טבֿיה דער מילכיקער

שלום עליכם (אַלע װערק)

טבֿיה פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל

דערצײלט פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿאָרנדיק אין באַן.
געשריבן אין יאָר 1909.
טבֿיה פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל

― סקאָצל קומט! װאָס מאַכט אַ ייִד, רב שלום־עליכם? אָט אַ גאַסט! אַפֿילו נישט געחלומט זיך! נאַט־זשע אײַך אָפּ שלום־עליכם. איך האָב מיר אָבער אַלץ געטראַכט און געטראַכט: װאָס איז די מעשׂה, װאָס מע זעט אים נישט אַזאַ צײַט, ניט אין בױבעריק, ניט אין יעהופּעץ? אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך: אפֿשר האָט ער אָפּגעזאָגט די עטלעכע גילדן און אַריבערגעפּעקלט זיך אַהין, װוּ מע עסט ניט קײן רעטעך מיט שמאַלץ? און צוריק טראַכט איך מיר: געשיקט זיך עס, זײ זאָלן טאָן אַזאַ נאַרישקײט? זײ זײַנען דאָך עפּעס אַ מענטש אַ בר־דעת, כלעבן! נו, דאַנקען השם־יתברך, װאָס מע זעט זיך געזונט, װי שטײט דאָרט אין פּסוק: טוראָ בטוראָ ― אַ מענטש מיט אַ מענטשן… איר קוקט מיך אָן, פּאַניע, גלײַך, װי איר װאָלט מיך נישט דערקענט? דאָס בין איך, אײַער אַלטער גוטער פֿרײַנט טבֿיה. אַל תּסתּכּל בקנקן ― קוקט נישט, װאָס אַ ייִד גײט אין אַ נײַער קאַפּאָטע. דאָס איז דער אײגענער שלימזל טבֿיה, װאָס אַמאָל, נישט געמינערט אַ האָר; נישמער, מע טוט זיך אָן שבתדיק, זעט מען אױס אַביסל דאָסיקער, מעשׂה נגיד, װאָרעם, אַז מע פֿאָרט אַרױס צװישן מענטשן, קאָן מען אַנדערש ניט, ובפֿרט, אַז מע פֿאָרט אַזאַ װײַטע נסיעה, קײן ארץ־ישׂראל, אַ קלײניקײט? איר קוקט מיך אָן און טראַכט זיך, װי קומט דאָס אַזאַ קלײן מענטשעלע, װי טבֿיה, װאָס האָט כּל־ימיו געהאַנדלט מיט מילכיקס, זאָל גאָר האָבן אַזאַ השׂגה, װאָס קאָן זיך פֿאַרגינען אױף דער עלטער סײַדן אַ מין בראָצקי? גלײבט מיר, פּאַניע שלום־עליכם, ס'איז כּולו מוקשה ― דער פּסוק איז רעכט אַרום און אַרום. רוקט נאָר אַװעק, זײַט מוחל, אײַער טשעמאָדאַנטשיקל אַביסל אַהין, װעל איך מיך אַװעקזעצן אַקעגן אײַך און װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה, װעט איר האָרכן, װאָס גאָט קאָן.

בקיצור, איך מוז אײַך זאָגן קודם־כּל־הקודמס, אַז איך בין געבליבן, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַן אַלמן, געשטאָרבן גאָלדע מײַנע, עליו־השלום. געװען אַ ייִדענע אַ פּראָסטע, אָן חכמות, אָן אײבערקעפּלעך, נאָר אַ גרױסע צדקת. לאָז זי זיך מיִען דאָרט פֿאַר אירע קינדער, זי איז גענוג אױסגעשטאַנען צוליב זײ, און טאַקע אפֿשר איבער זײ געגאַנגען פֿון דער װעלט, נישט געקאָנט אַריבערטראָגן, װאָס זײ זײַנען זיך צעקראָכן אײנער קײן ליסי, דער אַנדערער קײן סטריסי. „מישטײנס געזאָגט, זאָגט זי, װאָס איז מײַן װעלט, זאָגט זי, אַז װי באַלד, זאָגט זי, נישט קײן קינד און נישט קײן רינד? להבֿדיל, אַ בהמה, זאָגט זי, בענקט אױך, זאָגט זי, אַז מע אַנטװײנט, זאָגט זי, פֿון איר דאָס קעלבל“… אַזױ זאָגט זי צו מיר, גאָלדע הײסט עס, און װײנט בעת־מעשׂה מיט ביטערע טרערן. און איך זע, אַז די ייִדענע גײט־אײַן פֿון טאָג צו טאָג, װי אַ ליכט, רעד איך איר אױס מסתּמא דאָס האַרץ פֿאַר רחמנות און איך זאָג צו איר אַזױ, זאָג איך: „עט, זאָג איך צו איר, גאָלדע סערצע, פֿאַראַן אַ פּסוק, זאָג איך, אם כּבֿנים אם כּעבדים ― װי מיט קינדער, אַזױ איז אָן קינדער, זאָג איך. מיר האָבן, זאָג איך, אַ גרױסן גאָט, זאָג איך, און אַ גוטן גאָט, און אַ שטאַרקן גאָט, זאָג איך, נאָר פֿונדעסטװעגן, זאָג איך, לאָמיך האָבן די ברכות, װיפֿל מאָל דער רבונו־של־עולם, זאָג איך, טוט אָפּ אַ שטיקל אַרבעט, מעגן שױן, זאָג איך, די שׂונאים האָבן אַזאַ יאָר“… איז זי דאָך אָבער, זאָל מיר מוחל זײַן, אַ נקבֿה, מאַכט זי צו מיר: „דו זינדיקסט, טבֿיה, מע טאָר נישט, זאָגט זי, זינדיקן“. „אָט האָסטו דיר, זאָג איך, איך זאָג דען עפּעס, זאָג איך, שלעכטס? איך גײ דען חלילה, זאָג איך, קעגן דעם אײבערשטנס גענג, זאָג איך? װאָרעם װי באַלד, זאָג איך, אַז ער האָט, זאָג איך, באַשאַפֿן אַזױ שײן זײַן װעלטל, זאָג איך, אַז קינדער זײַנען נישט קײן קינדער, זאָג איך, און טאַטע־מאַמע זײַנען בלאָטע, זאָג איך, װײסט ער דאָך מסתּמא, װאָס ער האָט צו טאָן“… פֿאַרשטײט זי נישט װאָס איך רעד און ענטפֿערט מיר בױדעם: „איך שטאַרב, זאָגט זי, אַװעק, טבֿיה, װער װעט דיר קאָכן װעטשערע?“… אַזױ מאַכט זי צו מיר שטיל און קוקט אױף מיר מיט אַזעלכע אױגן, אַז אַפֿילו אַ שטײן קאָן עס רירן. טבֿיה איז דאָך אָבער נישט קײן ייִדענע, ענטפֿער איך איר אָפּ מיט אַ װערטל, און מיט אַ פּסוק, און מיט אַ מדרש, און מיט נאָך אַ מדרש: „גאָלדע, זאָג איך, ביסט מיר געװען, זאָג איך, געטרײַ אַזױ פֿיל יאָרן, װעסטו מיך אױף דער עלטער, זאָג איך, נישט מאַכן צום נאַר“, זאָג איך, און טו אַ קוק אױף מײַן גאָלדען ― פּיזעם! „װאָס איז דיר, זאָג איך, גאָלדע?“ „גאָרנישט“, מאַכט זי צו מיר, קױם־קױם װאָס זי רעדט. ע! איך זע, די שפּיל איז פֿאַרן טײַװל, נעם איך און שפּאַן אײַן דאָס פֿערדל און פֿאָר אַװעק אין שטאָט אַרײַן און ברענג אַראָפּ אַ דאָקטער, דעם בעסטן דאָקטער. איך קום צופֿאָרן אַהײם ― טע־טע־טע! מײַן גאָלדע ליגט שױן אױף דער ערד מיט אַ ליכטל צוקאָפּנס און זעט אױס, װי אַ בערגל ערד האָט מען צונױפֿגעשאַרט און איבערגעדעקט מיט שװאַרצן, און איך שטײ און טראַכט מיר: „כּי זה כּל האָדם ― אָט דאָס איז דער סוף פֿונעם מענטשן? אַך טי, רבונו־של־עולם, װאָס דו טוסט אָפּ מיט דײַן טבֿיהן! װאָס װעל איך איצטער טאָן אױף דער עלטער, פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן?“ און אַזױ האָב איך געגעבן אַ פֿאַל־צו צו דער ערד… נאָר גײ שרײַ חי־וקים! הערט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? אַז מע זעט פֿאַר זיך דעם טױט, מוז מען װערן אַן אַפּיקורס און מע הײבט אָן נאָכצוקלערן, מה אָנו מה חיינו ― װאָס איז אינגאַנצן אָט די װעלט מיט די גלגלים, װאָס זײ דרײען זיך, מיט די באַנען, װאָס לױפֿן משוגענערװײַז, מיט דעם גאַנצן טאַרעראַם אַרום און אַרום, און אַפֿילו בראָצקי מיט זײַנע מיליאָנען ― הכּל הבֿל, גאָרנישט שבגאָרנישט!

