערינשטשיק“. פּיניע זאָגט, אַז ער װײס נישט װאָס איז שענער: צי אַ „װענגער“, צי אַ „קאַטערינשטשיק“, צי גאָר אַ „שלעפּער“? דאָס מײנט ער טאַקע אונדז. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז ער זאָל װעלן, קאָן ער זיך אױך אױסקלײדן װי אַ דײַטש. ס'איז אָבער נישט קײן גרױסע קונץ, זאָגט ער, אױסברענגען געלט, טרענצלען קערבלעך. מע דאַרף, זאָגט ער, דאָס קערבל היטן קײן אַמעריקע… זאָגט אים פּיניע: אין אַמעריקע דאַרפֿן מיר קײן געלט נישט. דאָרטן, זאָגט ער, זײַנען מיר אַלײן געלט! ער רעדט איבער אונדז אַזױ לאַנג, ביז מײַן ברודער אליהו קױפֿט זיך אױך אַ קאַפּעליוש מיט אַ פּידזשאַק, און מיר אױך אַ קאַפּעליושל מיט אַ דעקל. מיר גײען אַלע דרײַ איבער די גאַסן און רײדן דײַטש. איך בין זיכער, אַז אַלע מײנען, אַז מיר זײַנען דײַטשן. אײן חסרון נאָר, װאָס אונדז גײען נאָך די װײַבער. איך מײן טאַקע די מאַמע, מײַן שװעגערין ברכה און פּיניעס װײַב טײַבל. זײ טרעטן נישט אָפּ פֿון אונדז אױף קײן װײַלע. די מאַמע האָט מורא, איך זאָל צװישן די דײַטשן נישט פֿאַרבלאָנדזשעט װערן, און יענע גײען גלאַט נאָך, װי די קעלבלעך. װאָס האָבן זײ מורא ― װײס איך נישט. מחמת מיר דרײען זיך אַרום זאַלבע זעקסט, קוקט די גאַנצע װעלט אױף אונדז. װאָס האָבן זײ נישט געזען?

― די גרעסטע נאַראָנים אין דער װעלט זײַנען דײַטשן. ― אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. אַ סימן, װאָס איר זאָלט נישט זאָגן, גלײבן זײ אײַך אױף נאמנות.

― אַחוץ געלט. געלט איז בײַ זײ טײַערער, װי בײַ אונדז! אַ „גרײַצער“ איז בײַ זײ די נשמה. פֿאַר אַ „קרױן“ װעלן זײ אײַך פֿאַרקױפֿן דעם טאַטן, און פֿאַר אַ „גולדן“ ― גאָט אַלײן!

אַזױ זאָגט ברכה, און טײַבל האַלט זי אונטער. אַלע דרײַ װײַבער, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, זײַנען עפּעס נישט צופֿרידן מיט די דײַטשן. איך װײס נישט, פֿאַרװאָס. מיר זײַנען זײ דװקא געפֿעלן. װען נישט אַמעריקע, װאָלט איך דאָ געװאָלט זײַן אײביק און אײביק. װוּ האָט איר אַזעלכע הײַזער, װי דאָ? הײַנט די מענטשן? אַזעלכע גוטע מענטשן! אַלצדינג פֿאַרקױפֿן זײ אײַך! אַפֿילו די בהמות זײַנען נישט די בהמות, װאָס בײַ אונדז. שׂכל, קאָן זײן, האָבן זײ נישט מער װי אונדזערע, נאָר זײ זעען אױס לײַטישער. אַלצדינג האָט דאָ אַן אַנדער פּנים. און רעדט מיט די װײַבער, זאָגן זײ, אַז בײַ אונדז איז בעסער. קײן זאַך געפֿעלט זײ נישט, אַפֿילו די אַכסניא אױך נישט. און נישט אַזױ די אַכסניא, װי די בעלי־בתּים. זײ רײַסן די הױט, זאָגט ברכה. פֿאַר אַ גלעזל װאַרעם װאַסער הײסן זײ זיך באַצאָלן. אַ ביסל זאַלץ װעלן זײ אײַך נישט געבן אומזיסט. אַז מיר װעלן נישט אָפּפֿאָרן פֿון דאַנען באַצײַטנס, װעלן מיר דאַרפֿן גײן איבער די הײַזער.

אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה. נאָר װאָס מײַן שװעגערין ברכה קאָן זאָגן! למאַי זי זאָגט אױף מײַן ברודער אליהו, אַז ער איז אַ ייִדענע? און אױף אונדזער חבֿר פּיניע זאָגט זי, אַז ער איז כּל־בו, װאָס אין דער קאָרט. אַן אַנדערע אױף טײַבלס אָרט װאָלט איר געגעבן אַ װיסטן פּעטשאַטעק. טײַבל איז אָבער, װי די מאַמע זאָגט, אַ מענטש אָן אַ גאַל. זי שװײַגט איר אָפּ. אַלע שװײַגן איר אָפּ. איך אױך. אױף מיר איז זי גזלן. מיך רופֿט זי דער „װישקראָביק“, אָדער „מאָטל מיט די פּיסקעס“. איך האָב זיך אױסגעהאָדעװעט, זאָגט זי, אין װעג אַ פּאָר גוטע פּיסקעס. מיך הײבט דאָס אַפֿילו נישט אָן צו אַרן. נאָר די מאַמע װיל נישט לײַדן, למאַי זי רעדט פֿון מײַנע פּיסקעס. הײבט אָן די מאַמע װײנען. און מײַן ברודער אליהו האָט פֿײַנט, אַז די מאַמע װײנט. ער זאָגט, אַז זי מאַכט זיך קאַליע די אױגן, און מיט קאַליעדיקע אױגן לאָזט אַמעריקע נישט אַרײַן.

― ד ―

איך קאָן אײַך איבערגעבן אַ נײַס. מיר האָבן אַ גרוס פֿון אונדזערע זאַכן. די ייִדענע, װאָס האָט מיט אונדז געגנבֿעט די גרענעץ, האָט מען אײַנגעזעצט אין טורמע. אונדזער חבֿר פּיניע קװעלט. ער זאָגט, אַז ס'איז אַ גרױסע מיצװה. זאָגט די מאַמע: „ס'טײַטש, און מײַנע זאַכן?“ זאָגט פּיניע: „נו, און מײַנע זאַכן?“… אַצינד װײסן מיר שױן פֿאַר געװיס, אַז אונדזערע זאַכן זײַנען פֿאַרפֿאַלן. װאָס טוט מען? מע דאַרף פֿאָרן װײַטער. אַ ברירה האָבן מיר? מײַן ברודער אליהו גײט אַרום אָן אַ קאָפּ. די מאַמע רעדט אים אױס דאָס האַרץ. זי זאָגט אים: װאָס װאָלטן מיר געטאָן, נאַרעלע, װען מע זאָל געװען צונעמען בײַ אונדז דאָס געלט, װאָס מיר האָבן אָפּגעלײזט פֿאַר דער האַלבער דירה, און נאָך קױלען אױך? אונדזער חבֿר פּיניע גיט אָפּ דער מאַמען דעם גערעכט. ער זאָגט, אַז אַ ייִד דאַרף שטענדיק זאָגן: „גם זו לטובֿה“. ברכה לײגט אױך צו אַ קנײטל. זי זאָגט, אַז נישט אומזיסט האָט זי אים אַ נאָמען געגעבן „ייִדענע“. מיר גרײטן זיך אין װעג אַרײַן. מיר צעפֿרעגן זיך בײַ מענטשן, װי אַזױ פֿאָרט מען קײן אַמעריקע? מענטשן הערן אױס און געבן אונדז עצות. איטלעכער אַן אַנדער עצה. אײנער זאָגט: אױף פּאַריז. דער אַנדערער ― אױף לאָנדאָן. אַ דריטער דרינגט, אַז אױף אַנטװערפּן איז נענטער. מע פֿאַרדולט אונדז אַזױ דעם קאָפּ, אַז מיר װײסן שױן אַלײן נישט, װאָס צו טאָן. פֿאַר פּאַריז האָט די מאַמע מורא. אַ צו גרױסער טומל, זאָגט מען. אַנטװערפּן געפֿעלט נישט ברכהן. עפּעס אַנטװערפּן ― אַ מאָדנער נאָמען. זי האָט אַזעלכן נישט געהערט. עס בלײַבט לאָנדאָן. פּיניע זאָגט, אַז לאָנדאָן איז דאָס בעסטע. ער האָט געלײענט װיפֿל מאָל אין דער געאָגראַפֿיע )אַזאַ בוך(, אַז לאָנדאָן איז אַ שאַרפֿע שטאָט. הײַנט קומט אַרױס פֿון דאָרטן משה מאָנטעפֿיאָרעMoses Haim Montefiore 1874-1885, און ראָטשילד, זאָגט ער, איז אױך פֿון לאָנדאָן.

― ראָטשילד איז גאָר פֿון פּאַריז!

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. דאָס איז דאָך בײַ זײ אַ כּלל. װאָס אײנער זאָגט, זאָגט דער אַנדערער פֿאַרקערט. אַז דער זאָגט: טאָג, זאָגט יענער: נאַכט. דאָס הײסט, מע זאָל זיך קריגן ― דאָס נישט, נאָר מע שפּאַרט זיך. זײ קאָנען זיך אַמאָל אַזױ אַװעקשפּאַרן אַ שעה כּסדר, ביז מע צענעמט זײ. אַנומלט האָבן זײ זיך צעאַמפּערט איבער אַ דײַטש װאָרט: „כרײן“. אײנער האָט געזאָגט, אַז כרײן איז אױף דײַטש: „כראַן“. דער אַנדערער האָט געדרונגען, אַז כרײן דאַרף מען זאָגן אױף דײַטש: „כראָן“. אַ שעה צװײ האָט מען זיך אַװעקגעריסן, ביז ס'איז געבליבן, מע זאָל קױפֿן אַ װערצל כרײן און מע זאָל דאָס װײַזן דעם בעל־הבית פֿון דער אַכסניא. געבראַכט דאָס װערצל כרײן, פֿרעגט מען אים: „רב דײַטש! מיר האָבן צו אײַך אַ בקשה, נאָר איר זאָלט אונדז זאָגן דעם רײנעם אמת. װי אַזױ הײסט בײַ אײַך אױף אײַער לשון אָט די דאָזיקע פּרי ― „כראַן“, אָדער „כראָן“?“ רופֿט זיך אָפּ דער בעל־הבית: „אױף אונדזער דײַטשער שפּראַכע הײסט דיעזע פֿרוכט נישט „כראַן“ און נישט „כראָן“, נאָר „מערעטיךMeerrettich“… נאַט אײַך אַזאַ משוגעת! קירע־דײַטש איז אַ גוטער צו־להכעיסניק. ער קאָן אײַך אַמאָל געבן אַ זאָג אַ װאָרט, זאָל זײַן װאָס צו הערן. למשל, נעמט, אַ שטײגער, אַ זײגערל. דאַכט זיך, װאָס קאָן שױן זײַן מער פּשוט פֿון אַ זײגערל? הײסט דאָס בײַ קירע־דײַטש נישט אַ זײגערל, נאָר „אַ האָר“. און אַ האָר איז בײַ אים „אַ האַר“. אַ האַר איז בײַ אים אַ „הער“. אַהער איז בײַ אים „היר־היר“. אַז מע זאָגט קירע־דײַטש, זאָל מען גלײבן!

― ה ―

האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב מיך פֿאַררעדט װעגן די נאַרישע דײַטשן מיט זײער משוגענער שפּראַך, און האָב פֿאַרגעסן, אַז מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע. דאָס הײסט, נישט גלײַך קײן אַמעריקע ― דערװײַל פֿאָרן מיר קײן לאָנדאָן. און נישט גלײַך קײן לאָנדאָן, נאָר קײן לעמבערג. דאָרט, אין לעמבערג, איז פֿאַראַן, זאָגט מען, אַ קאָמיטעט פֿאַר עמיגראַנטן. אפֿשר װעלן מיר קאָנען דורכן קאָמיטעט עפּעס באַהילפֿיק װערן. מיט װאָס זײַנען מיר ערגער פֿון אַלע אַנדערע עמיגראַנטן? ובפֿרט, מיר האָבן נאָך געהאַט אַזאַ שאָדן ― אונדזערע אַלע פּעקלעך מיט אונדזער גאַנצן בעטגעװאַנט. די מאַמע גרײט זיך שױן, װי אַזױ זי זאָל זײ זאָגן, װי אַזױ זי זאָל פֿאַר זײ װײנען. מײַן ברודער אליהו בעט זיך בײַ איר: „נאָר נישט געװײנט! מע דאַרף אין זינען האָבן די אױגן. אָן אױגן לאָזט אַמעריקע נישט אַרײַן“…

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און גײט אַרײַן צום בעל־הבית זיך צעצאָלן פֿאַר דער אַכסניא. אין עטלעכע מינוט אַרום קומט אַרײַן מײַן ברודער אליהו אַ טױטער. װאָס איז? דער בעל־הבית האָט אים אַװעקגעלײגט אַ חשבון, איז אים, זאָגט ער, פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. פֿאַר אַלצדינג רעכנט ער אונדז געלט. פֿאַר לײַכטער אױף ליכט־בענטשן רעכנט ער זעקס לײַכטער ― זעקס גרײַצערס. פֿאַר הבֿדלה ― פֿיר גרײַצערס. װאָסער הבֿדלה? ער, דער בעל־אַכסניא, האָט געמאַכט הבֿדלה און מיר האָבן געהערט, קומט אים פֿיר גרײַצערס. פֿרעגן מיר אים: „װאָס עפּעס פֿיר?“ ― זאָגט ער: „װילט איר פֿינף, לאָז זײַן פֿינף“. הײַנט רעכנט ער אונדז עפּעס אַ מין זאַך מיטן נאָמען „קאָמיסיאָן“. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק? דאָס קומט אים, זאָגט ער, פֿאַר דער טירחה, װאָס ער איז געגאַנגען מיט אונדז קױפֿן מלבושים.

דערהערט אַזאַ מעשׂה, כאַפּט זיך אױף מײַן שװעגערין ברכה מיט אַ פּליעסק אין די הענט.

― שװיגער! װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? זײַנען די דײַטשן נישט ערגער װי די נאַכט־גזלנים אין װאַלד? זײַנען אונדזערע רוסישע כוליגאַנעס נישט קײן צדיקים אַקעגן זײ? מיר זײַנען דען אין בראָד? מיר זײַנען דאָך אין סדום!!!…

דאָס פֿאַרגלײַכן אים מיט די רוסישע כוליגאַנעס, װײַזט אױס, האָט דעם בעל־הבית נישט אַזױ פֿאַרדראָסן, װי דאָס פֿאַרגלײַכן בראָד מיט סדום. ער איז געװאָרן אָנגעצונדן! ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ס'איז זײער רעכט, װאָס די רוסישע „כוליגאַנעס“ מאַכן אױף אונדז פּאָגראָמען. ער געפֿינט, אַז ס'איז נאָך װינציק, װאָס מע טוט אונדז. װען ער זאָל זײַן, זאָגט ער, דער רוסישער „קײַזער“, װאָלט ער „געהײַסן“, מע זאָל אונדז אַלעמען „אױסקײַלן“ ביז „אײַנעם“!

מיר דאַכט, איך האָב אײַך שױן געזאָגט, אַז אונדזער חבֿר פּיניע איז אַ היציקער פּאַרשױן. ביז מע רירט אים נישט שטאַרק אָן, קאָן ער אײַך שװײַגן און שװײַגן. נאָר טאָמער דערלאַנגט מען אים מיט אַזאַ װאָרט, װאָס ער האָט פֿײַנט, איז חיות נישט זיכער! פּיניע האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, אױסגעצױגן זיך װי לאַנג ער איז, צוגעגאַנגען גלײַך צום בעל־הבית פֿון דער סטאַנציע און האָט אים אױסגעשריִען אױפֿן קול גלײַך אין פּנים אַרײַן:

― קירע־דאַאַאַײַטש!!!… אַ רוח אין דײַן טאַאַאַטן אַרײַן!

אמת, דער „קירע־דײַטש“ האָט אונדזער חבֿר פּיניען געקאָסט טײַער. דער בעל־הבית האָט אים פֿאַרן „קירע־דײַטש“ אױפֿגעװאָרפֿן צװײ שװערע, געשמאַקע פּעטש, אַז פֿונקען זײַנען געפֿלױגן. עס האָט אָבער געהאַט דעם זיבעטן חן. גאַנץ בראָד האָט זיך צונױפֿגעלאָפֿן. ס'איז געװען „ליהודים“. איך האָב ליב, אַז ס'איז פֿרײלעך.

דעם זעלבן טאָג זײַנען מיר אַנטלאָפֿן קײן לעמבערג.

XV
קראָקע מיט לעמבערג
― א ―

לעמבערג, זעט איר, איז שױן גאָרנישט דאָס, װאָס בראָד. ערשטנס, די שטאָט אַלײן. רײן, ברײט, ציכטיק, שײן ― פֿאַרנעמט אַן אױג! דאָס הײסט, ס'איז פֿאַראַן אין לעמבערג אױך אַזעלכע גאַסן, װי אין בראָד, װאָס אַז מע גײט אין מיטן זומער, דאַרף מען אָנטאָן טיפֿע קאַלאָשן און פֿאַרשטעלן די נאָז. דערפֿאַר אָבער איז פֿאַראַן אין מיטן שטאָט אַ גאָרטן, װאָס אַלע מעגן דאָרטן גײן שפּאַצירן, אַפֿילו ציגן. אַ פֿרײַע מדינה. שבת גײען ייִדן מיט שטרײַמלעך פֿראַנק און פֿרײַ אױף אַלע גאַסן, און קײנער זאָגט זײ נישט אַ װאָרט. הײַנט די מענטשן? גאָלד און זילבער! מײַן מאַמע זאָגט, אַז פֿון בראָד ביז לעמבערג איז אַזאַ חילוק, װי פֿון טאָג צו נאַכט. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז עס טוט אים באַנג, װאָס בײַ דער גרענעץ שטײט פֿריִער בראָד און נאָכדעם לעמבערג. עס װאָלט באַדאַרפֿט, זאָגט ער, זײַן פֿאַרקערט. גיט אים אונדזער חבֿר פּיניע צו פֿאַרשטײן, אַז דערפֿאַר איז לעמבערג בעסער פֿון בראָד, װײַל עס שטײט װײַטער פֿון דער גרענעץ און נענטער צו אַמעריקע. זאָגט אים אליהו: „אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג! װוּ איז לעמבערג און װוּ איז אַמעריקע!“ זאָגט אים פּיניע, אַז װאָס ס'איז שײך צו שטעט, מעג ער זיך נאָך דערװײַלע לערנען בײַ אים, װאָרעם ער האָט געלערנט געאָגראַפֿיע. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו: „אַז דו האָסט געלערנט געאָגראַפֿיע, זאָג זשע מיר, װוּ איז דער קאָמיטעט?“ ― „װאָסער קאָמיטעט?“ ― „דער עמיגראַנטן־קאָמיטעט!“ ― „אַ סמיכות־הפּרשה! װאָס געהער זיך עס אָן מיט געאָגראַפֿיע?“ ― „דער װאָס װײס געאָגראַפֿיע, דער דאַרף װיסן אַלצדינג“. אַזױ זאָגט צו אים מײַן ברודער אליהו, און מיר פֿרעגן זיך נאָך אױפֿן קאָמיטעט. װעמען מיר פֿרעגן, װײס קײנער נישט. אַ מאָדנע שטאָט.

― זײ װײסן, נאָר זײ װילן נישט זאָגן!

אַזױ פּסקנט מײַן שװעגערין ברכה. איר געפֿעלט קײן זאַך נישט. אױף לעמבערג האָט זי אױך אַ חסרון: צו ברײטע גאַסן. אַ חסרון ― די כּלה איז צו שײן. אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב טײַבל האָט אַן אַנדער חסרון אױף לעמבערג. דהײַנו? למאַי זאָגט מען בײַ אונדז „קראָקע מיט לעמבערג“? אַז מען עסט אַ זױערע זאַך, זאָגט מען: „ס'איז אַזױ זױער, אַז מע קאָן דערזען קראָקע מיט לעמבערג“. אָדער אַז מע דערלאַנגט אײנעם אַ גוטן פּאַטש, זאָגט מען, אַז „ער האָט דערזען קראָקע מיט לעמבערג“.

בקיצור, די װײַבער האָבן שױן אַזאַ טבֿע. זעלטן זײ זאָל עפּעס געפֿעלן!…

― ב ―

מיר האָבן זיך שױן דערפֿרעגט צום קאָמיטעט. אַ הױכע שטוב מיט אַ רױטן דאַך. פֿריִער דאַרף מען שטײן אַ ביסל אינדרױסן. דאָס הײסט, נישט אַ ביסל, נאָר אַ סך. נאָכדעם עפֿנט מען די טיר. דאַרף מען גײן אױף טרעפּ. אַז מע קומט אַרױף, טרעפֿט מען אַ סך מענטשן. צום מײנסטן, אונדזערע רוסישע, עמיגראַנטן רופֿט מען זײ. כּמעט אַלע זײַנען זײ הונגעריק און אַלע האָבן קלײנע זײגעדיקע קינדער. די װאָס האָבן נישט קײן זײגעדיקע קינדער זײַנען אױך הונגעריק. מע הײסט זײ קומען מאָרגן. מאָרגן זאָגט מען זײ װידעראַמאָל, זײ זאָלן קומען מאָרגן. מײַן מאַמע באַקענט זיך מיט אַ סך װײַבער. איטלעכע פֿון זײ האָט אױף זיך אַן אַנדער אומגליק. פֿאַרגלײַכן, זאָגט זי, איר אומגליק מיט זײערע אומגליקן, קומט אױס, אַז זי איז נאָך אײנע אַ גליקלעכע! אַ סך פֿון זײ זײַנען אַנטלאָפֿענע פֿון פּאָגראָמען. װאָס זײ דערצײלן זיך אָן איז אַ גװאַלד! אַלע פֿאָרן זײ קײן אַמעריקע, און קײנער האָט נישט מיט װאָס. אַ סך פֿון זײ האָט מען אָפּגעשיקט צוריק. אײניקע גיט מען אַרבעט. אײניקע שיקט מען אָפּ קײן קראָקע. דאָרט איז, זאָגט מען, דער אמתער קאָמיטעט. װאָס זשע איז דאָ? ― זײ װײסן אַלײן נישט. מע הײסט זײ קומען מאָרגן, קומען זײ. װוּ איז דער קאָמיטעט? אָט דאָס איז דאָך דער קאָמיטעט. װער איז דער קאָמיטעט? זײ זאָלן אַזױ װיסן פֿון בײז! עס קומט אַרײַן אַ הױכער פּאַרשױן מיט אַ געשטופּלט פּנים און מיט גוטע לאַכנדיקע אױגן.

― אָט דאָס איז אײנער פֿונעם קאָמיטעט. ער איז אַ דאָקטער.

דער דאָקטער מיט די גוטע לאַכנדיקע אױגן זעצט זיך אַװעק אױף אַ שטול. אַלע מינוט גײט צו צו אים אַן אַנדער עמיגראַנט און טענהט עפּעס, מאַכט מיט די הענט. דער דאָקטער הערט אים אױס און ענטפֿערט אים, אַז ער איז אײן מענטש אַלײן. ער קאָן גאָרנישט העלפֿן. פֿאַראַן, זאָגט ער, בײַ אונדז אַ קאָמיטעט פֿון עטלעכע און דרײַסיק פּאַרשױן, נאָר קײנער װיל נישט קומען. װאָס קאָן איך, אײן מענטש אַלײן, טאָן?

די עמיגראַנטן װילן נישט װיסן, װאָס ער איז אײן מענטש אַלײן. זײ קאָנען דאָ מער נישט זיצן. זײ האָבן שױן אױפֿגעגעסן פֿון זיך װאָס זײ האָבן געהאַט. זײ זאָגן, אָדער מע זאָל זײ געבן בילעטן קײן אַמעריקע, אָדער מע זאָל זײ אָפּשיקן צוריק. דער דאָקטער טענהט, אַז ער קאָן זײ נאָר שיקן קײן קראָקע, אױב זײ װילן. דאָרט איז דאָ אַ קאָמיטעט. אפֿשר װעט זײ יענער קאָמיטעט עפּעס קאָנען העלפֿן. די עמיגראַנטן הערן דאָס אױס און זאָגן, אַז זײ האָבן נישט דערװײַל פֿון װאַנען אַ טאָג איבערצולעבן. דער דאָקטער נעמט אַרױס דאָס בײַטעלע און שענקט אַ מטבע. די עמיגראַנטן באַטראַכטן די מטבע און גײען אַװעק. עס קומען אָן נײַע עמיגראַנטן. זײ פֿאַלן, זאָגן זײ, מיטן פּנים צו דער ערד.

― װאָס װילט איר? ― טענהט נעבעך דער דאָקטער.

― מיר װילן עסן! ― זאָגן די עמיגראַנטן.

― אָט האָט מען מיר געבראַכט עסן, עסט.

אַזױ זאָגט זײ דער דאָקטער מיט די גוטע לאַכנדיקע אױגן און ער װײַזט זײ אױפֿן אָנבײַסן, װאָס מע האָט אים געבראַכט: קאַװע מיט װײַסע בולקעלעך. ער זאָגט, אַז ער מײנט דאָס ערנסט. ער גיט זײ אַװעק זײַן אָנבײַסן. װאָס זאָל ער טאָן, אײן מענטש אַלײן? די עמיגראַנטן באַדאַנקען אים. זײ זאָגן, אַז נישט פֿאַר זיך בעטן זײ, פֿאַר זײערע קינדער נעבעך.

― נו, ברענגט אַהער די קינדער! ― זאָגט דער דאָקטער און טוט אַ װוּנק צו אונדז מיט זײַנע גוטע לאַכנדיקע אױגן.

― װאָס װילט איר?

― ג ―

טרעט אַרױס די מאַמע צום גוטן דאָקטער מיט די לאַכנדיקע אױגן און הײבט אים אָן דערצײלן אַ מעשׂה פֿונעם אָנהײב, װי אַזױ זי האָט געהאַט אַ מאַן. דער מאַן איז געװען אַ חזן און האָט געקרענקט און געקרענקט. נאָכדעם איז ער געשטאָרבן, איבערגעלאָזט זי אַן אַלמנה מיט צװײ קינדער, אײנעם אַן עלטערן און אײנס נאָך כּמעט אַן עופֿעלע (דאָס מײנט מען מיך). האָט זי דעם עלטערן חתונה געמאַכט, אַרײַנגעגעבן אים אין אַ שמאַלץ־גרוב. די שמאַלץ איז אױסגערונען, די גרוב איז געבליבן. דער שװער האָט זיך געשטעלט, און דער זון דאַרף שטײן צום פּריזיװ…

― מאַמע, װוּהין ביסטו פֿאַרפֿאָרן?

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און שטעלט זיך אַװעק דערצײלן די אײגענע מעשׂה, נאָר אין אַן אַנדער אופֿן. ער הײבט אָן אַזױ:

― יאָ פּריזיװ, נישט פּריזיװ ― מיר פֿאָרן, הײסט עס, קײן אַמעריקע. דאָס הײסט, איך, און מײַן מאַמע, און מײַן װײַב, און אַ קלײן ברודערל (דאָס מײנט מען מיך), און אָט דער יונגערמאַן (ער װײַזט אױף פּיניען) פֿאָרט אױך, הײסט עס, מיט אונדז. האָבן מיר באַדאַרפֿט אַריבער די גרענעץ, זײַנען מיר, הײסט עס, געקומען צו דער גרענעץ. און אַזױ װי קײן פּעסער, הײסט עס, האָבן מיר נישט, װאָרעם מיר דאַרפֿן בײדע שטײן צום פּריזיװ…

― אָט דאָ לאָז מיך! ― רופֿט זיך אָן אונדזער חבֿר פּיניע און שטופּט אָפּ מײַן ברודער אליהו און דערצײלט די אײגענע מעשׂה, נאָר אַ ביסל אַנדערש. כאָטש אליהו איז מיר אַ ברודער, פֿונדעסטװעגן מוז איך מודה זײַן, אַז פּיניע רעדט אַ סך שענער פֿון אים. ערשטנס, איז בײַ אים נישטאָ קײן „הײסט עס“, װי בײַ מײַן ברודער אליהו. הײַנט קען ער רוסיש זײער גוט. אַ סך װערטער זײַנען בײַ אים רוסישע, און גלאַט שײנע װערטער, מחיהדיקע. אַ סך פֿון זײ פֿאַרשטײ איך נישט װאָס ער מײנט, נאָר זײ זײַנען שײן. אָט װי אַזױ אונדזער חבֿר פּיניע האָט אָנגעהױבן:

― איך װעל אײַך געבן אין קורצן אַ װזגליאַדвзгляд: קוק אױף דער גאַנצער פּאָלאָזשעניע, װעט איר האָבן אַ טאָטשקע זרעניעточке зрение: קוקװינקל. מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע ניט אַזױ צוליב װאָיִנסקי פּאָװיננאָסטвоинский повинность: זעלנערײַ, װי צוליב סאַמאָסטאָיאַטעלינאָסטсамостоятельность: אומאָפּהענגיקײט און ציװיליזאַציע, װאָרעם מיר זײַנען דאָרט זײער סטיעסניטעלניстеснительны: באַשײדן נישט נאָר אין פּראָגרעס, נאָר אַפֿילו אין װאָזדוךвоздух: לופֿט, װי טורגעניעװИван Сергеевич Тургенев 1818-1883 זאָגט ― און װאָװטאָריךвовторых: צװײטנס, זינט עס האָט זיך אָנגעהױבן בײַ אונדז דער יעװרײסקי װאָפּראָסеврейский вопрос: ייִדישע פֿראַגע מיט די פּאָגראָמען, קאָנסטיטוציע און טאָמוтому: דערצו פּאָדאָבנע, װי באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862 זאָגט אין זײַן היסטאָריאַ ציװיליזאַציאַ…

אַן עבֿירה! דאָ האָבן ערשט אָנגעהױבן גײן די שײנע װערטער. אונדזער חבֿר פּיניע האָט זיך ערשט רעכט צעשאָקלט. ער האָט זיך פֿאַרקאַטשעט רײדן און רײדן ― צום סוף האַקט אים איבער דער דאָקטער סאַמע אינמיטן, טוט אַ זופּ די קאַװע און רופֿט זיך אָן צו אים מיט אַ שמײכל:

― זאָגט: װאָס װילט איר?

טרעט אַרױס װידער מײַן ברודער אליהו און מאַכט צו פּיניען:

― למאַי זאָלסטו האָבן אַ טבֿע צו רײדן נישט צו דער זאַך?

דאָס פֿאַרדריסט, אַ פּנים, אונדזער חבֿר פּיניען, מחמת ער טרעט אָפּ אױף אַ זײַט, פֿאַרטשעפּעט זיך פֿאַר זײַנע אײגענע פֿיס, און רופֿט זיך אָן ברוגזלעך:

― דו רעדסט בעסער? רײד דו!

און מײַן ברודער אליהו גײט צו צום טיש און דערצײלט נאָכאַמאָל די מעשׂה בקיצור.

― ד ―

― זײַנען מיר, הײסט עס, געקומען צו דער גרענעץ. געקומען צו דער גרענעץ, האָבן מיר אָנגעהױבן האַנדלען, הײסט עס, מיט די אַגענטן. און די אַגענטן, װײסט איר דאָך, זײַנען גרױסע ממזרים. האָבן זײ אָנגעהױבן לױפֿן אײנער איבערן אַנדערן, גראָבן, מסרן, יאַבעדען, ביז ס'האָט זיך אונטערגעכאַפּט אײנע אַ ייִדענע, הײסט עם, אַ לײַטישע, אַן ערלעכע, אַ פֿרומע, אַ כּשרע, און האָט זיך אױסגעגלײַכט מיט אונדז פֿאַרן מקח, הײסט עס, זיך אונטערגענומען אונדז אַלעמען אַריבערפּעקלען, פֿריִער אונדז, און נאָכדעם די זאַכן. האָט זי אונדז געגעבן, די ייִדענע, הײסט עס, צװײ ערלים, שומרים, הײסט עס…

― אָט אַזױ גיך? זע נאָר! ער איז שױן פֿאַרטיק מיט די ערלים.

אַזױ שפּרינגט אַרױס מײַן שװעגערין ברכה, שטופּט־אָפּ מײַן ברודער אליהו און דערצײלט בעסער אַלײן די מעשׂה. טאַקע די אײגענע מעשׂה, נאָר אַביסל אַנדערש: װיִאַזױ די ייִדענע האָט אונדז געהײסן גײן און גײן, ביז מיר װעלן דערזען אַ בערגל. פֿונעם בערגל זאָלן מיר זיך נעמען רעכטס און גײן און גײן, ביז מיר װעלן קומען צו נאָך אַ בערגל. זאָלן מיר זיך פֿון יענעם בערגל נעמען לינקס און גײן און גײן, ביז מיר װעלן קומען צו אַ שענקל. זאָל אַרײַנגײן אײנער פֿון אונדז אין שענקל, װעט ער טרעפֿן צװײ ערלים טרינקען בראָנפֿן. זאָל מען צוגײן צו די ערלים און זאָגן זײ נאָר אײן װאָרט „חײַמאָװאַ“, װעלן זײ שױן װיסן און װעלן אונדז פֿירן איבער אַ װעלדל. אַ גליק, װאָס איך האָב אַ טבֿע פֿון חלשן…

רופֿט זיך אָן דער דאָקטער:

― װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, מײַנע ליבע װײַבער? איך האָב אױך אַ טבֿע פֿון חלשן. זאָגט מיר אין קורצן, װאָס װילט איר?

טרעט אַרױס די מאַמע װידעראַמאָל, און עס קומט פֿאָר צװישן איר און צװישן דאָקטער אַזאַ מין געשפּרעך:

מאַמע: איר װילט װיסן אין קורצן? מע האָט בײַ אונדז צוגענומען די זאַכן.

דאָקטער: װאָסערע זאַכן?

מאַמע: דאָס בעטגעװאַנט: צװײ איבערבעטן, פֿיר קישנס גרױסע, און נאָך צװײ גרױסע קישנס, און דרײַ קלײניטשקע ממזרימלעך איבערגעשאָטן.

דאָקטער: דאָס איז גאָר?

מאַמע: און קאָלדרעס דרײַ, צװײ אַלטע, אײנע אַ נײַע. און מלבושים אַ פּאָר, און אַ פֿאַטשײלע אַ זײַדענע, און…

דאָקטער: נישט דאָס פֿרעג איך. מער קײן אומגליק האָט איר ניט געהאַט?

מאַמע: װאָסער אַן אומגליק װילט איר נאָך?

דאָקטער: איך מײן, װאָס פֿעלט אײַך?

מאַמע: בעטגעװאַנט.

דאָקטער: דאָס איז גאָר?

מאַמע: ס'איז אײַך קאַרג?

דאָקטער: און בילעטן האָט איר? געלט האָט איר?

מאַמע: נישט צו פֿאַרזינדיקן. מיר האָבן שיפֿסקאַרטן, מיר האָבן אױף בילעטן.

דאָקטער: זײַט איר דאָך, דאַנקען גאָט! איך בין אײַך מקנא. לאָמיר זיך בײַטן. מײנט ניט, איך שפּאַס. איך זאָג עס אײַך אָן לצנות. נאַט אײַך מײַן אָנבײַסן, נאַט אײַך מײַנע עמיגראַנטן, נאַט אײַך מײַן קאָמיטעט, און גיט מיר אײַערע שיפֿסקאַרטן מיט אײַערע בילעטן, פֿאָר איך אַװעק קײן אַמעריקע הײַנטיקן טאָג. װאָס קאָן איך דאָ טאָן, אײן מענטש אַלײן, מיט קײן עין־הרע אַזױ פֿיל אָרעמעלײַט?

דער דאָקטער איז עפּעס ― מיר װײסן אַלײן ניט װאָס! ― אַזױ האָבן מיר אָפּגעפּסקנט, און מיר װילן נישט מאַכן דאָ קײן לאַנגע שהיות. מײַן ברודער אליהו זאָגט: אַן עבֿירה די הוצאָות. לאָמיר בעסער פֿאָרן קײן קראָקע. אַ סך עמיגראַנטן פֿאָרן קײן קראָקע, לאָז זיך אונדז דאַכטן, עלעהײ מיר זײַנען אױך עמיגראַנטן.

― אַז מיר זײַנען אין לעמבערג, מוזן מיר שױן זײַן אין קראָקע אױך. ― זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע.

― בכדי ס'זאָל אױסקומען אַ פּנים, קראָקע מיט לעמבערג? ― כאַפּט אונטער זײַן װײַב טײַבל.

זײַט געזונט, מיר פֿאָרן קײן קראָקע.

XVI
מיט די עמיגראַנטן
― א ―

אַז איר װילט פֿאָרן קײן אַמעריקע, זאָלט איר פֿאָרן נאָר מיט עמיגראַנטן. אַז איר פֿאָרט מיט עמיגראַנטן, איז אײַך גוט. קומט איר אין אַ שטאָט, פֿאַרשפּאָרט איר זוכן אַן אַכסניא. מע האָט אײַך אָנגעגרײט אַן אַכסניא פֿון פֿריִער. דערױף איז דאָך געמאַכט געװאָרן אַ קאָמיטעט. אַ קאָמיטעט זעט, אַז איר זאָלט האָבן אַלצדינג גרײט. מיר, אַז מיר זײַנען אָנגעקומען די ערשטע נאַכט קײן קראָקע, האָט מען אונדז באַלד פֿאַרטריבן אין אַזאַ מין שטוב, אָדער אַ קאַמער, אָדער אַ שטאַל. דאָרט האָבן מיר אָפּגעװאַרט ביז אינדערפֿרי. אינדערפֿרי איז מען געקומען צו אונדז פֿונעם קאָמיטעט און מע האָט אונדז פֿאַרשריבן אַלע בײַ די נעמען. די מאַמע האָט אַפֿילו ניט געװאָלט זאָגן אונדזערע נעמען. זי האָט מורא געהאַט פֿאַרן פּריזיװ. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה? האָבן די עמיגראַנטן זי אױסגעלאַכט: װאָס גײט אָן קירע־דײַטש אונדזער רוסישער פּריזיװ? נאָכדעם האָט מען אונדז געבראַכט אַלעמען אױף אַ גרױסער אַכסניא. אַ גאַנצע שטוב מיט אַ סך בעטלעך מיט אָן אַ שיעור עמיגראַנטן. „עס זעט דאָ אױס װי בײַ אונדז אַ הקדש“. אַזױ געפֿינט מײַן מאַמע. און מײַן שװעגערין ברכה זאָגט: „שװיגער, לאָמיר בעסער פֿאָרן װײַטער“. איך האָב אײַך שױן געזאָגט אַמאָל, אַז די װײַבער האָבן אַ טבֿע ― עס געפֿעלט זײ ניט קײן זאַך. אױף אַלצדינג מאַכן זײ אײַך אַ חסרון. אױף דער שטאָט קראָקע האָבן זײ גלאַט געװאָרפֿן אַן אומחן פֿון דער ערשטער מינוט. אַפֿילו מײַן ברודער אליהו איז אױך אין כּעס אױף קראָקע. קראָקע, זאָגט ער, איז ניט לעמבערג. אין לעמבערג איז כאָטש דאָ ייִדן, און אין קראָקע איז ניטאָ קײן ייִדן. דאָס הײסט, ס'איז דאָ ייִדן, נאָר משונה־מאָדנע ייִדן ― אַנדרוגינוסן, האַלב ייִד און האַלב פֿליאַקע, פֿאַרדרײט די װאָנצעס און „פּראָשע פּאַניעproszę panye: זײַט אַזױ גוט, אַדוני!“… אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. נאָר אונדזער חבֿר פּיניע װיל אים איבערשפּאַרן. ער זאָגט, אַז דאָ איז פֿאַראַן מער „ציװיליזאַציע“. איך װאָלט װעלן װיסן, װאָס איז דאָס אַזעלכעס „ציװיליזאַציע“, װאָס אונדזער חבֿר פּיניע קאָן זיך אָן דעם ניט באַגײן?

― ב ―

אױף דער אַכסניא, װאָס מע האָט אונדז אָנגעגרײט פֿונעם קאָמיטעט, איז אױסגעצײכנט גוט. דאָס הײסט, עס איז ניט אַזױ גוט, װי פֿרײלעך. מע באַקענט זיך אַלעמאָל מיט נײַע עמיגראַנטן. מע זיצט אינאײנעם, מען עסט אינאײנעם, מע דערצײלט מעשׂיות. אַך, װאָסערע שײנע מעשׂיות! נסים־ונפֿלאָות! נסים פֿון פּאָגראָם. נסים פֿונעם פּריזיװ. נסים פֿון דער גרענעץ. איטלעכער דערצײלט אַן אַנדער מעשׂה פֿון זײַן אַגענט. אײנער פֿרעגט בײַם אַנדערן: „װער איז געװען אײַער אַגענט בײַ דער גרענעץ ― אַ רױטער, צי אַ שװאַרצער?“ ענטפֿערט אים דער אַנדערער: „ניט קײן רױטער, ניט קײן שװאַרצער, נאָר אַזױ אַ גנבֿ“…

געװײנלעך, דערצײלן מיר אונדזער נס אױך, װי אַזױ גאָט האָט מיט אונדז געפֿירט, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט די גרענעץ, װי אַזױ די אַגענטן האָבן אונדז באַפֿאַלן, װי אַזױ מיר האָבן זיך באַקענט מיט אַ ייִדענע, װי אַזױ די ייִדענע האָט בײַ אונדז אױסגענאַרט די זאַכן, װי אַזױ אירע שומרים, צװײ ערלים, האָבן אונדז פֿאַרפֿירט אין אַ װאַלד, געפֿרעגט אונדז, װיפֿל געלט מיר האָבן, און אַרױסגענומען מעסערס אױף צו קױלען. אַ גליק, װאָס אונדזער ברכה האָט אַ טבֿע פֿון חלשן און װאָס די מאַמע האָט געמאַכט אַ גװאַלד, ― האָט זיך דערהערט אַ שאָס, זײַנען די ערלים אַנטלאָפֿן און מיר זײַנען דערװײַל אַריבער אױף יענער זײַט… אַלע הערן אױס אונדזער מעשׂה, שאָקלען מיט די קעפּ און שמוצערן מיט די ליפּן. אײנער אַ הױכער עמיגראַנט מיט אַ בײזן קוק און מיט װאַטע אין די אױערן טוט אונדז אַ פֿרעג:

― װי אַזױ זעט זי אױס, די ייִדענע? אַ פֿרומע, אַ כּשרע, מיט אַ שײטל אױפֿן קאָפּ?

דערהערט, אַז אונדזער ייִדענע איז אַ פֿרומע, אַ כּשרע, מיט אַ שײטל אױפֿן קאָפּ, ― טוט דער הױכער עמיגראַנט מיטן בײזן קוק זיך אַ כאַפּ אױף און אַ זאָג צו זײַן װײַב, װאָס זי הײסט שׂרה:

― שׂרה, דו האָרכסט? ס'איז דאָך די אײגענע ייִדענע!

― אַ כאָלערע זאָל קומען אױף איר און אױף אַלע אַגענטן, רבונו של עולם!

אַזױ זאָגט זײַן װײַב שׂרה, און זי דערצײלט אונדז אױך אַ שײנע מעשׂה, װי אַזױ די אײגענע ייִדענע מיטן שײטל האָט זי אָפּגענאַרט, באַנומען פֿון קאָפּ ביז פֿיס און געװאָלט אַרײַנרוקן זײ שיפֿסקאַרטן קײן אַמעריקע.

דערהערט דאָס װאָרט „שיפֿסקאַרטן“, כאַפּט זיך אױף אַן עמיגראַנט, אַ שנײַדער, מיט שװאַרצע אױגן און מיט אַ בלאַס פּנים, און רופֿט זיך אָן:

― שיפֿסקאַרטן? לאָזט מיך, װעל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה פֿון שיפֿסקאַרטן.

און דער שנײַדער מיט די שװאַרצע אױגן און מיטן בלאַסן פּנים װיל אָנהײבן דערצײלן אַ מעשׂה פֿון שיפֿסקאַרטן, שטײט אױף נאָך אַן עמיגראַנט, װאָס מע רופֿט אים טאָפּאָלינסקי. ער זאָגט, אַז ער האָט אַ שענערע מעשׂה מיט שיפֿסקאַרטן, װי אַזױ אין שטעטל בײַ זײ איז דאָ אַ קאָמפּאַניע, װאָס פֿאַרקױפֿט כּלומרשט שיפֿסקאַרטן פֿון ליבאַװע קײן אַמעריקע, האָבן זײ דערטאַפּט אַ יונגנמאַן און האָבן בײַ אים אױסגענאַרט עטלעכע און זעכציק קאַרבן און האָבן אים אַרײַנגערוקט עפּעס אַ סוכּה־שער מיט אַ רױטן אָדלער. דער יונגערמאַן קומט קײן ליבאַװע, װיל זיך זעצן אױפֿן שיף, נעמט אַרױס און באַװײַזט דעם סוכּה־שער, מיטן רױטן אָדלער. װער? װאָס? אַ נעכטיקער טאָג! ס'איז ניט קײן שיפֿסקאַרטע, ס'איז גאָר אַ שיר־המעלות!

― ג ―

די מעשׂה מיט די שיפֿסקאַרטן הײבט מיר אָן װערן נימאס. איך האָב ליב עמיגראַנטן. איך האָב מיך בעסער באַקענט, אין װאַגאָן זיצנדיק, מיט אַ ייִנגל פֿון די עמיגראַנטן אין מײַנע יאָרן. מע רופֿט אים קאָפּל, און ער האָט אַ צעשפּאָלטענע ליפּ. די ליפּ איז אים געקומען פֿון אַ פֿאַל. ער איז געקראָכן אױף אַ לײטער און איז געפֿאַלן אױף אַ שײַט האָלץ. ער שװערט, אַז ס'האָט אים גאָר ניט װײ געטאָן, נאָר בלוט איז געגאַנגען אַ סך. ניט גענוג, זאָגט ער, ער האָט זיך צעשפּאָלטן די ליפּ, האָט ער נאָך געכאַפּט קלעפּ פֿונעם טאַטן. אָט דער הױכער, װאָס מיטן בײזן קוק און מיט װאַטע אין די אױערן, דאָס איז טאַקע זײַן טאַטע. און די ייִדענע, װאָס מע רופֿט זי שׂרה, דאָס איז זײַן מאַמע. זײ זײַנען געװען, זאָגט ער, אַמאָל גרױסע נגידים. דאָס הײסט, ניט אַמאָל, טאַקע אָט דאָ ניט לאַנג, פֿאַרן פּאָגראָם. איך פֿרעג אים, װי אַזױ איז דאָס אַ פּאָגראָם? איך הער אַלץ פֿון די עמיגראַנטן, מע זאָגט: „פּאָגראָם“, „פּאָגראָם“, נאָר װאָס דאָס איז ― װײס איך ניט. רופֿט זיך אָן צו מיר קאָפּל:

― אַ פּאָגראָם װײסטו ניט? ע! ביסטו דאָך גאָר אַ ניונקעלע! אַ פּאָגראָם איז אַ זאַך, װאָס איז הײַנט אומעטום. הײבן הײבט זיך עס אָן כּמעט פֿון גאָרניט, און אַז עס הײבט זיך אָן, ציט זיך עס אַװעק דרײַ טעג…

― װאָס־זשע, זאָג איך, איז דאָס? אַ יריד?

― װאָסער יריד? אַ שײנער יריד! מע שלאָגט פֿענצטער! מע ברעכט מעבל! מע טרענט קישנס! פֿעדערן פֿליִען, אַזױ װי שנײ!

― אַקעגן װאָס?

― נאַ דיר גאָר אַקעגן װאָס! אַקעגן שמערלען! אַ פּאָגראָם איז ניט נאָר אױף הײַזער אַלײן. אַ פּאָגראָם איז אױף קלײטן. מע צעשלאָגט אַלע קלײטן, און מע װאַרפֿט אַרױס פֿון דאָרטן די סחורה אױף דער גאַס, און מע צעטראָגט, און מע צעראַבעװעט, און מע צעשיט, און מע באַגיסט מיט גאַז, און מע צינדט אונטער, און מע ברענט.

― גײ שױן, גײ!

― װאָס דען מײנסטו? איך װעל דיר אױסטראַכטן? נאָכדעם, אַז ס'איז נישטאָ שױן װאָס צו ראַבעװען, גײט מען איבער די הײַזער מיט העק, מיט אײַזנס און מיט שטעקנס, און פּאָליציע גײט נאָך פֿון הינטן. מע זינגט און מע פֿײַפֿט און מע שרײַט: „עי, רעביאַטאַ, בעי זשידאָװ эй, ребята, бей жидов: הײ, חבֿרה, שלאָגט די ייִדן]!“ און מע שלאָגט, מע הרגעט, מע קױלעט, מע שטעכט מיט שפּיזן…

― װעמען?

― װאָס הײסט װעמען? ייִדן!

― פֿאַרװאָס?

― נאַ דיר גאָר פֿאַרװאָס! ס'איז דאָך אַ פּאָגראָם!

― און אַז אַ פּאָגראָם, איז װאָס?

― גײ אַװעק, דו ביסט אַ קעלבל! איך װיל מיט דיר נישט רײדן!

אַזױ זאָגט צו מיר קאָפּל, שטופּט מיך אָפּ פֿון זיך און לײגט אַרײַן די הענט אין די קעשענעס, װי אַ גרױסער. מיר שטײט נישט אָן די מעשׂה. סע פֿאַרדריסט מיך אױף קאָפּלען, װאָס ער האַלט זיך אַזױ גרױס אַקעגן מיר. נאָר איך מאַך אַ שװײַג. „װאַרט אױס, גדלניוק! װעסט אַמאָל אָנקומען צו מיר!“… אַזױ טראַכט איך מיר, און לאָז דורך עטלעכע מינוט. איך גײ צו װידעראַמאָל צו קאָפּלען און מאַך מיט אים אַ שמועס. שױן נישט פֿון פּאָגראָמען ― פֿון אַנדערע זאַכן. איך פֿרעג אים, צי ער קאָן רײדן אױף דײַטש. צעלאַכט ער זיך: „װער קאָן דאָס נישט קײן דײַטש? דײַטש איז דאָך ייִדיש!“…

― אַזױ? אַז דו קאָנסט יאָ דײַטש, זאָג זשע מיר, װי אַזױ זאָגט מען כרײן אױף דײַטש?

צעלאַכט זיך קאָפּל נאָך שטאַרקער, קױם װאָס ער קאָן אױסרײדן אַ װאָרט.

― װאָס הײסט, װי אַזױ איז כרײן? כרײן איז כרײן!

― אױב אַזױ, זאָג איך, װײסטו טאַקע נישט!

― װי אַזױ זשע דען איז כרײן?

אױף צו־להכעיס, האָב איך אַלײן אױך פֿאַרגעסן, װי אַזױ מע זאָגט אױף דײַטש כרײן. איך האָב געװוּסט, נאָר איך האָב פֿאַרגעסן. גײ איך צו צו מײַן ברודער אליהו און פֿרעג אים: װי אַזױ איז אױף דײַטש כרײן? זאָגט ער: ער װעט מיר געבן אַ כרײן, װעט מיר פֿאַרגײן אין די צײן… מײַן ברודער אליהו איז, אַ פּנים, אין כּעס. אַלעמאָל, װען ער גײט צו דער קעשענע נעמען געלט, איז ער אין כּעס. אונדזער חבֿר פּיניע לאַכט פֿון אים. זײ װערטלען זיך. איך זוך אױס אַן אָרט אױף דער ערד צװישן די פּעקלעך און לײג מיך שלאָפֿן.

― ד ―

מיר האָבן אין קראָקע נישט געמאַכט גאָרנישט ניט. אין קאָמיטעט זײַנען מיר נישט געװען. די עמיגראַנטן האָבן אונדז געזאָגט, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן. אַז איר קומט, זאָגן זײ, אין קאָמיטעט, הײבט זיך אָן אַ דולעניש. קודם פֿאַרשרײַבט מען אײַך די יאָרן. נאָכדעם שיקט מען אײַך אָפּ צו אַ דאָקטער, ער זאָל אײַך באַטראַכטן. נאָכדעם הײסט מען אײַך װאַרטן. נאָכדעם הײסט מען אײַך קומען. קומט איר צו גײן, פֿרעגט מען אײַך: װאָס זײַט איר געקומען? זאָגט איר, אַז מע האָט אײַך געהײסן קומען, זײַט איר געקומען. הײבט מען אײַך אָן זאָגן מוסר, למאַי איר פֿאָרט קײן אַמעריקע. פֿרעגט איר: װוּהין דען זאָלן מיר פֿאָרן? זאָגט מען אײַך: װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז איר דאַרפֿט פֿאָרן? דערצײלט איר זײ אַ מעשׂה מיט אַ פּאָגראָם. זאָגן זײ: איר זײַט אַלײן שולדיק. אַ סימן, אָט האָט נעכטן אַ ייִנגל פֿון אײַערע עמיגראַנטן אַװעקגעגנבֿעט אַ בולקע אין מיטן מאַרק. זאָגט איר: אפֿשר איז ער געװען הונגעריק? זאָגן זײ: אָט האָט זיך נעכטן צעשלאָגן פֿון אײַערע עמיגראַנטן אין מיטן גאָס אַ מאַן מיט אַ װײַב, מע האָט געמוזט אַראָפּברענגען זשאַנדאַרמען. זאָגט איר: דאָס װײַבל איז געװען גערעכט; זי האָט דערקענט איר מאַן, װאָס האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן אין דער הײם, געװאָלט אַנטלױפֿן קײן אַמעריקע. האָט זי אים דערזען דאָ אומגעריכט און האָט אים געפּאַקט. האָט ער זיך געװאָלט אַרױסרײַסן און אַנטלױפֿן. האָט זי געמאַכט אַ גװאַלד… זאָגן זײ: למאַי גײען אײַערע עמיגראַנטן, צום מײנסטנס, אָפּגעריסן? זאָגט איר: זײ זײַנען אָרעם; לאָז מען זײ געבן קלײדער, װעלן זײ נישט גײן אָפּגעריסן. בקיצור, מוסר זאָגן זײ, און קײן געלט גיבן זײ נישט.

אַזױ קלאָגן זיך פֿאַר אונדז די עמיגראַנטן. זײ זאָגן, אַז מיר זײַנען גליקלעכע מענטשן, װאָס מיר האָבן ביז אַהער נישט באַדאַרפֿט אָנקומען צו דער לאַסקע פֿונעם קאָמיטעט. די מאַמע זאָגט: זי װאָלט איצטער אױך נישט אָנגעקומען צו זײ, װען נישט דאָס בעטגעװאַנט. װען מע נאַרט נישט אױס בײַ אונדז די זאַכן אױף דער גרענעץ, װאָלט זי איצטער געװען אַ „קײסערינע“. איך דערמאָן מיך אָן דער מאַמעס זײַדענע געלע פֿאַטשײלע, װאָס זי פֿלעגט טאַקע אױסזען אין איר װי אַ „קײסערינע“. די מאַמע זאָגט אָבער, אַז קײן זאַך טוט איר נישט אַזױ באַנג, װי דאָס בעטגעװאַנט. װאָס װעלן מיר טאָן אין אַמעריקע אָן בעטגעװאַנט?

אַזױ זאָגט די מאַמע, ברעכט די הענט און צעװײנט זיך. דערהערט מײַן ברודער אליהו, צעשרײַט ער זיך אױף איר:

― שױן? דו װײנסט שױן װידער? האָסט פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַז מיר זײַנען שױן נאָענט צו אַמעריקע, און מע דאַרף היטן די אױגן?

מײנט איר אַװדאי, אַז מיר זײַנען טאַקע נאָענט צו אַמעריקע? עס הײבט זיך גאָרנישט אָן! מיר דאַרפֿן נאָך פֿאָרן און פֿאָרן! װוּהין פֿאָרן ― װײס איך נאָך נישט אַקוראַט. איך הער פֿון די עמיגראַנטן נעמען פֿון שטעט: האַמבורג, װין, פּאַריז, לאָנדאָן, ליװערפּול… אױף האַמבורג זאָגן אַלע, אַז עס מעג זיך אָנצינדן הײַנטיקן טאָג. האַמבורג, זאָגן זײ, איז סדום. דאָרטן טרײַבט מען די עמיגראַנטן אין אַ באָד אַרײַן, ערגער װי אַרעסטאַנטן. אַזעלכע רשעים, װי אין האַמבורג, איז נישטאָ אין ערגעץ.

אַזױ זאָגן די עמיגראַנטן, און מיר קלײַבן זיך דערװײַל קײן װין. דאָרטן, זאָגט מען, איז פֿאַראַן אַ קאָמיטעט, טאַקע װאָס אַ קאָמיטעט הײסט!

יאָ קאָמיטעט, נישט קאָמיטעט ― איך װײס דערװײַל, אַז מיר פֿאָרן קײן װין. איר האָט אַמאָל געהערט פֿון דער שטאָט װין? װאַרט צו אַ ביסל, אָט װעלן מיר קומען קײן װין, װעל איך אײַך דערצײלן אַלצדינג, װאָס אין װין טוט זיך.

XVII
װין איז אַ שטאָט און גאָט איז אַ פֿאָטער
― א ―

― װין איז אַ שטאָט!

אַזױ האָט געפּסקנט מײַן ברודער אליהו, און אונדזער חבֿר פּיניע האָט צוגעבאָמקעט:

― נאָך אַ מין שטאָט! פֿון שטאָטנלאַנד אַ שטאָט!

אַפֿילו די װײַבער, װאָס זײ געפֿעלט נישט קײן זאַך אין דער װעלט, האָבן אױך צוגעגעבן, אַז װין איז אַ שטאָט. צוליב דער שטאָט װין האָט די מאַמע אַרױסגענומען די שבתדיקע זײַדענע פֿאַטשײלע. מײַן שװעגערין ברכה האָט זיך אױסגעפּוצט, װי צו דער חתונה. זי האָט אָנגעטאָן איר שבתדיק מלבוש און האָט אױסגעזען אינעם פּאַרוק מיט די לאַנגע באָמבלדיקע אױערינגלעך און מיט איר רױט קלײַענדיק פּנים, אַזױ װי אַ רױטע קאַץ אין אַ שװאַרצן שלײער. איר האָט אַמאָל געזען אַ רױטע קאַץ אין אַ שװאַרצן שלײער? איך האָב שױן געזען. אונדזער שכנה פּעסיעס קינדער האָבן ליב מאַכן מיט דער קאַץ אַלערלײ אָנשטעלן און טעאַטער־שטיק. די קאַץ האָט בײַ זײ, װי איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט, אַ מאָדנעם צונעמעניש: „פֿײגע־לאה די גבאיטע“. זײ האָבן שױן אַמאָל אָנגעטאָן „פֿײגע־לאה די גבאיטע“ אַ יאַרמלקע. עס פֿאַרשטײט זיך, אַז זײ האָבן איר די יאַרמלקע אונטערגעבונדן מיט צװײ בענדלעך און האָבן זי געלאָזט לױפֿן. אַ חוץ דעם, האָבן זײ איר אָנגעהאָנגען אױפֿן עק, אַ פּנים, פֿון שײנקײט װעגן, אַ פֿלעדערװיש. די יאַרמלקע איז געװען פֿאַר איר, װײַזט אױס, אַביסל צו גרױס, האָט דאָס איר פֿאַרשטעלט די אױגן, און דעם פֿלעדערװיש קאָן זי נישט לײַדן. האָט זיך „פֿײגע־לאה די גבאיטע“ געלאָזט לױפֿן משוגענערװײַז, דראַפּען זיך אױף די גלײַכע װענט, און האָט אָנגעמאַכט בײַ אַלע שכנים מוראדיקע שאָדנס. אַי, האָט מען זײ דעמאָלט געקאַטעװעט! מער פֿון אַלע האָט געהאַט ושתּי, הערשל הײסט דאָס, אָט דער, װאָס מיט דער גוליע אױפֿן שטערן. אַ מאָדנער יונג, אָט דער ושתּי! װיפֿל מע זאָל אים נישט שלאָגן, איז דאָס װי אין אַ װאַנט. איך בענק נאָך אים מער װי נאָך אַלעמען! עס קאָן זײַן, אַז מיר װעלן זיך אינגיכן זען מיט אים אין אַמעריקע. מיר האָבן געהאַט אַ ידיעה, אַז אונדזער שכנה פּעסיע מיט איר מאַן משה דעם אײַנבינדער מיט דער גאַנצער כאַליאַסטרע פֿאָרן הײַנט קײן אַמעריקע. פֿריִער האָט זי געלײגט קנײטלעך, װאָס מיר פֿאָרן אין אַזאַ װײַט לאַנד, און איצט פֿאָרט זי אַלײן אױך אַהין. אַלע פֿאָרן הײַנט קײן אַמעריקע. אַזױ שרײַבט אונדז אונדזער מחותּן יונה דער בעקער. ער פֿאָרט אױך קײן אַמעריקע. ער איז שױן אױף דער גרענעץ. נישט אױף דער גרענעץ, װאָס מיר האָבן געגנבֿעט. אױף אַן אַנדער גרענעץ. אונדזער גרענעץ טױג נישט. אױף אונדזער גרענעץ גנבֿעט מען אַװעק דאָס בעטגעװאַנט. אױף אַנדערע גרענעצן גנבֿעט מען אױך בעטגעװאַנט, נאָר מע פֿאַלט נישט אָן אין מיטן װאַלד מיט שאַרפֿע מעסערס, װי מען איז אָנגעפֿאַלן אױף אונדז, למשל. עמיגראַנטן דערצײלן, אַז ס'איז פֿאַראַן אַזעלכע גרענעצן, װוּ מע טוט אױס נאַקעט און מע נעמט צו װאָס מע האָט. נאָר שלאָגן שלאָגט מען נישט. אונדז האָט מען אױך נישט געשלאָגן, נאָר מע האָט אונדז געװאָלט שלאָגן. מיר זײַנען שיִער נישט געשטאָרבן פֿאַר שרעק. אַ גליק, װאָס מע האָט אױסגעשאָסן פֿון אַ ביקס. איך האָב דאָך אײַך שױן דערצײלט אַמאָל, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט די גרענעץ. מיר האָבן עס שױן לאַנג פֿאַרגעסן. מיר האָבן פֿײַנט געדענקען אַ זאַך. אמת, די װײַבער דערצײלן נאָך הײַנט אױך די נסים, װאָס מיט אונדז האָט געטראָפֿן בשעת גנבֿענען די גרענעץ. עס מישן זיך אָבער אַרײַן די מאַנצבילן, איך מײן דאָס מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע, און לאָזן נישט, אַז די װײַבער זאָלן דערצײלן. זײ װעלן דאָס אַלײן דערצײלן אַ סך בעסער. אונדזער חבֿר פּיניע זאָגט: ער מוז דאָס באַשרײַבן אױף די גאַזעטן. ער האָט שױן אַפֿילו אָנגעהױבן דאָס צו באַשרײַבן אין אַ לידל. איך האָב אײַך, דאַכט מיר, אַמאָל דערצײלט, אַז פּיניע שרײַבט לידלעך. דאָס לידל פֿון דער גרענעץ הײבט זיך אָן בײַ אים אַזױ:

ראַַדזיװיל איז נישט גרעסער װי אַ גענעץ,
דאָרט גנבֿעט מען די גרענעץ,
און מע װערט באַגנבֿעט פֿון קאָפּ ביז פֿוס,
און מע װערט באַהאַנדלט זײער מיאוס;
מע גיט אַװעק װאָס מע האָט,
און מע זאָגט נאָך דאַנקען גאָט!
מע איז גליקלעך, װי די ראַבע קעץ,
װאָס מען איז אַריבער אָן אַ זעץ,
און אָן אַ קלאַפּ, און אָן אַ שטורך,
און אָן אַ מעסער דורך און דורך…

דאָס איז ערשט אַן אָנהײב, זאָגט פּיניע. װײַטער גײט בײַ אים, זאָגט ער, נאָך פֿיל שענער! ער האָט געמאַכט, זאָגט ער, אַ באַשרײַבונג פֿון בראָד אױך. און פֿון קראָקע מיט לעמבערג אױך. און אַלצדינג אין גראַמען. פּיניע איז דערױף אַ מזיק. אַלצדינג גראַמט זיך בײַ אים. אַפֿילו אױף זײַן אײגן װײַב טײַבל האָט ער אױך געמאַכט אַ לידל. איך קען עס אױף אױסנװײניק:

איך האָב אַ װײַבל,
הײסט זי טײַבל,
גוט און שײן
און מלא־חן,
קײן עין־הרע זאָל נישט שאַטן!
אײן חסרון ―
װיל נישט פֿאָרן
צוריק אַהײם צום טאַטן…

װאָס זאָגט איר אױף דעם לידל? זאָלט איר אָבער זען, װי טײַבל בלאָזט זיך! )זי האָט אַ טבֿע פֿון בלאָזן זיך(. מײַן שװעגערין ברכה נעמט זיך אָן איר קריװדע. זי רופֿט פּיניען „שמדילניק“. די מאַמע רופֿט אים „שלימזל“. זײ קאָנען נישט לײַדן, למאַי ער מאַכט לידלעך. מײַן ברודער אליהו, פֿאַרקערט, איז אים מקנא. ער זאָגט, אַז אין אַמעריקע איז גראַמען און לידער אַ סחורה. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז אין אַמעריקע װעט ער די סחורה פֿאַרצוקערן. מע װעט אים אין אַמעריקע, זאָגט ער, אָפּגילטן. אין אַמעריקע זײַנען דאָ אַ סך בלעטער מיט אַ סך ייִדישע גאַזעטן. פּיניע זאָגט, אַז ער װײס אַלײן, אַז אין אַמעריקע װעט ער מאַכן גוט. ער פֿילט, זאָגט ער, אַז ער איז באַשאַפֿן פֿאַר אַמעריקע און אַמעריקע איז באַשאַפֿן פֿאַר אים. ער װאָלט שױן גערן, זאָגט ער, מיר זאָלן שױן זיצן אױפֿן שיף און שװימען אױפֿן ים. דערװײַל זיצן מיר נאָך אױף דער טרוקעניש און זײַנען אין װין.

― ב ―

װאָס טוען מיר אין װין? גאָרנישט. מיר שפּאַצירן איבער די גאַסן. אַי, גאַסן! אַי, שטיבער! איר זאָלט זען פֿענצטער! שפּיגלען, נישט קײן פֿענצטער! הײַנט זאַכן! צאַצקעס! מלבושים! כּלים! צירונג! כּמעט בײַ יעדן פֿענצטער שטעלן מיר זיך אַװעק שאַצן, װיפֿל סע קאָן אָנטרעפֿן. מיר, מאַנצבילן, שאַצן, און די װײַבער װינטשעװען זיך פֿאַרמאָגן כאָטש האַלב פֿון דעם, װאָס סע טרעפֿט אָן די שטאָט װין מיט די הײַזער און מיט די געװעלבן און מיט די סחורות. צעלאַכט זיך פּיניע און זאָגט:

― איר מעגט זיך װינטשן כאָטש אַ צענט־חלק, איז אױך גענוג.

― װאָס אַרט דיך, אַז האַלב? דו פֿאַרגינסט זײ נישט?

אַזױ זאָגט צו אים מײַן ברודער אליהו און דרײט זיך דאָס בערדל. אין דער צײַט פֿון אונדזער נסיעה קײן אַמעריקע האָט דאָס בערדל בײַ מײַן ברודער אליהו שטאַרק אַ װאַקס געטאָן. און מאָדנע אַ װאַקס געטאָן. עפּעס װי אַ בעזעם. איך בין אַ בעלן געװען אים געבן אַ נעם אַראָפּ אױף פּאַפּיר. איך האָב אַנומלטן פּיניען אױך אָפּגעמאָלט אױף אַ שטיקל פּאַפּיר. און מײַן שװעגערין ברכה האָב איך אױך אַראָפּגעכאַפּט מיט אַ שטיקל קרײַד אױפֿן טיש. האָב איך געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק. זי אַלײן, ברכה הײסט עס, האָט דערזען און האָט זיך דערקענט װי אין אַ שפּיגל. האָט זי צוגערופֿן מײַן ברודער אליהו. האָב איך פֿון אים געהאַט! װען נישט די מאַמע, װאָלט ער מיר געמאַכט דעם טױט. ער שלאָגט מיך אַלעמאָל, װען ער דערזעט מיך מאָלן. מאָלן האָב איך ליב פֿון קינדװײַז אָן. פֿריִער פֿלעג איך מאָלן מיט שװאַרצע קױל אױף די װײַסע װענט, האָט מען מיך געשלאָגן. נאָכדעם ― מיט קרײַד אױף דער טיר, האָט מען מיך אױך געשלאָגן. איצט מאָל איך שױן מיט אַ בלײַשטיפֿטל אױף פּאַפּיר ― װיל מען מיך װײַטער שלאָגן.

― האָסט שױן װידער גענומען זיך צו די „מענטשעלעך“?…

פֿאַר מאָלן שלאָגט מען מיך נישט אַזױ, װי פֿאַר קנעטן. איך האָב אַ טבֿע קנעטן װײך ברױט און מאַכן פֿון דעם חזירימלעך. מײַן ברודער אליהו, אַז ער דערזעט, גיט ער מיך איבער די פֿינגער. אונדזער חבֿר פּיניע װיל זיך אײַנשטעלן פֿאַר מיר. ער זאָגט:

― װאָס האָסטו צו אים? לאָז ער קנעטן, לאָז ער מאָלן! אפֿשר איז אים באַשערט זײַן אַמאָל אַ מאָלער!

מײַן ברודער אליהו דערהערט און שיט מיט װערטער:

― װאָס? אַ מאָלער? אַ מולגעטש? ער װעט שמירגעװען קלױסטערס? װאַלגאָזשעןвалгож: באַנעצן װענט? פֿליאַסקען דעכער? אַרומגײן מיט פֿאַרפּאַטשקעטע הענט, װי אַ בעל־עגלה מיט סמאָלע? לאָז ער מיר בעסער זײַן אַ זינגערל בײַ אַ חזן. אַז מיר װעלן קומען, אם ירצה השם, קײן אַמעריקע, באַשטעל איך אים בײַ אַ חזן. ער האָט אַ סאָפּראַנאָ־שטימע.

― פֿאַרװאָס נישט בײַ אַ בעל־מלאָכה? אין אַמעריקע זײַנען אַלע בעלי־מלאָכות. אין אַמעריקע אַרבעטן אַלע!

אַזױ טוט זיך אױף אַ מינוט זאָג אונדזער חבֿר פּיניע. כאַפּט זיך אַרױף אױף אים די מאַמע:

― אַזױ? אַ בעל־מלאָכה? מײַנע שׂונאים װעלן נישט דערלעבן, אַז פּײסי דעם חזנס ייִנגל זאָל זײַן אַ בעל־מלאָכה!

איך זע, אַז די מאַמע װיל שױן אָנהײבן װײנען. פּיניע װיל זיך פֿאַרענטפֿערן. ער זאָגט:

― אַ מאָדנע ייִדענע איר זײַט! למאַי אָט לערנען מיר אין דער גמרא, אַז דער תּנא רב יוחנן איז געװען אַ שוסטער. דער תּנא רב יצחק איז געװען אַ שמיד. אָדער װאָס דאַרפֿט איר אַ סך? אָט איז מײַן פֿעטער אַ זײגער־מאַכער און מײַן טאַטע אַ מעכאַניק!

פּיניע מײנט, אַז ער האָט פֿאַרריכט. צום סוף האָט ער געמאַכט אַ סך ערגער. די מאַמע הערט נישט אױף צו װײנען:

― אַװדאי האָט מײַן מאַן באַדאַרפֿט זײַן אַ כּשרער ייִד, אַ חזן, און גײן יונגערהײט פֿון דער װעלט, בכדי זײַן מיזיניקל זאָל זײַן חלילה אַ שנײַדער אָדער אַ שוסטער, און נאָך אין אַמעריקע דערצו?…

― שױן? דו װײנסט שױן װידער? האָסט פֿאַרגעסן, אַז אין אַמעריקע דאַרף מען אױגן?

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און די מאַמע הערט באַלד אױף צו װײנען.

― ג ―

װאָס איך זאָל נישט זײַן אין אַמעריקע ― אַבי איך זאָל שױן זײַן. עס ציט מיך אַהין ― סכּנות. בײַ זיך האָב איך אָפּגעמאַכט, אַז אין אַמעריקע לערן איך מיך אױס דרײַ זאַכן: שװימען, שרײַבן און רײכערן ציגאַרן. די אַלע דרײַ זאַכן קען איך איצט אױך, נאָר נישט אַזױ גוט, װי מע קאָן עס קענען אין אַמעריקע. אױף שװימען װײס איך, אַז איך װאָלט געװען אַ בריה, האָב איך נישט געהאַט װוּ צו שװימען. בײַ אונדז אין טײַך איז אוממעגלעך. בײַ אונדז אין טײַך, אַז איר לײגט זיך אַװעק מיטן בױך אױף דער בלאָטע, זײַנען די פֿיס אין דרױסן. אױך מיר אַ טײַך! אין אַמעריקע, זאָגט מען, איז אַ ים. דאָרט, אַז איר לײגט זיך אױפֿן װאַסער מיט אַ פּענכער, טראָגט דאָס אײַך אַװעק צו אַלדי רוחות! שרײַבן קען איך אױך, כאָטש קײנער האָט מיך נישט געלערנט. איך שרײַב געדרוקטע אותיות פֿון סידור. איך שרײַב אַזױ, אַז ס'איז שװער צו דערקענען. איך מאָל, נישט איך שרײַב. איך װאָלט אָבער אַ בעלן געװען שרײַבן גיך ― קאָן איך נישט. אין אַמעריקע, זאָגט מען, שרײַבט מען גיך. אַלצדינג װערט דאָרטן געטאָן, זאָגט מען, גיך און געשװינד, כאַפּנדיק. מע האָט דאָרט קײן צײַט נישט. אַזױ האָב איך געהערט דערצײלן אונטערװעגנס פֿון די עמיגראַנטן. איך װײס כּמעט אַלצדינג, װאָס אין אַמעריקע טוט זיך, נאָך אײדער איך בין דאָרט געװען. דאָרט פֿאָרט מען, זאָגט מען, אונטער דער ערד און מע מאַכט אַ לעבן. װי אַזױ מע מאַכט דאָס ― װײס איך נאָך ניט. נאָר איך װעל דאָס גיך װיסן. איך נעם איבער אַ זאַך זײער גיך. אַז איך זע אַ מענטשן אײן מאָל, מאַך איך אים נאָך מיט אַלע פּיטשעװקעס. איך האָב אַנומלטן נאָכגעמאַכט אונדזער חבֿר פּיניע, װי אַזױ ער גײט מיט אַ טענצל, און װי ער קוקט מיט די קורצזיכטיקע אױגן, און װי ער רעדט גיך, זופּט הײסע לאָקשן, האָט זיך מײַן שװעגערין ברכה געהאַלטן בײַ די זײַטן, און די מאַמע האָט אַזש אָנגעהױבן װײנען פֿאַר געלעכטער. מײַן ברודער אליהו אָבער האָט דאָס פֿײַנט. ער לאָזט מיך נישט אַ קאָפּ אױפֿהײבן. אַ מאָדנע זאַך מיט מײַן ברודער אליהו! ער האָט מיך ליב ― און שלאָגט מיך, מאַכט מיר דעם טױט. די מאַמע דערלאָזט אים נישט, ער זאָל מיך שלאָגן. זי זאָגט צו אים:

― האָב פֿריִער אײגענע קינדער, װעסטו זײ נאָכדעם שלאָגן…

לאָז אָבער פּרוּװן אַ פֿרעמדער מיך אָנרירן מיט אַ פֿינגער, װעט ער יענעם די אױגן אַרױסנעמען. אַנומלטן האָט אַן עמיגראַנט אַ ייִנגל מיר געשטעלט אַ גובערנאַטאָר. איר װײסט, װאָס הײסט שטעלן אַ גובערנאַטאָר? אָט װעל איך אײַך אױסלערנען, װי אַזױ: מע טוט אַ נעץ־אײַן דעם גראָבן פֿינגער אין מױל און מע דערלאַנגט אײַך אין זײַט צװישן די ריפּן און צװישן בױך, דערזעט איר זיך מיטן מלאך־המװת. דאָס ייִנגל, װאָס האָט מיר געשטעלט אַ גובערנאַטאָר, איז אַ יונגאַטש פֿון אַ יאָר עלף מיט געשװאָלענע באַקן. האָט ער אַ פּאָר ידים ― מעגן זײ אים אָפּדאַרן! ער האָט זיך געװאָלט מיט מיר באַקענען, איז ער צוגעגאַנגען צו מיר און האָט מיך אַ פֿרעג געטאָן, װי אַזױ הײס איך? זאָג איך: מאָטל. זאָגט ער: מאָטל קאַפּאָטל, דראָבל דראָטל, יוסף סאָטל, ארץ קאַנאָטל. זאָג איך: װאָס הײסט דאָס? זאָגט ער: דאָס הײסט, אַז דו ביסט אַ יאָלד, כאָטש איך אַלײן הײס אױך מאָטל. אפֿשר ביסטו אַ בעלן אױף אַ גובערנאַטאָר? זאָג איך: פֿאַרװאָס נישט? זאָגט ער: קום אַהער אַביסל נענטער, װעל איך דיר װײַזן. בין איך צוגעגאַנגען. האָט ער מיר געװיזן. בין איך אַנידערגעפֿאַלן. האָט דערזען די מאַמע און געמאַכט אַ גװאַלד. איז געקומען צולױפֿן מײַן ברודער אליהו און האָט אים געגעבן!

פֿון דעמאָלט אָן זײַנען מיר געװאָרן מיט אים חבֿר. ער האָט מיך אױסגעלערנט, אַ חוץ דעם „גובערנאַטאָר“, נאָך אַ סך זאַכן. אַ שטײגער, בױכרעדערײַ. איר קענט דאָס? אױסלערנען אײַך איז אוממעגלעך. דערצו דאַרף מען זײַן געבאָרן. מע דאַרף האַלטן דאָס מױל צו, נישט רירן מיט קײן אבֿר, און בילן װי אַ הונט, אָדער כרוקען װי אַ חזיר, אַזױ, אַז אַלע זאָלן זוכן אונטערן טיש. איך האָב גענוג איבערגעשראָקן אונדזערע לײַט. מײַן שװעגערין ברכה, װײסט איר דאָך, האָט אַ טבֿע פֿון חלשן. אַלע האָבן זיך אַ װאָרף געטאָן אונטערן טיש און אונטער די בעטן. איך האָב מיך אױך אָנגעבױגן זוכן דעם הונט און האָב נישט אױפֿגעהערט צו בילן. עס איז געװען, זאָג איך אײַך, אַ רײנע קאָמעדיע! מײַן ברודער אליהו האָט זיך אָבער סוף־כּל־סוף געכאַפּט, אַז דאָס װאַקסט פֿון מיר. האָט ער מיר אײַנגעטײלט! פֿון דעמאָלט אָן האָב איך אַװעקגעװאָרפֿן די קונץ פֿון בױכרעדערײַ.

― ד ―

מיר װאָלטן פֿון װין שױן לאַנג אַװעקגעפֿאָרן, װען נישט דער „אָליאַנץ“. װער איז דאָס דער „אָליאַנץ“ ― קאָן איך אײַך ריכטיק ניט זאָגן. איך הער נאָר, אַז מע רעדט פֿונעם „אָליאַנץ“. אָליאַנץ! אָליאַנץ! אַלע עמיגראַנטן זײַנען אױפֿן „אָליאַנץ“ בײז! זײ זאָגן, אַז דער „אָליאַנץ“ טוט גאָרנישט ניט. דער „אָליאַנץ“, זאָגן זײ, האָט קײן רחמנות נישט אױף אַ מענטשן. דער „אָליאַנץ“ האָט פֿײַנט אַ ייִדן. אַלע טאָג גײען צום „אָליאַנץ“ מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע. און קומען צוגײן פֿון דאָרטן אַלעמאָל װי פֿון אַ שװיץ־באָד.

― לאָז ער זיך אָנצינדן! ― זאָגט אליהו.

― לאָז ער ברענען, װי אַ ליכט! ― זאָגט פּיניע.

― לאָזט בעסער מיך זיך אױסשמועסן מיטן „אָליאַנץ“ ― זאָגט די מאַמע און זי נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט.

מיר גײען אַלע צום „אָליאַנץ“: די מאַמע און איך, און אליהו, און פּיניע, און ברכה, און טײַבל. מיר שטעלט זיך פֿאָר דער „אָליאַנץ“ מיט אַ באָרד און מיט אַ גאַרטל און מיט אַ רױטער נאָז. פֿאַרװאָס עפּעס מיט אַ רױטער נאָז ― װײס איך אַלײן נישט. למאַי דער „ונתנה־תּוקף“? דעם „ונתנה־תּוקף“ האָב איך דען געזען אַמאָל? פֿונדעסטװעגן, מאָלט זיך מיך אױס, אַז איך קען אים: ער האָט בײזע גלאַנצנדיקע אױגן, טראָגט אַ ברײטן דאַשיק און האַלט אַ קאַנטשיק אין דער האַנט.

אױ, זײַנען מיר זיך אָנגעגאַנגען! מײַן שװעגערין ברכה האָט געװינטשעװעט דעם „אָליאַנץ“, ס'זאָל אים אַזױ שטעכן אין דער רעכטער זײַט, װי עס שטעכט איר אין דער לינקער, װאָלט ער זיך נישט פֿאַרקליבן צו אַלדי שװאַרצע יאָר אין עק שטאָט! קױם מיט צרות זײַנען מיר געקומען צום „אָליאַנץ“. ער זיצט אין אַ שטוב ― „אױף אַלע ייִדן געזאָגט געװאָרן“. נאָר אָן אַ הױף. װין האַלט נישט פֿון קײן הױפֿן. װין האָט ליב משונה־ברײטע פֿענצטער מיט אומגעלומפּערטע טירן. נאָר זײ האַלטן די טירן פֿאַרשלאָסן. „זײ האָבן מורא, אַ פּנים, מע זאָל זײ נישט אַװעקגנבֿענען?“ אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה. שױן, זי האָט שױן געװאָרפֿן אַן אומחן אױף װין אױך! עס געפֿעלט איר נישט, װאָס אַז מע קומט צו צו אַ שטוב, דאַרף מען פֿריִער קלינגען. װאָס אַרט מיך, אַז מע קלינגט? אַבי מע זאָל עפֿענען. דער „אָליאַנץ“ אָבער עפֿנט נישט אַזױ גיך. איר מעגט קלינגען צעזעצטערהײט ― ער האָט צײַט. איר מײנט, מיר זײַנען די אײנציקע? אַ חוץ אונדז שטײען דאָ נאָך עמיגראַנטן. זײ דאַרפֿן אױך צום „אָליאַנץ“. די עמיגראַנטן קוקן אױף אונדז, װי מיר קלינגען. „קלינגט נאָך אַביסל, אפֿשר װעט מען אײַך עפֿענען, אפֿשר האָט איר מער גליק?“… אַזױ זאָגן זײ, די עמיגראַנטן, און לאַכן. אַ פּנים, ס'איז זײ גוט אױפֿן האַרצן. אַלע מאָל קומען צו נײַע עמיגראַנטן. עס שטײען אױף דער גאַס שױן אַ היפּש ביסל עמיגראַנטן: ייִדן און װײַבער און קלײנע קינדער. איך האָב ליב, אַז ס'איז אַ סך מענטשן. די קלײנע קינדער זאָלן נישט איבערשלאָגן מיט זײער געװײן, און די מאַמעס זאָלן זײ נישט שילטן און פֿאַרשטופּן די מײַלער, װאָלט דאָ געװען גאַנץ פֿרײלעך. דאַנקען גאָט, מע האָט געעפֿנט די טיר. אַלע האָבן זיך געגעבן אַ לאָז אַרײַן אױף דערשטיקט צו װערן. אַ גליק, װאָס אױף דער טיר האָט זיך באַװיזן אַ נפֿש אָן אַ היטל, מיט אַ רױט פּנים און מיט אַ געגאָלטער מאָרדע, און האָט אונדז גענומען שלײַדערן אײנציקװײַז אין דרױסן אַרױס, אַזױ װי די האָלעשקעס. אײנע, אַ װײַבל מיט אַ קינד, האָט ער דערלאַנגט אַזאַ װאָרף אַרױס, אַז װען נישט איך מיט מײַן ברודער אליהו, װאָלט זי געקליבן די צײן. זי האָט זיך אַזױ אױך איבערגעקערט דרײַ מאָל. עס האָט לאַנג געדױערט, ביז מיר זײַנען אַרײַן אַלע אײנציקװײַז אינעװײניק אין שטוב אַרײַן. און ערשט דאָ האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה ― טאַטעניו! אַלע װילן רײדן פֿריִער. אַלע קריכן גלײַך צו די טישן. בײַ די טישן זיצן מענטשן מיט נאַקעטע קעפּ און מיט געגאָלטע בערד און לאַכן, און רײכערן ציגאַרן. װער פֿון זײ איז דער „אָליאַנץ“ ― װײס איך נישט. מײַן מאַמע װײס אױך נישט. זי שטײט און טענהט צו זײ:

― זאָגט מיר, װער פֿון אײַך איז דאָ דער „אָליאַנץ“? איך האָב געהאַט אַ שאָדן, דאָס גאַנצע בעטגעװאַנט האָט מען בײַ מיר צוגענומען אױף דער גרענעץ, און שיִער נישט אומגעבראַכט מיך מיט מײַנע קינדער, אָט דאָס זײַנען זײ, יתומים נעבעך, מײַן מאַן איז געשטאָרבן יונגערהײט. געװען אַ חזן כּל־ימיו…

און װײַטער לאָזט מען זי נישט רײדן אַ װאָרט. אײנער ציט זי בײַ דער שאַל און װײַזט איר צו דער טיר. ער רעדט אױף אַ לשון, װאָס סע שװער צו פֿאַרשטײן. די מאַמע װיל נישט אָפּטרעטן ביז זי װעט נישט באַקומען איר רעכט. זי זאָגט:

― װאָס רעדט איר צו מיר אױף דײַטש? איר רעדט בעסער מיט מיר אױף אונדזער אײגן לשון, װעל איך אײַך אױסדערצײלן מײַן ביטער האַרץ… איר זאָגט מיר נאָר, װער פֿון אײַך איז דאָ דער „אָליאַנץ“?…

― שװיגער! פֿאָלגט מיך, קומט לאָמיר גײן. דער אײבערשטער האָט אונדז אױסגעפֿירט ביז אַהער אָן דעם „אָליאַנץ“, און אָן דער שטאָט װין, װעט ער אונדז װײַטער אױך מסתּמא אױספֿירן. גאָט איז אַ פֿאָטער.

אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה צו דער מאַמע, און די מאַמע ענטפֿערט איר:

― ביסט גערעכט, מײַן קינד! קומט לאָמיר גײן! װין איז אַ שטאָט און גאָט איז אַ פֿאָטער…

XVIII
װוּנדער פֿון אַנטװערפּן
― א ―

איר האָט געהערט אַמאָל, אַ שטאָט זאָל הײסן אַנטװערפּן? פֿאַראַן אַזאַ שטאָט אױף דער װעלט, פֿאָרן מיר אַהינצוצו. װי קומען מיר קײן אַנטװערפּן? װײַל אונדזער מחותּן, מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דער בעקער, פֿאָרט קײן אַמעריקע אױף אַנטװערפּן. דערהערט, אַז איר טאַטע איז אין אַנטװערפּן, האָט מײַן שװעגערין ברכה גענומען שלאָגן האַלדז און נאַקן, מיר זאָלן אױך פֿאָרן אױף אַנטװערפּן. פֿריִער האָט זי פֿון דער שטאָט ניט געװאָלט הערן אַפֿילו. דער נאָמען איז איר נישט געפֿעלן. איצט האָט זי זיך פֿאַרליבט אין אַנטװערפּן! אונדזער חבֿר פּיניע זאָגט, אַז ער װעט זיך מוזן אָפּטײלן פֿון אונדז. ער װיל בעסער פֿאָרן פֿון װין גלײַך קײן לאָנדאָן. עס ציט אים, זאָגט ער, קײן לאָנדאָן. לאָנדאָן, זאָגט ער, שמעקט שױן מיט אַמעריקע: ענגלענדער… געלע האָר… קעסטלדיקע הױזן… ס'איז גאָר אַן אַנדער װעלט!

― פֿאָר־זשע דיר געזונטערהײט צו דײַנע ענגלענדער מיט די קעסטלדיקע האָר און מיט די געלע הױזן, און מיר װעלן זיך פֿאָרן קײן אַמעריקע אױף אַנטװערפּן.

אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה, און פּיניעס װײַב טײַבל בלאָזט זיך אָן, װי אַן אינדיטשקע. איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז זי האָט אַ טבֿע, באַלד עפּעס ― בלאָזט זי זיך אָן און רעדט ניט. פֿרעגט בײַ איר פּיניע: װאָס ביסטו ברוגז? זאָגט זי, אַז זי האָט פֿײַנט ענגלענדער. זאָגט צו איר פּיניע: דו קענסט זײ דען? װוּ האָסטו געזען אַן ענגלענדער? זאָגט זי: נו, און דו, װוּ האָסטו געזען אַן ענגלענדער?

בקיצור, עס בלײַבט, אַז מיר פֿאָרן אַלע קײן אַמעריקע אױף אַנטװערפּן. בײַ מיר מאַכט נישט אױס, מע זאָל פֿאָרן אַפֿילו איבער האָצעפּלאָץ ― אַבי קײן אַמעריקע. איך און אונדזער חבֿר פּיניע ― מיר בײדע רײַסן זיך קײן אַמעריקע מער פֿון אַלעמען. מיר פֿילן, אַז אונדז װעט דאָרטן זײַן גוט, װי די װעלט. פּיניע האָט טענות צו מײַן ברודער אליהו. ער זאָגט: מיר פֿאָרן און פֿאָרן און שטײען אױף אײן אָרט. זאָגט אים אליהו: נו, װער האַלט דיך צו? פֿאָר! לױף! פֿלי! זאָגט פּיניע: װי קאָן איך פֿליִען, אַז דײַן מאַמע װיל זיך באַקענען מיט אַלע קאָמיטעטן פֿון דער גאַנצער װעלט?… דערהערט די מאַמע און זאָגט צו פּיניען: אַז דו ביסט יאָ אַזאַ חכם, טאָ גיב מיר אַן עצה, װי אַזױ זאָלן מיר קומען קײן אַמעריקע אָן בעטגעװאַנט?… דאָ בלײַבט שױן פּיניע אָן לשון, און מע װערט װידער חבֿר. אונדזער חבֿר פּיניע קאָן זיך מיט אונדז נישט צעשײדן. די װײַבער קאָנען אױך נישט לעבן אײנע אָן דער אַנדערער. דאָס הײסט, מע קריגט זיך אַפֿילו גאַנץ אָפֿט, מע זאָגט זיך שטעכװערטלעך. עס דערגײט אַמאָל כּמעט צו פּעטש אױך. מע בעט זיך אָבער באַלד איבער. װען נישט די מאַמע, װאָלט מײַן שװעגערין ברכה מיט פּיניעס װײַב טײַבל קײן לאַנגע גוט־פֿרײַנדשאַפֿט נישט אױסגעהאַלטן. עס װאָלט בײַ זײ געװען אַלע טאָג צװײ שלײערס אַ גראָשן. איבערהױפּט, מײַן שװעגערין. זי זאָגט אַלײן אױף זיך, אַז זי איז אַ שװעבעלע. איר אַז עס קומט אָן די שלעכטע מינוט, װעט זי אײַך מאַכן מיט דער בלאָטע. אין אַ װײַלע אַרום װערט זי װײך, כאָטש לײגט זי צו צו אַ מכּה. מיט מיר „װױעװעט“ זי פֿון דער ערשטער מינוט נאָך דער חתונה. זי װײס, אַז איך האָב זי נישט ליב. ערגער פֿון אַלצדינג איז בײַ איר, למאַי איך לאַך פֿון איר. עס װײַזט זיך איר רק, אַז איך לאַך זי אױס. אַז איך קוק אױף איר, הײסט בײַ איר, אַז איך לאַך. איך האָב אײַך שױן דערצײלט, אַז איך האָב ליב מאָלן, און אַז מײַן ברודער אליהו שלאָגט מיך דערפֿאַר. האָב איך אַנומלטן אױסגעמאָלט אַ פֿוס. אַ מוראדיק גרױסן פֿוס. מיט קרײַד אױף דער ערד האָב איך אים אױסגעמאָלט. האָט איר באַדאַרפֿט זען װאָס ס'האָט זיך געטאָן! זי, ברכה הײסט עס, האָט זיך אָנגעטשעפּעט, אַז דאָס האָב איך אױסגעמאָלט איר פֿוס. פֿאַרװאָס עפּעס איר פֿוס? װײַל קײנער האָט נישט אַזעלכע גרױסע פֿיס, װי ברכה. קאַלאָשן טראָגט זי נומער דרײַצן. איר זאָלט זען אַ פּאָר קאַלאָשן!… האָט זי מיר צוגעשטעלט אַ בענקעלע צו מײַן ברודער אליהו. האָט זיך מײַן ברודער אליהו אױף מיר צעשריִען, װי געװײנלעך:

― מענטשעלעך? האָסט זיך שױן װידער גענומען צו דײַנע אַלטע שטיק, מאָלן מענטשעלעך?…

שױן! פֿון אַ פֿוס איז שױן בײַ אים געװאָרן אַ מענטש! און פֿון אַ מענטש ― „מענטשעלעך″!… מע קאָן פֿון זײ משוגע װערן!… איך מוז מיך מודה זײַן, אַז װאָס װײַטער װערט בײַ מיר דאָס חלאַת פֿון מאָלן מענטשעלעך גרעסער און שטאַרקער. איך האָב דערטאַפּט אַ פֿאַרביק בלײַשטיפֿטל. מיר האָט דאָס אַװעקגעשענקט אַן עמיגראַנטס אַ ייִנגל. אָט דער אײגענער, װאָס האָט מיר באַװיזן, װי אַזױ מע שטעלט אַ „גובערנאַטאָר“, און אױסגעלערנט מיך די קונץ פֿון בױכרעדערײַ. איך האָב אײַך שױן דערצײלט פֿון אים. ער הײסט אױך מאָטל. רופֿן מיר אים מאָטל דער גרױסער, און מיך רופֿט מען מאָטל דער קלײנער. מיר זײַנען געװאָרן חבֿר גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן! דערפֿאַר, װאָס ער האָט מיר אַװעקגעשענקט דאָס פֿאַרביקע בלײַשטיפֿטל, האָב איך, פֿאָרנדיק אין װאַגאָן, אים אָפּגעמאָלט אױף פּאַפּיר, אינגאַנצן זײַן געשטאַלט מיט די געשװאָלענע באַקן. איך האָב אים באַשװאָרן, ער זאָל דאָס קײנעם נישט װײַזן, װאָרעם טאָמער דערװיסט זיך מײַן ברודער אליהו, װעל איך האָבן אַ װיסטן סוף. װי מײנט איר? אַװדאי האָט ער דאָס גלײַך אָפּגעטראָגן צו מײַן ברודער אליהו און האָט אים געגעבן אַ טו־אַ־װײַז דאָס געמאָלעכץ גלײַך אין פּנים אַרײַן.

― דאָס דאַרף זײַן מאָטלס אַרבעט! װוּ איז ער ערגעץ, דער מולגעטש מיט די „מענטשעלעך“?

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און זוכט מיך און קאָן מיך נישט געפֿינען. איך זיץ אונטער דער מאַמעס פּלײצעס און װער שיִער נישט דערשטיקט פֿאַר געלעכטער. קײן בעסערער אָרט אױף צו באַהאַלטן זיך, װי בײַ דער מאַמען, איז נישטאָ אין דער גאַנצער װעלט!

― ב ―

דאַנקען גאָט, מיר זײַנען שױן אין אַנטװערפּן. מיר האָבן זיך גוט אָנגעהעצקעט, גענוג אױסגעריסן געװאָרן, אָבער מיר זײַנען געקומען! װאָס זאָל איך אײַך זאָגן ― איז דאָס אַ שטאָט! דאָס הײסט, צו װין קומט דאָס נישט. מע דאַרף זאָגן „להבֿדיל“! װאָרעם װין איז פֿיל גרעסער, און אפֿשר שענער אױך. און מענטשן אױך מערער. דערפֿאַר איז אָבער דאָ אין אַנטװערפּן רײן, אַזױ װי גאָלד. װאָס איז דאָס חידוש? אַז די גאַסן װאַשט מען, די טראָטואַרן פּוצט מען, און די הײַזער צװאָגט מען. איך האָב אַלײן געזען, װי מע צװאָגט זײ און מע זײפֿט זײ מיט זײף. דאָס הײסט, נישט אומעטום. למשל, דאָרט, אױף די אַכסניות, װוּ מיר שטײען מיט אַלע עמיגראַנטן, איז אַזױ װי עס דאַרף צו זײַן. דאָס הײסט: בלאָטיק, און רױכיק, און נאַס, און גליטשיק, און ענג, און אַ יריד מיט אַ טומל מיט אַ האַרמידער. פֿרײלעך. אױסגעצײכנט. אַזױ װי איך האָב ליב. אונדזער מחותּן יונה דער בעקער איז נאָך נישטאָ. אונדזער שכנה פּעסיע מיט דער כאַליאַסטרע ― אױך נישט. זײ פֿאָרן נאָך. שלעפּן זיך ערגעץ איבער דײַטשלאַנד. „דײַטשלאַנד איז סדום!“ אַזױ זאָגן די עמיגראַנטן און דערצײלן זיך אָן מוראדיקע מעשׂיות! אונדזער אומגליק מיטן בעטגעװאַנט, װאָס מע האָט בײַ אונדז אַװעקגעלקחנט אױף דער גרענעץ, איז אַ הונט אַקעגן די אומגליקן, װאָס מע הערט זיך אָן פֿון די עמיגראַנטן. מיר האָבן זיך באַקענט דאָ אױף דער סטאַנציע מיט אַ ייִדענע פֿון מעזשביזש, דװקא נישט קײן אַלמנה. זי האָט דװקא אַ מאַן, און דװקא אין אַמעריקע שױן. זי פֿאָרט דאָס צו איר מאַן. שױן באַלד אַ יאָר, אַז זי שלעפּט זיך מיט צװײ קינדער. זי איז אױסגעװען װוּ די װעלט האָט אַן עק. נישטאָ אײן שטאָט, זי זאָל דאָרט נישט זײַן. זי האָט זיך איבערגעקריגט מיט אַלע קאָמיטעטן. קױם מיט צרות האָט זי זיך פֿאַרשלעפּט אַהער, קײן אַנטװערפּן, און װיל זיך זעצן אױפֿן שיף, לאָזט מען זי נישט. איר מײנט, זי האָט קאַליעדיקע אױגן? חלילה! געזונט און שטאַרק. נאָר זי איז אַביסל גערירט פֿונעם זינען. דאָס הײסט, אַזױ, אַז איר װעט מיט איר רײדן, רעדט זי אַלצדינג, װי אַ מענטש. נאָר אַמאָל טוט זי אײַך אַ זאָג אַ װאָרט, קאָן מען בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק. למשל, איר פֿרעגט בײַ איר: װוּ איז אײַער מאַן? זאָגט זי: אין אַמעריקע. װאָס טוט ער דאָרטן? זאָגט זי: ער איז דאָרט קײסער… זאָגט איר דאָך איר: װי קאָן אַ ייִד זײַן אַ קײסער? ענטפֿערט זי אײַך, אַז אין אַמעריקע מעג מען… נו, האָט איר עפּעס צו איר?… נאָך אַ זאַך האָט זי זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַרײַן: זי עסט נישט! אונדז הײסט זי אױך נישט עסן. זי זאָגט אונדז אָן, מיר זאָלן זיך נישט צורירן צו קײן מילכיקס, מחמת דאָס מילכיקס איז דאָ פֿלײשיק. פֿרעגט בײַ איר די מאַמע: נו, און דאָס פֿלײש? זאָגט זי: דאָס פֿלײש איז דאָ נישט פֿלײשיק, נישט מילכיק, נאָר פּאַרעװע… שיסן מיר אַרױס אַ געלעכטער אַלע. אַלע, אױסער די מאַמע. די מאַמע װיל נישט לאַכן. די מאַמע װיל בעסער װײנען. זי זאָגט: „אַז אָך און װײ איז צום געלעכטער!“ ― און זי צעװײנט זיך טאַקע.

― שױן? האָסט שױן לאַנג נישט געװײנט? דו װילסט, אַז פֿון אַנטװערפּן שױן זאָל מען אונדז אָפּשיקן צוריק אַהײם איבער דײַנע אױגן?…

אַזױ זאָגט צו איר מײַן ברודער אליהו ― און בײַ דער מאַמע װערן אין אײן מינוט די אױגן טרוקן. מער װי אױף דער ייִדענע אַלײן האָט די מאַמע רחמנות אױף אירע צװײ קינדער נעבעך. איך װײס נישט, װאָס די מאַמע באַװײנט אַזױ די קינדער? די קינדער זײַנען, דאַכט זיך, גאַנץ פֿרײלעך! אַז זײער מאַמע הײבט אָן רײדן נאַרישקײטן, צעלאַכן זײ זיך. איך האָב מיך מיט זײ גיך באַקענט. זײ האָבן מיר דערצײלט, אַז מע שיקט זײ צוריק אַהײם, נאָר זײער מוטער װיל נישט פֿאָרן. זי װיל קײן אַמעריקע, צו זײער פֿאָטער, צום קײסער (כי־כי־כי!). נאַרט מען זי אָפּ און מע זאָגט איר, אַז מע שיקט זי מיט דער באַן קײן אַמעריקע (כי־כי־כי!). מע האָט איר אײַנגערעדט, אַז עס גײט אַ באַן פֿון דאַנען גלײַך קײן אַמעריקע (כי־כי־כי!).

― ג ―

די חידושים, װאָס מע זעט זיך אָן אין דעם אַנטװערפּן, איז גאָרניט צום באַשרײַבן! אַלע טאָג קומען צו נײַע פּאַרשױנען. צום מײנסטן, מיט קאַליעדיקע אױגן. „טראַכאָמעס“ רופֿט מען דאָס. אַמעריקע לאָזט נישט אַרײַן קײן „טראַכאָמעס“. איר מעגט אײַך האָבן טױזנט שלאַפֿקײטן, איר קאָנט אײַך זײַן קרום און שטום און װאָס איר װילט, אַבי נישט קײן „טראַכאָמעס“ אױף די אױגן. פֿון װאַנען נעמען זיך „טראַכאָמעס“? פֿון דעם, װאָס מע נעמט זיך אָן. אַמאָל מאַכט זיך, אַז מע װײס אַלײן נישט, פֿון װאַנען עס האָט זיך גענומען. אַזױ האָב איך געהערט טאַקע דאָ אין אַנטװערפּן. פֿון אַ מײדל האָב איך עס געהערט. גאָלדעלע הײסט דאָס מײדל. זי איז אין מײַנע יאָרן, אפֿשר עלטער פֿון מיר מיט אַ יאָר. מיט דער גאָלדעלע איז אַ שײנע געשיכטע. זאָל איך אײַך דערצײלן? באַקענט האָב איך מיך מיט איר אין דער „עזרה“. נאָר איר װײסט דאָך נישט װאָס איז „עזרה“. דאַרף מען אײַך קלאָר מאַכן. די „עזרה“ אין אַנטװערפּן איז דאָס אײגענע, װאָס דער „אָליאַנץ“ אין װין. געמאַכט געװאָרן פֿון אונדזערט װעגן, פֿאַר די עמיגראַנטן. דער חילוק איז, װאָס דער „אָליאַנץ“ איז אַ זכר און די „עזרה“ אַ נקבֿה. איר הערט דאָך, אַז מע זאָגט דער „אָליאַנץ“, די „עזרה“. דאַרפֿט איר שױן אַלײן פֿאַרשטײן דעם אונטערשײד… הכּלל, װיבאַלד מיר זײַנען אָנגעקומען קײן אַנטװערפּן, זײַנען מיר געגאַנגען גלײַך אין דער „עזרה“. די „עזרה“ איז נישט דאָס, װאָס דער „אָליאַנץ“. דער „אָליאַנץ“ װאַרפֿט מענטשן, אַזױ װי האָלעשקעס, און די „עזרה“ טרײַבט אײַך נישט. איר קאָנט קומען צו איר װען איר װילט און קאָנט זיך אױסרײדן פֿאַר איר דאָס האַרץ װיפֿל איר װילט. אַלצדינג, װאָס איר רעדט, װערט אַרײַנגעטראָגן אין אַ בוך. סע זיצט אַ מײדל, װאָס מע רופֿט זי פֿרײַלין זײַטשיק, און פֿאַרשרײַבט. זײער אַ װױל מײדל. זי האָט מיך געפֿרעגט, װי אַזױ איך הײס, און האָט מיר געשענקט אַ צוקערקע. נאָר פֿון דער פֿרײַלין זײַטשיק װעל איך אײַך דערצײלן אַן אַנדערש מאָל. איצט דאַרף איך אײַך זאָגן, װער איז גאָלדעלע. זי איז פֿון קוטנע. געקומען איז זי אַהער פֿאַראַיאָרן מיט איר טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער. סוכּות־צײַט איז דאָס געװען. האָבן זײ געהאַט, זאָגט זי, אַ יום־טובֿ ― אױף אַלע ייִדן געזאָגט געװאָרן. דאָס הײסט, קײן גליקן האָבן זײ נישט געזוכט, און קײן האָניק האָבן זײ נישט געלעקט. געװאַלגערט זיך גלײַך מיט אַלע עמיגראַנטן. נאָר דערפֿאַר האָבן זײ געהאַט שיפֿסקאַרטן ביז אַמעריקע אױף דער גאַנצער משפּחה, און אױסגעקלײדט איז מען געװען בגדי־מלכות. אַלע האָבן געהאַט צו צװײ העמדער און גאַנצע שיך. הײַנט איז זי געבליבן אינגאַנצן מיט אײן העמד און אָן שיך. װען נישט דאָס פֿרײַלין זײַטשיק, זאָגט זי, װאָלט זי גאָר געגאַנגען באָרװעס. דאָס פֿרײַלין זײַטשיק האָט איר אַװעקגעשענקט, זאָגט זי, אַ פּאָר שיך פֿון אירע אײגענע פֿיס. נאָך גאַנץ גוטע שיך. אַזױ האָט מיר דערצײלט גאָלדעלע און האָט מיר באַװיזן די שיך, װאָס דאָס פֿרײַלין זײַטשיק האָט איר אַװעקגעשענקט. גאַנץ שײנע שיך, נאָר אַ ביסל צו גרױס אױף איר… בקיצור, ס'איז אַװעקגעגאַנגען די ערשטע טעג סוכּות און שׂימחת־תּורה, ס'איז געקומען די צײַט, װאָס מע דאַרף זיך זעצן אױפֿן שיף. זאָגט מען צו זײ, אַז זײ זאָלן זיך דורכגײן צום דאָקטער. זײַנען זײ געגאַנגען צום דאָקטער. האָט זײ דער דאָקטער באַטראַכט און געפֿונען, אַז זײ זײַנען אַלע געזונט און שטאַרק און קאָנען פֿאָרן קײן אַמעריקע. נאָר זי, גאָלדעלע הײסט עס, קאָן נישט פֿאָרן, װײַל זי האָט „טראַכאָמעס“ אױף די אױגן. פֿריִער האָבן זײ גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, מיט װאָס מען עסט דאָס. ערשט שפּעטער האָבן זײ דאָס רעכט צעקײַט. דאָס האָט געהײסן, אַז אַלע פֿאָרן אַװעק קײן אַמעריקע, נאָר זי, גאָלדעלע, בלײַבט איבער דאָ, אין אַנטװערפּן. איז געװאָרן אַ געװײן, אַ יאָמער, אַ קלאָג. די מאַמע האָט געחלשט דרײַ מאָל. דער טאַטע האָט געװאָלט בלײַבן דאָ, האָט מען נישט געקאָנט. די גאַנצע שיפֿסקאַרטע װאָלט געגאַנגען פֿאַרלאָרן. איז געבליבן, אַז זײ פֿאָרן אַװעק קײן אַמעריקע, און זי, גאָלדעלע, בלײַבט איבער דאָ ביז עס װעלן זיך אױסשטײן די „טראַכאָמעס“ פֿון אירע אױגן… און אָט אַזױ, שױן באַלד אַ יאָר, אַז זי הײלט זיך און האָט זיך נאָך נישט אױסגעהײלט. דאָס פֿרײַלין זײַטשיק זאָגט, אַז דערפֿאַר הײלן זיך נישט אױס אירע אױגן, װײַל זי װײנט כּסדר. נאָר זי, גאָלדעלע, זאָגט, אַז איבער אַן אַנדער זאַך הײלן זיך איר נישט אױס די אױגן. איבערן בלױשטײן! אַלעמאָל, װען זי קומט צום דאָקטער, שמירט ער איר די אױגן, זאָגט זי, מיטן זעלבן בלױשטײן, װאָס ער שמירט אַלע איבעריקע קראַנקע. װען זי, גאָלדעלע, פֿאַרמאָגט צו קױפֿן אַן אײגענעם בלױשטײן, װאָלט זי זיך שױן לאַנג, זאָגט זי, אױסגעהײלט.

― נו, און דײַנע טאַטע־מאַמע? ― פֿרעג איך זי.

― זײַנען אין אַמעריקע. זײ מאַכן דאָרט אַ לעבן. איך האָב פֿון זײ בריװ. אַלע חודש כּמעט האָב איך פֿון זײ אַ בריװל. נאַ זע, קאָנסט לײענען? לײען מיר!

און זי נעמט אַרױס פֿון בוזעם אַ גאַנצן פּאַק מיט בריװלעך און גיט מיר, איך זאָל זײ איר לײענען הױך אױף אַ קול. איך װאָלט דאָס איר געװיס געטאָן. קאָן איך אָבער נישט לײענען קײן געשריבענעם. ס'זאָל זײַן געדרוקט, װאָלט איך עס געלײענט. לאַכט זי פֿון מיר און זאָגט, אַז אַ ייִנגל איז נישט קײן מײדל. אַ ייִנגל דאַרף קאָנען אַלץ אױף דער װעלט! איך האָב מורא, אַז זי איז גערעכט. אַי, װאָלט איך אַ בעלן זײַן קאָנען לײענען געשריבענעם! אַי, בין איך מקנא מײַן חבֿר מאָטל דעם גרױסן, װאָס ער קאָן לײענען און שרײַבן )איך האָב אײַך שױן דערצײלט פֿון אים(! האָט אים גאָלדעלע געגעבן איבערלײענען די בריװלעך, װאָס מע שרײַבט איר פֿון אַמעריקע. האָט זײ מאָטל דער גרױסער געלײענט װי אַ װאַסער. די בריװלעך זײַנען אַלע געשריבן מיט אײן לשון און מיט די זעלביקע װערטער:

„טײַערע גאָלדעלע, האַרציקע גאָלדעלע, לעבן זאָלסטו! אַז מיר דערמאָנען זיך דאָ, אין דעם אַמעריקע, אַז אונדזער קינד האָט מען אַרױסגעריסן פֿון אונדזערע הענט און דו װאַלגערסט זיך דאָרטן אין דער פֿרעמד צװישן אומבאַקאַנטע מענטשן, גײט אונדז נישט אײַן דאָ דער ביסן. טאָג װי נאַכט טוען מיר דאָ קלאָגן און װײנען אױף אונדזער ליכטיקן שטערן, װאָס איז צוגענומען געװאָרן פֿון אונדזערע אױגן…', און אַזױ װײַטער.

מאָטל דער גרױסער לײענט און לײענט, און גאָלדעלע װײנט, װישט זיך די אױגן. דערזעט דאָס פֿרײַלין זײַטשיק, הײבט זי אָן זיך בײזערן אױף אונדז, װאָס מיר מאַכן זי װײנענדיק. און צו גאָלדעלען זאָגט זי, אַז זי האָט קײן רחמנות נישט אױף זיך אַלײן. זי מאַכט זיך אַ תּל פֿון דעם איבעריקן ביסל אױגן! ענטפֿערט איר דערױף גאָלדעלע מיט אַ געלעכטער, און טרערן גיסן זיך איר פֿון די אױגן:

― אַ תּל פֿון די אױגן מאַכט מיר דער דאָקטער מיט זײַן בלױשטײן, ערגער װי איך מיט מײַן געװײן…

מיר געזעגענען זיך מיט גאָלדעלען, און איך זאָג איר צו, אַז מאָרגן אין דער צײַט װעלן מיר זיך דאָ װידעראַמאָל זען.

― אם ירצה השם! ― ענטפֿערט גאָלדעלע מיט אַ פֿרום פּנים, װי אַן אַלטע. און מיר בײדע, מאָטל דער קלײנער און מאָטל דער גרױסער, לאָזן זיך גײן שפּאַצירן איבער אַנטװערפּן.

― ד ―

מיר, דאָס הײסט, איך מאָטל דער קלײנער, און מײַן חבֿר מאָטל דער גרױסער, זײַנען נישט אַלײן. מיר האָבן דאָ נאָך אַ חבֿר. ער איז אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר דרײַצן און הײסט מענדל. ער איז אױך פֿאַרבליבן אין אַנטװערפּן, פֿאָרנדיק קײן אַמעריקע. נישט איבער די אױגן, נאָר איבער אַן אַנדער זאַך. אים האָט מען פֿאַרלױרן אױפֿן װעג, ערגעץ אין דײַטשלאַנד. אַ גאַנצן װעג, דערצײלט ער, האָבן זײ זיך דערהאַלטן די נשמה נאָר מיט הערינג. האָט אים געברענט אױפֿן האַרצן. האָט ער זיך אַראָפּגעכאַפּט אױף אַ סטאַנציע כאַפּן אַ טרונק װאַסער, און איז געבליבן שטעקן אָן בילעט און אָן אַ קאָפּיקע געלט און אָן אַ העמד אױפֿן לײַב. און מחמת ער האָט נישט געקענט זײער שפּראַך, האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ שטומען. האָט מען אים אױסגעפֿירט װוּ די װעלט האָט אַן עק, ביז ער האָט דערזען אַ פּאַרטיע עמיגראַנטן, ייִדן. איז ער צוגעגאַנגען צו זײ און האָט זײ דערצײלט די גאַנצע מעשׂה. האָבן זײ אױף אים רחמנות געהאַט און האָבן אים גענומען מיט זיך און געבראַכט צו פֿירן אַהער, קײן אַנטװערפּן. דאָ האָט ער זיך דערשלאָגן צו דער „עזרה“. האָט די „עזרה“ אַװעקגעשריבן אַ בריװ קײן אַמעריקע, טאָמער װעט מען אױפֿזוכן זײַנע עלטערן. װאַרט ער דאָס אױף אַן ענטפֿער און אױף אַ שיפֿסקאַרטע. דאָס הײסט, אױף אַ האַלבע שיפֿסקאַרטע, מחמת ער איז נאָך אַ קלײנער. דאָס הײסט, ער איז נישט אַזױ קלײן, װי ער האַלט זיך קלײן. ס'איז אַ סבֿרא, אַז ער איז שױן בר־מיצװה, כאָטש קײן תּפֿילין לײגט ער נישט. ער האָט נישט. זײַנען געװאָר געװאָרן עמיגראַנטן, אַז מענדל איז אַ בר־מיצװה בחורל און האָט ניט קײן תּפֿילין, איז געװאָרן אַ גװאַלד: פֿאַרװאָס זעט מען אים נישט קײן תּפֿילין? זאָגט מענדל: „פֿאַרװאָס זעט מען מיר נישט קײן שטיװל?“… רופֿט זיך אָן צו אים אײנער אַן עמיגראַנט מיט שאַרפֿע אױגן: „אַ דו, שײגעץ! נישט גענוג מע זאָרגט זיך פֿאַר דיר, ביסטו נאָך אַן עזות־פּנים?“… דער עמיגראַנט מיט די שאַרפֿע אױגן האָט אַזױ לאַנג געאַרבעט, ביז די איבעריקע עמיגראַנטן האָבן זיך צונױפֿגעלײגט און האָבן אים געקױפֿט אַ פּאָר תּפֿילין. אַלצדינג איז צו קריגן אין דעם אַנטװערפּן. אפֿשר מײנט איר, ס'איז נישטאָ קײן בתּי־מדרשים מיט קײן שולן? אָהאָ, נאָך װאָסערע שולן! אײן שול איז דאָ אַ טערקישע. איר מײנט, דאָרטן דאַװענען טערקן? נײן! דאָרטן דאַװענען ייִדן, די אײגענע ייִדן, װאָס מיר, נאָר אױף טערקיש. דאָס הײסט, פֿאַרקערט. מע פֿאַרשטײט נישט אײן װאָרט! געפֿירט האָט אונדז אַהינצו אונדזער נײַער חבֿר מענדל. מיר אַלע דרײַ, איך און מאָטל דער גרױסער און מענדל, זײַנען געװאָרן חבֿר. גאַנצע טעג גײען מיר אַרום איבער דער שטאָט. דאָרט, אין בראָד, אין קראָקע מיט לעמבערג, אָדער אין װין, פֿלעגט מיך די מאַמע מורא האָבן אָפּלאָזן פֿון זיך אױף אַ טריט. דאָ אין אַנטװערפּן האָט זי קײן מורא נישט. דאָרט, זאָגט זי, זײַנען סאַמע דײַטשן, און דאָ, אין אַנטװערפּן, זײַנען מיר, זאָגט זי, צװישן מענטשן, צװישן אײגענע. מע הערט רײדן אַ ייִדיש װאָרט. דאָס מײנט זי די עמיגראַנטן. לעבן זאָלן די עמיגראַנטן! צװישן עמיגראַנטן פֿילן מיר זיך טאַקע הײמיש. ובפֿרט צװישן אײגענע! אָט באַלד װעלן מיר האָבן געסט. אם ירצה השם, נאָך שבת קומט אונדזער מחותּן, יונה דער בעקער, מיט זײַן הױזגעזינד. מיר װאַרטן, הײַנט־מאָרגן זאָל קומען אונדזער שכנה פּעסיע מיט איר כאַליאַסטרע. אָט דאָ װעט ערשט װערן אַ שׂמחה. איך װעל אײַך, אם ירצה השם, באַשרײַבן אַלצדינג.

XIX
די כאַליאַסטרע
― א ―

איר זײַט דאָך שױן באַקאַנט מיט דער כאַליאַסטרע. דאָס איז אונדזער שכנה פּעסיע מיט איר מאַן דעם אײַנבינדער )ער הײסט משה(, מיט זײערע אַכט קינדערלעך, װאָס יעדער האָט בײַ זײ, װי איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט, אַן אַנדער צונעמעניש. דער קלענערער פֿון אַלע איז אין מײַנע יאָרן )נײַן, דאָס צענטע(. מע רופֿט אים „ושתּי“. דאָס הײסט, דער אמתער נאָמען זײַנער איז הערשל, נאָר מחמת ער האָט אַ גוליע אױפֿן שטערן, האָבן אים די עלטערע אַ נאָמען געגעבן „ושתּי“. איך האַלט פֿון „ושתּין“. איך האָב אים ליב דערפֿאַר, װאָס ער װײנט נישט. װיפֿל איר זאָלט אים נישט שלאָגן, נעמט ער צו װי אַ שװאָם. עס נעמט אים נישט קײן קױל. אײנמאָל האָט ער צעריסן אַ פֿרעמדן סידור, האָט אים זײַן טאַטע, משה דער אײַנבינדער, געשלאָגן מיטן ברעטל, װאָס מע שנײַדט אױף דעם פּאַפּיר. „ושתּי“ האָט נאָך דעם גוט געקרענקט צװײ טאָג כּסדר. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון בולקע. מע האָט שױן ניט געהאַלטן פֿון זײַן לעבן. די מאַמע זײַנע, אונדזער שכנה פּעסיע, האָט אים שױן באַװײנט, און דער פֿאָטער איז אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ. אַלע האָבן געמײנט, אַז ס'איז אַן עק, אױס „ושתּי“! צום סוף ― גאָרנישט. אױפֿן דריטן טאָג האָט „ושתּי“ געבעטן ברױט און געגעסן װי נאָך אַ תּענית. עסן האָבן זײ ליב אַלע, זײ האַלטן פֿון דער אַכילה. „די הונגעריקע טשערעדע“ ― אַזױ רופֿט זײ די מוטער אַלײן, פּעסיע הײסט עס. פּעסיע איז אַ ייִדענע זײער אַ װױלע, נאָר אַ ביסל צו דיק. זי האָט דרײַ גױדערס. איך האָב זי שױן עטלעכע מאָל אַראָפּגעכאַפּט אױף פּאַפּיר. האָט אײנמאָל דערזען „ושתּי“, האָט ער אַרױסגעכאַפּט בײַ מיר דאָס געמאָלעכץ און האָט דאָס באַװיזן אױף טשיקאַװעס דער מאַמע זײַנער. האָט זי געלאַכט. איז געװאָר געװאָרן מײַן ברודער אליהו, האָט ער מיר געװאָלט אײַנטײלן פֿאַר די „מענטשעלעך“, װי זײַן שטײגער איז. אַ גליק, װאָס פּעסיע אַלײן האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר מיר. „אַ קינד, זאָגט זי, מאַכט זיך נאַריש, נישט כּדאַי זיך אָפּעסן דאָס האַרץ“. לאַנג לעבן זאָל זי, פּעסיע. איך האָב זי ליב. איך האָב נאָר פֿײַנט, אַז זי קושט זיך. אַז זי איז געקומען קײן אַנטװערפּן, האָט זיך מיך אַרומגעכאַפּט קושן, װי אַן אײגן קינד. מיט אַלעמען האָט זי זיך געקושט. מער פֿון אַלע, געװײנטלעך, מיט דער מאַמען. די מאַמע, אַז זי האָט זי דערזען, איז גלײַך װי דעם טאַטן פֿון יענער װעלט: זי האָט זיך אַזױ צעװײנט, אַז מײַן ברודער אליהו איז אָנגעפֿאַלן אױף פּעסיען, אַז איבער איר מאַכט די מאַמע אַ תּל פֿון די אױגן און קאָן נישט גײן צום דאָקטער… גײן צום דאָקטער ― דאָס מוז יעדער, װער עס קומט אַהער קײן אַנטװערפּן. דאָס ערשטע, װאָס אײנער פֿרעגט בײַם אַנדערן, איז: „זײַט איר שױן געװען בײַם דאָקטער?“… „װאָס האָט אײַך געזאָגט דער דאָקטער?“… אַפֿילו די „עזרה“, אַז מע קומט צו איר צו גײן, שיקט זי באַלד אָפּ צום דאָקטער. אַז מיר זײַנען געקומען אַהין דאָס ערשטע מאָל, האָט די מאַמע נאָר װאָס געװאָלט אָנהײבן דערצײלן די מעשׂה: װי אַזױ איר מאַן איז געװען כּל־ימיו אַ חזן אין דער קצבֿישער שול… װי אַזױ ער האָט זיך פֿאַרקילט און קראַנק געװאָרן… װי אַזױ זי האָט אַלצדינג פֿאַרקױפֿט, אַבי ראַטעװען דעם טאַטן… װי אַזױ דער טאַטע איז געשטאָרבן און זי איז געבליבן אַן אַלמנה מיט צװײ קינדער יתומים… אײנעם האָט זי, ברוך־השם, חתונה געמאַכט, אַרײַנגעגעבן אין אַ שמאַלץ־גרוב… די שמאַלץ איז אױסגערונען, די גרוב איז געבליבן… נאָכדעם, װי אַזױ מיר האָבן פֿאַרקױפֿט דאָס לעצטע שטיקל חיות, אונדזער האַלבע שטוב, און געלאָזט זיך קײן אַמעריקע… נאָכדעם, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט די גרענעץ הינטער בראָד, שיִער ניט געהרגעט געװאָרן אין אַ פֿינצטערער נאַכט, און האָבן פֿאַרלאָרן דאָס גאַנצע ביסל גוטס, דאָס בעטגעװאַנט ― װאָס װעלן מיר טאָן איצט אָן בעטגעװאַנט אין אַזאַ װײַט לאַנד?…

אַזױ טענהט די מאַמע פֿאַר דער „עזרה“, און די „עזרה“ הערט, און דאָס מײדל, װאָס זיצט בײַם טיש (פֿרײַלין זײַטשיק הײסט דאָס מײדל), פֿאַרשרײַבט איטלעכס װאָרט, װאָס די מאַמע זאָגט, אין אַ בוך אַרײַן. די מאַמע האָט נאָך צו דערצײלן און צו דערצײלן, רופֿט זיך אָן צו איר אײנער פֿון דער „עזרה“:

― אַלזאָ, פֿאָרט איר קײן אַמעריקע?

זאָגן מיר:

― פֿאַרשטײט זיך, נישט קײן יעהופּעץ, קײן אַמעריקע.

רופֿט זיך אָן צו אונדז יענער, װאָס פֿון דער „עזרה“:

― זײַט איר שױן געװען בײַם דאָקטער?

זאָגן מיר:

― װאָסער דאָקטער?

רופֿט זיך אָן צו אונדז יענער, װאָס פֿון דער „עזרה“:

― אָט האָט איר אַן אַדרעס. גײט זיך דורך, ראשית־חכמה, צום דאָקטער, װעט ער באַטראַכטן אײַערע אױגן.

דערהערט דאָס װאָרט „אױגן“, טוט מײַן ברודער אליהו אַ קוק אױף דער מאַמען און װערט טױט װי די װאַנט…

װאָס האָט ער זיך אַזױ דערשראָקן?…

― ב ―

שױן, דאַנקען גאָט. מיר זײַנען שױן אַלע געװען בײַם דאָקטער, נאָר די מאַמע נאָך נישט. די מאַמע װעט זײַן שפּעטער. מײַן ברודער אליהו האָט מורא. זי האָט די לעצטע צײַט צופֿיל געװײנט… דער דאָקטער האָט אונדז אַרײַנגעקוקט אין די אױגן אַרײַן און אָנגעשריבן אונדז עפּעס אױף אַ פּאַפּיר און פֿאַרחתמעט אין אַ קאָנװערט. האָבן מיר זיך תּחילת זײער דערשראָקן. מיר האָבן געמײנט, אַז דאָס האָט ער אונדז פֿאַרשריבן אַ רפֿואה צו די אױגן. פֿרעגן מיר אים: װאָס האָט ער אונדז פֿאַרשריבן? װײַזט ער אונדז מיט דער האַנט אױף דער טיר. שטױסן מיר זיך, אַז מע הײסט אונדז גײן… קומען מיר צו דער „עזרה“ און װײַזן איר דאָס געשריפֿטס פֿונעם דאָקטער. נעמט דאָס מײדל (פֿרײַלין זײַטשיק) און עפֿנט אױף דאָס קאָנװערטל און לײענט איבער און מאַכט צו אונדז:

― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה: דער דאָקטער זאָגט, אַז איר האָט געזונטע אױגן.

אַװדאי איז דאָס פֿאַר אונדז אַ בשׂורה! װאָס טוט מען אָבער מיט דער מאַמע? זי הערט ניט אױף צו װײנען. טענהן מיר מיט איר:

― װאָס טוסטו? טאָמער חלילה װעט דער דאָקטער פֿאַרבראַקעװען דיר די אױגן?

― הערסטו? אָט דאָס װײן איך דאָך!…

אַזױ ענטפֿערט די מאַמע און לײגט צו צו די אױגן אַ פֿלעסטערל. דאָס פֿלעסטערל האָט איר געגעבן אַן עמיגראַנט אַ פֿעלדשער. ער איז זײער נישט קײן שײנער. ער האָט משונה־מאָדנע צײן, נאָר ער בחורט זיך. ער טראָגט אַ מעשענעם זײגער מיט אַ זילבערנער קײט מיט אַ רוקער, און אַ גאָלדן רינגל אױף דער האַנט. ער הײסט נישט קײן שײנעם נאָמען: „ביבער!“ געקומען איז ער אַהער קײן אַנטװערפּן מיט דער כאַליאַסטרע. אױפֿן װעג האָט ער זיך מיט זײ באַקענט. זײ האָבן אינאײנעם געגנבֿעט די גרענעץ. קײן נסים ונפֿלאָות, װי מיט אונדז, האָט זיך זײ נישט געטראָפֿן. הרגענען האָט מען זײ נישט געװאָלט, קײן בעטגעװאַנט האָט מען בײַ זײ נישט צוגענומען, נאָר זײ זײַנען גלאַט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן. זײ האָבן געהאַט, זאָגן זײ, צו זינגען און צו זאָגן. זײ זײַנען דורכגעגאַנגען, זאָגן זײ, אַ שװיץ־באָד אין האַמבורג. װאָס זײ דערצײלן זיך אָן פֿון דעם האַמבורג! די האָר שטעלן זיך קאַפּױר! סדום איז אַ הונט אַקעגן האַמבורג! מע באַגײט זיך דאָרטן, זאָגן זײ, מיט די עמיגראַנטן אַ סך ערגער װי בײַ אונדז מיט אַרעסטאַנטן. װען נישט אָט דער פֿעלדשער )ביבער(, װאָלטן זײ דאָרטן אומגעקומען. ער איז זײ געשטאַנען אין זײערע נױטן. ער, ביבער, איז אַ גרױסער עזות־פּנים. ער דערצײלט, װי אַזױ ער האָט זיך גערעכנט מיט די דײַטשן, איז אַ שרעק! ער האָט זיך, זאָגט ער, אױסגעשמועסט מיט זײ דװקא אױף רוסיש. רוסיש, זאָגט ער, קאָן ער גוט. אַ סבֿרא, אַז נאָך בעסער פֿון אונדזער פּיניען. פּיניע דרינגט, אַז אַלצדינג, װאָס דער ביבער דערצײלט אונדז, װאָלט געװען זײער שײן, װען ס'זאָל זײַן אמת. אונדזער חבֿר פּיניע האָט פֿון דער ערשטער מינוט אָן געװאָרפֿן אַן אומחן אױף דעם פֿעלדשער ביבער. ער האָט געמאַכט אױף אים אַ לידל. אַז פּיניע האָט ניט ליב אַ מענטשן, מאַכט ער אױף אים אַ לידל. אױב איר װילט, קאָן איך עס אײַך איבערזאָגן:

אונדזער פֿעלדשער ביבער
איז אַ גרױסער גיבור
אױף דערצײלן זאַכן.
ס'קאָן זיך אַמאָל מאַכן
(פֿופֿציק מאָל אַ טאָג),
טוט ער זיך אַ זאָג
אַ גרױסן ליגן
פֿון דרך־שלום װעגן.

― ג ―

ביבער, אָט דער פֿעלדשער, װאָס איך דערצײל אײַך, האָט זיך אונטערגענומען צו־רעכט מאַכן דער מאַמע די אױגן. ער זאָגט, אַז קײן דאָקטער אין דער װעלט װעט נישט געפֿינען אױף זײ קײן חסרון. ערשטנס, װײס ער די קונץ נאָך פֿון דער הײם. ער איז אַ פֿעלדשער, און אַ פֿעלדשער איז דאָך אַ האַלבער דאָקטער. און חוץ־לזה, איז ער געװען אין „דײַטשנלאַנד“ און האָט זיך צוגעקוקט, װאָס מע טוט מיט די עמיגראַנטן, זײ זאָלן האָבן געזונטע אױגן. ער זאָגט, אַז מע מאַכט ממש פֿון בלינד זעענדיק. פֿרעגט אים פּיניע: „אפֿשר פֿאַרקערט?“… װערט ער אין כּעס )ביבער איז אַ גרױסער כּעסן(. ער שיט אָפּ פּיניען מיט װערטער. ער זאָגט, אַז ער איז צו אַ גרױסער חכם! צו קלוג פֿאַר אַמעריקע! אין אַמעריקע, זאָגט ער, האָט מען פֿײַנט כיטראַקעס! אַמעריקע איז אַ לאַנד, װוּ מע װײס ניט פֿון קײן חכמות. אין אַמעריקע איז געזאָגט ― געמײנט, געמײנט ― געזאָגט. אין אַמעריקע איז אַ װאָרט אַ װאָרט. אַמעריקע איז, זאָגט ער, געבױט אױף אמת, און אױף יושר, און אױף גערעכטיקײט, און אױף כּבֿוד, און אױף ערלעכקײט, און אױף סאָװעסט, און אױף מענטשלעכקײט, און אױף נאמנות, און אױף רחמנות… פֿרעגט אים פּיניע: „און אױף װאָס נאָך?“… װערט ביבער נאָך מער אין כּעס! אַן עבֿירה, װאָס מע האָט זײ איבערגעשלאָגן סאַמע אינמיטן שמועס! מען איז אונדז געקומען זאָגן, אַז עמעצער פֿרעגט זיך נאָך אױף אונדז אינדרױסן. װער קאָן עס זײַן? מיר גײען אַרױס ― געסט! געסט! געסט! אונדזערע מחותּנים זײַנען געקומען! יונה דער בעקער מיט דער גאַנצער משפּחה. אַ נײַע כאַליאַסטרע! װידעראַמאָל אַ גדולה: מײַן שװעגערין ברכה קושט זיך מיט טאַטע־מאַמע, מײַן ברודער אליהו קושט זיך מיט זײַן שװער און מיט די שװאָגערס. אױף אים קוקנדיק, כאַפּט זיך פּיניע אױך קושן מיט אונדזערע מחותּנים, און אױף אים קוקנדיק, קושט זיך מיט זײ דער פֿעלדשער אױך. פֿרעגן זײ: װער איז דאָס? זאָגט ער: איך בין ביבער. שיסט אױס פּיניע אַ געלעכטער… און די מאַמע מײַנע? די מאַמע טוט זיך אירס: זי װײנט!… מײַן ברודער אליהו עקט זיך. ער קוקט אױף איר און צופּט זיך בײַם בערדל. ער קאָן איר אָבער איצטער גאָרנישט זאָגן: ס'איז דאָך אײגענע, נישט קײן פֿרעמדע, מחותּנים, און פֿון אײן שטאָט. פֿאַרװאָס זאָל מען זי ניט לאָזן אַ ביסל זיך אױסװײנען?…

― װי אַזױ האָט איר געגנבֿעט די גרענעץ און װוּ האָט מען אײַך באַנומען?

דאָס איז געװען דאָס ערשטע, װאָס מיר האָבן געפֿרעגט בײַ אונדזערע מחותּנים. און אונדזערע מחותּנים האָבן פֿון דעם צו דערצײלן גאַנצע פּעק! מיר קריכן אָבער נישט אין קאָפּ אַרײַן זײערע מעשׂיות. איך האָב מיך פֿאַרקליבן אין אַ װינקעלע מיט מײַן שװעגערינס אַ שװעסטערל. איך האָב אײַך אַמאָל דערצײלט פֿון איר. זי הײסט אַלטע און טראָגט צװײ צעפּלעך, פֿון אונטן צונױפֿגעדרײט, װי אַ בײגל. איר דאַרפֿט געדענקען, אַז מע האָט זי מיר אַמאָל גערעדט פֿאַר אַ כּלה )בײַ מײַן ברודער אליהו אױף דער חתונה(. דעמאָלט איז זי אַלט געװען נײַן יאָר. איצט איז זי שױן אַלט צען, דאָס עלפֿטע. אין אײנע יאָרן מיט גאָלדעלען, מיט דער מײדל, װאָס איז נעבעך געבליבן זיצן אין אַנטװערפּן איבער די אױגן. איך דערצײל אַלטען פֿון גאָלדעלען, און פֿון אירע קראַנקע אױגן נעבעך, און פֿון מײַן חבֿר מאָטל דעם גרױסן, און פֿון מײַן חבֿר מענדלען, און פֿון דער „עזרה“, און פֿון דעם פֿרײַלין זײַטשיק, װאָס שרײַבט אין אַ בוך, און פֿונעם דאָקטער, װאָס קוקט אין די אױגן. און פֿון װין דערצײל איך איר, פֿונעם „אָליאַנץ“, װאָס האָט פֿײַנט אַ ייִדן, און פֿון קראָקע מיט לעמבערג דערצײל איך איר. און פֿון דער גרענעץ, װי אַזױ מיר האָבן געגנבֿעט, און װי אַזױ מיר זײַנען קױם אַרױס מיטן לעבן. איך לאָז נישט דורך קײן זאַך. אַלטע הערט מיך אױס מיט גרױסע אױגן. נאָכדעם דערצײלט זי מיר, װאָס זײ האָבן געהאַט. װי אַזױ איר טאַטע האָט שױן לאַנג געװאָלט פֿאָרן קײן אַמעריקע, האָט איר מאַמע נישט געװאָלט. און נישט אַזױ די מאַמע, װי די משפּחה. די משפּחה זאָגט, אַז אין אַמעריקע דאַרף מען האָרעװען, און איר מאַמע איז דערצו נישט געװױנט געװאָרן. איר מאַמע האָט אַ רעטאָנדע. די רעטאָנדע האָט איר דער טאַטע געמאַכט נאָך אין די גוטע יאָרן, אַז זײ האָבן נאָך געהאַט אַ סך געלט. איצט, אַז ס'איז זײ געװאָרן שלעכט, און די בעלי־חובֿות האָבן אָנגעהױבן צו דעקוטשען, איז געבליבן, מע זאָל פֿאַרקױפֿן אַלצדינג און פֿאָרן קײן אַמעריקע. אַז ס'איז געקומען צו דער רעטאָנדע, מע זאָל פֿאַרקױפֿן די רעטאָנדע, זאָגט די מאַמע: אַלצדינג װעט זי פֿאַרקױפֿן, נאָר נישט די רעטאָנדע. פֿרעגט זי דער טאַטע: אױף װאָס דאַרפֿסטו די רעטאָנדע? אין אַמעריקע דאַרף מען נישט קײן רעטאָנדע! זאָגט אים די מאַמע: װאָס הײסט, אױף װאָס דאַרף איך די רעטאָנדע? װיפֿל יאָר האָב איך, זאָגט זי, געבעטן גאָט, איך זאָל מיך דערשלאָגן צו אַ רעטאָנדע, קױם דערלעבט אַ רעטאָנדע, זאָל איך איצט נעמען און פֿאַרקױפֿן די רעטאָנדע? טאָג װי נאַכט האָט מען געהערט בײַ אונדז נאָר רעטאָנדע און רעטאָנדע! די גאַנצע משפּחה )פֿון דער מאַמעס צד( איז זיך צונױפֿגעקומען. מע האָט זיך געקריגט און געזידלט. עס האָט שױן געהאַלטן כּמעט בײַ צעגײן זיך, דאָס הײסט, דער טאַטע זאָל זיך גטן מיט דער מאַמען, אַלץ איבער דער רעטאָנדע. װער האָט אױסגעפֿירט? געװײנלעך, די מאַמע! מע האָט די רעטאָנדע ניט פֿאַרקױפֿט! מע האָט מיטגענומען די רעטאָנדע, אײַנגעפּאַקעװעט די רעטאָנדע באַזונדער אין אַ פּעקל, און ביז מיר זײַנען געקומען צו דער גרענעץ איז שױן ניט געװען קײן רעטאָנדע…

אַזױ דערצײלט מיר אַלטע, און װײַטער װיל איך שױן ניט הערן. מיר איז נאָר געגאַנגען צו װיסן, אױב ס'איז נאָך דאָ אַ רעטאָנדע? דערהערט, אַז ס'איז שױן ניטאָ קײן רעטאָנדע, בין איך צופֿרידן. איך נעם אַלטען און גײ מיט איר שפּאַצירן. איך באַװײַז איר די שטאָט אַנטװערפּן. זי װערט ניט נתפּעל. זי האָט, זאָגט זי, געזען גרעסערע שטעט. װאָס זאָגט איר אױף איר טאַטן? איך פֿיר זי אױף די סטאַנציעס, װוּ סע שטײען עמיגראַנטן. איך מאַך זי באַקאַנט מיט מײַנע חבֿרים. אַלטע װערט נישט נתפּעל פֿון קײן זאַך. זי האַלט זיך גרױס. זי איז אַ גדלנטע. זי איז פֿון תּמיד אָן אַזױ… שפּעטער גײען מיר אַלע אינאײנעם, אונדזער כאַליאַסטרע און זײער כאַליאַסטרע, אין דער „עזרה“. דאָרט באַגעגענען מיר זיך מיט אונדזער שכנה פּעסיע מיט איר כאַליאַסטרע. אױך גאָלדעלען זעען מיר דאָרטן. גאָלדעלע װיל זיך באַקענען נענטער מיט אַלטען. אַלטע האַלט זיך פֿון איר פֿון דער װײַטן. גאָלדעלע פֿירט מיך אָפּ אױף אַ זײַט און פֿרעגט מיך, װאָס איז מיט דעם מײדל אַזױ דער ייִחוס, װאָס סע שטײט איר נישט אָן מיט איר צו רײדן? דערצײל איך איר, אַז מע האָט מיר פֿאַראַיאָרן בײַ מײַן ברודער אױף דער חתונה גערעדט אַלטען פֿאַר אַ כּלה. װערט זי רױט, אַזױ װי פֿײַער, און קערעװעט זיך אָפּ אױף אַ זײַט און װישט זיך די אױגן…

― ד ―

װאָס זאָגט איר אױף דעם אומגליק, װאָס אונדז האָט געטראָפֿן? מיר זײַנען געװען מיט דער מאַמע בײַם דאָקטער, ער זאָל איר באַטראַכטן די אױגן, האָט ער איר באַטראַכט די אױגן און נישט געזאָגט גאָרנישט. ער האָט נאָר אָנגעשריבן אַ צעטעלע און אַרײַנגעלײגט אין אַ קאָנװערט. האָבן מיר דעם קאָנװערט אַװעקגעטראָגן צו דער „עזרה“. געקומען צו דער „עזרה“, האָבן מיר דאָרט נישט געטראָפֿן קײנעם נאָך, נאָר אײן פֿרײַלין זײַטשיק, אָט די, װאָס זי פֿאַרשרײַבט אַלע עמיגראַנטן אין בוך אַרײַן. האָט זי מיך באַגעגנט מיט אַ געלעכטער. תּמיד לאַכט זי, װען זי זעט מיך. אַלעמאָל גיט זי מיר איבער אַ גרוס פֿון גאָלדעלען און לאַכט. עפֿנט זי אױף דאָס קאָנװערטל, טוט אַ קוק אין צעטל אַרײַן און הערט אױף צו לאַכן, און פֿאַרברעכט די הענט. פֿרעגט בײַ איר די מאַמע: װאָס הערט זיך? זאָגט זי: װאָס זאָל זיך הערן, מײַן ליבע ייִדענע? ס'איז שלעכט! דער דאָקטער זאָגט, אַז איר קאָנט נישט פֿאָרן קײן אַמעריקע… מײַן שװעגערין ברכה, װײסט איר דאָך, האָט אַ טבֿע פֿון חלשן, איז זי באַלד געפֿאַלן חלשות. מײַן ברודער אליהו איז געבליבן שטײן אָן אַ טראָפּן בלוט אין פּנים. די מאַמע אַלײן איז געבליבן אַ פֿאַרשטײנערטע. זי קאָן שױן אַפֿילו נישט װײנען… דאָס מײדל )פֿרײַלין זײַטשיק( האָט זיך אַ װאָרף געטאָן נאָך װאַסער. זי האָט אָפּגעמינטערט ברכהן, געטרײסט אליהון, אױסגערעדט דאָס האַרץ דער מאַמע און געהײסן קומען מאָרגן. אױפֿן װעג זאָגט איר מײַן ברודער אליהו מוסר, למאַי זי האָט געװײנט די גאַנצע צײַט, און ער דערמאָנט איר, װיפֿל מאָל ער האָט איר געזאָגט, זי זאָל נישט װײנען!… די מאַמע װיל אים ענטפֿערן, האָט זי נישט קײן װערטער… זי קוקט אַרױף און בעט גאָט: „טו מיט מיר, רבונו של עולם, אַ חסד און מיט מײַנע קינדער, און נעם מיך צו פֿון דער װעלט!“… אונדזער חבֿר פּיניע דרינגט, אַז אינגאַנצן איז דאָ שולדיק אָט דער ליגנער, אָט דער פֿעלדשער ביבער. אַ גאַנצן טאָג מיט אַ גאַנצע נאַכט הערט מען ניט אױף צו עסן אײנס דאָס אַנדערע, ביז עס קומט מאָרגן. אױף מאָרגן גײען מיר װידער צו דער „עזרה“. גיט אונדז די „עזרה“ אַן עצה, אַז מיר זאָלן זיך פּרוּװן פֿאָרן איבער לאָנדאָן. אפֿשר װעט לאָנדאָן דורכלאָזן די מאַמע מיט אירע פֿאַרװײנטע אױגן קײן אַמעריקע. אָדער אױב נישט קײן אַמעריקע, איז כאָטש קײן קאַנאַדע… װוּ איז קאַנאַדע ― װײסן מיר נישט. מע זאָגט, אַז ס'איז נאָך װײַטער פֿון אַמעריקע… מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע האָבן דערװײַל איבער װאָס צו קריגן זיך. אליהו פֿרעגט אים: „פּיניע! זאָג נאָר, װוּ איז דאָס אָט דאָס קאַנאַדע? ביסט דאָך עפּעס אַמאָל געװען אַ מענטש פֿון געאָגראַפֿיע“… זאָגט אים פּיניע, אַז קאַנאַדע איז אין קאַנאַדע, דאָס הײסט, נישט אין קאַנאַדע, נאָר אין אַמעריקע. דאָס הײסט, ער װיל זאָגן, אַז קאַנאַדע איז טאַקע דאָס אײגענע װאָס אַמעריקע, נאָר פֿאָרט נישט אַמעריקע. פֿרעגט אים אליהו: „װי קאָן דאָס זײַן?“ זאָגט אים פּיניע: „נו, זעסטו דאָך!“… דערװײַל דאַרף מען גײן צום שיף באַגלײטן גוטע פֿרײַנט, אונדזער שכנה פּעסיע מיט איר מאַן דעם אײַנבינדער )משה הײסט ער( מיט איר גאַנצער כאַליאַסטרע. װײ־װײ, װאָס סע טוט זיך בײַם שיף! ייִדן, װײַבער, קינדער, קלומקעס, פּעקלעך, קישנס, זעק מיט בעטגעװאַנט. דער לױפֿט. דער שרײַט. דער װײנט. דער שװיצט. דער עסט, דער שילט. פּלוצעם הערט זיך אַ קול פֿון אַ װילדע חיה, פֿון אַ װיזלטיר: ה־ה־ה־ה־ה־ו־ו־ו־ו!!!…

דאָס הודיעט מען פֿון שיף, מע זאָל זיך שױן געזעגענען. עס װערט אַ לױפֿערײַ מיט אַ קושערײַ מיט אַ געװײן ― אַ טעאַטער און גענוג! אַלע געזעגענען זיך. מיר געזעגענען זיך אױך. אַלע קושן זיך. מיר קושן זיך אױך. מיר קושן זיך מיט דער כאַליאַסטרע. די מאַמע קושט זיך מיט אונדזער שכנה פּעסיע. פּעסיע רעדט איר אױס דאָס האַרץ, בעט, זי זאָל גאָרניט זאָרגן, זײ װעלן זיך, אם ירצה השם, זען אין גיכן אין אַמעריקע… די מאַמע מאַכט מיט דער האַנט און שלינגט די טרערן… די לעצטע צײַט װײנט זי אַ סך װינציקער, װי פֿריִער. זי האָט עפּעס אײַנגענומען אַזעלכעס אױף נישט װײנען… דער גאַנצער עולם איז שױן אױפֿן שיף. מיר זײַנען אינדרױסן. אַי, זײַנען מיר זײ מקנא! אַי, בין איך מקנא „ושתּין“! אַמאָל האָט ער מיר מקנא געװען. הײַנט בין איך אים מקנא!… און „ושתּי“ שטײט מיט אַ צעריסן מיצל אױפֿן שיף. ער האַלט די הענט אַרונטער און װײַזט מיר אַ צונג. דאָס הײסט, ער װיל מיר געבן אָנצוהערעניש, אַז ער פֿאָרט און איך נישט. פֿאַרדריסט דאָס מיך זײער, נאָר איך נעם מיך אָן מיט האַרץ און שטעל אים אַרױס אַ פֿײַג: „נאַ דיר!“… דאָס הײסט אַזױ גרױס, װי איך װאָלט אים זאָגן: „ושתּי! אַזאַ מכּה דיר און אַזאַ שטיק גאָלד מיר, װי איך װעל אינגיכן זײַן אין אַמעריקע!“…

אָ! איר זאָלט גאָרנישט זאָרגן ― איך װעל אינגיכן זײַן אין אַמעריקע!

XX
די כאַליאַסטרע װערט צעקראָכן
― א ―

װאָס אַ טאָג, װאָס אַ טאָג װערט די כאַליאַסטרע עמיגראַנטן קלענער, און אַנטװערפּן װערט אַ פּוסטקע. שבת מיטן שיף פֿאָרן אָפּ אַ גוזמא עמיגראַנטן, אַלע קײן אַמעריקע. מיט זײ פֿאָרט אַװעק אױך מײַן חבֿר מאָטל, דאָס איז מאָטל דער גרױסער, אָט דער, װאָס האָט מיך אױסגעלערנט שטעלן אַ גובערנאַטאָר, די קונץ פֿון בױכרעדערײַ און נאָך אַזעלכע זאַכן. איך װײס נישט, װאָס האָט אין אים דערזען אַזעלכעס מײַן ברודער אליהו, װאָס ער האָט אים פֿײַנט. איך מײן, אַז דאָס װאַקסט פֿון ברכהן. מײַן שװעגערין ברכה האָט אַ טבֿע זיך אונטערהערן, װאָס מע רעדט, און צוקוקן זיך, װאָס מע לאַכט. ס'איז איר עסק, װאָס מיר לאַכן. אפֿשר לאַכן מיר פֿון אונדזער פּיניען, אליהוס חבֿר, װאָס ער שלעפּט לעקעך פֿון די קעשענעס מיט צוקערקעס און עסט? אָדער אפֿשר גאָר פֿון ביבער דעם פֿעלדשער, װי אַזױ ער באַרימט זיך פֿאַר דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן, האַקט אַזעלכע שקרים, אַז מע קאָן בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק?

מאָלט אײַך, איצטיקס מאָל איז זי גערעכט געװען. מיר האָבן געמאַכט אַ גאַנצע קאָמעדיע פֿון איר מאַמע, ריװעלע די בעקערין מיט דער רעטאָנדע. טאָג װי נאַכט רעדט זי פֿון דער רעטאָנדע, װאָס מע האָט בײַ איר אַװעקגעגנבֿעט אױף דער גרענעץ, דאָס מױל מאַכט זיך איר נישט צו!

מאָלט אײַך, אַז מײַן מאַמע קאָן זיך שױן נישט אײַנהאַלטן און זאָגט צו איר:

― אױ, מחותּנתטע! װען איך זאָל װעלן אַזױ פֿיל רײדן פֿון מײַן בעטגעװאַנט, פֿון מײַנע קישנס, װאָס מע האָט בײַ מיר צוגענומען אױף דער גרענעץ, װי איר פֿון אײַער רעטאָנדע!…

זאָגט ריװעלע די בעקערין מיט איר מאַנצבילשער שטים:

― זאָגט כאָטש להבֿדיל!

זאָגט איר די מאַמע:

― בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

זאָגט איר די מאַמע:

― איך פֿאַרשטײ נישט, מחותּנתטע, װאָס איז בײַ אײַך פֿאַר אַ לשון?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― װאָסער אַ גוט־מאָרגן, אַזאַ גוט־יאָר.

זאָגט איר די מאַמע:

― מחותּנתטע! מיט װאָס האָב איך דען אָנגערירט אײַער האָנאָר?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― װער זאָגט דען, אַז איר האָט מיר אָנגערירט דעם האָנאָר?

זאָגט איר די מאַמע:

― װאָס זשע זאָגט איר „להבֿדיל“?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― פֿאַרשטײט זיך, להבֿדיל! אַז איך רײד פֿון מײַן רעטאָנדע, פֿאָרט איר מיר אַרײַן מיט אײַער בעטגעװאַנט, מיט אײַערע קישנס!

זאָגט איר די מאַמע:

― בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

און װידער אַמאָל דאָס אײגענע און אָבער אַמאָל דאָס אײגענע!

דאַרף מען טעאַטער?

― ב ―

פֿאַרשטײט זיך, אַז מיר בײדע, דאָס הײסט, איך מאָטל דער קלײנער, און מײַן חבֿר מאָטל דער גרױסער, האָבן זיך דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט אַװעקגעזעצט און האָבן געמאַכט אַזאַ מין אָנשטעל: װײסטו װאָס? איך װעל זײַן ריװעלע די בעקערין, און דו װעסט זײַן די מאַמע דײַנע, און לאָמיר מאַכן די אײגענע שפּיל, װאָס זײ. נאָר װאָס דען? מיטן אײגענעם לשון און מיטן אײגענעם קול: איך װעל רײדן גראָב, װי ריװעלע די בעקערין, און דו ― מיט אַ װײנענדיק קול, װי די מאַמע דײַנע.

און בײדע מאָטלען האָבן זיך פֿאַרשטעלט. אײנער האָט אָנגעטאָן אַ פּאַרוק, דער אַנדערער אַ פֿאַטשײלע. צונױפֿגערופֿן חבֿרה: מענדל דאָס בר־מיצװה ייִנגל, אונדזער מחותּנס טעכטערל אַלטע, גאָלדעלע מיט די קאַליע אױגן, און נאָך ייִנגלעך און מײדלעך פֿון דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. און מיר האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט:

מאָטל דער קלײנער (מיט אַ װײנענדיק קול): אױ, מחותּנתטע! װען איך זאָל װעלן אַזױ פֿיל רײדן פֿון מײַן בעטגעװאַנט און פֿון מײַנע קישנס, װאָס מע האָט בײַ מיר צוגענומען אױף דער גרענעץ, װי איר פֿון אײַער רעטאָנדע!…

מאָטל דער גרױסער (מיט אַ גראָבער שטימע): זאָגט כאָטש „להבֿדיל“.

מאָטל דער קלײנער: בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

מאָטל דער גרױסער: גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

מאָטל דער קלײנער: איך פֿאַרשטײ נישט, מחותּנתטע, װאָס איז בײַ אײַך פֿאַר אַ לשון?

מאָטל דער גרױסער: װאָסער אַ גוט־מאָרגן, אַזאַ גוט־יאָר.

מאָטל דער קלײנער: מחותּנתטע! מיט װאָס האָב איך אָנגערירט אײַער האָנאָר?