בקיצור, איך האָב איר געדונגען אַ קדיש, גאָלדען עליו־השלום, באַצאָלט פֿאַר אַ גאַנץ יאָר פֿריִער. אַ ברירה האָב איך געהאַט, אַז גאָט האָט מיך געשטראָפֿט, נישט געגעבן מיר קײן זכרים, נאָר נקבֿות, נאָר טעכטער און טעכטער, קײן גוטער ייִד זאָל זײ נישט קענען! איך װײס נישט, צי אַלע ייִדן װערן אַזױ פֿאַרשװאַרצט מיט זײערע טעכטער, צי נאָר איך בין אַזאַ פֿינצטערער שלימזל, װאָס איך האָב צו זײ קײן גליק נישט? דאָס הײסט, צו די טעכטער אַלײן האָב איך גאָרנישט, און גליק איז בײַ גאָט. װאָס זײ װינטשעװען מיר ― מעג עס מיר אָנקומען כאָטש האַלב. אַדרבא, זײ זײַנען שױן צו געטרײַ, און װאָס „צו“ איז איבעריק. אָט נעמט, למשל, די מיזינקע מײַנע, בײלקע רופֿט מען זי. װאָס װײסט איר, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ קינד? איר קאָנט דאָך מיך, ברוך־השם, װי זאָגט איר, פֿון אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך און װײסט, אַז איך בין נישט דער טאַטע, װאָס קאַטאָרי זאָל זיך אַװעקזעצן אָפּלױבן זײַנע קינדער, גלאַט אַזױ אין טאָג אַרײַן. נאָר אַז ס'איז געקומען צו רײד פֿון מײַן בײלקען, מוז איך אײַך זאָגן נישט מער, װי שלשה דבֿרים ― צװײ װערטער: זינט גאָט האַנדלט מיט בײלקעס, האָט ער נאָך אַזאַ בײלקע נישט באַשאַפֿן. מילא פֿון שײנקײט שמועסט מען נישט. טבֿיהס טעכטער, װײסט איר אַלײן, האָבן אַ שם אױף דער װעלט פֿאַר די שענסטע קראַסאַװיצעס. נאָר זי, בײלקע הײסט עס, װעט זײ אַלע פֿאַרשטעקן אין גאַרטל. אַז מע שמועסט יפֿיפֿית ― איז דאָך ניט שײך. אַקעגן מײַן בײלקען מוז מען טאַקע זאָגן מיט די װערטער פֿון אשת־חיל: שקר החן ― איך רעד נישט פֿון שײנקײט, איך רעד פֿון כאַראַקטער רעד איך. גאָלד, גינגאָלד, זאָג איך אײַך! פֿון תּמיד אָן בין איך בײַ איר געװען דאָס אײבערשטע פֿון דער מילך, נאָר פֿון זינט מײַן גאָלדע עליו־השלום איז, איר צו לענגערע יאָר, ניפֿטר געװאָרן, איז דער טאַטע געװאָרן בײַ איר ― דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג! קײן שטױב נישט דערלאָזן זאָל אױף מיר פֿאַלן. איך האָב שױן געזאָגט צו זיך אַלײן: דער רבונו־של־עולם איז, װי מיר זאָגן אינעם וכל מאמינים שהוא: ומקדים רחמים לרוגז ― ער שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה. נישמער, ס'איז שװער צו װיסן, װעלכעס איז ערגער, די רפֿואה, אָדער די מכּה? גײ זײַ אַ נבֿיא און טרעף, אַז בײלקע װעט צוליב מיר נעמען און פֿאַרקױפֿן זיך פֿאַר געלט און אָפּשיקן דעם טאַטן אױף די עלטערע יאָרן קײן ארץ־ישׂראל! מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָר אַזױ. זי איז אין דעם אַזױ שולדיק, פּונקט אַזױ װי איך. אינגאַנצן איז דאָ שולדיק ער, איר אױסדערװײלטער, איך װיל אים ניט שילטן, אַ קאַזאַרמע זאָל אױף אים אײַנפֿאַלן! און אפֿשר, אַז מיר זאָלן װעלן גוט באַטראַכטן, גריבלען זיך אַביסל טיפֿער, קאָן זײַן, אַז איך אַלײן בין דאָ מער חײבֿ פֿון אַלעמען, װאָרעם ס'איז דאָך אַ בפֿירושע גמרא: חײבֿ אָדם… נאָר ס'איז שײן, כלעבן, אַז איך דאַרף אײַך דערצײלן, װאָס די גמרא זאָגט!

בקיצור, איך װיל אײַך נישט לאַנג האַלטן. ס'איז אַװעקגעגאַנגען אַ יאָר און אַ יאָר, מײַן בײלקע איז אױסגעװאַקסן, געװאָרן, קײן עין־הרע, אַ מײדל צו לײַטן, און טבֿיה טוט זיך זײַן געשעפֿט, װי תּמיד, מיטן פֿערד־און־װעגעלע פֿירט ער אָפּ דאָס ביסל מילכיקס זומער קײן בױבעריק, װינטער קײן יעהופּעץ, אַ מבול זאָל אױף דעם קומען, װי אױף סדום! אָנקוקן קאָן איך נישט אָט די דאָזיקע שטאָט, און ניט אַזױ די שטאָט אַלײן, װי די מענטשן, און ניט אַלע מענטשן, נאָר אײן מענטש ― אפֿרים דעם שדכן, אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן! אָט װעט איר אומיסטנע הערן װאָס אַ ייִד אַ שדכן טוט אָפּ.

ויהי היום, קום איך צופֿאָרן אײנמאָל אַרום חצי אלול קײן יעהופּעץ מיט מײַן ביסל סחורה. איך טו אַ קוק ― ויבֿוא המן ― אפֿרים דער שדכן גײט! איך האָב אײַך אַמאָל דערצײלט פֿון אים. אפֿרים איז אַפֿילו אַ ייִד אַן אײַנגעגעסענער, נאָר אַז מע דערזעט אים, מוז מען זיך אָפּשטעלן ― אָט אַזאַ מין כּוח האָט אין זיך אָט דער ייִד… „הער נאָר, חכם מײַנער, זאָג איך צו מײַן פֿערדל, שטײ אַ װײַלע, װעל איך דיר געבן עפּעס קײַען“. און איך שטעל אָפּ אפֿרים דעם שדכן און גיב אים אָפּ שלום און מאַך מיט אים אַ שמועס מן־הצד: „װאָס הערט זיך עפּעס מכּוח פּרנסה?“ טוט ער אַ געשמאַקן זיפֿץ און מאַכט צו מיר: „ס'איז ביטער!“… זאָג איך: „דהײַנו?“ זאָגט ער: „נישטאָ װאָס צו טאָן“… זאָג איך: „לחלוטין?“ זאָגט ער: „לחלוטין!“… זאָג איך: „װאָס איז די מעשׂה?“… זאָגט ער: „די מעשׂה איז, װאָס שידוכים װערן שױן הײַנט ניט געשלאָסן מער אין דער הײם“… זאָג איך: „װוּ דען װערן זײ הײַנט געשלאָסן?“ זאָגט ער: „דאָרטן ערגעץ, אין אױסלאַנד“… זאָג איך: „װאָס־זשע זאָל טאָן אַזאַ ייִד, װי איך, למשל, װאָס מײַן זײדנס באָבע איז דאָרט קײנמאָל נישט געװען?“… זאָגט ער צו מיר און דערלאַנגט מיר אַ שמעק טאַביקע: „פֿאַר אײַך האָב איך, רב טבֿיה, אַ שטיקל סחורה דאָ אױפֿן אָרט“… זאָג איך: „דהײַנו?“… זאָגט ער: „אַ ייִדענע אַן אַלמנה אָן קינדער מיט ק″ן קערבלעך, געװען אַ קעכין אין אַלע גרעסטע הײַזער“… קוק איך אים אָן און זאָג צו אים: „רב אפֿרים, פֿאַר װעמען מײנט איר דאָס אַ שידוך?“ זאָגט ער: „פֿאַר װעמען זאָל איך מײנען? פֿאַר אײַך“… זאָג איך: „אַלע בײזע װיסטע חלומות זאָלן אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס קעפּ!“ און נעם און דערלאַנג מײַן פֿערד אַ שמיצל און װיל פֿאָרן װײַטער. מאַכט צו מיר אפֿרים: „האָט קײן פֿאַראיבל ניט, רב טבֿיה, אפֿשר האָב איך אײַך פּוגע בכּבֿוד געװען. זאָגט־זשע מיר, װעמען דען האָט איר געמײנט?“ זאָג איך: „װעמען דען זאָל איך מײנען, אַז ניט מײַן מיזינקע?“… טוט ער אַ שפּרונג אָפּ, דערלאַנגט זיך אַ פּאַטש אין שטערן: „שאַ! גוט װאָס איר האָט מיך דערמאָנט, לאַנג לעבן זאָלט איר, רב טבֿיה!“ זאָג איך: „אָמן, גם אַתּם, דערלעבט איר אױך ביז משיח װעט קומען. נאָר װאָס איז מיט אײַך, זאָג איך, אַזױ די גדולה?“… זאָגט ער: „ס'איז גוט, רב טבֿיה, ס'איז אױסגעצײכנט גוט, עס קאָן שױן גאָר בעסער נישט זײַן אין דער גאַנצער װעלט!“… זאָג איך: „דהײַנו, װאָס איז די גוטסקײט?“… זאָגט ער: „איך האָב פֿאַר אײַער מיזינקע אַ גלײַכס, אַ גליק, אַ הױפּט־טרעפֿער, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנטשיק, אַ בראָצקי, אַ פּאָדראַטשיק איז ער און הײסן הײסט ער פּדהצור!“… זאָג איך: „פּדהצור? אַ קענטלעכער נאָמען פֿון חומש“… זאָגט ער: „װאָס מיר חומש? װער מיר חומש? ער איז אַ פּאָדראַטשיק, אָט דער פּדהצור, ער בױט הײַזער, מױערן, בריקן, געװען אין יאַפּאָניע בײַ דער מלחמה, געבראַכט אַ מטמון מיט גאָלד, פֿאָרט אַרױס מיט ברענענדיקע סוסים, מיט קאַרעטעס, מיט לאַקײען בײַ דער טיר, מיט אַ בעדל בײַ זיך אינעװײניק אין שטוב, מיט מעבל פֿון פּאַריזש, מיט אַ בריליאַנטענעם רינג אױף דער האַנט, נאָך גאָר נישט קײן אַלטער מאַן, אַ בחור, אַן אמתער, אַ „כאָלאָסטאָיхолостой: לײדיקער“, פּרימאַ! און זוכן זוכט ער אַ שײן מײדל, מעג זײַן װער זי איז, אַ נאַקעטע, אַ באָרװעסע, אַבי אַ יפֿת־תּואר!“… „טפּררו! ― זאָג איך צו אים. ― אַז איר װעט אַזױ פֿליִען, זאָג איך, אָן אַ פּאָפּאַס, װעלן מיר פֿאַרפֿאָרן מיט אײַך, רב אפֿרים, קײן האָצעקלאָץ. אױב איך האָב קײן טעות נישט, זאָג איך, האָט איר מיר אַמאָל געהאַט גערעדט דעם אײגענעם שידוך, זאָג איך, פֿאַר מײַן עלטערע טאָכטער, פֿאַר האָדלען“, זאָג איך… דערהערט פֿון מיר די דאָזיקע װערטער, אַז ער כאַפּט זיך ניט, אפֿרים הײסט עס, בײַ די זײַטן און הײבט אָן צו לאַכן, איך האָב געמײנט, דער ייִד װעט באַקומען די פּאָפּלעקציע. „אָהאָ, זאָגט ער, איר האָט זיך דערמאָנט, זאָגט ער, אַ מעשׂה, אַז מײַן באָבע איז געלעגן געװאָרן מיטן ערשטן קינד! יענער האָט אָנגעזעצט נאָך פֿאַר דער מלחמה און אַנטלאָפֿן קײן אַמעריקע!“… „זכר צדיק לבֿרכה, זאָג איך, אפֿשר װעט דער אױך, זאָג איך, אַװעק אַהין?“ װערט ער אױסער זיך, דער שדכן הײסט עס: „װאָס רעדט איר דאָס, רב טבֿיה? יענער איז געװען, זאָגט ער, אַ פֿײַפֿער, אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסברענגער, און דער איז אַ פּאָדראַטשיק, זאָגט ער, פֿון דער מלחמה, מיט געשעפֿטן, מיט אַ קאַנטאָר, מיט מענטשן, מיט… מיט… מיט…“. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, דער שדכן האָט זיך אַזױ צעהיצט, אַז ער האָט מיך אַראָפּגענומען פֿונעם װאָגן און ער האָט מיך אָנגענומען בײַ די לאַצן און האָט מיך אַזױ לאַנג געטרײסלט, ביז ס'איז צוגעגאַנגען אַ גאָראָדאָװאָי און האָט אונדז בײדן געװאָלט אָפּפֿירן אין קאָטשומענט אַרײַן. אַ שטיקל גליק, װאָס איך האָב מיך דערמאָנט אינעם פּסוק: לנכרי תשיך ― מיט פּאָליציע דאַרף מען װיסן, װי אַזױ צו האַנדלען…

בקיצור, למאַי זאָל איך אײַך לאַנג האַלטן? אָט דער פּדהצור איז געװאָרן אַ חתן פֿאַר מײַן מיזינקע, בײלקע הײסט עס, און לא אָרכו הימים ― ס'האָט אַביסל געדױערט ביז מיר האָבן געשטעלט אַ חופּה. פֿאַרװאָס זאָג איך, ס'האָט אַביסל געדױערט? װײַל זי, בײלקע הײסט עס, האָט נישט געװאָלט דעם שידוך, אַזױ װי מע װיל נישט שטאַרבן. װאָס מער אָט דער פּדהצור איז צו איר צוגעשטאַנען מיט מתּנות און מיט גילדענע זײגערלעך און מיט בריליאַנטענע פֿינגערלעך, איז ער איר אַלץ מער נימאס געװאָרן. מיר דאַרף מען קײן פֿינגער אין מױל נישט אַרײַנלײגן. איך האָב עס גאַנץ גוט אַרױסגעזען נאָך איר פּנים און נאָך אירע אױגן און נאָך איר װײנען, װאָס זי האָט געװײנט שטילערהײט. בין איך מיך מישבֿ אײנמאָל און רוף מיך אָן צו איר אַזױ, פֿאַרבײַגײענדיק: „הערסטו, בײלקע, זאָג איך, איך האָב מורא, זאָג איך, אַז פּדהצור איז דיר אַזױ ליב, זאָג איך, און אַזױ זיס, אַזױ װי מיר?“… װערט זי רױט װי פֿײַער און מאַכט צו מיר: „װער האָט דאָס דיר געזאָגט?“ זאָג איך: „װאָס־זשע דען איז דער געװײן גאַנצע נעכט?“ זאָגט זי: „איך װײן דען?“ זאָג איך: „נײן, דו װײנסט נישט, נאָר דו כליפּעסט. דו מײנסט, זאָג איך, אַז דו באַהאַלטסט דעם קאָפּ אין קישן, װעסטו פֿון מיר פֿאַרדעקן, זאָג איך, דײַנע טרערן? דו מײנסט, זאָג איך, אַז דײַן טאַטע איז אַ ייִנגעלע, זאָג איך, אָדער דער מוח איז אים אױסגעטריקנט געװאָרן און ער פֿאַרשטײט ניט, זאָג איך, אַז דאָס טוסטו צוליב דײַן אַלטן טאַטן? דו װילסט אים, זאָג איך, פֿאַרזאָרגן מיט אַ גוט עלטער, ער זאָל האָבן װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן, ער זאָל חלילה נישט דאַרפֿן גײן, זאָג איך, איבער די הײַזער? אױב דו מײנסט אַזױ, ביסטו, זאָג איך, אַ גרױסער נאַר, זאָג איך. מיר האָבן אַ גרױסן גאָט, זאָג איך, און טבֿיה איז ניט פֿון די עשׂרה בטלנים, זאָג איך, װאָס װעט זיך אַװעקזעצן, זאָג איך, אױף לאַסקאַװע ברױט, און געלט, זאָג איך, איז בלאָטע, זאָג איך, װי אין פּסוק שטײט. אַ סימן האָסטו, זאָג איך, אָט איז דײַן שװעסטער האָדל אַ גוטע אבֿיונטע, פֿונדעסטװעגן, זאָג איך, זע װאָס זי שרײַבט פֿון אַלדי שװאַרצע יאָר, זאָג איך, פֿון עק װעלט, און זי שעצט זיך גליקלעך, זאָג איך, מיט איר שלימזל פֿעפֿערל!“… אַנו, זײַט אַ חכם און טרעפֿט, װאָס ענטפֿערט זי מיר דערױף, בײלקע הײסט עס? „צו האָדלען, זאָגט זי, זאָלסטו מיך, זאָגט זי, ניט גלײַכן. האָדל איז געװען, זאָגט זי, אין אַזאַ צײַט, װען די גאַנצע װעלט, זאָגט זי, האָט זיך געװיגט, זאָגט זי, געהאַלטן אָט־אָט בײַ איבערקערן זיך, האָט מען זיך געזאָרגט, זאָגט זי, פֿאַר דער װעלט, און זיך האָט מען פֿאַרגעסן; און איצט, זאָגט זי, אַז די װעלט איז אַ װעלט, זאָגט זי, זאָרגט זיך יעדער פֿאַר זיך און די װעלט האָט מען פֿאַרגעסן“… אָט אַזױ ענטפֿערט זי מיר דערױף, בײלקע הײסט עס, און גײט פֿאַרשטײט, װאָס זי מײנט!