מאָטל דער גרױסער: װער זאָגט דען, אַז איר האָט מיר אָנגערירט דעם האָנאָר?

מאָטל דער קלײנער: װאָס זשע זאָגט איר „להבֿדיל“?

מאָטל דער גרױסער: פֿאַרשטײט זיך, להבֿדיל! אַז איך רײד פֿון מײַן רעטאָנדע, פֿאָרט איר מיר אַרײַן מיט אײַער בעטגעװאַנט!

מאָטל דער קלײנער: בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

מאָטל דער גרױסער: גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס…

― ג ―

גײ ריכט זיך, אַז אַקוראַט אױפֿן װאָרט „צוקאָפּנס“ װעט זיך עפֿענען די טיר און עס װעלן זיך באַװײַזן געסט: מײַן שװעגערין ברכה מיט איר מאַמע ריװעלע די בעקערין, מיט איר טאַטן יונה דעם בעקער, מיט זײערע „בנים“, מײַן מאַמע, מײַן ברודער אליהו, אונדזער חבֿר פּיניע מיט זײַן װײַב טײַבל, ביבער דער פֿעלדשער מיט די געלע צײן און נאָך ייִדן און װײַבער ― אַ גאַנצע כאַליאַסטרע! דאָס ערשטע האָט מײַן שװעגערין ברכה מיר צוגעשטעלט אַ בענקעלע פֿאַר אַלעמען, אַז איך מאַך נאָך דער גאַנצער װעלט. זי האָט געװאָלט, אַז די גאַנצע װעלט זאָל זיך אין מיר נוקם זײַן. די גאַנצע װעלט האָט זיך אָבער נישט געװאָלט נוקם זײַן אין מיר. פֿאַר מיר איז געװען גענוג מײַן ברודער אליהו אַלײן. מײַן ברודער אליהו האָט אַ טרוקענע האַנט מיט דאַרע פֿינגער. אַז ער װאַרפֿט אײַך אױף אַ פּאַטש הײַנט פֿאַרנאַכט, בלײַבט בײַ אײַך אַ סימן אױף דער באַק ביז איבערמאָרגן אינדערפֿרי.

„מע דאַרף אָט די צװײ מאָטלס צעשײדן!“ ― אַזױ האָט געפּסקנט ברכה, און מײַן ברודער אליהו האָט מיר אָנגעזאָגט מיטן האַרבן װאָרט, אַז טאָמער דערזעט ער אונדז אין צװײען, מאַכט ער פֿון מיר אַ מאָטשינקע! איך װאָלט װעלן זען, װי אַזױ ער װעט דאָס מאַכן פֿון מיר אַ מאָטשינקע? ער פֿאַרגעסט, אַז ס'איז דאָ אַ מאַמע אױף דער װעלט, װאָס װעט גיכער לאָזן זיך אַרױסנעמען די קאַליע אױגן, אײדער דערלאָזן, מע זאָל פֿון מיר מאַכן אַ מאָטשינקע.

― ד ―

מיט דער מאַמעס אױגן איז נישט אין בעסטן. דאָס הײסט, נישט גוט. זײער נישט גוט! מע זאָגט, אַז מע װעט זי נישט אַרױפֿלאָזן אױפֿן שיף פֿאַר קײן מיליאָן אַפֿילו. מע דאַרף אַנטלױפֿן פֿון אַנטװערפּן. אין אַנטװערפּן זײַנען דאָקטױרים רשעים! זײ קוקן אין די אױגן אַרײַן. װיבאַלד זײ געפֿינען בײַ אײַך אױף די אױגן „טראַכאָמעס“, אַזױ כאַפּט זײ אַװעק דער רוח. נישטאָ בײַ זײ נישט קײן כּבֿוד, נישט קײן רחמנות! מיר װעלן מוזן פֿאָרן קײן אַמעריקע דורך אַן אַנדער װעג. דורך װאָסער אַ װעג ― װײסן מיר נאָך ניט. ס'איז דאָ װעגן גענוג. הלװאַי װאָלט נאָר געװען מיט װאָס צו פֿאָרן. ס'איז אַ סבֿרא, אַז בײַ מײַן ברודער אליהו אין קעשענע טאָגט שױן. דער גאַנצער מאַיאָנטיק פֿון אונדזער האַלבער דירה איז בײַ אונדז אַװעק אױף דאָקטױרים מיט די פֿעלדשערס ― אַלץ צוליב דער מאַמעס אױגן. איך האָב געכאַפּט אַ װאָרט פֿון מײַן ברודער אליהו און פֿון זײַן חבֿר פּיניע: „הלװאַי מיר זאָלן זיך כאָטש דערשלעפּן ביז לאָנדאָן!“… אַװדאי װאָלט איך בעסער װעלן גלײַך קײן אַמעריקע, אײדער קײן לאָנדאָן. אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע מיט איר גאַנצער כאַליאַסטרע איז שױן לאַנג אין אַמעריקע. זײ מאַכן שױן דאָרט אַ לעבן. ושתּי (הערשל מיט דער גוליע) גײט שױן דאָרט אַרום שפּאַצירן מיט די הענט אין די קעשענעס איבער אַלע גאַסן און קנאַקט ניסלעך. אונדזערע מחותּנים ― יונה דער בעקער, ריװעלע די בעקערין, מיט די „בנים“, מיט מײַן כּלה אַלטע ― האָבן זיך נישט געקאָנט דערװאַרטן אױף מײַן מאַמעס אױגן און זײַנען אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע אָן אונדז. אױ, אױ, אױ, װאָס סע האָט זיך אָפּגעטאָן יענעם טאָג אין אַנטװערפּן! מיר האָבן נישט געלאָזט די מאַמע, זי זאָל זײַן בײַם שיף, װאָרעם אַז זי װעט זיך דאַרפֿן געזעגענען מיט די מחותּנים, װעט זי װײנען און דערװײַל באַגראָבן דאָס איבעריקע ביסל אױגן. װאָס האָבן מיר געפּועלט? האָט זי נאָך מער געװײנט. זי טענהט, אַז מע נעמט צו בײַ איר דאָס אײנציקע שטיקל חיות ― כאָטש אױסװײנען זיך די צרות, גרינגער מאַכן דאָס האַרץ!… נאָר װער הערט זי?

― ה ―

װײסט איר, װער ס'איז צופֿרידן מיטן אָפּפֿאָרן פֿון אונדזערע מחותּנים? איר װעט קײנמאָל נישט טרעפֿן ― גאָלדעלע! אָט דאָס מײדל, װאָס מיט די קאַליע אױגן, װאָס איר פֿאָטער און מוטער זײַנען אין אַמעריקע שױן העכער אַ יאָר און זי זיצט דאָ, אין אַנטװערפּן, צוליב די אױגן. דערהערט, אַז אונדזערע מחותּנים פֿאָרן אַװעק, האָט זי געװאָלט גײן טאַנצן. װאָס איז די מעשׂה? זי האָט פֿײַנט אַלטען, אָט די, װאָס מע האָט זי מיר גערעדט אַמאָל פֿאַר אַ כּלה. זי האָט זי פֿײַנט פֿאַר איר גדלות. גאָלדעלע האָט פֿײַנט אַ מענטשן, װאָס בלאָזט פֿון זיך.

― דײַן כּלה מיט די רױטע צעפּעלעך קאָן איך ניט אָנקוקן: זי איז אַ גדלנטע!

אַזױ זאָגט צו מיר אײנמאָל גאָלדעלע, און דאָס פּנים ברענט איר װי אַן אױװן.

― פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען בײַ אַלטען רױטע צעפּעלעך, אַז זי האָט גאָר שװאַרצע?

אַזױ זאָג איך צו גאָלדעלען. װערט זי נאָך מער אין כּעס, װײנט און זאָגט צו מיר:

― רױטע! רױטע! רױטע!…

גאָלדעלע, אַז זי איז בײז, דאַרף מען זי לאָזן צורו, ביז עס גײט איר אָפּ דער כּעס. און אַז עס גײט איר אָפּ דער כּעס ― איז זי גאָלד און זילבער! מיט מיר איז זי טאַקע נאָר װי אַ שװעסטער. אַלצדינג דערצײלט זי מיר: װי אַזױ זי האָרעװעט אױף דער סטאַנציע, קערט די שטובן, האָדעװעט די עופֿות, פֿאַרװיגט די קינדער )די בעל־הביתטע, װוּ זי שטײט, האָט אַ צײַט נישט געהאַט קײן קינדער; איצט האָט זי גאָט געבענטשט מיט אַ צװילינג(. הײַנט דערצײלט זי מיר, װי אַזױ זי גײט צום דאָקטער אַלע טאָג זיך קורירן די אױגן; װי אַזױ דער דאָקטער שמירט זי מיטן זעלבן בלױשטײן, װאָס ער שמירט אַלע איבעריקע קראַנקע.

― אױ, װען גאָט העלפֿט מיר אַן אײגענעם בלױשטײן, װאָלט איך אפֿשר קאָנען אַמאָל זען מײַן טאַטע־מאַמע…

אַזױ זאָגט גאָלדעלע מיט טרערן אױף אירע קראַנקע אױגן. עס רײַסט מיר אױס אַ שטיק האַרץ. איך קאָן נישט הערן, װי זי רעדט פֿון טאַטע־מאַמע. איך קאָן ניט זען, װי זי װײנט. איך זאָג צו איר:

― װײסטו װאָס, גאָלדעלע? אָט פֿאָר איך קײן אַמעריקע. איך װעל מאַכן דאָרט אַ לעבן, װעל איך דיר צושיקן פֿון דאָרט אַ בלױשטײן.

― דו נאַרסט מיך נישט אָפּ? שװער מיר בײַ דײַן הײליקע נאמנות.

אַזױ זאָגט צו מיר גאָלדעלע, און איך שװער איר בײַ מײַן הײליקע נאמנות, אַז איך װעל זי נישט פֿאַרגעסן. אַז גאָט װעט מיר העלפֿן, איך װעל נאָר אָנהײבן מאַכן אַ לעבן אין אַמעריקע, אַזױ שיק איך איר באַלד אַרױס אַ בלױשטײן.

― ו ―

איך װײס שױן פֿאַר געװיס, אַז מיר פֿאָרן שבת אינדערפֿרי קײן לאָנדאָן. מיר גרײטן זיך שױן אין װעג אַרײַן. מײַן מאַמע מיט מײַן שװעגערין ברכה מיט אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב טײַבל גײען פֿון אײן סטאַנציע אין דער אַנדערער זיך געזעגענען מיט דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. נישט אַזױ דאָס געזעגענען, װי אױסרײדן זיך דאָס האַרץ פֿאַר מענטשן. װאָס לאָזט זיך אױס? מיר זײַנען גאָר מאָנאַרכן קעגן אַנדערע עמיגראַנטן. ס'איז פֿאַראַן אין דער כאַליאַסטרע אַזעלכע מאָדנע שלימזלען, װאָס זײַנען אונדז מקנא. זײערע צרות איז גאָרנישט איבערצודערצײלן. אַלע זײַנען געװען אין דער הײם שײנע בעלי־בתּים. אַלע האָבן פֿאַרמאָגט אַלדאָס גוטס. אַלע האָבן געהאַט שטענדיק אַ טיש פֿאַר אָרעמע לײַט. אַלע װינטשן זיך פֿאַרמאָגן, װאָס מענטשן האָבן בײַ זײ צוגענומען. אַלע האָבן געטאָן די שענסטע שידוכים. הײַנט זײַנען זײ אַלע שלעפּערס. מאָדנע ברואים! מיר האָבן זיך שױן צוגעגעסן זײערע מעשׂיות. פֿריִער, אַז איך פֿלעג הערן, מע דערצײלט פֿון אַ פּאָגראָם, האָב איך אָנגעשטעלט מױל און אױערן. הײַנט, אַז איך דערהער דאָס װאָרט פּאָגראָם ― אַנטלױף איך. איך האָב בעסער ליב פֿרײלעכע מעשׂיות, איז אָבער נישטאָ װער ס'זאָל דערצײלן עפּעס פֿרײלעכס. געװען אײן פֿעלדשער ביבער אַ פֿרײלעכער פּאַרשױן, אַפֿילו אַ גרױסער ליגנער, איז ער שױן אױך אין אַמעריקע.

― ער האַקט דאָרט שקרים אױפֿן פּוד! ― אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע.

― מע װעט אים דאָרט לאַנג נישט לאָזן האַקן שקרים. האָב קײן מורא נישט. אין אַמעריקע האָט מען פֿײַנט אַזעלכע… אין אַמעריקע איז אַ ליגנער ערגער פֿון אַ משומד!…

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און ברכה פֿרעגט אים: פֿון װאַנען װײסטו? הײבט זיך אָן בײַ אונדז אַ חתונה: איך און פּיניע האַלטן מיט אליהון, טײַבל האַלט מיט ברכהן. װאָס אײנער זאָגט, דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר.

מיר מאַנצבילן: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון גאָלע אמת!…

זײ, די װײַבער: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון סאַמע ליגנערס!…

מיר מאַנצבילן: אַמעריקע איז געבױט אױף אמת, יושר און רחמנות!…

זײ, די װײַבער: גנבֿה, גזילה, שאַרלאַטאַנעס!…

אַ גליק, װאָס סע מישט זיך אַרײַן די מאַמע. זי זאָגט:

― קינדערלעך, װאָס דאַרפֿט איר זיך קריגן איבער אַמעריקע, אַז מיר זײַנען נאָך אין אַנטװערפּן?

זי איז גערעכט. מיר זײַנען נאָך אין אַנטװערפּן. אָבער נישט אױף לאַנג. אָט־אָט פֿאָרן מיר אַװעק קײן לאָנדאָן. אַלע צעפֿאָרן זיך פֿון דאַנען, אַלע עמיגראַנטן, די גאַנצע כאַליאַסטרע.

װאָס װעט זײַן מיט אַנטװערפּן??!

XXI
זײַ געזונט, אַנטװערפּן!
― א ―

קײן שטאָט האָט מיר אַזױ נישט באַנג געטאָן אַװעקצוּװאַרפֿן, װי די שטאָט אַנטװערפּן. און נישט אַזױ די שטאָט, װי די מענטשן. און נישט אַזױ די מענטשן פֿון אַנטװערפּן, װי די כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. און נישט אַזױ די כאַליאַסטרע אַלײן, װי מײנע חבֿרים און חבֿרטעס. אַ סך זײַנען זיך צעפֿאָרן פֿריִער. ושתּי, אַלטע, מאָטל דער גרױסער ― די זײַנען שױן לאַנג אין אַמעריקע, מאַכן אַלע אַ לעבן. געבליבן איז נאָר מענדל דער בר־מיצװה בחור. (ברכה האָט אים געשענקט אַ צונעמעניש „דער לאָשיק“.) און גאָלדעלע דאָס מײדל מיט די קאַליע אױגן איז געבליבן. װײַטער קײנער נישט. װאָס װעט טאָן די „עזרה“, די װאָס העלפֿט די עמיגראַנטן? װעמען װעט זי העלפֿן? עס טוט מיר באַנג אַנטװערפּן. איך װעל בענקען נאָך אַנטװערפּן. אַ װױלע שטאָט, װױלע מענטשן. אַלע האַנדלען מיט בריליאַנטן. אַלע טראָגן זיך אַרום מיט שטײנער. אַלע קענען די מלאָכה: שנײַדן, קליװן, שלײַפֿן שטײנער. װעמען איר באַגעגנט, איז ער אָדער אַ שטײנשנײַדער, אָדער אַ קליװער, אָדער אַ שלײַפֿער. אַ סך ייִנגלעך פֿון אונדזער כאַליאַסטרע זײַנען דאָ פֿאַרבליבן, געװאָרן שטײנשנײַדער. מיר זאָלן זיך אַזױ נישט רײַסן קײן אַמעריקע, װאָלט מען מיך אױך אַװעקגעגעבן צו דער אַרבעט, געמאַכט פֿון מיר אַ שטײנשנײַדער. מײַן ברודער אליהון איז געפֿעלן די מלאָכה. אונדזער חבֿר פּיניען אױך. זײ זאָלן זײַן, זאָגן זײ, אַ ביסעלע ייִנגער, װאָלטן זײ אַלײן גענומען זיך צו דער אַרבעט ― שלײַפֿן שטײנער. ברכה לאַכט פֿון זײ. זי זאָגט, אַז שטײנער איז גוט צו טראָגן, ניט צו שלײַפֿן. פּיניעס װײַב טײַבל האַלט מיט איר. טײַבל איז אױך אַ בעלן אױף צו אָנטאָן שטײנער. זײ גײען אַלע טאָג קוקן אין די פֿענצטער און קאָנען זיך נישט אָפּלױבן פֿון די בריליאַנטן מיט די דימענטן, װאָס װאַלגערן זיך, אַזױ װי מיסט. עס דרײט זיך אַזש דער קאָפּ. עס שעמערירט זײ אין די אױגן. זײ זײַנען אױס מענטש. פּיניע לאַכט פֿון זײ. ער זאָגט, אַז די אַלע שטײנער האָבן בײַ אים אַ פּנים פֿון חוזק, און די, װאָס גיבן זיך אָפּ דערמיט, זעען אױס בײַ אים װי משוגעים. איר מײנט, אַז ער האָט נישט געמאַכט אױף זײ קײן לידל? אַזױ הײבט זיך אָן דאָס לידל:

אַנטװערפּן איז אַ לאַנד
פֿון די בעסטע שטײנער,
מיליאָנערן אַלערהאַנט ―
קײן אָרעמאַן נישט אײנער.
דימענטן װי מיסט,
העכער האַלב אומזיסט!
בריליאַנטן האָבן זײ אַ סך! אַ סך!
צירונג? ― פֿאַר דער גאַנצער װעלט!
עס פֿעלט זײ נאָר אײן זאַך:
― ― ― ― ― ― מזומן געלט…

און װײַטער געדענק איך נישט.

― ב ―

אָנגעדענקען זיך אַלע לידלעך, װאָס פּיניע מאַכט, דאַרף מען האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער. מײַן ברודער אליהו קױלעט זיך מיט אים דערפֿאַר. אליהו זאָגט, טאָמער װערט מען געװאָר אין דער „עזרה“, אַז מיר מאַכן לידלעך אױף אַנטװערפּן, טרײַבט מען אונדז אַרױס פֿון דאָרטן. און מיר קוקן אַרױס אױף דער „עזרה“ פֿאַר אונדזער אַװעקפֿאָרן, זי זאָל אונדז עפּעס העלפֿן. מיר גײען צו איר אַלע טאָג. מיר זײַנען דאָרט הײמישע מענטשן. דאָס מײדל, װאָס שרײַבט אין בוך, דאָס פֿרײַלין זײַטשיק, קען אונדז אַלע בײַ די נעמען. מיך האָט זי ליב, װי אַ קינד. מיט דער מאַמע איז זי װי אַ שװעסטער. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו ברכה זאָגט, אַז פֿרײַלין זײַטשיק איז אַ גילגול פֿון אַ ייִדיש מײדל מיט אַ ייִדישער נשמה. די גאַנצע כאַליאַסטרע עמיגראַנטן האָט זיך פֿאַרליבט אין איר. און נאָר דערפֿאַר, װאָס זי רעדט צו זײ אױף ייִדיש, נישט אױף דײַטש. װײַטער רײדן זײ אין אַנטװערפּן אַלע דײַטש, כאָטש גיב זײ אַ קרענק! פּיניע זאָגט אַפֿילו, אַז דאָס לאַנד געהער נישט צו קײן דײַטשן, און די ייִדן װאָלטן געמעגט רײדן ייִדיש. נישקשה, עס װאָלט זײ גאָרנישט געשאַט. אַלע ייִדן פֿון דער זײַט גרענעץ האָבן פֿײַנט ייִדיש, האָבן ליב דײַטש. אַפֿילו די קבצנים זײערע רײדן דאָ אױך אױף דײַטש. ער װעט אײַך פּגרן פֿון הונגער, אַבי אױף דײַטש! אַזױ זאָגט ברכה און טרײַבט אונדז אונטער, מיר זאָלן שױן פֿאָרן קײן לאָנדאָן. ס'איז איר שױן נימאס געװאָרן דאָס אַנטװערפּן מיט זײער לשון. אַז װוּ מע גײט און װוּ מע שטײט, הערט מען נאָר: בריליאַנטן! דימענטן! אַלע טראָגן זיך אַרום מיט פֿולע קעשענעס, מיט גאַנצע פּעק בריליאַנטן. עס זאָל זיך דאָס אַפֿילו צוקלעפּן צו אונדז אַ בריליאַנטל! עמעצער פֿון זײ זאָל כאָטש װעלן פֿאַרלירן אַ פּאָר דימענטלעך, און איך זאָל זײ געפֿינען! אַזױ זאָגט ברכה, און די אױגן אירע ברענען. איך װײס נישט, װאָס ברכה איז אַזױ פֿאַרקאָכט אין דימענטן מיט בריליאַנטן. איך װאָלט אײַך אַװעקגעגעבן אַלע שטײנער פֿון דער גאַנצער װעלט פֿאַר אײן קעסטל פֿאַרבן מיט אַ בערשטעלע אױף צו מאָלן. איך האָב אױסגעמאָלט אַ שיף נישט לאַנג מיט אַ שטיפֿטל אױף פּאַפּיר, אַ שיף מיט אַ כאַליאַסטרע עמיגראַנטן, קעפּ אױף קעפּ. איך האָב דאָס מאָלעכץ אַװעקגעשענקט גאָלדעלען, דעם מײדל, װאָס מיט די קאַליע אױגן. גאָלדעלע האָט דאָס געװיזן דער פֿרײַלין זײַטשיק. יענע האָט דאָס באַװיזן אין דער „עזרה“ פֿאַר דער גאַנצער װעלט. האָט דערזען אױך מײַן ברודער אליהו, האָב איך געהאַט פֿון אים: „מענטשעלעך! װעסט אױפֿהערן אַמאָל מאָלן מענטשעלעך, צי נײן?“ מײַן ברודער אליהו האָט מיך שױן לאַנג אַזױ נישט געשלאָגן. איך האָב עס דערצײלט גאָלדעלען. האָט דאָס גאָלדעלע דערצײלט דער פֿרײַלין זײַטשיק. האָט דאָס פֿרײַלין זײַטשיק פֿאָרגעהאַלטן מײַן ברודער אליהו, פֿאַרװאָס ער שלאָגט מיך. זי האָט אים באַװיזן דאָס מאָלעכץ און האָט איבער אים געטענהט און געטענהט. מײַן ברודער אליהו האָט זי אױסגעהערט, און אַז ער איז געקומען אַהײם, האָב איך ערשט דעמאָלט פֿון אים געהאַט. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז ער מוז מיר אַרױסשלאָגן דעם שגעון פֿון מאָלן מענטשעלעך…

― ג ―

הײַנט זײַנען מיר געװען דאָס לעצטע מאָל בײַ דער „עזרה“. װאָס מיר האָבן דאָרט געטאָן ― װײס איך נישט. מײַן ברודער אליהו האָט עפּעס געטענהט. פּיניע האָט געמאַכט מיט די הענט. ברכה האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מיטן. די מאַמע האָט געװײנט. די װאָס זיצן אין דער „עזרה“ האָבן עפּעס גערעדט צו אונדז, געװײנטלעך, אױף דײַטש. דרײַ זײַנען דאָרטן געזעסן, און אַלע דרײַ האָבן זיך פֿאַרהערט, װער קאָן בעסער רײדן דײַטש… פֿרעגט מיך בחרם, װאָס זײ האָבן דאָרטן גערעדט? אַז מײַן קאָפּ איז מיר גאָר דאָרטן, אױפֿן שיף, אױפֿן ים, אין לאָנדאָן, אין אַמעריקע. און דאָ קומט צו לױפֿן גאָלדעלע אין אײן אָטעם:

― דו פֿאָרסט שױן טאַקע?

― איך פֿאָר.

― װען?

― מאָרגן.

― װוּהין?

― קײן לאָנדאָן.

― און פֿון דאָרטן?

― קײן אַמעריקע.

― און איך בלײַב דאָ מיט מײַנע קאַליע אױגן, און מײַן טאַטע־מאַמע ― גאָט װײס, װען איך װעל זײ זען!

אַזױ זאָגט גאָלדעלע און װײנט מיר אָפּ דעם קאָפּ. עס טוט מיר װײ דאָס האַרץ. איך װיל זי טרײסטן, האָב איך נישט קײן װערטער. איך קוק אױף איר און טראַכט מיר: „רבונו של עולם! װאָס האָסטו צו אָט דעם מײדל? װאָס האָט זי דיר געטאָן?“… איך נעם זי בײַ דער האַנט. איך גלעט זי:

― װײן נישט, גאָלדעלע. אָט װעסטו זען, איך װעל קומען קײן אַמעריקע און װעל מאַכן אַ לעבן, איז דאָס ערשטע ― שיק איך דיר אַרױס אַ בלױשטײנדל אױף צו שמירן די אױגן. נאָכדעם װעל איך דיר שיקן אַ שיפֿסקאַרטע, אַ האַלבע שיפֿסקאַרטע, ביסט דאָך נאָך נישט אַלט קײן צען יאָר. װעסטו קומען צו פֿאָרן קײן אַמעריקע. דאָרט װעט אױף דיר װאַרטן אין „קעסטל־גאַרטל“ דײַן טאַטע מיט דײַן מאַמע. איך װעל אױך זײַן אין „קעסטל־גאַרטל“. אַז דו װעסט צופֿאָרן מיטן שיף קײן אַמעריקע, זאָלסטו קוקן אין „קעסטל־גאַרטל“ און זאָלסט מיך זוכן מיט די אױגן. איך װעל האַלטן אָט דאָס בלײַשטיפֿטל אין די הענט ― זעסטו? אַז דו װעסט דערזען אין אַמעריקע אַ ייִנגל מיט אָט אַזאַ בלײַשטיפֿטל ― זאָלסטו װיסן, אַז דאָס בין איך, מאָטל פּײסיס. נאָכדעם, אַז דו װעסט אַראָפּ פֿון שיף, װעסטו זיך צעקושן מיט דײַן טאַטע־מאַמע. אַהײם װעסטו נישט גײן מיט זײ. דו װעסט זײ נאָר איבערגעבן די זאַכן דײַנע און בעסער גײן אָנקוקן מיט מיר אַמעריקע. איך װעל דיר װײַזן גאַנץ אַמעריקע, מחמת איך װעל דאָך שױן זײַן קלאָר אין דעם אױף אױסנװײניק. נאָכדעם װעל איך דיר ברענגען אַהײם צו דײַן טאַטע־מאַמע, װעסטו עסן מיט זײ װעטשערע, אַ פֿרישע יױך…

גאָלדעלע האָט נישט געװאָלט הערן װײַטער. זי איז מיר געפֿאַלן אױפֿן האַלדז און געקושט מיך. איך זי אױך.

― ד ―

אָט די ברכה, הערט איר, האָט אַ טבֿע: װוּ מע פֿאַרזײט זי נישט, דאָרט װאַקסט זי אױס. זי דאַרף אָנקומען אַקוראַט אין דער מינוט, װען איך געזעגן זיך מיט גאָלדעלען! געזאָגט האָט זי מיר גאָרנישט. קײן האַלב װאָרט אַפֿילו. זי האָט נאָר אױסגעצױגן מיט איר מאַנצבילשער שטים אפֿשר אױף דרײַ קלאַפֿטער: „אַז־װי־װי־װי?…“

נאָכדעם האָט זי עפּעס מאָדנע צונױפֿגענומען די ליפּן, פֿאַרדרײט די נאָז. אַ הוסט האָט זי אױך געטאָן בשעת־מעשׂה: „ע־העם!“ און איז אַװעק גלײַך צו מײַן ברודער אליהו. װאָס זי האָט אים געזאָגט, װײס איך נישט. איך װײס נאָר, אַז איך בין אַרױסגעגאַנגען פֿון דער „עזרה“, האָט מיר אליהו אָפּגעשטעקט אַ געשמאַקן פּאַטש. עס האָט מיר געקלונגען אין בײדע אױערן.

― פֿאַר װאָס? ― פֿרעגט אים די מאַמע. ― פֿאַר װען?

― ער װײס שױן, פֿאַר װאָס!… ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו, און מיר גײען אַלע אױף דער סטאַנציע. דאָרט איז אַ מהומה, אַ טאַרעראַם. מע דאַרף זיך פּאַקן. איך האָב ליב זען, װי מע פּאַקט זיך. אױף פּאַקן זיך איז מײַן ברודער אליהו אײן בריה. אַז עס קומט צו פּאַקן זיך, װאַרפֿט ער אַראָפּ די קאַפּאָטע און הײבט אָן קאָמאַנדעװען: „גיט אַהער דאָס קױטיקע גרעט!… מאַמע, דעם טשײַניק!… דאָס היטעלע, ברכה, דאָס היטעלע, גיכער!… די קאַלאָשן, פּיניע, דו בלינדער יאַצקאָ, דו סליפּאַק אײנער, דו זעסט נישט? אָט שטײען די קאַלאָשן בײַ דיר אונטער דער נאָז!… מאָטל, װאָס שטײסטו, װי אַ לײמענער גולם? העלף עפּעס טאָן! ער װײס נאָך מאָלן מענטשעלעך! מענטשעלעך!…“

דאָס מײנט ער שױן מיך. איך טו מיך אַ װאָרף און הײב אָן העלפֿן טראָגן און װאַרפֿן װאָס עס קומט מיר אין די הענט. װערט מײַן ברודער אליהו אין כּעס, למאַי איך װאַרף, און װיל מיך שלאָגן. שטעלט זיך אײַן פֿאַר מיר די מאַמע: „װאָס װילסטו האָבן פֿונעם קינד?“… געפֿעלט נישט ברכהן, למאַי די מאַמע רופֿט מיך „קינד“, און צעקריגט זיך מיט דער מאַמע. דערמאָנט איר די מאַמע, אַז איך בין אַ יתום, און װיל אָנהײבן װײנען. זאָגט איר אליהו: װײן, װײן! װײן אױס דאָס לעצטע ביסל אױגן!…

אָט באַלד פֿאַרלאָזן מיר אַנטװערפּן.

זײַ געזונט, אַנטװערפּן!

XXII
לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?
― א ―

זינט איך לעב, בין איך נישט געװען אױף אַזאַ יריד, װי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יריד, נאָר לאָנדאָן אַלײן איז אַ יריד. סע קלאַפּט און סע קלינגט און סע פֿײַפֿט און סע טראַסקעט, און מענטשן ― מענטשן אַזױ װי מאָן, אַזױ װי מערעשקעס! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזױ פֿיל מענטשן, און װוּהין לױפֿן זײ? אַ פּנים, זײ זײַנען הונגעריק, אָדער האַלטן בײַ אַװעקפֿאָרן. אַנישט, װאָס דאַרף מען זיך אַזױ שטופּן, שלאָגן זיך מיט די עלנבױגנס, אומװאַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס. איך רײד פֿון פּיניען. אונדזער חבֿר פּיניע, אױב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרױף און פּלאָנטעט מיט די פֿיס. אַ פֿאַרטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אױף דער באַן. מיר זײַנען נאָר אַרױסגעקראָכן פֿון װאַגאָן, האָט זיך שױן געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרױסגעפֿלױגן פּיניע. אײן הױז פֿאַרקאַטשעט, אײן זאָק אַראָפּגעלאָזט, דעם האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט ― אַזױ װי תּמיד. איך האָב נאָך פּיניען קײנמאָל נישט געזען אַזױ האָפֿערדיק. ער האָט געברענט, װי אױף פּאָקן. ער האָט אָנגעהױבן שיטן מיט מאָדנע װערטער, װי זײַן שטײגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעליBenjamin Disraeli 1804-1881! באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862! היסטאָריע ציװיליזאַציע!…“ עס איז אוממעגלעך געװען אים אײַנצושטילן. עס האָט ניט געדױערט קײן צװײ מינוט, איז אונדזער חבֿר פּיניע שױן געלעגן אױף דער ערד, און מענטשן האָבן געשפּאַנט איבער אים, װי מע שפּאַנט איבער אַ שײַט האָלץ. אַ גליק, װאָס זײַן װײַב טײַבל האָט געמאַכט אַ גװאַלד: „פּיניע, װוּ ביסטו?“ האָט זיך מײַן ברודער אליהו געגעבן אַ װאָרף און האָט אים אַרױסגעשלעפּט אַ צעקנײטשטן און אַן אָפּגעבליאַקעװעטן, װי אַן אַלטן קאַפּעליוש. דאָס איז געװען נומער אײנס. דעם צװײטן פּסק האָט ער געכאַפּט דעם זעלבן טאָג אין שטאָט, און דװקא אױף דער ייִדישער גאַס, װאָס מע רופֿט זי מיט אַ מאָדנעם נאָמען „װײַטשעפּעלWhitechapel“, דאָרט װוּ מע פֿאַרקױפֿט פֿיש און פֿלײש, סידורים, ציצית, עפּל, קװאַס, טאָרט מיט צוקער־לעקעך, מיט אָנגעשניטענע שטיקלעך הערינג, טליתים, לימענעס, װלאָטשקע, אײער, גלעזלעך, טעפּ, קאַלאָשן, לאָקשן, בעזעמער, פֿײַפֿעלעך, פֿעפֿער, שטריק ― פּונקט דאָס אײגענע, װאָס בײַ אונדז. ס'זאָל פֿעלן אַ האָר. אַפֿילו בלאָטע אױך, װי בײַ אונדז. און שמעקן שמעקט אױך װי בײַ אונדז. אַמאָל נאָך ערגער. מיר האָבן זיך דערפֿרײט, אַז מיר האָבן דערזען דעם װײַטשעפּעל. פּיניע האָט זיך שױן צופֿיל דערפֿרײט. „באַרדיטשעװ! ― האָט ער זיך צעשריגן. ― גװאַלד, ייִדישע קינדער! מיר זײַנען נישט אין לאָנדאָן, מיר זײַנען אין באַרדיטשעװ!“ אױ, האָט ער געכאַפּט אַ באַרדיטשעװ! איך האָב געמײנט, מע װעט אים דאַרפֿן אַװעקפֿירן אין שפּיטאָל. פֿון דעמאָלט אָן לאָזט אים טײַבל אַלײן נישט גײן איבער לאָנדאָן אַפֿילו אַ טריט. איך קוק אױף דעם װײַטשעפּעל און טראַכט: רבונו של עולם, אַז אין לאָנדאָן איז אַזױ, הײַנט װאָס קאָן שױן זײַן אין אַמעריקע?!…

רעדט־זשע אָבער מיט ברכהן, זאָגט זי, אַז לאָנדאָן װאָלט געמעגט פֿאַרברענט װערן נאָך אײדער מיר זײַנען געקומען. פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס מיר זײַנען געקומען קײן לאָנדאָן, האָט מײַן שװעגערין ברכה געװאָרפֿן אַן אום־חן אױף דער שטאָט ― סכּנות! ס'איז דען אַ שטאָט? ― זאָגט זי. ― ס'איז נישט קײן שטאָט, ס'איז אַ גיהנום! עס װאָלט געמעגט קומען אױף איר אַ שׂרפֿה נאָך פֿאַראַיאָרן! אַזױ זאָגט ברכה, און מײַן ברודער אליהו פּרוּװט זיך פֿאַרענטפֿערן די שטאָט, זוכן מעלות. נאָר עס העלפֿט אים, װי אַ טױטן באַנקעס. ברכה הערט נישט אױף צו שיטן פּעך און שװעבל אױף דער שטאָט און װינטשעװען, זי זאָל אָפּברענען. קײן אַנדער שטראָף װינטשט זי איר נישט, נאָר ברענען. פּיניעס װײַב טײַבל האַלט זי אונטער. די מאַמע זאָגט: „אפֿשר װעט גאָט רחמנות האָבן און דאָס לאָנדאָן װעט זײַן אונדזער לעצט אָפּקומעניש?“ נאָר מיר אין דרײַען: איך און אליהו און פּיניע האַלטן פֿון לאָנדאָן אַן עולם־ומלואו. אונדז איז דװקא געפֿעלן אָט דער טומל, װאָס סע טומלט, מיט דעם קאָכעניש, װאָס סע קאָכט. װאָס אַרט עס אונדז, אַז סע קאָכט? לאָז קאָכן. אונדז געפֿעלט נאָר נישט, װאָס מיר גײען אַרום אָן אַרבעט. מיר זוכן אַ קאָמיטעט און קאָנען נישט געפֿינען. װעמען מיר פֿרעגן, איז אָדער מע װײס נישט, אָדער מע װיל נישט ענטפֿערן. מע האָט קײן צײַט נישט. מע איז פֿאַרטראָגן. מע לױפֿט! מיר מוזן אָבער האָבן אַ קאָמיטעט. מיר קאָנען זיך אָן אַ קאָמיטעט נישט באַגײן. נישט מחמת קײן זאַך, נאָר מחמת דעם, װאָס מיר האָבן נישט מיט װאָס צו דערשלעפּן זיך קײן אַמעריקע. מײַן ברודער אליהוס קעשענע האָט זיך אױסגעלײדיקט. דאָס געלט, װאָס מיר האָבן אָפּגעלײזט פֿאַר אונדזער האַלבער דירה, איז אַװעק װי אַ רױך. פּיניע לאַכט פֿון אליהון: „װאָס װעסטו טאָן מיט דער קעשענע?“… אליהו איז אין כּעס. ער האָט פֿײַנט, אַז מע טרײַבט קאַטאָװעס. ער איז פּונקט דער היפּוך פֿון זײַן חבֿר פּיניע. ער איז אַ פֿאַרװײנטע נשמה. פּיניע רופֿט אים: „דאָס פֿאַרזאָרגטע באַלעבעסל“… איך האָב פּיניען ליב נאָר דערפֿאַר, װאָס ער איז תּמיד פֿרײלעך. זינט מיר זײַנען געקומען קײן לאָנדאָן איז ער נאָך געװאָרן פֿרײלעכער. ער זאָגט, אַז דאָרט, אין קראָקע, לעמבערג, בראָד, אַנטװערפּן, װין, מוז מען רײדן דײַטש. דאָ אין לאָנדאָן איז אַ מחיה. מע קאָן רײדן ייִדיש, װי אין דער הײם. דאָס הײסט: האַלב ייִדיש, האַלב־רוסיש.

דאָס לשון זײערס איז ערגער נאָך פֿון דײַטש. ברכה זאָגט, אַז דרײַ ענגלענדער מעגן זײַן אַ כּפּרה פֿאַר אײן דײַטש. זי זאָגט: װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אין דער װעלט, אַז אַ גאַס זאָל הײסן װײַטשעפּעל, און געלט זאָל הײסן „אײַפּעני“, „טאַפּעני“, „טריפּעני“? ס'איז דאָ נאָך אַ װאָרט, װאָס געהער זיך אָן מיט געלט, הײסט עס „פֿײַףfive: 5“. מיט דעם דאָזיקן „פֿײַף“ האָט זיך געטראָפֿן בײַ אונדז אַ גאַנצע מעשׂה. אױב איר װילט, קאָן איך זי אײַך דערצײלן.

― ב ―

איר װײסט דאָך שױן, אַז מיר זוכן אַ קאָמיטעט אין לאָנדאָן. געפֿינען אין לאָנדאָן אַ קאָמיטעט ― איז פּונקט, װי אין אַ װאָגן שטרױ אַ נאָדל. נאָר ס'איז דאָך אָבער דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט, גײען מיר אײנמאָל אַזױ איבערן װײַטשעפּעל. פֿאַרנאַכטלעך איז דאָס געװען. דאָס הײסט, נישט פֿאַרנאַכט, נאָר בײַ טאָג. אין לאָנדאָן איז נישטאָ נישט קײן בײַ טאָג, נישט קײן אינדערפֿרי. אין לאָנדאָן איז שטענדיק פֿאַרנאַכט. באַגעגנט אונדז אַ ייִד מיט אַ קורץ װײטיקל, מיט אַ טשודנעם קאַפּעליוש און מיט זוכנדיקע אױגן.

― איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איר זײַט ייִדן…

אַזױ זאָגט צו אונדז דער ייִד מיטן קורצן װײטיקל, און פּיניע ענטפֿערט אים:

― קאָניעטשנאָконечно: אַװדאי! נאָך װאָסערע ייִדן! פֿון ייִדנלאַנד!…

― װילט איר אפֿשר פֿאַרדינען אַ מיצװה?

אַזױ מאַכט װידער דער ייִד, און פּיניע ענטפֿערט אים:

― למשל־נאַפּרימערнапример: למשל?

― איך האָב יאָרצײַט, און קאָן נישט אַװעקגײן פֿון דער הײם. עס פֿעלט מיר אױס נאָך אַ פּאָר מענטשן צו אַ מנין… דאָס בחורל איז שױן בר־מיצװה, צי נאָך נישט?

דאָס מײנט ער מיך. מיר איז דאָס דװקא געפֿעלן, װאָס ער רופֿט מיך „בחורל“ און מײנט, אַז איך בין שױן בר־מיצװה.

אַרױפֿגעדראַפּעט זיך מיט אים אין דער פֿינצטער אױף די טרעפּ, זײַנען מיר אַרײַן אין אַ פֿינצטער חדרל, אָנגעפּאַקט מיט קלײנע פֿאַרמורזעטע קינדער און אָנגעפֿילט מיט אַ געדיכטן ריח פֿון „געפֿרײטע“ פֿיש. קײן מנין איז נאָך נישט געװען. עס האָבן נאָך געפֿעלט זיבן. דער ייִד האָט אונדז געבעטן זיצן, און אַלײן האָט ער געגעבן אַ שפּרונג אױף דער גאַס, טאָמער װעט ער כאַפּן נאָך אַ צװײ ייִדן. ער האָט געגעבן עטלעכע שפּרונג, ביז ער האָט צונױפֿגעשלאָגן אַ מנין. איך האָב מיך דערװײַל באַקענט מיט די פֿאַרמורזעטע קינדערלעך און געכאַפּט אַ קוק אין אױװן. דאָרט האָבן זיך „געפֿרײט“ פֿיש. בײַ אונדז אין דער הײם זאָגט מען „געפּרעגלט“. דאָ דאַרף מען זאָגן „געפֿרײט“. איך װײס נישט, פֿאַרװאָס? אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ס'איז אַ פֿרײַ לאַנד, הײסט דאָס געפֿרײטע פֿיש? אָדער דערפֿאַר, װײַל די פֿיש פֿרײען זיך בשעת מע פּרעגלט זײ? סײַ־װי־סײַ זײַנען געפֿרײטע פֿיש גאָרנישט אַזױ שלעכט, װי מײַן שװעגערין ברכה מאַכט דעם אָנשטעל. װען מע גיט מיר איצטער אַ שטיקל געפֿרײטע פֿיש, װאָלט איך זיך מחיה געװען. איך מײן, אַז ברכה אַלײן װאָלט זיך אױך נישט אָפּגעזאָגט. מיר האָבן אַלע אַ גאַנצן טאָג כּמעט געפֿאַסט. מיר לעבן שױן עטלעכע טעג מיט אַ שטיקל הערינג און מיט רעטעך. אין װײַטשעפּעל קריגט איר גוטע שװאַרצע רעטעכער. דער ייִד װאָלט געטאָן אַ שׂכל, װען ער בעט אונדז, מיר זאָלן בלײַבן מיט אים עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. אַ פּנים, ער הײבט נישט אָן צו פֿילן, אַז מיר װילן עסן. פֿון װאַנען װײס איך דאָס? מחמת, װיבאַלד מיר האָבן אָפּגעדאַװנט מנחה און ער האָט אָפּגעכאַפּט דעם קדיש, האָט ער אונדז באַלד אָפּגעדאַנקט פֿאַר דער טירחה און האָט אונדז געזאָגט, אַז מיר קאָנען גײן. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער געװאָלט האָבן דורך אים אַ שטיקל טובֿה. האָט ער געמאַכט אַ שמועס מיט אים װעגן קאָמיטעט, און געכאַפּט אַ קוק בשעת־מעשׂה אױף די געפֿרײטע פֿיש און געגעבן אַ שלונג אַראָפּ. דער ייִד האָט מיט אײן האַנט געהאַלטן בײַ דער קליאַמקע פֿון דער טיר, און מיט דער אַנדערער האַנט האָט ער אונדז דערצײלט פֿונעם קאָמיטעט עפּעס נישט קײן פֿרײלעכע מעשׂיות. ערשטנס, האָט דער ייִד געזאָגט, אַז עס הײבט זיך גאָרנישט אָן ― גאָר נישטאָ קײן קאָמיטעט. דאָס הײסט, ס'איז דאָ אַ קאָמיטעט, עטלעכע קאָמיטעטן, נאָר די לאָנדאָנער קאָמיטעטן געבן נישט אַזױ גיך קײן געלט. אױב איר װילט באַהילפֿיק זײַן פֿון אַ לאָנדאָנער קאָמיטעט, מוזט איר פֿריִער זיך גוט אָנלױפֿן, ברענגען פּאַפּירן און עדות, אַז איר זײַט אַן עמיגראַנט און פֿאָרט קײן אַמעריקע. מחמת ס'איז דאָ אַ סך עמיגראַנטן, װאָס זאָגן נאָר, אַז זײ פֿאָרן קײן אַמעריקע. נאָכדעם, אַז איר ברענגט שױן אַלצדינג, קאָן מען אײַך פֿון קאָמיטעט געבן צושטײַער נאָר אױף צוריקװעגס, דאָס הײסט, איר זאָלט פֿאָרן צוריק אַהײם. מחמת די לאָנדאָנער קאָמיטעטן האַלטן נישט פֿון אַמעריקע. דערהערט אַזעלכע דבורים, איז מײַן ברודער אליהו באַלד געװאָרן אין כּעס )איר װײסט דאָך, אַז ער איז אַ כּעסן(. און פּיניע איז דאָך אַװדאי אַ היציקער פּאַרשױן, האָט ער אָנגעהױבן צו פֿײַערן אױף זײַן לשון:

― קאַק מאָזשנעкак можне: װי אַזױ ― װי אַזױ איז דאָס מעגלעך? קאַקאָי פּאָלנע פּראַװкакое полное право: מיט װאָסער רעכט ― װי האָבן זײ דאָס רעכט אונדז הײסן פֿאָרן צוריק? קאַק אים נע סטידנאָкак им не стыдно: װי שעמען זײ זיך ניט ― װי שעמען זײ זיך נישט אין אַ לאַנד פֿון ציװיליזאַציע?

שלאָגט אים איבער דער ייִד פֿונעם מנין, האַלט אָפֿן די טיר און זאָגט צו אים:

― רעד אַהער, רעד אַהין! אָט האָב איך אײַך געגעבן אַן אַדרעס פֿון אַ קאָמיטעט, פֿאָרט זיך דורך אַלײן צום קאָמיטעט, װעט איר זען, אַז ס'איז אָללרײַטall right: בסדר.

― ג ―

אַרױסגעגאַנגען פֿונעם יאָרצײַט, איז אונדז נאָכגעלאָפֿן דער ריח פֿון די געפֿרײטע פֿיש. מיר אַלע האָבן געקלערט װעגן זײ, נאָר רײדן האָט קײנער נישט גערעדט פֿון זײ, אַחוץ ברכה. זי האָט זײ אָנגעבענטשט אַ פֿולן קאָפּ. זי האָט זײ געװינטשעװעט, זײ זאָלן זיך דערװערגן, רבונו של עולם, מיט זײערע געפֿרײטע פֿיש, װאָס זײ אַװירן אױף אַ מײַל. מײַן מאַמע קאָן נישט לײַדן:

― װאָס האָסטו צו זײ? נעבעך ערלעכע מענטשן! זיצן אין אַזאַ גיהנום ― פֿונדעסטװעגן, אַז עס קומט צו אַ יאָרצײַט, זוכט מען אַ מנין…

דערױף ענטפֿערט איר ברכה:

― שװיגער! לאָזן זײ אײַך ברענען אין אײנעם מיט זײערע יאָרצײַטן און מיט זײערע געפֿרײטע פֿיש! מע שטעלט אָפּ פֿרעמדע מענטשן, מע רופֿט זײ אַרײַן צו זיך אין שטוב אַרײַן, ― נעם גיב דעם קינד אַ שטיקל געפֿרײטע פֿיש כאָטש פֿון יוצא װעגן…

דאָס מײנט זי מיך. אָט ערשט בין איך געװען בײַם ייִדן אַ „בר־מיצװה בחורל“, איצט בין איך שױן געװאָרן בײַ ברכהן אַ „קינד“… גוטע יאָרן, אַז ברכה נעמט זיך אָן מײַן קריװדע! אַזױ טראַכט איך. מיר לאָזן זיך אַלע זאַלבע זעקסט צום קאָמיטעט. אַן עצה האָט אונדז דער ייִד געגעבן, אַ דאַנק אים, אַז מיר זאָלן נישט גײן צופֿוס ― מיר זאָלן זיך בעסער אױפֿזעצן אױפֿן טראַמװײַ און פֿאָרן גלײַך. האָט אָבער דער לאָנדאָנער טראַמװײַ אַ טבֿע ― ער האָט פֿײַנט זיך אָפּשטעלן. װיפֿל מע זאָל צו אים נישט מאַכן מיט די הענט, ער טוט זיך זײַנס ― ער לױפֿט. נאָכלױפֿן אים װעט אײַך נישט העלפֿן ― איר װעט אים נישט כאַפּן. אַ גליק, װאָס אײנער האָט זיך אױף אונדז דערבאַרעמט, און דװקא אַן ענגלענדער מיט אָפּגעגאָלטע װאָנצעס )טאָמער זעט איר אַ מענטשן מיט געגאָלטע װאָנצעס, זאָלט איר װיסן, אַז ס'איז אַן ענגלענדער(. דער ענגלענדער האָט געזען, אַז מיר מאַכן מיט די הענט צו די טראַמװײַען, און די טראַמװײַען לױפֿן, האָט ער אונדז צוגעפֿירט צו אַ קלױסטער און האָט אונדז אָנגעװיזן מיט די הענט, אַז דאָ זאָלן מיר שטײן. כּך הוה. עס האָט נישט געדױערט קײן מינוט, איז אָנגעלאָפֿן אַ טראַמװײַ און האָט זיך אָפּגעשטעלט. זײַנען מיר אַלע אַרײַן ― איך, און מײַן ברודער אליהו, און אונדזער חבֿר פּיניע, און די מאַמע, און ברכה, און טײַבל ― און מיר פֿאָרן. גײט צו דער קאָנדוקטאָר און הײסט זיך, מע זאָל נעמען בילעטן. שטעלט זיך אַרױס פּיניע און פֿרעגט אים: סקאָלקאָсколько: װיפֿל־װיפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר: „פֿײַף“. פֿרעגט אים פּיניע נאָכאַמאָל: סקאָלקאָ־װיפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר װידעראַמאָל, שױן מיט כּעס: „פֿײַף“. דרײט זיך אױס צו אונדז פּיניע און זאָגט: טשטאָ טאַקאָיעчто такое: װאָס איז געשען, איר הערט? ער הײסט מיר פֿײַפֿן! גײט צו מײַן ברודער אליהו און פֿרעגט אים מיט די הענט: װיפֿל קאָסט אַ פֿאָר? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר, שױן רעכט אין כּעס: „פֿײַף!“ צעלאַכט זיך פּיניע, און אליהו רופֿט זיך אָן צום קאָנדוקטאָר שױן אױך מיט כּעס: „פֿײַף אַלײן!“… װערט דער קאָנדוקטאָר מלא־גזלן, טוט אַ צי בײַ אַ שטריק, שטעלט אָפּ דעם טראַמװײַ און װאַרפֿט אונדז אַרױס מיט אַזאַ רציחה, גלײַך װי מיר האָבן אים געװאָלט קױלען און צונעמען זײַן רײַזע־טאַש מיטן געלט. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז דאָס, װאָס דער קאָנדוקטאָר האָט „געפֿײַפֿט“, האָט ער דאָס געמײנט פֿינף.

― נו? זאָל נישט קומען אַ שׂרפֿה אױף לאָנדאָן?

אַזױ זאָגט ברכה און מיר גײען אין קאָמיטעט אַרײַן צופֿוס.

― ד ―

אין לאָנדאָנער קאָמיטעט איז פֿרײלעך, װי אין אַלע קאָמיטעטן. אין הױף װאַלגערן זיך עמיגראַנטן, אַזױ װי מיסט, און אינעװײניק אין שטוב זיצן מענטשן און רױכערן ציגאַרן און זאָגן זיך אײנס דאָס אַנדערע: אָללרײַט. דער חילוק איז, װאָס די דײַטשע קאָמיטעטשיקעס טראָגן די װאָנצעס פֿאַרדרײט אַרױף און רײדן אױף דײַטש, און די לאָנדאָנער קאָמיטעטשיקעס האָבן אָפּגעגאָלט די בערד מיט די װאָנצעס אינגאַנצן און רײדן: „אָללרײַט!“ אַ טעאַטער מיט זײ. די מאַנצבילן גײען געגאָלט, און די װײַבער טראָגן אַלע פּאַרוקן אױף די קעפּ. און נישט נאָר די װײַבער ― אַפֿילו די מײדלעך טראָגן צוגעקלעפּטע האָר מיט אױסגעגרײַזלטע בוקלעסбуклями: געלאָקטע האָר, האָבן אַלע גרױסע צײן און זײַנען אַזױ מיאוס, אַז סע שלאָגט צו דער גאַל. פֿונדעסטװעגן, לאַכן זײ פֿון אונדז אין די אױגן, טײַטן מיט די פֿינגער, און קװיטשען אַזױ, אַז ס'איז אַ בזיון פֿאַר לײַטן. צװײ מײדלעך האָבן אונדז אָפּגעשטעלט אין מיטן גאַס און האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל גײן אין „באַרבער־שאַפּbarber shop: צירולניע“. פֿריִער האָבן מיר נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָס באַדײַט. איצט װײסן מיר שױן: גײן אין באַרבער־שאַפּ הײסט אָפּשערן זיך און אָפּגאָלן זיך. מאָדנע ברואים. אַלײן גײען זײ פֿאַרדריפּעט ביזן האַלדז, פֿרעסן אין מיטן גאַס געפֿרײטע פֿיש, װאָס לאָזן זיך הערן פֿאַר אַ מײַל, און האָבן פֿײַנט האָר. שיכּורים זײַנען זײ אױך גאַנץ נישקשהדיקע, נאָר זײ װאַלגערן זיך נישט אױף דער גאַס, אַזױ װי בײַ אונדז. מע לאָזט זײ נישט. אַ לאַנד איז דאָס זײער אַ װױלס, זאָגט ברכה, נאָר עס װיל נישט ברענען.

― װאָס װעט דיר אַרױסקומען, אַז ס'װעט ברענען?

אַזױ פֿרעגט בײַ איר מײַן ברודער אליהו, און כאַפּט פֿון איר אַ מיאוסן פּסק. ברכה, אַז זי װיל, קאָן זי. אַמאָל, מאַכט זיך, זאָל זי אײַך שװײַגן, נישט רײדן אַ װאָרט צו קײנעם, און אַמאָל עפֿנט זיך אױף בײַ איר אַ קװאַל פֿון װערטער, איז אָדער פֿאַרשטעלן זיך די אױערן מיט װאַטע, אָדער לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. איך גיב אײַך איבער אירע רײד, װאָרט בײַ װאָרט:

― װאָס שטעלסטו זיך אַזױ אײַן פֿאַר דעם געבענטשטן לאָנדאָן מיטן שװאַרצן הימל, מיט די געגאָלטע מאָרדעס, מיט דעם שײנעם װײַטשעפּעל, מיט די געפֿרײטע פֿיש, מיט די אַלע מױדן, מיט די געדרײטע בוקלעס, מיט די פֿאַרדריפּעטע קלײדלעך, מיט די קבצנים װאָס טרינקען דזשינדזשערginger: אינגבער־ביר, מיט די קאָנדוקטאָרן, װאָס הײסן פֿײַפֿן, מיט די ייִדן, װאָס האָבן יאָרצײַט און זשאַלעװען אַ טרונק װאַסער? אַזאַ שטאָט מוז ברענען!

אַזױ זאָגט ברכה אין אײן אָטעם, װי די עשׂרת בני המן, און לאָזט אױס מיט צונױפֿגעלײגטע הענט:

― לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?!…

רבונו של עולם! װען װעלן מיר שױן זײַן אין אַמעריקע???… מאָטל פּײסי דעם חזנס כּתבֿים פֿון אַ ייִנגל אַ יתום

צװײטער טײל אין אַמעריקע

געשריבן אין יאָר 1916.

צװײטער טײל

I
מזל־טובֿ, מיר זײַנען שױן אין אַמעריקע!
― א ―

אונדז קומט מזל־טובֿ ― מיר זײַנען שױן אין אַמעריקע. דאָס הײסט, מע זאָגט, אַז מיר זײַנען אין אַמעריקע. אַמעריקע האָבן מיר נאָך נישט געזען, װאָרעם מיר זײַנען נאָך דערװײַל אין „קעסטל־גאַרטלCastle Garden“. דאָס הײסט, אַמאָל האָט דאָס אַזױ געהײסן. הײַנט הײסט עס שױן מער נישט „קעסטל־גאַרטל“, נאָר „עליס אײַלאַנדEllis Island“. פֿאַרװאָס עפּעס „עליס אײַלאַנד“? „װײַל דאָס שטיקל לאַנד האָט אַמאָל געהערט צו אײנעם אליהו, איז ער געװען אַ נאַר ביז דער סטעליע“. אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע צום גראַם, װי זײַן שטײגער איז. פּיניע איז אין כּעס אױפֿן עליס אײַלאַנד מיט סכּנות. למאַי מע פֿאַרהאַלט די אָרעמע עמיגראַנטן און די רײַכע לאָזט מען אַרײַן גלײַך, װי זײ קומען אָן מיטן שיף. דאָס פּאַסט, זאָגט ער, נאָר פֿאַר פֿאָניע־גנבֿ, נישט פֿאַר אַזאַ פֿרײַע מדינה, װי אַמעריקע. אַלע דאַרפֿן דאָ זײַן גלײַך. נישטאָ קײן אָרעם, נישטאָ קײן רײַך. און ער הײבט אָן שיטן מיט נעמען: קאָלומבוס, שעקספּירWilliam Shakespeare 1564-1616, באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862, ציװיליזאַציע… ער קלײַבט זיך אָנצושרײַבן אױף זײ אַ ליד און אַװעקגעבן זײ אַ גאָב, אַז דער שװאַרצער יאָר זאָל זײ נעמען! האָט ער נישט קײן טינט און פֿעדער און קײן ברעקל פּאַפּיר. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו, אַז אױב עס געפֿעלט אים נישט דאָס לאַנד, האָט ער אַ ברירה פֿאָרן צוריק. און דאָס געדענקט איר דאָך מסתּמא פֿון אַמאָל, אַז די צװײ, פּיניע און אליהו, זײַנען זעלטן שװה־בשװה. װאָס אײנער זאָגט דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר. „דער זומער מיטן װינטער“ ― רופֿט זײ מײַן ברודער אליהוס װײַב, ברכה, און כאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון איר מאַן, פֿון אליהון. ער רופֿט זי אָן „בהמה“, און „סאָטע ציג“, און נאָך אַזעלכע נעמען, װאָס ס'איז נישט כּדאַי איבערצוחזרן. מישט זיך אַרײַן די מאַמע און זאָגט צו איר שנור, אַז קעץ רײַסן זיך, טאָר אַ מענטש נישט זײַן אינמיטן, װאָרעם ער קאָן כאַפּן אַ דראַפּ…

― ב ―

װאָס טוען מיר אין עליס אײַלאַנד? מיר װאַרטן ביז מע װעט קומען פֿון שטאָט, באַקאַנטע און פֿרײַנט, און מע װעט אונדז אױסשרײַבן. כאָטש שרײַבן האָט מען אונדז אױסגעשריבן שױן װיפֿל מאָל. מע האָט אונדז געשריבן, פֿאַרשריבן און אױסגעשריבן פֿאַרן אַרױפֿגײן אױפֿן שיף, און אױפֿן שיף גופֿא, און איצט, בײַם אַראָפּגײן פֿון שיף. און אַלע מאָל די אײגענע חכמה: װער זײַנען מיר? װוּהין פֿאָרן מיר? און װעמען מיר האָבן אין אַמעריקע?

דערצײלן מיר זײ, אַז ס'איז געװען אַ ייִד פּײסי דער חזן ― און ער איז געשטאָרבן. האָט ער איבערגעלאָזט אַן אַלמנה ― דאָס איז די מאַמע. האָט זי אַ זון ― הײסט ער אליהו. האָט ער אַ װײַב ― הײסט זי ברכה. האָט ער אַ חבֿר ― הײסט ער פּיניע. האָט ער אַ װײַב ― הײסט זי טײַבל. און איך בין דער מיזיניק ― הײס איך מאָטל. און דאָס איז מײַן חבֿר ― הײסט ער מענדל. און װײַל ער איז אַ גרױסער ― האָט אים ברכה אַ נאָמען געגעבן לאָשיק.

װעמען האָבן מיר אין אַמעריקע? גאַנץ אַמעריקע איז אונדז באַקאַנט און אַלע ייִדן זײַנען אונדזערע פֿרײַנט. ראשית־חכמה, משה דער אײַנבינדער און זײַן װײַב פּעסיע די גראָבע ― אונדזער שכנה, מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע קינדער. האָט זיך יעדער זײַן נאָמען מיט זײַן צונעמעניש. און מיר רעכענען זײ אױס אױף די פֿינגער: פּיניע קלעצל, װעלװל קאָטער, מענדל טשערנאָהוז, חײם בופֿלאַקס, פֿײַטל פּעטעלעלע און הערשל מיט דער גוליע אױפֿן שטערן, װאָס מע רופֿט אים „ושתּי“…

שלאָגט מען אונדז איבער אינמיטן און מע זאָגט אונדז: „גענוג, גענוג קלײנװאַרג. עלטערע! גיט אַהער עלטערע!“ גיבן מיר זײ עלטערע און רעכענען זײ אױס די נעמען: יונה דער בעקער, אַ ייִד אַ כּעסן, איז נישט אײנס. זײַן װײַב ריװעלע די בעקערין, אַ ייִדענע מיט אַ רעטאָנדע, איז נישט צװײ. דאָס הײסט, זי האָט געהאַט אַ רעטאָנדע, האָט מען זי אַװעקגעגנבֿעט אױף דער גרענעץ. דערהערט דאָס װאָרט „גרענעץ“ דערמאָנט זיך די מאַמע אָן אונדזערע זאַכן, װאָס מען האָט אױך אַװעקגעגנבֿעט אױף דער גרענעץ. הײבט זי אָן בעטן, טאָמער איז מעגלעך, מע זאָל איר קריגן די זאַכן, ― און הײבט אָן צו װײנען. פֿאַלט אָן אױף איר אליהו, למאַי זי װײנט. זאָגט זי, אַז איצט איז זי שױן אין אַמעריקע און האָט שױן קײן מורא נישט פֿאַר די אױגן, מעג זי שױן, זאָגט זי, װײנען און װײנען.

― ג ―

װי אַזױ מע האָט זי דורכגעלאָזט מיט די אױגן ― איז טאַקע אַ נס מן־השמים. למאַי װי אַזױ זײַנען מיר לעבן געבליבן פֿון דער נסיעה אױפֿן ים? איז עס דען נישט געװען קײן נסים ונפֿלאָות? װיפֿל מאָל האָבן מיר געזען מיט אונדזערע אױגן דעם מלאך־המות, דעם טױט פֿאַר די אױגן? װיפֿל מאָל האָבן מיר זיך שײן געהאַט אָפּגעזעגנט מיטן לעבן.

תּחילת, אַז מיר זײַנען אַרױף אױפֿן שיף „פּרינץ אַלבערט“, איז דװקא געװען גוט און פֿײַן. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן זיך געלאָזט אױסמעסטן דעם „פּרינץ אַלבערט“ אין דער לענג און אין דער ברײט. קײנעם איז נישט געװען אַזױ גוט, װי אונדז. מיר האָבן קײנמאָל נישט געהאַט אַזאַ קװאַרטיר, װי איצט. אַ װאַסער־שטוב. אַ דרײַגאָרנדיקע שטוב אױפֿן װאַסער. איך האָב אײַך זי געהאַט שױן אַמאָל אױסגעמאָלט מיט אַלע פּיטשעװקעס. שטעלט אײַך פֿאָר ― איר זיצט, דאַכט זיך, אין שטוב, אָדער איר שפּאַצירט אַרום, די הענט אין די קעשענעס, און ― איר פֿאָרט! איר עסט און ― איר פֿאָרט! איר טרינקט און ― איר פֿאָרט! הײַנט די מענטשן, װאָס איר זעט זיך אָן, אַ װעלט מיט מענטשן. אַ גאַנצע שטאָט פֿאָרט מיט אײַך. און מחמת אַלע פֿאָרן אױף אײן שיף און אַלע פֿאָרן אין אײן אָרט אַרײַן, קײן אַמעריקע ― באַקענט איר זיך מיט אַלעמען און אַלע באַקענען זיך מיט אײַך, און איר װערט געװאָר אין אײן טאָג אַזױ פֿיל זאַכן, װאָס אין אַן אַנדער אָרט װאָלט איר עס נישט דערגאַנגען אין אַ יאָר.

― ד ―

װײ־װײ, װיפֿל באַקאַנטע מײַן מאַמע און מײַן שװעגערין ברכה מיט פּיניעס װײַב טײַבל האָבן זיך געמאַכט צװישן די װײַבער. נאָר דאָס איז געװען גאָרנישט קעגן די באַקאַנטע, װאָס מײַן ברודער אליהו און זײַן חבֿר פּיניע האָבן זיך געפֿונען צװישן די מאַנצבילן. װיפֿל מע האָט נישט גערעדט און גערעדט, האָט מען נישט געקאָנט זיך גענוג אָנרײדן. װײַבער האָבן גערעדט מער פֿון הײמישע זאַכן, פֿון זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו דער קיך, צו דער שפּיזאַרניע, װײַס גרעט, קױטיק גרעט, בעטגעװאַנט, זאָקן, ציכלעך, רעטאָנדעס. און די מאַנצבילן ― די האָבן גערעדט פֿון אַמעריקע, פּרנסה, קאָלומבוס, גזירות, פּאָגראָמען.

אָן גזירות און אָן פּאָגראָמען קאָנען זײ זיך נישט באַגײן. און איך האָב אײַך שױן לאַנג געזאָגט, אַז איך האָב עס פֿײַנט. הײבט מען אָן רײדן פֿון גזירות אָדער פֿון פּאָגראָמען, גײ איך אַװעק. איך נעם מײַן חבֿר מענדל פֿאַר אַ האַנט, און מיר לאָזן זיך שפּאַצירן איבער די גאַסן פֿון „פּרינץ אַלבערט“.

― ה ―

„פּרינץ אַלבערט“ איז גענוג גרױס. און שײן. שטײנערנע טרעפּ. מעשענע פּאַרענטשעס. שטאָל און אײַזן װוּ מע טוט זיך אַ ריר. הײַנט „מענטשן“. איך מײן די באַדינער. מע רופֿט זײ „סטיואַרדסstewards“. און „נױרסעסnurses: קראַנקן־שװעסטער“. הײַנט מאַטראָסן ― אַזױ װי די רוחות. לױפֿן אַרום הין און הער. איך און מענדל זײַנען זײ מקנא. מיר גיבן זיך דאָס װאָרט, אַז מיר װעלן אױסװאַקסן, װערן גרױסע, זאָלן מיר זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר מאַטראָסן.

אײן חסרון האָט דער „פּרינץ אַלבערט“. מע לאָזט אונדז נישט אומעטום זײַן. קױם װילן מיר געבן אַ קוק אַרײַן אַ ביסל װײַטער פֿון צװישנדעק, װוּ מיר פֿאָרן, אַזױ טרײַבט מען אונדז דורך. טאַקע די מאַטראָסן גופֿא. גרױסע רשעים. און די פּאַסאַזשירן אַלײן, פֿון יענע העכערע קלאַסן, זײַנען אױך רשעים. װאָרעם זײ זאָלן נישט זײַן קײן רשעים, װאָלטן זײ פֿאַרזאָגט די מאַטראָסן, מע זאָל אונדז נישט טרײַבן. װאָס װעלן מיר זײ טאָן? מיר װעלן זײ אָפּבײַסן? מײַן חבֿר מענדל איז גלאַט נישט צופֿרידן. ער פֿאַרשטײט נישט, צו װאָס דאַרף מען קלאַסן? ער זאָגט, אַז אין אַמעריקע איז נישטאָ קײן קלאַסן. טאָמער גלײב איך אים נישט, קאָן איך אַ פֿרעג טאָן בײַ מײַן ברודער אליהו. האָט אָבער מײַן ברודער אליהו פֿײַנט, אַז מע פֿרעגט בײַ אים פּוסטע זאַכן. איך װעל שױן בעסער פֿרעגן בײַ אונדזער חבֿר פּיניע.

אונדזער חבֿר פּיניע האָט דװקא ליב צו רײדן פֿון אַזעלכע זאַכן. ער קאָן אײַך אָפּשיטן מיט רײד. און האָט איר אים נאָר זאַטשעפּעט מיט אַ װאָרט, איז װי אַן אָנגעדרײטער װעק־זײגער. ער װעט ניט אַנטשװיגן װערן, ביז דאָס רעדל װעט זיך אַלײן ניט אָפּשטעלן.

― ו ―

איך האָב געפּאַקט פּיניען בעת ער איז געזעסן אױפֿן דעק. ער האָט אַרײַנגעטאָן זײַן שפּיץ נאָז אין אַ בוך. מחמת ער איז אַ קורצזיכטיקער, לײענט ער נישט מיט די אױגן, נאָר מיט דער שפּיץ נאָז. איך בין צוגעגאַנגען צו אים נאָענט.

― רב פּיניע, איך דאַרף אײַך עפּעס פֿרעגן.

פּיניע האָט צוגענומען די נאָז פֿון בוך.

― װאָס'טו זאָגן, קטנתּי? ― קטנתּי הײסט בײַ אים אַ קלײניטשקער. אַזױ רופֿט מיך פּיניע בעת ער איז אױפֿגעלײגט. און אױפֿגעלײגט איז ער כּמעט אַלעמאָל. אַפֿילו דעמאָלט, װען ער קריגט זיך מיט מײַן ברודער אליהו. און אַפֿילו דעמאָלט, װען זײַן טײַבל בלאָזט זיך. דערצײל איך אים אַזױ און אַזױ. צי ס'איז אמת, װאָס מע זאָגט, אַז אין אַמעריקע זײַנען נישטאָ קײן קלאַסן?

האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן, װי אָט דער פּיניע האָט זיך אָנגעצונדן און צעפֿלאַקערט זיך און גענומען רײדן און קײַען און שפּײַען און שיטן מיט פֿײַערדיקע הױכע װערטער: אַז אַמעריקע איז דאָס אײנציקע לאַנד, זאָגט ער, פֿון אמתער פֿרײַהײט און פֿון אמתער גלײַכהײט. אין אַמעריקע, זאָגט ער, קאָנסטו זיצן אָט־אָ־דאָ־אָ, און לעבן דיר זאָל זיצן דער „פּרעזידענט“, און װײַטער אַביסל זאָל זיצן אַ בעטלער, אַ שלעפּער, אַ ניקס שבניקס. און נאָך אַ ביסל װײַטער ― אַ גראַף, אַ שׂררה, אַ מיליאָנשטשיק! ציװיליזאַציע! פּראָגרעס! קאָלומבוס!… און דאָ הײבט ערשט פּיניע אָן אַרױסצושיטן זײַנע שענסטע װערטער. מישט זיך אַרײַן אַ ייִד אַן עמיגראַנט, אַ װילד־פֿרעמדער:

― אַז ס'איז יאָ אַזאַ גליקלעכע מדינה, װי איר זאָגט, װוּ אַלע זײַנען גלײַך, פֿון װאַנען זשע נעמען זיך דאָרטן שלעפּערס און גראַפֿן און בעטלערס און שׂררות? ממה־נפֿשך…

נאָר מיר לאָזן איבער פּיניען מיטן ייִדן מיט נאָך ייִדן, זײ זאָלן זיך רײַסן ― אַבי מיר זײַנען דערגאַנגען װאָס מיר דאַרפֿן, אַז אין אַמעריקע זײַנען קײן קלאַסן נישט פֿאַראַן. קומט אױס, אַז מענדל איז גערעכט. ער זאָגט, אַז קלאַסן דאַרף מען פֿײַנט האָבן. דאָס הײסט, אַז די פּאַסאַזשירן פֿון די העכערע קלאַסן דאַרף מען פֿײַנט האָבן. פֿאַרשטײ איך ניט, פֿאַרװאָס? װאָס האָב איך צו זײ? זאָגט מענדל: װאָס האָבן זײ זיך פֿאַרשלאָסן בײַ זיך אין צװײטן און אין ערשטן קלאַס צװישן די שפּיגלען? װאָס שטײט זײ אַזױ נישט אָן, די גרױסע פּריצים, צו זיצן מיט אונדז אָט דאָ, צװישן דעק? מיר זײַנען דען קײן מענטשן נישט גלײַך מיט זײ? אונדזער גאָט איז דען נישט דער אײגענער, װאָס זײער גאָט? ― דערפֿאַר האָט ער דערלעבט אין זײ אַ נקמה. ס'איז געקומען אַ נאַכט, װאָס די מיוחסים פֿון צװײטן און ערשטן קלאַס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט צו אונדז, אין דריטן קלאַס, און געװאָרן גלײַך מיט אונדז אַלעמען.

דאָס איז געװען אין דער נאַכט פֿון יום־כּיפּור, צו כּל־נדרי.

― ז ―

מחמת דער „פּרינץ אַלבערט“ איז אַרױסגעגאַנגען עשׂרת־ימי־תּשובֿה, איז אונדז אױסגעקומען צו פּראַװען יום־כּיפּור אױפֿן שיף. ערבֿ יום־כּיפּור האָבן מיר זיך פֿאַרפֿאַסט מיט געבראָטענע קאַרטאָפֿל ― „פּעטײטעסpotatoes“ רופֿט מען עס דאָ. קײן כּשרע קיך איז אױף „פּרינץ אַלבערט“ נישט פֿאַראַן, לעבן מיר די גאַנצע צײַט פֿון פּעטײטעס. און ברױט גיט מען אונדז לרובֿ. און טײ און צוקער אַלע טאָג. ס'איז גאָרנישט אַזױ שלעכט. מע װאָלט געקאָנט אַ גאַנץ יאָר אַזױ לעבן. זאָגט אָבער ברכה, מײַן ברודער אליהוס װײַב, אַז פֿון פּעטײטעס װערט געשװאָלן דער בױך. נאָר װאָס זי קאָן זאָגן! ס'איז דען פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס זאָל איר געפֿעלן? אױף אַלצדינג געפֿינט זיך אײַך אַ חסרון. למשל, איר געפֿעלט נישט דער „פּרינץ אַלבערט“, למאַי ער קריכט. װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, זאָגט זי, אַז אַ נסיעה זאָל געדױערן צען טעג? זאָגט מען איר, אַז שולדיק איז נישט די שיף ― שולדיק איז דער ים. און אונדזער חבֿר פּיניע נעמט זיך אונטער איר געבן צו פֿאַרשטײן, אַז דער ים באַטרעפֿט דרײַ מאָל אַזױ פֿיל װיפֿל די יבשה, די טריקעניש. זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז נישט דרײַ מאָל, נאָר צװײ מאָל אַזױ פֿיל. װאָס־װאָס ― נאָר געאָגראַפֿיע װײס ער בעסער. אױף דער װעלט איז פֿאַראַן, זאָגט ער, צװײ דריטל װאַסער, אײן דריטל טריקעניש. קומט, זאָגט ער, אױס די רעכענונג, אַז ים איז צװײ מאָל אַזױ פֿיל, װי יבשה. זאָגט פּיניע: נײן, דרײַ מאָל. זאָגט אליהו: נײן, צװײ מאָל. „דרײַ מאָל!“ „צװײ מאָל!“ ― צעקריגט מען זיך, נאָר מע בעט זיך גיך איבער.

― ח ―

װער װעט דאַװנען פֿאַרן עמוד? זאָגן כּל־נדרי? פֿאַרשטײט זיך, מײַן ברודער אליהו. ער איז טאַקע קײן חזן קײנמאָל ניט געװען. איז אָבער זײַן טאַטע געװען אַ חזן, און אַ באַרימטער חזן. אַ קול־נגינה האָט ער. עבֿרי קאָן ער. װאָס דאַרף מען נאָך? און דערצו האָט שױן אונדזער חבֿר פּיניע מיטגעהאָלפֿן, אַז מע זאָל מײַן ברודער אַפֿילו בעטן זאָגן כּל־נדרי. ער האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג איבערן גאַנצן שיף, אײַנגערױמט יעדן באַזונדער אַ סוד אױפֿן אױער, אַז אָט דער יונגערמאַן מיטן געלן בערדל (אליהו) איז אַ מוראדיקער בעל־מנגן. זײַן דאַװנען ― פּס! און װער שמועסט, אַז זײַן קלײן ברודערל, אָט דער קטנתּי (דאָס מײנט מען מיך), זאָל אים אונטערהעלפֿן אױף זײַן סאָפּראַן, װעלן מיר האָבן אַ יום־כּיפּור, אַז גאָט און לײַט װעלן אונדז מקנא זײַן.