נו? איר זײַט עפּעס אַ מבֿין אױף טבֿיהס טעכטער? איר האָט זי באַדאַרפֿט זען צו דער חופּה ― אַ פּרינצעסין! איך בין נאָר געשטאַנען און געשפּיגלט זיך אין איר און געטראַכט צו זיך אַלײן: „אָט דאָס איז בײלקע, טבֿיהס טאָכטער? װוּ האָט זי זיך אױסגעלערנט אַזױ שטײן, און אַזױ גײן, און אַזױ האַלטן דעם קאָפּ, און אַזױ אָנטאָן זיך, ס'זאָל אױף איר זײַן, װי אױסגעגאָסן?“… נאָר לאַנג שפּיגלען זיך אין איר האָט מען מיך נישט געלאָזט, װאָרעם דעם זעלבן טאָג פֿון דער חופּה, אַרום האַלב זעקס פֿאַרנאַכט, האָט זיך דאָס פּאָרל אױפֿגעהױבן, און הלך משה מרדכי ― מען איז אַװעק מיטן קוריער צו אַלדי גוטע יאָר, קײן „נאַטאַליעאיטאַליע“, װי די מאָדע איז בײַ די גרױסע, און צוריק איז מען געקומען ערשט העט אַרום חנוכּה, און מע האָט געשיקט נאָך מיר, איך זאָל למען־השם תּיכּף־ומיד קומען צופֿאָרן קײן יעהופּעץ. איז דאָס מיר באַלד אַרײַן אין קאָפּ אַרײַן: ממה־נפֿשך, זײ זאָלן װעלן, איך זאָל גלאַט אַזױ קומען, װאָלטן זײ אָנגעזאָגט, איך זאָל קומען ― און אַ סוף. צו װאָס טױג נאָך דער „למען־השם“ מיטן „תּיכּף־ומיד“? מסתּמא מוז דאָך דאָ זײַן עפּעס אַ זאַך! פֿרעגט זיך אַ קשיא: װאָס פֿאַר אַ זאַך? און אַלערלײ מחשבֿות און געדאַנקען, גוטע און שלעכטע, קריכן מיר אין קאָפּ אַרײַן: אפֿשר האָט זיך שױן דאָס פּאָרפֿאָלק דאָרטן צעאַמפּערט, װי די קעץ, און עס האַלט בײַ גטן זיך? און באַלד טאַקע שלאָג איך מיר אָפּ: ביסט אַ נאַר, טבֿיה, למאַי זאָלסטו װעלן אױסלײגן אױף שלעכטן? פֿון װאַנען װײסטו, װאָס מען רופֿט דיך? אפֿשר האָבן זײ זיך פֿאַרבענקט נאָך דיר און װילן דיך זען? אָדער אפֿשר װיל בײלקע אַז איר טאַטע זאָל זײַן נאָענט לעבן איר? אָדער אפֿשר װיל גאָר פּדהצור דיר געבן אַ שטעלע, דיך צונעמען צו זײַנע געשעפֿטן און מאַכן דיך פֿאַר אַ משגיח אױף זײַנע פּאָדראַדן? סײַ־װי־סײַ, פֿאָרן דאַרף מען. און איך זעץ מיך אױף און וילך חרנה ― איך פֿאָר קײן יעהופּעץ. פֿאָרנדיק אַזױ, גײט מיר איבער דער כּוח־הדם, און עס שטעלט זיך מיר פֿאָר, אַז איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן דאָס דאָרף, פֿאַרקױפֿט די בהמהלעך, מיטן פֿערד־און־װעגעלע, מיט הכּל בכּל, און בין אַריבערגעפֿאָרן אין שטאָט און בין געװאָרן בײַ מײַן פּדהצורן פֿריִער משגיח, דערנאָך קאַסיר, דערנאָך כּל־ולך איבער אַלע זײַנע פּאָדראַדן, און דערנאָך אַ שותּף צו אַלע זײַנע געשעפֿטן גלײַך מיט אים, האַלב אױף האַלב, און פֿאָר אַרױס גלײַך מיט אים אױף אַ פּאָר ברענענדיקע סוסים, אײנער אַ בולאַנער, דער אַנדערער אַ קאַשטאַנעװאַטער, און איך װוּנדער מיך אױף זיך אַלײן: מה זה ועל מה זה ― װי קום איך, אַזאַ שטיל מענטשל, װי טבֿיה, צו אַזעלכע גרױסע געשעפֿטן? װאָס טױג מיר דער טאַרעראַם מיטן יריד, מיטן הו־האַ, טאָג װי נאַכט, װי זאָגט איר: להושיבֿי עם נדיבֿים ― זיך טױטשען מיט די מיליאָנטשיקעס? לאָזט מיך אָפּ, איך װיל האָבן אַ רויִק עלטער, אַרײַנקוקן אַמאָל אין אַ מישניות, זאָגן אַ קאַפּיטל תּהילים, מע דאַרף דאָך אַמאָל אין זינען האָבן יענע װעלט אױך, צי נײן? װי זאָגט שלמה המלך: אַ מענטש איז אַ טשיסטע בהמה, ער פֿאַרגעסט, אַז װיפֿל ער זאָל ניט לעבן, מוז ער אַמאָל שטאַרבן… אָט מיט אַזעלכע געדאַנקען און מחשבֿות בין איך געקומען צופֿאָרן למזל קײן יעהופּעץ גלײַך צו מײַן פּדהצורן. מילא, איך זאָל מיך גײן באַרימען, דערצײלן אײַך רובֿ גדלו ורובֿ עשרו ― זײַן דירה מיט זײַן זיצעכץ, איז ניט שײך צו זאָגן. איך האָב נאָך קײנמאָל נישט געהאַט די זכיה צו זײַן בײַ בראָצקין אין שטוב, נאָר איך בין מיר משער על־פּי שׂכל, אַז שענער װי בײַ דעם פּדהצור קאָן שױן גאָרניט זײַן! איר קאָנט פֿאַרשטײן שױן פֿון דעם אַלײן, װאָס פֿאַר אַ דירה־מלוכה דאָס איז, אַז דער שומר, װאָס בײַ דער טיר, אַ װערגעלעץ מיט זילבערנע קנעפּ, האָט מיך בשום־אופֿן נישט געװאָלט אַרײַנלאָזן אינעװײניק, כאָטש גיב אים אַ קרענק. װאָס טוט זיך דאָ? די טיר איז אַ גלעזערנע טיר, זע איך, װי ער שטײט, אָט דער װערגעלעץ, ימח־שמו־וזכרו זאָל ער װערן, און רײניקט מלבושים. װינק איך צו אים, רעד מיט אים אױף שטום־לשון און באַװײַז אים מיט די הענט, אַז ער זאָל מיך אַרײַנלאָזן אינעװײניק, מחמת דעם בעל־הבית װײַב קער מיר אָן אַ לײַבלעכע טאָכטער… פֿאַרשטײט ער, אָבער, נישט אױפֿן װוּנק, אַ גױיִשער קאָפּ, װײַזט ער מיר אױך מיט די הענט, אױך אױף שטום־לשון, אַז איך זאָל גײן לעזאָזל ― נעמען דעם װעג הײסט עס. נאַט אײַך אַזאַ שלימזל! צו אַן אײגענער טאָכטער זאָל מען דאַרפֿן האָבן זכות־אָבֿות! „אַז אָך און װײ און צו דײַן גרױען קאָפּ, טבֿיה, צו װאָס דו האָסט זיך דערלעבט!“ ― אַזױ טראַכט איך מיר און קוק דורך דער גלעזערנער טיר און דערזע עפּעס אַ מײדל דרײט זיך אַרום. „אַ פּנים, אַ פּאָקאָיאָװע זײערע“, טראַכט איך מיר, מחמת די אױגן אירע זײַנען װי בײַ אַ גנבֿטע. אַלע פּאָקאָיאָװעס האָבן גנבֿהשע אױגן. איך בין אַן אײַנגײער אין אַלע נגידישע הײַזער און בין באַקאַנט מיט אַלע פּאָקאָיאָװעס… טו איך צו איר אַ װוּנק: „עפֿן אױף, קעצעלע!“ פֿאָלגט זי מיך און עפֿנט די טיר און מאַכט צו מיר דװקא אױף ייִדיש: „װעמען דאַרפֿט איר?“ זאָג איך: „דאָ זיצט פּדהצור?“ זאָגט זי צו מיר העכער: „װעמען דאַרפֿט איר?“ זאָג איך צו איר נאָך העכער: „אַז מע פֿרעגט דיך, זאָלסטו ענטפֿערן על ראשון ראשון; דאָ זיצט פּדהצור?“ זאָגט זי: „דאָ“… װי באַלד אַזױ, זאָג איך, ביסטו פֿון מײַנע מענטשן, זאָג איך; גײ, זאָג איך, זאָג דײַן מאַדאַם פּדהצור, זאָג איך, אַז זי האָט אַ גאַסט, זאָג איך, דער טאַטע אירער, טבֿיה, איז געקומען, זאָג איך, צו גאַסט און שטײט שױן, זאָג איך, אַ היפּשע װײַלע אין דרױסן, זאָג איך, כּעני בפּתח, װאָרעם ער האָט נישט זוכה געװען, זאָג איך, צו געפֿינען חן און לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון אָט דעם דאָזיקן עשׂו מיט די זילבערנע קנעפּ, די כּפּרה, זאָג איך, זאָל ער זײַן פֿאַר דײַן מינדסטן נאָגל!“ אױסגעהערט מײַנע דיבורים, האָט דאָס מײדל מיט אַ געלעכטער פֿון אַ משומדת פֿאַרהאַקט די טיר גלײַך מיר אונטער דער נאָז, אַװעקגעלאָפֿן אַרױף, אַראָפּגעלאָפֿן אַראָפּ, אַרײַנגעלאָזט און אַרײַנגעפֿירט מיך אינעװײניק אין אַ מין פּאַלאַץ, װאָס מײַנע אָבֿות אַבֿותינו האָבן עס נישט געזען אין חלום אַפֿילו. זײַד און סאַמעט און גאָלד און קרישטאָל, און אַז איר גײט, פֿילט איר נישט די טריט, מחמת איר שפּאַנט מיט די זינדיקע פֿיס אױף די טײַערסטע דיװאַנעס, װײך װי שנײ. הײַנט זײגערס, זײגערס! אױף די װענט זײגערס, אױף די טישן זײגערס, אָן אַ שיעור זײגערס! „רבונו יונה! האָסט אַ סך אַזױנע? צו װאָס דאַרף עס אַ מענטש אַזױ פֿיל זײגערס?“ אַזױ טראַכט איך מיר און גײ מיר, די הענט פֿאַרלײגט אַרונטער, אַביסל װײַטער; איך טו אַ קוק ― עטלעכע טבֿיהס מיטאַמאָל שנײַדן זיך אַקעגן מיר פֿון אַלע זײַטן, אײן טבֿיה גײט אַהער, דער אַנדערער טבֿיה אַהין, אײנער צו מיר, דער אַנדערער פֿון מיר ― טפֿו זאָלסטו װערן! פֿון אַלע פֿיר זײַטן שפּיגלען! נאָר אַזאַ מין פֿױגל, װי אָט דער פּאָדראַטשיק, קאָן זיך פֿאַרגינען אַזױ פֿיל זײגערס מיט אָזױ פֿיל שפּיגלען!… און עס קומט מיר אױף די געדאַנקען פּדהצור, אַ גראָבס און אַ קײַלעכיקס, מיט אַ ליסינע איבערן גאַנצן קאָפּ, און סע רעדט הױך און סע לאַכט דריבניטשקע, און איך דערמאָן מיך, װי אַזױ ער איז געקומען צו מיר דאָס ערשטע מאָל אין דאָרף אַרײַן מיט די ברענענדיקע סוסים, זיך צעלײגט בײַ מיר, װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן, זיך באַקאַנט מיט מײַן בײלקען, מיך אַװעקגערופֿן אױף אַ זײַט און אײַנגערױמט אַ סוד אױפֿן אױער, נאָר אַזױ הױך, אַז מע האָט געקאָנט הערן אױף יענער זײַט יעהופּעץ. װאָס איז געװען דער סוד? דער סוד איז געװען, אַז מײַן טאָכטער איז אים געפֿעלן און ער װיל, אַז ס'זאָל זײַן אײנס־צװײ־דרײַ און אַ חופּה. מילא, מײַן טאָכטער איז אים געפֿעלן ― דאָס פֿאַרשטײט מען מיטן שׂכל, נאָר אָט דער אײנס־צװײ־דרײַ איז מיר אַרײַן כּחרבֿ פּיפֿיות ― װי אַ טומפּער מעסער אין האַרצן אַרײַן. װאָס הײסט דאָס אײנס־צװײ־דרײַ און אַ חופּה? און װוּ בין איך? און װוּ איז בײלקע? אײַ, האָט זיך מיר געװאָלט אים אַרײַנהאַקן אַ פּאָר פּסוקים מיט אַ מדרש, ער זאָל מיך האָבן צו געדענקען! נאָר צוריק האָב איך מיך מישבֿ געװען: „למה זה אָנכי ― װאָס דאַרפֿסטו זיך מישן, טבֿיה, צװישן קינדער? אַ סך האָסטו געפּועלט בײַ דײַנע עלטערע טעכטער, אַז דו האָסט געװאָלט זאָגן דעות אױף זײערע שידוכים? האָסט זיך אָנגערעדט װי פּױק, אױסגעשאָטן די גאַנצע תּורה דײַנע, און װער איז געבליבן אַ נאַר? ― טבֿיה!“

הקיצור, לאָמיר אַװעקװאַרפֿן, װי זאָגט איר דאָרטן אין אײַערע ביכלעך, דעם בן־מלך און זיך נעמען צו דער בת־מלכּה. האָב איך זײ, הײסט דאָס, צוליב געטאָן און בין צו זײ געקומען קײן יעהופּעץ, און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה: שלום־עליכם! עליכם־שלום! װי גײט עס? װאָס מאַכט איר גוטס? זיצט! אַ דאַנק, מע קאָן באַשטײן! ― מיט די אַלע איבעריקע צערעמאָניעס, װי געװײנלעך. איך זאָל זײַן דער ערשטער אױפֿן אַרױספֿאָר, זײ אַ פֿרעג טאָן: מה יום מיומים ― װאָס איז דאָס רופֿן, װאָס איר האָט מיך גערופֿן? ― פּאַסט נישט. טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע, ער האָט צײַט. דערװײַל קומט צו אַ פּאַרשױן מיט גרױסע װײַסע הענטשקעס און זאָגט, אַז דער אָנבײַסן שטײט שױן אױפֿן טיש, און מיר הײבן זיך אױף אַלע דרײַ, און מיר קומען אַרײַן אין אַ חדר אַרײַן פֿון גאָלע דעמב: דער טיש אַ דעמבענער, די בענקלעך דעמבענע, די װענט דעמבענע, די סטעליע דעמב, און אַלץ איז געשניצט און געפֿאַרבט און געמאָלט און געצאַצקעט, און אױפֿן טיש ― בגדי מלכות: טײ מיט קאַװע און מיט שאָקאָלאַד, און מיט פּוטער־געבעקס, און מיט גוטן קאָניאַק, און די בעסטע געזאַלצנס, און אַזעלכע מינים מאכלים, פּירות און אױבסן, ס'איז מיר אַ חרפּה אױסצוזאָגן, נאָר איך האָב מורא, אַז מײַן בײלקע האָט זײ בײַ איר טאַטנס טיש קײנמאָל ניט געזען אַפֿילו. און מע גיסט מיר אָן אַ כּוסע און נאָך אַ כּוסע, און איך טרינק לחײם, און איך קוק אױף איר, אױף בײלקען הײסט עס, און איך טראַכט מיר: „האָסט זיך עס דערלעבט, טבֿיהס טאָכטער, װי מיר זאָגן אין הלל: מקימי מעפֿר דל ― אַז גאָט העלפֿט דעם אָרעמאַן, מאַשפּות ירים אבֿיון ― איז אים גאָרנישט צו דערקענען. דאַכט זיך, בײלקע ― און פֿאָרט נישט בײלקע“. און איך דערמאָן מיך אָן יענער בײלקע פֿון אַמאָל און איך פֿאַרגלײַך זי מיט דער בײלקע, װאָס אַצינד, און עס טוט מיר האַרצעדיק באַנג ― גלײַך װי איך װאָלט עפּעס געמאַכט אַ שלעכט געשעפֿט, אָפּגעטאָן אַ זאַך, װאָס איז פֿאַרפֿאַלן, אַ שטײגער, כּדומה־למשל, װי איך װאָלט אױסבײַטן מײַן האָרעפּאַשנעם פֿערדל אױף אַ לאָשיקל, װאָס מע װײס נאָך נישט, װאָס פֿון דעם װעט אַמאָל זײַן, אָדער אַ פֿערד, אָדער אַ דראָנג. „עך, בײלקע, בײלקע, טראַכט איך מיר, װאָס פֿון דיר איז געװאָרן! אַמאָל, געדענקסטו, װי דו פֿלעגסט זיצן בײַנאַכט בײַ אַ רײכערנדיק לעמפּל און נײען און זינגען אַ לידל, אָדער נעמען אין אײן כּהרף־עין אױסמעלקן צװײ בהמהלעך, אָדער גאָר פֿאַרקאַטשען די אַרבל און אָפּקאָכן מיר אַ פּראָסטן מילכיקן באָרשט, אָדער טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס, אָדער פּאַמפּעשקעס מיט קעז, אָדער שקצים מיט מאָן, און אַ זאָג טאָן צו מיר: „טאַטע, גײ װאַש זיך!“ ― איז דאָך עס געװען, װי דער בעסטער ניגון! איצטער זיצט זי מיט איר פּדהצורן, װי אַ בת־מלכּה, צװײ מענטשן דערלאַנגען צום טיש, קלאַפּן מיט די טעלער, און בײלקע? זי זאָל עס אױסרעדן אַפֿילו אַ װאָרט! זעט איר, ער, פּדהצור הײסט עס, רעדט שױן פֿאַר זײ בײדן, דאָס מױל מאַכט זיך אים נישט צו! זינט איך לעב האָב איך נישט געזען, אַ מענטש זאָל אַזױ ליב האָבן פּלאַפּלען און פּלױדערן, דער שװאַרץ יאָר װײס װאָס, און בשעת־מעשׂה לאַכן דריבניטשקע מיט אַ קלײן געלעכטערל. דאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אונדז: אַלײן געזאָגט אַ חכמה, אַלײן געלאַכט… אַחוץ אונדז דרײַ זיצט נאָך אײן פּאַרשױן בײַם טיש, אַ נפֿש מיט רױטע באַקן, איך װײס נישט, װער ער איז און װאָס ער איז, נאָר אַן אַכלער, װײַזט אױס, דאַרף ער זײַן נישט קײן קלײנער, װאָרעם די גאַנצע צײַט, װאָס דער פּדהצור האָט גערעדט און געלאַכט, האָט ער געפּאַקט אין די באַקן, װי אין פּרק שטײט געשריבן: שלשה שאָכלו ― ער האָט געגעסן פֿאַר דרײַ… דער האָט געגעסן, און יענער האָט גערעדט, און אַלץ עפּעס אַזעלכע פּוסטע זאַכן, װאָס קריכן מיר נישט אין דער לינקער פּאה: פּאָדראַד, גובערנסקי פּראַװלעניעгубернский правление: פּאָרװינציעלע רעגירונג, אודעלני װעדאָמאָסטудельный ведомость: ספּעסיפֿישע דיבור, קאַזנאַטשײסטװעказнатшействе: אוצר־קאַמער, יאַפּאָניע… פֿון אַלצדינג האָט מיך אינטערעסירט נאָר אײן יאַפּאָניע, װײַל מיט יאַפּאָניע האָב איך מיך אָנגעקערט אַ שטיקל מחותּן. בשעת מלחמה, װײסט איר דאָך, זײַנען פֿערד געװאָרן בחשיבֿות גדול, מע האָט זײ געזוכט מיט ליכט, האָט מען געטראָפֿן מסתּמא צו מיר אױך און מע האָט גענומען מײַן פֿערדל צום סמיק, אױסגעמאָסטן מיט אַן אַרשין, אַ טרײַב געטאָן אַהין־אַהער און מע האָט דעם געגעבן אַ װײַסן בילעט. האָב איך זײ געזאָגט, זאָג איך: „איך האָב געװוּסט פֿריִער, זאָג איך, אַז ס'איז אומזיסט אײַער טירחה, װי אין פּסוק שטײט: יודע צדיק נפֿש בהמתּו ― נישט טבֿיהס פֿערד גײט אױף מלחמה“… נאָר האָט קײן פֿאַראיבל נישט, פּאַניע שלום־עליכם, איך מיש אײַך אײנס מיטן אַנדערן און קאָן אַזױ חלילה אַראָפּשלאָגן זיך פֿונעם שליאַך. װי זאָגט איר, נחזור לעניננו ― לאָמיר בעסער גײן צום עיקר־המעשׂה.

בקיצור, האָבן מיר, הײסט עס, גאַנץ פֿײַן אױסגעטרונקען און פֿאַרביסן, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן, און אַז מען איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם טיש, נעמט ער מיך, פּדהצור הײסט עס, אונטער דער האַנט אין פֿירט מיך אַרײַן אין אַ באַזונדער קאַבינעט אַרײַן, אױסגעפּוצט כּיד־המלך ― מיט ביקסן און מיט שפּיזן אױף די װענט און מיט האַרמאַטן אױפֿן טיש, און זעצט מיך אַװעק אין אַ מין דיװאַן, װײך װי פּוטער, און נעמט אַרױס פֿון אַ גאָלדענער פּושקע צװײ גרױסע גראָבע שמעקנדיקע ציגײַערן און פֿאַררײכערט, אײנע זיך, די אַנדערע מיר, און זעצט זיך אַװעק אַקעגן מיר, ציט אױס די פֿיס און מאַכט צו מיר אַזױ: „װײסט איר, װאָס איך האָב געשיקט נאָך אײַך?“ אַהאַ! ― קלער איך מיר. ― אָט דאָס װיל ער מסתּמא אַ שמועס טאָן מכּוח אַכצן און דרײַצן“. נאָר איך מאַך מיך תּמעװאַטע און רוף מיך אָן צו אים אַזױ: „השומר אָחי אָנכי ― פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?“ מאַכט ער צו מיר: „איך האָב געװאָלט רעדן מיט אײַך טאַקע װעגן אײַך אַלײן“. „אַ סלוזשבע“, טראַכט איך מיר און טו אַ מאַך צו אים: „אַבי נאָר עפּעס גוטס, מהיכא־תּיתי, לאָמיר האָרכן“. נעמט ער אַרױס דעם ציגײַער פֿון די צײן, פּדהצור הײסט עס, און הײבט מיר אָן מיט אַ גאַנצער דרשה: „איר זײַט, זאָגט ער, אַ ייִד נישט קײן נאַר און װעט קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, װאָס איך װעל מיט אײַך רעדן אָפֿנטלעך. איר דאַרפֿט װיסן, זאָגט ער, אַז איך פֿיר גרױסע געשעפֿטן, און אַז מע פֿירט אַזעלכע גרױסע געשעפֿטן, װי איך…“ „יאָ, טראַכט איך מיר, דאָס מײנט ער מיך“, ― און איך האַק אים איבער אין מיטן און רוף מיך אָן צו אים: „װי די גמרא זאָגט, זאָג איך, שבת אין פּרק: מרבה נכסים מרבה דאגה. װײסט איר, זאָג איך, דעם פּשט פֿון דער גמרא?“ ענטפֿערט ער מיר אָפּ גאַנץ אָפֿנטלעך: „איך װעל אײַך זאָגן, זאָגט ער, דעם רײנעם אמת, זאָגט ער, איך האָב, זאָגט ער, קײן גמרא קײנמאָל נישט געלערנט, זאָגט ער, און איך װײס אַפֿילו נישט, זאָגט ער, װאָסער אַ פּנים זי האָט“. אַזױ זאָגט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס, און צעלאַכט זיך דריבניטשקע מיט זײַן געלעכטערל. איר פֿאַרשטײט אַן עסק? דאַכט מיר, אַז גאָט האָט דיך געשטראָפֿט, ביסט אַן עם־האָרץ, טאָ לאָז כאָטש זײַן כאַטאַ פּאָקרישקע, װאָס דאַרפֿסטו זיך נאָך באַרימען דערמיט? אַזױ טראַכט איך מיר און מאַך צו אים: „איך האָב אײַך טאַקע אַזױ געשאַצט, זאָג איך, אַז צו די זאַכן זײַט איר נישט שײך, נאָר לאָמיר, זאָג איך, הערן װאָס װײַטער?“ מאַכט ער צו מיר: „װײַטער האָב איך אײַך געװאָלט, זאָגט ער, זאָגן, אַז צו מײַנע געשעפֿטן מיט מײַן נאָמען, זאָגט ער, מיט מײַן פּאָלאָזשעניע, פּאַסט מיר נישט, זאָגט ער, אָט דאָס, װאָס מע רופֿט אײַך, זאָגט ער, טבֿיה דער מילכיקער. איר דאַרפֿט װיסן, זאָגט ער, אַז איך בין באַקאַנט ליטשנעлично: פּערזענלעך מיטן גובערנאַטאָר, זאָגט ער, און צו מיר אין שטוב אַרײַן, זאָגט ער, קאָן אַמאָל קומען אַ בראָצקי, אַ פּאָליאַקאָװאַ באַװוּסטער קאָנסטרוקטאָר און אפֿשר אַ רױטשילד אױך, טשעם טשאָרט ניע שוטיט чем черт не шутит: מע װײסט קײנמאָל ניט]?“… אַזױ מאַכט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס, און איך זיץ און קוק אױף זײַן גלאַנצנדיקע ליסינע און טראַכט מיר: „עס קאָן זײער זײַן, אַז דו קאָנסט זיך ליטשנע מיטן גובערנאַטאָר און אַז רױטשילד זאָל אַמאָל קומען צו דיר אין שטוב אַרײַן, נאָר רעדן רעדסטו, װי אַ כּלבֿ־שבכּלבֿים“… און איך רוף מיך אָן צו אים שױן אַביסל מיט פֿאַרדראָס: „װאָס־זשע זאָג איך, טוט מען דערצו, טאָמער, זאָג איך, קומט טאַקע צו אײַך אַמאָל רױטשילד?“ מײנט איר דאָך, אַז ער פֿאַרשטײט דעם שטאָך? לא דובים ולא יער ― עס הײבט זיך גאָרנישט אָן!