װיפֿל אליהו האָט זיך ניט געבעטן, מע זאָל אים לאָזן צו־רו, װיפֿל ער האָט ניט געשװאָרן, אַז ער האָט זינט ער לעבט נאָך ניט געדאַװנט פֿאַרן עמוד ימים־נוראָים, ― עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל. מע האָט אים כּמעט מיט גװאַלד אַװעקגעשטעלט פֿאַרן עמוד (אַ קײַלעכיק טישל, מיטן אַ װײַסן לײַלעך איבערגעדעקט), און מיך האָט פּיניע גענומען פֿאַר אַן אױער: „גײ, קטנתּי, צו דער אַרבעט!“ און מיר האָבן אַװעקגעלײגט פֿאַר די פּאַסאַזשירן אַ כּל־נדרי, װאָס זײ װעלן אים האָבן צו געדענקען אױף דור־דורות.

― ט ―

ניט אַזױ דער כּל־נדרי, װי די „יעלות“. און ניט אַזױ די „יעלות“, װי דער געװײן פֿון די װײַבער און פֿון די מאַנצבילן. פֿריִער האָט מען נאָר געקרעכצט, געזיפֿצט, געשנײַצט די נעזער. דערנאָך האָט מען גענומען װישן די אױגן. דערנאָך ― װײנען שטילערהײט. דערנאָך ― װײנען העכער און העכער, שרײַען, קװיטשען און פֿאַלן חלשות. זײ האָבן זיך דערמאָנט, אַז ערשט פֿאַראַיאָרן איז מען געװען איטלעכער בײַ זיך אין דער הײם. יעדער אין זײַן שול. אױף זײַן פּלאַץ. בײַ זײַן סטענדער מיט זײַן מחזור. געהערט זײַן חזן. זײַנע זינגערלעך. איצט איז מען נע־ונד, געיאָגט און געטריבן, װי די שאָף, װאָס מע פֿירט צו דער שחיטה, צונױפֿגעפּאַקט קאָפּ אױף קאָפּ. מע קאָן דעם אָטעם ניט כאַפּן. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו די אױסגעפּוצטע פּאַסאַזשירן פֿון די העכערע קלאַסן מיט די הױכע גלאַנצנדיקע צילינדערס אױף די קעפּ האָבן זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און געװישט מיט זײַדענע טיכלעך כּלומרשט דעם שװײס. נאָר איך האָב גוט געזען טרערן בײַ זײ אױף די אױגן. דער טרױער איז געװען אַזױ גרױס, אַז אַפֿילו די סטיואַרדס און די מאַטראָסן זײַנען מיט דרך־ארץ געשטאַנען פֿון דער װײַטן און צוגעקוקט, װי ייִדן האָבן זיך אײַנגעװיקלט אין װײַסע טליתים, שטײען אין די זאָקן און שאָקלען זיך און װײנען און יאָמערן ― אַ פּנים, ס'איז זײ גוט ביטער אױפֿן האַרצן. און מײַן ברודער אליהו האָט זיך צעזונגען. און איך העלף אים אונטער. און דאָרטן אין װינקל, צװישן די װײַבער, שטײט די מאַמע אין דער יום־טובֿדיקער זײַדענער פֿאַטשײלע, מיטן מחזור אין די הענט, און באָדט זיך אין טרערן.

דער מאַמע איז הײַנט גוט װי די װעלט. הײַנט איז איר טאָג!

― י ―

אױף מאָרגן האָבן מיר זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן אַביסל פֿריִער, מע זאָל זיך שטעלן זאָגן „אַדון־עולם“ מיטן אַלטן באַקאַנטן נוסח. ס'איז אָבער דערפֿון גאָרנישט אַרױסגעקומען. ס'איז געװען אוממעגלעך ניט נאָר צו דאַװענען ― מע האָט נישט געקאָנט שטײן אױף די פֿיס. ניט געקאָנט טרעפֿן צום עמוד. עס איז פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. מיר זעען ניט כּמעט אײנס דאָס אַנדערע. עס איז נימאס דאָס לעבן. ס'איז שלעכט, שלעכט צום שטאַרבן. יאָ, מיר שטאַרבן.

װאָס האָט זיך געטראָפֿן? איצט בין איך מיד, לאָז איך עס איבער אױף מאָרגן.

II
קריעת־ים־סוף
― א ―

איך האָב אײַך געהאַט אָנגעהױבן צו דערצײלן פֿון דעם פּסק, װאָס מיר האָבן געכאַפּט יום־כּיפּור אינדערפֿרי אױפֿן שיף „פּרינץ אַלבערט“. דאָס איז געװען אַ מיאוסער פּסק. מיר'ן אים געדענקען דאָס גאַנצע לעבן.

אָנגעהױבן האָט זיך עס פֿון אַ קלײניקײט. עפּעס אַ כמאַרעלע, אַ שװאַרץ, אַ געדיכט װאָלקנדל, האָט זיך נאָך פֿון בײַנאַכט, באַלד נאָך כּל־נדרי, באַװיזן אױפֿן עק הימל. פֿריִער פֿון אַלעמען האָבן עס דערזען איך און מײַן חבֿר מענדל. װאָרעם אַז אַלע ייִדן זײַנען נאָך געװען אונטן, געװײנט און געזאָגט תּהילים נאָך כּל־נדרי, האָבן מיר, איך און מענדל, אַרומגעשפּאַצירט איבערן „פּרינץ אַלבערט“. דערנאָך האָבן מיר זיך פֿאַרקליבן אין אַ װינקעלע, געזעסן און געשװיגן. עס איז געװען שטיל און װאַרעם און גוט אױפֿן האַרצן. נאָר אַביסל אומעטיקלעך. װאָס מענדל האָט געטראַכט ― װײס איך ניט. איך האָב געטראַכט פֿון גאָט, װאָס זיצט אָט דאָרט, אין הימל. װי גרױס ער דאַרף זײַן, אַז דאָס איז אַלצדינג זײַנס? און װאָס טראַכט ער זיך, אַז ער הערט אַזױ פֿיל ייִדן זאָגן תּהילים, לױבן אים און גיסן אױס פֿאַר אים דאָס האַרץ? די מאַמע זאָגט, אַז ער הערט און זעט אַלעמען. און אַז ער װײס אַלצדינג. אַפֿילו דאָס, װאָס איך טראַכט אין דער מינוט בײַ זיך אין האַרצן. אױב אַזױ, איז ניט גוט, װאָרעם איך האָב נאָר־װאָס געטראַכט פֿון אַ גוטן עפּל, פֿון אַ זיסער באַר און כאָטש פֿון אַ טרונק װאַסער. קאַלט װאַסער. פֿון די פּעטײטעס ברענט אױפֿן האַרצן ― און טרינקען טאָר מען ניט. יום־כּיפּור נאָך כּל־נדרי ― װער װעט דאָס טרינקען װאַסער? מײַן ברודער אליהו װעט מיך הרגענען. ער װיל גאָר, איך זאָל פֿאַסטן ביז מאָרגן בײַנאַכט נאָך יום־כּיפּור. זאָגט די מאַמע: „מיר'ן זען“. דערװײַל זוכט זי מיך אױפֿן גאַנצן שיף און קאָן מיך ניט געפֿינען. װײַזט איר אָן אַ מאַטראָס, אַז דאָרט, בײַם סאַמע שפּיץ, זיצן מיר, איך און מײַן חבֿר מענדל. שרײַט זי: „מאָטל! מאָטל?“ ― „װאָס איז, מאַמע?“ ― „װאָס הײסט װאָס איז? שלאָפֿן גײ! מאָרגן דאַרף מען אױפֿשטײן פֿרי, האָסט פֿאַרגעסן? ס'איז יום־טובֿ“… גלוסטן גלוסט זיך ניט. נאָר מע דאַרף גײן שלאָפֿן.

― ב ―

אױף מאָרגן, אַז מיר האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט אינדערפֿרי, איז שױן דער גאַנצער הימל געװען באַלײגט. דער ים האָט זיך צעבײזערט מיט סכּנות. די כװאַליעס האָבן זיך אױפֿגעהױבן העכער פֿונעם שיף, געװאָרפֿן דעם „פּרינץ אַלבערט“, װי עפּעס אַ שפּענדל, אַ שפּילעכל. די מאַטראָסן האָבן גענומען לױפֿן אַהין און אַהער, װי די פֿאַרסמטע מײַז. די סטיואַרדס האָבן זיך צוגעהאַלטן בײַ די פּאַרענטשעס. די פּאַסאַזשירן זײַנען געגאַנגען האַרט בײַ די װענט און געפֿאַלן כּמעט אױף יעדן שריט. מיטאַמאָל האָט געגעבן אַ גאָס אַ שלאַקס־רעגן. דונערן האָבן זיך געטראָגן אײנס נאָך דאָס אַנדערע. גאָט פֿאָרט אױף זײַן רײַטװאָגן. אום יום־כּיפּור גאָר!… אײן בליץ נאָכן אַנדערן באַלײַכט אױף אַ רגע דעם שװאַרצן געדיכטן הימל. דער „פּרינץ אַלבערט“ קרעכצט, שאָקלט זיך אַהין און אַהער, אַרױף און אַראָפּ. און דער רעגן שמײַסט. װאָס איז דאָס? אַ מבול אױף דער װעלט? האָט דאָך גאָט געשװאָרן, אַז קײן מבול װעט ער שױן מער ניט ברענגען קײנמאָל אױף דער ערד…

― קריעת־ים־סוף. ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. און אונדזער חבֿר פּיניע באָמקעט־צו: „יאָ, ס'איז קריעת־ים־סוף“… דאָס ערשטע מאָל, װאָס די צװײ זאָגן בײדע אײן זאַך. דאָס װאָרט „קריעת־ים־סוף“ האָט אױסגענומען. אַלע מאָל הײבט זיך אױף אַן אַנדער פּאַרשױן, טוט אַ קוק אין דרױסן אַרױס און גיט צו, אַז ס'איז קריעת־ים־סוף. דערנאָך לױפֿט ער עפּעס מאָדנע אַװעק אין אַ זײַט אַרײַן. דאָרט גיט ער אָפּ דער מאַמעס מילך, און מער זעט מען אים שױן ניט… װער מיר דאַװענען? װאָס מיר יום־כּיפּור? מע האָט שױן גאָר פֿאַרגעסן אַפֿילו, װוּ מען איז אין דער װעלט.

― ג ―

פֿון אונדזער משפּחה האָט דעם ערשטן פּעטשאַטעק געמאַכט ברכה. זי האָט אָנגעהױבן שרײַען, אַז אָט שטאַרבט זי! דערנאָך האָט זי גענומען שילטן מײַן ברודער אליהו, למאַי ער האָט זי אײַנגערעדט צו פֿאָרן קײן אַמעריקע. זי האָט געװוּסט פֿריִער, אַז אַמעריקע איז סיביר, ערגער פֿון סיביר. סיביר איז גאָלד קעגן אַמעריקע!… האָט זיך די מאַמע געװאָלט אָננעמען די קריװדע פֿון איר זון. זי האָט איר גענומען זאָגן אַביסל מוסר, אַז אַ מענטש באַדאַרף אַלצדינג קאָנען אַריבערטראָגן, װאָרעם ס'איז אַ גאָטס זאַך. אַ סימן, סע שטײט אין טײַטש־חומש געשריבן… האָט זי אָבער ניט געקאָנט אַרױסרײדן װאָס אין טײַטש־חומש שטײט געשריבן, װאָרעם ס'איז איר מיטאַמאָל געװאָרן ניט גוט אױף צו חלשן. אױף איר קוקנדיק, האָט גענומען חלשן אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב, טײַבל. איז פּיניע אַרױס מיט לשון: „מיט די װײַבער איז דיר נאָר אַ באַשרײַבונג, אַ קאָמעדיע!“ ― ער האָט אַרײַנגעלײגט בײדע הענט אין די הױזן־קעשענעס און פֿאַררוקט דאָס קאַפּעליושל אױף אַ זײַט. ער האָט געזאָגט: „שוטים! נאַראָנים! דאַכט זיך, װאָס קאָן עס מיך אַרן, אַז דער ים שטורעמט און די שיף קאַטשעט זיך? אַ מענטש, אַ בר־דעת, גיט זיך אַן עצה. בעת די שיף טוט זיך אַ בײג אַהער, בײג איך זיך אױס אַהין. און אַז די שיף בײגט זיך אַהין, טוט איך זיך אַ בײג אַהער. װערט עס אָנגערופֿן באַלאַנץ“…

און בײגנדיק זיך אַהין און אַהער, האָט פּיניע אונדז באַװיזן אַ „באַלאַנץ“, אַז ס'איז ניט גוט געװאָרן אױך מײַן ברודער אליהו, און בײדע האָבן זײ גענומען און אַװעקגעגעבן װאָס זײ האָבן אַמאָל געהאַט… דאָס אײגענע האָבן געטאָן אױך די איבעריקע פּאַסאַזשירן. מע האָט זיך קױם פֿאַרשלעפּט איטלעכער צו זײַן געלעגער און מען איז אַנידערגעפֿאַלן, װי די סנאָפּעס, און ערשט דאָ האָט זיך אָנגעהױבן דער רעכטער גיהנום פֿון קריעת־ים־סוף…

― ד ―

איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן זיך געהאַלטן לענגער פֿון אַלעמען. מענדל האָט געהאַט אַ סגולה פֿון אַן עמיגראַנט, װאָס איז געפֿאָרן מיט אונדז אינאײנעם און האָט אונדז כּסדר געגעבן עצות. דער דאָזיקער עמיגראַנט איז אַ „גערױכערטע ליולקע“. אַזױ זאָגט ער אַלײן אױף זיך. ער איז שױן דרײַ מאָל געפֿאָרן אױפֿן ים קײן אַמעריקע הין און צוריק. װײס ער אַ סגולה צום ים. די סגולה באַשטײט אין דעם, מע זאָל

זיצן אין דרױסן אױף דער פּאַלובע, קוקן אין דער ברײט פֿונעם ים, ניט אין דער לענג, און ניט אין זינען האָבן, אַז איך פֿאָר רײַטנדיק אױף אַ פֿערד, נאָר אַז איך שליטל זיך מיט אַ שליטן אױפֿן שנײ. דער סוף איז געװען, אַז דער עמיגראַנט, די „גערױכערטע ליולקע“, איז געלעגן אַ טױטער אױף זײַן געלעגער, און איך און מײַן חבֿר מענדל זײַנען מיר פֿונעם רעגן געװאָרן פֿיטש־נאַס, כאָטש אױסצודרײען. צו אונדזערע געלעגערס האָבן מיר שױן אַלײן ניט געקאָנט טרעפֿן. מע האָט אונדז גענומען מחילה אונטער די הענט און אָפּגעפֿירט אין אונדזער רו אַרײַן.

― ה ―

װיפֿל צײַט דאָס קריעת־ים־סוף האָט גענומען? אַ טאָג, צװײ און אפֿשר אַלע דרײַ ― דאָס װײס איך ניט. איך האָב שױן פֿאַרגעסן. איך װײס נאָר אײן זאַך, אַז מיר האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט, איז געװען אַ פֿרײד צו לעבן אױף דער װעלט. דער הימל איז געװאָרן רײן, װי גינגאָלד. דאָס װאַסער ― װי אַ גלאָז. דער „פּרינץ אַלבערט“ איז געלאָפֿן אַן אױסגעצװאָגענער, אַן אױסגעפּוצטער, געשניטן מיט די רעדער דאָס װאַסער, געפּינעט, געברױזט און געשפּריצט אױף אַלע זײַטן. די פּאַסאַזשירן האָבן אױפֿגעלעבט. מען איז אַרױס אין דרױסן אַלע, גרױס און קלײן, אױף דער װאַרעמער זון, אױף דער שײנער ליכטיקער װעלט. עמעצער האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז אָט באַלד װעט מען קאָנען זען דאָס לאַנד. איך און מײַן חבֿר מענדל זײַנען געװען די ערשטע, װאָס האָבן אָנגעזאָגט אַלעמען די גוטע בשׂורה, אַז מע זעט שױן דאָס לאַנד. פֿון דער װײַטן האָט דאָס אױסגעזען װי אַ פֿלעק, אַ געלע, גרױסע פּליאַמע. די פּליאַמע װערט אַלע מאָל גרעסער און ברײטער. מע זעט שױן שיפֿן פֿון דער װײַטן. אָן אַ שיעור שיפֿן מיט הױכע, דינע זעגל־בײמער. גיך זײַנען פֿאַרגעסן געװאָרן אַלע צרות. די פּאַסאַזשירן האָבן זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק. די װײַבער האָבן זיך אױסגעפּוצט. מײַן ברודער אליהו האָט צעקעמט די באָרד. ברכה און טײַבל האָבן זיך אױסגעשלײערט. די מאַמע האָט אָנגעטאָן איר שבתדיקע זײַדענע פֿאַטשײלע. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן נישט געהאַט װאָס אָנצוטאָן. און ס'איז טאַקע קײן צײַט אױך ניט געװען. מע האָט שױן געהאַלטן אָט־אָט בײַם צופֿאָרן צו דעם ברעג פֿון אַמעריקע. עס איז געװאָרן אַ ליכט אין די אױגן און גוט אױפֿן האַרצן. פּונקט אַזױ האָבן זיך באַדאַרפֿט פֿילן די ייִדן נאָך קריעת־ים־סוף. עס האָט זיך געגלוסט זאָגן שירה.

― ו ―

„שלום־עליכם דיר, קאָלומבוס! זײַ געגריסט, דו פֿרײַע מדינה! דו גאָלדענע, גליקלעכע מלוכה!“

אַזױ האָט אונדזער חבֿר פּיניע באַגריסט דאָס נײַע לאַנד. ער האָט אַזש אַראָפּגעכאַפּט דעם קאַפּעליושל, זיך אײַנגעבױגן און זיך פֿאַרנײגט. און אַזױ װי איר װײסט, אַז ער האָט אַ נידעריקע ראיה, האָט ער ניט באַמערקט, אַז עס לױפֿט פֿאַרבײַ אַ געזונטער, פֿאַרשװיצטער מאַטראָס, מיט אַ רױט פֿאַררױכערט פּנים, און האָט זיך מיט אים צעבוצקעט פּנים־אל־פּנים. דאָס הײסט, אונדזער חבֿר פּיניעס שפּיץ נאָז איז אױסגעקומען דעם פֿאַררױכערטן מאַטראָס אַקוראַט צװישן די אױגן. אַ גליק, װאָס דער מאַטראָס איז בטבֿע אַ גוטער גױ, ניט קײן רשע. האָט ער באַטראַכט אונדזער פּיניען מיט דער צעשלאָגענער נאָז, אַ שמײכל געטאָן און אַ מרוקע געגעבן אונטער די װאָנצעס. אַ פּנים, דאָס איז געװען אַ קללה אױף אַמעריקאַנער לשון.

― ז ―

מיט אַ מאָל איז געװאָרן אַ בהלה. דריטע־קלאַס־פּאַסאַזשירן, בעט מען, זאָלן מוחל זײַן אַראָפּ אונטן אין זײערע שטײַגעלעך. צוריק פֿאַרנעמען זײערע ערטער. פֿריִער מיט גוטן. דערנאָך מיט בײזן. װער עס אײַלט זיך נישט צו גײן, כאַפּט אַ סטוסאַק פֿון הינטן. אַלע זײַנען דאָ, יונג און אַלט. ייִדן און װײַבער און קינדער, גױים, טערקן, ציגײַנער. ס'איז אַ דערשטיקעניש. די טיר האָט מען געשלאָסן. אַ קײט האָט מען אױפֿגעהאַנגען אַן אײַזערנע. מיר קאָנען זען נאָר דורך די פֿענצטער, װאָס אין דרױסן טוט זיך. קײנמאָל האָבן מיר זיך נישט געפֿילט אַזױ שלעכט, װי אַצינד. מיר האָבן אױסגעזען בײַ זיך אין די אױגן, װי געפֿאַנגענע. „פֿאַר װאָס? פֿאַר װען?“ ― אַזױ טענהט צו מיר מײַן חבֿר מענדל און די אױגן זײַנע ברענען, שיסן מיט פֿײַער…

― ח ―

לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז מיר זײַנען שױן געקומען. געקומען קײן אַמעריקע. נאָר װאָס דען? די פּאַסאַזשירן פֿון ערשטן און צװײטן קלאַס האָט מען אַראָפּגעלאָזט דורך אַ לאַנגן לײטער מיט אפֿשר הונדערט טרעפּ. נו, און װאָס װעט זײַן מיט אונדז? מיר זײַנען דאָך שױן אין אַמעריקע!

― נישט פֿאַר אונדז געדאַכט! ― רופֿט זיך אָפּ אַ ייִד אַ שנײַדער פֿון הײַסין. דװקא נישקשה פֿון אַ מענטשל, נאָר אַ ביסל אַ נודניק. ער גײט אױסגעפּוצט, טראָגט שאַרפֿע ברילן, האַלט פֿון זיך אַן עולם־ומלואו און האָט ליב רײדן אױף צו־להכעיס. ער דאַרף נאָר הערן װאָס איר זאָגט, זאָגט ער קאַפּױר. צװישן אים און אונדזער חבֿר פּיניע זײַנען שױן פֿאָרגעקומען עטלעכע סטיטשקעס. מײַן ברודער אליהו האָט זײ קױם צענומען. דער שנײַדער האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט, מער מיט פּיניען קײן װאָרט ניט רײדן, דערפֿאַר װאָס פּיניע האָט אים באַלײדיקט. ער האָט אים אָנגערופֿן מיט אַלע מיאוסע נעמען: „חייט“, „שנײַדערוק“ און „פּאַלגוץ“. און האָט אים אַ פֿרעג געגעבן: װיפֿל האָט ער אױף זײַן לעבן אָנגעגנבֿעט „ייִתּור“?… איצט, אַז מע האָט אונדז פֿאַרשפּאַרט, האָט זיך דער הײַסינער שנײַדער מיטאַמאָל צערעדט. און דװקא מיט לשון־קודש װערטער:

― מה אָנו, מה חיינו ― װאָס זײַנען מיר? װער זײַנען מיר? משול כּחרס הנשבר ― מיר זײַנען געגליכן צו, להבֿדיל, סקאָט. סקאָט אַז מע פֿירט אַרײַן, דאַרף מען דאָס באַטראַכטן…

פֿאַלט אָן אױף אים אונדזער חבֿר פּיניע. ער זאָגט, אַז דער משל איז נישט גלײַך צום נמשל. אַז מע רעדט פֿון אַמעריקע, באַדאַרף מען, זאָגט ער, פֿריִער די הענט װאַשן. און ער הײבט אָן שיטן מיט זײַנע שײנע װערטער, װי פּיניע קאָן. ער קאָן ניט הערן, אַז מע רעדט אױס אַ שלעכט װאָרט אױף אַמעריקע. פֿאַרענטפֿערט זיך דער הײַסינער שנײַדער. ער זאָגט, אַז ער רעדט נישט פֿון אַמעריקע נישט גוט, נישט שלעכט. ער זאָגט דאָס נאָר אַקעגן דעם, װאָס ס'איז אַלצדינג גוט, און שײן, און פֿײַן, נאָר נישט פֿאַר אונדז געדאַכט… אונדז װעט מען אַזױ גיך נישט אַראָפּלאָזן… פּיניע גײט אַרױס פֿון די כּלים. ער שרײַט:

― װאָס דען װעט מען מיט אונדז טאָן? מען װעט אונדז אײַנזאַלצן? „מע װעט אונדז נישט אײַנזאַלצן, ― זאָגט דער הײַסינער שנײַדער מיט גאַל און האָט הנאה ― נאָר מע װעט אונדז ברענגען אין אַזאַ מין אָרט, װאָס מע רופֿט דאָס „עליס אײַלאַנד“. דאָרט װעט מען אונדז פֿאַרשפּאַרן װי די קעלבלעך אין אַ שטאַל, ביז אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע װעלן זיך אַמאָל דערמאָנען קומען אונדז אַראָפּנעמען“…

פּיניע שפּרינגט אַזש אונטער: „עס איז דיר אַן אַנטיק מיט דעם ייִדן! בראָש װײס אײַך דער דאָזיקער חייט פֿון אַלע שװערע הערצער! נישט אַזױ אַלט, װי געניט! אָט װײסן מיר אױך, אַז ס'איז דאָ אַ קעסטל־גאַרדן, מײן איך אַן „עליס אײַלאַנד“, פֿונדעסטװעגן האָב איך ניט געהערט פֿון קײנעם, אַז „עליס אײַלאַנד“ איז געשטעלט געװאָרן דערױף, מע זאָל האַלטן מענטשן אַזױ װי קעלבלעך“… װאָס װײַטער היצט זיך אונדזער פּיניע אַלץ מערער. ער טרעט אַרױף אױף דעם הײַסינער שנײַדער, גלײַך װי ער װאָלט אים װעלן דורס זײַן. דער הײַסינער שנײַדער שרעקט זיך איבער און רוקט זיך אָפּ. ער זאָגט:

― שאַט! זעט נאָר! מע האָט אים געקױלעט די קאַפּאָטע! גערעדט אױף זײַן אַמעריקע! איז לא־פֿידלתּי! מיר'ן עלטער װערן מיט אַ פּאָר שעה, װעלן מיר קליגער װערן…

III
אין געפֿענקעניש
― א ―

ניט אומזיסט האָט אונדזער חבֿר פּיניע געװאָרפֿן אַן אומחן אױף „עליס אײַלאַנד“, גרײט געװען מאַכן דערױף אַ ליד און צעקריגט זיך מיט מײַן ברודער אליהו. דעם כּעס האָט ער אָבער געהאַלטן אין זיך. פּיניע האָט ניט געװאָלט, אַז דער הײַסינער שנײַדער זאָל װיסן, אַז ער, פּיניע, איז ניט צופֿרידן מיט אַמעריקע. האָט ער זיך געמאַכט האַרץ. נאָר אינעװײניק האָט דאָס אים געברענט מיט סכּנות. „ס'טײַטש־ס'טײַטש, מע זאָל נעמען מענטשן און אײַנשפּאַרן זײ, װי סקאָט, װי אַרעסטאַנטן, װי געפֿאַנגענע!“ ― אַזױ האָט ער געטענהט שטילערהײט מיט אליהון נאָכדעם, װי מע האָט אונדז געבראַכט צו פֿירן אױף „עליס אײַלאַנד“. קומט אױס, אַז דער הײַסינער שנײַדער איז געװען גערעכט. ער האָט פֿריִער נבֿיאות געזאָגט, אַז ס'װעט אַזױ זײַן. נישט מער, ער האָט אַביסל איבערגעכאַפּט די מאָס. ער האָט געזאָגט, אַז מע װעט אונדז אײַנשפּאַרן אין אַ שטאַל. צום סוף האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט אין אַ גרױסער ליכטיקער שטוב און מע האָט אונדז געגעבן עסן און טרינקען און אַלצדינג אומזיסט, אָן געלט. גוטע ליבע מענטשן! נאָר װאָס דען? אײדער מיר האָבן דערלעבט צו קומען צו דער דאָזיקער שטוב ― טאַטע־פֿאָטער! דורך אַ לאַנגער בריק מיט טירלעך בײַ די זײַטן זײַנען מיר דורכגעגאַנגען אײנציקװײַז. אױף יעדער טריט האָט אונדז אָפּגעשטעלט אַן אַנדער אָנשיקעניש מיט אַ קנעפּל, באַקוקט, באַטראַכט, באַזוכט, באַטאַפּט. פֿריִער פֿון אַלצדינג האָט מען מיט אַ װײַס פּאַפּירל אונדז איבערגעקערט די ברעמען אױף דער לינקער זײַט, באַטראַכטן די אױגן. דערנאָך די איבעריקע אבֿרים. און יעדער באַזונדער שטעלט אַװעק אױף אײַך אַ צײכן מיט עפּעס אַ קרײַדל און טוט אײַך אַ װײַז מיט דער האַנט, װוּהין איר זאָלט גײן ― רעכטס אָדער לינקס. דערנאָך זײַנען מיר ערשט אַרײַנגעקומען אין יענער גרױסער שטוב, װאָס איך זאָג אײַך. און ערשט דאָרט האָבן מיר זיך אָפּגעזוכט אײנס דאָס אַנדערע. ביז דעמאָלט זײַנען מיר געװען צעטומלט און נישט געקאָנט געפֿינען זיך. און צעשראָקן זײַנען מיר געװען, װי די קעלבער, װען מע פֿירט זײ צו דער שחיטה.

― ב ―

װאָס האָבן מיר, מײנט איר, מורא געהאַט? די גאַנצע מורא אונדזערע איז געװען ― דער מאַמעס אױגן: װאָס װעט זײַן מיט אירע רױטע פֿאַרװײנטע אױגן? לאָזט זיך אױס, אַז איר האָט מען װינציקער פֿון אַלעמען געקוקט אין די אױגן אַרײַן.

― דאָס האָט ער זיך געמיט, דער טאַטע אײַערער, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל ער האָבן!… ― אַזױ האָט געזאָגט די מאַמע און האָט אונדז אַלעמען אַרומגענומען און צעװײנט זיך אַזש פֿאַר פֿרײד. זי האָט גאָרנישט געװוּסט װאָס צו טאָן פֿאַר װױלטאָג. און אױך מײַן ברודער אליהו איז געװאָרן גאָר אַן אַנדער מענטש. אַזױ האָט ער אַ טבֿע, אַז בעת מע לױפֿט, מע פֿאָרט, מע איז צעטראָגן, לאָזט ער אױס זײַן גאַנץ ביטער האַרץ צו מיר. עס פֿליִען פּעטש, װי האָלץ. און ברכה העלפֿט אים אונטער מיט אַ קללה. איצט איז אױף אים אַ נײַע הױט געװאָרן. ער האָט אַרױסגעשלעפּט פֿון קעשענע און געשענקט מיר אַן אָראַנדזשorange. דאָס הײסט, אַ מאַראַנץ. פֿאַרבליבן בײַ אים פֿונעם שיף. אױפֿן „פּרינץ אַלבערט“ האָט מען אונדז געטײלט אַלע טאָג מאַראַנצן. אָראַנדזשעס רופֿט מען עס דאָרט. װער ס'האָט געװאָלט, דער האָט געגעסן. װער נישט ― דער האָט זײַן מאַראַנץ באַהאַלטן, אַז קײנער זאָל נישט זען, װײַט אין קעשענע. איך האָב מײַנע נישט באַהאַלטן. װי אַזױ קאָן מען זען אַזאַ פּרי און נישט אױפֿעסן? ― נאָר העכער פֿון אַלע האָט אױסגעדריקט זײַן גדולה אונדזער חבֿר פּיניע. ער האָט געזאָגט צו אונדז אַלע:

― נו? װער איז קלוג? איך, צי איר? האָב איך נישט געזאָגט אַז דאָס האָבן שׂונאים אױסגעטראַכט אױף אַמעריקע, אַז מע לאָזט נישט אַרײַן אַ מענטשן, װאָס האָט פֿאַרװײנטע אױגן? מענטשן לײדיקגײערס, ליגנערס, באַרעדערס, לשון־הרעניקעס, בײזע צינגער, לײַדאַקעס, פּאַרכעס! זײ װעלן שױן באַלד אױסטראַכטן אױף אַמעריקע, אַז מע טרײַבט צו שמד. װוּ איז ערגעץ דער הײַסינער שנײַדער, אַ רוח אין זײַן טאַטנס בײנער אַרײַן?…

האָט זיך, הײסט דאָס, אונדזער חבֿר פּיניע װידער איבערגעבעטן מיט אַמעריקע.

― ג ―

פֿון גרױס אימפּעט האָבן מיר זיך אין דער בהלה גאָרנישט אַרומגעקוקט אַז פֿון אונדזער קאָמפּאַניע פֿעלט אײנער. דאָס איז געװען מײַן חבֿר מענדל. די ערשטע האָט זיך אַרומגעזען דװקא ברכה. זי האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן און אַ פּליעסק געגעבן מיט די הענט: „װײ איז מיר ― װוּ איז דער לאָשיק?“ „אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן!“ ― זאָגט די מאַמע, און מיר האָבן זיך אַלע אַ װאָרף געגעבן זוכן מענדלען. און מענדל איז נישטאָ. פֿאַרפֿאַלן, װי אין װאַסער אַרײַן.

שפּעטער האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז שולדיק איז ער אַלײן. טאַקע מענדל, מײן איך. בײַם פֿאַרהער האָט ער זיך שטאַרק פֿאַרפּלאָנטעט. קודם האָט ער זיך פֿאַרשטעלט, װי דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, פֿאַר אַ שטומען. דערנאָך האָט ער מיט אַ מאָל אָנגעהױבן צו רײדן מוראדיקע נאַרישקײטן. אָט האָט ער געזאָגט, אַז ער איז ערשט אַלט צען יאָר, און אָט איז אים אױסגעקומען צו זאָגן, אַז ער איז שױן בר־מיצװה און אַז ער לײגט שױן תּפֿילין. און צום סוף האָט ער זיך מודה געװען און אױסדערצײלט פֿאַר די קנעפּלעך דעם גאַנצן אמת: אַז ער איז אַ פֿאַרלױרענער. דאָס הײסט, אַז בײַם אַריבערכאַפּן זיך איבער דער גרענעץ האָבן טאַטע־מאַמע אים ערגעץ אין דײַטשלאַנד פֿאַרלױרן, און אַז מיר האָבן אים פּרילאָנטשעט. און אַז ער קאָן נישט אָנרופֿן דעם ריכטיקן אָרט און אַדרעס פֿון זײַנע עלטערן, װײַל ער װײס אַלײן נישט. ער זאָל װיסן, זאָגט ער, װוּ זײ זײַנען, דאַרף ער נישט קײנעמס לאַסקע. ער װאָלט אַלײן, זאָגט ער, צו זײ געטראָפֿן. האָט מען אים דעריבער אײַנגעשפּאַרט, מיט נאָך אַזעלכע װי ער, אין אַ באַזונדער חדר. מע װעט זײ שפּעטער אַלע אינאײנעם צוריקשיקן.

― ד ―

דערהערט אַזאַ מעשׂה, האָבן מיר זיך אַרױסגעשטעלט אַלע פֿאַר דעם אומגליקלעכן מענדלען. די מאַמע האָט געמאַכט אַ גװאַלד. זי װעט דאַרפֿן אָפּגעבן דין־וחשבון פֿאַר אַ לעבעדיקן יתום. טאָמער באַגעגנט זי זיך אַמאָל מיט זײַנע טאַטע־מאַמע ― װאָס װעט זי זײ זאָגן?

― װאַרט־אױס אַ קאַפּעטשקעלע ― איר זײַט נאָך מיט זיך אַלײן אױך נישט פֿאַרטיק… ― אַזױ זאָגט צו איר דער הײַסינער שנײַדער. „ויבֿוא המן!“ ― זאָגט פּיניע און קוקט בײז אױפֿן שנײַדער. ער איז גרײט אים אָנכאַפּן פֿאַרן גאָרגל. דער שנײַדער מאַכט זיך נישט װיסנדיק. ער טוט און דרשענט, גלײַך װי עמעצער פֿרעגט בײַ אים. ער לײגט אונדז שטײנער אױפֿן האַרצן. ער רעכנט אױס אַ גאַנץ צעטל פֿון צרות, יסורים און לײד, װאָס מיר האָבן נאָך אױסצושטײן. מע װעט בײַ אונדז, זאָגט ער, פֿריִער נעמען די אַדרײסים פֿון אונדזערע פֿרײַנט אָדער באַקאַנטע. דערנאָך װעט מען בײַ אונדז נעמען, זאָגט ער, געלט אױף צו קלאַפּן אַ דעפּעש צו אונדזערע באַקאַנטע און װאַרטן, ביז עמעצער װעט אַמאָל קומען. און ערשט דעמאָלט, זאָגט ער, װען יענער װעט זאָגן, אַז ער קען אונדז און װײס אונדז און איז ערבֿ פֿאַר אונדז אַז מיר װעלן דאָ זײַן גוט און פֿרום צו גאָט און צו לײַטן, װעט מען אונדז, זאָגט ער, אַרױסלאָזן פֿון געפֿענקעניש.

פֿאַרשטײט זיך, אַז אונדזער חבֿר פּיניע צינדט זיך אָן װי אַ שװעבעלע. ער קוקט אױף מײַן ברודער אליהו און רעדט צום שנײַדער. ער פֿרעגט בײַ אים נאָר אײן זאַך: פֿון װאַנען איז ער דאָס אַזױ געניט אין די זאַקאָנעס פֿון „עליס אײַלאַנד“? ענטפֿערט אים דער שנײַדער, אַז ער האָט זיך באַקענט דאָ אױפֿן שיף מיט אײנעם אַן עמיגראַנט, װעלכער איז שױן געפֿאָרן קײן אַמעריקע דרײַ מאָל הין און צוריק. דאָס מײנט ער, אַ פּנים, די „גערױכערטע ליולקע“. פֿון אים איז ער דאָס געװױר געװאָרן אַלע דינים און מינהגים. און נישט נאָר דאָס אַלײן. ער האָט פֿון דער „גערױכערטער ליולקע“ גענאַשט נאָך אַ סך, אַ סך זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו אַמעריקע. אַזױ, אַז ער פֿאָרט אַהין שױן אַ פֿאַרטיקער, אַן אַמעריקאַנער. ער װײס שױן אַפֿילו, װי אַזױ צו רײדן אױף אַמעריקאַנער לשון. צום בײַשפּיל: „טשיקעןchicken: הינדל“, „קיטשעןkitchen: קיך“, „שוגערsugar: צוקער“, „מיסטער“, „בוטשערbutcher: קצבֿ“, „בריטשbreech: הױז“. װאָס דאָס באַדײַט ― װיל ער נישט זאָגן. אַז מיר'ן זײַן אױפֿן אָרט, זאָגט ער, װעלן מיר שױן אַלײן געװױרע װערן װאָס דאָס איז. פּיניע טוט אַ מאַך מיט דער האַנט און טרעט אָפּ אױף אַ זײַט, װי אײנער רעדט: „עלעהײ אַ הונט בילט“…

― ה ―

מײנט איר, אַז עס איז נישט געװען אַלצדינג אַקוראַט, װי דער הײַסינער שנײַדער האָט אונדז פֿאָרגעזאָגט? ― נישט געמינערט אַ האָר! אַז מיר זײַנען דורכגעגאַנגען די שיבֿעה־מדורי־גיהנום פֿון די דאָקטױרים, האָט מען אונדז אַ פֿרעג געגעבן, װעמען האָבן מיר אין אַמעריקע? שטעלט זיך אַרױס פֿריִער די מאַמע: „פֿרעגט בעסער, װעמען האָבן מיר דאָ נישט“? און זי איז גרײט שױן אױסצורעכענען בײַ די נעמען אַלע אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע. אַ חיות אַ קוק צו טאָן אױף מײַן מאַמע אַצינד, נאָך דעם, װאָס מע האָט זי דורכגעלאָזט מיט אירע פֿאַרװײנטע אױגן. מײַן מאַמע איז שױן נישט קײן יונגיטשקע, נאָר זי איז נאָך מלא־חן. איך האָב שױן לאַנג נישט געזען, די מאַמע זאָל אַזױ שײַנען, װי זי שײַנט אַצינד. לאָזט זי אָבער מײַן ברודער אליהו נישט רײדן. די אַדרײסים זײַנען, זאָגט ער, בײַ אים פֿאַרשריבן אױף אַ שטיקל פּאַפּיר. װײס ער בעסער. מישט זיך אַרײַן פּיניע און זאָגט, אַז מע פֿרעגט נעמען, ניט קײן אַדרײסים. האַקט אים אָפּעט ברכה און זאָגט, אַז בסך־הכּל האָט ער, פּיניע הײסט עס, קײנעם נישט אין אַמעריקע. די אַלע פֿרײַנט און באַקאַנטע זײַנען אונדזערע פֿרײַנט. װערט פּיניע אָנגעצונדן און פֿרעגט בײַ איר אַ קשיא: „מיט װאָס, למשל, איז פּעסיע די גראָבע, אָדער איר מאַן משה דער אײַנבינדער, אונדז מער שמעלקע, װי אים?“ ענטפֿערט אים ברכה, אַז פּעסיען האָט זי אין דער ערד. אַז זי זאָגט קרובֿים, מײנט זי דאָס איר טאַטע יונה דעם בעקער. לאָזט זיך אױס, אַז גערעכט איז אליהו. זײ פֿרעגן ניט אױף באַקאַנטע. זײ פֿרעגן אױף אַדרײסים. און עס הײבט זיך אָן אַ חתונה מיט אַדרײסים.

― ו ―

אױף אַדרײסים לײענען איז, פֿאַרשטײט זיך, פּיניע מער בריה פֿון אונדז אַלעמען. נעמט ער צו בײַ אליהון דאָס פּאַפּירל, טראָגט דאָס צו צום שפּיץ נאָז און לײענט די אַדרײסים מיט דעם ניגון, װי מע לײענט תּנאָים אױף אַ קנס־מאָל. פֿאַרשטײט מען אָבער נישט װאָס ער זאָגט. עס קומט אױס בײַ אים יעדער װאָרט קאַפּױר. רײַסט אַרױס בײַ אים אליהו דאָס פּאַפּירל מיט די אַדרײסים און גיט עס איבער דעם „קנעפּל“. זאָגט דאָס „קנעפּל“ צװײ װערטער: „אָל־רײַטall right: בסדר. װײסן מיר נישט װאָס דאָס באַדײַט. זאָגט אונדז דער הײַסינער שנײַדער, אַז ער װײס. די װערטער „אָל“ און „רײַט“ איז, זאָגט ער, אַלץ אײנס, װי, למשל, בײַ אונדז די װערטער: „מילא בקיצור“. אָדער „מהיכא־תּיתי“. אָדער „נו־נו“. דאָס הײסט, עס װעט שױן זײַן װי געװוּנטשן.

דערנאָך האָט מען גענומען בײַ אונדז קלײנגעלט און מע האָט אַװעקגעקלאַפּט צװײ דעפּעשן. אײן דעפּעש צו משה דעם אײַנבינדער מיט זײַן װײַב פּעסיע די גראָבע. די אַנדערע ― צו יונה דעם בעקער. און אַלײן האָבן מיר זיך דערװײַלע מכבד געװען מיט אַ גוטן אָנבײַסן. דער אָנבײַסן איז געװען נישט אַזױ פֿױגלדיק. דאָס ביסל טײ, װאָס מע האָט דערלאַנגט, האָט ברכה געזאָגט, אַז מען קאָן עס שנײַדן מיט אַ מעסער. דערפֿאַר האָט אונדז דער אָנבײַסן נישט געקאָסט גאָרנישט נישט. אױף „עליס אַײַלאַנד“ באַקומט מען, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, אַלץ אומזיסט. איבערגעכאַפּט דעם הונגער, האָבן מיר גענומען װאַרטן אױף אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע.

― ז ―

נישט אַזױ גיך טוט זיך עס אָבער, װי עס רעדט זיך. עס זײַנען אונדז גוט די אױגן אַרױס, ביז מיר האָבן דערלעבט צו זען אַ באַקאַנטן. די ערשטע איז געקומען אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע מיט איר מאַן משה דעם אײַנבינדער. דאָס הײסט, געזען האָבן מיר זײ נישט ― מיר זיצן דאָך אײַנגעשפּאַרט. נאָר מע האָט אונדז געלאָזט װיסן, אַז ס'איז געקומען צו אונדז אַ דיקע פֿרױ מיט איר מאַן. האָבן מיר שױן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס דאַרף זײַן פּעסיע מיט איר משהן. מע לאָזט זײ נישט צו צו אונדז. מע האַלט זײ דאָרט אױפֿן פֿאַרהער. קרענקט דאָס אונדז זײער. גיט מען אונדז אַן עצה, מיר זאָלן אונטערשמירן די שומרים, װאָס בײַ דער טיר, װעט מען אפֿשר זײ יאָ צולאָזן. לאָז זײַן כאָטש פֿון דער װײַטן. זאָגט אָבער אונדזער חבֿר פּיניע, אַז אַמעריקע איז ניט „ריסנלאַנד“. אין אַמעריקע שמירט מען ניט. זאָגט דער הײַסינער שנײַדער )אומעטום איז ער דאָ(, אַז די גאַנצע װעלט איז אײן שטאָט. „כּסף וזהבֿ מטהר ממזרים“… פּיניע בלײַבט אָן לשון.

― ח ―

אַװדאי איז דער הײַסינער שנײַדער געװען גערעכט. עס האָט אונדז געקאָסט אַ קװאָדער )אַזאַ מטבע פֿון אַ פֿערטל טאָלער(, און מיר האָבן געזען דורך די גראַטעס אונדזער שכנה פּעסיע. דאָס רױטע פּנים אירס מיט דעם פֿעטן גױדער האָבן געשװיצט. געשמײכלט צו אונדז פֿון דער װײַטן. די מאַמע האָט צו איר געשאָקלט מיטן קאָפּ, און בײדע האָבן געװײנט מיט טרערן. הינטער אירע ברײטע פּלײצעס האָט אַרױסגעקוקט איר מאַן, משה דער אײַנבינדער. שױן ניט אין קאַשקעט, װי אין דער הײם, נאָר אין אַ קאַפּעליוש גאָר. אין אַ מינוט אַרום האָט זיך באַװיזן אױך יונה דער בעקער מיט די בײזע אױגן. יונה האָט זיך װינציק־װאָס פֿאַרענדערט. נאָר די באָרד ― אױ־װײ! די באָרד!… זײַן װײַב פֿון דער רעטאָנדע איז אױך געקומען. מע װיל זיך אָפּגעבן שלום־עליכם, מע װיל זיך אַרומנעמען, האַלדזן זיך, קושן זיך. מע װיל זיך צעפֿרעגן אײנס בײַ דאָס אַנדערע, װאָס מע מאַכט? און װאָס רעדט זיך אױף דער װעלט? און װי אַזױ לעבט זיך עס אָט דאָ, אין אַמעריקע? איך, למשל, גײ־אױס װיסן, װוּ איז ושתּי? װאָס טוט מײַן שװעגערינס שװעסטערל אַלטע? )מע האָט זי מיר גערעדט אַמאָל, אױב איר געדענקט, פֿאַר אַ כּלה(. און די גאַנצע כאַליאַסטרע װאָס מאַכט? נאָר גײ שרײַ חי־וקים, אַז מע קאָן ניט אַ ריר טאָן זיך. מע האַלט אונדז פֿאַרשפּאַרט. זען ― זעען מיר זיך דורך די גראַטעס, אַזױ װי אַרעסטאַנטן, אַזױ װי געפֿאַנגענע, אָדער אַזױ װי חיות…

― ט ―

אַ רחמנות נעבעך אױף אונדזער חבֿר פּיניע. ער קאָן אונדז ניט קוקן גלײַך אין די אױגן אַרײַן. ס'איז אים אַ בזיון פֿאַר אַמעריקע. איר װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז זײַן אַמעריקע, און ער דאַרף אָפּגעבן דערפֿאַר דין־וחשבון. אָט פֿון דעמאָלט אָן האָט ער געװאָרפֿן אַן אומחן אױף „עליס אײַלאַנד“ און האָט צוגעטראַכט דעם גראַם, אַז „דאָס שטיקל לאַנד געהערט צו אײנעם אליהו, װאָס איז אַ נאַר ביז דער סטעליע“… און דעריבער פֿאַרדריסט עס מײַן ברודער אליהו, מחמת ער הײסט דאָך אױך אליהו. צעאַמפּערט מען זיך און מען הײבט אָן צו קריגן זיך. מישט זיך אַרײַן ברכה, און דװקא פֿון פּיניעס צד, און זאָגט מיט אַ משל, װי איר שטײגער איז, אַז „פֿאַר אַ געשלאָגענעם הונט װײַזט מען ניט קײן שטעקן“… װאָס מײנט זי דערמיט?

IV
אַ ים פֿון טרערן
― א ―

טאָמער איז קאַרג די אײגענע צרות, יסורים און פּײַן, האָט אונדז גאָט באַשערט פֿרעמדע צרות אױף עליס אײַלאַנד. טאָמער איז קאַרג געװען די טרערן, װאָס מײַן מאַמע האָט פֿאַרגאָסן פֿון זינט מײַן טאַטע איז געשטאָרבן און פֿון זינט מיר שלעפּן זיך אַרום איבער דער װעלט ביז צו הײַנטיקן טאָג, באַדאַרף זי איצטער װײנען און טרערן גיסן אױף די אומגליקן, װאָס מיר זעען זיך אָן אָט־אָ־דאָ, אױף עליס אײַלאַנד. אַלע מינוט שיקט איר גאָט צו אַ נײַעם חורבן. די מאַמע נעמט זיך יעדע זאַך צום האַרצן. זי ברעכט די הענט. זי באַהאַלט דאָס פּנים און װײנט זיך אױס שטילערהײט.

― דו זינדיקסט, מאַמע! ― זאָגט צו איר מײַן ברודער אליהו, און מיר דאַכט זיך, אַז ער איז גערעכט. װאָס האָט זי צו װײנען? מיר שלעפּן זיך שױן מער נישט איבער דער װעלט, װי מיר האָבן זיך געשלעפּט ביז אַהער. די נסיעה אױפֿן ים זײַנען מיר, דאַנקען גאָט, אױך איבערגעקומען. מיר זײַנען שױן כּמעט אין אַמעריקע. נאָך אַ שעה, נאָך צװײ שעה ― און מיר זײַנען פֿרײַ. נאָר װי אַזױ זאָל מען ניט װײנען, אַז מע זעט פֿאַר זיך אַזױ פֿיל אומגליקן? אַזױ פֿיל טרערן? אַ ים פֿון טרערן?

איבערדערצײלן אײַך אַלע אומגליקן, װאָס מיר האָבן זיך אָנגעזען אױף עליס אײַלאַנד, באַדאַרף איך אַװעקזיצן מיט אײַך אַ טאָג מיט אַ נאַכט און דערצײלן, דערצײלן און דערצײלן.

― ב ―

אַ שטײגער, װאָס װעט איר זאָגן אױף אַזאַ מעשׂה? טאַטע־מאַמע און פֿיר קינדער זײַנען פֿאַרהאַלטן געװאָרן, נישט אַהער, נישט אַהין. װאָס איז די מעשׂה? בײַם פֿאַרהער האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זײערס אַ קינד, אַ מײדל פֿון אַ יאָר צװעלף קאָן נישט צײלן אױף צוריק. מע פֿרעגט זי: „װיפֿל ביסטו אַלט?“ זאָגט זי: „צװעלף יאָר“. פֿרעגט מען זי װידער: „װיפֿל ביסטו אַלט געװען פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט?“ װײס זי נישט. זאָגט מען איר: „צײל פֿון אײנס ביז צװעלף“. צײלט זי. זאָגט מען איר: „צײל פֿון צװעלף צוריק ביז אײנס“. קאָן זי נישט. װען מע פֿרעגט בײַ מיר אַזאַ זאַך: צײל, ― צײל איך דאָך װי אַ װאַסער: צװעלף, עלף, צען, נײַן, אַכט, זיבן, זעקס, פֿינף, פֿיר, דרײַ, צװײ, אײנס. אַ טײַערע מציאה! איז געבליבן, אַז מע קאָן דאָס מײדל קײן אַמעריקע נישט אַרײַנלאָזן.

פֿרעגט זיך: װאָס װעט זײַן מיט איר טאַטע־מאַמע און מיט די איבעריקע קינדער? ― צוזען דעם צער פֿון פֿאָטער און מוטער און דעם רחמנות פֿון דעם קינד ― דאַרף מען זײַן פֿון שטײן, מע זאָל נישט צעגאַנגען װערן. װײנט די מאַמע אױף זײ קוקנדיק, און מײַן שװעגערין ברכה און אונדזער פּיניעס װײַב טײַבל װישן אױך די אױגן.

― ג ―

צי, אַ שטײגער, װי געפֿעלט אײַך אַזאַ געשיכטע? מיט אונדז פֿאָרט אַ ייִדענע, הײסט זי צבֿיה. איז זי אַן עגונה. דער מאַן האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן שױן לאַנג. האָט זי צעשיקט בריװ איבער אַלע עקן פֿון דער װעלט. איז איר אָנגעקומען אַ ידיעה, אַז איר מאַן איז ערגעץ אין צינצינאַטעCincinnati, אַ שטאָט אַזעלכע אין אַמעריקע. פֿאָרט זי דאָס אַהין אים צו פּאַקן. האָט מען איר געגעבן אַן עצה נאָך אױפֿן שיף, אַז זי זאָל אַרױסרופֿן גלאַט אַ ייִדן פֿון ניו־יאָרק, װאָס זאָל זאָגן, אַז ער איז דאָס איר מאַן, װעט מען זי אַרונטערנעמען. די דאָזיקע עצה שטאַמט פֿון דער „גערױכערטער ליולקע“, װאָס איך האָב אײַך שױן דערצײלט װעגן אים. דער הײַסינער שנײַדער האָט אױך אַ סך מיטגעהאָלפֿן. די „גערױכערטע ליולקע“ האָט זיך אונטערגענומען צו שיקן אײנעם אַ נאָענטן פֿרײַנט, אַז ער זאָל זיך אַרױסגעבן פֿאַר איר מאַן… ס'איז געקומען צום שפּיץ, בײַם פֿאַרהער, האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז די גאַנצע מעשׂה איז אַ שװינדל. דער ייִד איז אַ באַװײַבטער און קערט זיך אַזױ אָן מיט דער עגונה, װי איר קערט מיר אָן אַ פֿעטער. װײ־װײ, װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן! גאַנץ עליס אײַלאַנד איז געגאַנגען כאָדאָראָם. אונדזער חבֿר פּיניע האָט דערלעבט אַ נקמה אין דעם הײַסינער שנײַדער. און כאָטש אין האַרצן איז פּיניע גזלן אױף עליס אײַלאַנד, למאַי מע האָט אונדז פֿאַרהאַלטן, נאָר אַרױסבאַװײַזן דאָס פֿאַרן הײַסינער שנײַדער ― אַ מכּה! אַדרבא, ער האָט זיך נאָך גערײצט מיט אים:

― נו, פּאַניע חייט? האָב איך נישט געזאָגט פֿריִער אַז אַמעריקע איז נישט ריסנלאַנד? אין אַמעריקע גײט נישט אָן קײן שװינדל, קײן חכמות און קײן דרײדלעך? קאָלומבוס, לעבן זאָלסטו!

האָט ער אָבער געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון מײַן מאַמע. און נאָך מער ― פֿון מײַן ברודער אליהוס װײַב ברכה. און זײַן אײגן װײַב טײַבל האָט אױך צוגעלײגט אַ קנײטל. די װײַבער האָבן אים שיִער די אױגן נישט אױסגעדראַפּעט, למאַי ער לאַכט אָפּ פֿון מענטשן, װאָס עס גיסט זיך בלוט פֿון זײ. און װי אױף צו־להכעיס, האָט די מאַמע זיך באַפֿרײַנדעט מיט דער עגונה, געװאָרן מיט איר, װי שװעסטער. איצט שיקט מען די עגונה אָפּ צוריק, און דער ייִד, װאָס האָט זיך אַרױסגעשטעלט פֿאַר איר מאַן, װעט אױך קײן האָניק נישט לעקן. דערװײַל האָט מען זײ בײדן פֿאַרהאַלטן, און מײַן מאַמע איז דערפֿון אױס מענטש.

― ד ―

אַ יונג װײַבל, בלוט און מילך, פֿאָרט קײן באָסטאָן צו איר מאַן. האָט זי אַ קינד, אַ מײדעלע מיט געגרײַזלטע הערעלעך, אַ בילד, הײסט עס קעצעלע. דער אמתער נאָמען אירער איז קײלע, נאָך איר באָבע. נאָר מע האָט זי פֿאַרצױגן „קעצעלע“. קעצעלע איז נאָך דרײַ יאָר נישט אַלט. נאָר עס לױפֿט אַרום און רעדט און זינגט און טאַנצט. „פּרינץ אַלבערט“ איז פֿול מיט דעם קינד. קעצעלען האָבן אַלע ליב. מע האַלדזט דאָס און מע קושט דאָס און מע נעמט דאָס איבער פֿון האַנט צו האַנט. קעצעלע! קעצעלע! מיט אונדז איז דאָס דאָזיקע װײַבל געװאָרן גאָר נפֿש־אַחת. זי איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון דער מאַמע אױף אַ מינוט. זי האָט איר אױסדערצײלט אינגאַנצן איר האַרץ. איבערגעלײענט אונדז אַלע בריװלעך, װאָס איר מאַן שרײַבט צו איר. העכער דרײַ יאָר אַז זײ האָבן זיך נישט געזען. ער קען אַפֿילו נישט דאָס קינד. ער האָט דאָס נאָך קײנמאָל נישט געזען. ער חלומט פֿון דעם טאָג װי נאַכט. ער קאָן זיך גאָר נישט פֿאָרשטעלן, װי אַזױ ער װעט מיטאַמאָל דערזען זײַן קינד, זײַן קעצעלע. דערבײַ גיסט זי שױן מיט טרערן, און מײַן מאַמע װישט די אױגן. לאַך איך פֿון זײ בײדן ― װאָס דאַרף מען װײנען? און איך נעם קעצעלען אױף די הענט. און איך האָדעװע זי מיט שטיקלעך עפּל און מיט אָראַנדזשעס, מאַראַנצן הײסט עס, גלײַך אין מױל אַרײַן. קעצעלע קוקט מיר אין די אױגן, לאַכט צו מיר און גלעט מיך מיט איר קלײן סאַמעטן הענטל. און איך קוש איר די קלײנע װאַרעמע פֿינגערלעך. אַ שאָד, װאָס איך האָב נישט קײן קעסטעלע מיט פֿאַרב. איך װאָלט אױסגעמאָלט קעצעלען אױף פּאַפּיר מיט אירע געגרײַזלטע זײַדענע הערעלעך, מיט אירע בלױע שײנע אײגעלעך און מיט איר פּנימל פֿון אַ מלאך. מײַן חבֿר מענדל לאַכט פֿון מיר, װאָס איך האָב צו טאָן מיט אַ קוקלע. בײַ אים איז זי אַ „קוקלע“!

איז זיך מישבֿ קעצעלע שױן נאָענט צו אַמעריקע און װערט קראַנק און… עס גײט מיר איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב, אַז איך דערמאָן זיך אין יענער צײַט. אַ שטיק פֿון מײַן לעבן האָט אַװעקגענומען בײַ מיר אָט דאָס קינד. איך קאָן גאָר װעגן דעם ניט רײדן, ניט טראַכטן אַפֿילו. שלעפּט מיך ניט פֿאַר דער צונג, איך זאָל אײַך זאָגן, װאָס מע האָט געטאָן מיט קעצעלען… איך װעל אײַך נאָר דערצײלן דעם רחמנות פֿון דער יונגער מוטער, בעת מיר זײַנען אָנגעקומען אױף עליס אײלאַנד. זי האָט ניט געװײנט. אױף אַלעמען האָט זי געקוקט מיט גלעזערנע פֿאַרגליװערטע אױגן. װאָס מע האָט זי געפֿרעגט, האָט זי ניט געענטפֿערט. מע האָט מורא, אַז דאָס װײַבל איז גערירט… מע װעט זי צוריקשיקן. מײַן מאַמע לײגט אײַן די װעלט. מײַן ברודער אליהו איז אױסער זיך. ער קאָן שױן נישט אַריבערטראָגן דער מאַמעס טרערן. און פּיניע באַהאַלט זיך עפּעס. מע זעט אים ניט…

― ה ―

איר מײנט, אַז נאָר ייִדן האָבן צרות אױף עליס אײַלאַנד? גױים װערן אױך ניט װינציק אױסגעריסן. עס פֿאָרט מיט אונדז אַ גאַנצע כאָפּטע איטאַליענער. אַלע אין סאַמעטענע הױזן און מיט הילצערנע שיך אױף די פֿיס. אַז זײ גײען, קלאַפּן זײ, װי די פֿערד מיט די קאָפּעטעס. װױלע גױים. אױסגעצײכנטע מענטשן. נאָך מיר זײַנען זײ גאָר די כּפּרה. זײ רופֿן מיך מיט אַ מאָדנעם נאָמען: „פּיקאָלאָ באַמבינאָpiccolo bambino: קלײן ייִנגל“. זײ זײַנען מיך מכבד מיט ניסלעך און מיט ראָזשינקעס פֿון די סאַמעטענע הױזן־קעשענעס. און איך האָב דאָס דװקא ניט פֿײַנט. רײדן קאָן איך ניט מיט זײ, מחמת זײ פֿאַרשטײען ניט מײַן לשון, איך פֿאַרשטײ ניט זײער לשון. נאָר מיר געפֿעלט, װי זײ רײדן צװישן זיך. האַרט קומט אױס בײַ זײ די ריש: „באָנאַ סעררראbona sera: גוטן אָװנט!“ „מיאָ־קאַרראָmio caro: מײַן טײערער!“ „פּרררעגאָ סיניאָררעprego signora: זײַט אַזױ גוט, מאַדאַם!“…

דאַרף זיך טרעפֿן אַן אומגליק. סאַמע צום רעכטן שפּיץ, אַז ס'איז געקומען צום פֿאַרהער, האָט זיך אײנער פֿון דער כאָפּטע אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט. ער האָט דערצײלט דעם אמת, אַז זײ האָט אַרױסגערופֿן אַ פּאָדריאַדטשיק אױף דער אַרבעט פֿון לאָנדאָן דורך אַ קאָנטראַקט בײַ עפּעס אַ בריק. און דאָס, זאָגט מען, טאָר מען ניט אין אַמעריקע. װיל מען זײ אָפּשיקן צוריק. רײדן זײ אַלע אינאײנעם, מאַכן מיט די הענט און קװעטשן די ריש: „סאַקררראַמענטאָsacramento: אַ רוח אין דעם!“… העלפֿט אָבער נישט קײן זאַך. דער רחמנות אױף זײ איז זײער גרױס. בײַ עטלעכע פֿון זײ האָב איך געזען טרערן אױף די אױגן.

― ו ―

מזל־טובֿ! מיר האָבן אַ חתונה אױף עליס אײַלאַנד. פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַ חתונה? װעט איר הערן. אַ מײדל פֿון טשודנאָװ ― אַ יתומה, לאה איז איר נאָמען. אַ שװאַרץ־חנעװדיקע און אַ צוגעלאָזטע. דעם גאַנצן װעג, װאָס מיר זײַנען אױפֿן שיף, איז זי מיט אונדזערע װײַבער, מיט ברכהן און מיט טײַבלען, אײן זעל, אײן נשמה. דורך זײ װערן מיר געװױרע, אַז לאה איז אַן עלנטע, האָט קײנעם נישט אין לאַנד. פֿון קלײנװײַז־אױף אַרבעט זי. זי האָט זיך צונױפֿגעשלאָגן אַביסל געלט און פֿאָרט עס קײן אַמעריקע. זי קאָן ניט זײַן מער אין טשודנאָװ. מע האָט דאָרטן געהרגעט איר טאַטן אין פּאָגראָם. איר מאַמע איז פֿאַר צרות געשטאָרבן. זי איז געבליבן װי אױפֿן װאַסער. גוטע מענטשן האָבן זיך אױף איר דערבאַרעמט, אױסגעלערנט אַרבעטן. זי נײט און שטעפּט און שטיקט און פּרעסט ― „גאָלדענע הענט“, זאָגט אױף איר די מאַמע. אַלע זײַנען זיכער, אַז אין אַמעריקע װעט מען לאהן אָפּגילטן פֿאַר איר אַרבעט. און אַ חתן װעט זי דאָרט קריגן ― דעם בעסטן. לאה לאָזט אַראָפּ די אױגן און װערט רױט, װי פֿײַער… די צרה איז ― זי האָט ניט קײנעם אין אַמעריקע, װער ס'זאָל זי אַרונטערנעמען. האָט זיך געפֿונען אױף „פּרינץ אַלבערט“ אַ בחור. לײזער באַך. ער איז אַ סטאָליער און פֿאָרט צו זײַנעם אַ פֿעטער אין שיקאַגאָChicago. לײזער איז מגושם. ער איז אַ געלער און האָט גראָבע צװײענדיקע ליפּן, נאָר איך האָב אים ליב פֿאַר זײַנע לידער. ער זינגט אױסגעצײכנט ייִדישע לידער. איז געבליבן: אַזױ װי לײזער האָט װער סע זאָל אים אַרונטערנעמען און לאה האָט קײנעם נישט, זאָל ער, לײזער באַך, זאָגן, אַז לאה קער אים אָן אַ כּלה… פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס שמד־שטיק װאַקסט פֿון יענעם ייִדן, װאָס מיר רופֿן „די גערױכערטע ליולקע“. און אַזױ איז דאָס טאַקע געװעזן. בײַם פֿאַרהער איז ער ― דער חתן, זי ― די כּלה. דאַכט זיך, גוט? לאָזט זיך אױס, אַז אױף עליס אײַלאַנד גײען נישט אָן אַזעלכע שטיקלעך. װיבאַלד אַז חתן־כּלה, באַדאַרף זײַן אַ חופּה. װײנט לאה מיט סכּנות. רעדט מען איר אױס דאָס האַרץ: „װאָס אַרט דיר, נאַרעלע? װעסט קומען אין שטאָט, װעט ער דיר געבן גט, ביסטו צוריק די לאה װי געװעזן“… האָט זי מורא, טאָמער נײן?… נאָר װערן אָפּגעשיקט צוריק איז בעסער? בקיצור, ס'איז אַ חופּה. אַ טרױעריקע חופּה. אָן כּלי־זמר. נאָר מיט אַ רבֿ, מיט אַ שמשׂ און מיט טרערן, טרערן אָן אַ שיעור. אַ ים פֿון טרערן.

― ז ―

גוט איז נאָר אײן מענטשן. װײסט איר, װעמען? ― דעם הײַסינער שנײַדער. ער האָט דערלעבט אַ נקמה אין אונדזער חבֿר פּיניע. װער איז צו אים גלײַך? זאָגן זאָגט ער גאָרנישט נישט. נאָר ער שפּאַנט אַרום פֿאַרבײַ אונדז, גלעט זיך דאָס בערדל, קוקט אױף פּיניען דורך זײַנע שאַרפֿע ברילן. פּיניע איז אָבער קליגער פֿון אים. ער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן שפּיץ נאָז עפּעס אין אַ ביכל, זעט כּלומרשט נישט דעם שנײַדער. ער האָט אים אין דער לינקער פּאה!

― ח ―

אַביסל אײגענע צרות, אַביסל פֿרעמדע יסורים פֿאַרשטערן אונדז די שׂמחה, װאָס מיר זײַנען אין אַמעריקע. מיר האָבן זיך אַזױ פֿיל אָנגעזען דאָ אױף דעם עליס אײַלאַנד און אָנגעהערט, אַז מיר זײַנען מיד געװאָרן און האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן אונדזער גאַנצע משפּחה קאָפּ אױף קאָפּ און געקוקט אַהין, אין דער גרױסער רעשיקער שטאָט אַרײַן, װאָס ליגט נאָך װײַט פֿון אונדז. װײסט איר, װי אַזױ מיר האָבן אױסגעזען? מיר האָבן געכאַפּט דעם אָנבליק פֿון אַ סטאַדע שעפֿעלעך, װאָס שטײען צונױפֿגעפּרעסט אין פֿעלד אין אַ הײסן זומער־טאָג, נישט װײַט פֿון די רעלסן פֿון אַ באַן, און קוקן פֿאַרװוּנדערט, װי די װאַגאָנעס לױפֿן מיט אַ רעש פֿאַרבײַ און װערן פֿאַרשװוּנדן. אַן עבֿירה, װאָס איך האָב נישט קײן בלײַשטיפֿט און קײן שטיקל פּאַפּיר אױף אָפּצומאָלן אונדזער צונױפֿגעפּרעסטע משפּחה, און אױך די אַלע איבעריקע אײַנגעשפּאַרטע עמיגראַנטן אױף עליס אײַלאַנד, װי זײ זיצן יעדער אױף זײַן פּעקל. מע זיפֿצט און מע דערצײלט זיך אױס אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע דאָס ביטערע האַרץ. אַנדערע שװײַגן שטיל. און אַנדערע װײנען, באָדן זיך אין טרערן. אין אַ ים פֿון טרערן.

V
מיט בײדע פֿיס אױף דער ערד
― א ―

אױב איר זײַט קײנמאָל נישט געפֿאָרן אױפֿן ים, אױב איר זײַט קײנמאָל נישט געװען צען טעג מיט צען נעכט אױפֿן װאַסער, אױב איר זײַט קײנמאָל נישט געװען געפֿאַנגען אױף „עליס אײַלאַנד“ און האָט נישט אָנגעזען זיך און נישט אָנגעהערט זיך מיט צרות, יסורים און פּײַן, און נישט געבאָדן זיך אינעם ים פֿון טרערן און נישט אַרױסגעקוקט, מע זאָל אײַך קומען אױסלײזן, ― אױב איר האָט דאָס אַלצדינג אַלײן נישט פֿאַרזוכט אױף אײַערע אײגענע פּלײצעס, װעט איר נישט פֿילן דעם טעם, װאָס הײסט שטײן מיט בײדע פֿיס אױף דער ערד. װען איך זאָל נישט מורא האָבן פֿאַר מײַן ברודער אליהו און נישט שעמען זיך פֿאַר לײַטן, װאָלט איך אַנידערגעפֿאַלן אױף דער ערד און װאָלט זיך איבערגעקוליעט דרײַ מאָל מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרױף. אַזױ גוט און ליכטיק און פֿרײלעך אױפֿן האַרצן איז מיר געװאָרן, אַז איך האָב דערפֿילט, אַז איך שטײ מיט בײדע פֿיס אױף דער טריקעניש. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו אַזאַ מרה־שחורהניק, װי מײַן ברודער אליהו, האָט שױן אױך באַקומען אַן אַנדער פּנים. ער האָט געריבן אַ האַנט אָן אַ האַנט און אַ זאָג געגעבן צו אונדז אַלעמען: „זײַנען מיר, הײסט עס, אין אַמעריקע?“ ― „מיטן אײבערשטנס הילף, געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען זײַנער!“ ― זאָגט דערױף די מאַמע און טוט אַ קוק אַרױף אױפֿן הימל. דערנאָך לײגט זי צו מיט אַ טיפֿן זיפֿץ: „װער עס לעבט, דער קומט. קומען קומט נישט נאָר דער, װאָס ליגט אין דער ערד“…

דאָס מײנט זי שױן דעם טאַטן. קײנמאָל און ערגעץ נישט פֿאַרגעסט זי נישט דעם טאַטן, איר זאָלט זאָגן ― אױף אַ מינוט.

― ב ―

נאָר מער פֿון אַלץ און שטאַרקער פֿון אַלע באַװײַזט אַרױס זײן פֿרײד אונדזער חבֿר פּיניע. דער איז ― איך האָב מורא צו זאָגן ― גאָר משוגע געװאָרן, פּשוט אַראָפּ פֿון זינען. ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט מיטן פּנים צום ים און, אױפֿגעהױבן די רעכטע האַנט אין אַ קולאַק, האָט ער אַװעקגעלײגט אַ גאַנצן מענה־לשון:

― הערט צו, איר חמורים, רשעים, שיכּורים, כוליגאַנעס, פּאָגראָמשטשיקעס! דאָס האָבן מיר אײַך צו פֿאַרדאַנקען, װאָס מיר געפֿינען זיך אַצינד אין אַזאַ פֿרײַער, גליקלעכער מדינה! װען נישט איר מיט אײַערע גזירות, רדיפֿות און פּאָגראָמען, װאָלטן מיר נישט געװוּסט פֿון קאָלומבוסן און קאָלומבוס װאָלט נישט געװוּסט פֿון אונדז! איר װעט דאָרטן לאַנג װאַרטן, ביז מיר װעלן קומען צו אײַך צוריק! אַזױ װי איר זעט נישט אײַערע אױערן, אַזױ װעט איר שױן נישט זען אונדז, װײַל איר װעט לעבן! איר װעט זיך אַמאָל אַרומקוקן, אַז איר האָט געהאַט אַ פֿאָלק ישׂראל און נישט געװוּסט, װי צו שאַנעװען דאָס דאָזיקע פֿאָלק! איר װעט האָבן אַ װיסטן סוף, אַזױ װי שפּאַניען האָט געהאַט. איר װעט װײנען, װי די קלױסטער־הינט. איר װעט זיך אַמאָל פֿאַרבענקען נאָך אונדז! עס װעט זײַן בײַ אײַך אַ רענדל אַ ייִד. איר װעט אונדז רופֿן צוריק. נאָר אַ מכּה װעלן מיר צו אײַך פֿאָרן!…

װער װײס, ביז װי לאַנג נאָך אונדזער פּיניע װאָלט זיך אַזױ געקילט דאָס האַרץ, װען יונה דער בעקער זאָל נישט אַרױפֿלײגן די האַנט אױף זײַנע פּלײצעס און אַ זאָג געבן צו אים:

― פּיניע! גאָט איז מיט דיר! צו װעמען רעדסטו? צו די שטײנער? קום! מיר װעלן פֿאַרשפּעטיקן די פֿעריferry: פּאַראָם! צי דו װילסט דאָ בלײַבן נעכטיקן אױף עליס אײַלאַנד?

מיר נעמען זיך צו די פּעקלעך און לאָזן זיך גײן צו דער פֿערי.

― ג ―

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ. נישט אַזױ גיך זעצן מיר זיך פֿאָרן. איר האָט פֿאַרגעסן, אַז מיר האָבן אױף זיך אַ פּעקל ― מײַן חבֿר מענדל. מע לאָזט דאָך אים נישט אַרױס. און אָן אים קאָנען מיר זיך נישט רירן. די מאַמע זאָגט, אַז זי װעט נישט קאָנען רויִק זײַן אין אַמעריקע, אױב חלילה מע שיקט דעם יתום אָפּ צוריק, גאָט װײס װוּהין. אַ גליק, װאָס מיר האָבן זיך אױף עליס אײַלאַנד דערשלאָגן צו אַזאַ חבֿרה, װאָס הײסט „הכנסת־אורחים“. די חבֿרה האָט אױף עליס אײַלאַנד אירן אַ מענטשן. זײער אַ גוטער מענטש און אַ צוגעלאָזטער. צו דעם דאָזיקן מענטשן האָט מען אונדז אָנגעװיזן. פֿאַר אים האָבן מיר דערצײלט דעם גאַנצן אמת, װאָס מיט דעם בחור איז געשען. פֿאַרשטײט זיך, אַז גערעדט האָבן אַלע אינאײנעם. האָט אונדז דער מענטש אָפּגעהאַקט אין מיטן און פֿאָרגעלײגט, אַז מיר זאָלן צװישן זיך אױסקלײַבן אײנעם אַ רעדנער. נאָך אַ היבש שטיקל צײַט אין שפּאַרעניש איז געבליבן, אַז רײדן זאָל דװקא ברכה, מײַן ברודער אליהוס װײַב. פֿאַר װאָס עפּעס ברכה? װײַל די מאַנצבילן, אליהו און פּיניע, קאָנען נישט זען אײנער דעם אַנדערן רײדן און נישט אַרײַנפֿאָרן אים אין מיטן. און די מאַמע רעדט דװקא גוט, נאָר אַביסל צופֿיל. דאָס הײסט, אַז זי הײבט אָן צו רײדן, מוז זי אָנהײבן פֿון מה־טובֿו: װי אַזױ מיר האָבן געהאַט אַ טאַטן, האָט ער געהײסן פּײסי. און אַז ער איז געװען אַ חזן. דערנאָך, װי אַזױ ער איז, נישט דאָ געדאַכט, קראַנק געװאָרן. און אַזױ װײַטער און װײַטער. װיל יענער נישט אױסהערן ביזן סוף. און מײַן שװעגערין ברכה מאַכט דאָס בקיצור. אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָריטש, װי משה דער אײַנבינדער זאָגט.

ערשט דעמאָלט, אַז ברכה האָט אין קורצע װערטער איבערגעגעבן מענדלס געשיכטע, האָט דער מענטש פֿון דער חבֿרה „הכנסת־אורחים“ זיך אַ נעם געגעבן צו דער אַרבעט. ער איז ערגעץ אַװעקגעלאָפֿן, געקומען צוריק און װידער אַװעקגעלאָפֿן. קױם מיט צרות, מיט לײַד ― מע האָט געבראַכט דעם בחור.

― ד ―

און אַז מע האָט געבראַכט דעם בחור, מענדלען הײסט עס, האָט דער מענטש פֿון דער חבֿרה „הכנסת־אורחים“ אים אָנגענומען פֿאַר אַן אױער און האָט אים אַרײַנגעזאָגט אַ גאַנצע דרשה: „געדענק, בחורל, אַז מיר זײַנען ערבֿ פֿאַר דיר, אַז דו װעסט זיך גוט אױפֿפֿירן. צװײ יאָר דורכאַנאַנד ביסטו אין אונדזער רשות… מיר'ן אױף דיר אַכטונג געבן. טאָמער פֿירסטו זיך נישט אױף, װי עס געהער צו זײַן, שיקט מען דיך אַרױס צוריק פֿון װאַנען דו ביסט געקומען!“… דערנאָך האָט דער מענטש פֿאַרשריבן זײַן נאָמען און אונדזערע אַלעמענס נעמען און די נעמען פֿון אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע און זײערע אַדרײסים. און מיר זײַנען פֿרײַ. מיר קאָנען גײן, װוּהין מיר װילן און טאָן װאָס מיר װילן.