„איך האָב געװאָלט, זאָגט ער, אַז איר זאָלט אַװעקװאַרפֿן, זאָגט ער, אָט דאָס מילכיקס, און זאָלט זיך פֿאַרנעמען, זאָגט ער, מיט עפּעס אַנדערש“. „דהײַנו, זאָג איך, מיט װאָס?“ „מיט װאָס איר װילט, זאָגט ער, װינציק געשעפֿטן, זאָגט ער, פֿאַראַן אױף דער װעלט? איך װעל אײַך, זאָגט ער, אונטערהעלפֿן מיט געלט, װיפֿל מע װעט באַדאַרפֿן, אַבי, זאָגט ער, איר זאָלט װערן אױס טבֿיה דער מילכיקער. אָדער שאַט, זאָגט ער, װײסט איר װאָס? טאָמער װאָלט איר, זאָגט ער, גאָר אײנס־צװײ־דרײַ אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע? האַ?“ אַזױ מאַכט ער צו מיר, רוקט אַרײַן דעם ציגײַער אין די צײן אַרײַן און קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן, און די ליסינע גלאַנצט… נו? װאָס ענטפֿערט מען אַזאַ גראָבן יונג? תּחילת האָב איך מיר געטראַכט: „װאָס זיצסטו, טבֿיה, װי אַ לײמענער גולם? הײב דיך אױף, טו אַ קוש די מזוזה, גיב אַ קלאַפּ מיט דער טיר און הלך לעולמו ― פּאַשאָל אָן אַ זײַ־געזונט!“… אַזױ שטאַרק האָט דאָס מיך אַ נעם געטאָן בײַ דער לעבער!… „אַן עזות פֿון אַ פּאָדראַטשיק! װאָס הײסט, דו הײסט מיר אַװעקװאַרפֿן אַן ערלעכע בכּבֿודע פּרנסה און פֿאָרן קײן אַמעריקע? באשר טאָמער װעט צו דיר אַמאָל קומען רױטשילד, בכן דאַרף טבֿיה דער מילכיקער לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן?!“… און דאָס האַרץ קאָכט אין מיר װי אַ קעסל, און אַביסל אױפֿגעטראָגן בין איך נאָך פֿון פֿריִער; מיך האָט געברענט אױף איר, טאַקע אױף מײַן בײלקען: „װאָס זיצסטו דאָרטן, װי אַ בת־מלכּה, צװישן די הונדערט זײגערס מיט די טױזנט שפּיגלען, בשעת מע טרײַבט דאָ דײַן טאַטן, טבֿיהן, קאָליסטראָיсквозь строй: דורך די סאָלדאַטן (אַמאָליקע שטראָף), אױף הײסע קױלן? לאָמיך האָבן די ברכות, טראַכט איך מיר, װאָס דײַן שװעסטער האָדל האָט בעסער געמאַכט פֿון דיר! װאָס אמת איז אמת, זי האָט נישט אַזאַ שטוב מיט אַזױ פֿיל שמאָכטעליאַקעס, װי דו, דערפֿאַר האָט זי אָבער אַ מאַן, אַ פֿעפֿערל, איז ער דאָך אַ מענטש, װאָס קאַטאָרי ער אַלײן איז בײַ זיך הפֿקר, און דער גאַנצער עיקר איז די װעלט… און דערצו האָט ער אַ קאָפּ אױף די פּלײצעס, נישט קײן לאָקשנטעפּל מיט גלאַנצנדיקער ליסינע, און אַ פּיסק האָט פֿעפֿערל ― איז דאָך עס גאָלד מיט גאָלד! אים, אַז איר זאָגט אַ פּסוק, גיט ער אײַך דרײַ פּסוקים סדאַטשעстатще: נאָך! װאַרט אױס, פּאָדראַטשיק מײַנער, אָט װעל איך דיר באַלד אַרײַנהאַקן אַ פּסוק, װעט דיר װערן פֿינצטער אין די אױגן!“… אַזױ טראַכט איך מיר און רוף מיך אָן צו אים בזה־הלשון: „מילא, זאָג איך, װאָס די גמרא איז פֿאַר אײַך אַ סוד, בין איך, זאָג איך, אײַך מוחל; אַז אַ ייִד זיצט אין יעהופּעץ און הײסט פּדהצור און איז אַ פּאָדראַטשיק, מעג, זאָג איך, די גמרא ליגן אױפֿן בױדעם. אָבער אַ פּראָסטן פּסוק, זאָג איך, דאָס װעט דאָך שױן פֿאַרשטײן, זאָג איך, אַ גױ אין פּאָסטעלעס אױך. איר װײסט דאָך, זאָג איך, װאָס דער תּרגום אונקלוס זאָגט אױף לבֿן האַרמי: מזנבתּאָ דחזירתּאָ לאָ מאַכאַנתּ שטרײַמילתּאָ?“… קוקט ער אױף מיר, װי אַ האָן אין בני־אָדם, און מאַכט צו מיר: „װאָס־זשע הײסט עס?“ „דאָס הײסט, זאָג איך, אַז פֿון אַ חזירשן עק קאָן מען קײן שטרײַמל נישט מאַכן“. „אַקעגן װאָס, זאָגט ער, זאָגט איר דאָס?“ „אַקעגן דעם, זאָג איך, װאָס איר הײסט מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע“. צעלאַכט ער זיך דריבניטשקע און מאַכט צו מיר: „אַמעריקע ניט, איז אפֿשר קײן ארץ־ישׂראל? אַלע אַלטע ייִדן פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל“… אַזױ װי ער האָט דאָס מיר אױסגערעדט, אַזױ איז דאָס מיר אַרײַן, װי אַן אײַזערנער צװיאָק אין מוח אַרײַן: „שאַ! אפֿשר איז דאָס גאָרניט אַזױ קרום, טבֿיה, װי דו מײנסט? אפֿשר איז דאָס טאַקע אַ פּלאַן? װאָרעם אײדער האָבן אַזאַ נחת פֿון קינדער, װי דו האָסט, איז שױן אפֿשר גלײַכער ארץ־ישׂראל? בהמה! װאָס שטעלסטו דאָ אײַן און װעמען האָסטו דאָ? דײַן גאָלדע עליו־השלום ליגט דאָך שױן במילא אין דער ערד, און דו אַלײן, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, ליגסט דען ניט נײַן אײלן אין דער ערד? ביז װאַנען איז דער שיעור צו טאָפּטשען זיך אױף דער װעלט?“… און אַגבֿ דאַרפֿט איר װיסן, פּאַניע שלום־עליכם, אַז מיך ציט שױן לאַנג אַהין, קײן ארץ־ישׂראל; איך װאָלט אַ בעלן געװען זײַן בײַ דער כּותל־מערבֿי, מערת־המכפּלה, דער מוטער רחלס קבֿר, אָנקוקן מיט מײַנע אױגן דעם ירדן, דעם באַרג סיני, דעם ים־סוף, פּיתום און רעמסס, װי זײ זעען אױס, וכדומה אַזעלכע זאַכן. און מײַנע מחשבֿות טראָגן מיך אַװעק אַהין, אינעם געבענטשטן לאַנד כּנען, װי זאָגט איר, ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש. שלאָגט ער מיר איבער, פּדהצור הײסט עס, מײַנע רעיונות סאַמע אין מיטן און רופֿט זיך אָן צו מיר: „נו? װאָס דאַרף מען דאָ, זאָגט ער, אַזױ לאַנג טראַכטן? אײנס־צװײ־דרײַ“… „בײַ אײַך, זאָג איך, איז, ברוך־השם, אַלצדינג אײנס־צװײ־דרײַ, װי די גמרא זאָגט, זאָג איך: האָ גבֿראָ והאָ טרסקאָ… און בײַ מיר, זאָג איך, איז דאָס אַ האַרב שטיקל מישניות, װאָרעם אױפֿהײבן זיך, זאָג איך, און פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל, דאַרף מען, זאָג איך, האָבן מיט װאָס“… צעלאַכט ער זיך דריבניטשקע מיט זײַן קלײן געלעכטערל, שטײט אױף, גײט צו צום טיש, עפֿנט אױף אַ טישקעסטל און נעמט אַרױס פֿון דאָרטן אַ טײַסטער און צײלט מיר אָפּ אַחת־ואַחת, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ שײנע מטבע, און איך בין דװקא נישט פֿױל אױף דער פּען און נעם צונױף דאָס ביסל פּאַפּיר ― דער כּוח פֿון געלט ― און לאָז עס אַראָפּ העט־װײַט אין קעשענע, און װיל אים זאָגן כאָטש אַ פּאָר פּסוקים מיט אַ מדרש, װאָס זאָל פֿאַרענטפֿערן אַרום און אַרום, הערט ער מיך װי דעם קאָטער און מאַכט צו מיר: „אָט דאָס װעט אײַך זײַן, זאָגט ער, גענוג ביז אַהין איבערן קאָפּ, און אַז איר װעט קומען, זאָגט ער, אױפֿן אָרט און װעט דאַרפֿן געלט, זאָלט איר שרײַבן, זאָגט ער, אַ בריװ, װעט מען אײַך אײנס־צװײ־דרײַ באַלד אַרױסשיקן געלט. און דערמאָנען אײַך נאָכאַמאָל װעגן פֿאָרן, זאָגט ער, פֿאַרשפּאָרט מען דאָך, װאָרעם איר זײַט דאָך, זאָגט ער, עפּעס אַ ייִד מיט יושר און מיט סאָװעסט“… אָט אַזױ מאַכט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס, און צעלאַכט זיך דריבניטשקע מיט זײַן קלײן געלעכטערל, װאָס קריכט גלײַך אין די קישקעס אַרײַן. און עס פֿליט מיר דורך אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „טאָמער װאָלסטו אים אַ שמיץ געטאָן דאָס געלט צוריק אין פּנים אַרײַן און אים דערצײלט דעם פּסוק, אַז טבֿיהן קױפֿט מען נישט פֿאַר געלט און מיט טבֿיהן שמועסט מען נישט פֿון יושר און פֿון סאָװעסט?“… נאָר אײדער איך עפֿן אַ מױל אױף צו רעדן, טוט ער אַ קלונג און רופֿט אַרײַן בײלקען און מאַכט צו איר: „דושענקע, דו װײסט? דײַן פֿאָטער װאַרפֿט דאָך אונדז אַװעק, ער פֿאַרקױפֿט אױס אַלץ, װאָס ער האָט, און פֿאָרט אַרױס אײנס־צװײ־דרײַ קײן ארץ־ישׂראל“… „חלום חלמתּי ואיני יודע ― װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט!“… אַזױ טראַכט איך מיר און קוק אױף מײַן בײלקען ― איר זאָלט זאָגן, זי זאָל זיך עס אַפֿילו פֿאַרקרימען. שטײט װי אַ בױם, קײן טראָפּן בלוט אין פּנים, קוקט פֿון אים אױף מיר, פֿון מיר אױף אים, און קײן אײנציק װאָרט! איך, אױף איר קוקנדיק, שװײַג אױך, שװײַגן מיר, הײסט עס, אַלע בײדע, װי אין תּהילים שטײט: תּדבק לשוני ― עס האָט אונדז אָפּגענומען דאָס לשון. דער קאָפּ דרײט זיך מיר, די שלײפֿן קלאַפּן מיר, װי פֿון אַ טשאַד. פֿון װאָס זאָל עס זײַן? ― טראַכט איך מיר. ― אַ פּנים, דאָס איז פֿונעם שײנעם ציגײַער, װאָס ער האָט מיר געגעבן רײכערן? אָט רײכערט דאָך אָבער ער אױך, פּדהצור הײסט עס! ער רײכערט און רעדט, דאָס מױל מאַכט זיך אים גאָרנישט צו, כאָטש די אײגלעך קלעפּן זיך אים, עס גלוסט זיך אים, װײַזט אױס, כאַפּן אַ דרימל. „פֿאָרן דאַרפֿט איר, זאָגט ער צו מיר, פֿון דאַנען קײן אַדעס, זאָגט ער, מיטן קוריער, און פֿון אַדעס מיטן ים אַזש ביז יאַפֿע, און פֿאָרן מיטן ים, זאָגט ער, איז די בעסטע צײַט נאָר איצט, װאָרעם, זאָגט ער, שפּעטער הײבן זיך אָן די װינטן מיט די שנײען, מיט די בערעס, מיט, מיט, מיט…“ אַזױ זאָגט ער און די צונג פּלאָנטעט זיך אים שױן, אַזױ װי אײנער, װאָס װיל שלאָפֿן, נאָר ער הערט נישט אױף צו קלאַפּן װײַטער: „און אַז איר װעט זײַן, זאָגט ער, פֿאַרטיק צו דער נסיעה, זאָלט איר אונדז, זאָגט ער, געבן צו װיסן, װעלן מיר אַרױספֿאָרן, זאָגט ער, בײדע צום װאָקזאַל מיט אײַך זיך אָפּגעזעגענען, װאָרעם װען קאָנען מיר זיך שױן זען?“ אַזױ לאָזט ער אױס, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, מיט אַ גרױסן גענעץ, שטײט אױף און רופֿט זיך אָן צו איר, צו בײלקען הײסט עס: „דושענקע, װעסט, זאָגט ער, זיצן דאָ אַביסל, און איך װעל, זאָגט ער, גײן זיך צולײגן אַ װײַלע“. „האָסט נאָך קײנמאָל אַזאַ גלײַכס נישט געזאָגט, װי איך בין אַ ייִד! אַצינד װעל איך כאָטש האָבן צו װעמען מײַן ביטער האַרץ אױסצולאָזן“. אַזױ טראַכט איך מיר און װיל מיך געבן אַ נעם צו מײַן בײלקען, איר אױסלאמרן אַלצדינג, װאָס האָט זיך צונױפֿגעזאַמלט בײַ מיר פֿאַר דעם גאַנצן פֿרימאָרגן, ― ערשט אַז זי טוט אַ פֿאַל צו מיר אױפֿן האַלדז, בײלקע הײסט עס, און הײבט אָן צו װײנען, אָבער װי אַזױ, מײנט איר, װײנען? מײַנע טעכטער, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן האָבן אַלע אַזאַ טבֿע: פֿריִער מענטשלען זײ זיך און בריהן זיך, און קומט צו עפּעס ― װײנט מען, װי אַ בערעזענע. אָט נעמט, למשל, מײַן עלטערע טאָכטער, האָדל הײסט עס: קאַרג האָט זי אײַנגעלײגט די װעלט אין דער לעצטער מינוט, בשעת זי האָט באַדאַרפֿט אַװעקפֿאָרן אָפּריכטן גלות מיט איר פֿעפֿערל אין די קאַלטע מדינות? נאָר װײס איך, ס'אַ דמיון! יענע דאַרף בײַ איר הײצן די הרובע!