מײנט איר אפֿשר, אַז מענדלען האָט דאָס גערירט? עס הײבט זיך גאָר נישט אָן. מײַן חבֿר מענדל איז אַזאַ נפֿש, װאָס װערט נישט נתפּעל פֿון קײן זאַך. און דערפֿאַר האָב איך אים ליב. דערמאָן איך מיך אָן מײַן חבֿר מענדל, װאָס ער איז געװען און װאָס עס איז פֿון אים געװאָרן שפּעטער, העט־העט, אין אַ צײַט אַרום ― איז טאַקע גאָטס נסים. נאָר אַזאַ לאַנד, װי אַמעריקע, קאָן מאַכן פֿון קלײן גרױס, פֿון נידעריק הױך, כּמעט פֿון טױט לעבעדיק… נאָר מיר האַלטן נאָך דערװײַל פֿון פֿאָרנט, בײַ דער פֿערי.

― ה ―

די פֿערי ― דאָס איז אַזאַ מין שיף, אָדער אַ פּאַראָם אַזעלכער, װאָס מע קאָן אַריבערפֿאָרן אױף אים מיט פֿערד און װאָגן און מיט האַק און פּאַק. די פֿערי איז גענוג ברײט און לאַנג, אַז איך און מײַן חבֿר מענדל זאָלן קאָנען זיך נעמען פֿאַר די הענט און שפּאַצירן אין דער לענג און אין דער ברײט. די ערשטע מינוט איז די מאַמע געװען פֿאַרטראָגן מיט אונדזערע מחותּנים און מיט אונדזערע באַקאַנטע. אַלע האָבן גערעדט, זיך אױסגעפֿרעגט אײנס בײַ דאָס אַנדערע װאָס סע הערט זיך. שפּעטער אַביסל האָט זי זיך געכאַפּט, אַז מיר זײַנען נישטאָ ― נישט איך, נישט מײַן חבֿר מענדל. אַװדאי האָט זי געמאַכט אַ גװאַלד. זי האָט אַנדערש נישט גערעכנט, נאָר אַז מיר זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער אַרײַן און דערטרונקען געװאָרן. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז מיר האָבן דערזען טרעפּ, זײַנען מיר אַרױף אױפֿן צװײטן שטאָק פֿון דער פֿערי, און פֿון דאָרט האָבן מיר דערזען אַ מוראדיק הױכע גרױסע אײַזערנע פֿיגור פֿון עפּעס אַ נקבֿה, װאָס זעט אױס װי אַן אַם… מיר האָבן קײן צײַט נישט געהאַט אַפֿילו רעכט צו באַקוקן די דאָזיקע פֿיגור, האָבן מיר דערהערט דער מאַמעס קולות און דערזען פֿאַר זיך אליהון. ער איז געװען אױף אונדז מלא־גזלן פֿאַרן דערשרעק, װאָס מיר האָבן אָנגעװאָרפֿן אױף זײ אַלעמען מיט אונדזער פֿאַרפֿאַלן װערן. מיר װאָלטן זיך נישט גענאַרט פֿון אים. מײַן ברודער אליהו װאָלט אונדז פֿאַר אַזאַ זאַך רעכט באַצאָלט, האָט זיך געטראָפֿן אַ גליק ― מײַן שװעגערין ברכה האָט זיך דערפֿילט נישט גוט און האָט אַרױסגעלאָזט אַ קװיטש נישט מיט איר קול: „אױ, שװיגער, ס'איז מיר שלעכט!“… און זי װיל שױן אָנהײבן אירע שטיק, אַזױ װי אױפֿן ים. לאַנג לעבן זאָל דער הײַסינער שנײַדער )ער װיל גאָר פֿון אונדז נישט אָפּשטײן אױף אַ װײַלע!(. ער פֿאַלט אָן אױף ברכהן און זאָגט איר מוסר: „אַזאַ אָסאָבע, װי איר, קײן עין־הרע, זאָל נישט װיסן דעם חילוק פֿון אַ ים ביז אַ קלײן טײַכל ― פֿע, שעמען מעגט איר זיך!“…

פֿאַרענטפֿערט זיך ברכה. זי האָט נישט געװוּסט, אַז ס'איז אַ טײַך. זי האָט געמײנט, אַז מיר זײַנען שױן װידער אױפֿן ים. װאָס קומט איר דערפֿאַר?… זאָגט פּיניע, אַז אים דאַכט זיך, אַז נאָכן ריח אַלײן קאָן מען דערקענען, װעלכעס איז ים און װעלכעס איז אַ טײַך. אַ ים, זאָגט ער, שמעקט מיט פֿיש, און אין אַ טײַך זײַנען קײן פֿיש נישטאָ. פֿרעגט אים דער הײַסינער שנײַדער: פֿון װאַנען איז געדרונגען? ענטפֿערט אים פּיניע, אַז ער רעדט גאָרנישט צו אים, און אַז ער האָט בכלל פֿײַנט אַרײַנלאָזן זיך אין װיכּוחים מיט אַ שנײַדער. מישט זיך שױן אַרײַן משה דער אײַנבינדער, פּעסיעס מאַן. ער מאַכט פּיניען אַן אױסרײד, אַז ער איז איצט אין אַמעריקע, נישט אין „ריסנלאַנד“. אַמעריקע, זאָגט ער, איז אַ לאַנד פֿון שנײַדערס. דאָ אין אַמעריקע, זאָגט ער, איז אַ שנײַדער אַזאַ מיוחס, װי בײַ אונדז דער שענסטער בעל־הבית, און אפֿשר נאָך מער. אין אַמעריקע, זאָגט ער, האָבן שנײַדערס אַ „יוניעunion: פֿאַראײן“. אַ „יוניע“ איז כּמעט דאָס, װאָס בײַ אונדז אַ „צעך“. נאָר די היגע „יוניע“, זאָגט ער, איז גאָרנישט דאָס, װאָס אונדזער צעך…

― און מיר, בעקערס, האָבן זיך אונדזער „יוניע“, ― לײגט צו יונה דער בעקער. ― אונדזער בעקער־יוניע איז אפֿשר אַזױ גרױס, װי די שנײַדער־יוניע.

― זאָגט כאָטש להבֿדיל! ― שלאָגט אים איבער משה דער אײַנבינדער. און עס גײט אַװעק אַ חתונה, װעלכע „יוניע“ איז גרעסער.

― נאָך עטלעכע מינוט, און מיר זײַנען אין „נעװעיאָרקניו־יאָרק“. ― זאָגט פּיניע צו אליהון, בכדי איבערצורײַסן דעם שמועס פֿון די „יוניעס“, װאָס האָט זיך אונדז אַלעמען שױן צוגעגעסן… מיר קוקן זיך אײַן אין דער שטאָט, װאָס װאַקסט פֿאַר אונדזערע אױגן און באַװײַזט זיך אַלע װײַלע נענטער. אַך! װאָס פֿאַר אַ שטאָט! אַך! װאָסערע הױכע הײַזער! קלױסטערס, נישט קײן הײַזער! און פֿענצטער! טױזנט פֿענצטער!… װען איך האָב בײַ זיך איצט אַ בלײַשטיפֿט מיט אַ בױגן פּאַפּיר!

― ו ―

טררראַך־טאַרררערעראַך ― טאַך־טאַך־טאַך! טאַך! דזין־דזין־דזין־גלין־גלאָן! הו־האַ! הו־האַ! הו־האַ! דו־דו־דו־דו־דו! פֿי־יו! אײ־אײ־אײ־אײ־אײ־אײ! און װידעראַמאָל ― טראַך־טאַרררעראַך־טאַך־טאַך־טאַך! און אינמיטן הערט זיך אַ הײזעריקער קװיטש פֿון אַ פֿאַרטשעפּעטן חזיר: כרו! כרו! כרו!… ― אָט דאָס זײַנען געװען די קולות מיט די גװאַלדן, װאָס מיר האָבן דערהערט אין דער ערשטער מינוט, אַז מיר זײַנען אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק. ביז אַהער, כּל־זמן מיר זײַנען געװען אױפֿן װאַסער, זײַנען מיר געװען רויִק. נאָר דאָ, װי באַלד מיר האָבן דערפֿילט, אַז מיר שטײען טאַקע מיט בײדע פֿיס אױף דער ערד, אין דעם רעכטן אַמעריקע, אַזױ איז אױף אונדז אָנגעפֿאַלן אַ שרעק, אַ טומל מיט אַ בהלה…

די ערשטע האָט זיך פֿאַרלױרן די מאַמע. װי אַ ספּאָלאָשעטע הון אַ קװאָטשקע, װאָס ציטערט איבער אירע הינדעלעך, צעשפּרײט זי די פֿליגל, פּיקט און קװאָקעט און הײבט אױף אַ געפּילדער, פּונקט אַזױ האָט אױסגעזען די מאַמע מײַנע. זי האָט צענומען בײדע הענט און געמאַכט אַ גװאַלד: „מאָטל! מענדל! אליהו! ברכה! פּיניע! טײַבל! װוּ זײַט איר? אַהער גײט!“…

― גאָט איז מיט אײַך, שװיגער! װאָס שרײַט איר? ― זאָגט צו איר ברכה, און מײַן ברודער אליהו לײגט צו: „דער סוף װעט זײַן, אַז איבער דײַן געשרײ מיט דײַן געפּילדער װעט מען אונדז אַרױסשיקן צוריק פֿון אַמעריקע!“…

― פּורים נאָכן קאַלטן קוגל! ― כאַפּט אים אונטער אונדזער חבֿר פּיניע און לײגט אַרײַן בײדע הענט אין די קעשענעס, און דאָס קאַפּעליושל אַרױפֿגערוקט אַרױף. ― אַזױ לאַנג קרענקט פֿאָניע־גנבֿ, װי לאַנג מע װעט אונדז שױן פֿון דאַנען פּטור װערן! דו האָסט פֿאַרגעסן, אַז אַמעריקע איז באַשאַפֿן געװאָרן פֿון גאָט אױף שוץ און באַהעלטעניש פֿאַר די אַלע, װאָס װערן געיאָגט און געפּלאָגט, געשטױסן און געטריבן פֿון אַלע עקן פֿון דער װעלט?

דער געדראַנג פֿון מענטשן איז געװען זײער גרױס. אונדזער חבֿר פּיניע האָט שיִער ניט געכאַפּט דעם זעלבן פּסק, װאָס אַנומלטן אין לאָנדאָן, בײַ אונדזער אַרײַנפֿאָרן אין יענער שטאָט אַרײַן. דאָס הײסט, נאָך אַ מינוט און ער װאָלט געלעגן אַ צעקנײטשטער, אַ צעטראָטענער אױף דער גאַס. איצטיקס מאָל איז ער אָפּגעקומען נאָר מיט אַ סטוסאַק אין זײַט אַרײַן. נאָר אַזױ שטאַרק איז געװען דער קלאַפּ, אַז דאָס קאַפּעליושל האָט זיך אַראָפּגעגליטשט בײַ אים פֿון קאָפּ און, אונטערגעכאַפּט פֿונעם װינט, איז דאָס אַװעקגעפֿלױגן אַ ביסעלע אָן אַ זײַט. דאָס האָט צוגענומען בײַ אונדז אומזיסט עטלעכע מינוט איבעריקע צײַט. מיר האָבן דעריבער פֿאַרשפּעטיקט די קאַר. דאָס הײסט, דעם טראַמװײַ. בײַ אונדז הײסט דאָס טראַמװײַ, בײַ זײ ― קאַרcar. פּיניען איז דאָס װאָרט „קאַר“ בעסער געפֿעלן, װי טראַמװײַ. װאָרעם ס'איז קירצער. מיר האָבן אָבער לאַנג ניט באַדאַרפֿט װאַרטן. עס איז באַלד אָנגעקומען נאָך אַ קאַר, און מיר אַלע האָבן זיך אַרױפֿגעקאַראַצקעט מיט די פּעקלעך אױף דער קאַר, פֿאַרכאַפּט אַלע לײדיקע ערטער. און מיר פֿאָרן אין שטאָט אַרײַן.

― דאַנקען השם־יתברך ― פּטור געװאָרן פֿון אַ פּריטשעפּע, פֿון דעם הײַסינער שנײַדער! ― פֿרײט זיך אונדזער חבֿר פּיניע, און מײַן ברודער אליהו זאָגט צו אים: „װאַרט אױס, פֿרײ זיך נאָך ניט! אַז מיר װעלן װערט זײַן בײַ גאָט, װעלן מיר זיך מיט אים נאָך באַגעגענען ניט אײן מאָל אין ניו־יאָרק“…

VI
אין ניו־יאָרק אױף דער סטריטstreet: גאַס
― א ―

דער אַרײַנפֿאָר אין שטאָט ניו־יאָרק איז שרעקלעך. דאָס פֿאָרן אַלײן איז נאָך ניט אַזױ געװאַלדיק, װי דאָס איבערזעצן זיך פֿון אײן װאַגאָן אינעם אַנדערן. איר האָט זיך נאָר װאָס אַרײַנגעזעצט ― אַהאַ! איר פֿליט שױן, װי די אָדלערס, אין דער הײך, איבער אַ לאַנגער שמאָלער בריק אױף צו דערהרגעט װערן. װערט דאָס אָנגערופֿן בײַ זײ „עליװײטערelevator: ליפֿט“. מײנט איר, אַז איר זײַט שױן פֿאַרטיק? האָט צײַט אַביסל. איר קריכט אַרױסעט פֿונעם „עליװײטער“ און איר זעצט זיך איבער אין אַן אַנדער װאַגאָן און איר לאָזט זיך אַראָפּ דורך טרעפּ, װי אין אַ קעלער אַרײַן, און איר לױפֿט אונטער דער ערד מיט אַזאַ אימפּעט, אַז עס שװינדלט אײַך אין די אױגן. דאָס װערט שױן אָנגערופֿן בײַ זײ „צאָבהײsubway: מעטראָ“. פֿאַרװאָס הײסט דאָס „עליװײטער“ און דאָס „צאָבהײ“? ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז „עליװײטער“ נעמט זיך פֿונעם װאָרט „לײטער“. און „צאָבהײ“ זאָגט מען בײַ אונדז אױך, אַז מע טרײַבט אָן אַ פּאָר אָקסן. לאַכט פֿון אים אונדזער חבֿר פּיניע מיט סכּנות. ער זאָגט: „ס'אַ משל אַקעגן אַ טאָרבע פֿלעקער! אָקסן, זאָגט ער, קױם װאָס זײ קריכן, און דאָס פֿליט!“ ענטפֿערט אים דערױף אליהו: „דערױף איז דאָס אַמעריקע, ס'זאָל פֿליִען“… מישט זיך אַרײַן מײַן שװעגערין ברכה און זאָגט, אַז דאָס אײגענע אַמעריקע װאָלט געװען אַ סך בעסער, װען מע זאָל דאָ ניט אַזױ פֿליִען, װי מע פֿליט. זי שװערט זיך, אַז מער פֿאָרט זי שױן ניט, אַן עק! ניט מיטן „עליװײטער“ און ניט מיטן „צאָבהײ“ ― זי זאָל װיסן גליקלעך װערן. זי װעט שױן, זאָגט זי, בעסער גײן צופֿוס, אײדער אַזױ משוגענערװײַז פֿליִען הענדום־פּענדום איבער דער כמאַרע, אָדער לױפֿן אונטער דער ערד. דערבײַ האָט זי געזאָגט אַ װערטל: „הײב מיך ניט און װאַרף מיך ניט“… אַ מאָדנע ייִדענע מײַן שװעגערין. בײַ מיר װאָלט איר, פֿאַרקערט, געפּועלט, איך זאָל אַרומפֿאָרן מיטן „עליװײטער“ און מיטן „צאָבהײ“ אַ גאַנצן טאָג מיט אַ גאַנצער נאַכט. מײַן חבֿר מענדל אױך דאָס אײגענע.

― ב ―

דאַכט זיך, מיר זײַנען שױן אױסגעװען אַ װעלט. דאַכט זיך, מיר האָבן זיך שױן גענוג אָנגעזען מיט די טראַמװײַען אין לעמבערג, אין קראָקע, אין װין, אין אַנטװערפּן און אין לאָנדאָן. נאָר אַזאַ ענגשאַפֿט מיט אַזאַ שטופּן זיך און אַזאַ דערשטיקעניש, װי אָט דאָ, אין דעם גיהנום, האָבן מיר אין ערגעץ ניט געזען! קאָפּ אױף קאָפּ. אײנער אַרױס, צװײ אַרײַן. זיצן איז ניטאָ װוּ. דאַרף מען שטײן. פֿאַלט מען אום. מוז מען זיך אָנהאַלטן בײַם רינג. הײסט עס דאָ „הענגען אױפֿן סטראַפּstrap: רימען“. װערט מען פֿאַרקליאַקנעט. העלפֿט גאָט, עס װערט רײן אַן אָרט, איז פֿאַראַן דערױף אַ סך בעלנים. קױם מיט צרות פֿאַרכאַפּט אַן אָרט. איר קוקט זיך אַרום, זיצט איר צװישן צװײ גױים. בײדע שװאַרצע. אַ נעגער מיט אַ נעגערטע, מגושמדיקע ברואים. מוראדיק גראָבע ליפּן. גרױסע װײַסע צײן און װײַסע נעגל. זײ זיצן און קײַען עפּעס, מעלה־גרהן, אַזױ װי אָקסן. ערשט דערנאָכדעם בין איך געװױרע געװאָרן, אַז דאָס װאָס זײ קײַען װערט אָנגערופֿן בײַ זײ „טשאָינגאָםchewing gum: קײַגומע“. דאָס איז אַזאַ מין קאָנפֿעקט פֿון גומעלאַסטיק. מע האַלט דאָס אין מױל און מע קײַט דאָס. אַראָפּשלינגען טאָר מען דאָס ניט. יונגע באָיעסboys: ייִנגלעך, דאָס הײסט קלײנע ייִנגלעך, אַלטע לײַט און קאַליקעס מאַכן דערפֿון אַ לעבן. אונדזער חבֿר פּיניע, אױב איך געדענקט, איך האָב אײַך אַמאָל דערצײלט, איז בטבֿע אַ גרױסער נאַשער. ער האָט ליב זיסע זאַכן. האָט ער זיך צוגעכאַפּט צו די דאָזיקע קאָנפֿעקטלעך און האָט פּאַװאָלינקע אײַנגעשלונגען אַ גאַנץ שאַכטל. דער סוף איז געװען ― ער האָט זיך אָנגעמאַכט אַ חתונה אין מאָגן, שיִער ניט אָפּגעסמט זיך. דאָקטױרים האָבן אױסגעפּאָמפּעט בײַ אים דורכן האַלדז די טשאָינגאָם. מע האָט אים געראַטעװעט דאָס לעבן. נאָר איך פֿאַרלױף אױף צו פֿריִער. מיר קערן זיך אום צוריק צו אונדזער ערשטן אַרײַנפֿאָר אין דער שטאָט ניו־יאָרק.

― ג ―

דעם גאַנצן װעג, װאָס מיר זײַנען געפֿאָרן אױפֿן „עליװײטער“ און אױפֿן „צאָבהײ“, האָבן אונדזערע לײַט, די מאַנצבילן מיט די װײַבער, געהאַלטן אין אײן רײדן. איך זאָג רײדן, אָבער ס'איז ניט אמת. װער קאָן דאָס רײדן אױפֿן „עליװײטער“? אָדער אױפֿן „צאָבהײ“? אַז דער רעש, מיטן געפּילדער, מיטן גראַגערן פֿון די רעדער, מיטן גרילצן פֿון די רעלסן, מיטן קלינגען פֿון די פֿענצטער מאַכן אײַך טױב. איר אַלײן הערט ניט אײַער קול. איר מוזט שרײַען אײנס צום אַנדערן, װי בעת איר רעדט צו אַ טױבן. אונדזערע לײַט זײַנען אַזש הײזעריק געװאָרן שרײַענדיק. די מאַמע האָט עטלעכע מאָל געבעטן זיך בײַ פּעסיען:

― פּעסיעניו, נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו! לאָזט דאָס איבער אױף שפּעטער!…

מע װערט אַנטשװיגן אױף אַ מינוט און מע הײבט אָבער באַלד אָן װידעראַמאָל צו שרײַען אױף קולי־קולות. װאָרעם מען איז דאָך לעבעדיקע מענטשן, גוטע פֿרײַנט, געװעזענע שכנים. װי אַזױ קאָן מען זיך אײַנהאַלטן און ניט אױסרײדן זיך די הערצער? מע האָט זיך אַזאַ צײַט ניט געזען. און צו רײדן איז דאָ אַזױ פֿיל! אַזױ פֿיל!

― ד ―

אָנגערעדט זיך און אָנגעשריִען זיך װעגן זײַטיקע זאַכן, איז מען אַרױף אױף אַ שמועס װעגן װוּהין צו פֿאַרפֿאָרן און בײַ װעמען אָפּצושטעלן זיך. נאָך אַ סך װיכּוחים און שפּאַרענישן איז געבליבן, אַז די מאַמע און איך און אונדזער חבֿר פּיניע מיט זײַן טײַבלען זאָלן מיר זיך אָפּשטעלן בײַ אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע. און אליהו מיט זײַן װײַב ברכה זאָלן פֿאַרפֿאָרן צו זײער שװער און שװיגער, יונה דעם בעקער און ריװעלע די בעקערין. נו, און מענדל? זאָגט פּעסיע, אַז מענדלען נעמט זי צו זיך. זאָגט ריװעלע די בעקערין ― נײן. בײַ פּעסיען, זאָגט זי, זײַנען, קײן עין־הרע, פֿאַראַן אָן אים אױך אַ היפּש ביסל עסערס. פֿאַרדריסט דאָס פּעסיען. זי זאָגט, אַז ס'איז ניטאָ קײן איבעריקע צײן אין מױל און קײן איבעריקע קינדער בײַ אַ מוטער.

― שאַט! װײסט איר װאָס? לאָמיר פֿרעגן דעם בעל־דבר אַלײן. ― אַזױ זאָגט משה דער אײַנבינדער, פּעסיעס מאַן, און ער טוט אַ פֿרעג בײַ מענדלען: װוּהין װיל ער בעסער ― צו אים אָדער צום בעקער? ענטפֿערט אים מענדל, אַז ער װיל זײַן דאָרטן, װוּ זײַן חבֿר מאָטל. איך אַלײן האָב אױך גאָר אַנדערש ניט געטראַכט, אַז אַזױ באַדאַרף מענדל זאָגן.

― ה ―

― אָט דאָ באַלד, נאָך אײן סטײשןstation: סטאַנציע, סטאַפּןstop: זיך אָפּשטעלן מיר! ― רופֿט זיך אָן יונה דער בעקער שױן אױף אַמעריקאַנער לשון. מיר פֿאַרשטײען ניט, װאָס הײסט „סטײשן“ און װאָס הײסט „סטאַפּן“? פֿאַרטײַטשט ער אונדז, אַז סטײשן הײסט אַ סטאַנציע און סטאַפּן מײנט מען אָפּשטעלן זיך, אַרױסקריכן.

― מחותּן! פֿון װען אָן האָט איר עס אָנגעהױבן רײדן אױפֿן היגן לשון? ― פֿרעגט אים די מאַמע, און ריװעלע די בעקערין ענטפֿערט פֿאַר איר מאַן:

― איך בין אײַך ערבֿ, מחותּנתטע, אַז אין אַ װאָך אַרום װעט איר אױך אָנהײבן רײדן אױפֿן היגן לשון. װאָרעם אַז איר'ט אַרױסקומען אין סטריט און פֿרעגן: װוּ איז דאָ דער קצבֿ? װעט איר מעגן קצבֿן פֿון הײַנט ביז איבערמאָרגן, װעט אײַך קײנער ניט ענטפֿערן.

פֿרעגט די מאַמע:

― װי אַזױ זשע דען זאָל איך זאָגן?

ענטפֿערט שױן פּעסיע די גראָבע:

― איר'ט מוזן זאָגן „דער בוטשערbutcher: קצבֿ“.

― אַזױ לאַנג קרענקען זײ! ― מישט זיך אַרײַן מײַן שװעגערין ברכה. ― זײ זאָלן אַפֿילו אױפֿלױפֿן, װעל איך זײ זאָגן קצבֿ, קצבֿ און קצבֿ!

― ו ―

מיטאַמאָל האָט מען זיך אָפּגעשטעלט. אונדזער מחותּן יונה דער בעקער האָט געכאַפּט די מחותּנתטע ריװעלע די בעקערין מיט מײַן ברודער אליהו מיט מײַן שװעגערין ברכה און האָבן זיך געגעבן אַ לאָז צום אַרױסגאַנג. האָט זיך די מאַמע אױך אױפֿגעהױבן. זי האָט געװאָלט גײן באַגלײטן אירע קינדער, זיך געזעגענען מיט זײ. אױך פּיניע פֿון זײַן זײַט האָט זיך אױפֿגעהױבן, געגאַנגען געזעגענען זיך מיט זײַן חבֿר אליהו און טאַקע אין אײנװעגס אָפּרײדן מיט אים, װוּ און װען מע זאָל זיך זען. נאָר װער? װאָס? װעמען? אײדער מע קוקט זיך אַרום איז שױן יונה דער בעקער מיט דער בעקערין מיט מײַן ברודער אליהו און מיט זײַן װײַב ברכה אױף יענער זײַט. דער קאָנדוקטאָר האָט שױן פֿאַרהאַקט די טיר. דער װאַגאָן האָט זיך געגעבן אַ ריס. אונדזער פּיניע, װי ער איז געשטאַנען פֿאַרטראַכט און צעטומלט, אַזױ האָט עס אים געגעבן אַ שלײַדער פֿון די פֿיס. אין אַ װײַלע אַרום איז ער שױן געלעגן בײַ אַ שװאַרצער גױע (אַ נעגערטע) אױפֿן שױס. האָט אים די נעגערטע געגעבן אַ װאָרף פֿון זיך מיט בײדע הענט, אַזױ, אַז ער איז אַװעקגעפֿלױגן אױף דער צװײטער זײַט באַנק און דאָס קאַפּעליושל צו דער טיר. און טאָמער איז קאַרג, איז נאָך געװאָרן אַ געלעכטער אױך. דער גאַנצער װאַגאָן האָט געלאַכט. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן אױך געלאַכט. האָבן מיר געכאַפּט אַ פּסק פֿון דער מאַמע און פֿון פּיניעס װײַב טײַבל, למאַי מיר לאַכן. גײט, זײַט אַ בריה, אַדרבא, און לאַכט ניט!

― ז ―

אַלצדינג אױף דער װעלט האָט אַן עק. געקומען אַ סוף צו אונדזער אַרײַנפֿאָר אין ניו־יאָרק. מיר זײַנען שױן אױף דער גאַס. דאָ הײסט עס „סטריט“. װען איך זאָל ניט װיסן, אַז מיר זײַנען אין אַמעריקע, װאָלט איך זיכער געמײנט, אַז מיר זײַנען אין בראָד, אָדער אין לעמבערג. די אײגענע ייִדן, די אײגענע װײַבער, די אײגענע געװאַלדן, דאָס אײגענע מיסט, װאָס דאָרטן. ניט מער, דער טומל מיטן האַרמידער איז דאָ אַ סך גרעסער. און דער רעש איז שטאַרקער, הילכיקער. אױך די מױערן זײַנען העכער. אַ סך העכער. זעקס עטאַזשן איז אַ געלעכטער. פֿאַראַן הײַזער פֿון צװעלף עטאַזשן. און פֿון צװאַנציק. און פֿון דרײַסיק. און פֿון פֿערציק. און נאָך העכער. נאָר װעגן דעם שפּעטער. דערװײַל זײַנען מיר מיט אונדזערע פּעקלעך אױף דער סטריט. מיר האָבן נאָך אַ שטיק װעג צו גײן צופֿוס. דאָ הײסט עס ― „װאָקעןwalk: גײן צופֿוס“. און מיר װאָקען. פֿריִער װאָקט משה דער אײַנבינדער מיט זײַנע קורצע פֿיס. נאָך אים װאָקט זײַן װײַב פּעסיע די גראָבע. קױם װאָס די פֿיס טראָגן זי. אַזױ פֿעט און שװער איז זי. נאָך פּעסיען װאָקען פּיניע מיט זײַן טײַבל. פֿון פּיניעס װאָקען קאָן מען בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק. פּיניע, אַז ער װאָקט, טאַנצט ער אונטער מיט זײַנע דינע לאַנגע פֿיס, װאָס פֿאַרטשעפּען זיך אײנער אין דעם אַנדערן. אײן הױז אַראָפּ, דער אַנדערער אַרױף. דאָס קאַפּעליושל אַרױפֿגערוקט. דאָס האַלדז־טיכל אין צפֿון־זײַט. אַ מאָדנע פֿיגור, בעט זיך אױף פּאַפּיר. איך און מײַן חבֿר מענדל װאָקען פֿון הינטן, שפּעטער פֿון אַלעמען. מיר שטעלן זיך אָפּ כּמעט בײַ יעדן פֿענצטער. אונדז איז געפֿעלן, װאָס די אױפֿשריפֿטן זײַנען אױף ייִדיש, און װאָס עס שטײען אַרױסגעשטעלט אַלע ייִדישע זאַכן: סידורים, טלית־קטנס, יאַרמלקעס, מזוזות, מצות ― אין מיטן דערינען, סאַמע אין אָנהײב װינטער, מצות! משמעות, אַ ייִדישע שטאָט. לאָזט מען אונדז אָבער לאַנג ניט שטײן. די מאַמע רופֿט אונדז: „אַהער גײט!“ ― מוז מען גײן.

― ח ―

װער עס האָט ניט געזען די ניו־יאָרקער סטריט ― דער האָט גאָר קײן שײנס ניט געזען. װאָס געפֿינט איר ניט אױף דער סטריט? ייִדן האַנדלען. װײַבער זיצן און שמועסן. קינדער אין די װעגעלעך שלאָפֿן. „קערעדזשעסcarriages“ הײסן דאָ די װעגעלעך. אַלע קערעדזשעס האָבן אײן פּנים. דאָ, אױף דער סטריט, האָרעװעט מען די קלײנע עופֿעלעך מיט מילך פֿון קלײנע פֿלעשעלעך. גרעסערע קינדער שפּילן זיך. און שפּילן שפּילט מען זיך מיט טױזנטערלײ שפּילערײַען: מיט קנעפּלעך, מיט רעדעלעך, אין באָל, אין װעגעלעך, אין שליטעלעך און אין „סקײטסskates: רעדלשיך“. דאָס איז אַ מין זאַך אױף פֿיר רעדלעך, צוגעבונדן צו די פֿיס, און אױף דעם רעדלט מען. מע קאָן טױב װערן פֿון דעם געפּילדער, װאָס די קינדער הײבן אױף אױף דער סטריט. די סטריט געהערט צו די קינדער. קײנער װעט ניט װאַגן זײ פֿון דאַנען צו פֿאַרטרײַבן. און בכלל איז אַמעריקע אַ לאַנד, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן פֿון די קינדערס װעגן. און דערפֿאַר האָב איך ליב דאָס לאַנד. אַנו, לאָז עמעצער פּרוּװן אָנרירן אַ קינד מיט אַ פֿינגער! מײַן ברודער אליהו האָט דאָס פֿאַרזוכט אױף זײַן אײגענער הױט. ער װעט שױן פֿאַרזאָגן אַ צענטן. אַזױ איז געװען די מעשׂה:

אײנמאָל בין איך מיט מענדלען געװען אױף דער סטריט און געשפּילט אין „טשעקעס“. דאָס איז אַ שפּיל מיט קײַלעכיקע הילצערנע קנעפּלעך, װאָס מע שיסט מיט זײ. איז אָנגעקומען סאַמע אין רעכטן שפּיל מײַן ברודער אליהו. האָט ער מיך, נאָך דער אַלטער מאָדע, אָנגעכאַפּט בײַם אױער מיט אײן האַנט און מיט דער אַנדערער געװען גרײט מיר שענקען אַ פּאָר פֿײַנע פּעטש. װאַקסט אױס אַ באָיboy: ייִנגל, אַ „װערגעלעץ“, װי פֿון אונטער דער ערד. ער לױפֿט צו צו מײַן ברודער און רײַסט מיך אַרױס פֿון זײַנע הענט. דערנאָך פֿאַרקאַטשעט ער די אַרבל און זאָגט עפּעס צו אליהון אױף אַמעריקאַנער לשון. נאָר אַזױ װי מײַן ברודער פֿאַרשטײט ניט קײן ענגליש, נעמט דער װערגעלעץ און טראָגט אים אונטער אַ צוגעמאַכטן קולאַק גלײַך אונטער דער נאָז. קלײַבט זיך באַלד צונױף אַ רעדל מיט מענטשן. און מײַן ברודער פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר זײ אױף ייִדיש, אַז ער קער מיך אָן אַ ברודער, מעג ער דעריבער מיט מיר לערנען דרך־ארץ. זאָגן אָבער די צונױפֿגעלאָפֿענע, אַז אין אַמעריקע גײען ניט אָן די זאַכן. אַ ברודער, ניט אַ ברודער, ― שלאָגן אַ קלענערן פֿון זיך טאָר מען ניט…

נו, גײט האָט ניט ליב אַזאַ לאַנד!

― ט ―

דערװײַל האָב איך מיך פֿאַררעדט און גאָר פֿאַרגעסן, אַז מיר זײַנען שױן געקומען אַהינצוצו, װוּ מיר דאַרפֿן זיך אָפּשטעלן. דאָס הײסט, בײַ אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און בײַ איר מאַן משה דעם אײַנבינדער. אַרײַנגעקומען צו זײ אין שטוב, האָבן מיר ניט געטראָפֿן קײנעם פֿון דער כאַליאַסטרע. איך קוק זיך אַרום אױף אַלע זײַטן. איך זוך מיט די אױגן מײַן אַמאָליקן חבֿר „ושתּי“. ניטאָ ניט ושתּי, ניט קײנער. װוּ זײַנען זײ אַהינגעקומען אַלע? װעט איר הערן אַ שײנס.

VII
די כאַליאַסטרע אױף דער אַרבעט
― א ―

איך האָב אײַך געהאַט דערצײלט, אַז מיר זײַנען אַרײַנגעקומען צו אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און צו איר מאַן משה דעם אײַנבינדער אין ניו־יאָרק, האָבן מיר פֿון זײער גאַנצער כאַליאַסטרע קײנעם ניט געטראָפֿן אין דער הײם. װאָס איז די מעשׂה? ― די כאַליאַסטרע איז אױף דער אַרבעט. נאָר אײדער איך װעל אײַך גײן דערצײלן, װאָס פֿאַר אַן אַרבעט יעדער פֿון זײ האָט, באַדאַרף מען אײַך פֿריִער באַשרײַבן, װי אַזױ אַ ייִד אַן אײַנבינדער פֿאַרגינט זיך צו זיצן אין אַמעריקע. ערשטנס, די שטוב. בײַ אונדז אין שטעטל װאָלט פּעסיע די גראָבע גאָר מורא געהאַט אַרױפֿצוקלעטערן אַזױ הױך. מע גײט און מע גײט און מע גײט אפֿשר אױף הונדערט טרעפּ, ביז מע קומט אַרײַן אין אַ דירה־מלוכה. חדרים און חדרימלעך אָן אַ שיעור. דאָ הײסט עס „רומסrooms: דירות“. אין יעדן רום ― בעטלעך מיט קאָלדרעס, מיט פֿאָרהענגלעך אױף די פֿענצטער, און אײן רום, װאָס מע רופֿט דאָס „קיטשעןkitchen: קיך“. בײַ אונדז הײסט עס קיך. נאָר קײן אױװן איז ניטאָ. אַן אײַזערנע פּליטע מיט לעכער אױף צו קאָכן, און װאַסער צאַפּט זיך דאָ פֿון דער װאַנט. קאַלט װאַסער און הײס װאַסער ― װיפֿל איר װילט! איר דאַרפֿט נאָר געבן אַ דרײ מיטן קראַן ― און פֿאַרטיק.

― ב ―

שפּעטער, אַז מײַן ברודער אליהו און זײַן װײַב ברכה זײַנען געקומען צו אונדז געװױרע װערן, װאָס מיר מאַכן, האָט אים אונדזער חבֿר פּיניע אָנגענומען פֿאַר אַ האַנט, אַרײַנגעפֿירט אין קיטשען, באַװיזן די צװײ קראַנען מיט װאַסער און איז אַרױס מיט לשון, װי פּיניע קאָן. ער האָט געזאָגט:

― װאָס זאָגסטו עפּעס, אליהו, אױף קאָלומבוסן? מעג ניט זײַן פֿאָניע די כּפּרה פֿאַר זײַן מינדסטן נאָגל, װאָס אַ חוץ בראָנפֿן און אַ חוץ פּאָגראָמען װײס ער ניט װער עס האָט אים געשלײערט?…

װעט אים דען מײַן ברודער אליהו אָפּשװײַגן? רופֿט ער זיך אָן צו אים, צו פּיניען, הײסט עס: „איצטער ביסטו שױן אינגאַנצן פֿאַר קאָלומבוסן. װאָס האָסטו אָבער געזאָגט פֿריִער אַביסל, אױף עליס אײַלאַנד?“ פֿאַרענטפֿערט זיך פּיניע און זאָגט, אַז עליס אײַלאַנד געהער ניט צו אַמעריקע. עליס אײַלאַנד, זאָגט ער, ליגט אױף דער גרענעץ צװישן אַמעריקע און צװישן אױסלאַנד. זאָגט אָבער מײַן ברודער אליהו, אַז עס הײבט זיך גאָרניט אָן. צעקריגט מען זיך, װי דער שטײגער איז בײַ די צװײ חבֿרים. ביז עס מישט זיך אַרײַן ברכה און מאַכט צװישן זײ אַ שלום. זי זאָגט, אַז זײ װײסן בײדע מער פֿון אַ טױטן, און אַז דעריבער איז זײער קריגן זיך ניט װערט אַן אָפּגעריבענער גראָשן. נאָר איך האָב אײַך אָנגעהױבן צו דערצײלן פֿון משה דעם אײַנבינדערס שטוב און בין אַרױף גאָר אױף אַנדערע זאַכן. האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― מיר קערן זיך אום צוריק צו אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און צו אירע קינדער, צו דער כאַליאַסטרע.

― ג ―

אַװדאי האָט זיך אונדזער משהן און אונדזער פּעסיען קײנמאָל ניט געחלומט אַזאַ גוטס, אַז זײ װעלן זיצן אין אַזאַ שטוב און האָבן רומס. אױף אַלצדינג אַ רום. אױף צו שלאָפֿן אַ רום, הײסט עס „בעד־רוםbedroom: שלאָפֿצימער“. און אױף צו עסן האָבן זײ אַ באַזונדער רום, װאָס מע רופֿט דאָס „דײנינג־רוםdining room: עסצימער“. פֿאַרװאָס עפּעס דײנינג־רום? ברעכן זיך אליהו און פּיניע די קעפּ און קאָנען ניט פֿאַרשטײן. מילא בעד־רום ― װײַל דאָרטן שטײען בעטן. אָבער דײנינג־רום ― װאָס איז די טײַטש „דײנינג“? פֿאַרװאָס ניט „עסרום“? מישט זיך אַרײַן משה דער אײַנבינדער און זאָגט צו זײ:

― צו װאָס זאָלט איר זיך ברעכן אומזיסט דעם מוח? אַבי איך בין אַ באַלעבאָס אין ניו־יאָרק, גאָט צו דאַנקען, און מײַנע קינדער אַרבעטן אַלע מיט גאָטס הילף, און מע מאַכט אַ לעבן אין אַמעריקע…

איך באַקוק אָט דעם משה דעם אײַנבינדער און טראַכט מיר: רבונו־של־עולם! װי אַ מענטש בײַט זיך איבער! אין דער הײם האָט מען אים גאָר ניט געהערט רײדן אַפֿילו. אומעטום און אַלע מאָל איז געװען פּעסיע. ער האָט נאָר געװוּסט מאַכן פּאַפּ און קלעפּן ספֿרים. און דאָ איז ער געװאָרן מיט אַ קאָפּ העכער. אַ קלײניקײט ― אַ מענטש האָט ניט קײן שום דאגות! אַלע קינדער אַרבעטן און ברענגען געלט. איך װעל אײַך אױסרעכענען איטלעכן בײַ די נעמען, װאָס פֿאַר אַן אַרבעט ער טוט און װיפֿל ער פֿאַרדינט. די מאַמע איז מקנא אונדזער שכנה פּעסיע, װאָס גאָט האָט איר געשענקט אַזױ פֿיל קינדער, קײן עין־הרע.

― ד ―

דער עלטערער בחור, קלעצל האָט ער געהײסן אין דער הײם. דאָ הײסט ער סעםSam. פֿאַרװאָס עפּעס סעם? ― װײס איך ניט. איך װײס נאָר, אַז ער פֿאַרדינט שױן געלט. ער איז אײַנגעשטעלט אין אַ „פּײפּערבאַקס־פֿעקטאָריpaper-box factory: פֿאַבריק פֿון פּאַפּירענע קאַסטנס“. איר װײסט דאָך אָבער ניט מיט װאָס מען עסט דאָס, באַדאַרף מען אײַך פֿאַרטײַטשן. דאָס איז אַ פֿאַבריק, װוּ מע מאַכט שאַכטלען פֿון קאַרטאָן־פּאַפּיר. מײנט ניט, אַז דאָס איז אַזאַ שװערער דזשאַבjob (דזשאַב הײסט אַ מלאָכה). ער אַלײן בסך־הכּל מאַכט נאָך ניט קײן שאַכטלען. ער צעטראָגט זײ נאָר. הײסט עס דאָ אױף זײער לשון: ער „דעליװערטdeliver: אָפּברענגען“ זײ. דאָס הײסט, ער נעמט אין יעדער האַנט אַ באָנדלbundle: בינטל שאַכטלען פֿון אַ צען טוץ און לױפֿט מיט זײ איבער די ענגע סטריטן, צװישן קאַרס און אױטאָמאָבילס. מע דאַרף אַכטונג געבן, זײ זאָלן חלילה ניט צעקװעטשט װערן. ער באַקומט דערפֿאַר דריטהאַלבן טאָלער אַ װאָך און האָפֿט אױף אַ „רעיזraise“, דאָס הײסט, אױף אַ הוספֿה. ס'איז מעגלעך, אַז מיט דער צײַט זאָל ער נעמען דרײַ טאָלער אַ װאָך. דאָס איז דערװײַל. שפּעטער אַביסל, זאָגט אים צו דער באָסboss (אַ באַלעבאָס הײסט דאָ „באָס“), אַז ער װעט אים אױסלערנען די אַרבעט, װי אַזױ צו מאַכן די שאַכטלען. ער זאָגט צו אים: „דו זײַ נאָר אַ גודgood: גוטער באָי, װעסטו זײַן אָללרײַט“. אױף אונדזער לשון הײסט עס: „זײַ אַ מענטש, װעסטו עסן אין סוכּה“.

― ה ―

דאָס צװײטע בחורל, װאָס מע האָט אים אַמאָל גערופֿן װעלװל קאָטער, און הײַנט הײסט ער שױן װיליWillie, איז אױך אַ דעליװער־באָי, דאָס הײסט, אַ ייִנגל, װאָס מע שיקט אים. ער איז אין אַ „גראָסערי־סטאָרgrocery store“. בײַ אונדז הײסט עס אַ „באַקאַלײנע קלײט“. דאָס איז שױן אַביסל אַ שװערער דזשאַב. מע דאַרף זיך פֿעדערן גאַנץ פֿרי, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך. מע דאַרף קודם אױססאָרטירן און אױספּאַקן אַלע אָרדערס. דערנאָך צעטראָגן די באָנדלס צו די קונים. דאָ הײסן זײ „קאָסטאָמערסcustomers“. אין די באָנדלס געפֿינען זיך זעמעלעך, פּוטער, קעז, אײער, צוקער, מילך, קרים ― סמעטענע הײסט עס. מע דאַרף זיך מיט דעם דראַפּען אױף צװײ הונדערט טרעפּ אױף דעם „טאַפּ־פֿלאָרtop floor“, דאָס הײסט, גאַנץ אױבן אונטערן דאַך. און דאָס באַדאַרף אָפּגעטאָן װערן גיך, אין אײן אָטעם, װאָרעם ער דאַרף נאָך קומען צוריק אין סטאָר צוקערן דאָס מיסט, אױפֿראַמען און טאָן נאָך עפּעס אַן אַרבעט ביז האַלבן טאָג. נאָך האַלבן טאָג איז ער פֿרײַ. באַקומען באַקומט ער ניט קײן סך. אינגאַנצן פֿופֿצן סענט אַ טאָג, אַ חוץ פֿרײַטיק. פֿרײַטיק באַקומט ער אַ גאַנצן קװאָדער מיט אַ חלה אױף שבת.

― ו ―

דאָס, װאָס איך האָב אײַך דערצײלט אױבן, קער זיך אָן מיט די גרעסערע בחורים. די קלענערע לאָזט מען דאָ ניט אַרבעטן אינדערפֿרי. מחמת דאָ, אין אַמעריקע, מוזן קלײנע קינדער לערנען, גײן אין סקולschool, דאָס הײסט, אין חדר אַרײַן. אַניט ― טוט זיך חושך. און לערנען לערנט מען אומזיסט. און מען גיט אײַך נאָך צו ביכער אױך. אונדזער חבֿר פּיניע, אַז ער האָט דאָס דערהערט, איז ער געװאָרן אױסער זיך. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז בײַ אונדז, אין דער הײם, לאָזט מען גאָר ייִדישע קינדער ניט אַרײַן אין גימנאַזיע. און דאָ, אין אַמעריקע, שלעפּט מען אײַך מיט געװאַלד. אַניט ― װעט איר צאָלן שטראָף. „צוליב דעם אַלײן, זאָגט פּיניע, װאָלט זיך פֿאָניע געמעגט באַגראָבן אַ לעבעדיקער אין דער ערד אַרײַן!“…

נאָר אַזױ װי אין סקול גײט מען נאָר אַ האַלבן טאָג, קאָן מען דעם אַנדערן האַלבן טאָג עפּעס טאָן און פֿאַרדינען אַ פּאָר טאָלער. טוען זײ טאַקע אַזױ, פּעסיעס קלענערע קינדער. אײנער, אָט דער װאָס מע רופֿט אים טשערנאָהוז, אַרבעט אין אַן אַפּטײק. דאָ הײסט עס אַ „דראָג־סטאָרdrugstore“. ער װאַשט פֿלעשלעך, גײט אין פּאָסט־אָפֿיס נאָך מאַרקעס. דאָ הײסט עס „סטעמפּסstamps“ און עס פֿאַרקױפֿט זיך אין דער אַפּטײק. ער באַקומט פֿאַר זײַן אַרבעט, נאָר פֿאַר אַ האַלבן טאָג, אַ טאָלער מיט אַ קװאָדער אַ װאָך. „עס גײט ניט צופֿוס“ ― זאָגט משה דער אײַנבינדער און נעמט צו בײַ אים דאָס געלט.

― ז ―

פֿײַטל פּעטעלעלע, דאָ הײסט ער שױן פֿיליפּPhillip, גײט אױך אַ האַלבן טאָג אין סקול, און דעם אַנדערן האַלבן טאָג פּעדלט ער מיט ייִדישע גאַזעטן. דאָ הײסט עס „פּײפּערסpapers“. ער לױפֿט אַרום אױף איסטEast: מיזרח־בראָדװײ ― אַזאַ סטריט ― און שרײַט: „פּײפּערס, פּײפּערס!“ און רופֿט דערבײַ אױס דעם נאָמען פֿון יעדן פּײפּער. ער מאַכט דערפֿון פֿון פֿערציק ביז פֿופֿציק סענט אַ טאָג, און אַמאָל מער אױך. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס גײט אױך אַװעק צום פֿאָטער אין טאָפּ אַרײַן. אַלע פֿאַרדינען, און דער אײַנבינדער האַלט זײ אַלעמען אױס.

― ח ―

אַלע פֿאַרדינען. אַפֿילו מײַן חבֿר הערשל, דער װאָס מיט דער גולקע און װאָס מע רופֿט אים דערפֿאַר „ושתּי“. דאָ הײסט ער שױן ניט ושתּי און ניט הערשל, נאָר הערריHarry, און לערנט אין סקול. דעם אַנדערן האַלבן טאָג נאָך דער סקול שטײט ער בײַ אַ סטענדstand: סעמער אין ריװינגטאָןRivington סטריט בײַ אַ באַקאַנטער ייִדענע, טאַקע פֿון אונדזער שטעטל, און העלפֿט איר פֿאַרקױפֿן רײַז, גרױפּן, הירזש, אַרבעס, בעבלעך, ניס, ראָזשינקעס, מאַנדלען, פֿײַגן, טײטלען, באָקסערן און זױערע אוגערקעס אױך. קײן סך אַרבעט דערבײַ האָט ער ניט. ער דאַרף נאָר אַכטונג געבן, מע זאָל ניט צעשלעפּן. װאָרעם אַ ייִדענע, אַז זי גײט צו פֿרעגן אױף גרױפּן, כאַפּט זי אַרײַן דערװײַל אַ ראָזשינקע, אָדער אַ מאַנדל, אָדער אַ טײטל אין מױל אַרײַן. דערפֿאַר כאַפּט ער אָבער אַלײן אָפֿטלעך אַרײַן פֿון די זיסע זאַכן. ושתּי אָדער העררי װעט מיר ניט פֿאַרלײקענען. ער האָט זיך מיר מודה געװען, אַז ער האָט זיך אײנמאָל אַזױ צוגעכאַפּט צו די ראָזשינקעס, אַז עס האָט אים נאָכדעם דרײַ טעג װײ געטאָן דער בױך. באַקומען באַקומט ער פֿאַר זײַן אַרבעט גאָרניט. בילתּי נאָר דאָס, װאָס עס פֿאַלט אים אַרײַן פֿאַר העלפֿן אָפּטראָגן אַ קאָסטאָמער. קריגט ער דערפֿאַר אַ פּעני אָדער צװײ. און אַמאָל אַ ניקלnickel ― פֿינף סענט. בײַ אונדז הײסט עס „נאַ טשײַна чай: פֿאַר טײ“. דאָ הײסט עס אַ „טיפּtip: טרינקגעלט“. דאָס ברענגט אים אַרײַן ביז אַ טאָלער אַ װאָך. אין דער הײם האָט ושתּי קײן קאָפּיקע קײנמאָל ניט געזען אין חלום אַפֿילו. סײַדן פּורים בײַ שלח־מנות פֿונאַנדערטראָגן. איז אָבער פּורים נאָר אײן מאָל אין יאָר. און דאָ איז בײַ אים פּורים אַלע טאָג. אַלע טאָג פֿאַרדינט ער געלט.

― קאָלומבוס! ביסט װערט, מע זאָל דיך אָפּגילטן! ― האָט געזאָגט אונדזער חבֿר פּיניע, װען ער איז דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ ריװינגטאָן סטריט און דערזען ושתּין בײַם סטענד. ער האָט אים געגעבן צו לײזן דרײַ סענט פֿאַר באָקסערן און אײן סענט ושתּין „נאַ טשאַיאָקна чаюк: פֿאַר אַ טײ“, אָדער אַ „טיפּ“, װי עס הײסט דאָ, אין אַמעריקע.

― ט ―

און משה דער אײַנבינדער אַלײן זיצט אױך ניט לײדיק. ער פֿאַרנעמט זיך ניט מיט אײַנבינדערײַ, װי אין דער הײם, מחמת דאָ, אין אַמעריקע, זאָגט ער, דאַרף מען צו דער מלאָכה האָבן אַ מטמון מיט געלט אױף צו דינגען אַ סטאָר, קױפֿן אינסטרומענטן און האָבן באַקאַנטשאַפֿט. און װידער, זאָגט ער, זײַן אַ „האַנט“ בײַ יענעם, דאָס הײסט גײן דינען ― איז שױן ניט די יאָרן. האָט מען אים געגעבן אַן עצה ― צװישן ייִדן װערט מען ניט פֿאַרפֿאַלן, ― אַז ער זאָל זיך אײַנפֿיקסןfix: פֿאַרריכטן אַ סטענד פֿון ספֿרים, ביכער און ביכלעך אױף עסעקסEssex סטריט, װעט ער מאַכן אַ לעבן. אונדזער חבֿר פּיניע איז דאָס אַזױ געפֿעלן, אַז ער זאָגט, ער װאָלט אױך אַ בעלן געװען האָבן אַזאַ פּרנסה. און געפֿעלן איז דאָס אים, זאָגט ער, דערפֿאַר, װײַל אַרום דעם װאָס מע גײט שמירט מען זיך. פּיניע האָט ליב ספֿרים און ביכער, װי אַ פֿיש האָט ליב װאַסער. ער, אַז ער כאַפּט זיך צו צו אַ בוך און שטעקט אַרײַן דעם שפּיץ נאָז, װעט איר אים ניט אָפּרײַסן.

― י ―

און אַפֿילו אונדזער מחותּן, יונה דער בעקער, פֿאַרנעמט זיך אױך ניט מיט זײַן פֿריִעריקער מלאָכה, דאָס הײסט, מיט בעקערײַ. פֿאַרװאָס? אַלץ די אײגענע מעשׂה. אױף צו עפֿענען אַ בעקערײַ באַדאַרף מען, זאָגט ער, דאָ האָבן ראָטשילדס פֿאַרמעגן. און אױסער דעם, באַדאַרף מען, זאָגט ער, באַלאַנגען צו דער „יוניע“. און ער איז דערױף, זאָגט ער, שױן צו אַלט. און גײן אַרבעטן בײַ יענעם ניט אין אַ „יוניע“ האָט ער מורא, אַז טאָמער מאַכט זיך אַ שטרײַק ― און דאָס איז אין אַמעריקע אַלע טאָג, ― קאָן ער קריגן אַ צעשפּאָלטענעם קאָפּ. װאָס־זשע טוט מען? איז דאָך שלעכט. האָט מען אים געגעבן אַן עצה, אַז קײן ברױט און קײן חלה זאָל ער טאַקע ניט באַקן. נאָר װאָס דען? ― קנישעס! הײמישע קנישעס. מילכיקע מיט קעז, אָדער פּאַרעװע מיט קרױט. און װאָס זאָלט איר קלערן ― אונדזער מחותּן מאַכט ניט שלעכט. גאָרניט שלעכט! זײַנע קנישעס האָבן אַ שם אױף דער איסט־סײַדEast Side: מיזרח־זײַט פֿון שטאָט. אַז איר'ט גײן אױף עסעקס סטריט, װעט איר דערזען אָנגעשריבן אױף אַ פֿענצטער מיט גרױסע אותיות אױף ייִדיש: בכּאַן פֿאַרקױפֿט מען הײמישע קנישעס ― זאָלט איר װיסן, אַז דאָס איז אונדזער מחותּן, מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דער בעקער. און טאָמער װעט איר זען טאַקע אױף דער אײגענער סטריט, אַקוראַט אַקעגן, אױך אַ ייִדישן אױפֿשריפֿט און אױך מיט גרױסע אותיות: בכּאַן פֿאַרקױפֿט מען הײמישע קנישעס ― זאָלט איר װיסן, אַז דאָס איז שױן ניט אונדזער מחותּן יונה דער בעקער. דאָס האָט מען שױן געמאַכט אים אַ קאָנקורענציע. זאָלט איר אַהינצו ניט גײן. גײן זאָלט איר בעסער צו אונדזער מחותּן, צו מײַן ברודער אליהוס שװער. אַ סימן װעט איר האָבן, אַז איר װעט אַרײַנקומען, װעט איר באַלד דערקענען אונדזער מחותּן ― ער איז אַ בײזער. און אױב איר װעט ניט דערקענען אים, װעט איר דערקענען זי, אונדזער מחותּנתטע, ריװעלע די בעקערין. זי איז מיט אַ גױדער און טראָגט קאַרעלן. און מײַן שװעגערין ברכה װעט איר דאָך געװיס דערקענען. זי האָט גרױסע פֿיס. און איר קלײן שװעסטערל, אַ ראַבעטינע מײדל מיט אַ צעפּל, דרײט זיך דאָרט אַרום. זי הײסט אַלטע, און מע האָט זי מיר אַמאָל געהאַט גערעדט פֿאַר אַ כּלה. נאָר פֿון איר װעלן מיר שמועסן אַן אַנדערש מאָל.

VIII
מיר זוכן אַ דזשאַב
― א ―

מען קאָן ניט באַקלאָגן זיך. מיר זײַנען זײער אָנגעלײגטע געסט בײַ אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און בײַ איר מאַן משה דער אײַנבינדער. און עס איז אונדז דאָרט גאָר ניט שלעכט. און פֿרײלעך איז אױך גענוג. װער שמועסט זונטיק, דער טאָג, װאָס די כאַליאַסטרע איז פֿרײַ, ― דעמאָלט איז אַ לעבן. מיר נעמען זיך צונױף אַלע, גאַנץ קלײנװאַרג ― און מײַן חבֿר מענדל אױך מיט אונדז ― און מיר גײען אַװעק אין טעאַטער אַרײַן. איך מײן דאָס די „מוּװינג־פּיקטשורסmoving pictures: פֿילמען“. עס קאָסט אַ ניקל אַ פּאַרשױן, און איר זעט זיך אָן אַזעלכע װוּנדײרים, אַז דער קאָפּ דרײט זיך אַזש! איך זאָל זײַן דעם קײסערס אַ זון, אָדער דזשײקאָב שיפֿסJacob Henry Schiff 1847-1920 אַן אײניקל, װאָלט איך גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט געלעגן אין די מוּװינג־פּיקטשורס. איך װאָלט גאָר קײנמאָל ניט אַרױסגעקראָכן פֿון דאָרטן. מײַן חבֿר מענדל אױך דאָס אײגענע. און ושתּי, דער װאָס הײסט שױן הײַנט העררי, אױך אַזױ. גײט זשע אָבער רעדט מיט מײַן ברודער אליהו, זאָגט ער, אַז ס'איז אַ שטותערײַ. ס'איז גאָרניט, זאָגט ער. ס'איז פֿאַר קינדער. פֿרעגט זיך אַ קשיא: װי באַלד אַז פֿאַר קינדער, פֿאַרװאָס־זשע רײַסט זיך אַהינצו אונדזער חבֿר פּיניע? און זײַן װײַב טײַבל? און מײַן שװעגערין ברכה? האָט מײַן ברודער אױף אַלצדינג אַ תּירוץ. די װײַבער, זאָגט ער, האָבן אַזױ פֿיל שׂכל, װיפֿל די קינדער. און פּיניע, זאָגט ער, רײַסט זיך אַהין נאָר אים, אליהון, אױף צו להכעיס. דער שפּיץ איז געװען, אַז אליהו האָט אַזױ לאַנג גערעדט, ביז ער איז אײנמאָל אין אַ זונטיק אױך מיטגעגאַנגען מיט אונדז. פֿון דעמאָלט אָן לאָזט ער ניט דורך קײן אײן זונטיק און גײט אין די מוּװינג־פּיקטשורס. מיר גײען אַלע. יונג און אַלט. קלײן און גרױס. אַפֿילו פּעסיע און משה און אונדזערע מחותּנים ― אַלע אַלע. נאָר די מאַמע גײט ניט. „איר מאַן, זאָגט זי, װעט ליגן אין דער ערד, און זי װעט גײן אין טריאַטער ― ניט דערלעבן װעלן דאָס, זאָגט זי, אירע שׂונאים!“…

― ב ―

עס איז ניט שלעכט בײַ אונדזערע שכנים. טאַקע גאָר־גאָר ניט שלעכט. עס איז אָבער ניט קײן תּכלית כּסדר זײַן בײַ יענעם אַ גאַסט. מע באַדאַרף עפּעס זען אַ טועכץ, „טרײַען אַ דזשאַב“. אין אַמעריקע באַדאַרף יעדער „מאַכן אַ לעבן“. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. ער גײט אַרום פֿאַרזאָרגט מער פֿון אַלעמען. ער קומט אַלע טאָג צו אונדז פֿון זײַן שװער יונה דעם בעקער און זעצט זיך אַװעק מיט דער מאַמע רײדן װעגן תּכלית. ברכה זיצט אױך דערבײַ. און אונדזער חבֿר פּיניע איז אױך דאָ. ער, פּיניע, האָט פּלאַנען און פּראָיעקטן אָן אַ שיעור. נאָר אַלע זײַנע פּלאַנען טױגן אױף כּפּרות. דאָס הײסט, טױגן טױגן זײ, נאָר זײ געפֿעלן ניט מײַן ברודער אליהו. און טאָמער געפֿעלט עס אליהון, געפֿעלט דאָס ניט ברכהן. למשל, פּיניען איז געקומען אַ געדאַנק, אַז ער און אליהו און ברכה און טײַבל זאָלן אַלע פֿיר גײן אַרבעטן אין שאַפּ און װערן שנײַדערס. דאָס הײסט, נײען אױף דער מאַשין. דאָ רופֿט מען דאָס „אָפּרײטערסoperators“. זאָגט אָבער ברכה, אַז ס'איז ניט כּדאַי געװען צוליב דער שײנער מלאָכה אַװעקװאַרפֿן די הײם, זיך אײַנשטעלן דאָס לעבן איבערן ים און װערן שנײַדערס אױף דער עלטער. ענטפֿערט איר דערױף אליהו, אַז ער װײסט ניט װאָס איז שענער ― פֿאַרקױפֿן קנישעס אױף עסעקס סטריט, אָדער אַרבעטן בײַ דער מאַשין? װערט ברכה אָנגעצונדן, למאַי אליהו װאַרפֿט איר אױס קנישעס. זי גיט אים אָנצוהערעניש, אַז װען ניט איר טאַטנס קנישעס אױף עסעקס סטריט, װאָלטן זײ אַלע געשװאָלן פֿאַר הונגער…

― ג ―

אונדזער חבֿר פּיניע האָב איך ליב נאָר פֿאַר זײַן רײדן. ער, אַז ער צעהיצט זיך, איז אַ חיות צו הערן. אױסגעהערט אַלעמענס טענות, כאַפּט ער זיך אױף, מאַכט מיט בײדע הענט און לײגט־אַװעק אַ מענה־לשון. איך געדענק איטלעכס װאָרט. אָט װי אַזױ פּיניע האָט גערעדט:

― אָ! איר פֿינצטערע, װילדע מענטשן װאָס איר זײַט! אין אײַך ליגט טיף אײַנגעװאָרצלט דער גלות פֿון יענעם װיסטן לאַנד פֿון פֿאָניע, ימח־שמו־וזכרו! אַמעריקע איז אָבער ניט חזיר־לאַנד! אַלע מיליאָנערן און מיליאַרדערן אין אַמעריקע האָבן יונגערהײט געאַרבעט שװער און ביטער. װער אין שאַפּ, און װער אױף דער סטריט. פֿרעגט בײַ ראָקענפֿעלערRockefeller, קאַרנעגיAndrew Carnegie 1835–1919, מאָרגעןJohn Pierpont Morgan Jr. 1867-1943, װאַנדערבילדVanderbilt, װאָס זײַנען זײ געװען אַמאָל? צי האָבן זײ ניט געקערט די סטריט? צי האָבן זײ ניט אַרומגעטראָגן קײן פּײפּערס אױף צו פֿאַרקױפֿן? צי האָבן זײ ניט געפּוצט פֿרעמדע שיך פֿאַר אַ ניקל? צי נעמט, למשל, דעם קעניג פֿון אױטאָמאָבילן, מיסטער פֿאָרדHenry Ford 1863-1947, ― פֿרעגט אים, צי איז ער ניט געװען אַמאָל אַ שאָפֿער, אַן אָנטרײַבער? אָדער נעמט גאָר די גרױסע מענטשן, אַ שטײגער, אַ װאַשינגטאָןGeorge Washington 1732-1799, אַ לינקאָלןAbraham Lincoln 1809-1865, אַ רוזװעלטTheodore Roosevelt Jr. 1858-1919― זײַנען זײ דען געבױרן געװאָרן גרױסע מענטשן, פּרעזידענטן? צי אַפֿילו איצטיקער פּרעזידענט װילסאָןThomas Woodrow Wilson 1856-1924, זאָל ער מיר מוחל זײַן, איז ניט געװען קײן מלמד?…

― ד ―

דאָס קאָן שױן מײַן ברודער אליהו ניט פֿאַרטראָגן. ער האַקט איבער אונדזער חבֿר פּיניען סאַמע אין מיטן:

― ע, פּיניע, דו רעדסט שױן על־ה′ ועל־משיחו און אױף „ננתּקה“! דו פֿאַרגעס נאָר נישט, אַז דערװײַל איז װילסאָן מלך…

נאָר פּיניע, אַז ער צעהיצט זיך, איז געפֿערלעך. ער לאַכט זיך אױס פֿון מײַן ברודער אליהו:

― כאַ־כאַ! מלך? װאָס מיר מלך? װער מיר מלך? ניטאָ קײן מלך אין אַמעריקע! אַ פֿרײַע מדינה! אַ דעמאָקראַטיטשעסקע!…

― בקיצור, איז ניט קײן מלך, איז ער פּרעזידענט, װאָס איז די נפֿקא־מינה? ― פּרוּװט זיך אליהו. און פּיניע האַקט אים אָפּ:

― ס'אַ גרױסע נפֿקא־מינה! פֿון מלך ביז פּרעזידענט איז אַזאַ חילוק, װי פֿון „יכּכּה“ ביז „יבבה“! אַ מלך איז אַ מלך, און אַ פּרעזידענט איז אַ פּרעזידענט! אַ מלך איז בירושה, און אַ פּרעזידענט קלײַבט מען אױס. װילן מיר ― איז װילסאָן פּרעזידענט אױף נאָך פֿיר יאָר, װילן מיר ניט ― איז ער צוריק אַ מלמד. און דאָס װײסטו, אַז אין עטלעכע יאָר אַרום קאָן איך אױך זײַן פּרעזידענט?

― דו? אַ פּרעזידענט?…

― איך ― אַ פּרעזידענט!…

― ה ―

זינט איך קען מײַן ברודער אליהו האָב איך אים נאָך קײנמאָל ניט געזען אַזױ לאַכנדיק, װי איצט. מײַן ברודער אליהו, װײסט איר דאָך, איז בכלל אַ מענטש אַ פֿאַרזאָרגטער, אַ מרה־שחורהניק. זעלטן װען איר זעט אים, ער זאָל לאַכן. און אַפֿילו אַז ער לאַכט, איז אױך נאָר מיט אַ האַלבן מױל. איצטיקס מאָל איז עפּעס אָנגעפֿאַלן אױף אים אַזאַ געלעכטער, אַז מײַן מאַמע האָט זיך אַזש איבערגעשראָקן פֿאַר אים. עס איז אָבער טאַקע געװען פֿון װאָס צו לאַכן. מע האָט באַדאַרפֿט נאָר אַ קוק טאָן אױף אונדזער חבֿר פּיניען, װי אַזױ ער האַלט די הענט אין די קעשענעס פֿון זײַנע שמאָלע הױזן, װאָס קױם זײ כאַפּן אַרום די נײַע גרױסע אַמעריקאַנער שיך, אױפֿן האַלדז־טיכל, װאָס טײַבל מאַכט אים אַלע מאָל צו־רעכט, ס'זאָל ליגן גלײַך, און עס פֿאָלגט ניט, כאָטש גיב דעם אַ קרענק, און אױף זײַן האַרט קלײן אַמעריקאַנער קאַפּעליושל, װאָס װיל ניט זיצן אױף אײן אָרט, און דער עיקר ― אױף זײַנע קורצזיכטיקע אױגן מיט זײַן שפּיצעכיקער נאָז, װאָס קוקט־אַראָפּ אין מױל אַרײַן.

― רבונו־של־עולם! אָט דאָס װעט זײַן אַמאָל אַ פּרעזידענט?… זײט אַ בריה און לאַכט ניט!

― ו ―

גוט אָנגעלאַכט זיך, רופֿט זיך אָן מײַן ברודער אליהו צו דער מאַמע אַזױ:

― מילא, אונדז האָט שױן אונדזער פּיניע באַװאָרנט. מיר גײען אַלע אין שאַפּ און װעלן נײען קלײדלעך אױף דער מאַשין. און פּיניע אַלײן איז דאָך אַװדאי שױן אַ באַװאָרנטער מענטש ― ער װעט דאָך זײַן, אם ירצה השם, אַ פּרעזידענט… װאָס טוט מען אָבער מיט אונדזער קלײנװאַרג?

דאָס מײנט ער מיך און מײַן חבֿר מענדל. ער קאָן ניט לײַדן, װאָס מיר גײען אַרום בטל. ער איז אין כּעס סכּנות, למאַי מיר דרײען זיך אַרום איבער דער סטריט און שפּילן אין „באָל“ אָדער אין „טשעקעס“ (בײַ אונדז הײסט עס „מיאַטשмяч: פּילקע“ און „קנעפּלעך“). ער האָט זיך אַ פּרוּװ געטאָן מיך אָנצונעמען בײַם אױער, געדענקט איר דאָך, װאָס פֿאַר אַ מיאוסן פּסק ער האָט געכאַפּט פֿון אַ „װערגעלעץ“, װאָס האָט אים צוגעשטעלט אַ קולאַק אין נאָז אַרײַן ― ער זאָל װיסן, אַז אין אַמעריקע קאָן מען זיך „פֿײַטעןfight: זיך שלאָגן“, דאָס הײסט שלאָגן, נאָר מיט אַ גלײַכן.

― װאָלט איר שױן געהאַט אַזאַ דאגה מיט זיך, װי איר האָט אַ דאגה מיט די קינדער!… ― רופֿט זיך אָן משה דער אײַנבינדער און דערמיט גיט ער אונדז אָנצוהערעניש, אַז מיר זײַנען טאַקע זײער װױלע געסט, נאָר ס'איז שױן צײַט, מיר זאָלן עפּעס טאָן, עפּעס אַלײן פֿאַרדינען אונדזער שטיקל ברױט…

― ז ―

הײַנט אונדז, מײנט איר, איז דאָס אײַנגענעמען צו זיצן בײַ יענעם אױף לאַסקאַװע ברױט? מײַן מאַמע העלפֿט אױס פּעסיען אין קיטשען. זי באַקט און קאָכט און װאַשט און רױמט. אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב טײַבל פֿאַרבעט די בעטן און קערט אױס די רומס. פּיניע אַלײן העלפֿט משה דעם אײַנבינדער אױפֿן סטענד בײַ די ספֿרים. כאָטש דעם אמת זאָגן, איז פֿון פּיניעס הילף נישטאָ אַ סך צו װאַרטן. װאָרעם פּיניע, אַז ער דערזעט ספֿרים, איז אים ניט אָפּצורײַסן. שטעקט ער אַרײַן די נאָז אין אַ בוך ― איז אַ גוטן טאָג! דאָס אַלײן װאָלט נאָך אױך ניט אױסגעמאַכט. האָט ער אַ טבֿע ― ער דראַקעט. גאָט האָט אים צוגעשיקט אַ פֿאָנטאַן־פּען, װאָס די טינט גײט ניט אױס אײביק און אײביק. פּאַפּיר איז דאָ װאָלװל, װעלװעלער פֿון באָרשטש, ― זיצט ער און דראַקעט.

― דו לערנסט זיך שרײַבן? ― פֿרעגט אים אליהו. נאָר פּיניע ענטפֿערט אים ניט. ער לײגט־צונױף דאָס אָנגעשריבענע און באַהאַלט עס װײַט־װײַט אין די זײַט־קעשענעס פֿון פּידזשאַק פֿון בײדע זײַטן, און ער זעט אױס װי געשװאָלן.

― ח ―

מיר, איך און מײַן חבֿר מענדל, זיצן אױך ניט לײדיק. ביז מיר װעלן אַמאָל קריגן אַ דזשאַב, העלפֿן מיר אױס דער כאַליאַסטרע װי װײַט מעגלעך. איך העלף דעם עלטערן באָי קלעצל, װאָס מע רופֿט אים איצטער „סעם“, בײַם צעטראָגן די פּעקלעך פֿון די פּײפּער־באָקסעס. און מײַן חבֿר מענדל רײַבט זיך אַמאָל אַרום װעלװלען, װאָס הײַנט הײסט ער „װילי“, אין דער באַקאַלײנע סטאָר, און אַמאָל אַרום פֿײַטלען, װאָס מען רופֿט אים הײַנט „פֿיליפּ“, דער װאָס פּעדלט מיט ייִדישע „פּײפּערס“. פֿאַר אונדזער אַרבעט באַקומען מיר פֿון זײ ניט קײן שום געצאָלט, אַ חוץ נאָר, װאָס זײ נעמען אונדז זונטיק אױף זײערע הוצאָות אין טעאַטער, איך מײן, אין די מוּװינג־פּיקטשורס. און אַז מיר גײען אַרױס פֿון די מוּװינג־פּיקטשורס, זײַנען זײ אונדז מכבד מיט „מאָראָזשענעмороженое: אײַזקרעם“. דאָ הײסט עס „אײַז־קריםice cream“, און מע עסט דאָס אָדער מיט צװײ שטיקלעך ביסקװיט, װאָס זעט אױס װי אַ פּורימדיק פֿלעדל, אָדער מע טרינקט עס מיט סאָדע־װאַסער. דערנאָך „נעמען מיר אַ װאָקwalk“, אַ שפּאַציר הײסט עס, אין פּאַרק. און פּאַרקן זײַנען דאָ אין ניו־יאָרק אַ סך, און אומעטום לאָזט מען אײַך אַרײַן אומזיסט, אָן געלט. אַמעריקע איז שױן אײן מאָל אַ לאַנד! װוּהין איך װיל ― אַהין גײ איך, און װאָס איך װיל ― דאָס טו איך.

― ט ―

האָב איך צײַט, כאַפּ איך זיך אַראָפּ צו מײַן אַמאָליקן חבֿר ושתּי )הײַנט הײסט ער שױן העררי(. איז אָבער זײַן באָסיכע )באַלעבאָסטע( פֿונעם סטענד ניט צופֿרידן. זי האָט באַמערקט, אַז ושתּי רוקט מיר אונטער אַמאָל אַ באָקסער און אַמאָל אַ פּאָר ראָזשינקעס מיט מאַנדלען. „צװײ נאַשערס, זאָגט זי, קאָן איר סטענד ניט פֿאַרטראָגן“… גײ איך שױן מער ניט צו ושתּין, צו העררין הײסט דאָס. איך װאַרט ביז ער קומט אױף דער נאַכט אַהײם, ברענגט ער מיר אַלע מאָל צו טראָגן עפּעס אין קעשענע אױף צו נעמען אין מױל אַרײַן. דערזעט ברכה, אַז איך קײַ, שטעלט זי מיר צו אַ בענקעלע פֿאַר מײַן ברודער אליהו. פֿרעגט מיך אליהו, װאָס איך קײַ? זאָג איך: „טשאָינגאָם“. אָט דאָס, װאָס אַלע קײַען אין אַמעריקע. זאָגט ברכה, אַז עס קערט זיך איר איבער די גאַל פֿון דעם קײַען, װאָס מע קײַט דאָ. זאָגט איר אליהו: „עלעהײ, לאָז זיך דיר דאַכטן, אַז בהמות מעלה־גרהן“… קאָן דאָס פּיניע ניט לײַדן, למאַי אליהו פֿאַרגלײַכט די אַמעריקאַנער צו בהמות. ער זאָגט:

― דו נעמסט אַ פֿאָלק, דאָס ערשטע. דאָס גרעסטע, דאָס קליגסטע

און דאָס פֿרײַסטע פֿאָלק אין דער װעלט, און פֿאַרגלײַכסט זײ צו, להבֿדיל, בהמות?!… איך װאָלט אַ בעלן געװען, זאָלסט מיר זאָגן נאָר אײן זאַך ― װאָס װאָלט פֿון אונדז געװען, װען קאָלומבוס זאָל חלילה ניט געװען אַנטדעקן אַמעריקע?

― װאָלט עס אַן אַנדערער אַנטדעקט! ― ענטפֿערט אים אָפּ מײַן ברודער אליהו גאָר פּראָסט און דװקא ניט לאַנג געטראַכט.

― י ―

דאַנקען השם־יתברך, איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה ― מיר האָבן שױן אַ דזשאַב. מיר'ן שױן ניט דאַרפֿן מער אַרומגײן לײדיק. מיר'ן שױן ניט דאַרפֿן אָנקומען צו לאַסקאַװע ברױט. מיר אַרבעטן שױן אין שאַפּ. דאָס הײסט, ניט איך און ניט מײַן חבֿר מענדל. אונדז נעמט מען ניט. מיר זײַנען נאָך צו יונג. אין שאַפּ גײען אַרבעטן דערװײַל צװײ פֿון אונדזער משפּחה: מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע. װאָס הײסט אַרבעטן אין שאַפּ, און װי אַזױ אַרבעט מען דאָרט? ― דאָס גײ איך אײַך דערצײלן.

IX
מיר אַרבעטן אין שאַפּ
― א ―

װי אַזױ מען אַרבעט אין שאַפּ ― קאָן איך אײַך אַקוראַט ניט זאָגן. װאָרעם איך װײס אַלײן ניט. מע לאָזט מיך נאָך אַהינצו ניט אַרײַן, װאָרעם איך בין נאָך ניט בר־מיצװה. איך װײס נאָר דאָס, װאָס איך הער פֿון מײַן ברודער אליהו און פֿון אונדזער חבֿר פּיניע. אַלע אױפֿדערנאַכט, אַז זײ קומען אַהײם פֿון שאַפּ, דערצײלן זײ אונדז חידושים־ונפֿלאָות. זײ קומען אַלע מאָל אױסגעמאַטערט און הונגעריק. און מיר זעצן זיך עסן װעטשערע. דאָ הײסט עס „סאַפּערsupper“. ברכה האָט פֿײַנט אָט דאָס װאָרט, אַזױ װי אַן ערלעכער ייִד האָט פֿײַנט חזיר. נאָך אַ װאָרט איז פֿאַראַן, װאָס מײַן שװעגערין קאָן ניט אַריבערטראָגן, דאָס איז אַ „װינדע“. אַ װינדע הײסט דאָ אַ פֿענצטער. זאָגט ברכה דערױף: „װינד און װײ זאָל זײַן צו זײ“… הײַנט קאָן זי ניט הערן, אַז מע זאָגט „סטאַקינגסstockings“. איר װעט קײנמאָל ניט פֿאַלן דערױף, אַז סטאַקינגס זײַנען זאָקן. אָדער, אַ שטײגער, װאָס װעט איר זאָגן אױפֿן װאָרט „דישעסdishes“? דאַכט זיך, אַז „פּאָסודעпосуда: טעלערס“, זאָגט ברכה, איז אַ סך שענער? אָדער װאָס קאָן זײַן פּשוטער פֿון אַ „לעפֿל“? נײן. לױנט זײ ניט. בײַ זײ קומט אױס, אַז אַ לעפֿל איז אַ „ספּוןspoon“. ניט אומזיסט זאָגט ברכה אַ װערטל (זי האָט זיך אירע אײגענע װערטלעך): „אַמעריקע איז אַ לאַנד, סטײקsteak: ביפֿסטײק איז אַ מאכל, פֿאָרקfork איז אַ גאָפּל און ענגליש איז אַ שפּראַך“…

― ב ―

מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע אַרבעטן אין צװײ באַזונדערע שעפּער. אײנער איז אַן „אָפּרײטער“. דאָס הײסט, מחילה, אַ שנײַדער. דער אַנדערער איז אַ „פּרעסערpresser“. אַן אָפּרײטער דאַרף ניט נײען מיט די הענט. ער שטעפּט בײַ דער מאַשין. דאָס דאַרף מען אָבער אױך קאָנען. עס שטעפּט זיך ניט אַלײן. װי זשע קומט דאָס צו מײַן ברודער אליהו, אַז אונדזער טאַטע, און אונדזער טאַטנס טאַטע, און אונדזער טאַטנס טאַטנס טאַטע איז קײנמאָל קײן שנײַדער ניט געװען און אַ מאַשין קײנמאָל אין די אױגן ניט געזען? מיר שטאַמען, זאָגט די מאַמע, פֿון לױטער חזנים, רבנים און שמשׂים. איז דאָך שלעכט! איז דאָס אָבער אַמעריקע. אין אַמעריקע איז ניטאָ אַ זאַך, װאָס אַ מענטש זאָל ניט קאָנען. אין אַמעריקע לערנט מען זיך אױס. אַ סימן האָט איר ― למאַי אַ רבֿ? זײַן אַ רבֿ דאַרף מען דאָך אַװדאי קאָנען. אַ רבֿ מוז כאָטש קאָנען פּסקענען שאלות. פֿונדעסטװעגן זײַנען פֿאַראַן אין אַמעריקע רבנים, דאָ הײסן זײ „רעװרענטןreverends“, װאָס אין דער הײם זײַנען זײ געװען קצבֿים. מײַן ברודער אליהו האָט זיך דאָ באַקענט מיט אַ מוהל, מיט אַ רעװרענט, װאָס מע נעמט אים אױף בריתן. אין דער הײם איז ער געװען אַ שנײַדער, און נאָך אַ דאַמסקע דערצו!

פֿרעגט אים אליהו: „היתּכן?“…

ענטפֿערט ער אים: „אַמעריקע!“…

― ג ―

װי אַזױ האָט זיך מײַן ברודער אליהו אױסגעלערנט שטעפּן? ― למאַי װי אַזױ איז דער דאַמסקע שנײַדער געװאָרן אַ מוהל? איז אליהו נעבעך טאַקע גוט אױסגעריסן געװאָרן. מע האָט אים געגעבן איבערגעבליבענע שטיקלעך, ער זאָל זײ איבערגײן מיט דער מאַשין. איז ער דורכגעגאַנגען עטלעכע מאָל הין און צוריק און איז געװאָרן אָלרײַט. אױף מאָרגן האָט ער שױן געשטעפּט. מאָלט אײַך, אַז אָך און װײ איז געװען צום שטעפּן. נאָר גוט איז דאָס. למאַי פּיניע האָט דאָס אױך ניט געקאָנט באַװײַזן? ניט מחמת ער האָט זיך געפֿױלט אַרבעטן. חס־וחלילה! פּיניע װעט אײַך גײן אַרבעטן טאַטשקע־אַרבעט ― אַבי מאַכן אַ לעבן אין אַמעריקע. איז די צרה, װאָס ער האָט אַ נידעריקע ראיה און טוט אַלצדינג כאַפּנדיק. מע האָט אים אױך אַװעקגעזעצט בײַ דער מאַשין, װי מײַן ברודער אליהו. מע האָט אים אױך געגעבן איבערגעבליבענע שטיקלעך, ער זאָל זײ איבערגײן הין און צוריק מיט דער מאַשין. האָט זיך געטראָפֿן מיט אים אַן אומגליק. דאָ װערט דאָס אָנגערופֿן: „אַן עקסידענץaccident“. אונדזער חבֿר פּיניע האָט אין אײַלעניש פֿאַרטשעפּעט דעם פּידזשאַק און האָט צוגעשטעפּט דעם לינקן אַרבל צו דער מאַשין. אַ גליק כאָטש, װאָס ניט די האַנט. װײ־װײ, װאָס מע האָט זיך אָנגעלאַכט פֿון אים! חבֿרה שנײַדערס האָבן אױפֿגעהױבן אַ הורראַ! „גרינהאָרן“ האָבן זײ אים אַ נאָמען געגעבן. גרינהאָרן איז די טײַטש אַ גרינער. און אַ גרינער הײסט אַזעלכער, װאָס איז נאָר װאָס אַראָפּגעקומען פֿון דער הײם און װײס ניט, װוּ אַ טיר עפֿנט זיך. גרינהאָרן איז אַ בזיון, ערגער פֿון אַ גנבֿ… נאָר דאָס װאָלט נאָך געװען, װי זאָגט ברכה, אַ האַלבע צרה. דאַרף זיך טרעפֿן ― אָט װעט איר הערן װאָס.

― ד ―

פּונקט אין דעם שאַפּ, װוּ מײַן ברודער אליהו האָט געאַרבעט בײַ דער מאַשין און אונדזער חבֿר פּיניע איז אױך געקומען לערנען די אַרבעט, האָט זיך געפֿונען אונדזערער אַן אַלטער באַקאַנטער און פּיניעס אַ שׂונא ― דער הײַסינער שנײַדער. אױב איר האַלט קאָפּ, זײַנען מיר מיטן הײַסינער שנײַדער געפֿאָרן אינאײנעם אױף אײן שיף, אױפֿן „פּרינץ אַלבערט“. איר דאַרפֿט געדענקען מסתּמא דאָס אױך, אַז מיט אונדזער חבֿר איז דער הײַסינער שנײַדער געװען אױף מעסערשטעך. באַדאַרף גאָט פֿירן אַזױ, אַז פּיניע זאָל זיך מיט אים באַגעגענען אין אײן שאַפּ. און נאָך װי אַזױ באַגעגענען! אין דעם דאָזיקן שאַפּ איז דער הײַסינער שנײַדער אַ גאַנצער מאַכער. ער איז ניט קײן אָפּרײטער בײַ דער מאַשין, נאָר אַ „קאַטערcutter“. דאָס הײסט, ער איז אַ צושנײַדער. ער שנײַדט צו, און די אָפּרײטערס נײען. איז אים נאָך װינציק. ער זאָגט, אַז ער װעט לאַנג ניט זײַן אין די ביזנעס. ער האָפֿט גאָר אינגיכן װערן אַ „דעזײַנערdesigner: מאָדעליסט“. דאָס איז שױן גאָר אַ גרױס שטרײַמל. אַ דעזײַנער הײסט אַזעלכער, װאָס מאַכט פֿאַסאָנען. אַ דעזײַנער פֿאַרדינט פֿופֿציק טאָלער אַ װאָך, און פֿינף און זיבעציק טאָלער אַ װאָך, און הונדערט אױך! אַז עס באַגליקט אַ מענטשן, װײס ער ניט פֿון װאַנען! װי זאָגט ברכה: „אײנעם גיט גאָט גאָר, דעם אַנדערן גאָרניט“…

― ה ―

אַז פּיניע איז אַרײַנגעקומען אין שאַפּ, קומט אים דער הײַסינער אַקעגן. ער שטעלט אַװעק אױף אים די שאַרפֿע ברילן, ציט אױס פּיניען אַ יד און מאַכט צו אים: „העללאָוhello, לאַנדסמאַן, האַו דו יו דוhow do you do?“… דאָס הײסט: „שלום־עליכם, װאָס מאַכט איר, רב קרובֿ?“… קוקט אױף אים אונדזער חבֿר פּיניע מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן. װער איז דער לץ? ער האָט אים גאָרניט דערקענט. ערשט, אַז יענער האָט אים אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם שיף „פּרינץ אַלבערט“, האָט זיך פּיניע דערמאָנט װער דאָס איז. און ס'איז אים געװאָרן, זאָגט ער, דרײַ לעכער אין האַרצן. דאַכט זיך, װאָס האָט אים דער הײַסינער שנײַדער געטאָן? ער קאָן אָבער, זאָגט פּיניע, זײַן פּנים ניט אָנקוקן. ער זאָל װיסן, זאָגט ער, פֿאַרדינען טױזנטער טאָלער אַ שעה, װעט ער אין דעם דאָזיקן שאַפּ ניט זײַן קײן מינוט אַפֿילו! און דערצו נאָך דער עקסידענץ מיטן צוגעטשעפּעטן אַרבל…

― ו ―

בקיצור ― פּיניע װעט שױן ניט זײַן קײן אָפּרײטער. ער גײט אַװעק אין אַן אַנדער שאַפּ און באַשטעלט זיך דאָרט פֿאַר אַ פּרעסער. אַן אונטער־פּרעסער דערװײַל. אַז ער װעט זיך אױסלערנען די אַרבעט, װעט ער גײן העכער און העכער. ביז װוּהין?

― מע קאָן ניט װיסן, ― זאָגט פּיניע. ― קײנער װײס ניט װעמענס מאָרגן ס'איז. ניט קאַרנעגי, זאָגט ער, ניט װאַנדערבילד, ניט ראָקענפֿעלער האָבן געװוּסט, אַז זײ װעלן אַמאָל זײַן דאָס, װאָס זײ זײַנען…

דערװײַל װערט נאָך פּיניע גוט פֿאַרשװאַרצט. און אַלץ איבער זײַן טבֿע, װאָס ער האָט ליב אַלצדינג טאָן כאַפּנדיק. און דערצו נאָך זײַן נידעריקע ראיה. ער קומט אַלע טאָג אַהײם אַ צעבריטער.

אײנמאָל איז ער געקומען מיט אַ סקאַליעטשעטער נאָז. װאָס איז די מעשׂה? ער האָט זיך בײַם פּרעסן אָפּגעבריט די נאָז. װי קומט דאָס פּרעסל צו זײַן נאָז? זאָגט פּיניע, אַז זײַן נאָז האָט ניט געװאַרט, ביז דאָס פּרעסל װעט זיך מטריח זײַן צו זײַן נאָז. ער קאָן באַשטײן, זאָגט ער, אַז זײַן נאָז זאָל גײן צום פּרעסל. װי קומט זי, די נאָז, צום פּרעסל? לאָזט זיך אױס, אַז פּיניע האָט גאָר געזוכט אַ שטיקל אַרבעט, און װײַל ער האָט אַ נידעריקע ראיה, האָט ער זיך דעריבער אָנגעבױגן האַרט צום טיש און האָט געטראָפֿן מיטן שפּיץ נאָז גלײַך אױפֿן אָנגעגליטן פּרעסל.

― אַ שלימזל אַז ער פֿאַלט אין שנײ, טרעפֿט ער אױך אױף אַ שטײן…

איך מײן, אַז איך װעל אײַך ניט דערצײלן, װער דאָס האָט געזאָגט, װעט איר אױך טרעפֿן, אַז דאָס האָט געזאָגט ברכה. מײַן שװעגערין קאָן אַרײַנזאָגן…

― ז ―

ברכה איז ניט צופֿרידן. מײַן מאַמע אױך ניט. טײַבל אױך ניט. איר האָט אַמאָל געזען, אַז װײַבער זאָלן זײַן צופֿרידן? זײ באַװײנען אונדז, מאַנצבילן, װאָס מיר דאַרפֿן אַזױ האָרעװען אין אַמעריקע, בכדי צו מאַכן אַ לעבן. אַ קלײניקײט ― אַרבעטן אין שאַפּ! אַז האַלב נאָך זיבן אינדערפֿרי מוז מען שױן זײַן אױף דער אַרבעט. אַ שעה נעמט צו דאָס פֿאָרן אַהין. עפּעס איבערכאַפּן דאַרף מען. דאַװענען דאַרף מען דאָך אַװדאי. הײַנט רעכנט אױס, װען מיר דאַרפֿן אױפֿשטײן? און פֿאַרשפּעטיקן טאָר מען ניט קײן מינוט אַפֿילו. װאָרעם טאָמער פֿאַרשפּעטיקט איר, רעכנט מען אײַך אַראָפּ פֿאַר יעדע פֿינף מינוט אַ האַלבן טאָג אַרבעט. װי אַזױ װײס מען דאָס, צי איר האָט פֿאַרשפּעטיקט, אָדער נײן? דערױף איז דאָס אַמעריקע. אין אַמעריקע האָט יעדער שאַפּ אַזאַ מין זײגער. אַז איר קומט אין שאַפּ, גײט איר צו צום אַלעם ערשטן און טוט אַ קװעטש דעם זײגער. װערט דאָס אָנגערופֿן אױף זײער לשון: „פּאָנטשען די קלאַקpunch the clock“. „קלאַק“ איז אַ זײגער און נעמט זיך, זאָגט מײַז ברודער אליהו, פֿון גלאָק. אַ גלאָק קלינגט און אַ זײגער, זאָגט ער, קלינגט אױך. אָבער נאָר אַ װאַנט־זײגער. אַ סימן האָט איר: אַ קעשענע־זײגערל קלינגט ניט, הײסט עס „װאַטשwatch“. פֿרעג איך בײַ אליהון: „פֿאַרװאָס עפּעס װאַטש?“ זאָגט ער: „װי דען זאָל עס הײסן?“ זאָג איך: „װאַטשל“. פֿרעגט מיך אליהו: „פֿאַרװאָס עפּעס „װאַטשל“?“ זאָג איך: „אַז אַ זײגער איז אַ זײגערל, דאַרף זײַן װאַטש אַ װאַטשל. עלעהײ, זאָג איך, אַ „באָי“ איז אַ יונג, איז אַ ייִנגל „באָיטשיק“, און אַ קלײן ייִנגעלע ― אַ „באָיטשיקל“… װערט אליהו אין כּעס און זאָגט מיר, אַז איך האָב זיך אױסגעלערנט פֿון אונדזער חבֿר פּיניע זאָגן אַלצדינג פֿאַרקערט. אַ גליק, װאָס פּיניע איז ניטאָ דערבײַ. פּיניע זאָל זײַן, װאָלטן זײ זיך שױן צעאַמפּערט איבערן װאָרט „װאַטש“, אַזױ װי זײ האָבן זיך געאַמפּערט און שיִער ניט צעשלאָגן זיך איבערן װאָרט „ברעקפֿישbreakfast“ ― אָנבײַסן. דערפֿאַר, זאָגט אליהו, איז אַן אָנבײַסן ברעקפֿיש, װײַל צום אָנבײַסן עסט מען פֿיש, אָדער הערינג. זאָגט פּיניע: „װי באַלד אַז הערינג, פֿאַרװאָס זשע זאָגט מען ניט: „ברעקהערינג“?“ זאָגט אים אליהו: „בהמה װאָס דו ביסט! און װאָס איז אַ הערינג ― ניט קײן פֿיש?“ פֿילט זיך פּיניע, אַז ער איז געשלאָגן, זאָגט ער: װײסטו װאָס? לאָמיר פֿרעגן בײַ אַן אַמעריקאַנער ייִדן!“ און מע פֿױלט זיך ניט און מע שטעלט אָפּ אַ געגאָלטן ייִדן אין מיטן גאַס (שבת איז דאָס געװעזן) און מע טוט אים אַ פֿרעג אױף אַ טשיקאַװעסט: „פֿעטער! איר זײַט שױן לאַנג אין אַמעריקע?“ זאָגט ער: „דרײַסיק יאָר. װאָס איז דען?“… זאָגן זײ: „מיר װילן אײַך עפּעס פֿרעגן. גיט אונדז צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס זאָגט מען בײַ אײַך אױף אַן אָנבײַסן ברעקפֿיש?“ קוקט זײ אָן דער ייִד און זאָגט צו זײ: „װער האָט דאָס אײַך געזאָגט, אַז אױף אַן אָנבײַסן זאָגט מען בײַ אונדז ברעקפֿיש?“ „װי אַזױ־זשע דען זאָגט מען?“

― ברעקפֿעסט! ברעקפֿעסט! ברעקפֿעסט! ― שרײַט זײ אױס דרײַ מאָל דער ייִד גלײַך אין פּנים אַרײַן און איז זײ מכבד מיטן נאָמען „גרינע חיות“…

― ח ―

איך האָב מורא, אַז מיר װעלן זיך מיטן שאַפּ ניט עלטערן. מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז די אַרבעטער האָבן צרות פֿונעם „פֿאָרמאַןforeman“. יעדער שאַפּ האָט אַ פֿאָרמאַן ― אַן עלטסטן, אַן אױפֿזעער. און ניט נאָר אײן פֿאָרמאַן, יעדער שטאָק האָט זיך זײַן פֿאָרמאַן. אױף דעם שטאָק, װוּ אליהו אַרבעט, איז דער פֿאָרמאַן אַ המן, אַ רשע־מרושע. ער איז אַלײן אַמאָל געװען אַן אָפּרײטער. נאָר ער האָט זיך אַרױפֿגעאַרבעט און איז געװאָרן אַ פֿאָרמאַן. די אַרבעטער זאָגן, אַז ער איז ערגער פֿונעם „באָס“. באָס איז אַ לשון־קודש־װאָרט און שטאַמט פֿונעם װאָרט „בעל־הבית“. אַזױ זאָגט אליהו, און פּיניע מוז אָפּשװײַגן. װאָרעם אױף לשון־קודש איז אליהו בעל־מצרא. פֿאָרט אַ חזנס אַ זון… נאָר מיר קערן זיך אום צום פֿאָרמאַן. מע האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג אין שאַפּ, אַז דער פֿאָרמאַן רוקט דעם זײגער. אַזױ, אַז װען איר זאָלט ניט קומען, װעט איר פֿאַרשפּעטיקן ― װאָס זאָגט איר אױף אַזאַ ממזר?… און אונדזער חבֿר פּיניע דערצײלט פֿון זײַן שאַפּ נאָך שענערע מעשׂיות. זײער פֿאָרמאַן, זאָגט ער, לאָזט ניט דעם אַרבעטער אַ קוק טאָן אין אַ פּײפּער אַרײַן. לײענען אַ צײַטונג בײַ דער אַרבעט ― חיות ניט זיכער! רײכערן שמועסט מען ניט. אַ װאָרט טאָר מען ניט אױסרײדן צװישן זיך. ס'איז אַזױ שטיל, זאָגט ער, אַז מע קאָן הערן אַ פֿליג! אױסער דעם טראַסק מיטן גראַגערן פֿון די מאַשינען. נאָך אַ מעלה האָט זײַן שאַפּ. דאָרט װערן די פּרעסלעך אָנגעװאַרעמט מיט גאַז. דאָ זאָגט מען ניט גאַז, נאָר „געזgas“. דאָס הײסט, שטינקען שטינקט עס אַזױ װי בײַ אונדז גאַז. נאָר מע טאָר ניט זאָגן גאַז. מע דאַרף זאָגן געז. אַקוראַט פֿאַרקערט. סע זאָל בײַ אונדז אין דער הײם הײסן געז, װאָלט מען דאָ מסתּמא געזאָגט גאַז.

― ט ―

הקיצור, די געז פֿון די פּרעסלעך פֿאַרהאַקט אַזױ דעם קאָפּ, אַז די אַרבעטער אין שאַפּ פֿאַלן חלשות און מוזן סטאַפּן די אַרבעט. רעכנט מען זײ אָפּ פֿון דער „פּײדע“. דאָס הײסט, אַז עס קומט צום אָפּנעמען פֿאַר דער װאָך, װאָס מע האָט פֿאַרדינט, װערט אַ לאָך. דאָ האָט איר פֿאַרשפּעטיקט פֿינף מינוט ― אַראָפּ אַ האַלבער טאָג. דאָ זײַט איר צו פֿרי אַװעקגעגאַנגען ― אַראָפּ אַ האַלבן טאָג. דאָ זײַט איר געפֿאַלן חלשות ― פֿאַרפֿאַלן אַ טאָג.

נײן. מע קאָן שױן מער ניט אַריבערטראָגן. מע װעט מוזן אַרױס אין שטרײַק.

X
מיר שטרײַקן!
― א ―

מיר דאַכט, אַז ס'איז גאָר ניטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אַז מע שטרײַקט. דאָס האָט אַזאַ פּנים, װי אַז איר לערנט בײַ רבין, װאָס שלאָגט זיך צו שטאַרק, נעמט מען אָפּ בײַ אים די קינדער און מע זוכט אַן אַנדער מלמד. דערװײַל הערט איר אױף צו גײן אין חדר. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע האָבן אױפֿגעהערט צו גײן אין שאַפּ. אונדזער שטוב האָט שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, זײַט זײ זײַנען אין דער הײם. אַזױ האָבן מיר זײ אָנגעקוקט אײן מאָל אין װאָך ― זונטיק. װאָרעם, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט, אַז מע אַרבעט אין שאַפּ, מוז מען אױפֿשטײן כּאור, בכדי מע זאָל חלילה ניט פֿאַרשפּעטיקן. און אַז זײ זײַנען געקומען אַהײם, פֿלעג איך שױן שלאָפֿן. פֿאַרװאָס? דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן געאַרבעט „אָװערטײַםovertime“. דאָס הײסט, אַז אַלע אַנדערע אַרבעטער זײַנען געגאַנגען אַהײם, זײַנען אונדזערע לײַט נאָך געזעסן אין שאַפּ בײַ דער אַרבעט. ניט דערפֿאַר, װאָס מע האָט זײ גענײט פֿון קהל. זײ האָבן געאַרבעט אָװערטײַם, בכדי זײ זאָלן מער פֿאַרדינען. אַי, אַז ס'איז געקומען צום צאָלן, האָט מען בײַ זײ אָפּגעריסן טעג ― װאָס זײַנען זײ שולדיק? „עלעהײ, גזלנים זײַנען אונדז באַפֿאַלן“… אַזױ האָט געזאָגט מײַן ברודער אליהו.

― עלעהײ, דו ביסט אַ לעקיש! ― זאָגט צו אים מײַן שװעגערין ברכה. װען זי, זאָגט זי, זאָל אַרבעטן אין אַ שאַפּ, װאָלט זי זיך ניט געלאָזט שפּײַען אין דער קאַשע. זי זאָגט, אַז אַלע פֿאָרלײַט מיט אַלע באָסעס װאָלטן בײַ איר געקײַט די ערד. און איר מעגט איר גלײבן. ברכה קאָן!

― ב ―

דערפֿאַר האָט זי זיך געקילט דאָס האַרץ, אַז אַלע שעפּער האָבן דערקלערט אַ שטרײַק. דאָס הײסט, אַלע שנײַדערס, װיפֿל ס'איז פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, האָבן אַװעקגעלײגט שער און אײַזן און ― גוד באַיgoodbye: זײַט געזונט. װײ־װײ, װאָס סע האָט זיך אָפּגעטאָן! אין דער הײם, און אױף דער סטריט, און אין די האָלסhalls! אַ „האָל“ ― איז אַ זאַל, אָדער אַ טעאַטער. מע קלײַבט זיך צונױף אַהינצוצו אַלע שנײַדערס פֿון גאַנץ ניו־יאָרק אױף אַ מיטינג, און מע רעדט און מע רעדט און מע רעדט. איר הערט זיך דאָרט אָן אַזעלכע װערטער, װאָס איר האָט זײ קײנמאָל ניט געהערט: „דזשענעראַלgeneral: אַלגעמײן סטרײַק“…. „יוניאָן“… „אָרגאַניזירט“… „אַכט און פֿערציק שטונדן“… „העכערע װײדזשעסwages: לױן“… „בעסערע באַהאַנדלונג“… „סקעבסscabs: פּאַרכעס“… „שטרײַקברעכערס“… „פּיקעטסpickets“… און נאָך כּדומה אַזעלכע װערטער, װאָס איר פֿאַרשטײט זײ ניט. מײַן חבֿר מענדל זאָגט, אַז ער פֿאַרשטײט זײ יאָ. נאָר געבן מיר צו פֿאַרשטײן קאָן ער ניט. „װעסט עלטער װערן, זאָגט ער מיר, װעסטו אַלײן פֿאַרשטײן“. עס קאָן זײַן. דערװײַל קוק איך זיך צו, װי דער עולם היצט זיך, און עס בײַסן זיך מיר די הענט. עס גלוסט זיך מיר זײ אַלע אַראָפּכאַפּן אױף פּאַפּיר. אױסמאָלן איטלעכן באַזונדער, װי ער זעט אױס, װאָס ער טוט, װי אַזױ ער שטײט און װי אַזױ ער רעדט.

― ג ―

למשל, נעמט מײַן ברודער אליהו. ער אַלײן רעדט ניט קײן װאָרט. ער גײט נאָר צו צו איטלעכס רעדל און שטעקט אַרײַן די נאָז. אָדער ער לײגט צו אַן אױער. בעת־מעשׂה בײַסט ער די נעגל און איז שטאַרק אױפֿגערעגט. אַ פֿאַרגעניגן צו זען מײַן ברודער, װי ער שאָקלט צו מיטן קאָפּ יעדן אײנציקן, װאָס ער רעדט. ער איז מיט אַלעמען מרוצה, װאָס יענער זאָל ניט זאָגן. אָט איז צוגעקומען צו אים אַ שנײַדער מיט אַ גולקע אױף אײן זײַט קאָפּ ― פֿון דער לינקער זײט. דער שנײַדער האָט אים אָנגענומען בײַ אַ לאַץ און טרײסלט אים און רעדט אין אים אַרײַן, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן דער גאַנצער טאַרעראַם. די שנײַדערס װעלן מיט זײער שטרײַק גאָרנישט אױספֿירן. מחמת די „אַסאָסיאײשאָןassociation: אַסאָציאַציע“ פֿון די „מאַנופֿעקטשורערסmanufacturers: פֿאַבריקאַנטן“ איז צו שטאַרק פֿאַר אונדז! שאָקלט אים מײַן ברודער צו מיטן קאָפּ. און איך האָב זײער מורא, אַז מײַן ברודער אליהו װײס אַזױ, װאָס באַטײַט „אַסאָסיאײשאָן“ און „מאַנופֿעקטשורערס“, װי איך… װאָרעם אָט איז צוגעגאַנגען צו אליהון אַן אַנדער שנײַדער מיט אַ פּנים פֿון אַ קאַטשקע. אַז ער רעדט, פּאַטשט ער מיט די ליפּן. דער שנײַדער האָט אָנגענומען מײַן ברודער פֿאַר אַ קנעפּל און האָט לאַנג איבער אים גערעדט, געפּאַטשט מיט די ליפּן. ער האָט אַלע מינוט אױסגערופֿן: „נײן! מיר מוזן קעמפֿן, אױסקעמפֿן ביזן סוף!“… האָט אים מײַן ברודער אױך אױסגעהערט און אױך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. אַן עבֿירה, װאָס מײַן שװעגערין איז דאָ ניטאָ. זי װאָלט אים שױן עפּעס אַרײַנגעזאָגט…

― ד ―

גאַנץ אַנדערש האָט אױסגעזען אונדזער חבֿר פּיניע. װער עס האָט אים ניט געזען און װער עס האָט אים ניט געהערט רײדן אױף אַ מיטינג, ― דער האָט גאָר קײן שײנס ניט געזען אױף זײַן לעבן. אונדזער פּיניעס פֿיגור דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט נאָך פֿון מײַנע פֿריִעריקע מעשׂיות. זײַנע קורצזיכטיקע אױגן מיט זײַן לאַנגער שפּיצעכיקער נאָז, װאָס קוקט אַראָפּ אין מױל אַרײַן, געדענקט איר מסתּמא. זײַנע לאַנגע שמאָלע הױזן, אײן הױז אַראָפּ, אײן הױז אַרױף, און זײַן שניפּס אױף דער צעשפּיליעטער מאַנישקע ― האָט איר אַװדאי אױך ניט פֿאַרגעסן. הײַנט זײַן רײדן, זײַן פּינען מיט דער נשמה און זײַן שיטן פֿונעם אַרבל מיט הױכע שײנע װערטער און מיט קלינגענדיקע נעמען פֿון גרױסע לײַט? אַצינד שטעלט אײַך פֿאָר, אַז פּיניע צעהיצט זיך און רעדט פֿאַר אַן עולם פֿון טױזנטער מענטשן, װאָס װילן אים דװקא ניט הערן. אָנגעהױבן האָט ער אַזש פֿון קאָלומבוסן, װי אַזױ ער האָט אַנטדעקט אַמעריקע, און איז באַלד אַרױף אױף די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו רײדן און צו רײדן. האָט מען אים ניט געלאָזט.

― װער איז דער ספּיקערspeaker: רעדנער? ― פֿרעגט אײן שנײַדער בײַם אַנדערן.

― אַ גרינהאָרן! ― ענטפֿערט אים יענער.

― װאָס װיל ער?

― װאָס באַרעדט ער?

― װאָס האַקט ער אַ טשײַניק?

― שאַראַפּshut up: האַלט דאָס מױל! ― שרײַט אױס אײנער, און אַ סך אַנדערע כאַפּן אים אונטער:

― שאַראַפּ!…

― ה ―

„שאַראַפּ“ איז אַפֿילו אַ מיאוס װאָרט. די טײַטש פֿונעם װאָרט איז „אַראָפּ פֿונעם מאַרק!“ נאָר אונדזער חבֿר פּיניע שרעקט זיך ניט פֿאַר קײן װערטער. פּיניע, אַז ער צערעדט זיך, איז װי אַ פֿאַס װאַסער, װאָס מע האָט אָפּגעשטעקט און פֿאַרװאָרפֿן דעם צאַפּן. איר קאָנט צוהאַלטן מיט דער האַנט, פֿאַרשטאָפּן מיט אַ שמאַטע ― עס װעט אײַך קײן זאַך ניט העלפֿן. ביז דאָס װאַסער װעט ניט אַרױסגײן ביזן לעצטן טראָפּן, איז אַן עבֿירה אײַער טירחה. פּיניע מוז אָפּרײדן זײַנס. סײַדן מע זאָל אים אַראָפּשלעפּן פֿון דער בינע. דאָ הײסט עס ניט בינע, דאָ הײסט עס „סטײדזשstage“. איצטיקס מאָל האָט מען אים טאַקע געמוזט אַזױ טאָן. צװײ שנײַדער־יונגען, פּרעסערס, האָבן אים גענומען פֿאַר בײדע הענט און מע האָט אים מיט כּבֿוד אַראָפּגעפֿירט פֿונעם סטײדזש. דאָס האָט אים אָבער גאָרניט געשטערט אױסצופֿירן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט אױספֿירן. ער האָט דאָס איבעריקע דעררעדט, שױן גײענדיק מיט אונדז אַהײם. און אַז מיר זײַנען געקומען אַהײם, האָט ער נאָך לאַנג גערעדט פֿאַר מײַן מאַמען און פֿאַר מײַן שװעגערין ברכה און פֿאַר זײן װײַב טײַבל. איך און מײַן חבֿר מענדל זײַנען אױך געװען צװישן די צוהערער. און מיר דאַכט, אַז װעדליק פּיניע האָט געטענהט, איז ער גערעכט. נאָר גײט רעדט מיט װײַבער. אַז פּיניע האָט זיך גוט אָנגערעדט, רופֿט זיך אָן מײַן שװעגערין ברכה מיט אַ משל, װי איר שטײגער איז:

― װאָס איז דעם אינדיק פֿאַר אַ חילוק, צי מע קױלעט אים פּורים צו דער סעודה, צי פּסח צום סדר?…

טאָמער װײסט איר, װאָס מײנט דערמיט ברכה?…

― ו ―

דערװײַל גײט אַװעק אַ טאָג און אַ טאָג. דער שטרײַק איז אַ שטרײַק. די אַרבעטער זײַנען שטאָל און אײַזן. מיטינגען מאַכט מען אַלע טאָג. און אַלע מאָל אױף אַ נײַעם פּלאַץ. די מאַנופֿעקטשורערס, הער איך זאָגן, האַלטן זיך אױך שטאַרק. זײ װילן ניט נאָכגעבן. זײ װעלן אָבער מוזן נאָכגעבן. אַזױ זאָגן אַלע. ניטאָ אַ זאַך, װאָס די אַרבעטער זאָלן ניט אױספֿירן. ס'איז אַמעריקע! עס האַלט שױן בײַם לעצטן מיטל. אַז דאָס װעט ניט העלפֿן, איז עק װעלט! אַזױ זאָגן אונדזערע לײַט. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מיטל? מיר װעלן זיך צונױפֿזאַמלען אַלע שטרײַקער פֿון גאַנץ ניו־יאָרק און מיר װעלן דורכגײן איבער די סטריטן מיט אַ מאַרש. דאָס הײסט, טױזנטער און טױזנטער שנײַדערס װעלן זיך דורכשפּאַצירן מיט די פֿאָנען איבער דער שטאָט. מיר און מײַן חבֿר מענדל איז דאָס דװקא געפֿעלן. מיר װעלן זײַן די ערשטע. רעדט זשע אָבער מיט אַזאַ ייִדענע, װי מײַן שװעגערין ברכה, זאָגט זי, אַז בײַ איר זעט דאָס אױס, װי קינדער שפּילן זיך אין סאָלדאַטלעך… זי זאָגט: „אַן עבֿירה אײַערע שיך“… האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן אונדזער פּיניען און הערן, װאָס ער האָט איר געזאָגט דערױף!

― ז ―

מיר האָבן שױן געהאַלטן מיטן שטרײַק גאַנץ װײַט. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן זיך שױן צוגעגרײט, װי מע גרײט זיך צו צו דעם פֿערטן דזשולאַיJuly: יולי. דעמאָלט איז יום־טובֿ אין אַמעריקע. מע שיסט אױף דער סטריט מיט די פֿײַער־קרעקערסfirecrackers: קנאַק־פֿײַערל און עס טרעפֿט זיך, זאָגט מען, אַז מע דערהרגעט אַ מענטשן. אַ קלײניקײט ― דער פֿערטער דזשולאַי? דאָס איז דאָך דער טאָג, װאָס די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון די שׂונאים…

איך און מענדל זײַנען שױן געװען יום־טובֿדיק. איז אונדז פֿאַרשטערט געװאָרן די שׂמחה. אױף קאַנעלCanal סטריט האָט מען געהרגעט אַ מענטשן. די ידיעה האָט אונדז געבראַכט פּיניע. ער איז געװען אױפֿן אָרט און האָט געזען דעם געהרגעטן. ער זאָגט, אַז דער מענטש האָט פֿאַרדינט דעם טױט. ער איז געװען, זאָגט ער, אַ גענגסטער. פֿרעגט אים די מאַמע: „װאָס הײסט אַ גענגסטער? אַ גנבֿ?“ זאָגט פּיניע: „ערגער פֿון אַ גנבֿ!“ פֿרעגט אים די מאַמע: „אַ גזלן?“ זאָגט פּיניע: „ערגער פֿון אַ גזלן!“ פֿרעגט די מאַמע: „װאָס קאָן זײַן ערגער פֿון אַ גזלן?“ זאָגט פּיניע: „אַ גענגסטער איז ערגער פֿון אַ גזלן. װאָרעם אַ גזלן איז אַ גזלן, און אַ גענגסטער איז אַ געדונגענער גזלן. דעם מענטשן האָט מען געדונגען, ער זאָל שלאָגן די שטרײַקערס. איז ער באַפֿאַלן אַ מײדל אַ שטרײַקערין און האָט זיך פֿאַרמאָסטן זי צו שלאָגן. האָט זי געמאַכט אַ גװאַלד, זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן מענטשן און ס'איז אַרױס אַ געשלעג… מער האָט מען פֿון פּיניען ניט געקאָנט אַרױסבאַקומען גאָרניט. ער האָט אַרומגעשפּאַנט מיט זײַנע לאַנגע פֿיס הין און צוריק. ער האָט געפּינעט מיט דער נשמה. ער האָט געשפּריצט מיט פֿײַער. ער האָט זיך געריסן בײַ די האָר און געשאָטן מיט װערטער און מיט נעמען:

― אַי־אַי, קאָלומבוס! אַי־אַי, װאַשינגטאָן! אַי־אַי, לינקאָלן!

דער סוף איז געװען ― פּיניע האָט זיך אױפֿגעהױבן און איז אַנטלאָפֿן!

― ח ―

ביז עפּעס װאָס, דערװײַל האָט דאָס אונדז געטראָפֿן. מיך און מײַן חבֿר מענדל. די מאַמע האָט זיך געשװאָרן בײַ איר געזונט און בײַ איר לעבן, אַז זי װעט אונדז ניט אַרױסלאָזן אױף דער סטריט פֿאַר קײן געלט אין דער װעלט! ניט מיך, ניט מענדלען, ניט אליהון, ניט ברכהן און ניט טײַבלען. װאָרעם װיבאַלד אַז עס האַלט שױן, זאָגט זי, אַזױ װײַט, אַז מע הרגעט מענטשן אין סטריט ― איז שױן עק װעלט! זי האָט אָנגעװאָרפֿן אױף אונדז אַלעמען אַזאַ פּחד, אַז טײַבל האָט זיך צעװײנט, װי אַ קלײן קינד. גאָט װײס, װוּ איר פּיניע איז אַצינד!… האָט די מאַמע שױן פֿאַרגעסן אָן אונדז און האָט גענומען אױסרײדן דאָס האַרץ נעבעך טײַבלען: אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט, און אַז עס װעט איר פּיניען גאָרניט געשען, און אַז ער װעט מיט גאָטס הילף קומען בשלום אַהײם, און אַז ער װעט זײַן אַ מאַן צו זײַן װײַב און אַ טאַטע צו זײַנע קינדערלעך, װאָס װעלן, אם ירצה שם, אַמאָל זײַן. װאָרעם דערװײַל האָט נאָך טײַבל קײן קינד און קײן רינד. זי דאָקטערט זיך און האָפֿט, אַז זי װעט נאָך אַמאָל האָבן קינדער.

― און אַ סך קינדער! ― זאָגט די מאַמע.

― אָמן הלװאַי! ― זאָג איך און כאַפּ אַ פּאַטש פֿון מײַן ברודער אליהו, איך זאָל ניט זײַן קײן שײגעץ און זאָל ניט שטופּן די צונג אַהין, װוּ מען דאַרף ניט…

― ט ―

געלױבט איז גאָט ― געקומען פּיניע. און געקומען איז ער מיט אַ שׂימחה, אַ גדולה: דער מענטש דער גענגסטער, װאָס מע האָט אים געהרגעט, לעבט און װעט לעבן. נאָר אַ קאַליקע װעט ער שױן בלײַבן אױף אײביק. מע האָט אים ניט דערהרגעט אױף טױט. מע האָט אים נאָר אַזױ גוט אָנגעהרגעט. מע האָט אים אױסגעזעצט אַן אױג און איבערגעבראָכן אַ האַנט. „אַ מיצװה ― לאָז ער ניט זײַן קײן גענגסטער!“ האָט אָבער די מאַמע אױף אים רחמנות: לאָז ער זיך זײַן, זאָגט זי, װאָס ער איז. פֿאַראַן אַ גאָט אין הימל, לאָז ער זיך, זאָגט זי, מיט אים רעכענען. פֿאַרװאָס, זאָגט זי, קומט אים, מע זאָל אים איבערברעכן אַ האַנט און אױסזעצן אַן אױג? װאָס זײַנען שולדיק זײַן װײַב און קינדער נעבעך, זײ זאָלן האָבן אַ טאַטן אַ קאַליקע?“…

― י ―

דער שטרײַק האָט זיך פֿאַרצױגן און מיר גײען אַרום אָן אַ שטאָך אַרבעט. מײַן ברודער אליהו איז אױס מענטש. די מאַמע רעדט אים אױס דאָס האַרץ. זי זאָגט, אַז דער גאָט, װאָס האָט אונדז געבראַכט קײן אַמעריקע, װעט אונדז מסתּמא ניט פֿאַרלאָזן. אונדזער מחותּן יונה דער בעקער און אונדזערע גוטע פֿרײַנט פּעסיע די גראָבע און איר מאַן משה דער אײַנבינדער און די איבעריקע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט קומען אַלע טאָג און טרײסטן אונדז מיט גוטע װערטער. זײ זאָגן, אַז דער הימל איז צו דער ערד ניט געפֿאַלן. װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז מע מוז לעבן אין אַמעריקע נאָר פֿון שנײַדערײַ? מע קאָן מאַכן אַ לעבן אָן שנײַדערײַ אױך. והראַיה? אָט װעל איך אײַך דערצײלן, װי אַזױ מיר מאַכן אַ לעבן אין אַמעריקע.

XI
כּתרילעװקע אין ניו־יאָרק
― א ―

אײדער איך גײ אײַך דערצײלן, װי אַזױ מיר מאַכן אַ לעבן אין דעם נײַעם לאַנד, מוז איך אײַך פֿריִער אױסרעכענען בײַ די נעמען, װער איז דאָ אין אַמעריקע פֿון אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע, װײַל נאָר זײ צו דאַנקען האָבן מיר זיך ביסלעכװײַז אַרױפֿגעאַרבעט און אָנגעהױבן צו מאַכן אַ לעבן. לאָזט זיך אױס, אַז מיר האָבן דאָ פֿרײַנט און באַקאַנטע ― קײן עין־הרע, קײן בײז אױג! גאַנץ כּתרילעװקע האָט זיך אַריבערגעפּעקלט אַהער, קײן אַמעריקע. נאָך אונדזער אַװעקפֿאָרן פֿון דער הײם איז געװאָרן, זאָגן זײ, דאָרטן אַ בהלה, אַ מהומה, אַ לױפֿעניש. עס האָט אױסגעבראָכן, זאָגן זײ, אַ מוראדיקער פּאָגראָם, אַ שחיטה און אַ שׂרפֿה ― גאַנץ שטאָט איז אַװעק מיטן פֿײַער! װער האָט אונדז געבראַכט די נײַס ― די מאַמע. װוּ ערגעץ אַ צרה, װערט פֿריִער פֿון אַלע געװױרע די מאַמע. פֿון װאַנען? פֿון בית־המדרש. פֿון דער כּתרילעװקער שול. ס'איז פֿאַראַן אַזאַ שול אין ניו־יאָרק.

― ב ―

די ערשטע װאָך, אַז מיר זײַנען געקומען אין שטאָט אַרײַן, האָט די מאַמע קודם־כּל זיך צעפֿרעגט אױף אַ שול, װוּהין צו גײן שבת דאַװענען. זײַנען אין ניו־יאָרק, ברוך־השם, פֿאַראַן שולן כּמעט אױף יעדער סטריט. האָט אונדז אונדזער שכנה פּעסיע אָפּגעפֿירט דעם ערשטן שבת אין שול אַרײַן. די שול איז טאַקע אונדזער שול. דאָס הײסט, די ייִדן, װאָס דאַװענען דאָרטן, זײַנען אַלע פֿון אונדזער שטעטל. זי הײסט מיטן נאָמען „כּל ישׂראל אַנשי כּתרילעװקע“, אָדער „די כּתרילעװקער שול“. האָבן מיר זיך דאָרט דערזען מיט אַ סך באַקאַנטע פֿון אונדזער שטאָט. טרעפֿט, װעמען האָבן מיר געזען? אַז איר װעט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר אױך ניט טרעפֿן. ערשטנס ― דעם חזן, אונדזער הערש־בער דעם חזן מיט דער גרױסער באָרד. אָט דער, װאָס איך בין בײַ אים געװען אַמאָל אַ זינגערל, אױב איר געדענקט, און האָב זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן דאָבציען. אַ קינד אַ קאַליקע. דאָס קינד איז געשטאָרבן נאָך דאָרטן, אין דער הײם, בשעת פּאָגראָם. און הערש־בער דער חזן מיט דער חזנטע מיט די עלטערע קינדער זײַנען אַלע דאָ אין אַמעריקע און מאַכן אַ לעבן. הערש־בער איז דאָ אַ חזן און אַ מוהל און אַ מלמד אױך. דאָ הײסט דאָס ניט מלמד. דאָ הײסט דאָס „טיטשערteacher“. פֿאַרװאָס טיטשער? װײַל ער טיטשטteaches די קינדער. דאָס הײסט, ער קנײַפּט זײ שטילערהײט, קײנער זאָל ניט זען. מחמת שלאָגן אַ קינד טאָר מען דאָ ניט, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט. הערש־בער האָט, זאָגט מען, דאָ גאַנץ פֿײַן פּרנסה. נאָר ער האָט זיך שטאַרק איבערגעאַנדערשט. דאָס הײסט, איז'ן איז ער דער אײגענער, װאָס געװען, נאָר ער גײט אַנדערש אָנגעטאָן. אין דער הײם, װען ער טוט אָן אַזאַ קאַפּעליוש װי דאָ, װאָלט מען אים נאָכגעלאָפֿן. די קאַפּאָטע איז בײַ אים אױך פֿאַרקירצט. און די פּאות אונטערגעהאַקט. נאָר די באָרד טשעפּעט ער ניט. טשעפּען אים אָבער אַנדערע די באָרד. דאָ, אין אַמעריקע, האָט מען פֿײַנט אַ באָרד. ערגער װי אַן ערלעכער ייִד האָט פֿײַנט חזיר. אַנומלטן האָבן אים דערטאַפּט אין מיטן סטריט שקצימלעך ― „לױפֿערס“ הײסן זײ דאָ ― און האָבן אים נאָר געװאָלט אָפּשערן די באָרד. אַ גליק, װאָס ייִדן זײַנען אָנגעקומען און האָבן אים אַרױסגעראַטעװעט פֿון די „לױפֿערס“ הענט. פֿון דעמאָלט אָן, אַז ער גײט אין סטריט, באַהאַלט ער די באָרד אינעם אױבערראָק.

― ג ―

בערע דער שוסטער איז אױך דאָ. דאָס איז דער בערע, װאָס מײַן ברודער אליהו האָט זיך געהאַט אונטערגענומען אַמאָל אַרױסצוטרײַבן בײַ אים די מײַז. אױב איר געדענקט, האָט בערע דער שוסטער ליב צו דערצײלן גוזמאָות. אױסטראַכטן זאַכן, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן. דאָס הײסט, ער איז אַ ייִד אַ ליגנער. דאָ װערט עס אָנגערופֿן אַ „בלאָפֿער“. ער איז דאָ אױך דער זעלבער שוסטער, װאָס אין דער הײם. ער דערצײלט פֿון זײַן שוסטערײַ אַזעלכע גליקן, אַז װען ס'זאָל זײַן כאָטש אַ דריטל אמת, װאָלט אױך געװען גוט. ער זאָגט, אַז ער איז דאָ דער גרעסטער שוסטער אין אַמעריקע. מיט זײַנע שטיװל, זאָגט ער, טראָגט מען זיך אַרום איבערן גאַנצן לאַנד. ער שװערט מיט אַזעלכע שבֿועות, װאָס מע מעג גלײבן אַ משומד, אַז דער פּרעזידענט אַלײן האָט זיך באַשטעלט בײַ אים אַ פּאָר שטיװל. זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז די מעשׂה מיטן פּרעזידענטס שטיװל איז פּונקט אַזױ אמת, װי די מעשׂה, װאָס בערע דער שוסטער האָט אונדז אַמאָל געהאַט דערצײלט, װי אַזױ די מײַז האָבן בײַ אים אױפֿגעגעסן אַ קאַץ… דאָ, אַז עמעצער דערצײלט אַזעלכע מעשׂיות, זאָגט מען אױף אים, אַז ער „האַקט אַ טשײַניק“, אָדער אַז ער „בלאָפֿט“. מיר געפֿעלט בעסער די װערטער „ער האַקט אַ טשײַניק“. עס איז מיר אַזױ שטאַרק געפֿעלן, אַז איך האָב עס אַרױפֿגעכאַפּט אױף פּאַפּיר. דאָס הײסט, איך האָב אױסגעמאָלט בערע דעם שוסטער, װי ער האַלט אַ האַמער. אױפֿן טיש שטײט אַ גרױסער טשײַניק, און ער האַקט אים… אַלע די, װאָס האָבן געזען דאָס בילד, האָבן זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער. אַפֿילו מײַן ברודער אליהו האָט אױך געשענקט אַ האַלבן שמײכל. ער שלאָגט מיך שױן מער ניט דערפֿאַר, װאָס איך מאַך מענטשעלעך. ער בורטשעט נאָר און זאָגט: „אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו טאָן, איז דאָס אױך אַן עסק“…

― ד ―

װאָס דאַרפֿט איר מער? רב יאָסיע דער נגיד, װאָס אַלע האָבן זיך געװוּנטשן בײַ אונדז, חוץ זײַן שאָדן, כאָטש אַ דריט־חלק, ― איז ער אױך דאָ, אין אַמעריקע. ער איז שױן אָבער אױס נגיד. װאָס איז די מעשׂה? אים האָט אַװעקגעהרגעט דער פּאָגראָם. דאָס הײסט, פֿונעם פּאָגראָם גופֿא האָט ער אַלײן ניט אַזױ שטאַרק געליטן. דאָס הײסט, געראַבירט האָט מען אים, דאָס מעבל צעבראָכן, דאָס בעטגעװאַנט צעריסן, די סחורה פֿון קלײט צענומען, נאָר געשלאָגן האָט מען זײ ניט, מחמת זײ זײַנען געלעגן אַלע אין אַ קעלער דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט, שיִער ניט אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. דאָס אַלצדינג װאָלט געװען אַ האַלבע צרה. דאָס אומגליק איז געװען דאָס, װאָס אַלע זײַנע בעלי־חובֿות האָבן אים אָנגעזעצט, האָט ער אױך געמוזט אָנזעצן. װער װאָלט זיך געריכט, אַ שטײגער, אַז אַזאַ איש בטוח, װי רב יאָסיע, זאָל דאַרפֿן אָנזעצן און אַנטלױפֿן פֿון כּתרילעװקע? אין מיטן בײַנאַכט איז ער אַנטלאָפֿן. װוּהין ― קײן אַמעריקע. זײַן זונדל הענעך מיטן אײגל, געדענקט איר, װי אַזױ ער האָט געלאַכט פֿון מיר, װאָס איך פֿאָר קײן אַמעריקע? איצט שלעפּט ער זיך אַרום דאָ איבער די סטריטן. אַז ער דערזעט מיך, אַנטלױפֿט ער. עס שטײט אים נאָך הײַנט אױך ניט אָן צו רײדן מיט מיר. המנס גדלות! מײַן חבֿר מענדל זאָגט, אַז ער מוז אים מאַכן בלױ דאָס אַנדערע אײגל. מענדל האָט פֿײַנט, אַז מע נעמט זיך איבער, אָדער אַז מע בלאָזט פֿון זיך.

― ה ―

שענער פֿון אַלץ איז, װאָס מנשה דער רופֿא און מנשהכע די רופֿאטע זײַנען אױך דאָ. איר געדענקט דאָך מן הסתּם זײער גאָרטן מיט זײערע פֿערשקעס, מיט זײערע װײַנשל, מיט זײערע עפּל און מיט זײערע באַרן? איז דאָס אַלצדינג אַװעק מיטן רױך און מיטן פֿײַער. מע האָט זײ פֿאַרברענט זײער שטוב מיט זײער גאָרטן, געמאַכט פֿון אַלצדינג אַש. איר זאָלט זײ אָנקוקן, װאָלט איר זײ ניט דערקענט. בײדע זײַנען זײ געװאָרן גרױ און אַלט. ער שטופּט אַ פּושקאַרטpushcart: שטופּװעגל מיט עפּל און מיט אָראַנדזשעס, און זי פּעדלט מיט װיסאָצקיס טײ. „אַז אָך און װײ ― זאָגט די מאַמע מײַנע מיט טרערן אױף די אױגן ― אױף װאָס זײ זײַנען איבערגעקומען“…

― אַ שײנע רײנע כּפּרה! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, און איך האַלט מיט אים. אַ מיצװה אױף מנשהכע די רופֿאטע. זי איז געװען אַ רשעטע. געזשאַלעװעט אַן אָרעמאַן אַ פֿאַרפֿױלטן עפּל, װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם בױם. זי מײנט, אַז איך האָב שױן פֿאַרגעסן די מעשׂה, װי אַזױ מע האָט מיך אַמאָל געפּאַקט בײַ איר אין גאָרטן… איך װעל עס געדענקען װײַל איך װעל לעבן!

― ו ―

אין דער צײַט, װאָס מיר האָבן זיך אַרומגעשלעפּט איבער אױסלאַנד, האָט מען דאָרט אין דער הײם געפּאָגראָמעװעט אונדזערע כּתרילעװקער ייִדן, געראַבירט די קלײטן און געברענט די הײַזער. אַ סבֿרה, אַז אונדזער האַלבע שטוב, װאָס מיר האָבן פֿאַרקױפֿט צו זיליע דעם שנײַדער, איז אױך אָפּגעברענט געװאָרן, און זיליע דער שנײַדער איז איצטער הי. ער איז אַ שנײַדער װי געװען. דער חילוק איז, װאָס דאָרט, אין דער הײם, איז ער געװען אַ באַלעבאָס פֿאַר זיך, און דאָ, אין אַמעריקע, אַרבעט ער בײַ יענעם. אַמאָל איז ער אַן „אונטער־פּרעסער“ בײַ הױזן, און אַמאָל איז ער אַן „אָפּרײטער“ בײַ דער מאַשין. ער פֿאַרדינט, זאָגט ער, זײַנע זיבן־אַכט טאָלער אַ װאָך. עס װאָלט אים געװען, זאָגט ער, װינציקלעך אױף צו מאַכן אַ לעבן, ברענגען אים אַרײַן זײַנע קינדער ― דרײַ קינדער האָט ער, און אַלע מײדלעך ― דרײַ מאָל אַזױ פֿיל. זײ אַרבעטן בײַ „שױרטסshirts“. העמדער הײסן דאָ „שױרטס“. פֿרעג איך בײַ מײַן ברודער אליהו, פֿאַרװאָס הײסן העמדער „שױרטס“? זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז ער װײס ניט, פֿון װאָסער אַ שורש עס נעמט זיך דאָס װאָרט „שױרטס“. זאָגט צו אים אונדזער חבֿר פּיניע, למאַי ער װײס ניט דעם שורש פֿון נאָך אַ סך אַנדערע װערטער? זאָגט אליהו, אַז פֿון אַנדערע װערטער װײס ער יאָ דעם שורש. פֿרעגט אים פּיניע: „פֿון װאַנען זשע נעמט זיך דאָס װאָרט „בוטשער“, און פֿאַרװאָס איז בוטשער אַ קצבֿ?“ זאָגט אים אליהו: „דערפֿאַר, װאָס אַ קצבֿ צעבוטשערט דאָס פֿלײש אױף שטיקלעך“… פֿרעגט אים פּיניע: „פֿון װאַנען זשע נעמט זיך עס, װאָס אַ שנײַדער הײסט דאָ „אָפּרײטער“? זאָגט אליהו: „דאָס נעמט זיך דערפֿון, װאָס… װאָס… װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו מיר? װאָס בין איך מחויבֿ דיר צו פֿאַרטײַטשן אַלע װערטער, װאָס מע זאָגט דאָ אין אַמעריקע?“

― שאַ! שרײַ ניט! מע װערט פֿון דיר ניט גליקלעך! ― זאָגט פּיניע און דרײט זיך אױס צו מיר מיטן פּנים. ― קום נאָר אַהער, קטנתּי. אַז דו װילסט װיסן עפּעס אַ זאַך, זאָלסטו קײנמאָל ניט פֿרעגן בײַ דײַן ברודער אליהו, װאָרעם ער װײס ניט.

― איר װײסט בײדע מער פֿון אַ טױטן! ― מישט זיך אַרײַן מײַן שװעגערין ברכה און שטעלט זיך אײַן פֿאַר איר מאַן.

― ז ―

דערװײל האָב איך מיך פֿאַררעדט פֿון זײַטיקע זאַכן און האָב פֿאַרגעסן, אַז איך האָב גענומען אױסרעכענען, װער פֿון אונדזערע באַקאַנטע זײַנען דאָ, אין אַמעריקע. אַ חוץ אונדזער חבֿר פּיניעס משפּחה, איז גאַנץ כּתרילעװקע אַצינד אין אַמעריקע. און ס'איז אַ סבֿרה, אַז פּיניעס משפּחה קלײַבט זיך אױך אַהערצוצו. פּיניעס פֿאָטער, הערש־לײב מעכאַניק, און זײַן פֿעטער שניאור דער זײגער־מאַכער שרײַבן צו פּיניען, אַז זײ װאָלטן שױן לאַנג אַרױסגעפֿאָרן, האָבן זײ ניט מיט װאָס. בעטן זײ, מע זאָל זײ אַרױסשיקן שיפֿסקאַרטן. קלײַבן מיר איצטער אַ פּעני צו אַ פּעני. אַז מיר װעלן צונױפֿקלײַבן די ערשטע עטלעכע טאָלער אױף אײַנצוצאָלן אַן אױפֿגאָב, װעלן מיר זײ אַרױסשיקן שיפֿסקאַרטן אױף אױסצוצאָלן. און זײ װעלן מיט גאָטס הילף געװיס אױסצאָלן. װאָרעם זײ קומען אַהער ניט מיט לײדיקע הענט. הערש־לײב דער מעכאַניק שרײַבט, אַז ער האָט צוגעטראַכט אַ נײַעם אױװן. אַזאַ מין אױװן, װאָס מע דאַרף צו אים האָבן זײער װינציק האָלץ. כּמעט גאָלע גאָרניט. װי אַזױ? דאָס איז זײַן סוד… און שניאור דער זײגער־מאַכער האָט אױסגעקלערט אַ זײגער, װאָס גאַנץ אַמעריקע װעט לױפֿן קוקן אױף חידושים. װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ מין זײגער? װעט איר הערן, װאָס מע שרײַבט צו פּיניען פֿון דער הײם.

― ח ―

דער זײגער אַלײן איז אַ געװײנלעכער װאַנט־זײגער מיט אַ געװײנלעכן ציפֿערבלאַט. נאָר װאָס דען? אַז איר קוקט זיך גוט צו צום ציפֿערבלאַט, דערזעט איר אױסגעמאָלט די זון מיט דער לבֿנה מיט אַלע צװעלף שטערן. בײַ טאָג זעט מען מער אַרױס די זון. און בײַנאַכט ― די לבֿנה מיט די שטערן. זײַט איר פֿאַרטיק? האָט צײַט! אַלע מאָל, װען דער זײגער שלאָגט אױס צװעלף, עפֿנט זיך אױף פֿאַר אײַערע אױגן אַ קלײן טירעלע און עס קומט אַרױס פֿריִער אַן אָפֿיציר מיט אַ שפּאַגע. דערנאָך צװעלף סאָלדאַטן־מוזיקאַנטן. דער אָפֿיציר טוט אַ מאַך מיט דער שפּאַגע, און די צװעלף סאָלדאַטן שפּילן אָפּ אַ מאַרש און גײען אַװעק. מאַכט זיך צו דאָס טירעלע ― און שױן! װי מײנט איר, קאָן מען מיט אַזאַ זײגער פֿאַרדינען געלט אין אַמעריקע? אױף דעם זײגער האָט פּיניעס פֿעטער פֿאַרבראַכט היפּשע עטלעכע יאָר. ער איז שױן געװען בײַ אים כּמעט אינגאַנצן פֿאַרטיק. האָט מען אים בעת פּאָגראָם צעריבן אױף שטיקלעך. נאָר עס מאַכט ניט אױס. אַבי דער שׂכל פֿונעם זײגער איז געבליבן בײַ אים. לאָז ער נאָר קומען קײן אַמעריקע, װעט שױן זײַן, װי מע זאָגט דאָ, אָללרײַט!

― ט ―

און װיִאַזױ מיר מאַכן אַ לעבן ― האָב איך אײַך נאָך אַלץ ניט געזאָגט. נאָר דאָס לאָז שױן זײַן אױף מאָרגן.

XII
מיר מאַכן אַ לעבן
― א ―

דער ערשטער האָט זיך אַרױפֿגעשלאָגן אױף אַ װעג און גענומען מאַכן אַ לעבן מײַן ברודער אליהו. און װעמען האָט ער צו פֿאַרדאַנקען? דער מאַמען. זי גײט אַלע שבת דאַװענען אין כּתרילעװקער בית־המדרש, באַגעגנט זי זיך מיט מענטשן. האָט זי זיך באַקענט מיט דער פּרעזידענטיכע, דאָס מײנט מיט דער גבאיטע פֿון שול. װאָרעם אַ גבאי אין אַ שול הײסט דאָ „פּרעזידענט“. די פּרעזידענטיכע איז אַ װױלע ייִדענע און האַלט פֿון מײַן מאַמע, דערפֿאַר, װאָס מײַן מאַמע װײס אַלעמאָל, װוּ דער חזן האַלט און װאָס דער חזן זאָגט. און די היגע װײַבער װײסן ניט װער עס האָט זײ געשלײערט. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהוס װײַב ברכה. מײַן שװעגערין ברכה זאָגט, אַז די היגע װײַבער גײען אין שול אַרײַן נאָר צו באַװײַזן זײערע באַרליאַנטן. דאָ הײסט דאָס „דײַמאָנטסdiamonds“. און אַז זײ זײַנען מחילה גרױסע בהמות. אַזױ זאָגט ברכה. און אַז זײ װײסן ניט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף. און אַז זײ קאָנען נאָר גוט פֿרעסן און רײדן לשון־הרע… האַקט איר איבער די מאַמע און זאָגט, אַז „אָט דאָס אַלײן, טאָכטער לעבן, איז דאָך אױך לשון־הרע“… פֿאַרענטפֿערט זיך ברכה, אַז זי מעג, װאָרעם זי זאָגט דאָס פֿאַר אײגענע, ניט פֿאַר פֿרעמדע… נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צו דער פּרעזידענטיכע און צו איר מאַן, דעם פּרעזידענט פֿון דער כּתרילעװקער שול.

― ב ―

האָט איר װען געהערט פֿון דער „היברו נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַניHebrew National Kosher Sausage Factory 1905“? דאָרט פֿאַרקױפֿט מען ייִדישע כּשרע קאָלבאַסעס. דאַרע קישקע, געבראָטענע צונגען און גערױכערטע פֿלײשן. אין אַלע עקן שטאָט האָבן זײ „סטאָרסstores: קראָמען“, װוּ איר קומט אַרײַן קױפֿן כּשר װוּרשט. אױב איר זײַט הונגעריק און האָט צײַט, הײסט איר אײַך דערלאַנגען הײסע קישקעלעך, נאָר װאָס פֿון דער זאָד, און איר עסט דאָס מיט כרײן, אָדער מיט זענעפֿט, װי אַזױ איר װילט. אױב איר זײַט ניט קורץ אין געלט, קאָנט איר זיך הײסן דערלאַנגען נאָך אַ פּאָרציע. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן אַמאָל אַרײַנגעשטעלט דרײַ פּאָרציעס און האָבן געפֿילט, אַז מיר װאָלטן בײַגעקומען נאָך צװײ פּאָרציעס ― איז בײַ אונדז אָבער אױסגעגאַנגען פֿאָדעם… נאָר ניט דאָס האָב איך אײַך געװאָלט דערצײלן.

― ג ―

װאָס איך האָב אײַך געװאָלט דערצײלן איז אָט־װאָס. דער פּרעזידענט פֿון אונדזער שול איז אײנער פֿון די באַלעבאַטים אין דער „היברו נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַני“. האָט די מאַמע דורך דער פּרעזידענטיכע געפּועלט בײַם פּרעזידענט, אַז מע זאָל אַרײַננעמען מײַן ברודער אליהו אין דער „היברו נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַני“ פֿאַר אַ מענטשן. דאָ הײסט עס אַ סײלעסמאַןsalesman, אַ פֿאַרקױפֿער. און ניט נאָר אַ פֿאַרקױפֿער אַלײן, נאָר טאַקע אַ „װײטערwaiter: סאַרװער“ אױך. דאָס הײסט, אַז אײנער קומט אַרײַן און הײסט זיך דערלאַנגען הײסע קישקעלעך ― דאַרף מען זיך ניט שעמען און דערלאַנגען. האָט זיך אַפֿילו מײַן ברודער די ערשטע צײַט געברעקלט: „סטײַטש, אַ יונגערמאַן מיט אַ בערדל, פּײסי דעם חזנס אַ זון און יונה דעם בעקערס אַן אײדעם, זאָל זײַן אַ משרת!“… האָט אים אונדזער חבֿר פּיניע אַװעקגעגעבן אַ גאָב. „װאָס מײנסטו? ― האָט אים פּיניע געריבן די בײנער. ― דו מײנסט, אַז דו ביסט אינעם פֿאַרשאָלטענעם כּתרילעװקע? דו ביסט אין אַמעריקע ביסטו! אין אַמעריקע האָבן אַזעלכע פֿײַנע מענטשן װי דו, למשל, אַ קאַרנעגי, אַ ראָקענפֿעלער, אַ װאַנדערבילד, געפּעדלט מיט גאַזעטן, אַרומגעטראָגן שװעבעלעך )דאָ הײסט עס „מעטשעסmatches“( און געפּוצט שטיװל אױף דער סטריט! לײען די געשיכטע פֿון אַ דזשאָרדזש װאַשינגטאָן, פֿון אײבראַם לינקאָלן, אָדער פֿון אַנדערע גרױסע לײַט, װעסטו זען, אַז פּײסי דעם חזנס זון מעג אָנשטײן פֿאַרקױפֿן קישקעלעך“…

― ד ―

דאָ האָט אָבער אונדזער חבֿר פּיניע געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון מײַן מאַמע. װאָרעם כּל־זמן פּיניע האָט געשאָטן מיט נעמען: קאַרנעגי, ראָקענפֿעלער, װאַנדערבילד, ― האָט איר ניט געאַרט. נאָר אַז ער האָט דערמאָנט דזשאָרדזש װאַשינגטאָן און אײבראַם לינקאָלן אינאײנעם מיט מײַן טאַטן פּײסי דעם חזן ― האָט דאָס איר פֿאַרדראָסן. זי האָט געזאָגט, אַז זי קען ניט װאַשינגטאָנען און װײס ניט װער אַבֿרהם לינקאָלן איז געװען. עס קאָן זײער זײַן, אַז דאָס זײַנען געװען גאַנץ לײַטישע מענטשן און גאַנץ שײנע ייִדן. נאָר זי װיל ניט, מע זאָל איר מאַנס נאָמען באַציִען אַהער קײן אַמעריקע. לאָז ער זיך זײַן, זאָגט זי, דאָרטן אין גן־עדן אַ גוטער מליץ פֿאַר איר און פֿאַר אײַך און פֿאַר כּל־ישׂראל.

― אָמן! ― זאָג איך, און כאַפּ אַ פּאַטש פֿון מײַן ברודער אליהו
― איך זאָל ניט זײַן קײן עזות־פּנים.

― ה ―

בקיצור ― מײַן ברודער אליהו האָט אַ דזשאַב און מאַכט אַ לעבן. ער פֿאַרקױפֿט קישקעלעך און דערלאַנגט צום טיש און באַקומט דערפֿאַר, ערשטנס פֿינף טאָלער אַ װאָך, און אַ חוץ־לזה, צװײ מאָל אין טאָג עסן ― איז אױך עפּעס װערט. הײַנט װאָס איז װערט דאָס װאָס עס קומען אַרײַן אין „סטאָר“ קױפֿן פֿלײש אַ װעלט מיט מענטשן? אַלע טאָג מאַכט ער נײַע באַקאַנטשאַפֿטן מיט די פֿײַנסטע לײַט פֿון ניו־יאָרק. עס איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז מײַן ברודער זאָל גײן העכער און העכער, מחמת ער איז באַליבט פֿון די באַלעבאַטים און זײער בכּבֿודיק בײַ די קאָסטאָמערס. אַ קאָסטאָמער האָט הנאה, אַז אים באַדינט אַ טאַטנס אַ קינד, ניט קײן געבױרענער משרת… אײן שטיקעלע חסרון האָט מײַן ברודער ― דאָס װאָס עס װאַקסט אים, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ באָרד. ער זאָל ניט האָבן קײן באָרד, װאָלט ער געװען גאָר־גאָר אָללרײַט. איז אָבער, װי אױף צו להכעיס, האָט זיך זײַן באָרד אין אַמעריקע בײַ אים צעװאַקסן אין דער ברײט און אין דער לענג. דאָס הײסט, מער אין דער ברײט װי אין דער לענג. זאָגט אים פּיניע, אַז ער װאָלט געמעגט דאָס בערדל, אױף אַמעריקאַנער לשון גערעדט, אַביסל „צופֿיקסןfix: פֿאַרריכטן“, אַזױ װי ער, פּיניע, האָט געטאָן. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אַ שערער (דאָס הײסט עס אַ „באַרבער־שאַפּ“) און האָט זיך אַװעקגעזעצט, זאָגט ער, אױפֿן „טשערchair“ (אַזאַ שטול) און פֿאַרװאָרפֿן דעם קאָפּ און ניט געזאָגט קײן װאָרט, מחמת ער האָט נאָך דעמאָלט ניט געקאָנט רײדן קײן ענגליש. איז צוגעגאַנגען דער שערער, דער „באַרבער“ הײסט עס, און האָט אים, זאָגט ער, אָנגענומען בײַ דער נאָז ― אַזױ זאָגט פּיניע ― און האָט ניט געטאָן גאָרניט. ער האָט אים, זאָגט ער, נאָר אָנגעזײפֿט גוט דאָס גאַנצע פּנים און איז זיך דורכגעגאַנגען מיט אַ גאָלמעסער מער ניט אַז צװײ מאָל, און האָט אים געהײסן אױפֿשטײן. און אַז ער איז אױפֿגעשטאַנען, אַזױ דערצײלט פּיניע, און האָט געגעבן אַ קוק אין שפּיגל, האָט ער זיך אַלײן ניט דערקענט. אױף זײַן פּנים איז ניט געבליבן, איר זאָלט זאָגן, אַ סימן פֿון אַ באָרד, אָדער פֿון װאָנצעס, גלאַט, װי אַ לאָקשנברעט. עס האָט זיך אים, זאָגט ער, אױסגעװיזן, אַז ער שמײכלט… װײ־װײ, װאָס ער האָט געהאַט פֿון זײַן װײַב טײַבל! זי האָט נעבעך געחלשט צװײ מאָל און איז אַזש קראַנק געװאָרן פֿון צרות און פֿאַר בזיון. דאָס איז אָבער נאָר געװען די ערשטע צײַט. איצט האָט זי זיך שױן צוגעװױנט. איר פּיניע גאָלט זיך אַלע װאָך דאָס גאַנצע פּנים און זעט אױס װי אַן עכטער אַמעריקאַנער. ער רעדט שױן גאָר ענגליש און קײַט שױן כּסדר „טשויִנגאָםchewing gum“. ער שלינגט דאָס שױן אָבער מער ניט אַראָפּ… דערצו, װען ער זאָל נאָך װעלן אַכטונג געבן, די מאַנישקע זאָל זיך בײַ אים ניט צעשפּיליען, דאָס האַלדזטיכל זאָל זײַן אױף אַן אָרט, און בײדע הױזן זאָלן זײַן גלײַך, ניט אײנער אַראָפּ, דער אַנדערער אַרױף, ― װאָלט ער שױן געװען אַ גאַנצער דזשענטעלמען, אַ ספּאָרט.

― ו ―

פּיניע זאָל ניט האָבן אױף זיך קײן דרײקאָפּ (ער שטאַמט דאָך פֿון אַ משפּחה פֿון „קעפּמענטשן“), און דער קאָפּ זײַנער זאָל אים ניט טראָגן אין די גרױסע געשעפֿטן, װאָס דאָ הײסט עס „ביזנעס“, װאָלט ער געקאָנט מאַכן אַ לעבן. ער מאַכט אַזױ אױך אַ לעבן. נאָר דער חסרון איז, װאָס ער װאַרפֿט זיך אַלע מאָל אױף אַן אַנדער דזשאַב. דערפֿאַר האָט ער אַ מעלה, װאָס ער שעמט זיך ניט מיט קײן אַרבעט אין דער װעלט. ער װעט אײַך טאָן װאָס איר װעט אים הײסן, אַבי מאַכן אַ טאָלער. קערן די סטריט ― איז קערן די סטריט. שאַרן קױלן ― איז שאַרן קױלן. פּעדלען מיט גאַזעטן ― איז אַװדאי גוט. אַמעריקע, זאָגט ער, איז אַ פֿרײַע מדינה און אַ בזיון איז, זאָגט ער, נאָר גנבֿענען. דערפֿאַר, זאָגט ער, אַרבעטן דאָ אַלע און קײנער גנבֿעט ניט. גנבֿענען, זאָגט ער, גנבֿענען דאָ נאָר די איטאַליענער. אַ געבאָרענער אַן אַמעריקאַנער, זאָגט ער, װעט ניט גנבֿענען, עס מעג ליגן גאָלד. אַן אַמעריקאַנער װעט אײַך קײנמאָל ניט אָפּנאַרן. און קײן ליגן װעט אײַך קײנמאָל אַן אַמעריקאַנער ניט זאָגן. אַזױ דרינגט פּיניע. ער האָט שױן אַפֿילו געמאַכט אַ ליד אױף אַמעריקע. דאָס גאַנצע ליד געדענק איך ניט. עטלעכע שורות פֿון דעם קאָן איך אײַך זאָגן אױף אױסנװײניק. אָט אַזױ הײבט זיך עס אָן בײַ אים:

„קאָלומבוסעס מדינה
איז אַ לאַנד פֿאַר גרינע.
דאָס אײנציקע געבליבן,
װאָס אַ ייִד מאַכט דאָ אַ לעבן…
דאָס לאַנד איז גרױס
גאָר אָן אַ סוף.
דאָ האַקט מען ניט קײן טשײַניק,
דאָ װײס מען ניט פֿון בלאָף…“

דערנאָך זינגט זיך בײַ אים װײַטער און װײַטער, און לאָזן לאָזט ער אױס מיט אַזאַ מין גראַם:

„אַמעריקע איז דאָס לאַנד פֿון יושר,
האָט אַ פּרעזידענט און ניט קײן קײסער“…

לאַכט פֿון אים מײַן ברודער אליהו. ער זאָגט, אַז „יושר“ גראַמט זיך עפּעס ניט אַזױ גוט מיט „קײסער“. ענטפֿערט אים פּיניע מיט אַ משל: „אַז דער מאַן הײסט מענדל, מעג מען עסן פֿון זײַן פֿענדל. און אַז דער מאַן הײסט לײזער, איז אַ רוח אים אין טאַטן… פֿרעגט די װעלט אַ קשיא: װוּ איז דאָ דער גראַם? איז דער תּירוץ: אַ רוח אים אין טאַטן אָן אַ גראַם“…

― ז ―

איר מײנט, אַז אונדזערע װײַבער מאַכן ניט קײן לעבן? איך מײן דאָס מײַן ברודער אליהוס װײַב ברכה און אונדזער חבֿר פּיניעס װײַבל טײַבל. זײ אַרבעטן בײַ „נעק־טײַסneckties“ )מענערשע שניפּסן(. און װעמען האָבן זײ צו פֿאַרדאַנקען? װידעראַמאָל מײַן מאַמען, און װידעראַמאָל צוליב דעם, װאָס זי גײט אַלע שבת אין שול אַרײַן. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיט אַן אָלרײַטניטשקע, אַ נגידית הײסט עס )אַ נגיד הײסט דאָ אַן „אָלרײַטניק“(. די דאָזיקע אָלרײַטניטשקע איז אַמאָל געװען, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ דינסטמײדל בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, טאַקע בײַ רב יאָסיע דעם נגיד. איר נאָמען איז קרײנדל. מיט דער קרײנדלען איז אַ גאַנצע געשיכטע, װאָס קאָן דערצײלט װערן אין קורצן.