איך װעל אײַך זאָגן דעם רעכטן אמת: איך אַלײן, װי איר קענט מיך שױן אַביסל, בין נישט קײן מענטש פֿון טרערן. גוט װײנען האָב איך געװײנט נאָר אײן מאָל, בשעת מײַן גאָלדע עליו־השלום איז געלעגן אױף דער ערד, און נאָך אײן מאָל האָב איך מיך גאַנץ געשמאַק אױסגעװײנט, בשעת האָדל איז אַװעקגעפֿאָרן צו איר פֿעפֿערל, און איך בין געבליבן אױפֿן װאָקזאַל, װי אַ גרױסער נאַר, אײנער אַלײן מיט מײַן פֿערדל, און נאָך עפּעס אַ פּאָר מאָל האָט זיך געטראָפֿן, װאָס איך האָב מיך אַביסל, װי זאָגט איר, צעיאַכמערט, און װײַטער געדענק איך עפּעס נישט, איך זאָל האָבן אַ טבֿע פֿון װײנען. נאָר בײלקע מיט אירע טרערן האָבן מיך אַזױ פֿאַרקלעמט בײַ דער נשמה, אַז איך האָב מיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן, און איך האָב שױן נישט געהאַט דאָס האַרץ אַפֿילו, איך זאָל איר זאָגן אַ קרום װאָרט. מיט מיר באַדאַרף מען קײן סך נישט רעדן. איך הײס טבֿיה. איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אירע טרערן. דאָס איז נישט געװען גלאַט אַזױ זיך טרערן. דאָס זײַנען געװען, פֿאַרשטײט איר מיך, טרערן פֿון על חטא שחטאָתי לפֿניך בנישט פֿאָלגן אַ טאַטן… און אַנשטאָט דעם, װאָס איך זאָל זי מכבד זײַן, װי זי איז װערט, און אױסגיסן כּל־חמתי אױף איר פּדהצורן, האָב איך גאָר גענומען אױסרעדן איר דאָס האַרץ מיט אַזאַ משל און מיט אַזאַ משל, װי טבֿיה קאָן. הערט זי מיך אױס, בײלקע הײסט עס, און מאַכט צו מיר: „נײן, טאַטע, נישט דאָס, זאָגט זי, װײן איך. איך האָב צו קײנעם, זאָגט זי, קײן טענות נישט, נאָר אָט דאָס, זאָגט זי, װאָס דו פֿאָרסט אַװעק, זאָגט זי, איבער מיר און איך קאָן, זאָגט זי, דערצו גאָרנישט העלפֿן, אָט דאָס, זאָגט זי, בראָט מיך“… „גײ שױן, גײ, זאָג איך, דו רעדסט, זאָג איך, װי אַ קינד, האָסט פֿאַרגעסן, זאָג איך, אַז מיר האָבן נאָך אַ גרױסן גאָט און אַז דײַן טאַטע איז נאָך, זאָג איך, בײַ אַלע חושים. בײַ דײַן טאַטן, זאָג איך, שפּילט אַ ראָליע זיך דורכפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל און קומען צוריק, װי אין פּסוק, זאָג איך, שטײט געשריבן: ויסעו ויחנו ― טודאַ אי נאַזאַדтуда и назад: הין און צוריק“… אַזױ רעד איך איר אױס דאָס האַרץ, און אינעװײניק בײַ זיך טראַכט איך מיר: „טבֿיה, דו לײַגסט! פֿאָרסטו אַװעק קײן ארץ־ישׂראל, איז עליו־השלום ― אױס טבֿיה!“… און פּונקט װי זי װאָלט טרעפֿן מײַנע געדאַנקען, מאַכט זי צו מיר אַזױ: „נײן, זאָגט זי, טאַטע, אָט אַזױ טרײסט מען אַ קלײן קינד; מע גיט דעם, זאָגט זי, אַ ליאַלקע, אַ שפּילעכל אין די הענט אַרײַן און מע דערצײלט דעם, זאָגט זי, אַ שײנע מעשׂה פֿון אַ ציגעלע אַ װײַסע… אױב, זאָגט זי, שױן יאָ דערצײלן אַ מעשׂה, װעל איך, זאָגט זי, דיר דערצײלן, נישט דו מיר. נאָר די מעשׂה, װאָס איך װעל דיר דערצײלן, טאַטע, איז מער טרױעריק, װי שײן“.

אָט אַזױ מאַכט זי צו מיר, בײלקע הײסט עס; טבֿיהס טעכטער רעדן נישט גלאַט. און זי נעמט און זי לײגט אַװעק אַ מענה־לשון, אַ גאַנצע מגילה, אָדער אַ מעשׂה פֿון טױזנט־אײן־נאַכט, װי אַזױ דער פּדהצור אירער איז פֿון קלײן גרױס געװאָרן, אױסגעװאַקסן פֿון סאַמע נידעריקסטן גראַד, זיך אַלײן מיט זײַן אײגענעם שׂכל אַרױפֿגעשלאָגן אױף דער העכסטער מדרגה, און איצט װיל ער דערגרײכן דערצו, אַז צו אים אין שטוב אַרײַן זאָל קומען בראָצקי, שיט ער מיט נדבֿות, װאַרפֿט מיט טױזנטער. נאָר אַזױ װי געלט אַלײן איז נאָך װינציק, מע דאַרף נאָך האָבן ייִחוס אױך, לײגט ער אײַן די װעלט, פּדהצור הײסט עס, צו באַװײַזן, אַז ער איז נישט קײן אַבי װער, באַרימט זיך, אַז ער שטאַמט פֿון די גרױסע פּדהצורס, אַז זײַן טאַטע איז אױך געװען אַ באַרימטער פּאָדראַטשיק. ― „כאָטש, זאָגט זי, ער װײס גאַנץ גוט, אַז איך װײס, אַז ער איז געװען אַ כּלי־זמר. הײַנט, זאָגט זי, דערצײלט ער אַלעמען, אַז זײַן װײַבס טאַטע איז געװען אַ מיליאָנטשיק“… „װעמען, זאָג איך, מײנט ער דאָס? מיך? אפֿשר איז מיר, זאָג איך, באַשערט געװען אַמאָל צו האָבן מיליאָנען, זאָג איך, זאָל איך דערמיט אָפּקומען“. „װאָס װײסטו, טאַטע, זאָגט זי צו מיר, װי עס פֿלאַמט מיר מײַן פּנים, אַז ער שטעלט מיך פֿאָר, זאָגט זי, פֿאַר זײַנע באַקאַנטע און הײבט זײ אָן דערצײלן גרױסקײט פֿון מײַן טאַטן און פֿון מײַנע פֿעטערס און פֿון מײַן גאַנצער משפּחה, אַזעלכע זאַכן, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן, און מע מוז דאָס, זאָגט זי, אַלצדינג אױסהערן און מאַכן אַ שװײַג, װאָרעם ער איז, זאָגט זי, אױף די זאַכן אַ גרױסער קאַפּריזניק“. „בײַ דיר, זאָג איך, הײסט דאָס אַ קאַפּריזניק, און בײַ אונדז, זאָג איך, װערט דאָס אָנגערופֿן פּשוט אַ ניכפּהניק, זאָג איך, אָדער אַ מה־יעשׂהניק“. „נײן, זאָגט זי, דו קענסט אים ניט, ער איז גאָרניט אַזאַ שלעכטער, װי דו מײנסט; ער איז נאָר אַ מענטש, װאָס אַ מינוט איז ער אַזױ און אַ מינוט איז ער אַנדערש. ער האָט, זאָגט זי, אַ גוט האַרץ און אַ ברײטע האַנט. אים אַז מע מאַכט, זאָגט זי, אַ קרום פּנים, און אַבי מע טרעפֿט די גוטע מינוט, װעט ער אַװעקגעבן די נשמה, און װער שמועסט, זאָגט זי, פֿון מײַנעטװעגן ― איז דאָס טעלערל פֿונעם הימל! דו מײנסט, זאָגט זי, איך האָב אױף אים שױן גאָר קײן שום שליטה ניט? אָט האָב איך בײַ אים נישט לאַנג געפּועלט אַרױסראַטעװען האָדלען מיט איר מאַן פֿון די װײַטע גובערניעס. ער האָט מיר, זאָגט זי, געשװאָרן, אַז ער װעט זיך לאָזן קאָסטן אַ סך טױזנטער, נאָר מיט אײן תּנאַי, אַז זײ זאָלן פֿון דאָרטן אַװעק גלײַך קײן יאַפּאָניע“. „װאָס עפּעס קײן יאַפּאָניע, זאָג איך, פֿאַרװאָס נישט קײן אינדיע, אָדער, למשל, קײן פּדן־אַרם צו דער מלכּה־שבֿאָ?“ „װײַל אין יאַפּאָניע, זאָגט זי, האָט ער געשעפֿטן. אױף דער גאַנצער װעלט, זאָגט זי, האָט ער געשעפֿטן; װאָס אים קאָסט אָפּ, זאָגט זי, אַ טאָג נאָר דעפּעשן אַלײן, װאָלטן מיר אַלע, זאָגט זי, געהאַט אױף אַ האַלב יאָר צו לעבן. נאָר װאָס קומט מיר אַרױס, זאָגט זי, אַז איך בין נישט איך?“… „עס קומט אױס, װי מיר זאָגן, זאָג איך, אין פּרק: אם אין אני לי מי לי ― איך בין נישט איך, דו ביסט ניט דו“… אָט אַזױ זאָג איך צו איר מיט אַ װערטל און מיט אַ פּסוק, כאָטש דאָס האַרץ װערט מיר צעריסן אױף שטיקער, זעענדיק, װי מײַן קינד װערט נעבעך פֿאַרשװאַרצט, װי זאָגט איר, אין עושר און אין כּבֿוד… „דײַן שװעסטער האָדל, זאָג איך, װאָלט נישט אַזױ געטאָן“… שלאָגט זי מיר איבער, בײלקע הײסט עס, און מאַכט צו מיך אַזױ: „איך האָב דאָך דיר געזאָגט, זאָגט זי, אַז צו האָדלען זאָלסטו מיך, טאַטע, נישט גלײַכן. האָדל האָט געלעבט, זאָגט זי, אין האָדלס צײַטן, און בײלקע, זאָגט זי, לעבט אין בײלקעס צײַטן… פֿון האָדלס צײַטן, זאָגט זי, ביז בײלקעס צײַטן, איז אַזױ װײַט, זאָגט זי, װי פֿון דאַנען קײן יאַפּאָניע“… איר פֿאַרשטײט דעם פּירוש־המילות פֿון אַזאַ מין תּרגום־לשון?