― ח ―

בײַ אונדז, אין כּתרילעװקע, איז אַמאָל געװען אַ קצבֿ מיטן נאָמען מלך. מלך דער קצבֿ. האָט דער מלך געהאַט אַ יונג מיטן נאָמען נחמיה. האָט ער זיך פֿאַרליבט, אָט דער נחמיה הײסט עס, אין דער מױד, אין קרײנדלען, און געװאָלט מיט איר חתונה האָבן. האָט ער ניט געהאַט מיט װאָס. האָט ער זיך מישבֿ געװען אײנמאָל, ― מלך דער קצבֿ האָט אים געגעבן געלט, ער זאָל פֿאָרן אױפֿן יריד קױפֿן אַ בהמה, ― האָט ער גענומען דאָס געלט, נחמיה הײסט עס, און איז אַװעק מיט דער מױד, מיט קרײנדלען הײסט עס, קײן אַמעריקע. האָט דאָס אים באַגליקט און ער איז געװאָרן אַן אָלרײַטניק, און קרײנדל איז געװאָרן אַן אָלרײַטניטשקע. איצט האָבן זײ אַ פֿאַבריק, דאָ הײסט עס אַ פֿעקטאָרי, פֿון נעק־טײַס, דאָס הײסט פֿון האַלדזטיכלעך. האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, די אָלרײַטניטשקע, קרײנדל הײסט דאָס, האָט געהאַט יאָרצײַט נאָך איר מאַמע. איז זי געקומען אין שול און האָט זיך צערעדט מיט דער מאַמע און זיך געלאָזט דערקענען. דערהערט פֿון דער מאַמע, אַז מײַן טאַטע איז געװען פּײסי דער חזן, האָט זי זיך נאָך מער צוגעלאָזט צו מײַן מאַמע און צוגעזאָגט אונדז באַהילפֿיק זײַן מיט װאָס נאָר מעגלעך. האָט איר די מאַמע געזאָגט, אַז קײן הילף װיל זי ניט. זי פֿאַרלאַנגט נאָר אַרבעט פֿאַר אירע קינדער. אַ װאָרט און אַ װאָרט ― די אָלרײַטניטשקע האָט אױסגעפּועלט בײַ איר מאַן דעם אָלרײַטניק, ער זאָל געבן אַן אָרט בײַ זיך אין דער פֿעקטאָרי פֿאַר מײַן שװעגערין ברכה און פֿאַר אונדזער פּיניעס װײַבל טײַבל. זײַנען זײ אַ פּאָר װאָכן געגאַנגען אױף בראָדװײ אַרבעטן אין דער פֿעקטאָרי. און דערנאָך האָט די מאַמע געפּועלט, מע זאָל זײ געבן אַרבעט אַהײם, ניט זיצן אַ גאַנצן טאָג אין שאַפּ.

― ט ―

עס האָט אָבער לאַנג ניט אָנגעהאַלטן: כּל־זמן דער „סיזעןseason: סעזאָן“ האָט זיך געהאַלטן, איז מען געװען „ביזיbusy: פֿאַרנומען“, דאָס הײסט, מע האָט געהאַט אַרבעט. שפּעטער, אַז ס'איז געװאָרן „סלעקטײםslack time“, דאָס הײסט, ס'איז קײן אַרבעט ניט געװען, זײַנען אונדזערע װײַבער געבליבן אָן אַרבעט. מיר האָבן זיך אָבער שטאַרק ניט גענומען צום האַרצן. װאָרעם „גאָט איז אַ פֿאָטער ― מיט אײן האַנט שטראָפֿט ער, מיט דער אַנדערער הײלט ער“. אַזױ זאָגט די מאַמע. איך פֿאַרשטײ דאָס ניט מיטן שׂכל: צו װאָס דאַרף גאָט שטראָפֿן און דערנאָך הײלן? אַמער, לאָז ער ניט שטראָפֿן, װעט ער פֿאַרשפּאָרן הײלן… און װידער זאָגט די מאַמע, „אַז גאָט שיקט די רפֿואה פֿאַר דער מכּה“…

― י ―

אַקעגן װאָס זאָגט זי דאָס? ― װעט איר באַלד הערן. נאָר לאָמיר זיך אַביסל אָפּרוען, כּדי איך זאָל כּוח האָבן דערצײלן װײַטער.

XIII
די רפֿואה פֿאַר דער מכּה
― א ―

איך האָב אײַך צוגעזאָגט דערצײלן, װאָס מײַן מאַמע האָט געמײנט מיט דעם, װאָס זי זאָגט, אַז „גאָט שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה“? אַזױ איז געװען די מעשׂה:

מײַן ברודער אליהון איז נימאס געװאָרן צו דינען אין דער „ייִדישער נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַני“. ס'איז ניט פֿאַר אים קײן דזשאַב. פֿאַרגעסט ניט, אַז מײַן ברודער אליהו איז פּײסי דעם חזנס אַ זון. ער איז אַ יונגערמאַן אַן אײדעלער. ער האָט אַ קול־נגינה. קאָן גאַנץ פֿײַן דאַװענען פֿאַרן עמוד. װי פּאַסט דאָס פֿאַר אַזאַ יונגנמאַן צו דערלאַנגען קישקעלעך צום טיש? דאָס דערלאַנגען אַלײן װאָלט נאָך אפֿשר ניט אױסגעמאַכט, זײַנען אָבער פֿאַראַן אַלערלײ מענטשן. פֿאַראַן מענטשן אײדעלע. אַן אײדלמאַן, אַ טאַטנס אַ קינד, קומט אַרײַן און הײסט זיך דערלאַנגען אַ פּאָרציע װוּרשטלעך און זעצט זיך אַװעק, עסט אױף די װוּרשטלעך, באַצאָלט און גוד באַי.

― ב ―

פֿאַראַן אָבער אַזעלכער, װאָס איז ניט קײן אײדלמאַן. עס מאַכט זיך אַמאָל אַ גראָבער נפֿש. קאָכט ער אױס דאָס װאַסער. דאָס זײַנען אים די קישקעלעך ניט גענוג הײס. דאָס פֿעלט אים זענעפֿט. און אַז ער רעדט, זאָגט ער ניט װי אַ מענטש: „זײַט־זשע מוחל, גיט מיר נאָך אַ פּאָרציע“. נאָר ער טוט אַ פֿײַף, אָדער אַ קנאַק מיט די פֿינגער און אַ הוק: „סעי, װײטער! גיװ מיSay, Mister, give me: הײ, רב ייִד, גיט מיר נאָך אַ פּאָרציע!“ און מײַן ברודער אליהו איז ניט געװױנט געװאָרן, מע זאָל צו אים אַזױ רײדן. װערט ער אָנגעצונדן. ער ענטפֿערט ניט אַזאַ גראָביאַן. װערט דער גראָביאַן אין כּעס און שרײַט נאָך העכער: „סעי, פּראָפֿעסאָר! קאַם אירcome here: קומט אַהער!“ ענטפֿערט אים דעמאָלט אליהו: „װאָס פֿאַר אַ פּראָפֿעסאָר בין איך אײַך?“… װערט יענער נאָך מער אין כּעס און צעשרײַט זיך. דערהערט דער באַלעבאָס. קומט ער צו צו מײַן ברודער און פֿרעגט אים: „װאַט איז די מערדער װיט יוWhat is the matter with you?“ דאָס הײסט: װאָס טוט זיך עס מיט דיר?… ענטפֿערט אים ניט אליהו. פֿרעגט אים דער באַלעבאָס: „פֿאַרװאָס ענטפֿערסטו ניט, אַז מע פֿרעגט דיך?“ זאָגט אים אליהו: „פֿרעגט מיך װי אַ מענטש, װעל איך אײַך ענטפֿערן“. פֿרעגט אים דער באַלעבאָס: „װעלכעס הײסט װי אַ מענטש?“ ענטפֿערט אים אליהו: „אַ מענטש רעדט אױף ייִדיש“… פֿרעגט אים װידער דער באָס: „און אַז איך רײד אױף ענגליש, בין איך אַ פּיפּערנאָטער?“… ענטפֿערט אים אליהו: „עס קאָן זײַן“…

― אױב אַזױ, ― זאָגט צו אים דער באָס ― קריגסטו די סעקsack. דאָס הײסט, דו קאָנסט מאָרגן זיצן אין דער הײם…

― ג ―

„דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט, אַבי ניט פֿאַרקױפֿן קײן קישקעלעך“. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. אונדזער חבֿר פּיניע שטימט מיט אים ניט אײַן. פּיניע גײט מיט דעם גאַנג, אַז אַמעריקע איז אַ פֿרײַע מדינה, אַז אין אַמעריקע באַדאַרף אַלצדינג אָנשטײן. און טאָמער װילט איר אים איבערשפּאַרן, הײבט ער באַלד אָן מיט זײַנע מיליאָנערן: „קאַרנעגי… װאַנדערבילד… ראָקענפֿעלער…“ פֿרעגט אים אליהו:

― פֿון װאַנען קענסטו זיך מיט די דאָזיקע לײַט?

ענטפֿערט אים פּיניע אָפּ:

― למאַי פֿון װאַנען װײס איך, װאָס אין דעם רוסישן „הױף“ טוט זיך?

פֿרעגט אים װידער אליהו:

― נו יאָ, פֿון װאַנען װײסטו דאָס?

ענטפֿערט אים פּיניע אָפּ:

― זאָלסט לײענען אַזױ פֿיל ראָמאַנען, װי איך, װאָלסטו אפֿשר אױך געװוּסט…

― ד ―

דאָס מײנט פּיניע די ביכער, װאָס ער לײענט בײַ אונדזער משה דעם אײַנבינדער. זײ זײַנען געדרוקט אױף פּראָסט ייִדיש. און גראָב זײַנען זײ. און שװער. שװערער פֿון דער מאַמעס טײַטש־חומש. משה דער אײַנבינדער גיט זײ אױף איבערלײענען. ער מאַכט דערפֿון אַ לעבן. װאָרעם אײן בוך לײענען אפֿשר הונדערט מענטשן. צום מײנסטן, װײַבער. װײַבער האָבן ליב ראָמאַנען. מײַן שװעגערין ברכה לײענט זײ אַלע שבת בײַ טאָג, װי אַ װאַסער. מײַן מאַמע און פּיניעס װײַב טײַבל האָבן ליב צו הערן, װי ברכה לײענט. די מאַמע װערט באַלד אַנטשלאָפֿן. נאָר טײַבל רעדט און זיפֿצט. אַמאָל װײנט זי. זי האָט אַ װײך האַרץ. ס'זאָל ניט זײַן שבת און מע זאָל מעגן, װאָלט איך אױסגעמאָלט מיט אַ פּענדזל אױף פּאַפּיר, װי אַזױ ברכה לײענט, און װי אַזױ די מאַמע שלאָפֿט, און װי אַזױ טײַבל װײנט…

נאָר מיר האָבן זיך אַביסל פֿאַררעדט, און מיר װײסן נאָך אַלץ ניט, װי אַזױ גאָט שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה.

― ה ―

פֿריִער ― װעגן דער מכּה. געװיס איז דאָס אַ מכּה, אַז אַ יונגערמאַן, װי מײַן ברודער אליהו, גײט אַרום אָן אַ שטאָך אַרבעט. ער קאָן ניט טאָן דאָס, װאָס אונדזער חבֿר פּיניע טוט. פּיניען, למשל, שטײט אָן נעמען אַ לאָפּעטע װינטער און רײניקן דעם שנײ פֿון דער סטריט. אליהו זאָגט, אַז ער װאָלט אױך געגאַנגען רײניקן דעם שנײ, נאָר ניט אין סטריט. זאָגט צו אים פּיניע: „װאָס דען האָסטו געװאָלט? מע זאָל דיר אַרײַנטראָגן דײַן פּאָרציע שנײ אין שטוב אַרײַן?“ ברענט דאָס אליהון, װאָס פּיניע איז אױפֿגעלײגט.

― אַ פּנים, ס'איז דיר גוט, װאָס דו זאָגסט װערטלעך? ― טוט אים אליהו אַ זאָג און באַקומט פֿון אים אַן ענטפֿער:

― שור איז מיר גוט, אַז איך דערמאָן זיך, אַז איך בין אין אַמעריקע, ניט אין פּאָגראָמענלאַנד.

― אַ גדולה אױף דײַן באָבען! ― זאָגט אליהו, און פֿון האַרצװײטיק גײט ער אַװעק גאָר אין שול אַרײַן, אין כּתרילעװקער בית־המדרש. און דאָ, אין כּתרילעװקער בית־המדרש, קומט די רפֿואה צו דער מכּה. װי אַזױ? װעט איר הערן אַ שײנס.

― ו ―

מיר דאַכט, איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט, אַז אין דעם זומער, װאָס מיר האָבן זיך אַרומגעשלעפּט איבערן לאָנדאָנער װײַטשעפּעל, איז דערװײַל אין דער אַלטער הײם, אין אונדזער ליבן כּתרילעװקע, אױסגעבראָכן אַ כּפֿול־שמונהדיקער פּאָגראָם מיט אַ שׂרפֿה אַ צוגאָב. װאָס מע האָט געקאָנט ראַבעװען, האָט מען געראַבעװעט. װאָס מע האָט געקאָנט צעברעכן, האָט מען צעבראָכן. דאָס איבעריקע האָט מען אונטערגעצונדן און פֿאַרברענט. מילא, פֿון אָרעמע לײַט שמועסט מען ניט. אַ חוץ די עטלעכע קישעלעך האָבן זײ ניט געהאַט װאָס צו פֿאַרלירן. זײ האָבן געדאַנקט גאָט, װאָס זײ זײַנען כאָטש אַרױס מיטן לעבן. װאָרעם עס זײַנען געװען אַזעלכע, װאָס האָבן געכאַפּט קלעפּ, און אַזעלכע, װאָס זײַנען פֿון די קלעפּ געשטאָרבן. אָרעמע עופֿעלעך נעבעך זײַנען אַ טײל צעריסן געװאָרן פֿון די כוליגאַנעס און אַ טײל זײַנען אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. נאָר פֿון די רעדט מען ניט. רײדן רעדט מען פֿון יענע, װאָס ערשט נעכטן זײַנען זײ געװען נגידים, גבֿירים, אַדירים, און הײַנט זײַנען זײ געבליבן קבצנים, דלפֿנים, עניים, ואבֿיונים, אָן אַ העמד אױפֿן לײַב און אָן אַ שטיקל ברױט. אָט פֿון די דאָזיקע געפֿאַלענע, אַז מע טוט אַ טראַכט, ― אַזױ זאָגן אונדזערע לײַט ― גײט איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב! פֿאַרװאָס גײט ניט איבער קײן פֿראָסט איבערן לײַב, אַז מע טוט אַ טראַכט װעגן די אָרעמע לײַט און װעגן זײערע אָרעמע עופֿעלעך, װאָס זײַנען צעריסן געװאָרן פֿון די כוליגאַנעס און װאָס זײַנען אױסגעגאַנגען פֿון הונגער? ― דאָס קאָן איך ניט פֿאַרשטײן. מײַן חבֿר מענדל אױך ניט. ער זאָגט, אַז די כּתרילעװקער ייִדן האָבן שױן אַזאַ טבֿע: אַן אָרעמאַן, אַז ער גײט אױס פֿון הונגער, איז בײַ זײ גאָרניט. און אַ נגיד, אַז ער װערט אַ קבצן ― כאַפּט זײ אַװעק דער רוח!…

― ז ―

בקיצור ― צװישן אונדזערע כּתרילעװקער נגידים, גבֿירים, אַדירים איז געװען אײנער מיטן נאָמען משה־נח. אַחוץ װאָס ער האָט געהאַט אַן אײגענע שטוב מיט אַ הױף, מיט אַ גאָרטן, איז ער גלאַט געװען אַ גבֿיר. אַ סימן: זומער פֿלעגט ער אַרומגײן אין די גאַטקעס, דאָס הײסט, אין די אונטערהױזן. און אױף די אונטערהױזן ― אַ כאַלאַט. אַ ייִד אַן אָרעמאַן װעט ניט װאַגן באַװײַזן זיך אין די אונטערהױזן. מסתּמא, דאַרף מען רעכענען, איז ער תּקיף, אַ ייִד אַ גבֿיר ― װעמען הערט ער?… הײַנט װײס די גאַנצע װעלט, אַז פֿון זײַן מאַמע איז אים געבליבן בירושה דרײַ קלײטן אין מיטן מאַרק. און אַ בהמה האָט ער געהאַט אַלע מאָל אַ מעלקעדיקע. די דרײַ קלײטן האָבן אים גענוג אַרײַנגעטראָגן צום לעבן, נאָך איבער גענוג. פֿונדעסטװעגן האָט זײַן װײַב נחמה־מירל (מע האָט זי גערופֿן „דחבה־בירל“, דערפֿאַר װאָס זי האָט אַ פֿאַרלײגטע נאָז) געשלעפּט פֿון דער מעלקעדיקער בהמה כּמעט די גאַנצע הוצאה פֿון דער שטוב. און בכדי מע זאָל איר ניט געבן קײן עין־הרע, האָט „דחבה־בירל“ ליב געהאַט זיך קלאָגן, אַז איר „בהבה“ האָט זיך אױפֿגעהערט צו „בעלקן“ און זי גיט ניט קײן „בילך“… נאָר כּתרילעװקע נאַרט מען ניט אָפּ. אַלע האָבן געװוּסט, אַז ס'אַ ליגן ― די בהמה האָט זיך ניט אױפֿגעהערט צו מעלקן און זי גיט מילך… הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַזאַ ייִד, װי משה־נח, אַנטלױפֿט קײן אַמעריקע, אַ נאַקעטער, אַ באָרװעסער, װי די מאַמע האָט אים געהאַט, ― זאָל מען אױף אים ניט האָבן קײן רחמנות? נאָר װאָס קאָן טאָן משה־נח אין אַמעריקע? ער װעט דאָך ניט גײן אַרבעטן אין אַ שאַפּ, זײַנע קינדער אױך ניט. האָבן זיך די חבֿרה „אַנשי כּתרילעװקע“ אױף אים אַרומגעקוקט און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ שמשׂ אינעם כּתרילעװקער בית־המדרש.

― ח ―

אין אַמעריקע אַ שמשׂ זאָלט איר ניט אַװעקמאַכן מיט דער האַנט. אין אַמעריקע אַ שמשׂ לעבט שענער װי אין כּתרילעװקע אַ באַלעבאָס. פֿון יאָרצײַטן אַלײן קאָן מען דאָ נתעשר װערן. מע האַלט דאָ זײער שטאַרק פֿון יאָרצײַטן. אַ גאַנץ יאָר דאַװנט מען דאָ ניט. מע האָט קײן צײַט ניט. „טײַם איז מאָניtime is money“ ― צײַט איז געלט. אַזױ גײט דאָ דאָס לשון. נאָר אַז אײנער האָט יאָרצײַט ― װאַרפֿט ער אַװעק אַלע ביזנעס און לױפֿט אין שול אַרײַן. און פֿון שול לױפֿט ער אַװעק אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן און הײסט זיך געבן אַ כּשרן אָנבײַסן, װאָרעם ער האָט יאָרצײַט. און װיבאַלד ער האָט יאָרצײַט, לעקט אָפּ דער שמשׂ אַ בײנדל. און װער שמועסט אַ בר־מיצװה ― דעמאָלט פֿאַלט שױן אַרײַן דעם שמשׂ גאָר אַ גראָבס. בײַ אונדז, אין דער אַלטער הײם, אַז אַ ייִנגל װערט בר־מיצװה, טוט מען אים אָן תּפֿילין און ער מוז שױן גײן אַלע טאָג דאַװענען. דאָ, אין אַמעריקע, אַ בר־מיצװה ― איז אַ יום־טובֿ. מע טוט אָן דעם בחורל אַ טליתל. מע רופֿט אים אױף, װי אַ חתן, צו דער תּורה. ער קװיטשעט אױס, װי אַ יונג האָנעכל, די הפֿטורה. דערנאָך הײבט ער אױף די הענטלעך און באַלעבעטשעט עפּעס אַ דרשה, אױסגעחזרט אױף אױסנװײניק, און דװקא אױף ענגליש. חס־וחלילה ניט אױף ייִדיש. דערנאָך גײט צו דער ראַבינער (דאָ הײסט ער „ראַבײַRabbi“, און גײט געגאָלט דאָס גאַנצע פּנים, און זעט אױס װי בײַ אונדז אַ פּױלישער קסיאָנדזksiądz: גלח). ער לײגט אַרױף די ברײטע אַרבל אױפֿן בר־מיצװה און בענטשט אים „יבֿרכך“…

― ט ―

קורץ, משה־נח האָט אַ גוטן דזשאַב. אײן זאַך נאָר, װאָס ער מוז נעבעך אַלײן גײן צו די באַלעבאַטים קאָלעקטןcollect: קלײַבן. דאָס הײסט, אײַנמאָנען די „בעבֿור־שנדרס“ מיט די דיוסdues: אָפּצאָלן. דאָס הײסט, דאָס חודש־געלט פֿון די באַלעבאַטים. נו, פּאַסט דאָס פֿאַר אַ ייִדן, װאָס איז ערשט ניט לאַנג געװען אַ נגיד, ― זאָל גײן קאָלעקטן? זײַן װײַב „דחבה־בירל“ האָט אַזש געװײנט פֿאַר מײַן מאַמען, אױסגעגאָסן איר גאַנץ ביטער האַרץ פֿאַר איר. זי האָט געזאָגט: „איר בעגט ביר גלײבן בדאבדות, אַז איטלעכס באָל, װאָס בײַד באַד דאַרף גײד באָדעד בעבֿור־שדדרס, זעט ער זיך ביט'ד בלאך־הבװת…“ איך האָב מורא, אַז קײנער פֿון אײַך װעט ניט פֿאַרשטײן אַזאַ לשון. עפּעס קומט דאָס אױס תּרגום. מוז מען אײַך איבערזעצן: „איר מעגט מיר גלײבן בנאמנות, אַז איטלעכס מאָל, װאָס מײַן מאַן גײט מאָנען בעבֿור־שנדרס, זעט ער זיך מיטן מלאך־המװת“… אױסגעהערט פֿון נחמה־מירלען איר ביטער האַרץ, גיט איר מײַן מאַמע אַ גלײַכע עצה, אַז איר משה־נח זאָל נעמען מײַן ברודער אליהו פֿאַר אַ קאָלעקטאָר. אים װעט דאָס זײַן אַ הילף, און מײַן ברודער װעט מאַכן אַ לעבן… פֿאַרשטײט זיך, אַז משה־נח האָט זיך אָנגעכאַפּט אין דעם פּלאַן מיט בײדע הענט. מײַן ברודער אליהו האָט זיך אַפֿילו צום אָנהײב אַביסל געקװענקלט. ס'איז אים נאָך געװען אַביסל פּריקרע. איז אונדזער חבֿר פּיניע אים געקומען צו הילף. ער האָט זיך צעלאָזט מיט זײַן לשון, װי ער קאָן. ער האָט אַװעקגעגעבן אליהון אַ רעכטע פּאָרציע:

― איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איז מיט דיר די גרױסקײט? מיט װאָס ביסטו מער מיוחס פֿון קאַרנעגי, ראָקענפֿעלער, װאַנדערבילד?… און ― פּאַשאָל!

פּיניע, אַז ער װיל, קאָן ער!

― י ―

װער װאָלט זיך עס, אַ שטײגער, געריכט, אַז פֿון אַזאַ קלײנעם דזשאַב, װי זײַן אַ קאָלעקטאָר בײַ אַ שמשׂ פֿון אַ שול, זאָל זיך אױספּיקן מיט דער צײַט אַ סך אַ גרעסערער דזשאַב? און ניט אײן דזשאַב, נאָר צװײ דזשאַבן. אײן דזשאַב אַלס קאָלעקטאָר פֿון אַ פֿיורניטשור־ביזנעסfurniture business: מעבל־געשעפֿט פֿאַר מײַן ברודער אליהו. און דער אַנדערער דזשאַב אַלס קאָלעקטאָר פֿון אַן אינשורענס־קאָמפּאַניinsurance company: פֿאַרזיכערונג־פֿירמע ― פֿאַר אונדזער חבֿר פּיניע. נאָר איך זע נאָך אײַערע פּנימער, אַז איר הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס איז אַזעלכעס „פֿיורניטשור“ און װאָס איז „אינשורענס“. װאַרט מיר צו אַ װײַלע ― איך װעל אײַך אַלצדינג דערקלערן.

XIV
מיר קאָלעקטן
― א ―

דערפֿאַר איז גוט אין אַמעריקע, װאָס אַלצדינג טראָגט מען אַרײַן אין שטוב אַרײַן. און אַלצדינג גיט מען אײַך דאָ אױף אױסצאָלן. פֿאַר אײן טאָלער אַ װאָך קאָנט איר אײַך אױסמעבלירן אײַער שטוב, װי אַ גראַף. דאָ זאָגט מען ניט „אױסמעבלירן“. דאָ זאָגט מען: „אױספֿױרנישןfurnish“. װאָרעם מעבל הײסט דאָ „פֿױרניטשורfurniture“. פֿון װאַנען שטאַמט דאָס װאָרט „פֿױרניטשור“ ― װײס איך ניט. מײַן ברודער אליהו דענקט, אַז דאָס דאַרף װאַקסן פֿון צװײ װערטער: „פֿאָרניט“ ― פֿון פֿאָרנט, און „טשער“ ― אַ בענקל, אַ שטול. זאָגט אָבער אונדזער חבֿר פּיניע, אַז עס הײבט זיך גאָר ניט אָן. ערשטנס, װאָס עפּעס פֿון פֿאָרנט, פֿאַרװאָס ניט פֿון הינטן? און פֿאַרװאָס עפּעס גראָד אַ שטול, פֿאַרװאָס ניט קײן שפּיגל? און צװײטנס, זאָגט מען דען פֿאָרניטשער? מע זאָגט דאָך גאָר „פֿױרניטשער“. און דריטנס, מע זאָגט ניט „פֿױרניטשער“, נאָר „פֿױרניטשיר“ ― מיט אַ חיריק. זאָגט אים אליהו, אַז נאָר אַ משוגענער װעט זאָגן פֿױרניטשיר, מיט אַ חיריק. אַ קלאָרער מענטש װעט אַלעמאָל זאָגן מיט סגול ― „פֿױרניטשער“. אַזױ לאַנג האָבן זײ זיך געשפּאַרט און געאַמפּערט, עס האָט שױן כּמעט געהאַלטן בײַ פּעטש. אַ גליק, װאָס ברכה איז דערבײַ געװען, האָט זי ניט דערלאָזט. ביז ס'איז געבליבן, מע זאָל פֿרעגן בײַ אַן אמתן אַמעריקאַנער. דאָס הײסט, טאַקע בײַ אַ ייִדן, נאָר בײַ אַזאַ ייִדן, װאָס איז ניט קײן גרינער. דאָס הײסט, אַזעלכער, װאָס איז שױן דאָ אין לאַנד כאָטש אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק. לאָזט זיך אױס, אַז דאָס װאָרט פֿױרניטשער לײגט זיך ניט אױס ניט מיט אַ חיריק און ניט מיט אַ סגול, נאָר מיט אַ מלופּן. דאָס הײסט, מע דאַרף גאָר זאָגן „פֿױרניטשור“. הײַנט גײט זײַט אַ חכם!

― ב ―

קײנער קױפֿט דאָ ניט אַ זאַך פֿאַר מזומן געלט. סײַדן אַזאַ ייִד, װי דזשײקאָב שיףJacob Schiff 1847-1920. ער איז דער רײַכסטער מענטש, זאָגט מען, אין אַמעריקע. רײַכער פֿון אים איז שױן ניטאָ. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. און אונדזער חבֿר פּיניע דרינגט, אַז נײן. ער זאָגט, אַז קאַרנעגי איז אַ סך רײַכער. װאַנדערבילד ― אַװדאי. און ראָקענפֿעלער ― אַװדאי און אַװדאי! זאָגט אָבער אליהו: לא מיט אַ ספּאָדיק! יענע זײַנען אפֿשר רײַכער אין ערד, אין אימעניעס. אָבער אין מזומן געלט ― בלאָטע! ― איז שיף רײַכער פֿון זײ אַלע. הײבט שױן פּיניע אָן אַרױס פֿון די כּלים און צעשרײַט זיך אױף מײַן ברודער אליהון, אַז ער װײס ניט װאָס ער רעדט. װאָס ראָקענפֿעלער צעשענקט אַ יאָר נדבֿות נאָר, פֿאַרמאָגט דאָס אפֿשר ניט שיף אױף זײַן מאַיאָנטיק. װערט שױן מײַן ברודער אליהו אין כּעס און זאָגט אױף פּיניען, אַז ער איז אַ שׂונא־ישׂראל, אַן אַנטיסעמיט, װאָרעם אַפֿילו ס'זאָל זײַן אמת, אַז ראָקענפֿעלער זאָל זײַן רײַכער פֿון שיפֿן, דאַרף ער אױך זאָגן, אַז שיף איז רײַכער. װאָרעם ראָקענפֿעלער איז אַ גױ, און שיף איז אַ ייִד. צעלאָזט זיך פּיניע און זאָגט:

― און אַז שיף זאָל זײַן דרײַ מאָל אַ ייִד, דעריבער זאָל איך זאָגן אַ ליגן? דו פֿאַרגעסט זיך, אליהו, צו אָפֿט, אַז מיר זײַנען אין אַמעריקע, און אַז אַמעריקע האָט פֿײַנט בלאָף!

― אַזױ פֿיל מכּות זאָל זיך זעצן אונדזערע שׂונאים אױף אַזאַ אַן אָרט, װוּ איך װײס, און אַזױ פֿיל גוטע יאָר זאָלן מיר אַלע האָבן, װיפֿל ליגונים עס װערט אױסגערעדט אַ טאָג נאָר אין ניו־יאָרק אַלײן, אַ חוץ ברוקליןBrooklyn און אַ חוץ בראָנזװילBrownsville און אַ חוץ די בראָנקסBronx!

אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה, און זײער שפּאַרן זיך נעמט אַ סוף.

― ג ―

װיבאַלד, אַז מע גיט פֿױרניטשור )געדענקט זשע, אַז מע דאַרף זאָגן „פֿױרניטשור“( אױף אױסצאָלן צו טאָלער אַ װאָך, דאַרף מען דאָך האָבן מענטשן, װאָס זאָלן אַרומגײן פֿון שטוב צו שטוב אײַנמאָנען די טאָלערס. איז דערױף געשטעלט געװאָרן קאָלעקטאָרס, װאָס גײען אַרום קאָלעקטן די טאָלערס. קאָלעקטאָרס זײַנען דאָ אַ סך. יעדער קאָלעקטאָר האָט זיך זײַן „ראַוטroute: מאַרשרוט“, זײַנע הײַזער, װוּ ער גײט אַרום קאָלעקטן. זײַן אַרבעט איז אָנקלאַפּן אין דער טיר. דערנאָך קומט ער אַרײַן און זאָגט: „גוד מאָרנינגGood morning!“ ― דאָס הײסט: אַ גוט מאָרגן. דערנאָך זאָגט ער: „װערי נײַס דעיVery nice day“ ― דאָס הײסט: זײער אַ שײנער טאָג!… דערנאָך גיט ער אײַך אַרױס אַ קװיטאַנציע, נעמט אָפּ דעם טאָלער און זאָגט: „גוד באַי“. מער דאַרף ער ניט רײדן. און דאָס היטל אַראָפּנעמען איז אױך ניט נײטיק. דאָ איז עס ניט קײן מאָדע. איר קאָנט אַרײַנגײן אינעם רײַכסטן הױז אין אַ היטל, און מיט די קאַלאָשן אױף די שטיװל, און איר קאָנט אײַך בעת־מעשׂה פּיפּקען אַ סיגאַרעט, אָדער פֿײַפֿן אַ ניגון, אָדער קײַען אײַער טשויִנגאָם. קײנער װעט אײַך ניט זאָגן קײן קרום װאָרט. ס'איז אַמעריקע.

― ד ―

מײַן ברודער אליהו איז גאַנץ צופֿרידן פֿונעם דזשאַב. אַ סך שענער, װי שטײן אין דער „קאָלבאַסנע“ און פֿאַרקױפֿן קישקעלעך. און פֿאַרדינען פֿאַרדינט ער אױך אַ סך מער, װי װאָסער אַ װאָך, אַמאָל מאַכט ער אַכט טאָלער אַ װאָך, אַמאָל צען, און אַמאָל צװעלף. עס װענדט זיך אין דער „פּאַגאָדעпогода“, אינעם װעטער הײסט דאָס. בײַ אַ גוטן װעטער קאָן מען גײן צופֿוס. בײַ אַ שלעכטן װעטער ― מוז מען אונטערפֿאָרן מיט דער קאַר, קאָסט דאָס אַ ניקל. נאָר אַזעלכע ניקלס גײען ניט אַװעק בײַ מײַן ברודער קײן סך. װאָרעם בטבֿע איז אליהו אַ מענטש אַן אײַנגעהאַלטענער, גאָרניט דאָס, װאָס פּיניע. אונדזער פּיניע האָט שױן אַ סך אַ ברײטערע האַנט. זעלטן װען ער גײט צופֿוס. ער מוז, זאָגט ער, פֿאָרן, װאָרעם ער האָט אַ נידעריקע ראיה אים קאָן מען גרינג איבערפֿאָרן. ניט אַזױ נאָך צוליב זײַן קורצזיכטיקײט, װי צוליב דעם, װאָס ער איז אַ פֿאַרטראַכטע בריאה. דער קאָפּ טראָגט אים. און דערצו קאָן ער ניט באַגײן זיך אַ מינוט אָן דעם, ער זאָל ניט אַרײַנקוקן אין אַ בוך, אָדער אין אַ „פּײפּער“. און אַמאָל מאַכט זיך, אַז ער האַלט סאַמע אין מיטן שרײַבן. דאָס הײסט, ער גײט אַרום און טראַכט און טראַכט ― ער הערט גאָרניט, װאָס מע רעדט צו אים. דערנאָך כאַפּט ער אַ פּענסילpencil: בלײַשטיפֿט אָדער אַ טינט־און־פּען און הײבט אָן שרײַבן, קאָן ער אײַך באַשרײַבן אפֿשר צען בױגן פּאַפּיר פֿון אַלע זײַטן. װאָס ער האָט דאָרטן אָנגעשריבן און װאָס טוט ער מיטן אָנגעשריבענעם ― דאָס װײס קײנער ניט. אַפֿילו זײַן װײַב טײַבל אױך ניט. אַז מײַן ברודער אליהו פֿרעגט אים, װאָס ער האָט אָנגעשריבן, ענטפֿערט ער אים:

― מיר'ן עלטער װערן, װעלן מיר װיסן…

מיר זײַנען שױן אַ היפּש ביסל עלטער געװאָרן, און מיר װײסן נאָך אַלץ גאָרנישט.

― ה ―

פֿונדעסטװעגן שאַט דאָס ניט אונדזער חבֿר פּיניען, ער זאָל מאַכן אַ לעבן. און נאָך װי מאַכן אַ לעבן! אונדזער פּיניע איז אױך אַ קאָלעקטאָר. נישט בײַ פֿױרניטשור, נאָר בײַ „אינשורענס“. בײַ אונדז װערט דאָס אָנגערופֿן „סעקוראַנץ“, אָדער „פֿאַרזיכערן זיך פֿונעם טױט“. דאָ פֿאַרזיכערן זיך אַלע, יונג און אַלט, װײַבער און קינדער, טאַטעס און מאַמעס, שװעסטער און ברידער, זײדעס און באָבעס. און אױך נישט פֿאַר מזומן, נאָר אױף אױסצאָלן, פֿון אַ ניקל ביז אַ טאָלער אַ װאָך. װאָס די סומע פֿון די אינשורענס איז גרעסער, דאַרפֿט איר אַלץ מער צאָלן. פֿאַראַן הײַזער אַזעלכע, װוּ אַלע מענטשן, פֿונעם עלטער־זײדן ביזן אוראײניקל, זײַנען אַלע פֿאַרזיכערט פֿונעם טױט. און טאָמער זײַנען נאָך ניט אַלע פֿאַרזיכערט, דאַרף דער קאָלעקטאָר זען דעם ניט־פֿאַרזיכערטן צו פֿאַרזיכערן. װאָס הײסט דאָס „פֿאַרזיכערן“ און װי אַזױ פֿאַרזיכערט מען אַ מענטשן פֿונעם טױט ― װײס איך ניט אַקוראַט. איך װײס נאָר, אַז מײַן ברודער אליהו האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם דזשאַב. ער האָט בעסער אױסגעקליבן דעם דזשאַב פֿון פֿױרניטשור. פֿאַר װאָס? װײַל בײַ פֿױרניטשור קאָלעקטן דאַרף מען נאָר באַנוצן, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, די װערטער: „גוד מאָרנינג“ און „גוד באַי“. און בײַ אינשורענס דאַרף מען רײדן, צורײדן, פֿאַררײדן און איבעררײדן. דערױף איז מסוגל נאָר אונדזער חבֿר פּיניע. ער קאָן איבעררײדן אַ װאַנט. ער קאָן מאַכן רײדנדיק אַ טױטן.

― ו ―

בײַ אונדזער חבֿר פּיניע מאַכט ניט אױס, װער איר זײַט און װאָס איר זײַט. פֿון װאָס איר זאָלט ניט רײדן ― ער מוז אַרױף אױף זײַנעם. זײַט איר אַ פֿאַרזיכערטער ― מעגט איר דאָך רײדן פֿון פֿאַרזיכערונג. זײַט איר נאָך ניט פֿאַרזיכערט ― דאַרפֿט איר דאָך אַװדאי רײדן פֿון פֿאַרזיכערונג. און קױם לאָזט איר זיך רײדן, װעט איר שױן פֿון פּיניעס הענט ניט אַרױסדרײען. ער װעט אײַך שױן פֿאַרזיכערן. און אױב נישט אײַך ― איז אײַער װײַב, אײַער קינד, אײַער זײדן, אײַער שװיגער, אײַער קאָזיןcousin: קוזינע, אײַער שכן (דאָ זאָגט מען ניט „שכן“, דאָ זאָגט מען „נעכסטדאָריקערnext door“). דאָס הײסט, איר פֿאַרזיכערט זיך, אַז טאָמער שטאַרבט אײַער נעכסטדאָריקער פֿריִער פֿון אײַך, באַקומט איר פֿון דער קאָמפּאַניע אַ שײנע פּאָר הונדערט טאָלער. און דער נעכסטדאָריקער פֿון זײַן זײַט פֿאַרזיכערט זיך אױך. דאָס הײסט, באם חלילה איר שטאַרבט אַװעק פֿריִער פֿון אים, באַקומט ער פֿון דער קאָמפּאַניע אַ פּאָר הונדערט טאָלער. צאָלן צאָלט איר בײדע דער קאָמפּאַניע צו קװאָדער אַ װאָך. איר זײַט ניט מחויבֿ צו גײן אין דער קאָמפּאַניע, די קאָמפּאַניע טרעפֿט שױן צו אײַך, ניט אַלײן ― דורך איר קאָלעקטאָר. פּיניע קומט צו אײַך און קאָלעקטעט־אײַן אײַערע קװאָדערס. ער קריגט דערפֿון פֿופֿצן פּראָצענט קאָמישאָןcommission: קאַרטאַזש.

― ז ―

דאָס איז פֿאַרן קאָלעקטן. און אױב ער פֿאַרזיכערט אײַך איבעראַנײַס, דאָס הײסט, אױב ער „שרײַבט אײַך אַ נײַע פּאָליסיpolicy: פּאָליס“ (אַזױ גײט דאָ די שפּראַך), באַקומט פּיניע דער אײדזשענטagent: אַגענט פֿופֿצן מאָל אַזױ פֿיל. דאָס װעט הײסן, אַז טאָמער צאָלט איר אַ קװאָדער פּרעמיע, באַקומט דער אײדזשענט פֿון דער קאָמפּאַניע אין אײן קלאַפּ פֿופֿצן קװאָדערס! אַנו, רעכנט אױס, זײַט מוחל, װיפֿל דאָס מאַכט?! הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז טאָמער געראָט דאָס אונדזער חבֿר פּיניען צו שרײַבן צװײ, אָדער דרײַ, אָדער מער פּאָליסיס אַ טאָג, און אַלע צו קװאָדערס! דאָס איז דאָך אַ גאַנצער מאַיאָנטיק!…

― װײ איז מיר! איר װעט דאָך אָנשיטן אָט די שטוב מיט גאָלד! ― אַזױ זאָגט צו אים מײַן שװעגערין ברכה, און טײַבל װערט אַזש רױט, קוקנדיק אױף איר פּיניען, װי ער שלעפּט די קװאָדערס מיט די ניקלס פֿון אַלע קעשענעס.

― װאָס דען מײנט איר? ― ענטפֿערט איר פּיניע און לײגט־צונױף די קװאָדערס באַזונדער און די ניקלס באַזונדער. ― איר מײנט, אַז קאַרנעגי, װאַנדערבילד און ראָקענפֿעלער זײַנען געבױרן געװאָרן מיט זײערע מיליאָנען?…

― ח ―

װוּ נעם איך איצט אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר? איך װאָלט מיט אַ שװאַרצער קױל אָנגעװאָרפֿן אַזאַ מין בילד: אַ טיש. אױבן־אָן זיצט די מאַמע, צונױפֿגעלײגט די הענט. לעבן איר, פֿון אײן זײַט, שטײט ברכה, אַ הױכע, אַ לאַנגע, מיט גרױסע פֿיס. פֿון דער אַנדערער זײַט ― טײַבל, אַ קלײניטשקע, אַ דאַרינקע, אַ פֿערטל עוף. בײדע אַרבעטן זײ. אײנע נײט, די אַנדערע שטרײַפֿט. בײַ אײן עק טיש שטײט מײַן ברודער אליהו, אַ באַװאַקסענער מיט אַ באָרד. האַלט אַ באָנטשbunch: בינטל קאַרטלעך אין אײן האַנט און אַ פּעקל פּאַפּירענע טאָלערס אין דער צװײטער האַנט. דאָס האָט ער אָנגעקאָלעקטעװעט דורכן טאָג. און בײַם אַנדערן עק טיש שטײט אײַנגעבױגן אונדזער חבֿר פּיניע, אַ געגאָלטער, אַן עכטער אַמעריקאַנער. ער שלעפּט פֿון בײדע קעשענעס די קװאָדערס מיט די ניקלס. און מחמת ער האָט אַ נידעריקע ראיה, טראָגט ער צו יעדן קװאָדער מיט יעדן ניקל גלײַך צו דער נאָז. אױפֿן טיש שטײען שױן צװײ הױכע קופּקעלעך. אײן קופּקעלע איז פֿון סאַמע קװאָדערס, דאָס אַנדערע קופּקעלע איז פֿון לױטער ניקלס. און פּיניע איז נאָך ניט פֿאַרטיק. ער האָט נאָך און נאָך. דאָס קאָן מען אַרױסזען דורך די הױזן־קעשענעס, װאָס זײַנען פֿול. זײַנען געשװאָלן. זײ װערן אַזש צעשפּאַרט…

― ט ―

נישטאָ קײן אײביקע זאַך אױף דער װעלט, און אַ מענטש איז קײנמאָל ניט צופֿרידן מיט דעם, װאָס ער האָט. עס איז אונדז נימאס געװאָרן דאָס אַרומגײן קאָלעקטן די פֿרעמדע טאָלערס מיט די פֿרעמדע קװאָדערס און ניקלס. בעסער קלײנע בולקעלעך אײגענע, אײדער גרױסע קױלעטשן פֿרעמדע. אַזױ זאָגט מײַן שװעגערין ברכה. פֿריִער האָט געװאָרפֿן אַן אומחן אױפֿן קאָלעקטן מײַן ברודער אליהו. עס האָבן זיך אים צוגעגעסן די ביזנעס. און ניט אַזױ די ביזנעס, װי די קאָסטאָמערס. אַנדערע קאָסטאָמערס האָבן אױפֿגעהערט צאָלן. זײ האָבן געזאָגט: „נעמט אײַך צו אײַער פֿױרניטשור, מיר דאַרפֿן עס אױף כּפּרות“… אַנדערע האָבן געהאַט אַ טענה, למאַי די בעט סקריפּעט? למאַי דער שפּיגל באַװײַזט צװײ פּנימער? למאַי די קאָמאָדע װיל זיך ניט עפֿענען און ניט פֿאַרמאַכן? און למאַי יעדער בענקל װעגט דרײַ פּוד? און אַז מע זעצט זיך אַװעק, איז װי אױף טשװעקעס!… און אַנדערע װידער זײַנען זיך מישבֿ און מופֿןmove: רירן זיך גאָר אַרױס. דאָס הײסט, זײ קלײַבן זיך איבער אױף אַן אַנדער סטריט ― און גײ זוך זײ! נאָר ערגער פֿון אַלץ איז אָט װאָס: פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס האָבן זיך אונטערגענומען צאָלן װאָך־געלט. אַז זײ האָבן געקאָנט צאָלן, האָבן זײ געצאָלט. איצט קאָנען זײ שױן מער ניט צאָלן. איבער װאָס? דער ברױטגעבער איז קראַנק געװאָרן, אָדער עס איז קײן אַרבעט נישטאָ, אָדער עס האָט אױסגעבראָכן אַ שטרײַק. עס װילט זיך ניט אָנװערן אַ קאָסטאָמער. װאָס טוט מען? לײגט־אױס אליהו דערװײַל פֿון זײַן פּאַקעט. װאָס זאָלט איר קלערן? ס'איז צרות מיט צרות מיט צרות!…

― י ―

מײנט איר, אַז אונדזער חבֿר פּיניע איז צופֿרידן מיט זײַן דזשאַב? אױך ניט. ביז מע קעטשט אַ קאָסטאָמער, זאָגט ער, קומט אָן כּקריעת־ים־סוף. מע רעדט איבער אים, זאָגט ער, דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט. מע גיט אים צו פֿאַרשטײן, אַזאַ כאַמולע, דעם שׂכל פֿון אינשורענס, קױם געפּועלט בײַ אים אײן „אַפּליקײשאָןapplication: אָנװענדונג“. לאָזט זיך אױס, אַז ער האָט אױפֿן צװײטן טאָג חרטה געקראָגן, אָדער דער דאָקטער האָט אים „רעדזשעקטעטrejected: אָפּגעװאָרפֿן“, דאָס הײסט, ער האָט אָנגעשריבן אױף אים המנס מסירות. דער קאָסטאָמער איז אים ניט געפֿעלן אין שלײער נאַקעטערהײט… נאָר דאָס גרעסטע פֿון אַלע אומגליקן און די ערגסטע פֿון אַלע צרות בײַ אינשורענס־אײדזשענטס איז די „לעפּסlapse: צײַט־אױסלױף“. „לעפּס“ הײסט, אַז אַ קאָסטאָמער הערט אױף צו צאָלן. דעמאָלט רעכנט מען אָפּ דעם אײדזשענט פֿופֿצן מאָל אַזױ פֿיל, װיפֿל דעם קאָסטאָמערס פּרעמיע האָט באַטראָפֿן. פּיניע זאָגט, אַז װען ניט די „לעפּסעס“, װאָלט ער אָנגעשיט אָט די שטוב מיט גאָלד! און אױף זײַן שלימזל האָבן עטלעכע קאָסטאָמערס מיט אַ מאָל, גלײַך װי מע האָט זיך אױפֿגערעדט, אױפֿגעהערט צו צאָלן.

― לאָזן זײ ברענען אױפֿן פֿײַער, טאַקע די קאָסטאָמערס, מיט די אינשורענס, מיט די אַגענטן, מיט די „לעפּסעס“ און מיט די קאָמפּאַניעס! ― אַזױ זאָגט פּיניע. ער װעט שױן בעסער גײן, זאָגט ער, מיט מײַן ברודער אליהו אין אײגענע ביזנעס. אַ פּאָר טאָלער האָבן זײ בײדע מיט גאָטס הילף אָפּגעשפּאָרט. זײ קאָנען שױן טאָן ביזנעס.

און ס'איז געבליבן, אַז מיר גײען אין ביזנעס.

XV
מיר גײען אין ביזנעס
― א ―

װאָס אײַער האַרץ גלוסט ― דאָס געפֿינט איר דאָ אין די פּײפּערס, אין די גאַזעטן הײסט דאָס. פֿון פֿױגלמילך. זוכט איר אַרבעט ― געפֿינט איר דאָס אין פּײפּער. זוכט איר „הענט“, דאָס הײסט אַרבעטער, ― געפֿינט איר זײ אין פּײפּער. זוכט איר אַ חתן אָדער אַ כּלה ― געפֿינט איר עס אין פּײפּער. זוכט איר אַ ביזנעס ― געפֿינט איר עס אין פּײפּער. מיר האָבן געזוכט ביזנעס, דעריבער האָבן מיר גענומען אַרײַנקוקן אין פּײפּער אַרײַן טאָג אױף טאָג, און מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אױף אַזאַ מין אַדװערטײַזמענטadvertisement: רעקלאַמע: „סיגאַרס־סטײשיאָנערי־קענדי־סאָדע־װאַסער־סטענדcigarette, stationery, candy, soda-water stand צו פֿאַרקױפֿן. אַקעגן איבער אַ סקול. אורזאַכע פֿאַמיליען־טראָבלUrsache Familien / trouble: צוליב צרות אין משפּחה. גאַראַנטירט גוטע ביזנעס. קומט שנעל!“…

אױב איר זײַט נאָך אַ גרינער, דאָס הײסט, איר זײַט ניט לאַנג אין לאַנד, באַדאַרף מען אײַך פֿאַרטײַטשן װאָס דאָס מײנט: דאָס איז אַ טישל, װאָס מע פֿאַרקױפֿט דערױף סיגאַרעטלעך, שרײַבגעצײַג און צוקערקעס און סאָדע־װאַסער, און אַ בלאַט־צײַטונג אױך. דאָס טישל איז אַקעגן אַ שקאָלע. און פֿאַרקױפֿן פֿאַרקױפֿט זיך עס איבער דעם, װאָס אַ מאַן דאַרף זיך גטן מיט אַ װײַב, אָדער איבער אַן אַנדער סיבה אין דער פֿאַמיליע…

― ב ―

האָט זיך אַפֿילו מײַן ברודער אליהוס װײַב ברכה אַװעקגעשטעלט אַקעגן מיט אירע טענות: ערשטנס, פֿון װאַנען װײס מען, אַז דאָס איז אמת? און צװײטנס, צו װאָס זאָלן מיר קריכן מיט אַ געזונטן קאָפּ אין אַ קראַנקן בעט אַרײַן? אַז מאַן און װײַב װילן זיך גטן ― װאָס דאַרפֿן מיר זײַן אינמיטן?… מײנט איר, אַז נאָר דאָ האָט אונדזער ברכה געפֿונען אַ טענה? בײַ הונדערט אַנדערע ביזנעס האָט זי אױסגעזוכט אומעטום אַן אַנדער חסרון. מײַן ברודער אליהו האָט שױן לאַנג אַ מאַך געגעבן אױף איר מיט דער האַנט. האָט ער אָבער ניט גוט אָפּגעשניטן פֿון איר. זי האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז ער זאָל גאָר ניט זײַן בײַ זיך אַזױ געדולדיק. אַז ער זאָל ניט מײנען, אַז דאָס, װאָס ער האָט אַראָפּגעכאַפּט דרײַ חלקים פֿון זײַן באָרד, גיט אים דאָס רעכט צו בלאָזן פֿון זיך… דערױף האָט איר אליהו געענטפֿערט, למאַי איר טאַטע יונה דער בעקער האָט אַראָפּגענומען די גאַנצע באָרד?… מישט זיך אַרײַן אונדזער חבֿר פּיניע און זאָגט: „װײסט איר װאָס? איך גײ מיט אײַך אין געװעט צװײ קעגן אײנס, אַז אױב איר װעט געפֿינען צװישן די הונדערט מיליאָן אַמעריקאַנער אַ האַלב טוץ מענטשן מיט בערד, זאָלט איר מיך אָנרופֿן בלאָפֿער!“ ― „ס'אַ משל! ― רופֿט זיך אָן די מאַמע. ― דערימאַך גײען קאַטשקעס באָרװעס… רעדט שױן בעסער פֿון אַנדערע זאַכן“…

מײַן מאַמע האָט פֿײַנט, אַז מע רעדט פֿון בערד. ס′איז גענוג פֿאַר איר, זאָגט זי, אַז זי האָט דערלעבט צו זען, אַז פּײסי דעם חזנס זון האָט געמאַכט אַ מחק פֿון זײַן באָרד, אַז אָך און װײ איז צו אירע שׂונאים!…

― ג ―

די ביזנעס, װאָס מיר זײַנען אין זײ געגאַנגען, האָבן געהאַט אַ סך מעלות. די ערשטע מעלה איז געװען, װאָס מײַן ברודער אליהו איז, אױב איר געדענקט, נאָך פֿון דער הײם אַ מײַסטער אױף צו מאַכן (דאָ הײסט עס מאַנופֿעקטשורןmanufacture) אַלערלײ געטראַנקען. דעריבער האָט זיך אונדז געלױנט צו מאַנופֿעקטשורן סאָדע־װאַסער און פֿאַרקױפֿן אַ גרױסע גלאָז פֿאַר אַ סענט. מיט סיראָפּ ― צװײ סענט. דעם סיראָפּ האָבן מיר אױך אַלײן געמאַכט. נאָך אַ מעלה ― װאָס מיר האָבן געהאַט די ביליקסטע קענדיסcandies (קאָנפֿעקטן). אַ פֿולע זשמעניע האָבן מיר געגעבן פֿאַר אײן סענט. און אַלײן האָבן מיר אױך געקאָנט סמאָצקען קענדיס. אַז איך זאָג „מיר“, מײן איך דאָס מיך און מײַן חבֿר מענדל און פּיניען. מיר אַלע דרײַ האָבן געהאָלפֿן שטײן בײַ אונדזער סטענד געבן אַ נאַש, אַז קײנער זאָל ניט זען. סײַדן אַז ברכה איז געװען דערבײַ, האָט מען ניט געקאָנט נאַשן. און װי אױף צו־להכעיס, איז ברכה געװען כּמעט גאַנצע טעג בײַם סטענד, געהאָלפֿן טאָן ביזנעס. אַלע האָבן מיר געהאָלפֿן טאָן ביזנעס. אַפֿילו טײַבל, און אַפֿילו די מאַמע. אַ קונה, אַז ער איז צוגעגאַנגען צו אונדזער סטענד, האָט ער זיך אַזש דערשראָקן, דערזעענדיק אַזאַ משפּחה מיט אַזױ פֿיל ביזנעסלײַט. דאָס איז אָבער דװקא געװען זײער גוט. אַ קונה האָט ליב קריכן אַהין, װוּ ס'איז ענג.

― ד ―

די בעסטע צײַט פֿאַר אונדזערע ביזנעס איז זומער, אין די הײסע טעג. זומער איז אין ניו־יאָרק אַן אמתער גיהנום. דער עולם קװיקט זיך דעם גאַנצן טאָג מיט מאַראָזשענע. „אײַז־קרים“ הײסט עס דאָ. אױפֿן סענדװיטש פֿאַרקױפֿט זיך עס. דאָס הײסט, צװײ ביסקװיטלעך און אין מיטן אַביסל אײַז־קרים. און דאָס קאָסט אַ פּעני. פֿאַרדינען מיר דערבײַ האַלב אױף האַלב. נאָר ניט דאָ שטעקט אונדזער פֿאַרדינסט. די גאַנצע מזל־ברכה ליגט גאָר ערגעץ אַנדערש. אין אַזאַ מין קאַלטן געטראַנק, װאָס מע רופֿט דאָס „סײַדערcider: עפּלקװאַס“. דאָס איז אַ מין זױער־זיסלעכער, אָדער זיסלעך־זױערער קװאַס מיט אַ שױם און סע שטשיפּעט בײַ דער צונג. די, װאָס האָבן אַמאָל פֿאַרזוכט שאַמפּאַניער־װײַן, זאָגן, אַז ס′האָט אַ טעם פֿון אמתן שאַמפּאַניער. און כאָטש „סײַדער“ איז אַן אַמעריקאַנער געטראַנק, פֿונדעסטװעגן װער מאַנופֿעקטשורט אים? ― מײַן ברודער אליהו. װאָס קאָן דען אליהו ניט? קוקט ניט דערױף, װאָס פּיניע מאַכט אים אױסצודרײען. אונדזער חבֿר פּיניע האָט שױן עטלעכע מאָל פֿירגעהאַלטן מײַן ברודער אליהו, אַז זײַן שאַמפּאַניער האָט נאָר אײן מעלה ― ער איז קאַלט. װײַטער טױג ער אױף כּפּרות. קײן קאַפּ זיסקײט! ענטפֿערט אים מײַן ברודער אָפּ מיט אַ װידעראַנאַנד: װיבאַלד אַז דער שאַמפּאַניער טױג ניט, הײַנט װאָס זשליאָקעט ער אים גאַנצע טעג? זאָגט אים פּיניע: „װאָס אַרט דיך, אַז איך זשליאָקע? און װיפֿל קאָן אַ מענטש אָנזשליאָקען? איך זאָל זשליאָקען פֿון גאַנץ פֿרי ביז אױף דער נאַכט, װײס איך ניט, אױב איך װעל אָנזשליאָקען אױף אַ ניקל“… מישט זיך אַרײַן ברכה און זאָגט, אַז אַ ניקל גײט אױך ניט צופֿוס. שטעלט זיך אײַן טײַבל פֿאַר איר מאַן און זאָגט, אַז איר פּיניע איז אַ גלײַכער שותּף צו די ביזנעס, װי אליהו, און אַ שותּף מעג זיך, דאַכט זיך, פֿאַרגינען אױסצוגעבן אַמאָל אַ ניקל? אַ גליק, װאָס די מאַמע איז דערבײַ. זאָגט זי, מע זאָל זי גילטן, װאָלט זי פֿאַר אירע זינד ניט געװאָלט זיך צורירן צו אָט דער אַמעריקאַנער משקה, װאָס האָט אַ פּנים פֿון סאָראָװעץ און אַ טעם פֿון חלשות!… װערט אַ געלעכטער, און דערװײַל הערט מען אױף צו זאָגן זיך שטעכװערטלעך.

― ה ―

שפּעטער, העט־העט, אין װײַטן זומער, אַז עס קומען אױף די קאַװענעס (דאָ הײסט עס „װאָטער־מעלאָןwatermelon“), מאַכן מיר נאָך מער ביזנעס. מיר צעשנײַדן דעם קאַװען אױף אַ סך שטיקלעך און פֿאַרקױפֿן צו סענט אַ שטיקל. אַז גאָט העלפֿט אַ געראָטענעם קאַװען, מאַכט מען פֿון אים גאָלד. און עס בלײַבט נאָך איבער אַ פּאָר שטיקלעך אױפֿן סטענד. האָבן מיר אַ גוטע װעטשערע. װאָרעם אָנגעשניטענע קאַװענע טאָר מען ניט לאָזן אױף מאָרגן. ס'װעט פֿון דעם װערן דריליעס. בעטן מיר גאָט, דאָס הײסט, איך און מײַן חבֿר מענדל און פּיניע, ס'זאָל בלײַבן װאָס מער שטיקלעך פֿונעם טאָג…

― ו ―

דאָס איז אָבער אַלץ אַזעלכע זאַכן, װאָס האָבן אױף זיך אַ צײַט, אַ סיזעןseason: סעזאָן. גײט אַװעק דער זומער ― איז אױס שאַמפּאַניער, אױס װאָטער־מעלאָן! דערפֿאַר איז סיגאַרעטלעך אַ סחורה, װאָס װײס ניט פֿון קײן סיזען. סיגאַרעטלעך גײען אַ גאַנץ קײַלעכיקן יאָר. און מיר מאַכן מיט דעם גאַנץ גוטע ביזנעס. פֿאַראַן אַלערלײ סיגאַרעטן. פֿאַראַן צו סענט אַ שטיק. און פֿאַראַן צװײ שטיק פֿאַר אַ סענט. סיגאַרעטן איז אױך אַזאַ אַרטיקל, װאָס מע קאָן אַמאָל אַ נאַש טאָן, פֿאַררײכערן אַ סיגאַרעטל בסוד, קײנער זאָל ניט זען. דאָ זאָגט מען ניט רײכערן, דאָ זאָגט מען „סמוקעןsmoke“. באַדאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה ― איך האָב אײנמאָל אַװעקגעשלעפּט אַ סיגאַרעטל, און מיר האָבן דאָס פֿאַררײכערט. איך און מײַן חבֿר מענדל. איך אַ צי, ער אַ צי. און עס װאָלט אָפּגעלאָפֿן גלאַט. איז דאָך אָבער דאָ אַ ברכה אױף דער װעלט. האָט זי באַדאַרפֿט דערשמעקן, אַז מיר סמוקען אַ סיגאַרעטל. גײט זי און דערצײלט דאָס אליהון. האָט מיר מײַן ברודער געגעבן אַ סיגאַרעטל ― אַז איך װעל דאָס געדענקען! אים האָט שױן ניט אַזױ געאַרט דאָס סיגאַרעטל, װי דאָס, װאָס ס′איז געװען שבת. פּײסי דעם חזנס ייִנגל זאָל רײכערן אום שבת ― באַדאַרף מען אים הרגענען! פֿאַר אַזאַ זאַך האָט שױן אַפֿילו די מאַמע צוגעגעבן, אַז דער הונט איז װערט דעם שטעקן… פֿון דעמאָלט אָן סמוקען מיר שױן ניט קײן סיגאַרעטן. איך קאָן שױן גאָר אַפֿילו דעם ריח ניט פֿאַרטראָגן…

― ז ―

אױסער סיגאַרעטן האָבן מיר אױף אונדזער סטענד פּײפּערס צו פֿאַרקױפֿן, ייִדישע גאַזעטן און זשורנאַלן. קײן גרױסע ביזנעס מאַכן מיר ניט מיט זײ, דערפֿאַר האָט אָבער אונדזער חבֿר פּיניע װאָס צו לײענען. ער לאָזט ניט דורך אײן פּײפּער. שטעקט ער אַרײַן די נאָז, איז אים שװער אָפּצורײַסן. עס ציט אים, זאָגט ער, צו די פּײפּערס, װי אַ מאַגנעט. ער האָט שטאַרק חשק אַלײן עפּעס אַרײַנשרײַבן אין די פּײפּערס. ער איז שױן געװען אױף איסט־בראָדװײ, דאָרט װוּ די פּײפּערס דרוקן זיך, עטלעכע מאָל. װאָס ער האָט דאָרטן געטאָן ― זאָגט ער ניט. איך האָב מורא, אַז ער האָט געבראַכט צו טראָגן אַהינצוצו אַ פּאָר פֿון זײַנע לידלעך. מחמת אַז מע ברענגט דעם באָנטשbunch: בינטל מיט פּײפּערס, כאַפּט זיך צו דעם פֿריִער פֿון אַלעמען אונדזער חבֿר פּיניע. ער זוכט און נישטערט אין אַלע װינקעלעך, די הענט ציטערן אים אַזש. דערנאָך כאַפּט ער זיך אױף און לאָזט זיך לױפֿן אױף איסט־בראָדװײ. פֿרעגט אים מײַן ברודער אליהו: װאָס האָט ער צו טאָן אױף איסט־בראָדװײ? זאָגט אים פּיניע, אַז ער זוכט אַ ביזנעס. פֿרעגט אים אליהו: מיר טוען דען ניט קײן ביזנעס? ענטפֿערט אים פּיניע: אָט דאָס הײסט אױך אַ ביזנעס? אַ גאַנצע משפּחה פֿון זיבן עסערס אױף אײן שטיקל סטענד ― אױך מיר אַ ביזנעס!… פֿרעגט אים אליהו: װאָסערע זיבן עסערס? רעכנט אים פּיניע אױס אױף די פֿינגער: ער און זײַן טײַבל איז ניט צװײ. אליהו און זײַן ברכה איז ניט פֿיר. די מאַמע איז ניט פֿינף. און בײדע קטנתּיס ― איז ניט זיבן. די „קטנתּיס“ ― דאָס מײנט ער מיך און מײַן חבֿר מענדל.

― ח ―

פֿאַרדריסט עס מײַן מאַמען. זי שטעלט זיך אײַן פֿאַר מיר און פֿאַר מײַן חבֿר מענדל. זי זאָגט, אַז מיר פֿאַרדינען אונדזער שטיקל ברױט גאַנץ כּשר. װאָרעם פֿאַרטאָג, אײדער דער סטענד װערט געעפֿנט, צעטראָגן מיר שױן דעם מאָרגן־פּײפּער צו אונדזערע קאָסטאָמערס. דערנאָך גײען מיר אין סקול (יאָ, מיר גײען שױן אין סקול). און אַז מיר קומען פֿון סקול, העלפֿן מיר אַטענדןattend: באַזאָרגן די ביזנעס. אַזױ, טאַקע מיט דעם לשון, זאָגט די מאַמע. זי רעדט שױן אױך העכער האַלב אױפֿן היגן לשון. אַ „קיך“ און אַ „הון“ זאָגט זי שױן ניט. זי זאָגט שױן אַ „טשיקעןchicken: הינדל“ און אַ „קיטשען“. נאָר װאָס דען? בײַ איר קומט נאָך אױס פֿאַרקערט: אַ „קיך“ איז בײַ איר אַ „טשיקען“. און אַ „הון“ איז בײַ איר אַ „קיטשען“. „איך גײ, זאָגט זי, אין טשיקען אױסזאַלצן די קיטשען“… לאַכט מען פֿון איר. לאַכט זי אױך. „אַ דאגה ― זאָגט זי ― יאַק רײדעלע טאָ רײדעלע, אַבי דאָברע מײנעלעяк רײַדעלע то רעדעלע אַבי добре מײנעלע: װי איך האָב געזאָגט אַזױ האָב איך געזאָגט, אַבי עס זאָל מײנען ריכטיק“… אַנו, זײַט אַ בריה און זעצט דאָס איבער אױף ענגליש!…

XVI
העללאָוhello: שלום־עליכם, לאַנדסמאַן!
― א ―

לױפֿן מיר אײנמאָל פֿאַרטאָג, איך און מײַן חבֿר מענדל, מיט די פֿרישינקע פּײפּערס צו אונדזערע קאָסטאָמערס. פּלוצעם דערפֿיל איך אַ זעץ פֿון הינטן אין פּלײצע און איך הער עמעצער רופֿט אױס:

― העללאָו, לאַנדסמאַן!

דרײ איך מיך אום און טו אַ קוק ― ס'איז מאָטל! „מאָטל דער גרױסער“. דאָס איז דער מאָטל, װאָס האָט זיך אַרומגעשלעפּט מיט אונדז אַמאָל איבער דער װעלט. אין קראָקע מיט לעמבעריק, אין װין און אין אַנטװערפּן. אױב איר געדענקט, האָט ער מיך אױסגעלערנט שטעלן אַ גובערנאַטאָר אין זײַט אַרײַן און איז געװען אַ בױכרעדער. ער איז אַװעק מיט דער כאַליאַסטרע אַ סך פֿריִער פֿון אונדז. אַז מיר האָבן זיך נאָך אַרומגעבלאָנקעט איבערן לאָנדאָנער װײַטשעפּעל, איז ער שױן געװען דאָ אין אַמעריקע אָללרײַט. דאָס הײסט, ער האָט שױן געהאַט אַ דזשאַב אין אַ קלינינג־סטאָרcleaning store: װאַשערײַ, און ער האַלט נאָך איצט אױך אָן דעם דזשאַב. פֿרעג איך אים: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ דזשאַב?“ דערקלערט ער מיר, גײענדיק, אַז דאָס איז אַ מין קלינינג־פֿעקטאָרי, װוּ מען רײניקט מלבושים. דהײַנו, װי אַזױ? מע נעמט אַרײַן, זאָגט ער, אַ פּאָר צעקנײטשטע תּחתּונים אין אַזאַ מאַשין צװישן צװײ פּרעספֿליגלען. דורך אַ באַזונדער אײװעלע װערן די פּרעספֿליגלען גוט אָנגעװאַרעמט. אַ מענטש טוט אַ דרײ ― אױסגעפּרעסט אַ פּאָר הױזן!

― ב ―

― און װאָס איז אײַער דזשאַב? ― פֿרעגט מאָטל דער גרױסער בײַ מיר און מײַן חבֿר מענדל.

― מיר דעליװערן deliver: טראָגן אָן, זאָג איך, ניוס־פּײפּערסnewspapers: צײַטונגען. מיר צעטראָגן, זאָג איך, צײַטונגען צו אונדזערע קאָסטאָמערס, אײדער מיר גײען אין סקול. און אַז מיר קומען, זאָג איך, פֿון סקול, העלפֿן מיר אַטענדןattend: באַזאָרגן די ביזנעס. מיר האַלטן, זאָג איך, אַ סטענד אױפֿן קאָרנערcorner: ראָג, און מיר מאַכן אַ לעבן…

― אָהאָ! ― זאָגט מאָטל דער גרױסער. ― דו רעדסט שױן נישקשהדיק ענגליש. װיפֿל מאַכט איר, זאָגט ער, אַ װאָך, אַזעלכע צװײ ביזנעסלײַט, װי איר?

― אין דורכשניט, אַרום און אַרום, ― זאָג איך ― קאָנען מיר אױסשלאָגן אַ טאָלער אַ װאָך. און אַמאָל אַ טאָלער און אַ קװאָדער…

― און דאַטס אָללthat's all: מער ניט? ― רופֿט זיך אָן מאָטל דער גרױסער מיט גדלות. ― איך פֿאַרדין אַלײן דרײַ טאָלער אַ װאָך… װאָס איז די נײםname: נאָמען פֿון דעם דאָזיקן דזשענטעלמען? ― מאַכט מאָטל און װײַזט אָן אױף מײַן חבֿר. זאָג איך, אַז ער הײסט מענדל. צעלאַכט זיך מאָטל און זאָגט, אַז מענדל איז פֿע! װאָס פֿאַר אַ נאָמען מענדל? „װי אַזױ זשע דען, פֿרעג איך אים, זאָל ער הײסן?“… פֿאַרטראַכט זיך מאָטל אױף אַ װײַלע און זאָגט, אַז ער װאָלט באַדאַרפֿט בעסער הײסן מײַקMike, ניט מענדל. מײַק איז שענער. זאָג איך: „װי אַזױ זשע רופֿט מען דיך?“ זאָגט ער: „מעקסMax“. זאָג איך: „װיבאַלד אַזױ, דאַרף איך דאָך אױך הײסן מעקס. איך הײס דאָך אױך מאָטל“. זאָגט ער: „שור הײסטו מעקס“. און ער געזעגנט זיך אָפּ מיט אונדז:

― גוד באַיgoodbye: זײַ געזונט, מעקס! גוד באַי, מײַק!

און מיר רײדן אָפּ, אַז נעקסטן זונטיק זעען מיר זיך אין מוּװינג־פּיקטשורס. מיר גיבן זיך אײנס דאָס אַנדערע די אַדרײסים און מיר צעגײען זיך איטלעכער אין זײַן װעג אַרײַן.

― ג ―

זונטיק נאָך דינער גײען מיר, איך און מײַן חבֿר מײַק, װאָס האָט ניט לאַנג געהײסן מענדל, אין מוּװינג־פּיקטשורס זען דעם גרױסן מוּװינג־סטאַר טשאַרלי טשאַפּליןCharlie Chaplin 1889-1977. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע גײען אױך מיט אונדז. דעם גאַנצן װעג רײדן זײ װעגן טשאַרלי טשאַפּלין. װאָס פֿאַר אַ גרױסער מענטש ער איז, װיפֿל ער קריגט באַצאָלט, און אַז ער איז אַ ייִד. נאָר אַזױ װי די צװײ קאָנען זיך קײנמאָל ניט אױסגלײַכן מיט די מײנונגען, װאָס אײנער זאָגט, דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר, פֿרעגט מײַן ברודער אליהו: מיט װאָס איז טשאַרלי טשאַפּלין אַזױ גרױס? ענטפֿערט אים פּיניע, אַז טױזנט טאָלער אַ װאָך צאָלט מען ניט גלאַט אַבי װעמען… פֿרעגט אים אליהו: פֿון װאַנען װײס ער? ער האָט געצײלט זײַן געלט? זאָגט אים פּיניע, אַז ער האָט געלײענט אין די פּײפּערס. און פֿון װאַנען װײס מען, אַז טשאַרלי טשאַפּלין איז אַ ייִד? זאָגט אים פּיניע, אַז סע שטײט אַזױ אין די פּײפּערס. פֿרעגט אים װידער אליהו: פֿון װאַנען װײסן דאָס די פּײפּערס? זײ זײַנען געװען אױף זײַן ברית? זאָגט אים פּיניע: די פּײפּערס װײסן אַלץ. למאַי פֿון װאַנען װײס מען, אַז טשאַרלי טשאַפּלין איז אַ שטומער פֿון געבױרן? און אַז ער קאָן ניט שרײַבן, ניט לײענען? און אַז זײַן טאַטע איז געװען אַ שיכּור? און אַז אַלײן איז ער געװען אַ קלאָוןclown: פּאַיאַץ אין אַ צירק? הערט אים אױס אליהו און זאָגט מיט אַ קאַלטן לונג־און־לעבער: „און אפֿשר איז די גאַנצע מעשׂה אַ ליגן?“… װערט פּיניע אָנגעצונדן און זאָגט אױף מײַן ברודער, אַז ער איז אַ ייִד אַ נודניק… און איך האַלט מיט פּיניען. כאָטש אליהו קער מיר אָן אַ לײַבלעכער ברודער, נאָר אַ נודניק איז ער. װאָס אמת איז אמת…

― ד ―

מיר זײַנען נאָר־װאָס צוגעגאַנגען צו דער קאַסע קױפֿן טיקעטסtickets: בילעטן, דערהערן מיר אַ קול:

― האַו דו יו דו, מעקס? האַו אַר יו, מײַקHow do you do, Max, how are you, Mike: שלום־עליכם, מעקסט; װאָס מאַכסטו, מײַק?

דאָס איז געװען מאָטל דער גרױסער, װאָס זײַן נאָמען איז שױן ניט מאָטל, נאָר מעקס.

― קױפֿט ניט קײן טיקעטס, ― זאָגט אונדז מעקס ― איך טריט אײַך הײַנט מיט טיקעטס… דאָס הײסט, ער נעמט אונדז אױף זײַנע הוצאָות. און ער ציט אַרױס פֿון קעשענע אַ האַלבן טאָלער און טוט אים אַ װאָרף דעם מײדל, װאָס זיצט בײַם פֿענצטערל, און הײסט זיך געבן דרײַ טיקעטס אַפּסטערזupstairs, דאָס הײסט, פֿון אױבן, אױף דער גאַלעריע.

― װער איז דער שלימזל? ― פֿרעגט אליהו בײַ אונדז. דערצײלן מיר אים, װער דאָס איז. באַטראַכט אים אליהו פֿון אױבן ביז אַראָפּ און פֿרעגט אים, פֿאַרװאָס גיט ער אים ניט אָפּ קײן שלום־עליכם?

― צי דו ביסט שױן געװאָרן אַזױ גרױס אין אַמעריקע, אַז עס שטײט דיר שױן ניט אָן צו רײדן אַ ייִדיש װאָרט?…

ענטפֿערט אים ניט מאָטל דער גרױסער, דאָס הײסט מעקס, קײן װאָרט אַפֿילו. נאָר עס דערהערט זיך אַ קװיטש פֿון דער דרױסן־טיר, װי עמעצער װאָלט אַרײַנגערעדט פֿון דער סטריט:

― אידיאָט!

מיר אַלע דרײען אױס די פּנימער צו דער טיר און מיר זעען קײנעם ניט. מיר באַטראַכטן זיך אײנס דאָס אַנדערע פֿאַרװוּנדערט. טוט זיך אַ װאָרף צו דער טיר פֿריִער אליהו, און נאָך אים פּיניע ― ניטאָ קײנער בײַ דער טיר. זײ קוקן אױף דער סטעליע, זײ באַזוכן אַלע װינקעלעך ― ניטאָ קײן נפֿש. װער קאָן דאָס זײַן? דער חבֿרה־מאַן מאָטל, װאָס הײסט שױן מעקס, נעמט אונדז, מיך און מײַן חבֿר מענדל אָדער מײַק, פֿאַר די הענט. און אַלע דרײַ קלעטערן מיר אַרױף אַפּסטערז. דאָרטן זאָגט ער אונדז אױס דעם סוד, אַז דאָס האָט ער, מעקס, דורכן בױך אַרױסגערעדט דאָס װאָרט „אידיאָט“. און ער חזרט דאָס איבער גײענדיק נאָכאַמאָל. און עס פֿאַלט אָן אױף אונדז בײדן אַזאַ געלעכטער, אַז קױם װאָס מיר קאָנען דערנאָך אײַנזיצן און זען די קונצן פֿון טשאַרלי טשאַפּלין.

― ה ―

זײַט איר לעבט האָט איר נאָך אַזאַ פֿאַרשלעפּטע קרענק ניט געזען, װי מאָטל דער גרױסער, אָדער מעקס. דאַכט זיך, מע באַדאַרף ניט האָבן קײן גרעסערן קונצנמאַכער, װי טשאַרלי טשאַפּלין, מאַכט אים נאָך מעקס מיט אַלע פּישטשעװקעס. אַרױסגײענדיק פֿון טעאַטער, איז זיך מישבֿ מעקס און קלעפּט זיך אָן אַ פּאָר קורצע שװאַרצע װאָנצעלעך, װי בײַ טשאַרלי טשאַפּלין. דאָס קאַפּעליושל האָט ער אָנגערוקט, װי טשאַרלי טשאַפּלין. די פֿיס אױסגעדרײט, װי טשאַרלי טשאַפּלין. און דאָס גענגעלע מיטן דרײען פֿונעם הינטן, מיטן מאַכן פֿונעם שטעקעלע ― צװײ טראָפּן װאַסער טשאַרלי טשאַפּלין! מײַן חבֿר מענדל, אָדער מײַק, האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן. ער האָט אים אַרומגעכאַפּט קושן. און אַלע מענטשן, װאָס זײַנען געשטאַנען בײַם טעאַטער אין דרױסן, האָבן אונדז נאָכגעטײַט מיט די פֿינגער: „אָן גײט דער צװײטער טשאַרלי טשאַפּלין“… איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַפֿילו אַזאַ ערנסטער מאַן, װי מײַן ברודער אליהו, האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן לאַכנדיק. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער לאַנג ניט געלאַכט. אין אײן מינוט איז אים פֿאַרשטערט געװאָרן דאָס געלעכטער. װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז, װאָס פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ קול, װי פֿון אונטער דער ערד אַרױס, עפּעס װי פֿון אַ קעלער:

― אי־די־יאָט!

― ו ―

און אַלע האָבן זיך אָנגעבױגן, אַרײַנגעקוקט אין קעלער אַרײַן, װעלכן מיר זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען. אַלע האָבן מיר זיך אײַנגעהערט. מעקס האָט זיך אױך אײַנגעהערט גלײַך מיט אַלעמען, גלײַך װי ער װײס ניט פֿון װאָס צו זאָגן… און פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ קול, שױן ניט פֿון הינטן, נאָר פֿון אױבן, עפּעס װי פֿונעם דאַך אַראָפּ:

― אי־די־יאָט!!…

פֿריִער אליהו און דערנאָך אַלע האָבן פֿאַרריסן די קעפּ אַרױף, אױפֿן דאַך. מעקס האָט אױך געקוקט אַרױף. און דאָס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן. איך און מײַן חבֿר מײַק, װאָס האָבן געװוּסט, פֿון װאַנען די קולות גײען, האָבן זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָבן מיטאַמאָל אױסגעשאָסן אַ געלעכטער.

― ז ―

דאָס האָט שױן מײַן ברודער אליהו פֿאַרדראָסן. װען דאָס זאָל ניט זײַן אין ניו־יאָרק אױף דער סטריט, װאָלט מיר שױן אַרײַנגעפֿלױגן אַ פֿײַנע פּאָר פּעטש אין בײדע באַקן. מײַנע אױערן װאָלטן זיך אױך ניט גענאַרט. נאָר אַזױ װי דאָס איז געװען אין מיטן ניו־יאָרק אױף דער סטריט, האָט זיך אליהו באַגנוגנט נאָר דערמיט, װאָס ער האָט אונדז בײדע גוט אױסגעשאָלטן, מיך און מײַן חבֿר מײַק. און נאָכדעם האָט ער גענומען אונדז זאָגן מוסר. ער האָט אונדז אָנגעװיזן אױף מאָטל דעם גרױסן, דאָס הײסט ― אױף מעקסן.

― נעמט אײַך אַראָפּ אַ מוסר, ― האָט אונדז אליהו געזײפֿט די פּנימער, ― לערנט זיך פֿון אײַערס אַ חבֿר… אַ בחורל גלײַך מיט אײַך, פֿאַרװאָס לאַכט ער ניט אַזױ, װי איר?…

― אי־די־יאָט! ― האָט זיך דערהערט װידעראַמאָל הינטער אליהוס פּלײצעס. אליהו האָט זיך אױסגעדרײט צוריק. אױף אים קוקנדיק, האָט זיך אױסגעדרײט אונדזער חבֿר פּיניע. און מיר אַלע נאָך אים. און מעקס האָט זיך אױך געגעבן אַ דרײ אױס צוריק. איך און מײַק זײַנען שיִער ניט צעזעצט געװאָרן פֿאַר געלעכטער.

― ח ―

„אין אַמעריקע רײדן די שטײנער“… אַזױ האָט זיך אױסגעדריקט אונדזער חבֿר פּיניע. ער װאָלט נאָך אַ בעלן געװען װיסן, װעמען רופֿט מען דאָס „אידיאָט“? רופֿט זיך אָן מײַן ברודער אליהו:

― װער עס פֿרעגט, דער איז עס…

װי דערשטױנט איז ער אָבער געװאָרן, אַז פֿון אונטער דער ערד האָט זיך פּלוצעם דערהערט אַ פֿאַרדומפּט קול:

― איר האָט אַ טעות, רב אליהו! ביקאָזbecause: װײַל דאָס זײַט איר אַלײן טאַקע דער אי־די־יאָט!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― ט ―

פֿון דעמאָלט אָן גײט שױן מער ניט מײַן ברודער אליהו אין די מוּװינג־פּיקטשורס און װיל ניט הערן פֿון טשאַרלי טשאַפּלין.

XVII
מיר גײען פֿאַרגרעסערן די ביזנעס
― א ―

אין אַמעריקע האָט מען פֿײַנט שטײן אױף אײן אָרט. אין אַמעריקע גײט מען פֿאָרװערטס. דאָס הײסט, מע װאַקסט, מע װערט װאָס אַ טאָג גרעסער… די ביזנעס, װאָס מיר האָבן געמאַכט אױף אונדזער סטענד, האָבן ניט געטראָגן אױף אױסצוהאַלטן אַ משפּחה פֿון, קײן עין־הרע, זיבן פּאַרשױן. האָבן מיר גענומען זוכן אַ גרעסערע ביזנעס. שױן ניט קײן סטענד, קײן טישל הײסט דאָס. אין אַמעריקע באַדאַרף מען לאַנג ניט זוכן. מע דאַרף נאָר נאָכקוקן, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט, אין די פּײפּערס. דאָרט געפֿינט איר װאָס אײַער האַרץ גלוסט. טאַקע פֿון פֿױגלמילך. דער חסרון איז, װאָס פֿאַר אַן אײַנגעפֿירטע ביזנעס הײסט מען זיך גוט באַצאָלן. אַ נאָמען קאָסט געלט. פֿאַר דער פֿירמע באַדאַרף מען אַמאָל מער באַצאָלן, װי פֿאַר דער סחורה. אַ סימן האָט איר, אַז אַפֿילו אונדזער סטענד, װאָס האָט אונדז אַרײַנגעבראַכט קױם צען טאָלער אַ װאָך, האָבן מיר אױך פֿאַרקױפֿט פֿאַר גוט געלט ― נאָר צוליב דער פֿירמע. אַ גרינהאָרן האָט דאָס בײַ אונדז אָפּגעקױפֿט. ער האָט זיך אַפֿילו ניט שטאַרק נאָכגעפֿרעגט בײַ אונדז, װיפֿל מיר מאַכן. אים איז געװען גענוג צו זען, אַז זיבן נפֿשות דרײען זיך אַרום אײן סטענד און מאַכן אַ לעבן. מסתּמא איז דאָס אַ „ביזנעס“…

― ב ―

דעם סטענד האָבן מיר פֿאַרקױפֿט מיט דער גאַנצער סחורה, מיט די בעסקעטסbaskets: קױשן, מיט די כּלים און אַפֿילו מיט דער שאָו־קײסshowcase: װיטרינע. נאָר דעם סוד, װי אַזױ מע מאַנופֿעקטשורט סאָדע־װאַסער, אַלערלײ סיראָפּן, און, איבערהױפּט, װי אַזױ מע מאַכט דעם געטראַנק, װאָס מע רופֿט אים „סײַדערcider: עפּלקװאַס“ ― דאָס האָט מײַן ברודער אליהו ניט געװאָלט אױסזאָגן פֿאַר קײן געלט ניט. ער האָט געזאָגט, אַז איטלעכער מאַנופֿעקטשורט דאָס, װי ער פֿאַרשטײט. למאַי ער מאַנופֿעקטשורט װײַן אױף פּסח? מײַן ברודער אליהוס פּסחדיקער װײַן האָט אַ שם אין אַמעריקע. קוקט ניט דערױף, װאָס ער מאַנופֿעקטשורט אים ערשט דאָס ערשטע יאָר. אַלע אונדזערע באַקאַנטע, װאָס דאַװענען מיט אונדז שבת אין אונדזער כּתרילעװקער שול, האָבן אונדז צוגעזאָגט, אַז װײַן אױף פּסח װעלן זײ ניט נעמען אין ערגעץ, נאָר בײַ אונדז. אונדזער חבֿר פּיניע האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג און צעפּױקט איבער ניו־יאָרק, אַז מײַן ברודער אליהו מאַנופֿעקטשורט פּסחיקן װײַן ― מעג אים טרינקען דער פּרעזידענט. אױף צו פּױקן איז אונדזער פּיניע אַ מזיק. דאָ װערט דאָס אָנגערופֿן: „אַדװערטײַזןadvertise: רעקלאַמירן“. פּיניע זאָגט, אַז דערױף, דאָס הײסט אױף אַדװערטײַזמענטסadvertisements: רעקלאַמעס, שטײט אַמעריקע. איטלעכער סוחר מעג לױבן זײַן סחורה. יעדער אַרבעטער מעג אַדװערטײַזן זײַן מלאָכה. די גאַנצע װעלט מעג װיסן, אַז מײַן געטראַנק איז זױער־עסיק. נאָר איך מעג מיר אַדװערטײַזן, אַז ס'איז זיסער פֿון צוקער. איר מעגט זײַן איבערצײַגט, אַז מײַן אַרבעט איז ניט װערט קײן פּעני. נאָר איך קאָן עס מיר שאַצן, אַז ס'האָט די װערט אַ מיליאָן. עס איז אַמעריקע. אַ פֿרײַע מדינה.

― ג ―

שטאַרק אױסגעפּױקט און צעאַדװערטײַזט איבער גאַנץ „דאַון־טאַוןdowntown: מיטלשטאָט“ מײַן ברודער אליהוס פּסחדיקן װײַן, האָט אונדזער חבֿר פּיניע אַװעקגערופֿן מײַן ברודער אױף אַ זײַט און האָט אים אַזױ געזאָגט:

― הער זשע אױס, אליהו. איך האָב דיר אַדװערטײַזט דײַן פּסחדיקן װײַן, װאָס מע דאַרף נישט בעסער. זע־זשע, איך זאָל נישט האָבן דורך דיר קײן בזיונות. װאָרעם דו קאָנסט אָנמאַנופֿעקטשורן אַזאַ װײַן, ער זאָל זײַן אַזױ געשמאַק, װי דײַן געטראַנק אין דער אַלטער הײם… זאָלסטו געדענקען, אַז דאָס איז אַמעריקע, און דאָ טרינקט מען װײַן, נישט קײן קװאַס…

דאָ האָט זיך מײַן ברודער אליהו געפֿונען באַלײדיקט און האָט נישט געװאָלט ענטפֿערן פּיניען קײן װאָרט אַפֿילו. פֿאַר אים האָט שױן אָפּגעענטפֿערט ברכה. מײַן שװעגערין האָט אָפּגעצװאָגן אונדזער חבֿר פּיניע מיט אַ הײסן אָקראָפּ. זי האָט זיך אָנגערופֿן און האָט אַזױ געזאָגט:

― עמעצער, אַ פֿרעמדער, זאָל שטײן בײַ דער זײַט און הערן אַזעלכע װערטער, װאָלט ער זיכער געקאָנט מײנען, אַז אין אַמעריקע זײַנען לױטער מיוחסים און סטעקראַטן, װאָס טרינקען נישט קײן אַנדער משקה, אַ חוץ װײַן, און באָדן זיך אין האָניק און אין שמאַלץ און אין אַלדאָס גוטס… לאָם איך האָבן די גליקלעכע יאָר, װיפֿל קװאָרט סאָראָװעץ און ראָסל פֿון אוגערקעס עס װערט דאָ אױסגעטרונקען אַ טאָג!… איך האָב אַלײן געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן אַן אָלרײַטניטשקע פֿון גרענד סטריטGrand Street האָט באַשטעלט אַן עמער עפּלקװאַס מיט אַ מאה זױערע עפּעלעך, קיסליצעס… און די ברכות זאָל איך האָבן, װאָס די קיסליצעס זײַנען בעסער און געשמאַקער פֿון די היגע אָרענדזשעסoranges: מאַראַנצן מיט די גרײפּפֿרוטס, װאָס מע װײס אַפֿילו נישט, װי אַזױ מע שנײַדט דאָס און מיט װאָס מע עסט דאָס…

איך גיב נישט איבער ביזן סוף אַלצדינג, װאָס ברכה האָט דאָ אַרױסגעזאָגט. װאָרעם ברכה, אַז זי הײבט אָן צו רײדן, װעט זי אַזױ גיך נישט אַנטשװיגן װערן. פּיניע װײס עס גלײַך מיט מיר. רוקט ער אָן דאָס היטל און נעמט דעם װעג. דאָס איז די בעסטע עצה. איך טו אױך אַזױ.

― ד ―

„קענדי־סיגאַר־סטײשאָנערי־סטאָר מיט פֿינף רומס. גרױסער באַרגעןbargain: מציאה. גוטע ביזנעס. בעסטע נאַכבאַרשאַפֿטשכנהשאַפֿט. אורזאַכע סינגעלsingle: לײדיק. שנעל איבערגעבן“. װאָס זאָגט איר אױף דער עבֿרי? אַיאָ, ס'איז בײַ אײַך תּרגום־לשון? מע מוז אײַך פֿאַרטײַטשן איטלעכס װאָרט באַזונדער. אַנישט, װעט איר נישט פֿאַרשטײן.

דער פּשט איז אַזױ: „עס גיט זיך איבער אַ קלײט, װוּ מע פֿאַרקױפֿט קאָנפֿעקטן, סיגאַרעטן, שרײַבגעצײַג, גאַזעטן און נאָך אַזעלכע זאַכן. אַ גרױסע מציאה. מאַכט גוטע געשעפֿטן. די בעסטע שכנים. און מחמת דער באַלעבאָס איז נישט קײן באַװײַבטער, דעריבער גיט ער איבער דאָס געשעפֿט װאָס גיכער“…

דאָס האָבן מיר אַרױסגעלײענט פֿונעם פּײפּער, און מיר האָבן אַלע דערפֿילט, אַז דאָס איז פֿאַר אונדז די ריכטיקע ביזנעס. גלײַך װי געמאָסטן. און מיר האָבן אָנגעהױבן גײן אָנקוקן די ביזנעס. פֿריִער זײַנען געגאַנגען די מאַנצבילן. דאָס הײסט, מײַן ברודער אליהו, אונדזער חבֿר פּיניע און מיר אין צװײען, דאָס הײסט, איך און מײַן חבֿר מענדל, װאָס מע רופֿט אים שױן מײַק. אונדז זײַנען די ביזנעס געפֿעלן. דערנאָך זײַנען געגאַנגען די װײַבער: די מאַמע, מײַן שװעגערין ברכה און פּיניעס װײַב טײַבל. איז זײ נישט געפֿעלן. איטלעכע פֿון זײ האָט געפֿונען אַן אַנדער חסרון. מײַן מאַמע האָט געזאָגט, אַז ס'איז איר צו װײַט פֿון דער שול. דאָס הײסט, ס'איז אױף יענער גאַס אױך פֿאַראַן אַ שול. איז דאָס אָבער אַ פֿרעמדע שול. נישט אונדזער כּתרילעװקער שול. פֿרעגט בײַ איר אליהו, אױב אין דער שול איז דער אײגענער ייִדישער גאָט, װאָס אין יענער שול? ענטפֿערט אים די מאַמע, אַז דער גאָט איז דער אײגענער, נאָר די ייִדן זײַנען אַנדערע. זי איז צוגעװױנט צו די כּתרילעװקער ייִדן. מיט כּתרילעװקער ייִדן, זאָגט זי, דאַװנט זיך גאָר אַנדערש. זי קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן, װי אַזױ װעט זי הערן אַן אַנדער בעל־תּפֿילה, נישט אונדזער הערש־בער דעם חזן?

― ה ―

דאָס איז דער מאַמעס טענות. מײַן שװעגערין ברכה האָט אױף די ביזנעס אַן אַנדער חסרון: װאָס װעלן מיר טאָן, זאָגט זי, מיט אַזױ פֿיל רומס? צו װאָס דאַרפֿן מיר פֿינף רומס? האָט אונדז אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע געגעבן אַן עצה: מיר זאָלן די איבעריקע רומםrooms: צימערן פֿאַרדינגען. אָפּגעבן צו אַ פּאָר קװאַרטיראַנטן מיט קעסט. דאָ װערט דאָס אָנגערופֿן: „אַרײַננעמען באָרדערסboarders“. אַ „באָרדער“ הײסט אַ שכן, אַ קװאַרטיראַנט. זאָגט ברכה: „נאָך דאָס פֿעלט אונדז. האָבן צו טאָן מיט קעסט־קינדער“. און טײַבל זאָגט איר נאָך איטלעכס װאָרט, װי אַ פּאָפּוגײַ: „נאָך דאָס פֿעלט אונדז. האָבן צו טאָן מיט קעסט־קינדער“… זאָגט פּיניע צו זײַן װײַבל: „טאָמער װאָלסטו אַמאָל געזאָגט דײַן אײגן װאָרט, נישט איבערקײַען ברכהס װערטער?“… טרעט אַרױס ברכה און קילט אָפּ אונדזער פּיניען: „איטלעכער איז אַ מבֿין אױף יענעם, נישט אױף זיך“… און טײַבל חזרט איבער: „איטלעכער איז אַ מבֿין אױף יענעם, נישט אױף זיך“… רופֿט זיך אָן פּיניע צו זײַן װײַב: „װאָס װאָלסטו געטאָן, װען דו זאָלסט זײַן אַלײן?“ ענטפֿערט אים ברכה: „װאָלט איך ― זאָלט איר, לעקעך ― איז מקח“… און טײַבל זאָגט איר נאָך: „װאָלט איך ― זאָלט איך, לעקעך ― איז מקח“… טוט פּיניע אַ שפּײַ אױס „טפֿו!“ ― און גײט אַװעק.

― ו ―

מײנט איר, אַז נאָר מיר אַלײן זײַנען געגאַנגען אָנקוקן די ביזנעס? עס האָבן זיך מטריח געװען אױך אונדזערע מחותּנים, אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע. קודם־כּל איז געגאַנגען אונדזער מחותּן, יונה דער בעקער. דערנאָך ― זײַן װײַב, אונדזער מחותּנתטע, ריװעלע די בעקערין. בײדע מיטאַמאָל קאָנען זײ נישט איבערלאָזן די קנישעס אױף הפֿקר. מוזן זײ אַלעמאָל גײן אײנציקװײַז. דערנאָך איז געגאַנגען משה דער אײַנבינדער. און נאָך אים ― פּעסיע די גראָבע… נאָר שאַ! דאָ מוז איך מיך אַלײן אונטערברעכן און זאָגן אױפֿן היגן לשון: „עסקיוז מיexcuse me, איך האָב געמאַכט אַ מיסטײקmistake“. אױף אונדזער מענטשלעך לשון װעט דאָס הײסן: „האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב געהאַט אַ טעות“. פֿריִער איז געגאַנגען אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע, דערנאָך ערשט איז געגאַנגען איר מאַן, משה דער אײַנבינדער. און נאָך זײ זײַנען געגאַנגען גלאַט אַ פּאָר באַקאַנטע גוטע פֿרײַנט, װאָס דאַװענען מיט אונדז אין אײן שול, דאָס הײסט, אַ פּאָר כּתרילעװקער ייִדן, װאָס פֿאַרשטײען אין די ביזנעס. האָט זײ דער ביזנעסמאַן נישט שײן אױפֿגענומען. דאָס הײסט, ער האָט זײ פּשוט דורכגעטריבן. ער האָט זײ געזאָגט, אַז ער האָט זיך קײנמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט אַזאַ גרױסע משפּחה! האָט דאָס מײַן מאַמע פֿאַרדראָסן. איז זי אַװעק צו אים מיט מײַן שװעגערין ברכה. האָט אים ברכה אָפּגעשפּילט אַ װיװאַט, אַז ער װעט זי האָבן צו געדענקען! דער סוף איז געװען, אַז דער ביזנעסמאַן האָט געשװאָרן בײַ גאָט, אַז ער גיט אױף די ביזנעס נאָר צוליב דעם, װאָס ער גײט חתונה האָבן. איצט האָט ער שױן חרטה. אַז אַ ייִדענע, זאָגט ער, קאָן האָבן אַזאַ מױל, װי אונדזער ברכה, איז נישט כּדאַי צו חתונה האָבן. שױן גלײַכער, זאָגט ער, בלײַבן ביזן טױט אַ סינגעלמאַןsingle man: לײדיקער. דאָס הײסט, אַ בחור.

― ז ―

דאָס איז אָבער נאָר געזאָגט. דער ביזנעסמאַן איז אױסגעגאַנגען פֿאַרקױפֿן די ביזנעס, פּונקט אַזױ װי מיר האָבן געחלשט נאָך די ביזנעס. ובפֿרט, אַז אונדזער סטענד האָבן מיר שױן כּמעט פֿאַרקױפֿט. איך זאָג „כּמעט“, װײַל דער גרינהאָרן, װאָס איז געגאַנגען איבערנעמען אונדזער סטענד, האָט אונדז מיט גװאַלד אַרײַנגעשטופּט צען טאָלער אַן אױפֿגאָב. דאָ הײסט עס אַ „דעפּאָזיט“. מיר האָבן שױן חרטה געהאַט, װאָס מיר האָבן בײַ אים גענומען דעם דעפּאָזיט. װאָרעם דער גרינהאָרן איז געהאַנגען איבער אונדז דעם גאַנצן טאָג, ער האָט שױן גאָרנישט געװאָלט אָפּטרעטן פֿון אונדזער סטענד. אַ ייִד אַ נודניק, אַ סך אַ גרעסערער נודניק פֿון מײַן ברודער אליהו. מײַן ברודער איז גאָלד אַקעגן אים. ער האָט זיך אַזױ אײַנגעגעסן אין די בײנער, אַז מיר האָבן אים געװאָרפֿן אין פּנים אַרײַן זײַן דעפּאָזיט. האָט ער אָבער ניט געװאָלט אים נעמען צוריק. ער האָט זיך פֿאַרליבט אין אונדזער סטענד. ער איז געװען זיכער, אַז מיר װערן גליקלעך. „אַ גרינהאָרן בלײַבט אַ גרינהאָרן!“… אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע.

― ח ―

װאָס הײסט אַ „גרינהאָרן“? ― פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס! מײַן חבֿר מײַק װײס אױך נישט װאָס דאָס איז. מיר הערן, אַז מע זאָגט „גרינהאָרן“ ― זאָגן מיר אױך. איך בין אַ בעלן געװען אױף אַ טשיקאַװעסט אָפּמאָלן דעם ייִדן, װאָס האָט אָפּגעהאַנדלט בײַ אונדז דעם סטענד, מיט אַ װײַס קרײַדל אױף די שטײנער פֿונעם טראָטואַר. נאָר אױפֿן שטערן האָב איך אים צוגעזעצט אַ לאַנגן האָרן מיט גרינע קרײַד. האָט איר באַדאַרפֿט הערן די געלעכטערן, װאָס זײַנען געװען. אַלע האָבן דערקענט אונדזער גרינהאָרן און אַלע האָבן געלאַכט. אַ חוץ מײַן ברודער אליהו. ער האָט נישט געלאַכט. דאָס הײסט, שלאָגן האָט ער מיך נישט געשלאָגן. נאָר ער האָט מיך געצװוּנגען, איך זאָל מיט אַ נאַסער שמאַטע אָפּװישן דעם גרינהאָרן. אַנישט, װעלן מיר דאַרפֿן צאָלן שטראָף. פֿאַר יעדע זאַך צאָלט מען דאָ שטראָף. פּרוּװט אַ שפּײַ טאָן אין סטריט ― װאַקסט אױס אַ גאָראָדאָװאָי (דאָ הײסט ער „פּאָליסמאַןpoliceman“). ער נעמט אײַך פֿאַר אַן אױער און פֿירט אײַך אָפּ גלײַך אין חד־גדיא אַרײַן (דאָ הײסט עס „פּאָליס־סטײשעןpolice station: פּאָליצײ־סטאַנציע“). און דאָרטן שטראַפֿירט מען אײַך אָפּ אין פֿינף טאָלער. זײער שטרענג אין אַמעריקע!

― ט ―

קערט איר אַװדאי מײנען, אַז דאָ איז אַזױ רײן און זױבער, װי אין אַנטװערפּן, און קײנער שפּײַט נישט אױף דער סטריט? האָט איר אַ טעות. מע שפּײַט און מע כראַקעט אױף װאָס די װעלט שטײט. אַמעריקע ― אַ פֿרײַע מדינה. סײַדן אפֿשר אױף דער פֿינפֿטער עװעניו. און דאָס ― נישט אומעטום, נאָר דאָרט, װוּ די מיליאָנערן זיצן. מיליאָנערן שפּײַען נישט. שפּײַען שפּײַט נאָר דער, װאָס ס'איז אים נישט גוט. און דעם רײַכן איז דאָך גוט ― װאָס װעט ער שפּײַען?…

XVIII
מיר מופֿןmove: זיך אַריבערקלײַבן
― א ―

אין אַמעריקע איז אַ מינהג ― מע מופֿט. דאָס הײסט, מע פּעקלט זיך פֿון אײן דירה אין דער אַנדערער. פֿון אײן ביזנעס אין דער אַנדערער. יעדער אײנציקער מוז מופֿן. מופֿט ער נישט מיט זײַן גוטן װילן, מאַכט מען אים, ער זאָל מופֿן. דאָס הײסט, אַז איר צאָלט נישט קײן דירה־געלט (דאָ הײסט עס „רענטrent“), גיט מען אָן אױף אײַך און מע װאַרפֿט אײַך אַרױס. װערט דאָס אָנגערופֿן, אַז מע האָט אײַך אַרױסגעמופֿט. דעריבער טאָרט איר זיך נישט װוּנדערן, אַז מע טוט אײַך אַ פֿרעג: „װען מופֿט איר?“ און אַז מע פֿרעגט אײַך, מוזט איר ענטפֿערן. פֿאַר נישט װעלן ענטפֿערן האָט מײַן ברודער אליהו געכאַפּט אַ פּסק פֿון אונדזערן אַ קאָסטאָמער, װאָס גיט אונדז צו לײזן פֿאַר מעטשעסmatches: שװעבעלעך. דאָס הײסט, ער באַקומט פֿון אונדזער סטענד אַלע װאָך אַ באַקסלbox: קעסטל מעטשעס אָן געלט. דאָ גיט מען שװעבעלעך אומזיסט. מע דאַרף גאָרנישט װאַרטן, ביז מע װעט געבן. מע גײט צו און מע נעמט אַלײן.

― ב ―

דער קאָסטאָמער, װאָס איך דערצײל אײַך, איז אַ מאָדנער מענטש. עס איז כּדאַי, איך זאָל אײַך אים אָפּמאָלן. װער ער איז און װאָס ער איז ― װײסן מיר נישט. װוּ ער װױנט און װאָס זײַנען זײַנע ביזנעס ― װײסן מיר אױך נישט. קײן רײַכער מאַן, װײַזט אױס, איז ער נישט. דאָס זעט מען נאָך זײַן אױסגעריבענעם קאָוטcoat: מאַנטל, װאָס ער בײַט אים קײנמאָל ניט איבער, נאָך זײַן אָפּגעבאַרעט קאַפּעליושל און נאָך זײַנע געלאַטעטע שיך. דערפֿאַר איז ער אָבער זײער אַן אַקוראַטנער מענטש. ער קומט צו אַלע טאָג אין דער זעלבער שעה און צו דער זעלבער מינוט. ער נעמט דעם מאָרגן־פּײפּער, טוט אין אים אַ קוק אַרײַן אױף דער ערשטער און אױף דער לעצטער פּײדזשpage: זײַטל, כאַפּט אַ קוק אױך אין דער מיט פֿונעם פּײפּער און לײגט אים אַװעק צוריק. קױפֿן האָט ער נאָך קײן אײנציק מאָל בײַ אונדז נישט געקױפֿט קײן זאַך. אַ חוץ, װאָס ער נעמט אַלע װאָך אַ באַקסעלע מעטשעס אומזיסט. און אַ חוץ װאָס ער לײענט אַלע טאָג דעם מאָרגן־פּײפּער. האָט דאָס מײַן ברודער אליהו מסתּמא פֿאַרדראָסן. אײן מאָל אַ חכמה, צװײ מאָל אַ חכמה. אָבער נישט אַלע טאָג. איז זיך מישבֿ אליהו אײנמאָל און טוט אים אַ זאָג:

― עס קאָסט אַ פּעני…

דער קאָסטאָמער טוט זיך זײַנס, דאָס הײסט, ער לײענט די ערשטע און די לעצטע פּײדזש פֿונעם מאָרגן־פּײפּער. מײַן ברודער העכערט דאָס קול:

― עס קאָסט אַ סענט!…

דער קאָסטאָמער טוט אַ קוק אין מיטן, לײגט צונױף דעם פּײפּער און לײגט אים אַװעק אױפֿן זעלבן אָרט, װי ער איז געלעגן.

― ג ―

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

«אױף דעם אָרט װערן איבערגעריסן מאָטל פּײסי דעם חזנס מעשׂיות פֿון אַמעריקע. „מיר מופֿן“ איז געװען די לעצטע זאַך, די לעצטע שורות, װאָס שלום־עליכם האָט געשריבן עטלעכע טעג פֿאַר זײַן אַװעקגײן פֿון אונדז, שױן ליגנדיק אױף זײַן טױטן־בעט. ער האָט נאָך אַװעקגעשטעלט אַ גרױסן געכּתיבֿהטן אות „ג“, נאָר נאָכן גימל גײען אין מאַנוסקריפּט לײדיקע װײַסע בלעטלעך, אַזױ אַז דער אומבאַקאַנטער „קאָסטאָמער“ אָן אַ נאָמען בלײַבט אומבאַקאַנט, און די אַלע װײַטערדיקע בילדער און טיפּן פֿונעם ייִדיש־אַמעריקאַנישן געטאָ־לעבן, װאָס האָבן גערעגט דעם שטענדיק־װאַכנדיקן דמיון פֿון אונדזער גרױסן שילדערער אין זײַנע לעצטע טעג, בלײַבן פֿאַרשלאָסן און פֿאַרזיגלט פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור.

װעגן דעם דאָזיקן לעצטן קאַפּיטל פֿון שלום־עליכמס שאַפֿן (און אפֿשר אױך װעגן דעם פֿריִעריקן פֿאָר־לעצטן קאַפּיטל פֿון „מאָטל פּײסי דעם חזנס אין אַמעריקע“) איז אונדז, זײַנע הױז־מענטשן, אױסגעקומען צו הערן פֿון אים אַלײן. דינסטיק דעם 9טן מײַ, אין אָװנט, דאָס הײסט, פֿיר טעג פֿאַר זײַן טױט, האָט מען מיך דורכן טעלעפֿאָן אַװעקגערופֿן פֿון מײַן אַרבעט און איבערגעגעבן, אַז שלום־עליכם רופֿט מיך, איך זאָל באַלד קומען. פֿון די דאָקטױרים האָב איך געװוּסט און בין געװען זיכער, אַז דעם קראַנקנס לאַגע איז נישט ערנסט און אַז עס דאַרף נאָר נעמען עטלעכע טעג ביז ער װעט געזונט װערן. און דאָך האָט מיך דעם גאַנצן װעג, פֿון דער „איסט סײַדEast Side: מיזרח־זײַט“ ביז בראָנקס, געדריקט אַ מאָדנער שװערער אַנגסט. איך האָב זיך באַרויִקט ערשט דעמאָלט, װען איך האָב דערזען דאָס פֿענצטער פֿון שלום־עליכמס צימער, פֿון װעלכן עס האָט זיך געגאָסן אַ שטילער רויִקער שײַן.

איך האָב געטראָפֿן שלום־עליכמען אױפֿן בעט דװקא מונטער און עטװאָס אױפֿגעלעבט. מע האָט אים געהאַט אײַנגעגעבן נערונג אױף אַ קינסטלעכן אופֿן, װײַל די דאָקטױרים האָבן געגלױבט, אַז דאָס איז בײַ אים אַ נערװעזע מאָגן־קראַנקײט. מיט עטלעכע שעה צוריק, נאָכמיטאָג, בין איך געװען בײַ אים אין צימער, נאָר איצט האָט ער געזאָגט, אַז אים דאַכט זיך, אַז ער האָט מיך נישט געזען שױן עטלעכע טעג. מיט אַ שװאַכן שמײכל אױפֿן אױסגעמוטשעטן געזיכט האָט ער דערצײלט, װאָס פֿאַר אַ װוּנדערלעכע װירקונג די קינסטלעכע נערונג האָט אױף אים געמאַכט ― עס האָבן זיך אים ממש געעפֿנט די אױגן און ער זעט פֿאַר זיך די ליכטיקע װעלט. צװישן אַנדערס האָט ער מיך געפֿרעגט, צי מע װײס אין דער רעדאַקציע פֿון דער „װאַרהײט“ (װוּ ער האָט די לעצטע צײַט געשריבן), אַז ער איז קראַנק, און האָט אונדז דערצײלט, אַז הײַנטיקע נאַכט (דאָס הײסט, די נאַכט פֿון מאָנטיק אַקעגן דינסטיק) האָט ער געשריבן, נישט קוקנדיק אױף די גרױסע יסורים, װאָס האָבן אים נישט אָפּגעלאָזט אַ מינוט נישט. „איך ליג אַזױ און ליג אַ גאַנצע נאַכט, ― האָט ער דערצײלט, דערבײַ שװער געכאַפּט דעם אָטעם ― שלאָפֿן קאָן איך נישט, די געדאַנקען טראָגן… װאָס זשע איז דער תּכלית אַזױ צו ליגן? זאָג איך צו דער מאַמע: װאָס װעל איך דאָ אױסליגן? ביז טאָג איז נאָך װײַט… אַמער, גיב אַהער די פּען און די פּאַפּקע מיטן פּאַפּיר, װעל איך כאָטש שרײַבן. שרײַבן איז מיר אַ סך גרינגער, װאָרעם סײַ װי סײַ מוטשען די געדאַנקען, לאָזן נישט צו־רו… און אָט אַזױ פּאַװאָלינקע האָב איך אָנגעשריבן עטלעכע קאַפּיטלעך פֿון מאָטלען“…

און די עטװאָס מידע, הימל־קאָלירטע אױגן, װאָס האָבן די לעצטע טעג אָפּגעגעבן מיט אַ מאָדנע בלױקײט, אַ רײנע, אַ װײַטע, װי די בלױקײט פֿון הימל, האָבן דערבײַ אױפֿגעשטראַלט מיט אַ קינדיש־קינסטלערישער באַגײַסטערונג.

דאָס זײַנען געװען די לעצטע שורות פֿון שלום־עליכמס שאַפֿן און דאָס זײַנען געװען זײַנע לעצטע װערטער, װאָס ער האָט גערעדט װעגן זײַן שרײַבן. אױף מאָרגן איז זײַן לאַגע געװאָרן ערנסט, די דאָקטױרים האָבן זיך פֿאַרלױרן, און דאָס אומגליק איז אױסגעװאַקסן נאָענט, װי אַ כמאַרע…

דאָס לעצטע מאַנוסקריפּט „מיר מופֿן“, כאָטש ס'איז געשריבן מיט שלום־עליכמס כאַראַקטעריסטישער פֿײַנער און קלאָרער האַנטשריפֿט, איז דאָך צו דערקענען, אַז ס'איז געשריבן געװאָרן שױן נישט מיט אַ געזונטער לײַכטער האַנט. די אותיות זײַנען עטװאָס געצוקט און געקרימט, גײען נישט אומעטום גלײַך, נאָר דאָ גרעסער און דאָ קלענער, און זײַנען שױן נישט אַזױ פּערלדיק און געטאָקט, װי דער באַרימטער געטאָקטער פּערל־כּתבֿ פֿון שלום־עליכם. עס איז אױך כּמעט נישט צו באַמערקן אין דעם דאָזיקן לעצטן כּתבֿ־יד קײן אױסגעמעקטע און פֿון־אױבן צוגעשריבענע שורות, אַזױ װי ס'איז תּמיד געװען די געװױנהײט פֿון שלום־עליכם שטאַרק צו באַאַרבעטן און צו שלײַפֿן זײַנע װערק. די עטלעכע קלײנע קאַפּיטלעך זײַנען, אַ פּנים, געשריבן געװאָרן פֿון דער ערשטער האַנט און האָבן עטלעכע טעג געװאַרט אױף זײער מײַסטער, ער זאָל זײ באַפּוצן אױף זײַן שטײגער ― און האָבן זיך נישט דערװאַרט…

אָנמערקונג פֿון י. ד. בערקאָװיטשיצחק־דובֿ בערקאָװיטש 1885-1967

די װאַסערשטוב
(דער ערשטער װאַריאַנט פֿון דעם קאַפּיטל „מזל־טובֿ, מיר זײַנען שױן אין אַמעריקע!“)
געשריבן אין יאָר 1914.
― א ―

אַ מוראדיק גרױסע שטוב, אַזױ גרױס כּמעט װי בײַ אונדז צען שטיבער, אָדער אפֿשר נאָך מער.

און װײַס איז זי, די שטוב, װײַס װי מילך, מיט קלײניטשקע פֿענצטערלעך אַ סך. די פֿענצטערלעך זײַנען קײַלעכיק, פֿון רײנעם קרישטאָל און מיט רױטן באַצװיקלט.

און קױמענס האָט די שטוב צװײ גרױסע, הױכע, ברײטע, שװאַרצע קױמענס, װאָס פֿײַפֿן אַזױ שטאַרק, אַז פֿון אײן פֿײַף אַ גוטן קאָנט איר פֿאַלן חלשות.

און שטײן שטײט די שטוב אױפֿן װאַסער. אַ װאַסערשטוב.

דאָס הײסט, נישט זי שטײט, נאָר זי גײט. גיך־גיך גײט זי ― זי לױפֿט כּמעט. זי שנײַדט די כװאַליעס אױף צװײען און גליטשט זיך, גליטשט זיך אױפֿן װאַסער. זי הײבט זיך אַרױף און אַראָפּ, אַרױף און אַראָפּ ― און מיר פֿאָרן, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע!

נישט מיר אַלײן פֿאָרן קײן אַמעריקע ― מיט אונדז פֿאָרן נאָך אַ סך, אַ סך ייִדן און װײַבער, מיט קינדער און אָן קינדער.

און אַלע אין אײן שטאָט אַרײַן. איך װײס אַפֿילו, װי אַזױ זי הײסט. „נעיאָרק“ הײסט די שטאָט. אַ גרױסע שטאָט! נאָך גרעסער פֿון װין. און אַ ייִדישע שטאָט. אַ שטאָט פֿון סאַמע ייִדן. און רײדן רעדט מען דאָרט, װי מע רעדט בײַ אונדז. װי אַלע מענטשן רײדן.

מע רעדט אױף ייִדיש.

― דאַנקען און לױבן יאָשקע דעם טױבן! מע'ט פֿאַרשפּאָרן זיך ברעכן די צונג, װי מע האָט זיך געבראָכן אין בראָד, אין קראָקע מיט לעמבעריק, אין װין און אין אַנטװערפּן און אינעם שײנעם לאָנדאָן, װאָס װאָלט שױן לאַנג געמעגט ברענען אױפֿן פֿײַער, ובפֿרט איצט, אַז מיר זײַנען שױן דאָרט נישטאָ.

אַזױ זאָגט ברכה, מײַן ברודער אליהוס װײַב, װאָס האָט שױן לאַנג געװאָרפֿן אַן אום־חן אױף אַלע שטעט, און מער װי אַלץ ― אױף לאָנדאָן.

― ב ―

איצט װײס איך פֿאַר געװיס, אַז מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע. אַפֿילו ברכה, מײַן ברודער אליהוס װײַב, איז מודה, אַז מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע. ביז אַהער האָט זי אַלץ נישט געװאָלט גלױבן: „מיר פֿאָרן און פֿאָרן ― און שטײען אױף אײן אָרט“.

נאָר איר מײנט, אַז איצט איז זי שױן צופֿרידן? װער ― װאָס! ברכה איז קײנמאָל נישט צופֿרידן. זי װיל נאָר װיסן אײן זאַך: װער איז דער שלימזל, װאָס האָט דאָס אױסגעטראַכט אָט די דאָזיקע מדינה?

― עס װאָלט אים געמעגט ― זאָגט זי ― אַרױסװאַרפֿן און פּיניען אַרײַנװאַרפֿן!

דאָס מײנט זי אונדזער חבֿר פּיניען, װאָס פֿאָרט מיט אונדז קײן אַמעריקע.

װאָס האָט זי צו אים? װײַל ער איז, זאָגט זי, דער גאַנצער חײבֿ. װען נישט ער, װאָלטן מיר איצטער, זאָגט זי, געזעסן אין דער הײם, װי אַלע ייִדן, און װאָלטן זיך נישט געשלעפּט איבער ימים און מידבריות און װיסטענישן.

ער, פּיניע הײסט עס, האָט אַרױפֿגעפֿירט, זאָגט זי, מײַן ברודער אליהו אױף אַ גליטש ― מיר זאָלן פֿאַרקױפֿן אונדזער האַלבע שטוב און פֿאָרן קײן „מאַלעריקע“.

― ג ―

„מאַלעריקע“ ― אַזױ רופֿט דאָס אָן מײַן שװעגערין ברכה אַלעמאָל, װען זי איז אין כּעס.

און אין כּעס איז זי אָפֿט. כּמעט נישטאָ דער טאָג, װאָס ברכה זאָל נישט זײַן אין כּעס.

אַ גליק, װאָס מײַן ברודער אליהו הערט זי, װי דעם קאָטער, און אונדזער חבֿר פּיניע ― דער לאַכט זיך גאָר אױס פֿון איר באָבע. איר געדענקט דאָך מסתּמא אונדזער חבֿר פּיניע? אים אַז מע דערעסט זיך שטאַרק, מאַכט ער אײַך באַלד אױף יענעם אַ לידל ― און טו אים עפּעס!

אַנומלטן האָט ער געמאַכט אױף איר, טאַקע אױף מײַן שװעגערין, הײסט עס, אַ לידל ― איז זי שיִער נישט צעזעצט געװאָרן פֿאַר בזיון.

אָט אַזױ הײבט זיך אָן דאָס לידל:

איך האָב אַ חבֿר מוהר″ר אליהו ―
באַשערט אַ מענטשן אַ הצלחה! ―
האָט ער אַ װײַב ― ביז דער סטעליע
אַ שלאַק פּורעניות מרת ברכה,
קײן עין־הרע נישט, אַ גראָבע,
און אַ ברײטע, אַן אָסאָבע…

װײַטער געדענק איך נישט. איך געדענק נאָר, אַז ברכה איז אַזש געװען בלױ פֿאַר כּעס. דעם כּעס האָט זי אױסגעלאָזט צו מײַן ברודער אליהו.

דערנאָך האָט זי זיך געװאָלט נוקם זײַן אין מיר. האָט זיך די מאַמע אָנגענומען מײַן קריװדע. האָט איר ברכה געזאָגט אַ גראָב װאָרט, אױסגעװאָרפֿן דעם טאַטן דעם חזן. האָט זיך די מאַמע צעװײנט. האָט זיך אליהו צעשריגן אױף איר, אַז זי מאַכט אונדז אומגליקלעך. מיר זײַנען נאָך נישט פֿאַרטיק, זאָגט ער! װאָרעם אַז מיר װעלן אַרײַנקומען קײן אַמעריקע בשלום, װעלן מיר ערשט דעמאָלט באַדאַרפֿן, זאָגט ער, נאָך אַ מאָל באַװײַזן, אַז מיר האָבן, זאָגט ער, געזונטע אױגן.

נאָר איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַררעדט און האָב שיִער פֿאַרגעסן, אַז איך האָב אײַך נאָך גאָרנישט דערצײלט װעגן דער װאַסערשטוב.

― ד ―

אַך, װי שײן דאָס איז! אַך, װי גרױס! און אַך, װי גוט מיר איז!

אַ קײסער, זאָגט מען, איז גוט. מיר ― איז בעסער. דאָ בין איך בעל־הבית.

איך און דער קאַפּיטאַן. אַ מענטש אַ גיבור. גאָלדענע קנעפּ מיט גאָלדענע „פּאַלעטןעפּאָלעטן“, און װאָנצעס מוראדיקע, גראָבע, גרעבער װי בערד. אין מיטן אױסגעגאָלט. אױגן ― מחיהדיקע. זײ שמײכלען בײַ אים שטענדיק. אַפֿילו דעמאָלט, װען ער בײזערט זיך. אַ דימענט פֿון אַ קאַפּיטאַן! איך האָב אים ליב ― סכּנות! איך האָב אים אָפּגעמאָלט מיט אַ בלײַערל אױף אַ שטיקל פּאַפּיר, װי ער שטײט און גײט. אַפֿילו מיט די װאָנצעס. נאָר איך האָב עס צעריסן ― אליהו זאָל נישט דערזען. ער האָט פֿײַנט מענטשעלעך.

אליהו זאָגט, אַז אַ קאַפּיטאַן דאַרף קענען שװימען, װי אַ פֿיש. און אונדזער חבֿר פּיניע לאַכט פֿון אים. פּיניע זאָגט, אַז אַ קאַפּיטאַן דאַרף נישט קענען שװימען. שװימען דאַרפֿן נאָר מאַטראָסן. אַ קאַפּיטאַן, זאָגט פּיניע, באַדאַרף נאָך זײַן קלאָר אין דער געאָגראַפֿיע, װי אַ ייִד אין אַשרי. אים דאַרף זײַן, זאָגט ער, קלאָר דער ים, אַזױ װי אונדז די יבשה. ער איז מחויבֿ, זאָגט ער, צו װיסן, װיפֿל דער ים האַלט אין דער לענג און אין דער ברײט און אין דער טיף. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו: „מילא, די לענג און די ברײט ― קאָן מען נאָך װי עס איז אױסמעסטן מיט אַן אַרשין. װאָס װעסטו אָבער טאָן מיט דער טיף?“ זאָגט אים פּיניע: „ביסט אַ בהמה!“ זאָגט אים אליהו: „ביסט אַלײן אַ פֿערד. למאַי זידלסטו זיך?“ זאָגט אים פּיניע: „װי אַזױ זאָל איך דיך נישט זידלען, אַז דו הײבסט נישט אָן צו װיסן, זאָגט ער, װאָס אױף דער װעלט טוט זיך. אָט נעם, זאָגט ער, למשל, די שטערן אין הימל. נו, װײס מען נישט װיפֿל שטערן ס'איז פֿאַראַן? און מע קאָן דען ניט, זאָגט ער, אױסרעכענען אַלע בײַ די נעמען?“ זאָגט אים אליהו: „איכ'ל דיר זאָגן דעם אמת ― איך בין אױפֿן הימל נאָך קײנמאָל נישט געװען, און אױפֿן ים פֿאָר איך און זע אַרױס, אַז ער האָט קײן גרונט נישט“. זאָגט אים פּיניע: „נאַרעלע, נישט נאָר אַ גרונט, מע קאָן דיר אױסרעכענען אַפֿילו װיפֿל טראָפּן װאַסער געפֿינט זיך אין ים אַרום און אַרום“. פֿרעגט אים אליהו שױן מיט אַ געלעכטער: „כ'װאָלט געװאָלט װיסן, װי אַזױ דו װעסט עס אױסרעכענען? סײַדן אפֿשר דײַן פֿעטער דער זײגער־מאַכער װעט דיר אונטערהעלפֿן“…

פֿאַרדריסט עס שױן פּיניען, נאָר ער מאַכט זיך נישט װיסנדיק. פֿאַר אים שטעלט זיך אײַן זײַן װײַב טײַבל. איר קענט זי. איך האָב שױן װיפֿל מאָל גערעדט פֿון איר. איך האָב זי ליב. זי איז אַ קלײניטשקע און אַ שטילינקע. נאָר זי האָט אַ טבֿע ― טאָמער רירט מען אָן איר פּיניען, איז חושך! האָט זי אָפּגעשפּילט מײַן ברודער אליהון אַ װיװאַט!

זי האָט אים נישט געזאָגט גאָרנישט. זי האָט אים נאָר אַ פֿרעג געגעבן: „מיט װאָס איז אַ בײגל־בעקער שענער פֿון אַ זײגער־מאַכער?“

דאָס איז געװען אַ שטאָך אונדז אַלעמען אױף אונדזער מחותּן יונה דעם בעקער.

אַװדאי האָט דאָס אָנגערירט ברכהן מער װי אונדז אַלעמען. יונה דער בעקער ― דאָס איז דאָך איר טאַטע, װעט זי שװײַגן? אַ גליק, װאָס די מאַמע איז דערבײַ געזעסן, האָט זי זײ קױם־קױם צענומען!

נאָר איך האָב מיך שױן װידער פֿאַררעדט און פֿאַרגעסן, אַז מיר האַלטן בײַ דער װאַסערשטוב.

― ה ―

גוט איז נאָר אונדז! מיר און דעם קאַפּיטאַן. מיר בײדע האָבן צו שאַפֿן דאָ אױף אַלצדינג. ער, דער קאַפּיטאַן, הײסט עס, דאָרט אױבן בײַ די קױמענס, און איך, מאָטל פּײסי דעם חזנס זונדל, דאָ אױפֿן צװישנדעק.

אױף אונדז בײדן שטײט די גאַנצע װאַסערשטוב. די שטוב מיט אירע אַלע קלײנע שטיבעלעך מיט דער גאַנצער מאַשינעריע, װאָס קלאַפּט און טראַסקעט און הױדעט און פֿײַפֿט און קרעכצט.

איטלעכער האָט זיך זײַן אַרבעט. דער קאַפּיטאַן אױבן טוט גאָרנישט. ער שטײט נאָר און רעדט דורך אַ רער צו די מאַטראָסן. און די מאַטראָסן ― אָנגעטאָן אין לאַמפּאַסנדיקע לײַבלעך מיט קײַלעכיקע היטעלעך ― פּיניען מיט דער נשמה. װאָס מע הײסט זײ, דאָס טוען זײ. מע הײסט זײ לױפֿן אַהער ― לױפֿן זײ אַהער. מע הײסט זײ לױפֿן אַהין ― לױפֿן זײ אַהין. מע זאָל זײ הײסן שפּרינגען אין װאַסער ― װאָלטן זײ אױך געשפּרונגען אין װאַסער.

איר האָט באַדאַרפֿט זען זײער אַרבעט גאָר אין אָנהײב, בײַם ברעג, אײדער די װאַסערשטוב האָט גערירט פֿון אָרט. װײ־װײ! װי די רוחות, װי די מלאַכי־חבלה ― אַזױ האָבן זײ געאַרבעט.

קודם־כּל האָבן מיר באַדאַרפֿט דורכלאָזן די זאַכן. אַלעמענס פּעקלעך, אַלעמענס קאַסטנס און אַלעמענס בעטגעװאַנט. „באַגאַזש“ װערט עס אָנגערופֿן. אפֿשר צען טױזנט שטיק באַגאַזש. און אפֿשר מער.

און דאָס אַלצדינג האָט מען באַדאַרפֿט אַרױפֿפּעקלען אַרױף אױפֿן שיף. אַ גוטע אַרבעט! איר מײנט, מיט די הענט? חס־וחלילה! װוּ װעט איר נעמען אַזױ פֿיל הענט? ס'איז פֿאַראַן אַ בעסערע עצה.

אַן העלפֿאַנט האָט איר אַמאָל געזען? אַן העלפֿאַנט מיט אַ לאַנגן שנאָבל? נו, איז פֿאַראַן אַזאַ מאַשין, אַ גרױסע מאַשין, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון אַ העלפֿאַנט מיט אַ לאַנגן שנאָבל. אָט הײבט זיך אױף דער שנאָבל, דרײט זיך כּלומרשט שלעפֿעריק אױף אַ זײַט, לאָזט זיך אַראָפּ פּאַװאָלינקע, פּאַװאָלינקע. און אַז ער לאָזט זיך אַראָפּ אױף דער ערד, טוט ער מיטאַמאָל אַ כאַפּ־אױף צען־צװאַנציק־דרײַסיק קאַסטנס און קעסטלעך, דרײט זיך אױס צוריק אַרױף און לאָזט זײ אַראָפּ אױפֿן שיף.

דערנאָך נאָכאַמאָל זיך אױפֿגעהױבן, נאָכאַמאָל זיך אױסגעדרײט, אַ כאַפּ די קאַסטנס מיט די קעסטלעך, און װידער אױפֿן שיף.

אָט אַזױ האָבן מיר ביסלעכװײַז אַריבערגעפּעקלט דעם גאַנצן באַגאַזש. מיר בײדע, איך און דער קאַפּיטאַן, זײַנען נישט אָפּגעטראָטן ביזן סוף.

דערנאָך האָט זיך ערשט אָנגעהױבן בײַ אונדז די רעכטע אַרבעט. גײ ריר אַזאַ מאַכינע פֿונעם אָרט! אַי־אַי, װאָס מיר האָבן צעאַרבעט! דער קאַפּיטאַן איז נישט אָפּגעטראָטן פֿונעם טרײַבל. די מאַטראָסן זײַנען אַרומגעלאָפֿן װי די משוגעים. און איך בין אױפֿן צװישנדעק. די הענט האַלט איך אין די קעשענעס און גיב אַכטונג אױף דער אַרבעט, װי די װאַסערשטוב רירט װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און אַלץ גיכער. און איך קוק אַראָפּ אין ים אַרײַן, און איך מײן, אַז מײַן ברודער אליהו איז גערעכט:

דער ים האָט נישט קײן גרונט!

― ו ―

זינט איך לעב האָב איך נאָך קײנמאָל נישט געזען אַזױ פֿיל מענטשן, איך מײן, אַזױ פֿיל ייִדן, װי דאָ, בײַ אונדז אין װאַסערשטוב, אױפֿן צװישנדעק.

― קײן עין־הרע! קײן בײז אױג! ― זאָגט די מאַמע און טרערן שטײען איר אין די אױגן.

אַ סך פֿון זײ האָבן מיך דערקענט. און אַ סך האָב איך דערקענט. איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך האָב זײ געזען ― איך געדענק שױן נישט װוּ: צי אין קראָקע, צי אין לעמבעריק? צי אין װין בײַ דעם „אָליאַנץ“, צי אין אַנטװערפּן בײַ דער „עזרה“? מע באַדאַרף אַ פֿרעג טאָן בײַ דער מאַמע. זי קער װיסן. נאָר איך װעל נאָך צײַט האָבן שפּעטער. דערװײַל דאַרף מען פֿאָרן. האָב איך מיך אַװעקגעזעצט אױף אַן אײַזערנער טומבע רײַטנדיק און קוק גאָר אין הימל אַרײַן.

איך װײס נישט, צי איז דאָס הימל, צי איז דאָס װאַסער? אָט איז עס, דאַכט זיך, הימל, און אָט איז דאָס װאַסער, און אָט איז דאָס שױן װידער הימל. און די װאַסערשטוב מיט אַלע מענטשן און מיט אַלע זאַכן הײבט זיך אַרױף און אַראָפּ, אַרױף און אַראָפּ, און מיר פֿאָרן, מיר פֿאָרן ― קײן אַמעריקע!

האָב איך אָבער פֿײַנט זיצן לײדיק. שטײ איך אױף און לאָז מיך באַטראַכטן די װאַסערשטוב פֿון אַלע זײַטן. זע איך מענטשן, אין רױטע זשילעטן אָנגעטאָן און מיט גאָלדענע קנעפּ.

די דאָזיקע מענטשן זײַנען געשטעלט געװאָרן אױף צו באַדינען אונדז. זײ הײסן דאָ אַ מאָדנעם נאָמען. „סטיוּװאַרטסstewards“ רופֿט מען זײ. און זײער עובֿדה איז: זײ טראָגן אַרום אין גרױסע בעקנס כּלערלײ מינים עסנװאַרג און פֿלעשלעך מיט משקה און סיפֿאָנעס מיט זעלצערװאַסער און מיט לימענאַד.

איך האָב ליב לימענאַד דאָס חיות! אין לאָנדאָן האָב איך מיך באַקענט מיט דער דאָזיקער משקה. דאָרטן רופֿט מען דאָס „לעמאָנײדlemonade“. האָט זײ מײַן שװעגערין ברכה אױסגעלאַכט מיט זײער לשון. אַז פֿײַף איז בײַ זײ פֿינף, אַ קאָפּיקע איז אַ פּעני, טײַמעס איז צײַט און לימענאַד איז גאָר „לעמאָנײד“ ― מעג עס ניט ברענען אױפֿן פֿײַער?

אַזױ זאָגט ברכה. און איך זאָג: לאָז זײַן לימענאַד, לאָז זײַן לעמאָנײד, אַבי ס'איז גוט. ס'איז זיס און סע שטשיפּלט בײַ דער צונג.

אײן חסרון האָט עס ― מע באַדאַרף דערפֿאַר צאָלן. און צאָלן איז מײַן ברודער אליהו (ער איז דאָך דער קאַסירער) קײן בעלן ניט. ער זאָגט, אַז אַ שיפֿסקאַרטע איז שױן מיט אַלעמען, מיט עסן און מיט טרינקען און מיט אַלצדינג.

אַך, װאָס פֿאַר עסן, װאָס פֿאַר אַ טרינקען מע גיט אונדז דאָ! דרײַ מאָל אַ טאָג. פֿיר מאָל אַ טאָג. פֿינף מאָל אַ טאָג. עס האָט גאָר קײן שיעור נישט. און צום מײנסטן עסן מיר דאָ „פּעטעיטעסpotatoes: בולבעס“.

איך זע אָבער, איר װײסט נישט, װאָס הײסט עס „פּעטעיטעס“. װאָס איז דאָס? און מיט װאָס עסט מען דאָס?

עסן עסט מען דאָס מיט ברױט און מיט געבראָטענעם הערינג, און אַ טעם האָט דאָס פֿון קאַרטאָפֿליעס.

דאָס הײסט, ס'איז טאַקע אונדזערע קאַרטאָפֿליעס, נאָר דאָ הײסט עס „פּעטעיטעס“.

מײַן שװעגערין ברכה זאָגט אַפֿילו, זי זאָל האָבן די ברכות, װאָס אונדזערע קאַרטאָפֿליעס זײַנען בעסער און זיסער און געשמאַקער. נאָר װער האָרכט זי, װאָס זי זאָגט? אַ פּנים, ס'איז דען פֿאַראַן אַ זאַך אױף דער װעלט, װאָס זאָל איר געפֿעלן?

איך האָב מורא, אַז זי װעט קומען קײן אַמעריקע, זאָל איר אַמעריקע חלילה אױך נישט געפֿעלן.

װאָס דאַרפֿט איר מער ― אַז אַפֿילו די װאַסערשטוב, װאָס מיר פֿאָרן אױף איר, זאָגט זי אױף איר אױך אַ חסרון. איך זאָל האָבן די ברכות, זאָגט זי, װאָס בײַ אונדזער לײזערן אין בױד איז בעסער! דאָרטן, זאָגט זי, אַז מע פֿאָרט, פֿאָרט מען. און דאָ שלעפּט מען זיך און מע שלעפּט זיך און סע נודעט אַרױס די נשמה. דער מאַמעס מילך, זאָגט זי, האָב איך זײ שױן אַװעקגעגעבן!…

― ז ―

דאָס מײנט זי די קרענק, װאָס מיר האָבן געקרענקט דעם ערשטן טאָג פֿון אונדזער נסיעה אױפֿן ים. ס'איז געװען אַ שטורעמװינט און ס'האָט געװאָרפֿן אונדזער װאַסערשטוב העכער הײַזער. איז אונדז אַלעמען געװאָרן נישט גוט אױף צו חלשן. אַ סך האָבן טאַקע געחלשט. ערגער װי געחלשט. געװען כּמעט װי געשטאָרבענע. טײַבל, פּיניעס װײַב, האָט מען געראַטעװעט מיט הײסע האַנטיכער. די מאַמע האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט. מײַן ברודער אליהו איז געלעגן מיטן פּנים אַראָפּ און געװײנט, װי אַ קלײן קינד. ברכה, זײַן װײַב, האָט אַזש אױפֿגעהערט צו שילטן זיך. ס'איז איר פֿאַרגאַנגען אַזעלכעס, אַז זי האָט שױן גאָר פֿאַרגעסן, װוּהין זי פֿאָרט און װוּ זי איז אין דער װעלט. די גרינע גאַל האָט זי אַװעקגעגעבן!…

נאָר אײן פּיניע האָט זיך געהאַלטן װי אַ קאָזאַק. ער איז אַרומגעלאָפֿן, די הענט אין די קעשענעס. געקוקט דורך די ברילן אַרױף. אײן הױז אַראָפּ, אײן הױז פֿאַרקאַטשעט. דאָס האַלדזטיכל איז פֿאַרפֿאָרן װײס איך װוּהין. ער האָט אַרומגעשפּאַנט הין און צוריק איבערן צװישנדעק און האָט געמאַכט חוזק פֿון דער גאַנצער װעלט, גערעדט, געשאָטן מיט װערטער: בהמות! פֿערד! אָקסן! װײסן נישט, אַז ס'איז דאָ אַ „זאַקאָן פּריראָדעзакон пріроде: געזעץ פֿון דער נאַטור“! אַז װיבאַלד עס װאַרפֿט מיך אַהער ― דאַרף איך מיך נעמען אַהין. און אַז עס װאַרפֿט מיך אַהין ― דאַרף איך מיר נעמען אַהער. דאָס איז דאָך אַ זאַקאָן פּריראָדע!…

אַ מחיה אָנצוקוקן אונדזער חבֿר פּיניען בעת ער קאָכט זיך. איך זאָל נישט מורא האָבן פֿאַר מײַן ברודער אליהו, און ס'זאָל מיר אַזױ נישט װײ טאָן דער קאָפּ, װאָלט איך אים אַראָפּגעכאַפּט מיטן בלײַערל אױף פּאַפּיר מיט די הױזן און מיט די ברילן, װי ער שפּאַנט אַרום און שרײַט „זאַקאָן פּריראָדע“. עס װאָלט מיר צוגעקומען אַ שטיק געזונט.

פּיניע האָט אַזױ לאַנג געטענהט „זאַקאָן פּריראָדע“, ביז ער האָט געמוזט אָפּטרעטן אױף אַ זײַט. אָנגעבױגן זיך און באַװיזן דעם אײגענעם „זאַקאָן פּריראָדע“, װאָס אַלע…

דערנאָך, אַז ס'איז געװאָרן שטילער, אױס שטורעמװינט, און די זון האָט זיך באַװיזן ― האָבן אַלע אױפֿגעלעבט. און פּיניע אױך בתוכם.

ער האָט שױן מער נישט גערעדט פֿון „זאַקאָן פּריראָדע“.

― ח ―

אַבי איך האָב געמײנט, אַז נאָר בײַ אונדז אין צװישנדעק איז אַ װעלט. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז אַחוץ אונדז, עמיגראַנטן, פֿאָרן אױף דער װאַסערשטוב נאָך אַ סך, אַ סך מענטשן.

צום מײנסטן פּריצים, שׂררות, אָפֿיצירן, גענעראַלן.

און רײַכע ייִדן. מיליאָנטשיקעס!

פֿון זײערט װעגן איז פֿאַראַן בײַ אונדז אין װאַסערשטוב באַזונדערע שטיבלעך. „קעבקעסcabins“ הײסן דאָ די דאָזיקע שטיבלעך. איטלעכער אין אַ באַזונדער שטיבעלע.

אַ רחמנות ― זײ קאָנען נישט זיצן אַלע אינאײנעם, װי מיר, עמיגראַנטן, אױפֿן צװישנדעק. זײ, אַז זײ װילן זיך זען אײנס מיט דאָס אַנדערע, מוזן זײ אַרױסקריכן פֿון זײערע נאָרעס און אַרױפֿדראַפּען זיך העט־העט אױף טרעפּ אַרױף. און דאָרט איז פֿאַראַן אַזאַ זאַל, װוּ מע גײט זיך צונױף אַלע מיליאָנטשיקעס אינאײנעם און מע רעדט און מע שמועסט און מע עסט.

איך װאָלט אַ בעלן געװען װיסן, װאָס עסן זײ? אױך „פּעטעיטעס“ מיט געבראָטענעם הערינג?

איך װאָלט גלאַט אַ בעלן געװען אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך דאָרטן. איך בין דאָרטן נאָך נישט געװען, נאָר איך װעל זײַן, איך װעל געװיס זײַן.

איך װאָלט שױן לאַנג געװען דאָרטן ― לאָזט מען מיך נישט.

אַביסל לאָזט נישט די מאַמע ― זי האָט בײַ מיר גענומען אַ האַנט תּקיעת־כּף באַלד װי מיר זײַנען אַרױף אױפֿן שיף, אַז איך װעל נישט אָפּטרעטן פֿון איר אױף אַ האָר. און אַביסל לאָזט מיך נישט מײַן ברודער אליהו. ער האָט מיר צוגעזאָגט, אַז טאָמער װעל איך זיך דערװעגן ערגעץ גײן אָן זײַן װיסן, בלײַב איך אָן אַן אױער. דאָס הײסט, אײן אױער װעט ער מיר אָפּרײַסן, דעם אַנדערן װעט ער מיר איבערלאָזן.

מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָר אַזױ! װיפֿל מאָל האָט ער מיר צוגעזאָגט, נאָך אין לעמבעריק און אין װין און אין אַנטװערפּן און אין לאָנדאָן, אַז ער מאַכט מיך פֿאַר אַ קאַליקע? דאָס זאָגט ער נאָר אַזױ בעת ער איז אין כּעס. דעמאָלט פֿלעגט ער זײַן כּמעט כּסדר אין כּעס. איצט שױן נישט. איצט איז ער מיטאַמאָל געװאָרן װײך, װי פּוטער. איך װײס אַפֿילו פֿאַרװאָס. ער האָט אַלץ מורא געהאַט פֿאַר דער מאַמעס אױגן. טאָמער לאָזט מען זי נישט אַרױף אױפֿן שיף ― װעלן מיר נישט קאָנען פֿאָרן קײן אַמעריקע.

האָט גאָט געטאָן אַ נס ― מען האָט דער מאַמען דורכגעלאָזט. מע האָט איר אַפֿילו קײן קוק נישט געטאָן אין די אױגן אַרײַן. פֿאַרקערט ― מע האָט זי נאָך אונטערגעשטופּט, זי זאָל שױן גיכער אַרױפֿגײן אױפֿן שיף מיט אירע פּעקלעך. פֿאַר פֿרײד האָט זי זיך דערנאָכדעם אַזש צעװײנט. האָט איר מײַן ברודער אליהו נאָכדעם פֿירגעהאַלטן: נו? װאָס האָב איך דיר געזאָגט? האָסטו באַדאַרפֿט פֿאַרגיסן אַזױ פֿיל טרערן?

ענטפֿערט אים די מאַמע און װישט זיך די אױגן:

― פֿון װאַנען װײסטו, אַז דאָס האָבן נישט געמאַכט מײַנע טרערן?

און זי װײנט שױן װידער!

װערט מײַן ברודער אליהו אױסער זיך. ער בײַסט זיך די פֿינגער און רעדט צו איר שטיל, און מער אױף לשון־קודש, בכדי די מאַטראָסן מיט די „סטיוּװאַרטס“ זאָלן נישט פֿאַרשטײן:

― װיש אױס די עינים, װאָרעם אײדער מיר הלכענען אַרײַן אין דער מדינה, קאָן מען אונדז נאָך דרײַ מאָל זאָגן השיבֿנו נאַזאַדназад: צוריק

קאָן דאָך אָבער ברכה קײן עװלה נישט לײַדן. זאָגט זי צו אים:

― בײַס דיר אָפּ די צונג!

זאָגט איר אליהו:

― פּרה־אַדומה.

פֿרעגט אים ברכה:

― װאָס הײסט דאָס?

מישט זיך שױן אַרײַן אונדזער חבֿר פּיניע און פֿאַרטײַטשט איר די װערטער „פּרה אַדומה“:

― אַז דער מאַן איז אַ פּרא־אָדם, איז דאָס װײַב אַ פּרה אַדומה.

ענטפֿערט אים ברכה:

― מע דאַרף נישט האָבן קײן גרעסערן פּרא־אָדם, װי דו ביסט.

פֿאַרדריסט עס פּיניעס װײַב, טײַבלען, און זי טוט אַ זאָג גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן:

― גאָט האָט נישט געהאַט װאָס צו טאָן, איז ער געגאַנגען און האָט דעם גאַנצן שׂכל מיט דער גאַנצער חכמה אַװעקגעשענקט צו יונה דעם בעקער מיט זײַנע קינדער.

מאָלט אײַך, טײַבל װאָלט זיך ניט גענאַרט פֿון מײַן שװעגערין ברכה פֿאַר אַזאַ שטאָכװאָרט. האָט זיך געטראָפֿן אַ נס. װעט איר הערן, װאָס אין אַ װאַסערשטוב קאָן זיך פֿאַרלױפֿן.

― ט ―

אַזױ װי מיר זיצן און שמועסן זיך אױס, װאַקסט אױס, װי פֿונעם ים אַרױס ― טרעפֿט װער? ― נחמן דער סטאָליער.

איר דאַרפֿט אים געדענקען. דאָס איז דאָך טאַקע דער נחמן מיטן רױטן נאָגל פֿון לאַק, װאָס האָט געהאַט אַװעקגעקױפֿט בײַ אונדז אַמאָל די גלעזערנע שאַפֿע, בעת דער טאַטע, עליו־השלום, איז געלעגן קראַנק און ס'איז נישט געװען, מיט װאָס אים צו ראַטעװען.

נחמן איז געקומען דעמאָלט מיט זײַנע צװײ בנים, קאָפּל און מענדל, אַרױסגעטראָגן די שאַפֿע און צעבראָכן דאָס גלאָז.

דערזען אַ באַקאַנטן ייִדן, פֿון אײן שטאָט, האָבן מיר זיך אַלע אַ לאָז געגעבן צו אים:

― רב נחמן! ס'איז איר?

― װער דען?

― איר אױך דאָ?

― פֿאַר װאָס ניט?

― אױך קײן אַמעריקע?

― איך בין דען קײן ייִד ניט?

― װוּהין ― קײן נעיאָרק?

― װוּהין דען?

און ס'איז אַװעק בײַ זײ אַ שמועס פֿון דער הײם און פֿון דער נסיעה, און פֿון דער געגנבֿעטער גרענעץ, און פֿונעם קאָמיטעט, און פֿונעם אױגן־דאָקטער, און דער עיקר פֿון אונדזער שטאָט און פֿון אירע מענטשן ― טױזנטער, טױזנטער באַקאַנטע. װאָס מאַכט דער? װאָס מאַכט יענער? װער איז געבליבן אין דער הײם און װער איז אַרױסגעפֿאָרן קײן אַמעריקע?

לאָזט זיך אױס, אַז אַרױסגעפֿאָרן זײַנען אַהין כּמעט אַלע. אַך, װי פֿרײלעך עס דאַרף איצט זײַן אין אַמעריקע! מיר'ן קומען צו פֿאָרן, װעלן מיר טרעפֿן טױזנטער באַקאַנטע ― די גאַנצע שטאָט! און אונדזער שכנטע פּעסיע די גראָבע, מיט איר מאַן משה דעם אײַנבינדער, מיט איר גאַנצער כאַליאַסטרע, און מײַן חבֿר הערשל, אָט דער, װאָס מען רופֿט אים „ושתּי“. אַלע װעלן אונדז פֿאָרן אַקעגן. אַלע װעלן אונדז אָפּגעבן שלום־עליכם. ס'װעט אונדז זײַן גוט און װױל און פֿרײלעך.

װי דערלעבט מען דאָס שױן! װיפֿל דאַרף עס נאָך געדױערן? װיפֿל טעג דאַרפֿן מיר נאָך זײַן דאָ, אין דער װאַסערשטוב?

װעמען פֿרעגט מען? מײַן ברודער אליהון ― האָט ער פֿײַנט, אַז מע דולט אים מיט אַזעלכע זאַכן. ער קאָן אײַך אַראָפּלאָזן אַ פּאַטש, אַז איר זאָלט זיך באַװאַשן!

פֿרעגן בײַ אונדזער חבֿר פּיניען? ― האָט ער אַ טבֿע: אָדער ער ענטפֿערט אײַך מיט אַ שנעל אין ליפּ, אָדער מיט אַ װערטל:

― אַז דו װעסט אַלצדינג װיסן, װעסטו גיך אַלט װערן.

אָדער:

― מ'עט אַזױ לאַנג פֿאָרן און פֿאָרן, ביז מ'עט קומען צו פֿאָרן.

אָדער:

― זיץ רויִק. מ'עט דיר שיקן זאָגן דורכן שאַלאַטן־שמשׂ.

אָדער גאָר:

― װיש אָפּ די נאָז…

איכ'ל בעסער פֿרעגן בײַ דער מאַמען.

גײ איך צו דער מאַמען ― װײנט זי! װאָס איז די מעשׂה? ― נחמן דער סטאָליער האָט איר דערצײלט, אַז יענטל איז געשטאָרבן.

דאָס איז אונדזערע אַ שכנה, און טאַקע אַ שטיקל אײגענע, מחותּנישאַפֿט.

אונדזער מחותּן יונה דער בעקער האָט געהאַט אַ שװעסטער, איטע־מײטע. זי איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט. איז דאָס אירע אַ שנור, אַ געװעזענע שנור. זי האָט מיט איר מאַן געהאַט געגט זיך און נאָך אַמאָל חתונה געהאַט, דװקא פֿאַר אַן אַלמן, און דװקא גוט געטראָפֿן, אָן קינדער. דאַרף זיך טרעפֿן אַן אומגליק: זי צינדט אָן אַ לעמפּל, פּלאַצט דאָס גלעזל. כאַפּט דער רוח דאָס גלעזל. נײן! שרעקט זי זיך איבער און לאָזט אַרױס דאָס לעמפּל. גיסט זיך אױס דער קעראָסין. צינדט זיך אָן אױף איר דאָס קלײדל און הײבט אָן ברענען. נעם זשע און װאַרף אַראָפּ דאָס קלײדל ― נײן! לױפֿט זי אַרױס אין דרױסן און מאַכט אַ גװאַלד, צעלאָזט זיך דאָס קלײדל און עס צעבלאָזט זיך דאָס פֿײַער נאָך שטאַרקער. װיל מען זי ראַטעװען ― לאָזט זי זיך ניט. לױפֿט און שרײַט: „ייִדן, ראַטעװעט!“ ברענט זי װי אַ ליכט. געװאָרן שװאַרץ, װי אַ האָלעװעשקע. דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט געמוטשעט זיך און ערשט אױפֿן פֿערטן טאָג געשטאָרבן.

― י ―

― ברוך דײן אמת! װער בעט אײַך איר זאָלט דערצײלן אַזעלכע מעשׂיות, בכדי מײַן מאַמע זאָל האָבן װאָס צו באַװײנען און אױסװײנען דאָס לעצטע ביסל אױגן?

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו און פֿאַלט־אָן אױפֿן סטאָליער.

פֿאַרענטפֿערט זיך דער סטאָליער, אַז ערשטנס, װעלן מיר אַלע שטאַרבן. קײנער װעט זיך פֿונעם מלאך־המות ניט אױסדרײען, ניט אױסקױפֿן און ניט אױסבאַהאַלטן זיך. און װעמען דער טױט איז באַשערט, װעט ער אים אַפֿילו אין אַמעריקע אױך טרעפֿן, װי מיר האָבן געזאָגט הײַנטיקן ראָש־השנה אינעם ונתנה־תּוקף: מי בֿאש ומי בֿמים…

שלאָגט אים איבער מײַן ברודער אליהו:

― איר זײַט דען געװאָרן אַ מגיד, װאָס איר האָט זיך אַװעקגעשטעלט זאָגן מוסר? איר זײַט, דאַכט זיך, געװען אַמאָל אַ ייִד אַ סטאָליער.

― געװען אין דער הײם אַ סטאָליער, און מיט סטאָליערײַ װעל איך זיך פֿאַרנעמען אין אַמעריקע.

― װאָס זשע האָט איר זיך דערמאָנט פּלוצעם אינעם ונתנה־תּוקף?

― װאָס הײסט? ס'איז דאָך עפּעס הײַנט עשׂרת־ימי־תּשובֿה אױף דער גאַנצער װעלט!…

שאַט! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז מיר האָבן זיך אױפֿגעזעצט אױפֿן שיף באַלד נאָך ראָש־השנה, און אַז מיר האָבן איצט עשׂרת־ימי־תּשובֿה! אױב אַזױ, האָבן מיר דאָך באַלד יום־כּיפּור.

נישט שױן זשע װעלן מיר האַלטן יום־כּיפּור אָט דאָ, אין דער װאַסערשטוב? אָט דאָ װעלן מיר שלאָגן כּפּרות? אָט דאָ װעלן מיר זיך פֿאַרפֿאַסטן און אָפּפֿאַסטן? אָט דאָ װעלן מיר דאַװענען? זיך שלאָגן על־חטא? און װוּ װעלן מיר נעמען אַ חזן? אַן עמוד? אַ ספֿר־תּורה? און אַ שופֿר אױפֿן לעצטן בלאָז? און חלש־טראָפּנס? און נאָך און נאָך אַ סך אַזעלכע זאַכן, װאָס מע קאָן זיך אָן דעם יום־כּיפּור נישט באַגײן?

אין װאַסערשטוב יום־כּיפּור?

יום־כּיפּור אױפֿן װאַסער?!…