בקיצור, איך זע, איר כאַפּט זיך, פּאַניע; נאָך צװײ מינוט, און אַ סוף צו אַלע מעשׂיות. אָנגעגעסן זיך זאַט מיט צרות און יסורים פֿון מײַן גליקלעכער מיזינקע, בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרט אָבֿל וחפֿוי ראָש ― אַ צעבראָכענער, אַ צעברעקלטער, און האָב געגעבן אַ שלײַדער אין דער ערד אַרײַן דעם ציגײַער, װאָס האָט מיר פֿאַרטשאַדעט מײַן קאָפּ, און רוף מיך אָן צו אים, צום ציגײַער הײסט עס: „גײן זאָלסטו כּף־הקלע, אַ רוח אין דײַן טאַטנס ערד אַרײַן!“ „װעמען איז, רב טבֿיה?“ הער איך אַ קול הינטער מײַנע פּלײצעס. איך דרײ אױס דעם קאָפּ, איך טו אַ קוק ― ס'איז ער, אפֿרים דער שדכן, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! „ברוך־הבאָ, אַ ייִד, זאָג איך, װאָס טוט איר דאָ?“ „װאָס, זאָגט ער, טוט איר דאָ?“ „געװען, זאָג איך, צו גאַסט בײַ מײַנע קינדער“. „װאָס, זאָגט ער, מאַכן זײ?“ „װאָס, זאָג איך, זאָלן זײ מאַכן? חוץ זײער שאָדן אױף אונדז בײדן געזאָגט געװאָרן!“ „װי איך זע, זאָגט ער, זײַט איר רעכט צופֿרידן מיט מײַן סחורה?“ „נאָך אַ מין צופֿרידן, זאָג איך, גאָט זאָל אײַך ממלא זײַן, זאָג איך, בכּפֿל כּפֿלים“. „אַ דאַנק אײַך, זאָגט ער, פֿאַר דער ברכה, אפֿשר װאָלט איר מיר נאָך, זאָגט ער, צו דער דאָזיקער ברכה צוקױפֿן אַ מתּנה?“ „איר האָט דען נישט גענומען, זאָג איך, קײן שדכנות?“ „נישט מער, זאָגט ער, זאָל ער פֿאַרמאָגן, טאַקע אײַער פּדהצור אַלײן“. „װאָס איז דען, זאָג איך, װינציקלעך רח″ש?“ „נישט אַזױ װינציק, זאָגט ער, װי מיט אַ גוט האַרץ געגעבן“. „דהײַנו?“ „דהײַנו, ס'איז שױן נישטאָ, זאָגט ער, אַ גראָשן“. „װוּ איז דאָס, זאָג איך, אַהינגעקומען?“ „חתונה געמאַכט, זאָגט ער, אַ טאָכטער“. „מזל־טובֿ אײַך, זאָג איך, לאָז גאָט געבן, ס'זאָל זײַן מיט מזל, איר זאָלט אין זײ דערלעבן, זאָג איך, גרױס נחת“… „אַ שײנעם נחת, זאָגט ער, האָב איך אין זײ דערלעבט. איך האָב, זאָגט ער, דערטאַפּט אַן אײדעם אַ שאַרלאַטאַן, געהרגעט, זאָגט ער, געשלאָגן די טאָכטער, צוגענומען די עטלעכע גילדן און אַװעק, זאָגט ער, קײן אַמעריקע“. „למאַי האָט איר אים, זאָג איך, געלאָזט פֿאָרן אַזױ װײַט?“ „װאָס האָב איך אים, זאָגט ער, געזאָלט טאָן?“ „איר האָט געזאָלט, זאָג איך, אים אָנזאַלצן אױפֿן עק“… „ס'איז אײַך, אַ פּנים, זאָגט ער, גוט אױפֿן האַרצן, רב טבֿיה?“ „הלװאַי, זאָג איך, אױף אײַך געזאָגט געװאָרן, רבונו־של־עולם, כאָטש האַלב!“ „אַזױ גאָר? און איך האָב אײַך, זאָגט ער, געשאַצט, אַז איר זײַט אַ ייִד אַ נגיד; װי באַלד אַזױ, זאָגט ער, טאָ נאַט־זשע אײַך אַ שמעק טאַביקע“… אָפּגעפּטרט דעם שדכן מיט אַ שמעק טאַביקע, בין איך געקומען צו פֿאָרן אַהײם און האָב מיך גענומען אױספֿאַרקױפֿן מײַן בעל־הבתּישקײט פֿון אַזױ פֿיל יאָרן. מאָלט אײַך, נישט אַזױ גיך טוט זיך עס, װי סע רעדט זיך. איטלעכס טעפּל מיט איטלעכס נאַרישקײט האָט בײַ מיר צוגענומען אַ שטיק געזונט. די זאַך האָט מיר דערמאָנט גאָלדען עליו־השלום, יענע זאַך האָט מיר דערמאָנט די קינדער, זײ צו לענגערע יאָר. נאָר קײן זאַך האָט מיר נישט דערלאַנגט אַזױ טיף, װי דאָס פֿערדל מײַנס. אַקעגן מײַן פֿערדל האָב איך מיך געפֿילט עפּעס חײבֿ… סטײַטש, אָפּגעהאָרעװעט מיט דעם אַזױ פֿיל יאָרן, אינאײנעם געבידעװעט, אינאײנעם פֿאַרשװאַרצט געװאָרן, און פּלוצעם גענומען און פֿאַרקױפֿט! פֿאַרקױפֿן האָב איך דאָס פֿאַרקױפֿט צו אַ װאַסער־פֿירער, װאָרעם פֿון די בעלי־עגלות קאָן מען נאָר מבֿוזה װערן. איך קום צו זײ פֿאַרקױפֿן מײַן פֿערדל, מאַכן זײ צו מיר: „גאָט איז מיט אײַך, רב טבֿיה, ס'איז דען בײַ אײַך אַ פֿערד?“ „װאָס דען, זאָג איך, איז דאָס, אַ הענגלײַכטער?“ „ס'איז בײַ אײַך, זאָגן זײ, ניט קײן הענגלײַכטער, נאָר אַ למד־װאָװניק“. „װאָס הײסט דאָס, זאָג איך, אַ למד־װאָװניק?“ „דאָס הײסט, זאָגן זײ, אַ זקן פֿון זעקס און דרײַסיק יאָר, אָן אַ סימן פֿון צײן, מיט אַ גרױע ליפּ, און טרײסלט מיט די זײַטן, װי אַן אַלטע ייִדענע ערבֿ־שבת אױפֿן פֿראָסט“… געפֿעלט אײַך אַזאַ מין בעל־עגלה־שפּראַך? איך װעל אײַך גײן שװערן, אַז דאָס פֿערדל נעבעך האָט פֿאַרשטאַנען איטלעכס װאָרט, װי אין פּסוק שטײט: ידע שור קונהו ― אַ סקאָטינע פֿילט, אַז מע האַלט דאָס בײַ פֿאַרקױפֿן. אַ סימן האָב איך, אַז בשעת איך האָב צוגעקלאַפּט דעם װאַסער־פֿירער און געזאָגט צו אים: „מיט מזל־ברכה“, האָט מײַן סוס פּלוצעם אױסגעדרײט צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע און קוקט אױף מיר מיט שטומע אױגן, װי אײנער רעדט: „זה חלקי מכּל עמלי ― אָט אַזױ דאַנקסטו מיר אָפּ פֿאַר מײַן סלוזשבע?“… איך כאַפּ אַ קוק אױף מײַן פֿערדל דאָס לעצטע מאָל, װי דער װאַסער־פֿירער האָט דאָס גענומען אין די הענט אַרײַן לערנען מיט דעם בלק, און איך בלײַב נאָכדעם שטײן אײנער אַלײן און טראַכט מיר: „רבונו־של־עולם! װי שׂכלדיק דו פֿירסט דײַן װעלטל! אָט האָסטו באַשאַפֿן אַ טבֿיהן און האָסט באַשאַפֿן, להבֿדיל, אַ פֿערד, און בײדע האָבן זײ אײן מזל אױף דער װעלט… נישמער, אַ מענטש האָט אַ מױל און קאָן זיך כאָטש אױסטענהן, אױסרעדן דאָס האַרץ, און אַ פֿערד, להבֿדיל, װאָס? מישטײנס געזאָגט, אַ שטומע צונג, װי זאָגט איר: „ומותר האָדם מן הבהמה“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

איר קוקט אױף מיר, פּאַניע שלום־עליכם, װאָס סע האָבן זיך מיר געשטעלט טרערן אין די אױגן, און איר טראַכט זיך אַװדאי: „אָט דער טבֿיה האָט זיך פֿאַרבענקט, אַ פּנים, נאָך זײַן פֿערדל?“ װאָס עפּעס נאָכן פֿערדל, מענטש אײנער? אַלצדינג טוט מיר באַנג, און נאָך אַלעמען װעל איך בענקען. איך װעל בענקען נאָכן פֿערדל, איך װעל בענקען נאָכן דאָרף, איך װעל בענקען נאָכן סטאַראָסטע מיטן אוראַטניקуратник: שומר, נאָך די בױבעריקער דאַטשניקעס, נאָך די יעהופּעצער נגידים, און אַפֿילו נאָך אפֿרים דעם שדכן, ס'זאָל אױף אים קומען אַ מגפֿה, װאָרעם סוף־כּל־סוף, אַז מע זאָל װעלן אַרײַנטאָן זיך אַביסל אין חקירה, איז ער דאָך נישט מער, װי אַ ייִד אַן אבֿיון, װאָס זוכט נעבעך פּרנסה. אם־ירצה־השם, אַז גאָט װעט מיך ברענגען בשלום אַהין, װוּ איך פֿאָר, װײס איך נאָך אַלײן נישט, װאָס איך װעל דאָרט טאָן, נאָר דאָס איז קלאָר, װי דער טאָג, אַז ראשית־חכמה װעל איך זײַן בײַ דער מוטער רחל אױפֿן קבֿר. איך װעל דאָרטן בעטן פֿאַר מײַנע קינדער, װאָס איך װעל זײ מן הסתּם שױן קײנמאָל נישט זען, װעל איך אים אױך אין זינען האָבן, אפֿרים דעם שדכן מײן איך, אים און אײַך און כּל־ישׂראל. נאַט אײַך דערױף מײַן האַנט תּקיעת־כּף און זײַט מיר געזונט און פֿאָרט געזונט און לאָזט גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.